בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3721 - ווען דו זעסט א מחלוקת-פייער צינדט זיך אן, דערשטיק עס
מוסדות, הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום, סכנה, גמרא, גבאי, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט יעדן פרט; עס איז אזוי געשמאק צו זיין דא אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


אינדערפרי אום 8:00 לערן איך פאר דעם בלאט גמרא הונטערן בית המדרש, צווישן די ביימער. עס קומען אנשי שלומינו מיט האלטן דעם שיעור גמרא, עס איז א מחי', עס האט אלע טעמים. איך זאג פאר די אינגעלייט אז דאס איז טעם גן עדן, פרעגט מיך איינער: "דער ראש ישיבה איז שוין געווען אין גן עדן, צו זאגן אז דאס איז טעם גן עדן?" זאג איך אים: "איך מיין צו זאגן אז איך האף צו שפירן דעם טעם אין גן עדן; די טעם פון לערנען גמרא מיט אנשי שלומינו הונטער ביימער"; נישטא עפעס בעסערס.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די לעקטער ביי די פארקינג לאט; עס איז וויכטיג, ווייל מען זעט נישט קיין מענטשן און קארס פארן. בפרט מאנטאג נאכט ביי די פרויען צאמקום, איז א סכנה.


אויך אויב דו קענסט ארויפלייגן א ספרינג אויף די טירן אין ישיבה, ווייל עס ארבעט די עירקאנדישן, עס קאסט אזויפיל די לעקטער; עס איז ממש א שאד אידיש געלט.


נאך א וויכטיגע זאך; ברענג אריין צווישן אנשי שלומינו ליבשאפט. ווען דו זעסט א פייער צינדט זיך אן - גיס וואסער אדער ווארף זאמד, דערשטיק די פייער עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.


ווען אלע וואלטן אזוי געטון - וואלט גוט געווען; בפרט די וואס העלפן, די גבאים - די דארפן האלטן קאפ אויף דעם; דעמאלט וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#3720 - א טעלעפאן אן א פילטער איז זייער שרעקעדיג
תפילה והתבודדות, שידוכים, עבירות, טעלעפאן, פילטער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


יעצט איז אפאר מינוט פאר'ן זמן שבת קודש, איך האב געהערט אז דו האסט א טעלעפאן אן קיין פילטער.


עס טוט מיר אזוי וויי; איך האף דו וועסט זיך קענען שטארקן אויף דעם נסיון און דאס אוועקווארפן, ווייל טייערער ליבער ..., אויב מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות - פארלירט מען אלעס! מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


איך האב אזוי רחמנות אויף דיינע טייערע עלטערן, און איך האב רחמנות אויף דיר; איך קוק אזוי ארויס אז דו וועסט אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, יעצט אז דו האסט א טעלעפאן אן א פילטער - ווער ווייסט וואו דאס וועט דיר אוועקטראגן...


טייערער ... נרו יאיר, נעם די עצה פון רבי'ן, זיי זיך מתבודד; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר געבן כח צו זיין ערליך.


עס איז ממש א שאד, דו ביסט יעצט אין די יארן פון א שידוך, איך פרוביר דיר צו מאכן א שידוך, אבער אז דו האסט א טעלעפאן אן א פילטער - איז זייער שרעקעדיג, ווייל קודם פארלירט מען די געפיל צו רוחניות, צו דאווענען און לערנען, און נאכדעם פארלירט מען די געפיל צו אלעס, אפילו צו די וועלט; מען קען נישט לעבן מיט א ווייב, מען קען נישט ערציען קינדער, מען פארלירט אלעס.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ, איך ווארט זאלסט מיר ענטפערן; אדער קום רעדן מיט מיר, אדער בכתב.


א גוט שבת.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט צו זען נחת ביי דיר.

#3719 - מען דארף האבן נאך א בנין פאר די מוסדות אין שטעטל
צדקה, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן צאלן רענט פאר אלע אונזערע בנינים מידי חודש בחדשו; שוין לאנגע יארן וואס דו מיט ... נרו יאיר נעמען צוזאם צדקה, מעשר, חומש פון אנשי שלומינו - פאר די בנייני המוסד. מאכסט מיר גרינגער צו קענען עוסק זיין מיט די בחורים מיט ישוב הדעת.


יעצט וויל איך דיר בעטן, היות די מוסד אין קרית ברסלב האט זיך אזוי שנעל צואוואקסן, עס איז שוין נישטא קיין פלאץ אין 39 טשעסטנאט סטריט, מיר האבן געקויפט נאך א בנין פינקט אנטקעגן איבער די ערשטע בנין, ממש פאר בחנם, דרייסיג טויזנט דאלער, אבער מען דארף אריינלייגן לכל הפחות דריי הונדערט טויזנט דאלער.


אפשר ווילסטו האבן די זכות צאמצונעמען פאר דעם בנין צדקה פון אנשי שלומינו, אפשר איז דא וואס ווילן קויפן זכותים פון כיתות; ווייל איך מוז שוין יעצט ענדיגן די ארבעט, מיר מוזן האבן דעם בנין גרייט אויף דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ג הבא עלינו לטובה.


שטארק זיך, זיי שטארק מיט לימוד משניות וגמרא; דאס איז נצחיות, דאס איז וואס מען נעמט מיט.


אויך ערלעדיג מיר די האלטערס פאר די זילבערנע ה.


יישר כח

#3718 - שמחה היט פון עבירות
שמחה, עצבות, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


שלמה המלך זאגט (משלי טו, יג): "לֵב שָׂמֵחַ" א פרייליכע הארץ, "יֵיטִב פָּנִים" האט א שיינע פנים, א שיינע אויסזען, "וּבְעַצְּבַת לֵב" און א טרויעריגע הארץ, "רוּחַ נְכֵאָה" ווערט צעבראכן די גייסט.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס ער זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) שמחה היט דעם מענטש פון פגם הברית, און עצבות ווארפט אראפ אין עבירות; קען מען זאגן, "לֵב שָׂמֵחַ" - א פרייליכע הארץ, "יֵיטִב פָּנִים" - זעט אויס שיין; ווייל די שמחה היט אים פון עבירות. דער רבי זאגט (שם): "כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִֹמְחָה" ווען מען איז פרייליך, "אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית" היט דער אייבערשטער אליינס דעם מענטש פון פוגם זיין באות ברית קודש.


"וּבְעַצְּבַת לֵב" און אויב חס ושלום מען איז בעצבות ומרה שחורה, "רוּחַ נְכֵאָה" - פאלט מען אראפ, מען ווערט צעבראכן, מען איז פוגם בברית, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת" דער עיקר וואס מאכט דעם מענטש אראפפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז דורך עצבות.


וואויל איז דעם וואס פריידט זיך מיט זיינע גוטע מעשים, ער פריידט זיך אז ער איז א איד, ער איז דעם אייבערשטנ'ס א קינד; וועט זיין: "לֵב שָׂמֵחַ, יֵיטִב פָּנִים", והבן למעשה.

#3717 - עס זאל נישט זיין אין ישיבה קיין טרינקען אלקאהאל
שידוכים, ישיבה, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך הער יעצט זאגן אז דו האסט זיך גענומען צום ביטערן טראפ, עס זענען דא בחורים וואס טרינקען ברוינפן.


איך בעט דיר זייער, "אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם" (משלי א, טו), גיי נישט אויף די וועג, דו דארפסט א שידוך, דו דארפסט חתונה האבן; אין בית פיגא איז נישטא קיין תלמידות וואס ווילן א מאן א שיכור, ווער דארף א מאן א שיכור? ווער וויל אן איידעם א שיכור?!


איך האף אז דער בריוו וועט זיין גענוג, ווייל איך וועל טון אלעס אין די וועלט אז עס זאל נישט זיין אין ישיבה קיין טרינקען.

#3716 - נעמט די לעבן גרינג, נעמט נישט קיין פרעשור פון גארנישט
לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.


נעמט נישט קיין פרעשור פון גארנישט, נישט פון אייער מאן און נישט פון די קינדער, אז אייער מאן הייבט נישט אויף די טעלעפאן - זאלט איר נישט ווערן אנגעצויגן, און אז ער קומט נישט אהיים צייטליך - זאלט איר נישט האבן פרעשור און אריינגיין אין א שלעכטע גיסטע; טראכטס גוט און נעמט די לעבן גרינג.


אזוי אויך מיט די ארבעט; נעמט נישט קיין פרעשור, ווערט נישט היסטעריש פון גארנישט, ארבעטס לויט אייערע כוחות; וויפיל כח איר האט - אזוי זאלט איר ארבעטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב) פארוואס גייט פאר'ן מענטש פארקערט ווי ער וויל? ווייל ער וויל עפעס; וואלט ער גארנישט געוואלט, וואלט מען געוואלט נאר טון רצון השם - וואלט אלעס געגאנגען כסדר; די עצה איז בדוק ומנוסה פאר אלע וואס קרעכצן אז עס גייט זיי נישט, די גאנצע לעבן איז איין שטיק דורכפאל, דאס איז ווייל זיי לעבן נישט מיט אמונה; וואלט מען זיך איינגעבויגן דעם קאפ צום אייבערשטן, וואלט אלעס געגאנגען כסדר.

#3715 - אנשטאט זיך אויפצועסן, ענדערש חזר נאכאמאל די אמונה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחדשות, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב רחמנות אויף דיר, איך זע ווי דו גייסט איין, דו עסט זיך אויף, דו פירסט חשבונות מיט דעם, מיט יענעם; א שאד זיך אויפצועסן, א שאד זיך צו פייניגן. ענדערש זאלסטו חזר'ן די אמונה, חזר טאג און נאכט די ווערטער: "אלעס איז אייבערשטער", און "אייבערשטער איז אלעס"; קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, קיינער קען מיר נישט גוטס טון, אלעס איז פון הימל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", א מענטש צעקלעמט זיך נישט זיין פינגער, "אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה" - נאר אז מען רופט אויס אין הימל; איז דאך זיכער אז דיין טאטע, דיין מאמע, דיין משפחה, דיינע צרות ויסורים - איז אלעס דער אייבערשטער.


גלייב מיר, וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן און געגאנגען שרייען אין פעלד: "רבונו של עולם רחם עלי, רבונו של עולם ראטעווע מיר, האב רחמנות אויף מיר, איך בין פארכאפט ביי די נישט גוטע, איך האב מיט יעדן א חשבון, יעדער איז מיר שולדיג; וואס איז מיט מיר? ווען וועל איך שוין תשובה טון? וויסן און געדענקען אז עס איז גארנישט דא נאר דו אייבערשטער".


וואלסטו געמאכט התבודדות - וואלסטו שוין פון לאנג געווען א פרייליכער, און אלעס וואלט דיר גרינגער געווען.


ברודער, הויב אן פונדאסניי; איך טו דאס און אלעס איז מיר גוט.

#3714 - קום שבת אין שול מיט'ן שטריימל
חינוך הילדים, הפצה, שבת קודש, בית המדרש, בגדי שבת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


קום שבת אין שול מיט'ן שטריימל, אויך ביים אהיימגיין זאלסטו גיין אנגעטון מיט'ן שטריימל, און אויב עס איז דיר שווער צו גיין א לאנגע וועג - קענסטו דאווענען נעבן דיין שטוב. מיר האבן שוין היינט פינף בתי מדרשים אין שטעטל, ענדערש דאווען נעבן דיין שטוב און גיי אנגעטון מיט'ן שטריימל, ווי איידער זיך שלעפן די לאנגע וועג צו קומען הערן ספורי מעשיות און אויסטון די שבת'דיגע קליידער.


דורות רוקן זיך אוועק, אויב מען כאפט זיך אן, מען איז נישט משנה - וועלן די קינדער אויך בלייבן ערליך.


גיי הפצה, יעצט זומער זענען דא ארום די שטעטל צענדליגער טויזנטער משפחות וואס ווארטן איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי אויפווייזן אז זיי קענען נאך תשובה טון און אז דער אייבערשטער האט ליב זייערע מצוות.

#3713 - די עיקר עבודה פון א מענטש איז צו זיין פרייליך מיט גוטע זאכן
שמחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די עיקר עבודה פון א מענטש אויף די וועלט - איז זיין פרייליך; זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט תורה ומצוות.


דער סמ"ך מ"ם וכת דילי' זוכן אלע וועגן ווי אזוי צו צעברעכן דעם מענטש, און אונזער ארבעט איז ווי אזוי זיך צו שטארקן אויף זיי, און זיין פרייליך.


שטארקט זיך מיט אלע אייערע כוחות נאר זיין פרייליך.


 


 

#3712 - אז יענער וויל מיך נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט
שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


דער שידוך וואס איך האב אייך אנגעטראגן איז נישט אינטערעסאנט; איך האף איר וועט נישט ווערן צעבראכן, איך האף עס וועט ארויסקומען יעצט אייער העלדישקייט, אז איר גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן - זאל זיין וואס זאל זיין.


יעדער איינער אין היכל הקודש פון דער קלענסטער ביזן גרעסטער ווייסט וואס מוהרא"ש לערנט אונז: "ווער עס דארף מיר נישט - דארף איך אים טויזנט מאל נישט"; דאס האבן מיר געלערנט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ער האט אריינגעלייגט אין אונז אזא גרויסע שכל, מען זאל נישט נאכלויפן קיינעם, מען זאל זיין זיכער מיט זיך, און אז יענער וויל מיר - וויל איך יענעם, און אז יענער וויל מיך נישט - וויל איך אים טויזנט מאל נישט.


אזוי זאלט איר יעצט זאגן: 'אז יענער וויל מיר נישט - דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט'.


איך טראכט אסאך פון א גוטע שידוך פאר אייך, איך האף צו זיין אייער שדכן און בקרוב זענט איר א כלה, און גלייך נאכדעם וועט זיין די חתונה.


געבט א גוטע שלינג, שלינגט אראפ די זאך, און קלאפט ארויס פון קאפ דעם נאמען; זאגט מיר ווען איר זענט גרייט צו גיין ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3711 - די סקול זאל בלייבן היימיש און ווארעם, אפילו ווען ס'ווערט גרעסער
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן העלפט מיר זייער געטריי, ער העלפט מיר אן קיין אייגענע חשבונות; ער איז דא צו העלפן די מוסד וואס האט אים געהאלפן.


אויך איר זענט זייער א גוטע טיטשער, מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


ברענגט אריין אין די תלמידות - שמחה.


זעט אז די סקול זאל בלייבן היימיש, עס זאל בלייבן א סקול וואו יעדע מיידל איז א קינד - נישט א נומער. איך האף אז אפילו ווען מיר וועלן וואקסן, די מוסד ווערט גרעסער - וועט דאס בלייבן א ווארעמע פלאץ וואו מען ערציעט קינדער מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


גייט מיט איידעלע קליידער, זוכט נישט ארויסצושטארן פון אנדערע.


 

#3710 - זומער דארף מען מער טרינקען, נישט צו ווערן אויסגעטרוקנט
מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, נסיונות, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון סקול אז דו טוסט זייער א גוטע ארבעט, די קינדער זענען צופרידן.


איך האב נחת פון דיין מאן נרו יאיר. יעצט זומער זיצט ער מער אין ישיבה, איך האלט מיט פון דער נאנט זיין התמדת התורה, זיין יראת שמים און זיין גוטע הארץ. ער העלפט מיר זייער מיט די בחורים אין ישיבה, ער זארגט פאר זייער וואוילזיין.


שרייב מיר יעדע וואך וויפיל תהילים דו זאגסט. תהילים איז א טרינק, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; יעצט זומער ווען עס איז הייס, די נסיונות זענען גרויס - דארף מען מער טרינקען נישט צו ווערן דיהיידרעיטעד, אויסגעטרוקנט.


פון דיין טאטע.


 

#3709 - וואו עס איז דא שלום, איז די שכינה דארט
שלום בית, דרשות, שלום, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז די שכינה רוט צווישן ענק, עס איז דא שלום; דארט וואו עס איז דא שלום - איז די שכינה דארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י.) דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום'.


נאכן הערן טאג און נאכט יעדנ'ס קרעכצן איז גוט צו ליינען א פאזעטיווע בריוו און זען אז עס גייט צוביסלעך אריין די דיבורים אין די הערצער; מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט בשלום ובשלוה.


 

#3708 - מען דארף אסאך הערן און זאגן, ביז זאכן הויבן זיך אן טוישן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, דרשות, ראש ישיבה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע ווען איר הערט א שיעור שפירט איר ווי די שיעור איז ממש פאר אייך, איר טראכט איר גייט פאלגן, אבער שפעטער פארגעסט איר; איר דארפט אן עצה.


וויסן זאלט איר, מען ווערט נישט געטוישט פון הערן איין שיעור, מען ווערט נישט א נייע מענטש איבער נאכט; דורך הערן אסאך שיעורים, דורך הערן אסאך חיזוק און אסאך בעטן דעם אייבערשטן - אזוי טוישט מען זיך.


איך געדענק ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש, איך פלעג שפירן ביים שיעור ווי איך בין אין גן עדן. מוהרא"ש האט גערעדט פון תפילה והתבודדות, איך פלעג טראכטן 'ווען די שיעור ענדיגט זיך, גיי איך גלייך פאלגן די עצות, איך גיי רעדן צום אייבערשטן'. אבער למעשה האב איך נישט גערעדט צום אייבערשטן ביז די קומענדיגע וואך ליל שישי, דעמאלט האב איך נאכאמאל געהערט, און א וואך נאכדעם נאכאמאל און נאכאמאל, ביז איין טאג איז געשען די גרויסע נס, מיין מויל האט זיך געעפנט; אזוי וועט זיין מיט אייך, אז איר וועט קומען הערן נאך און נאך שיעורים - וועט איר זען ווי איר וועט זיך אינגאנצן טוישן צום גוטן.


אז אייער קינד זאגט עס איז שווער צו ליינען, זען - זאלט איר גיין צום אויגן דאקטער, און אז דער דאקטער זאגט מען דארף גלעזער - זאלט איר אזוי טון.


בנוגע פאררעכטן די צינג וכו'; גייט צום דאקטער, עס איז א קליינע פראצעדור. יעצט אז אייער קינד איז שוין דערוואקסן - דארף מען שוין פארן קיין אלבאני, איינשלעפן וכו', ווען מען טוט דאס אין אנהויב - איז דאס ממש א קלייניקייט.


בנוגע קינדער וואס טשעפענען זיך, איר שפירט ווי עס טרעט אייך צו צום געזונט; אזוי איז ביי אלעמען, די עצה איז מחנך זיין נאכאמאל און נאכאמאל. אויך דארף מען געבן אויפמערקזאמקייט פאר'ן עלטערער וואס טשעפעט די יונגערע, אז די עלטערע זענען זאט פון אויפמערקזאמקייט - טשעפעט מען נישט.


בנוגע דענים וכו'; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן די איידעלע וועג און ברעכן פון די אומות העולם, מיט תפילה והתבודדות באקומט מען א געפיל אין צניעות, מען ווייסט וואס יא און וואס נישט, און וואס איז בעסער; איך ענטפער נישט אויף די זאכן, דאס האט מיט'ן מענטש אליינס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען אנגיין, ערציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת.


 

#3707 - איך קען נישט אויסהאלטן פיינטשאפט, איך ווער פון דעם קראנק
בחור, מחלוקת, שלום, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר'ן מוסד, דו העלפסט מיר זייער געטריי, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט.


הבחור ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו האסט אים היינט געשלאגן, אים אראפגעווארפן. איך האב אים געזאגט אז איך גלייב דאס נישט, זאגט ער מיר אז דאס איז נישט די ערשטע מאל, האסט אים שוין געשלאגן אפאר מאל.


איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, איך וועל נאך רעדן מיט דיר, הערן דיין זייט פון די מעשה. אבער איך בעט דיר זייער, און אויך זאלן אלע וואס הערן און ליינען וואס איך זאג, הערן: "איך קען נישט אויסהאלטן געשלעג, איך קען נישט אויסהאלטן פיינטשאפט, איך ווער פון דעם קראנק".


פאריגע וואך האב איך געהאט אזא מעשה, צוויי אינגעלייט האבן זיך צעשלאגן; איך בין פון דעם ממש קראנק געווארן. ענדערש זאל מען מיר נישט העלפן, ווי איידער דארפן שלאגן א איד.


די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "הסוטר לועו של ישראל כאילו סוטר לועו של שכינה", ווער עס שלאגט א איד איז אזוי ווי ער שלאגט כביכול דעם אייבערשטן; איך ווייס זייער גוט ווי שווער עס איז מיט בחורים, איך האב דעם פארגאנגענעם פרייטאג געגעבן א פאטש פאר א בחור, ער האט אנגעצינדן א פייער ממש נעבן די ישיבה; מיר האט עס זייער וויי געטון אז איך דארף פאטשן א איד, אבער וואס זאל איך טון אז נאר די שפראך רעדט צו אים...


אבער דיר בעט איך זאלסט זיך נישט קריגן מיט קיינעם, אויב מען פאלגט דיך נישט - קום צו מיר, איך וועל דיר מחזק זיין.


איך זיץ מיט בחורים קרוב צו צוואנציג יאר, מען דארף האבן אייזערנע נערווען צו קענען זיין מיט זיי, איך האב צו דיר אויך געהאט אסאך סבלנות אלס בחור.


בפרט דער בחור וואס זאגט מיר אז דו שלאגסט אים, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, עס איז א וואונדער אז ער איז נאך ביים זינען; אים דארף מען מחזק זיין און פרייליך מאכן.


 

#3706 - אזוי שיין ווען א אידישע פרוי פירט די הויז ווי עס דארף צו זיין
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, טעקסט, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אייער מאן נרו יאיר איז זייער צופרידן פון אייך, ער זאגט אז עס איז אים אזוי גוט; איר מאכט די שטוב ווירטשאפט, איר קאכט נאכטמאל; ער איז אזוי פרייליך זייט איר האט אנגעהויבן פירן די שטוב אזוי ווי מען דארף.


איך וויל אייך מחזק זיין נישט צו האבן קיין טעלעפאן מיט סאושעל מידיע, איר קענט האבן א טעלעפאן צו רעדן. טעקסט מעסעדזש איז שוין אויך צופיל; טעקסט מעסעדזש קענט איר האבן זיך צו שרייבן מיט אייער מאן, אבער מער פון דעם - איז שוין אויך איבריג. ווערט רעדט נאך אז מען זיצט טאג און נאכט אויף דעם, מען שרייבט אין די נאכט אריין, מיט גרופ'ס - איז דאס נישט גוט.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער לעבן, פאר אייערע קינדער; ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - ווערט מען נענטער צו אים, און מען קען שוין דא שפירן טעם גן עדן.

#3705 - די ערשטע תורה פון לקוטי מוהר"ן שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
ספרי ברסלב, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ברוך ה' איך האב שוין געשיקט פאר ... די ערשטע תורה פון לקוטי מוהר"ן שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש, מיט די הקדמות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך וועל יעצט שרייבן די תפילה, אזוי וועסטו קענען ארויסגעבן אין קונטרסים יעדע תורה באזונדער און דאס פארשפרייטן.


הונדערטער און טויזנטער בחורים און אינגעלייט לערנען נישט לקוטי מוהר"ן, זיי קוקן אויף דעם אזוי ווי א קבלה ספר וואס מען קען נישט פארשטיין; אבער באמת איז דאס א ספר וואס ברענגט דעם מענטש צו תשובה, עס עפנט אלע פארשטאפטע אדערן צום אייבערשטן.


א גרוס פון דיינע בחורים, זיי לערנען און דאווענען, זיי פירן זיך מיט יראת שמים.

#3704 - ווי אזוי דער מלמד שפירט, אזוי שפירן די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש קרית יואל


עס איז א מחי' צו זיין ביי דיר אין תלמוד תורה, מען שפירט דארט אויר ארץ ישראל, מען שפירט אן אויר הזך והנח, א גוטע לופט, מען שפירט אין די לופט שמחה; הלוואי זאל מען דאס שפירן אין אלע כתות.


מיר האבן ברוך ה' אויסגעצייכנטע מלמדים, סיי אין ליבערטי, סיי אין וויליאמסבורג און אויך אין ירושלים, יעדער איינער האט זיינע מעלות, אבער דאס וואס מען שפירט ביי דיר, די שמחה - דאס איז נישט פשוט; די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו די קינדער, אזוי זיס, האניגדיג, הארציג, צוקערדיג.


איך דערמאן זיך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט, נישט איין מאל, אפאר מאל: "זע עס זאל זיין שמחה צווישן דיינע תלמידים, ווייל אז עס איז פרייליך - איז די מח אפן אנצונעמען וואס מען לערנט".


א מלמד דארף וויסן, ווי אזוי ער שפירט - שפירן די קינדער; אויב פאר אים איז די ארבעט אן אפקומעניש - איז פאר די קינדער אויך אן אפקומעניש, אויב דער מלמד שפירט א טעם אין זיין ארבעט, ער האט הנאה צו זיין מיט די קינדער, ביי אים איז דאס א פארגענוגן - האבן די קינדער אויך א טעם; דעמאלט גייט אריין די ווערטער אין זייערע הערצער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כל אדם שיש בו יראת שמים" וואס איז א סימן פון ירא שמים, א סימן אז דער אייבערשטער איז מיט דעם מענטש? "דבריו נשמעין", אז די ווערטער זיינע גייען אריין.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש.

#3703 - מעג מען זאגן תהלים אין סווימינג פול?
תהלים, הלכה, דאווענען, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, אויב מען מעג זאגן תהלים אין די סווימינג פול; איך געדענק ווען מיר זענען געווען אינגעלייט אין כולל האבן מיר געפרעגט מיין זיידע, הגאון הצדיק קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - אויב מיר קענען לערנען אינעווייניג פון די מחיצה בשעת מיר טראגן אונזערע קינדער שווימען; האט ער גע'פסק'נט אז מען קען לערנען און זאגן תהלים זייענדיג אין די מחיצה פונעם שווימען, עס האט נישט קיין דין פון א מרחץ. און אזוי פלעג איך טון בשעת'ן אכטונג געבן אויף מיינע קינדער; פארשטייט זיך אז מען דארף זיין אנגעטון, מיט ריינע הענט.


ווען מען זאגט עלינו לשבח דארף מען שטיין (רמ"א אורח חיים סימן קלב, סעיף ב), אויך איז דא אן הלכה אז אלע וואס געפונען זיך אין שול ווען מען זאגט עלינו - דארפן מיט זאגן שטייענדיג (עיין משנה ברורה סימן סה, סעיף קטן ט; עוד יוסף חי כי תשא, אות כב), ווייל די תפילה איז זייער א חשוב'ע תפילה; יהושע בן נון האט דאס מתקן געווען ווען ער האט איינגענומען די שטאט יריחו (מחזיק ברכה סימן קלב, סעיף קטן ב' מתשובת רב האי גאון).

#3702 - וואויל איז די פרוי וואס העלפט איר מאן צו קענען לערנען תורה
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט זוכה געווען צו א מאן א תלמיד חכם א ירא שמים; עס זאל אייך נישט וויי טון וכו', ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין כו:): "תורה מתשת כחו של אדם", תורה שוואכט אפ וכו'; אז עס גייט אריבער טעג וכו' זאל עס אייך נישט שטערן, אדרבה, אין דעם זכות וואס איר העלפט אים לערנען די הייליגע תורה - וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות.


וואויל איז די פרוי וואס העלפט איר מאן צו קענען לערנען תורה, זי פארקוקט אויף אירע פארגענוגן, אבי איר מאן זאל קענען לערנען; וועט זי זוכה זיין צו עולם הבא.


...


נאכאמאל, איר זאלט נישט מיינען אז אייער מאן האט אייך נישט ליב חס ושלום, ער האט אייך זייער ליב, נאר די לערנען שוואכט אים אפ וכו'.

#3701 - משניות האט א כח צו איבערדרייען דעם מענטש לטוב
משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער ...


זע צו לערנען יעדן טאג אסאך פרקים משניות, משניות האט א כח צו איבערדרייען דעם מענטש לטוב.


דיין ראש ישיבה.


 

#3700 - אלע בחורים זאלן מיטלעבן מיט דיין שיעור
זיכוי הרבים, חסד, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד בני הרב ... שליט"א


ווען דו לערנסט מיט די בחורים אין ישיבה די שיעור גמרא והלכה - זאלסטו דאס פארלערנען מיט א חיות, אלע בחורים זאלן מיטלעבן, יעדער לפי בחינתו; אפילו די בחורים וואס האלטן נישט אזוי גוט מיט - זאלן אויך ארויסקומען פון יעדע שיעור מיט ידיעות התורה און הלכה למעשה.


אויך זאלסטו אריינשלעפן מער און מער בחורים צו די שיעורים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה, וְתוֹרַת חֶסֶד עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז דאס "תוֹרַת חֶסֶד?" זאגן די הייליגע חז"ל, אז ווען איינער לערנט תורה "עַל מְנָת לְלַמְּדָהּ לַאֲחֵרִים", דאס הייסט תורת חסד; דאס איז די גרעסטע מדרגה אין לערנען תורה.


 

#3699 - א קינד האט א הארץ, עס ווארט אויף א שמייכל, אן אמת'ע שמייכל
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, קעמפ, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר גרייט זיך צו ענטפאנגען די תלמידות אין קעמפ מחנה בית פיגא, איר לייגט אריין קאפ און מח אין די טעכנישע חלקים, עס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, זאלט איר אבער געדענקען אז אונזער מטרה, אונזער ציל איז, אז די קינדער זאלן באקומען א ווארעמע און א ליבע געפיל צום באשעפער, אונזער ציל איז די קינדער זאלן לעבן מיט גוטע מדות.


איידער איר הויבט אן דעם טאג מאכט זיך א חשבון פון אייערע קינדער יארן, וואס געדענקט איר פון קעמפ? איר געדענקט די מעכטיגע שפילן? די מעכטיגע טריפס? אדער די גוט ווארט וואס א קאונסלער האט אייך געגעבן? די גוטע געפיל פון הערן אביסל ווערטער פון אמונה, ווערטער פון רבי'ן.


איך האף איר וועט נעמען דעם בריוו אויף די גוטע וועג, נישט איר זאלט יעצט אפלאזן אלע אקטיוויטעטן און מעכטיגע פלענער... ניין, מאכט ווייטער אלע פלענער, און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן גוט, אבער געדענקט די ציל, געדענקט די עיקר, געדענקט וואס א קינד איז; א קינד איז נישט קיין מאשין, א קינד האט א הארץ, א מח - וואס ווארט אויף א שמייכל; נישט א געמאכטע שמייכל, אן אמת'ע שמייכל; א הארץ און א מח וואס ווארט אויף א גוט ווארט.


א קינד האט נאטורן וואס מען דארף אויסארבעטן, און ווען דאס קינד פאלגט נישט גלייך - ווערן זיי נאכנישט שלעכט, מען דארף זיי נאכאמאל זאגן.


די ציל איז אויסלערנען גוטע מדות; רוב צייט זאלט איר רעדן פון גוטע מדות. גרייט אייך אן שיינע מעשיות פון גוטע מדות, פון אויסארבעטן מדות, ווי שיין און זיס די לעבן ווערט ווען מען איז מוותר פאר א צווייטן.


מיר לערנען אין די גמרא (יבמות קכא.) דער הייליגער רבי טרפון האט דערציילט, איך בין געפארן אויף א שיף און איך האב געזען ווי א צווייטע שיף איז צעבראכן געווארן, און די מענטשן זענען נעבעך דערטראנקען געווארן. אויפ'ן שיף איז געווען א גרויסער צדיק, דער הייליגער תנא רבי עקיבא, עס האט מיר זייער וויי געטון אז דער צדיק האט זיך דערטראנקען, אבער שפעטער האב איך געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, איך האב זיך זייער געוואונדערט 'ווי קען זיין אזא זאך? איך האב דאך געזען ווי ער איז דערטראנקען געווארן!' איך האב אים געפרעגט, זאג מיר די מעשה, ווי אזוי האסטו זיך געראטעוועט? האט ער מיר געזאגט: "איך האב געטראפן א ברעט פונעם צעבראכענעם שיף, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף די ברעט און יעדע מאל עס איז געקומען א כוואליע האב איך זיך איינגעבויגן דעם קאפ ביז די וואל איז אריבער, ביז איך בין געראטעוועט געווארן".


ווען די הייליגע חכמים האבן געהערט די געשיכטע האבן זיי געזאגט: "אם יבוא רשעים על אדם", אויב א מענטש האט צוטון מיט שלעכטע מענטשן, "ינענע להם ראשו", זאל ער זיך איינבייגן זיין קאפ, אזוי וועט ער געראטעוועט ווערן; און זיכער אויב מען לעבט מיט גוטע מענטשן, מאן און ווייב, וואס זענען נישט קיין רשעים, אדער מיידלעך אין קעמפ - דארף מען זיך אויסקומען איינער מיט'ן צווייטן, און אז עס איז שווער - בייגט מען איין דעם קאפ, אזוי קען מען האבן א חיים טובים.


איך וועל נאך רעדן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן סייעתא דשמיא.

#3698 - דער ציל זאל זיין אויפצובויען די קינדער
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יישר כח פאר'ן זיין א געטרייע טיטשער פאר אונזערע קינדער אין בית פיגא.


דער עיקר זאלט איר האבן פאר זיך איין ציל, דער ציל זאל זיין: אויפבויען די קינדער; יעדע קינד זאל שפירן און וויסן 'איך קען יא', 'איך בין גוט', 'איך בין חשוב', 'מיין טיטשער האט מיך ליב', 'דער אייבערשטער האט מיך ליב'; דאס וועט פאסירן ווען איר וועט אזוי גלייבן, אז די טיטשער האלט פון די תלמידות – הויבן זיי אליינס אן צו האלטן אזוי.


אינמיטן לערנען זינגט א גאנצן צייט: "א מחי' דו קענסט", "וואו, דו קענסט אזוי גוט"; יעדע קינד'ס נאמען רופט מען אויס, קארגט נישט ביי קאמפלימענטן.

#3697 - איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען
כיבוד אב ואם, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אין סקול אזוי געטריי, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח צו זיין א געזונטע מאמע מיט שטארקע נערווען.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; דאס ווענדט זיך אין אייך, איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען, איר זאלט טון וואס עס איז גוט פאר אייך און אייער מאן. מען קען זיין אין שטעטל, מען קען זיין ערגעץ אנדערש; מען דארף איבעראל רחמי שמים צו זיין דבוק צום אייבערשטן.


בנוגע וכו'; וואס די עלטערן געבן אייך זאלט איר נעמען מיט שמחה, נאך אביסל וועט איר אויך שפירן די טעם פון געבן מתנות פאר קינדער; עלטערן האבן נישט קיין אינטערעסע, זיי ווילן נאר עס זאל זיין גוט פאר די קינדער.