בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4743 - גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים
קינדער, תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים, גוטע קינדער קומען דורך אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


עלטערן וואס בעטן יעדן טאג פאר די קינדער - וועלן זען ליכטיגע דורות.


בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער, וועסטו שניידן שיינע פירות.


 

#4742 - תפילה איז שטערקער פון נאטור, עס קען אלעס טוישן
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן.


תפילה איז שטערקער פון אלעס, תפילה איז שטערקער פון נאטור, פון טבע; עס קען אלעס טוישן.


ווער עס איז שטארק מיט תפילה און האט סבלנות - איז זוכה אלעס צו פועל'ן.


דיין ראש ישיבה


 

#4741 - מיר זאלן פועל'ן אלעס גוטס
קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב הנאה אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה אויף פוילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פועל'ן אלעס גוטס.


דיין ראש ישיבה.


 

#4740 - בלייבט אין שטוב, מאכט א שיינע יום טוב ביי דיר אין שטוב
שטעטל, יום טוב, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלעפ זיך נישט שבועות אין שטעטל, עס האט נישט קיין פשט זיך צו שלעפן מיט א שטוב מיט קינדער. איך בין נישט קיין אדמו"ר, עס האט נישט קיין זין צו קומען צו מיר.


בלייבט אין שטוב, מאכט א שיינע יום טוב און זיי זיך מחי' מיט די שכל און עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4739 - א גרויסן יישר כח פארן העלפן אונזערע מוסדות
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען צו אונזער נסיעה.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אונזערע מוסדות וואס ברענגען אריין דעם רבינ'ס עצות אין די גאנצע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4738 - די מפיצים זענען ביי מיר דאס חשוב'סטע
הפצה, משיח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב הנאה אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה. די מפיצים זענען ביי מיר דאס חשוב'סטע, זיי זענען עוסק בתיקון העולם און ברענגען די גאולה.


איך האף דו וועסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט דיין גאנץ לעבן.


פון דיין ראש ישיבה


 

#4737 - פועל'ן ביי זיך אנהויבן עוסק זיין אין הפצה
הפצה, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה קיין פוילן, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פועל'ן ישועות.


די גרעסטע ישועה וועט זיין אז מיר וועלן ביי זיך פועל'ן אנהויבן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן איינעם העלפן און האט עצות פאר יעדן איינעם זיך צוריק צו קערן צום באשעפער, והבן למעשה.


 

#4736 - זאג יעדן טאג תהילים און גיס זיך אויס דיין הארץ
תהלים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). אויך זאג יעדן טאג תהילים און גיס זיך אויס דיין הארץ, שמועס מיטן אייבערשטן אויף דיין שפראך.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4735 - דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך האב הנאה אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה.


דיין ראש ישיבה.


 

#4734 - זאלסט אויפשטעלן א שיינע, ערליכע, אידישע שטוב
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן שנעל דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע, ערליכע, אידישע שטוב.


 

#4733 - בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט
קברי צדיקים, משמש דעם רבי'ן, חתונה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן, דאס איז א גוטע הכנה פאר דיין חתונה, זיך אויסבעטן ביי די הייליגע צדיקים.


איך האף דו וועסט נאך דיין חתונה בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן, דו וועסט דיין גאנץ לעבן בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן - וועסטו זיין אויך ביים רבי'ן אויף יענע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4732 - דאס ביסל וואס מיר זענען משמש דעם רבי'ן, דאס וועט בלייבן פון אונז
הפצה, קברי צדיקים, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה צו די מקומות הקדושים קיין פוילן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, פארשפרייטן דעם הייליגען רבינ'ס עצות פאר אנדערע. טראכט אריין, וואס וועט בלייבן פון אונז, באלד לייגט מען אונזער גוף, אונזערע ביינער אויפ'ן בערגל, נאר דאס ביסל וואס מיר זענען משמש דעם רבי'ן - דאס וועט בלייבן פון אונז.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4731 - בלייבן געטריי און צוגעבינדן צום רבי'ן
קברי צדיקים, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט מיטגעקומען מיט די נסיעה קיין פוילן, דו ביסט זייער געטריי משמש דעם הייליגן רבי'ן; איך האף דו וועסט דיין גאנצע לעבן בלייבן געטריי און צוגעבינדן צום רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4730 - זוכה זיין צו זרע של קיימא און זוכה זיין צו בלייבן העלפן דעם רבי'ן
קינדער, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געקומען מיט אונזער נסיעה צו מקומות הקדושים אין פוילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו זרע של קיימא און זוכה זיין צו בלייבן העלפן דעם רבי'ן, דו און דיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.


 

#4729 - מיר פארן קיין פוילן, צו פועל'ן ישועות
כולל, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה קיין פוילן, מיר פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן, בפרט וואס דו האסט א שטארקע געפיל פאר די כולל אינגעלייט, תלמידי חכמים וואס לערנען תורה בקדושה ובטהרה בהתמדה רבה, בזכות דעם זאלסטו האבן הצלחה.


 

#4728 - נאר טראכטן פון העלפן נאך א איד וויסן פון רבינ'ס עצות
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין דיין גאנץ לעבן זאל זיין איין שטיק הפצה, זאלסט נאר טראכטן פון העלפן נאך א איד וויסן פון רבינ'ס עצות.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4727 - טאנץ פאר שמחה אז דו און דיין ווייב זענען זוכה משמש זיין דעם רבי'ן
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן.


איך בעט פאר דיר שטענדיג, פאר דיין ווייב און פאר דיינע קינדער.


טאנץ פאר שמחה אז דו און דיין ווייב זענען זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה.


 


 

#4726 - גיין אין די וועגן פון צדיקים, פארשפרייטן אמונה אויף די וועלט
הפצה, קברי צדיקים, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מיר פארן יעצט צו די הייליגע צדיקים, תלמידי המגיד ותלמידי תלמידי המגיד, צדיקים קדושים וואס האבן זיך זייער גאנץ לעבן מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיר דארפן נאכגיין זייערע וועגן און נישט רוען ביז מיר וועלן פארשפרייטן די אמונה, די עצות פון רבי'ן - פאר די גאנצע וועלט.


איך פריי זיך אז דו קומסט מיט.


 


 

#4725 - לערן יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא והלכה, און זינג תהילים
קברי צדיקים, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן צו די הייליגע צדיקים.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אונזערע מוסדות וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אויפגעשטעלט, מוסדות וואס פארשפרייטן די הייליגע אמונה, מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן.


טייערער ברודער, לערן יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא והלכה, און זינג תהילים - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


 

#4724 - פועל'ן ישועות בזכות הצדיקים הנקראים חיים
קברי צדיקים, יחוס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער זון ... נרו יאיר


מיר פארן יעצט צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו, דו ביסט דאך אן אייניקל פון דיין מאמע'ס זייט. אויך האסטו אסאך געהארעוועט אויף די תשובות פון הייליגן דברי חיים הלכות מקוואות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פועל'ן ישועות בזכות הצדיקים הנקראים חיים.


פון דיין טאטע


 


 

#4723 - בעט דעם אייבערשטן אין אידיש, אין דיין שפראך, אלע דיינע בקשות
תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


זאג יעדן טאג דעם יום תהילים און בעט דעם אייבערשטן אין אידיש, אין דיין שפראך - אלע דיינע בקשות; וועסטו זען גרויסע ניסים.


איך פריי זיך אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן.


דיין ראש ישיבה


 


 

#4722 - איך בעט פאר דיר כמעט יעדן טאג, און באזונדער ביי פתיחת הארון
קינדער, קברי צדיקים, ראש ישיבה, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט פאר דיר כמעט יעדן טאג, און באזונדער ביי פתיחת הארון הקודש בעט איך באזונדער פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט נפקד ווערן בזרע של קיימא.


יעצט פארן מיר קיין פוילן וועלן מיר בעטן דעם אייבערשטן בזכות די צדיקים זאלן מיר האבן ישועות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.


 


 

#4721 - מיר איז א וואונדער אז דו ביסט נאך צעבראכן
התחזקות, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה קיין פוילן.


דו ביסט דאך א מזכה את הרבים, טויזנטער אידן זענען זיך מחזק באמונה דורך דיר, מיר איז א וואונדער אז דו ביסט נאך צעבראכן; טויזנטער און טויזנטער אידן זענען זיך מחי' ומחזק פון דיר - דארפסטו זיין זייער פרייליך.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4720 - מיר זאלן בלייבן מקושר צו די צדיקים אונזער גאנצע לעבן
קברי צדיקים, צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פועל'ן אלעס גוטס ביי די הייליגע צדיקים וואו מיר פארן יעצט, און מיר זאלן בלייבן מקושר צו די צדיקים אונזער גאנצע לעבן.


 

#4719 - זיי שטארק, געב נישט אויף, דיין ישועה איז זייער נאנט
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט מיט געקומען צו די נסיעה קיין פוילן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט שוין אויס'פועל'ן דיין שידוך און אויפשטעלן ליכטיגע דורות.


זיי שטארק, געב נישט אויף, דיין ישועה איז זייער נאנט.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.