בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3283 - תהלים געבט כח, תהלים ברענגט נחת, תהלים מאכט ניסים
תהלים

בעזרת ה' יתברך


אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


תהלים געבט כח, תהלים ברענגט נחת, תהלים מאכט ניסים, דורך תהלים קומט ישועות, תהלים איז ברכות.


דער אייבערשטער זאל אויסהערן אייערע תפילות און אייער דאנק און לויב, איר זאלט שטענדיג בלייבן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


פון דער ראש ישיבה.

#3282 - מסדר זיין די שיעורים אין ארץ ישראל
דרשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע געבן א שיעור אין חיפה; ביטע רעדן מיט די גבאים אין ירושלים. נישט אז איך דארף גבאים, נאר אז אלע זאלן זיין צופרידן - דארף זיין א סדר.


פון איבעראל בעט מען מיר צו קומען רעדן די עצות פון רבי'ן, נישטא קיין צייט אין די צוויי טעג צו זיין אין אלע שטעט; זיי זענען מסדר יעדע מאל צו זיין אין אן אנדערע שטאט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3281 - רעדן שיין צום מאן, אפילו ווען מען איז אין א שלעכטע גוסטע
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי איז אויך ביי אנדערע פרויען, אין די טעג וכו' - ווערט מען טרויעריג; עס זענען דא פרויען וואס אין די טעג פירן זיי זיך נישט אויף שיין צום מאן וכו'.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל רעדן שיין צום מאן, און אז מען איז אין א שלעכטע גוסטע - זאל מען דאס נישט ווארפן אויפ'ן מאן.


אייער מאן איז זייער א ווייכער, זייער א גוטער; געבט אכטונג, רעדט צו אים שיין; אז מען רעדט שיין, מען פארטראגט זיך - זעט מען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3280 - אלע צדיקים אין הימל פרייען זיך ווען נאך א איד ווערט מקורב צום רבי'ן
צדיקים, תהלים, חסידות ברסלב, קפידה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו רעדסט פון בלבולים וכו', קפידות פון צדיקים, אפשר האט דער צדיק א קפידה אז דו ביסט אוועק געגאנגען וכו' און דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; וויסן זאלסטו, א צדיק גייט נישט אן אז מען גייט אוועק פון אים, א צדיק וויל נאר ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, און אז מען האט געטראפן א צווייטע פלאץ וואס ברענגט נענטער צום אייבערשטן - פריידט ער זיך; דאס איז קטנות הדעת פונעם סמ"ך מ"ם, ער זוכט א וועג דיר צו צעברעכן.


מאך זיך נישט נאריש, דיין רבי זכרונו לברכה פריידט זיך אז דו האסט א פלאץ וואס געבט דיר חיות, אלע צדיקים אין הימל פרייען זיך ווען נאך א איד ווערט מקורב צום רבי'ן. דא בזה העולם איז דא התנגדות אויפ'ן רבי'ן, אויבן איז עפעס אנדערש; אויבן אין הימל ווערט א רעש ווען א איד קלעבט זיך צו צום רבי'ן.


זאג יעדן טאג תהילים; אז דו קענסט זאגן דעם יום - מה טוב ומה נעים, און אז נישט - זאג וויפיל דו קענסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3279 - דו וועסט אנהויבן שמייכלען, וועט זי ווערן געזונט
שמחה, תודה והודאה, שלום בית, רפואה, סיפורי צדיקים, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט געהאלפן אז איר האט שיין חתונה געהאט און יעצט איז שוין דא גוטע נייעס, איר ווארט א שמחה - זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן; וויפיל ווארטן אויף א שידוך און וויפיל ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט קינדער; בלייבט איבער נאר צו דאנקען.


עס שטייט פון צדיקים אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן ברענגט ער צו זיך גרויסע ישועות. עס איז אמאל געווען ביים הייליגן צדיק רבי ישעי' מקערעסטיר זכותו יגן עלינו, א איד איז געקומען צו אים און געוויינט אז זיין טאכטער איז זייער קראנק, אלע דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן; דער איד האט געוויינט, ער האט זיך נישט געוואלט טרייסטן. דער הייליגער צדיק האט אים געזאגט: "אז דו וועסט אויפהערן צו וויינען מיט אזעלכע בכיות, דו וועסט אנהויבן שמייכלען - וועט זי ווערן געזונט"; וכך הוה, זי איז געווארן געזונט און שטארק, ווייל שמחה ברענגט אלע ישועות.


אייער מאן איז אזוי פרייליך אז ער האט חתונה געהאט מיט אייך, ער שרייבט מיר כסדר ווי גוט עס איז אים, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן טאג און נאכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3278 - פארוואס איז דאס קינד נישט דרך ארצ'דיג?
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וואלט ווען גענומען דעם קינד אין א זייט און אים געפרעגט אויב עפעס שטערט אים, פארוואס ער טוט דאס; "פארוואס מאכסטו חוזק פון מיר? דו פארשעמסט מיר, מען טאר נישט פארשעמען א איד"; דאס וואלט איך געטון.


האסט גוט געטון אז דו האסט אים געזאגט ער זאל נישט צוריקקומען איידער זיין טאטע רופט, דו קענסט זאגן דעם טאטן אז דער קינד מאכט דיר נאך ווי אזוי דו רעדסט, עס איז נישט קיין דרך ארץ נאכצומאכן דעם מלמד; לאמיר האפן אז דער טאטע וועט האבן שכל און אויסלערנען דעם קינד ווי אזוי צו האבן דרך ארץ.


עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל, אבער אויב פאסירט אז א קינד פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ - מוז זיין אז עפעס שטערט אים; זאלסטו נעמען דעם קינד אין א זייט און רעדן מיט אים הארציגע ווערטער, אים פרעגן וואס שטערט אים, אויב דער קינד זאגט אז גארנישט שטערט אים נישט, זאלסטו אים זאגן א גוט ווארט: "ביסט א גוט קינד", "איך האלט פון דיר", "איך גיי זאגן דיין טאטע אז דו ביסט וואויל", און לייג צו וואס ער דארף פאררעכטן, זאג אים: "אזוי קען מען זיך נישט אויפפירן אין כיתה, עס שטערט וכו'".


וואויל איז די מלמדים וואס זענען מחנך די קינדער מיט ליבשאפט און ווארעמקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3277 - אז דו וועסט לערנען, וועט דיין ווייב דיך ארויפקוקן
שלום בית, לימוד התורה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לויף נישט נאך דיין ווייב; אז דו וועסט איר נאכלויפן - וועט דיר זיין נאכדעם ביטער, זי וועט זיך גרויסן אויף דיר; לויף נאך די משניות מיט די גמרא; לאז איר אפ - וועט זי דיר אנטקעגן קומען וכו'.


די תורה האט געגעבן אן עונש פאר חוה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", דו וועסט גליסטן צו דיין מאן און ער וועט געוועלטיגן אויף דיר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט, די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, אויב עס איז "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ", זי גלוסט צום מאן, דעמאלט "וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", איז דער מאן דער וואס געוועלטיגט וכו', אבער ווען עס איז פארקערט, דער מאן לויפט נאך די ווייב וכו', עס איז "וְאֶל אִשָׁה תְּשֻׁקָתְךָ", דעמאלט דריידט זיך אויס דער פסוק אויפ'ן מאן, עס ווערט "וְהִיא (מיט א יוד) יִמְשָׁל בָּךְ", זי הויבט אן געוועלטיגן אויפ'ן מאן; ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' - ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין אירע אויגן.


מיר הויבן אן מארגן מסכת יבמות, זיי זיך קובע צו לערנען אין שטוב; דיין ווייב וועט זען ווי דו לערנסט - וועט זי דיר ארויפקוקן און זי וועט דיר אנטקעגן קומען, זי וועט וועלן זיין מיט דיר. אויך זאלסטו רעדן שיין צו איר; אן שאפן, נאר אלץ בדרך כבוד, אזוי ווי מען רעדט צו אן איש מכובד - וועט אלעס זיין אזוי ווי דו ווילסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3276 - העלפן די ווייב מיט די קינדער, איז עבודת השם
קינדער, שלום בית, רפואה, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין שפאצירן מיט דיין ווייב; אין די טעג וכו' איז זייער וויכטיג צו גיין שפאצירן. עס איז געזונט אין אלע וועגן, סיי פאר'ן גוף און סיי פאר'ן נפש; גיין שפאצירן האט נישט מיט הרחקות וכו'.


ווער נישט פארלוירן אז דיין ווייב האט נישט קיין כח, אזוי גייט עס ווען מען האט א קינד; עס נעמט אביסל צייט די פרוי זאל צוריקקומען צו די כוחות. נישט אומזיסט האט דער רבי געזאגט מען זאל העלפן אין שטוב, מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, נאכן ליידן אזויפיל צער פון עיבור און לידה וגידול הילדים (שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער מאן דארף העלפן די ווייב זי זאל צוריק באקומען שנעל אירע כוחות, דיין ווייב'ס געזונט ווענדט זיך אין דיר; אז דו וועסט איר מוטיגן און העלפן מיט די שטוב ארבעט, דו וועסט איר מחזק זיין - וועט זי שנעל צוריקקומען צו די כוחות.


דאס איז עבודת השם; העלפן די ווייב מיט די קינדער - איז עבודת השם. איך בין אזוי אויפגעוואקסן, מיין טאטע שליט"א האט זיין גאנץ לעבן נאר געלערנט, פון פארטאגס ביז ביינאכט, און ווען ער איז אהיים געקומען האט ער זיך ארויפגעצויגן די ערמל און געוואשן די געשיר, געבאדן די קינדער, אלעס געטון אין שטוב צו העלפן מיין מאמע, און נאכן העלפן איז ער גלייך צוריק צו די גמרא, געלערנט אין שטוב אויפ'ן קול. און אזוי פיר איך זיך, נאכן זיין א גאנצן טאג מיט די בחורים, ווען איך קום אהיים הויב איך אן פון פריש ארבעטן מיט די קינדער, דאס איז די זעלבע עבודת השם.


האב רחמנת אויף דיין ווייב, נעם איר שפאצירן און העלף איר אין שטוב; וועט זי צוריק באקומען אירע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3275 - ענדערש קומען אויף יום טוב פסח צו די עלטערן
כיבוד אב ואם, שבת התוועדות, חדר, פסח, יום טוב, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קום מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גלייך נאך פורים קיין ארץ ישראל, עס גייט זיין די מציבה שטעלן פאר מיין זיידע אין מירון; איך וועל מאכן צייט פאר ענק.


בנוגע קומען קיין אמעריקע יעצט אויף שבת צום סיום אדער אויף פסח; ענדערש זאלן ענק קומען אויף יום טוב פסח צו דיינע עלטערן.


שטארקט אייך, האלטס אן די תלמוד תורה היכל הקודש, זה הקטן גדול גדול גדול יהיה; עס וועלן ארויסקומען גרויסע צדיקים פון אונזער חדר היכל הקודש ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3274 - נאר מיט ווארעמקייט און ליבשאפט קען מען אפראטעווען די קינדער
קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף גיין מיט אים נאר מיט ליבשאפט; געבן אסאך ווארעמקייט און אסאך ליבשאפט, און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער זיי זאלן זיין ערליך און הייליג.


קינדער ווען זיי שפירן ווי טאטע מאמע שווער און שוויגער האבן זיי ליב - געבט זיי דאס כח צו בלייבן ערליך, צו זיין אפגעהיטן. די גאס איז זייער סכנה'דיג, עס שלעפט אוועק יונגע מענטשן פון יראת שמים; נאר מיט ווארעמקייט און ליבשאפט קען מען אפראטעווען די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3273 - די הונדערטסטע קונטרס עצתו אמונה מתורגם
אמונה, הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, און אלע וואס נעמען א טייל אין די הייליגע ארבעט פון מתרגם זיין און פארשפרייטן די בריוו פון ספר עצתו אמונה און איש אמונות.


הודו לה' כי טוב אז מיר האלטן שוין דא, מען האט יעצט געענדיגט מתרגם זיין די הונדערטסטע קונטרס עצתו אמונה; די ליכטיגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א מהפכה די קונטרסים מאכן; הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים וועכנטליך, דאס געבט זיי חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן ביי די אמונה.


וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק אין פארשפרייטן די זיסע טרינקען פונעם נחל נובע מקור חכמה, דעם רבינ'ס עצות. אנגעהויבן מיט'ן מתרגם זיין, דרוקן און פארשפרייטן.


מיר מוזן דאס טון, מיר מוזן האבן א חלק אין הפצה. רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין הפצה; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


טייערע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל ודי בכל אתר ואתר, מיר מוזן עוסק זיין אין הפצה; עס איז א שרעקעדיגע צייט, אידישע קינדער פאלן נעבעך, מען איז שוואך אין אמונה, מען פאלט אוועק רחמנא לצלן. מיר מוזן פארשפרייטן די קונטרסים, גליונות און ספרים, די ריינע לויטערע אמונה. דער רבי דערציילט אונז (ספורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן אנטרינקען ביימער; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: אנטרינקען ביימער"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


איך קום אם ירצה ה' גלייך נאך פורים צו ענק קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3272 - אייבערשטער, דער ציין טוט מיר וויי
קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך זאלסטו אריינלייגן די מעשה פאר די קינדער פון דער איד וואס האט גערעדט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן פאר זיינע ציינער; מוהרא"ש האט געהערט ווי ער בעט און ווייזט דערביי פאר'ן אייבערשטן די צאן וואס טוט אים וויי.


מוהרא"ש פלעגט אלץ רעדן פון די מעשה און אונז זאגן: "אזוי דארף מען רעדן צום אייבערשטן".


מאך א בילד ווי א איד ווייזט מיט'ן פינגער אויף די ציין, ער האלט די קאפ אויף ארויף מיט ווייטאג, און נעבן אים שטייט מוהרא"ש מיט די הענט אויפ'ן אויער און בייגט זיך צו.


דא האסטו די מעשה פאר די קינדער:


"מיין ציין טוט זייער וויי; אייבערשטער העלף מיר, מיין ציין טוט מיר וויי, דא, דער ציין..."


מוהרא"ש איז געווען אמאל ביי מקומות הקדושים מתפלל זיין צום אייבערשטן, נעבן מוהרא"ש איז געשטאנען א איד, א ספרד'ישער איד, ער האט זייער געוויינט. מוהרא"ש הערט ווי ער זאגט: "הייליגער באשעפער מיין ציין טוט מיר זייער וויי, הייליגער באשעפער, איך האב יסורים ביי די ציינער"; ער זאגט: "אייבערשטער דא, דער ציין", מוהרא"ש געבט א קוק, ער זעט ווי דער איד ווייזט פאר'ן אייבערשטן וועלכע ציין עס טוט אים וויי, אזוי ווי מען ווייזט פאר'ן ציין דאקטער וועלכע ציין עס טוט וויי.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט: "מיר האט זייער געפאלן צו זען ווי אזוי דער איד רעדט צום אייבערשטן; ער האט אזא שטארקע אמונה, ער שפירט ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן אים און ער קען ווייזן דעם אייבערשטן וואו עס טוט אים וויי, וואס טוט אים וויי.


מוהרא"ש האט אויסגעלויבט די ספרד'ישע אידן; מוהרא"ש זאגט, די ספרדי'שע אפשטאמיגע אידן האבן זייער א שטארקע אמונה און א שטארקע תמימות; אזוי דארף מען רעדן צום אייבערשטן, מען דארף שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר און אים בעטן אלעס וואס מען דארף.


טייערע קינדער, לאמיר זינגען אינאיינעם: "דער אייבערשטער האט ליב א איד וואס לעבט בתמימות אלע זיינע יארן, און אן תערומות נאר בתמימות נישט אויפגעבן און קיינמאל נישט פארפארן, רבון העולמים, איך וויל אויך זיין א תמים, איך ווייס אז דו האסט ליב א איד וואס לעבט בתמימות אלע זיינע יארן..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3271 - מען דארף פאלגן דעם דאקטער
קינדער, תפילה והתבודדות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דעם דאקטער, דיין רבי האט דיר געזאגט אז אויב דער דאקטער הייסט מאכן זירוז וכו' - דארף מען אים פאלגן, אויב דער דאקטער זאגט אז מען קען ווארטן - זאל מען ענדערש ווארטן.


בדרך כלל ווען דער דאקטער הערט אז מען געבט אים כבוד, דאס הייסט עס ווענדט זיך אין אים, - וועט ער נישט שטופן צו מאכן א זירוז, נאר אויב עס איז טאקע א סכנה. זייער אסאך מאל איז אזוי געווען, דער דאקטער האט געזאגט מען מוז שוין אנהויבן וכו' און נאכן זאגן אז מיין רבי (אין אמעריקא האבן די דאקטורים דרך ארץ פאר א רב) זאגט מען מוז פאלגן דעם דאקטער, און אויב דער דאקטער זאגט מען מוז שוין אנהויבן וכו' - זאל מען אזוי טון, און אויב מען קען נאך ווארטן זאל מען ווארטן – האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דאקטורים זאגן מען קען נאך ווארטן.


דיינע ליפן זאלן א גאנצע צייט בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין אלעס בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3270 - הייליגער באשעפער, געב מיר א מתנת חנם ערליכע קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זארגט זיך נישט, איר וועט נאך זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייער זיסע לעבן, פאר אייער טייערע מאן; אייער מאן איז ליכטיג און טייער, ער לערנט און דאווענט מיט יראת שמים. דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך, אויך בעטס אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, געב מיר א מתנת חנם ערליכע קינדער, קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט, קינדער וואס וועלן לעבן שטענדיג מיט דיר. העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות רבינו הקדוש רבי נחמן בן פיגא, בזכות רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותם יגן עלינו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".


 

#3269 - דאווענען מיט הכנעה און דרך ארץ ווי פאר א קעניג
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מנהלת תחי' האט מיר געזאגט אז איר זענט אן אויסנאם וואוילע מיידל, איר פירט זיך מיט "דרך ארץ", איר בענטשט אויפ'ן קול און איר דאווענט מיט הכנעה; דאס מאכט מיך זייער פרייליך, איך וויל אזוי שטארק הערן נאר גוטע גרוסן אויף אלע תלמידות.


זאגט פאר אייערע חבר'טעס זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען; ווען מען דאווענט דארף מען זיין מיט הכנעה אזוי ווי מען בעט להבדיל פון א קעניג, מיט'ן פולסטן דרך ארץ, איז דאך זיכער ווען מיר קומען צום אייבערשטן דארף דאס זיין מיט הכנעה.


זייט מכבד אייערע עלטערן; איר האט גאר טייערע עלטערן, געבט א גרוס אייערע עלטערן.

#3268 - מיט די קליינע קינדער זאלט איר זיין שטרענג אבער פרייליך
צניעות, שמחה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


טאנצט מיט אייערע תלמידות דעם ניגון: "אה מחי' צניעות, איך האב ליב צניעות, שכוח באשעפער פאר די זאך פון צניעות, העלף איך זאל אייביג זיין בצניעות און זיך אלץ פרייען מיט צניעות, און ליבן צניעות".


מיט די קליינע מיידלעך זאלט איר זיין שטרענג אבער פרייליך, מען מוז פאלגן אבער עס מוז זיין זייער פרייליך; א גוטע טיטשער קען באווייזן ביידע.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן כח אייער גאנץ לעבן צו בלייבן טיטשן אין בית פיגא.

#3267 - איין גוט ווארט גייט אריין טיף אין די ביינער פאר'ן גאנצן לעבן
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געדענקט צו געבן גוטע ווערטער פאר אייערע תלמידות; איין גוט ווארט פון א טיטשער גייט אריין טיף אין די ביינער, עס העלפט פאר די גאנצע לעבן; עס טוט אויף מער פון קנסות, מער פון שרייען. דער הייליגער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס פועל'ט מען בעסער און שנעלער ווי מיט שלעכטס".


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די מתנה, איר האט א מאן וואס לערנט, דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים.

#3266 - זייטס ענק מחזק מיט די אלטע שיעורים אויף חינוך
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, דרשות, ראש ישיבה, האטליין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האף ווייטער צו געבן שיעורים פאר די מחנכות, איך בין נישט אנגעקומען די לעצטע פאר וואכן; די ארבעט ווערט נאר מערער.


זייטס ענק מחזק מיט די אלטע שיעורים, עס זענען דא אויפ'ן טעלעפאן ליין צענדליגער שיעורים פאר מחנכים און מחנכות, מלמדים און לערערינס; אזויפיל חיזוק, עצות און שכל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. עס קומען אן בריוו פון לערערינס פון אלע מיידל שולעס, פון די שענסטע און בעסטע, זיי שרייבן אז זיי זענען זיך זייער מחי' מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין; א שאד די לערערינס פון בית פיגא זאלן דאס נישט הערן.


אוודאי וויל מען אלץ א נייע שיעור, אבער אז איך בין פארנומען – דארף מען זיך מחזק זיין מיט וואס עס איז דא.


הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטס אים איר זאלט האבן כח ממשיך צו זיין אייער גאנץ לעבן צו איבערגעבן די הייליגע לימודים וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא – פאר מיידלעך און ווייבלעך.

#3265 - מאכט אייך א שיעור צו לערנען די הלכות
הלכה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


מאכט אייך א שיעור צו לערנען די הלכות. דער ספר איז זייער א שיינע ספר, שיין געשריבן די הלכות; אזוי וועט איר וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ווי צו היטן די אידישע וועג.


דער ראש ישיבה.

#3264 - מען דארף לעבן א שותפות'דיגע לעבן
שלום בית, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


א מתנה פאר החתן ... נרו יאיר


זאלסט לערנען די הלכות און דאס חזר'ן אן א שיעור.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט בשם דער צדיק רבי אורי מסטרעליסק זכותו יגן עלינו, ער האט גע'חזר'ט הלכות טהרה איבער טויזנט מאל; איז דאך זיכער אז מיר קליינע מוריטשקעס דארפן זיכער חזר'ן די הלכות צו זיין אפגעהיטן פון עבירות.


יעצט ווען דו גייסט צו די חתונה בעט איך דיר זייער, געדענק וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, געדענק ווי אזוי מען דארף רעדן צו א ווייב; מען קען נישט שאפן אין שטוב, מען קען נישט פארלאנגען אז זי זאל טראכטן, טון, מאכן און רעדן – אזוי ווי דו ווילסט, מען דארף לעבן א שותפות'דיגע לעבן.


אז דו וועסט רעדן צו דיין ווייב אזוי ווי מען רעדט צו א מלכה – וועט זי זיך פירן צו דיר אזוי ווי מען פירט זיך צו א מלך.


וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.


פון דיין ראש ישיבה, דיין שדכן.

#3263 - לייג א דגוש צו לערנען חומש רש"י מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, גמרא, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


לייג אריין כוחות אין חומש רש"י. ליידער איז דער לימוד נאכגעלאזט; וויפיל מען לערנט אין די יונגע יארן חומש רש"י – דאס איז וואס מען לערנט, ווען מען ווערט עלטער לאזט מען אפ דעם לימוד.


דעריבער בעט איך דיר זייער, לערן אויך גמרא, רש"י און תוספות מיט די קינדער, אבער לייג א דגוש אויף חומש רש"י. יעצט קומט ספר ויקרא, תורת כהנים; אז דו וועסט דאס לערנען שטארק מיט די קינדער – וועלן זיי ווערן גרויסע תלמידי חכמים און גרויסע צדיקים.


האב נישט מורא צו לערנען אסאך מיט די קינדער, ווייל ווי מער מען לערנט מיט קינדער – אלץ מער קענען זיי פארנעמען.


יישר כח פאר אלעס.


 

#3262 - נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען תורה מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר מיינע קינדער און פאר אלע אונזערע קינדער. די קינדער קומען אהיים מיט יראת שמים, זיי דאווענען שיין, זיי ליינען קריאת שמע, קישן די מזוזה, מאכן ברכות, פירן זיך בקדושה וכו' וכו'.


נישטא קיין גרעסערע זאך אויף די וועלט ווי לערנען תורה מיט אידישע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט) די וועלט שטייט אויף זייער תורה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז.

#3261 - דאס וואס מען טוט מיט אידישע קינדער, וועט מען מיטנעמען לנצח נצחים
לערערין, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן טיטשן אין בית פיגא, דאס ביסל וואס מען טוט מיט אידישע קינדער, מען איז מחנך אידישע קינדער ליב צו האבן אידישקייט – דאס וועלן מיר מיט נעמען לנצח נצחים.

#3260 - איר מאכט אזא געשמאק צו צניעות
צניעות, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אלע ווייבלעך זענען אייך מקנא, איר מאכט אזא געשמאק צו צניעות, נאך פרויען וויל זיך אנטון צניעות'דיג, די מיידלעך פון בית פיגא ווילן אלע זיין צניעות'דיג; מען קוקט אויף צניעות מיט שיינקייט, מיט שעצונג; מען דארף מער נישט קיין שכר אויף צניעות, מען וויל די איידלקייט, מען האט דאס ליב.


געב איבער פאר אלע חתונה געהאטע בית פיגא תלמידות זיי זאלן זיך אנטון שיין, זויבער און רייך, אז מען זאל זיי וועלן נאכמאכן.


אויך אייער מאן איז אזא טייערער אינגערמאן, ער איז פול מיט חיות און יראת שמים, ער ברענגט אריין חיות אין די אינגעלייט.

#3259 - עס איז נישט פשוט וואס די קינדער באקומען ביי דיר אין כתה
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף וואס דו טוסט מיט מיין זון ..., ער קען אזוי גוט די עברי, און בעיקר פאר די יראת שמים; עס איז נישט פשוט וואס די קינדער באקומען ביי דיר אין כתה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו קענען מרביץ תורה זיין, אריינלייגן יראת שמים ומידות טובות אין די קינדער.