בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4832 - נישט גערעכט אפצוהאקן קשר מיט א טאכטער צוליב א שייטל
קינדער, משפחה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט נישט גערעכט אז דו האסט אפגעהאקט קשר מיט דיין טאכטער צוליב דעם וואס זי האט אנגעטון א שייטל; זאלסט פאררעכטן און צוריק אנהויבן רעדן מיט איר און מיט איר מאן.


אסאך גדולי ישראל האבן מתיר געווען פאר א פרוי צו גיין מיט א שייטל, מען האקט נישט אפ מיט א טאכטער צוליב א שייטל.


וויפיל טאטעס און מאמעס בלוטיגן ווען די קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, זיי קומען אהיים מיט א גוי השם ישמרינו; זיי וואלטן זיך געוואונטשן די קינדער זאלן זיין אידיש חתונה געהאט און גיין צוגעדעקט די קאפ מיט וואס עס זאל נאר זיין.


 

#4831 - אנגרייטן פאראויס וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די גאנצע וואך
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', סעקרעטערי בית פיגא ברסלב ליבערטי


איך וויל בעטן פון די סעקרעטעריס, אויב די לערערינס בעטן צו מאכן צעטלעך וכדומה; דאס קען נישט געטון ווערן בשום אין אופן אין די צייט וואס די לערערינס דארפן זיין אין קלאס.


מען קען קומען זיצן אין אפיס פארברענגען די צייט - אין די אייגענע צייט, אבער ווען די לערערין דארף זיין אין קלאס - קען מען נישט קומען זיצן אין אפיס, און אז א לערערין זאגט 'איך האב נישט וואס צו טון מיט די קינדער' - זאל זי אהיים גיין; מען קען זיין א לערערין נאר אז מען איז אנגעגרייט פון פאראויס וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די גאנצע וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4830 - דערצייל פאר דיין כלה נאר גוטע זאכן
שלום בית, רעדן, הדרכות, דאווענען, מנין, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן די שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, זאלסט אויפשטעלן שיינע, ערליכע, אידישע דורות.


איך בין גרייט ענק צו באגלייטן, קענסט מיך פרעגן אלע דיינע פראגעס און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דערצייל נישט פאר דיין כלה נאר גוטע זאכן; רעד נישט איבריגע רייד, רעד נישט פון דיין עבר, און פון שוואכקייטן; רעד נאר פאזעטיוו, אזוי וועט זי דיר ארויפקוקן און שעצן.


אויך זאלסטו חס ושלום נישט רעדן קעגן אירע עלטערן, אפילו זי אליינס וויינט און דערציילט ווי מען האט איר נישט געלאזט טון דאס און דאס וכו' וכו' - זאלסטו נישט אנהויבן רעדן קעגן זיי; הער איר אויס און שוין.


גיי דאווען דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין - וועסטו האבן גרויס הצלחה אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4829 - שפילן תמ'עוואטע און ווייטער אנגיין ביז עס ענדיגט זיך
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך צו הערן אז דאס לעבן ווערט ביי אייך אין שטוב בעסער און בעסער, מיט אייער חכמת נשים בויט איר ווייטער אייער שטוב.


 בנוגע וואס אייער מאן מאכט נאך אייער טאטע וכו'; איר זענט גענוג קלוג און געלונגען זיך נישט וויסנדיג מאכן וכו', און ווען ער הויבט אן נאכמאכן אייער טאטע, ער מאכט נאך ווי אזוי ער רעדט און ווי אזוי ער קלאפט – דארפט איר קענען שפילן תמ'עוואטע און ווייטער אנגיין כאילו מען מיינט נישט אייך, ביז עס וועט זיך ענדיגן די זאך.


וואויל איז די פרוי וואס בויט איר שטוב מיט מסירת נפש, וועט זי זוכה זיין צו זיצן אין גן עדן מיט אלע צדקניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4828 - אייער מאן איז טייער און וואויל, אבער ער דארף אייער שטארקייט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר זענט א געטרייע ווייב, איר מאכט יעדן טאג עסן, אפילו עס איז אייך שווער, און אז איר זענט שטענדיג גרייט פאר אייער מאן וכו' וכו'; דאס איז אן אישה כשירה, דאס איז אן ערליכע פרוי העושה רצון בעלה, וואס טוט דעם מאן'ס ווילן.


זייט שטארק, זייט א גוטע ווייב, לאזט נישט אריין די טעלעפאן אין שטוב. זאגט אייער מאן אז אויף דעם קענט איר נישט מוותר זיין; אלעס איז פיין, אלעס איז וואויל, אבער אין שטוב זאל נישט אריין קומען די מלאך המות.


ווי אזוי איר וועט אוועק שטעלן אייער שטוב יעצט נאך די חתונה - אזוי וועט עס זיין; אז מען הויבט אן נישט גוט, שפעטער איז שוין זייער שווער צוריק צו דרייען.


אייער מאן איז טייער און וואויל, אבער ער דארף אייער שטארקייט. איר קענט אים האלטן אין פארעם, איר קענט אוועק שטעלן א שיינע חסידי'שע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4827 - אז מען פרעגט איבער, זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, שאלות, ראש ישיבה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז מען פרעגט און מען ענטפערט - דארף מען אננעמען.


איר זענט געקומען מיט אייער מאן נרו יאיר, מען האט איבערגערעדט אלע פרטים, און מען האט מיט דעת תורה גע'פסק'נט מען זאל ווארטן לכל הפחות צוויי יאר וכו' - דארף מען דאס אננעמען.


איר האט ליכטיגע קינדער, זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר זיי און שעפן נחת פון זיי, און ווען עס וועט קומען די צייט מיט פרישע כוחות - וועט מען זיין גרייט צו נאך קינדער, יעצט איז א בחינה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים כב:): "כשם שקבלתי שכר על הדרישה, כך אני מקבל שכר על הפרישה".


אז מען פרעגט איבער - זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן; אויב אזוי דארף מען נישט קומען, מען קען גלייך טון וואס מען וויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4826 - א קינד שפירט גלייך אויב דער מלמד האט אים ליב אדער נישט
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי לאנג דו האסט אים נישט ליב - איז א שאד דיין צייט, ווייל א קינד שפירט גלייך אויב דער מלמד האט אים ליב אדער נישט.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א געפיל צום קינד, זאלסט טרעפן אין אים גוטס, אים אויפבויען.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ" - איז אן התחייבות, מען פארלאנגט פונעם מלמד 'קוק אויף די תלמידים כאילו דאס זענען דיינע קינדער; וואס וואלסטו געטון מיט דיינס א קינד? וואלסט זיך געבראכן קאפ צו טרעפן א וועג מיט אים, וואלסט אלעס געטון דיין קינד זאל מצליח זיין; דאס טו מיט די תלמידים.


גיי התבודדות איידער דו הייבסט אן דיין טאג און בעט דעם אייבערשטן אויף אלע תלמידים, דו זאלסט מצליח זיין מיט זיי - וועסטו זען וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4825 - ווער עס לערנט תורה, נעמט זיך די תורה אן פאר אים
לימוד התורה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


                 יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה.


ווער עס לערנט תורה - נעמט זיך די תורה אן פאר אים, די תורה היט אים און עס היט זיינע קינדער. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (חגיגה טו:) עס איז אמאל געווען א הונגער יאר, עס איז נישט געווען וואס צו עסן, און די טאכטער פון אַחֵר איז געקומען צו רבינו הקדוש, זי האט אים געבעטן: "רֶבִּי, פַּרְנְסֵנִי", רבי געבט מיר עפעס עסן, האט רבינו הקדוש איר געפרעגט: "בַּת מִי אַתְּ", וועמענס טאכטער ביסטו? האט זי געענטפערט: "בִּתּוֹ שֶׁל אַחֵר אֲנִי", איך בין א טאכטער פון אַחֵר, האט רבינו הקדוש געזאגט מיט וואונדער: "עֲדַיִן יֶשׁ מִזַּרְעוֹ בָּעוֹלָם", ער האט נאך קינדער דא אויף די וועלט? עס שטייט דאך (איוב יח, יט): "לֹא נִין לוֹ וְלֹא נֶכֶד בְּעַמּוֹ וְאֵין שָׂרִיד בִּמְגוּרָיו", עס וועט נישט בלייבן קיין קינדער און אייניקלעך פון א רשע, האט זי געבעטן: "זְכֹר לְתוֹרָתוֹ וְאַל תִּזְכֹּר מַעֲשָׂיו", איך בעט דעם רבי'ן זאל געדענקען די תורה וואס ער האט געלערנט און נישט זיינע שלעכטע מעשים. ווען זי האט דאס ארויסגעזאגט איז אראפגעקומען א פייער פון הימל און פארברענט דאס בענקל פון רבינו הקדוש, זיך אנצונעמען פאר אים, האט רבינו הקודש זייער געוויינט און געזאגט: "וּמַה לַמִתְגַנִין בָּהּ כַּךְ, לַמִשְׁתַּבְּחִין בָּהּ עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", מה-דאך ווען א רשע לערנט תורה קומט די תורה און נעמט זיך אן פאר אים, איז דאך אודאי און אודאי ווען אן ערליכער איד וואס גלייבט אינעם אייבערשטן לערנט תורה - וועט זיך זיכער די תורה אננעמען פאר אים.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און שכל, זיך גרייטן פאר קבלת התורה


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4824 - מנהגים פון יום טוב שבועות
מנהגים, יום טוב, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבועות ביינאכט איז א גרויסע זאך צו אויפבלייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, מען קען זוכה זיין צו גאר גרויסע זאכן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, סיי פון תורה, סיי פון נביאים און סיי פון כתובים, און נאכדעם זאל מען זאגן די תרי"ג מצוות, און אז עס בלייבט צייט - זאל מען גיין התבודדות, און פארן עלות השחר גייט מען אין מקוה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן נו, אות ז) זיך טובל'ן אין מקוה שבועות פארטאגס, פארן עלות - איז זייער גרויס; אין קבלה שפראך איז דאס 'שער נ', חסד עליון ורחמים גדולים.


געב אכטונג נישט צו פארברענגען אין אזא הייליגע נאכט - די צייט, און זיכער נישט צוקומען צו חילול יום טוב, רייכערן ציגארעטלעך, ווייל די נאכט איז זייער גרויס. דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי חג השבועות, דרוש א): "וכל מי שלא ישן בלילה הזה כלל, אפילו רגע אחד", ווער עס דרימלט נישט די נאכט פאר קיין איין רגע נישט, "ויהי' עוסק בתורה כל הלילה", און ער וועט זיין פארנומען צו לערנען די הייליגע תורה, "מובטח לו שישלים שנתו", קען זיין זיכער ער וועט אויסלעבן די יאר, "ולא יארע לו שום נזק בשנה ההיא", און עס וועט אים נישט פאסירן קיין שום שלעכטס די גאנצע יאר, און דער צדיק רבי חיים פלאג'י זכותו יגן עלינו זאגט (מועד לכל חי סימן ח', אות טז) מען איז זוכה "לבנים ובני בנים תלמידי חכמים, ועושה תיקון לשכינה, ומתקן מה שפגם בעיניו".


על פי האריז"ל שערט מען זיך נישט אפ די האר ביז ערב שבועות (עיין שערי תשובה אורח חיים סימן תצג, סעיף קטן ח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4823 - די שידוך מיט'ן אייבערשטן דארף אנהאלטן
עבודת השם, לימוד התורה, דרך הלימוד, שבועות

בעזרת ה' יתברך


                 יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט א גרויסע חתונה די וואך, די שמחה ווערט גרעסער און גרעסער, מען גייט זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי. ביי אונז פירט מען זיך צו ליינען דעם ערשטן טאג שבועות - די תנאים, און דעם צווייטן טאג שבועות ליינען מיר די כתובה; ווי מיר אידישע קינדער בינדן זיך צו לעבן א גאנץ לעבן נאר מיט די תורה, נאר מיטן אייבערשטן.


די זאך איז נאר, מען דארף זען די שידוך זאל אנהאלטן, עס זאל זיין א קשר של קיימא. דער רבי האט א וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען בלייבן א גאנץ יאר און א גאנץ לעבן - צוגעקלעבט צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה, דער רבי האט א וועג פאר יעדן איינעם צו לערנען תורה. דער רבי זאגט, איך קען ווייזן פארן גרויסן למדן אז ער פארשטייט נישט קיין לערנען, און פארן קלענסטן מענטש - אז ער קען יא לערנען.


קוק אריין אין רבינ'ס ווערטער - וועסטו זען אז עס איז דא פאר דיר אויך א וועג צו לערנען, און דו וועסט קענען אנהאלטן דיינע רצונות און קבלות פון יום טוב שבועות פאר א גאנץ יאר; וועסט האבן א וועג צו לערנען אפילו אן פארשטיין, אפילו אן געדענקען, אפילו אן קיין חברותא.


דא האסטו די הייליגע ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל - וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4822 - אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב, זאלסטו ענדערש תשובה טון
תפילה והתבודדות, שלום בית, תשובה, ראש ישיבה, יום טוב, עונשים

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב און זאגן אז זי איז דער פראבלעם - זאלסטו ענדערש תשובה טון. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער, ווען א מענטש איז פוגם בדיבור, ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה, ער זינדיגט און טוט עבירות - ליידט ער נאכדעם פון מענטשן".


גיי אין א ווינקל, זוך א פלאץ וואו קיינער זעט נישט וואס דו טוסט, און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה; וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיטן אייבערשטן - וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין - דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.


איך וועל זיין אם ירצה ה' שבועות אין שטעטל. איך האב איינגעטיילט די ימים טובים; פסח און שבועות בין איך דארט, און חודש תשרי בין איך אין שטאט. איך גיי אהין ווייל איך דארף זיי אויך מחזק זיין, אבער נישט אז אלע דארפן אהין קומען. מאך נישט דא קיין חסידות, דו דארפסט נישט איבערדרייען דיין גאנצע שטוב צו קומען, עס פעלט בכלל נישט אויס צו קומען. דער עיקר איז, וואו מען איז - זאל מען פרובירן דאווענען מיט אנשי שלומינו און מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4821 - עס לוינט זיך אלעס אבי צו קענען א טובה טון פאר א איד
זיכוי הרבים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אייער הייליגע ארבעט. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען אז עס לוינט פאר א נשמה אראפצוקומען אויף די וועלט פאר זיבעציג יאר און עס זאל זיך טון מיט איר וואס זאל נאר זיין, אבי צו קענען א טובה טון פאר א איד, און כל שכן וקל וחומר ווען מען קען א טובה טון פאר א איד; אים מחזק זיין, אריינבלאזן א האפענונג, א גייסט – צו וועלן לעבן.


איר דארפט יעדן טאג טאנצן פאר שמחה אז איר האט אזא גרויסע זכות פון זיין א מזכה את הרבים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און נחת פון אייערע דורות.


 

#4820 - איך וויל נעמען מיין זון קיין אומאן פאר די זיבן יאר
קינדער, חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך מיר א טובה, מאך מיר א פאספארט פאר מיין זון יוסף, ער ווערט קומענדיגע יאר זיבן יאר, איך וויל אים מיטנעמען מיט מיר די יאר קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף האב איך גענומען אלע מיינע קינדער ביז אהער קיין אומאן איידער די זיבן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויל איך ווייטער אזוי טון, ווייל דער רבי האט מבטיח געווען, אויב וועט מען ברענגען צו אים א קינד איידער די זיבן יאר - וועט דער קינד גיין צו זיין חתונה מיט א ריינעם העמד, דאס מיינט מען ריין אן קיין פגמים.


יעצט נעמט זייער לאנג צוריק צו באקומען א פאספארט, מען דארף דאס מאכן אויפ'ן שנעלן וועג.


לאז מיר וויסן ווען מיין אפוינטמענט איז.


יישר כח


 

#4819 - א בלאט גמרא וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק
שמירת עינים, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין; דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו זיך היטן דיינע אויגן אין גאס, וועסטו האבן א גוט לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.


 

#4818 - כאפ זיך אן אין די הייליגע תורה
לימוד התורה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


כאפ זיך אן אין די הייליגע תורה, לערן יעדן טאג די הייליגע גמרא, לכל הפחות א בלאט גמרא בכל יום, און זיי שטארק מיט אמונה. זארג נישט, דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


פון דיין ראש ישיבה


 

#4817 - די הייליגע גמרא וועט דיר עפענען די טירן פון גן עדן
גמרא, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קוק נישט אויב דו פארשטייסט יא אדער נישט, דו לערן כסדרן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו).


די הייליגע גמרא וועט דיר עפענען די טירן פון גן עדן, וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר.


פון דיין ראש ישיבה


 

#4816 - לערן די מסכתא, חזר דאס איבער הונדערט און איין מאל
סיום, גמרא

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


לערן די מסכתא, חזר דאס איבער הונדערט און איין מאל.


איך בעט זייער דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר דיר ..., דו זאלסט דיין גאנץ לעבן לערנען און דאווענען און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


פון דיין טאטע וואס האט דיך זייער ליב.


 

#4815 - נישטא קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער, אין א אידישע שטוב
חינוך הילדים, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


                 יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך זאג דיר נאכאמאל, נעם נישט אריין אין דיין שטוב קיין טעלעפאן, לאז דיין שטוב זיין ריין און הייליג, עס זאל זיך ציען ערליכע דורות.


דארפסט א טעלעפאן פאר פרנסה? דארפסט אינטערנעט פאר פרנסה? מען קען האבן א טעלעפאן פאר פרנסה, מען קען האבן אינטערנעט פאר פרנסה - אבער אין א אידישע שטוב טאר נישט אריינקומען קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער.


איך וועל ווייטער זאגן און שרייבן דעם אמת, אפילו איך וועל בלייבן אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4814 - אנהאלטן אלע גוטע זאכן פון יום טוב שבועות
רצונות, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, ארץ ישראל, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, איך בין געווען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ; איך האב הנאה געהאט צו זיין דארט יעדע איינציגע מינוט.


יעצט דארף מען זיך שטארקן אנצוהאלטן אלע גוטע זאכן. יום טוב שבועות האבן מיר זייער געבענקט צום אייבערשטן און צו די תורה, יעצט דארף מען אנהאלטן דאס בענקען, ווייטער בענקען צום אייבערשטן, בענקען צו די תורה און צו אלע הייליגע זאכן.


דער עיקר דארף מען בענקען, וועלן און האפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף זיין מחותן, הרב הצדיק מוואלטשיסק זכר צדיק לברכה, וואס האט פערציג יאר געבענקט צו אנקומען קיין ארץ ישראל, און ווען דער חמעלניקער רב (אויך א מחותן פון רבי'ן) האט דאס געהערט - האט ער געזאגט: "וואס דארף מען זיך בענקען? אויב וויל מען פארן עפנט מען די בערזל, מען נעמט געלט און מען פארט".


ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "דער מחותן פון וואלטשיסק וועט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דער מחותן חמעלניקער רב - נישט", ווייל דער עיקר איז דאס בענקען, וועלן און האפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4813 - מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן
חסידות ברסלב, עבודת השם, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, מיר שטארקן זיך מיט זיינע עצות און חיזוק. אז מען קוקט מיט אן אמת'ן אויג, זעט מען באשיינפערליך וואס פאסירט ווען מען פאלגט דעם רבי'ן. עס גייט אריבער א קורצע צייט און דער מענטש הויבט אן לערנען מקרא, משנה, גמרא און נאך, מען הויבט אן דאווענען און זיך מתבודד זיין, מען הויבט אן טראכטן פון תכלית.


אמאל האט איינער געפרעגט א ברסלב'ער חסיד: "אמת, מוהרא"ש האט מיך ארויסגענומען פון שאול תחתית און געמאכט פאר א איד, אפשר יעצט איז צייט צו זוכן אנדערע וכו' זאלן מיר טראגן צו נאך העכערע דרגות?" האט דער ברסלב'ער חסיד געזאגט: "אז מוהרא"ש האט דיך געקענט מאכן פון נישט תפילין - יא תפילין, פון נישט תורה, פון נישט תפילה - צו לערנען און דאווענען - וועט ער דיך זיכער טראגן צו די העכסטע פלעצער", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי", ווער עס וועט מיך פאלגן, "וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה", און טון אלעס וואס איך זאג, "בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל", וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק, "יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", זאל זיין וואס זאל נאר זיין.


אשרינו מה טוב חלקינו.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.


 

#4812 - שמועס מיטן אייבערשטן, וועסטו גוט שפירן און וועסט ווערן פרייליך
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער נאך דיר, שוין א לאנגע צייט האב איך נישט געהערט פון דיר, איך האף אלעס איז גוט ביי דיר.


איך האף צום אייבערשטן אז דו לערנסט נאך, דו האסט נאך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא ועוד, די אלע דרשות וואס דו האסט געהערט אין ישיבה שפילט נאך אין דיין קאפ.


ליבער ברודער, גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן. בעט אים דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך. שמועס מיטן אייבערשטן אין דיין שפראך, וועסטו זיך אזוי גוט שפירן, וועסט ווערן אזוי פרייליך.


א גוט יום טוב.


 

#4811 - גיי א טענצל מיט דיינע קינדער
שמחה, חינוך הילדים, אידישע שטוב, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך און זיי פרייליך. עס וואלט געווען א גוטע זאך זאלסט אלע טאג טאנצן; גיי א טענצל מיט דיינע קינדער, יעדן פארנאכטס און אינדערפרי טאנץ מיט זיי מיט שמחה; עס איז זייער געזונט, סיי פאר אונז און זיכער פאר קינדער - צו טאנצן און זיין פרייליך.


מען קען אסאך גרינגער מחנך זיין די קינדער ווען עס הערשט א שמחה אין שטוב, ווען מען זינגט און טאנצט מיט גוטע לעבעדיגע מוזיק; עס עפנט זיך דער מח און די הארץ, עס איז גרינגער אלעס צו מקבל זיין.


איך שרייב דיר נאר די זאכן וואס איך אליינס טו, עס איז בדוק ומנוסה.


 

#4810 - לערנען אין שטוב דיקא יעדן אויפדערנאכט
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, אידישע שטוב, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין און אויפוועקן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט דיינע שיעורים כסדרן, סיי אין מקרא - לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום לויט די טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. סיי מיט משנה - לערנען יעדן טאג כמה פרקים משניות, און ועל כולם גמרא - לערנען סיי דעם בלאט גמרא פונעם טאג, און סיי א שיעור אין ש"ס כסדרן.


טייערער ברודער, אז דו וועסט זיך קובע זיין צו לערנען אין שטוב דיקא יעדן אויפדערנאכט - וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן. סיי דו וועסט ווערן מער פרייליך; עכט פרייליך. סיי דיין שלום בית; דיין ווייב וועט זיך פרייען דיך צו זען לערנען, ווי איידער שפילן מיט אפגעריסענעם טעלעפאן, ווי שטיין און קוקן אומבא'טעמ'טע סטעטוס. סיי דיינע קינדער וועלן וואקסן מיט יראת שמים.


פרוביר עס אויס, וועסט אנהויבן שפירן א גוטע טעם אין לעבן, וועסט אינדזשויען יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.


 

#4809 - זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען
בית המדרש, לימוד התורה, דאווענען, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד דעם הייליגן יום טוב שבועות זאלסטו זיך מקבל זיין צוויי זאכן:


איינס, גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות.


צוויי, לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ליבער ברודער, זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האב דיך זייער ליב.


 

#4808 - היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער
היכל הקודש, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל ווייטער האבן מיט דיר א נאנטע קשר, עס איז גוט סיי פאר מיר און אויך פאר דיר - מיר זאלן בלייבן ווייטער נאנט.


זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז די שכל וואס מוהרא"ש לערנט אין די טויזנטער בריוו און אין די טויזנטער ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיינע וועגן, און זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.