בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיך צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן משניות, ששה סדרי משנה - דעם זיבעטן מאל.
שטארק זיך און זיי ממשיך ווייטער צו לערנען משניות, משניות ברענגט די גאולה. די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", די גאולה וועט קומען בזכות לימוד משניות; דאס איז בכלליות, און אזוי אויך קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע פרטיות'דיגן גלות בזכות וואס ער לערנט משניות.
בנוגע דיין פראגע צי דו זאלסט גיין צו הפגנות; דער ענטפער איז, דו זאלסט גיין הפצה, פארשפרייטן פאר אלעמען, 'הפצה' איז אונזער 'הפגנה', גיי פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק. ווייל עס גייען אריבער אויף בחורים און אינגעלייט שווערע ביטערע ציפעדיגע נסיונות, און מען דארף האבן דעם רבינ'ס עצות, מען דארף האבן דעם בעטלער, ווי דער בעטלער האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס): "איר באדארפט זיך צו מיר, איר קענט נישט גיין אהין זיי העלפן"; מען דארף דעם רבינ'ס חיזוק, דעם רבינ'ס עצות.
שכח אז דו גייסט נאך געלט פאר די ישיבה, די געלט וואס דו מאכסט פאר די ישיבה זאלסטו איבערגעבן פארן מגיד שיעור ר' משה שמואל, און ער וועט עס מיר איבערגעבן, א גרויסן שכח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.