בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4782 - העלפן א מאמע שטערט נישט די שלום בית
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין וואס מער העלפן איר מאמע תחי', און טראכט נישט פאר איין מינוט אז העלפן א מאמע שטערט פאר שלום בית און אז עס שטערט פון די שטוב ארבעט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (מסכת פאה א, א) בזכות כיבוד אב ואם אדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא; מען פארלירט גארנישט, מען באקומט נאר.


שטארק דיין ווייב, מאך איר נישט שוואך, זאג איר ווי גרויס איר זכות איז, ווי חשוב און טייער זי איז אז זי פארט צו איר מאמע דריי מאל א וואך און זי העלפט איר מיט די שטוב ארבעט. איך זאג דיר איך בין מקנא איר זכות און דיין זכות פארן איר מחזק זיין און איר העלפן מיט א וועג, און אזוי ווייטער.


מיר - אין אפאר יאר ארום - וועלן זיין פון די עלטערע וואס וועלן ווארטן 'ווען וועט א קינד קומען זיך באווייזן...?' 'ווען וועט אן אייניקל קומען זיך אראפבייגן מיר אנטון די שטרומפ...?'


 

#4781 - מנהגי בית המדרש אום יום טוב שבועות
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, השם עליהם יחיו


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען מעריב אויף זמן רבינו תם. דער עיקר זאל מען נישט מאכן קידוש אין שטוב איידער זמן רבינו תם, כדי עס זאל זיין שבע שבתות תמימות, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (ריש סימן תצד).


ביי אונז פירט מען זיך נישט צו זאגן די פיוטים פון מערבית.


מיר זינגען ביי מערבית "אהבת עולם" וכו'.


(שבועות ביינאכט זאגן מיר אינאיינעם די תיקון ליל שבועות, איינער זאגט פאר הויך אויפן קול און אלע זאגן מיט אינאיינעם. מיר זינגען הארציגע ניגונים צווישן תורה און נביאים, צווישן נביאים און כתובים און צווישן כתובים און די תרי"ג מצוות. אזוי אויך, נאך יעדע הונדערט מצוות זינגען מיר שיינע הארציגע אידישע ניגונים.


נאכן תיקון אז עס איז נאך דא צייט - טאנצן מיר אינאיינעם).


יום טוב אינדערפרי ביי שחרית זינגען מיר די ברכה פון "אהבה רבה" מיטן ניגון פון דעם צדיק רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו.


ביי שחרית די ערשטע טאג; אויב מען דאווענט וותיקין זאגט מען נישט יוצרות, און אז מען דאווענט נישט וותיקין זאגט מען יא די יוצרות, אבער מען זאגט נישט דעם פיוט - פון "וּבְכֵן ה' קָנָנִי רֵאשִׁית דַּרְכּוֹ" - ביז "וּבְכֵן וַיֵּרֶד משֶׁה" וכו'. אויך זאגן מיר נישט די לאנגע פיוט פאר קדושה.


מען רופט אויס כהן און איידער ער איז עולה זאגט מען די אקדמות מיטן זיסן באקאנטן ניגון וואס דער הייליגער רבי האט באוואונדערט (שיחות הר"ן, סימן רנו).


מיר פירן זיך צו ליינען דעם ערשטן טאג שבועות צווישן מנחה און מעריב דעם שטר אירוסין ותנאים, און דעם צווייטן טאג - די כתובה צווישן אידישע קינדער און אבינו שבשמים, וואס דער הייליגער צדיק רבי ישראל נאג'רה זכר צדיק לברכה האט מחבר געווען. מען זינגט שיינע ניגונים און מען רעדט פון הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק.


פאר די בני ארץ ישראל וואס האבן נאר איין טאג יום טוב; די יאר וואס מען גייט אריין פון יום טוב צו שבת קודש - זאגט מען נישט די גאנצע קבלת שבת, מען הויבט אן מיט "באו ונצא לקראת כלה" וכו', "מזמור לדוד" וכו', "לכה דודי" וכו', "לא תבשו" וכו' און אזוי ווייטער, און מען לאזט אויס "כגוונא".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4780 - דער אייבערשטער האט אינזין אויך דעם קליינעם ווערעמל
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז דו האסט געטראפן א נייעם מעלער זאל מאלן די בילדער פאר די קינדער עצתו אמונה. ביי מיר איז וויכטיגער די קינדער עצתו אמונה, ווייל קינדער - אז דו לייגסט אין זיי אריין אמונה און יראת שמים - נעמען זיי דאס אן שטערקער און ריינער, און דער רבי האט דאך אונז געזאגט מיר זאלן רעדן צו די קינדער און זיי לאזן וויסן אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט אונז און קען אונז העלפן (שיחות הר"ן, סימן רט).


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי דער בעל שם טוב שפאצירט מיט צוויי תלמידים און אויף דער ערד ליגט א ווארעם (ער זאל מאכן דעם ווארעם גרויס און אינטערעסאנט, ווייל קינדער זוכן אין די בילדער - בעלי חיים, און דאס רעדט צו זיי מער פון אלעס), וואס עסט א בלעטל, און דער בעל שם טוב ווייזט מיט די האנט אויפן ווארעם.


דא האסטו די מעשה מיטן בלעטל אזוי ווי מיר האבן דאס געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו:


טייערע קינדער, מיר האבן שוין א לאנגע צייט נישט דערציילט מעשיות, מיר האבן געזוכט א גוטער מעלער וואס וועט מאלן שיינע בילדער. יעצט נאך אסאך תפילות האבן מיר געפונען א געלונגענע מעלער וואס וועט אייך מאלן שיינע בילדער; וועלן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף דערציילן מעשיות וואס וועט אייך דערנענטערן צום אייבערשטן.


"אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא קיין שום זאך וואס פאסירט אליינס"; די ווערטער חזר'ט דער הייליגער בעל שם טוב נאכאמאל און נאכאמאל. ער שפאצירט מיט זיינע תלמידים און זאגט איבער די ווערטער נאכאמאל און נאכמאל: "וואס מען זעט און וואס עס פאסירט, אלעס, אלעס איז דער איבערשטער, אלעס איז אנגעשריבן פון הימל, אלעס רופט מען אויס אין הימל; אפילו א שטרוי וואס פאלט פון וואגן און אפילו א פייגל וואס ווערט פארכאפט אינעם נעץ, אלעס איז דער אייבערשטער".


די זון שיינט, עס איז היינט א שיינע וועטער, א שיינע בלויע הימל, עס צעבלאזט זיך א קילע ווינטל און עס פאלן בלעטלעך פון בוים. דער הייליגער בעל שם טוב אטעמט אריין די פרישע לופט און שרייט אויס הויך: "שכוח אייבערשטער פאר די פרישע לופט", אלע תלמידים זאגן נאך שטילערהייט: "שכוח אייבערשטער פאר די פרישע לופט", דער בעל שם טוב זאגט נאכאמאל: "טייערע תלמידים, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, אפילו א בלעטל פאלט נישט אראפ פון בוים אן קיין חשבון, נאר אז דער אייבערשטער זאגט עס זאל אראפפאלן".


די תלמידים טראכטן, ווי קען דאס זיין? איז דאס טאקע אזוי? א בלעטל פאלט נישט פון בוים סתם אזוי? "רבי, געבט אונז צו פארשטיין - זאגט א דרייסטער תלמיד - איז דאס טאקע אזוי, אז די בלעטלעך פאלן אראפ פון בוים מיט א חשבון? וואס פאר א חשבון איז דא מיט בלעטלעך? וועם אינטערעסירט וואו די בלעטלעך פאלן?"


דער הייליגער בעל שם טוב זאגט: "קומט מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן עפעס גאר אינטערעסאנט". דער בעל שם טוב שפאצירט ווייטער, ער שטעלט זיך אפ און זאגט פאר די תלמידים: "דא ליגט אן הונגעריגע ווערעמל וואס זוכט עסן און טרעפט נישט, דאס ווערעמל האט נישט קיין כח צו קריכן, זי בעט דעם אייבערשטן 'הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר עפעס עסן', מאכט דער אייבערשטער עס זאל בלאזן א ווינט און א בלעטל פאלט אראפ פון בוים און דער ווינט טראגט עס ביזן ווארעם און די ווארעם דרייט איין דאס בלעטל און זאגט 'שכוח אייבערשטער'".


טייערע קינדער, אויב מען צעקלאפט זיך, אדער מען צעקלעמט זיך, אדער עפעס פאסירט - ווייסן מיר אלע אז אלעס איז פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4779 - קיינער קען נישט זיין אין שול ווען די קינדער זענען דארט
חינוך הילדים, מוסדות, בית המדרש, חדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


כל זמן די חדר איז אין שול - זאלסטו פארשפארן דעם שול, און קיינער קען נישט זיין אין שול - אין די צייט ווען די קינדער זענען דארט; א חדר מיט א שול גייט נישט אינאיינעם.


איך שרייב דיר דאס ווייל אנשי שלומינו שרייבן מיר איך זאל דיר זאגן זאלסט יא לאזן אריינקומען אין שול, זיי זוכן אינמיטן טאג א שטילע ווינקל וואו צו לערנען און זיך מתבודד זיין; וויל איך דיר זאגן, זייער גוט טוסטו, זאלסט ווייטער אזוי טון - ביז מען וועט אפטיילן די חדר פונעם שול.


געב אכטונג אויף די קינדער ווי מען געבט אכטונג אויפן שווארץ אפפעל פון אויג.


א גוט שבת.


 

#4778 - איך וועל נישט נעמען קינדער אין מוסד, אויב איז דא ביי זיי שעדליכע כלים
חינוך הילדים, מוסדות, סמארטפאון, אומאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האב איך געדארפט ענדיגן די שיעור ממש ביים אנהויב שיעור, ווייל מיר זענען אריין אין א שמועס פון די שעדליכקייט פון האבן א סמארטפאון מיט זיך און דאס אהיים ברענגען אין שטוב, איך האב געשפירט ווי איך צופלאץ זיך אין א געוויין, איך האב געמוזט אויפהערן רעדן, די ערשטע מאל איך האב אזוינס.


איך וויל מודיע זיין אז איך האב מיך בארעכנט, איך וועל נישט נעמען אין אונזער בנין אין אומאן שלאפן די וואס האבן א סמארטפאון. דאווענען יום טוב - וועלן אלע קענען קומען, אבער שלאפן - וועל איך נישט נעמען. איך האב גערעדט צו יחזקאל סאמעט ער זאל צוריק געבן די געלט פאר אלע וואס האבן שוין באשטעלט און גענומען א צימער.


אזוי אויך וועל איך נישט צוריק נעמען קומענדיגע יאר אין די מוסד די קינדער וואס די עלטערן האבן אין שטוב די שעדליכע זאכן.


איך זאג עס יעצט און איך מיין עס זייער ערנסט.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל האבן כח צו קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש איך וועל טון.


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל נישט צאמברעכן.


א גוט שבת.


 

#4777 - ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן מכבד צו זיין די ווייב
שלום בית, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען. פארציילט די גמרא, רב האט געפרעגט פון רבי חייא: "הָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", זי איז דאך דיר מצער, פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן? האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


לייג דיר אוועק דעם קליינעם בריוו, און ווען עס ווערט דיר שווער אין שטוב זאלסטו איבערגיין וואס שטייט דא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.


 

#4776 - איר זאלט שפילן מיט די וואס ווילן שפילן מיט אייך
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו די טייערע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לאכט זיך אויס, מאכט זיך נישט וויסנדיג. געדענקט דעם כלל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: 'אויב איינער וויל מיך נישט - דארף איך אים טויזנט מאל נישט'. אויב די שכנים מיידלעך ווילן נישט שפילן מיט אייך - זאלט איר זיך נישט צוטון מאכן פון דעם, איר זאלט שפילן מיט אלעמען, איר זאלט שפילן מיט די וואס ווילן שפילן מיט אייך.


איר קענט שפילן מיט יונגערע קינדער, מיט די אלע וואס מאכן נישט קיין מחלוקות.


העלפט אייער מאמע, איר האט זייער א טייערע מאמע, אייערע עלטערן זענען זייער טייער.


אויך הער איך פון די מנהלת תחי' אויף אייך זייער שיינע זאכן, איר זענט פון די קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ, איר זענט צופרידן מיט אלעס וואס מען מאכט אין סקול, איר רעדט זיך נישט אפ.


יישר כח פאר אייער גוטע אויפפירונג, איר מאכט מיר נחת.


 

#4775 - א מאן וואס לערנט און האט יראת שמים, איז מער ווי קליידער און צירונג
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט זוכה געווען צו א מאן וואס לערנט און וויל זיין גאנץ לעבן נאר לערנען - זאלט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן און דאס זייער שעצן.


עס איז כדאי צו לעבן מער אויף די פשוט'ע זייט. א מאן וואס לערנט און פירט זיך מיט יראת שמים - איז מער ווי קליידער און צירונג; אין אנהויב איז טאקע שווער, עס איז נישטא געלט פאר זאכן וואס מען דארף, אבער ביים סוף ווערט זייער זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4774 - שיקט אין אן ערליכע מוסד, עס איז נישט קיין סתירה מיט היכל הקודש
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שיקט אייער טאכטער אין די ... שולע, געבט פאר אייערע קינדער דאס בעסטע חינוך; ... איז זייער א גוטע מוסד און זייער א גוטע חינוך. לייגט נישט אייער טאכטער אין סתם אבי א מוסד, די אלע וואס זוכן מער ליבעראלע מוסדות פאר זייערע קינדער - שפעטער האט מען זייער חרטה, שפעטער קומען די טעכטער מיט השגות וואס מען ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך.


עס איז נישט קיין סתירה מיט היכל הקודש. דעם רבינ'ס לימודים גייט מיט אלע ערליכע קהילות בישראל, דער רבי איז אונז מחזק מיר זאלן נישט אויפגעבן ווען מען זעט אז עס גייט נישט, ווען מען פאלט, דעם רבינ'ס לימוד איז בכלל נישט קיין סתירה מיט די ערליכע קהילות.


איך האב אסאך משפחה וואס שיקן אין דעם מוסד. מיין ווייב'ס זיידע איז געווען א פלאם פייערדיגער בעלזער חסיד, ער האט קינדער יראים ושלמים וואס שיקן אין די מוסד, עס איז גאר א גוטער מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4773 - די ליל שישי שיעור זאל נישט שטערן די צענטעראלע מנין מנחה מעריב
שטעטל, דרשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


היות די וועכנטליכע ליל שישי שיעור קומט אויס אין די צייט וואס מען דאווענט מנחה מעריב און עס שטערט די צענטעראלע מנין מנחה מעריב - וועט מען מאכן א טויש מיטן ליל שישי שיעור. מען וועט מער נישט קענען מיט האלטן די שיעור אין בית המדרש, אין שול וועט מען דאווענען מנחה מעריב. די שיעור וועט פארקומען יעדן ליל שישי אין 'היכל ראזענבערג' אום ניין אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4772 - עס איז נאריש צו רעדן ביי די בעשאו וואו מען גייט שיקן די קינדער
שידוכים, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט וואס מיט דיר איז געשען, וואס דארפסטו יעצט ביי די בעשאו רעדן וואו צו שיקן די קינדער, אין וועלכע מוסד? עס איז דאך נאכנישט דא קיין קינדער, עס איז נאכנישט דא קיין שידוך; איז לאכעדיג צו רעדן יעצט וואו צו שיקן די קינדער.


וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט דיר? וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט דיין ווייב?! וויפיל בחורים האבן געברענט פארן רבי'ן און נאך די חתנה זענען זיי פארשווינדן געווארן? און פארקערט, וויפיל כלות האבן זיך אויסגענומען ביי די בעשאו אז מען גייט נישט האבן מיט ברסלב און היינט זענען זיי לערערינס ביים רבי'ן, זיי זענען מדריך אנדערע מיט די עצות פון רבי'ן?


דערמאנסט מיך א מעשה, א איד קומט אהיים און זאגט מיט שמחה ער האט געקויפט א גורל וואס מען קען געווינען א קאר. עס איז געווארן פרייליך אין שטוב, אלע האבן אנגעהויבן טאנצן פאר שמחה, טאטי האט שוין כמעט א קאר, מען האט אנגעהויבן רעדן פונעם קאר, וואו מען גייט אלץ פארן און וואו מען וועט אלץ גיין, ביז עס האט אויסגעבראכן א קריג צווישן די קינדער ווער עס באקומט די זיץ נעבן די פענסטער, די קינדער האבן אנגעהויבן טענה'ען, ביז מען האט אנגעהויבן נוצן הענט, מיט וויינען און געשרייען, דער טאטע האט זיך אויפגערעגט און געשריגן הויך: "איך צייל ביז דריי, יעדער גייט ארויס פון קאר!" דער דמיון האט זיי אזוי ווייט געטראגן, ביז מען האט זיך שוין צעקריגט, איידער מען האט די קאר...


דו האסט נאכנישט קיין שידוך, ביזט אן איינזאמער מענטש, נאכנישט דא קיין קינדער, און יעצט טוסטו קלאפן אויפן טיש, שטעלסט אראפ א פוס אז דו גייסט שיקן די קינדער נאר אין ברסלב... נאר דער ראש ישיבה... נאר הפצה...; וואו איז דיין שכל?!


עס איז נאריש צו רעדן ביי די בעשאו וואו מען גייט שיקן די קינדער, מערסטענס קענסטו זאגן אז דו האסט חיזוק פון די שיעורים און דו ווילסט פארן ראש השנה קיין אומאן, און זאג קלאר אז דו וועסט פארן 'נאר אויב דו וועסט מסכים זיין, נאר מיט דיין ווילן'; רעד מיט שכל.


גיי צום שידוך מיט שמחה, און מיט חכמה און סבלנות וועסטו אלעס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4771 - זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, אפאר מינוט פאר די צייט
לערערין, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל היכל הקודש ירושלים


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק די מלמדים און די לערערינס זיי זאלן זיין צייטליך, מען קען נישט זיין א מלמד אויב מען קומט שפעט. (אז עס מאכט זיך אמאל אן אונס - איז איין זאך, אבער יום יום קומען שפעט - איז נישט גערעכט), ווי געלונגען דער מלמד זאל נאר זיין, ווי געלונגען די לערערין זאל זיין; זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד און א צווייטע לערערין וואס איז נישט אזוי געלונגען, און זיי וועלן מער מצליח זיין.


זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, צייטליך מיינט אפאר מינוט איידער מען דארף זיין, נאר אזוי וועט זיין הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4770 - נעם נישט קיין בחורים שלאפן ביי דיר אין שטוב
שלום בית, הכנסת אורחים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם נישט קיין בחורים שלאפן ביי דיר אין שטוב; דיין ווייב שרייבט מיר אז זי איז געווען איינגעשפארט א גאנץ שבת ווייל דו האסט אריינגענומען בחורים, זיי זענען געשלאפן ביז נאך חצות.


אפילו ווען מען דארף שוין יא נעמען געסט - האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן - ער זאל נעמען געסט וואס ער וועט זיי קענען מחזק זיין, געסט וואס ווייסן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט וואס לייגן זיך אן, שלאפן ביזן טאג אריין וכו' וכו'.


איך האב אויך געהאט אמאל בחורים שלאפן ביי מיר, ביז מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל נישט נעמען בחורים שלאפן ביי מיר. אומר ועושה, יענע נאכט האב איך געעפנט א דירה פאר בחורים צו שלאפן און מער נישט אריינגענומען בחורים צו שלאפן אין מיין דירה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4769 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.

#4768 - א מלמד און א לערערין דארפן זיין גוט אויסגערועט
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט וכו'; איך בעט דיר זייער זאלסט גיין שלאפן צייטליך און קומען צייטליך אין חדר, א מלמד מוז זיין גוט אויסגערוט, אז נישט בא'עוולה'ט ער די קינדער, אזוי אויך א לערערין מוז זיין גוט אויסגערוט.


דער מנהל יצחק נרו יאיר זאגט מיר, ער האט איין טאג געזען א קינד אינדרויסן פון כיתה, ער פרעגט דעם קינד: "וואס גייט פאר?" זאגט ער אז דער מלמד האט אים ארויסגעשיקט. דער קינד וויינט, ער זאגט: "איך האב נישט געטייטלט מיט די פינגער, איך האב געדארפט נעמען די ציצית איידער קריאת שמע, און דער מלמד האט מיך ארויסגעשיקט". דער מנהל האט זיך אביסל דערשראקן וואס גייט פאר, קודם האט ער גענומען דעם קינד אין דער זייט און אים געמאכט באשעפטיגט אין אפיס, שפעטער טרעפט ער דיך און ער פרעגט דיר: "ווען ביסטו געגאנגען שלאפן?" זאגסטו דעם אמת: "זייער שפעט", האט דער מנהל געזאגט, יעצט שטימט שוין אלעס; ווייל אז מען גייט שלאפן שפעט איז יעדע קליינע זאך וואס מען זעט ביי די קינדער - געפערליך.


איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן צייטליך און עס גוט צו דער זעט, זאלסט זיין גוט פרייליך און גוט אויסגערוט; וועסטו זיין דער בעסטער מלמד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4767 - נישט אריינטרעטן אין א פלאץ וואו עס דרייען זיך לצים
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, לצנות

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אלעד


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט דאווענען אין א ברסלב'ער שול וואס איז נישט היכל הקודש, אדער נישט; דער ענטפער איז, עס ווענדט זיך אויב דארט איז דא לצים; אויב איז דא דארט לצים - זאלסטו נישט אריינטרעטן דארט, ווייל זיי וועלן דיך אפקילן פון רבי'ן, וועסט בלייבן אן אפגעפאטשטער מענטש; די וועלט וועסטו נישט האבן ווייל נאכן טועם זיין פון די אונגארישע וויין זעט מען אז די וועלט איז נישט, און יענע וועלט וועסטו נישט האבן - ווייל די לצנות, די גיפט וואס דו וועסט באקומען ביי זיי - וועט דיך נישט לאזן טון די עצות פון רבי'ן.


איך האב געזען במשך די יארן אין היכל הקודש טייערע אינגעלייט וואס האבן געלערנט פלייסיג די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיי האבן זיך מתבודד געווען, זיי זענען ארום געגאנגען מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, זייער פנים האט געשיינט און געפלאמט מיט א שטארקע דביקות; ביז עס איז אריין אין זיי לצנות, און היינט זענען זיי טויט, מען זעט אויף זייער פנים א טויטקייט.


לצנות איז זייער ביטער, זייער שרעקעדיג; מען הערט לצנות און מען קען מער נישט לעבן די תמימות'דיגע לעבן, מען קען מער נישט מקבל זיין די זיסע גוטע עצות.


אז עס איז אן ערנסטער פלאץ, עס זענען דארט נישטא פון די לצים - קענסטו דארט דאווענען, וועט דיר דאס נישט שאטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4766 - עס האט נישט מיט מיר, ער פאלגט מיך אויך נישט
כיבוד אב ואם, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב איבער דיין מאמע תחי' און אויך פאר די ישיבה - אז איך האב זיך געבעטן צו דיין ברודער ער זאל צוריק גיין אין ישיבה, ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיר. איך ווייס נישט וואס ער האט געוואלט פון מיר די אלע טעג אין מירון; ער איז געשטאנען טעג און נעכט אינדרויסן פון מיין אכסניא, איך האב אים געזאגט: "גיי אהיים, גיי אין ישיבה", ער האט מיך נישט אויסגעהערט.


זאג פאר די ישיבה אז דאס האט נישט מיט מיר, ער פאלגט מיך אויך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4765 - עס איז נארמאל אז קליינע קינדער זאלן נישט וועלן גיין אין חדר
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חדר

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט זיין באזארגט אז דיין קליין קינד - וואס דו האסט יעצט אנגעהויבן שיקן אין חדר - וויינט אינדערפרי, ער וויל נישט גיין אין חדר. אזוי גייט עס ביי רוב קינדער, אין אנהויב ווען מען שיקט זיי אין חדר - ווילן זיי נישט גיין, זיי וויינען, זיי פארפירן. א טייל בארואיגן זיך נאך אפאר טעג, און א טייל נעמט עס לענגער ביז זיי געוואוינען זיך צו.


געב אוועק יעדן טאג א שטיק צייט און בעט פאר דיינע קינדער; קיינער איז נישט פארזיכערט, מען דארף רחמי שמים מען זאל האבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4764 - איך שיק אויך נישט מיינע קינדער אין קעמפ
חינוך הילדים, קעמפ, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע שיקן דיין זון אין קעמפ וכו'; איך שיק אויך נישט מיינע קינדער אין קעמפ, איך טו נישט וואס מיינע קינדער ווילן, איך טו וואס איז ריכטיג, וואס מיר - די עלטערן פון די קינדער - האלטן אז עס איז ריכטיג, דאס טוען מיר; מיר מאכן נישט אונזערע החלטות לויט די טרערן פון די קינדער.


הלואי זאל דיין שטוב אויך זיין געזונט געבויט, נישט ווי די מאדערענע וועלט, אז די עלטערן טוען וואס די קינדער ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4763 - שמירט נישט די נעגל
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שמירט נישט די נעגל, בפרט יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב - איז זיכער נישט כדאי זיך שמירן די נעגל, אפילו עס איז נישט שייך חציצה וכו'; דאס וועט זיין א זכות פאר אייך צו האבן גרינג און מיט נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4762 - איינער דארף נעמען אחריות אז דער גליון זאל זיין גוט איבערגעטייטשט
הפצה, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


        יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם נייעם גליון פון חינוך וואס איינער האט איבערגעטייטשט אויף ענגליש; מען קען דאס נישט ארויסגעבן נאר אויב עס איז דא איינער פון אנשי שלומינו וואס גייט דאס איבער און נעמט אחריות אויף דעם אז עס איז גוט איבערגעטייטשט.


פארבינד זיך מיט קרן הדפסה, זיי וועלן אייך געבן נעמען ווער עס קען דאס איבערקוקן און זיכער מאכן עס זאל זיין ריכטיג איבערגעטייטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4761 - אכטונג געבן מען זאל נישט קענען קוקן מאוויס אינעם קיאסק
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א אינגערמאן זאגט מיר, זיין ווייב זיצט גאנצע נעכט אין אונזער קיאסק און קוקט מאוויס, און פארשטייט זיך אז מען איז אויף ביינאכט קוקן מאוויס - איז נישטא קיין מאמע, נישטא קיין ווייב, השם ישמרינו.


וואס קען מען טון אז אונזער קיאסק זאל זיין אפגעהיטן מיט א גוטע פילטער, מען זאל נישט קענען קוקן קיין עבירות? איך וויל אזוי שטארק אונזערע ווייבער, אונזערע קינדער - זאלן זיין הייליג און ריין.


איך בעט דיר זייער, שטיי על המשמר, געב אכט אויף אונזער פלאץ מען זאל נישט קענען קוקן קיין מאוויס.


אויך זאלסטו מאכן די קיאסק זייער באקוועם אז די אינגעלייט און ווייבער זאלן קענען אלעס באשטעלן און אלעס ערלעדיגן דארט, אזוי וועט מען נישט אריינברענגען אין שטוב דעם מלאך המוות; די קינדער, די לופט - וועט בלייבן ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4760 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4759 - מיט די חכמה פון א אידישע פרוי, וועט די שטוב ווערן א גן עדן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר אזוי דערפריידט, איך האב אזוי הנאה צו הערן אז איר טוט אלעס אויף די וועלט צו האלטן אייער שטוב, איר זענט שטארק מיט נישט לאזן דעם סמ"ך מ"ם צעברעכן אייער שטוב, און ווען אייער מאן טוט די זאכן צו טשעפען - מאכט איר זיך ווי איר כאפט נישט, איר שמייכלט ווייטער און איר נעמט עס נישט צום הארצן.


אז איר וועט זיך ווייטער אזוי פירן, איר וועט זיין די קלוגע און אים לאזן זיין דער גערעכטער - וועט איר זען ווי עס וועט זיין ניסים ביי אייך, אייער שטוב וועט ווערן א גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#4758 - די חיזוק יומי אויף ענגליש איז מחי' אזויפיל אידן
הפצה, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר וואונטשן א מזל טוב פאר די שמחה פון די בר מצוה פון דיין זון הבחור ... נרו יאיר. דער אייבערשטער זאל העלפן, דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת אינאיינעם פון אים און פון אלע קינדער.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער איבער טייטשן די חיזוק יומי אויף ענגליש. דאס איז מחי' אזויפיל אידן; קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחזק זיין א איד, כל שכן צוויי דריי, ווער רעדט פון הונדערטער אידן און טויזנטער אידן, וואס ווערן מחוזק פון די חיזוק יומי אויף ענגליש.


איך ווייס דער יצר הרע וועט זיך נעמען אויף דיר, ווייל ער קען נישט דערליידן די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער; דאך זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס איז מחזק נשמות ישראל. דו ווייסט אודאי די מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


א גוט שבת.