בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1750 - אין ישיבה קען מען מאכן שמחות נאר אויפ'ן פשוט'סטן אופן
אידיש געלט, ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דארפסט פארשטיין, מיר איז נישט גרינג מען זאל מאכן שמחות אין ישיבה, מיר וואלט אסאך גרינגער געווען ווען מען מאכט שמחות ערגעץ אנדערש; דאס אנגרייטן, דאס אוועקרוימען - ליגט אויף מיר אליינס, די אחריות עס זאל נישט שטערן די חדר און די סקול - ליגט אויף מיר און דאס צושטעלן די סעודה ליגט אויך אויף מיר. מיר איז אסאך גרינגער מען זאל נישט מאכן קיין שמחות אין ישיבה, איך האב זיך אוועק געגעבן נאר כדאי אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן אן חובות, אז אנשי שלומינו זאלן קענען גיין צו זייערע שמחות געזונטערהייט און הנאה האבן פון זייערע שמחות.


מען קען מאכן שמחות אין ישיבה; חתונות, שבע ברכות, בר מצוה, קידוש, שלום זכור וכדומה - נאר בתנאי אז מען מאכט עס פשוט בתכלית הפשטות.


דערפאר, אויב דו ווילסט בר מצוה מאכן אין ישיבה דארף דאס זיין זייער פשוט (וואס מענטשן רופן נעבעכדיג), אז דו ווילסט חתונה מאכן אין ישיבה דארף דאס זיין זייער פשוט; קענסט רופן צו די סעודה דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער, דיין ווייב'ס געשוויסטער און דיינע קינדער. אז דו ווילסט בר מצוה מאכן אין ישיבה איז די זעלבע זאך, קענסט רופן צו די סעודה דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער, דיין ווייב'ס געשוויסטער און דיינע קינדער; אז דו האסט חברים, אז דיין ווייב האט חבר'טעס - קענען זיי קומען וואונטשן מזל טוב, מיר שטעלן נישט צו קיין סעודה פאר חברים און אזוי ווייטער.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מאכן דיינע שמחות אין ישיבה און איך וועל זיך זייער פרייען אויב דו ווילסט מאכן מער ווי פשוט אז דו וועסט עס מאכן אין א זאל; איך בעט דיר, פרעג מיר נישט יעדע פאר מינוט אויב מען קען מאכן אזוי, אויב מען קען מאכן אזי; אויב מען וויל מאכן אין ישיבה דארף עס זיין מיט א אידישן טעם, פשוט און איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#1749 - זיך שטארקן אפילו ווען מ'שפירט נישט קיין טעם און חשק
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת ה' מיט לערנען און דאווענען; קוק נישט אויף דעם צי דו האסט א טעם און א חשק, דו לערן און דאווען אפילו אן א טעם.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד וואס מען קען ארויסנעמען פון די אנגייענדיגע קאראנע וויירוס, זייער אסאך מענטשן האבן פארלוירן די טעם און ריח, זיי שפירן נישט קיין טעם און שמעקן נישט קיין שום שמעק, דאך האט זיך קיינער נישט אפגעהאלטן פון עסן, יעדער ווייסט אז מען דארף עסן, מען קען נישט אנגיין אין לעבן אן עסן, אוודאי וויל מען שפירן א טעם אין די עסן, אבער דאס נישט שפירן א טעם האלט נישט אפ וכו'.


אזוי איז מיט לערנען און דאווענען, מען דארף וויסן אז מען דארף לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, מען דארף דאווענען דריי מאל א טאג; אוודאי וויל יעדער שפירן א טעם אין לערנען, א טעם אין דאווענען, אבער מען קען נישט ווארטן אויף א טעם, מען דארף דינען דעם אייבערשטן אין יעדן פאל.


שטארק זיך; געדענק וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (סיפורי מעשיות, מעשה א): "דו קענסט מיר נישט ארויסנעמען פון די נישט גוטע, נאר אז דו וועסט א גאנץ יאר, ווען דו האסט נאר צייט, זאלסטו בענקען און וועלן און האפן מיר ארויס צו נעמען פון די נישט גוטע, אזוי וועסטו מיר ארויסנעמען".


זאג פאר'ן אייבערשטן דיינע רצונות, דיין ווילן, דיין בענקשאפט, ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט.

#1748 - אנגרייטן עסן פאר די חתונות אין ישיבה
אידיש געלט, חסד, ישיבה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פרעג דיין ווייב אויב זי קען מיר העלפן אנגרייטן עסן פאר די חתונות; אם ירצה ה' דעם ווינטער גייט זיין א שיינע פאר חתונות פון אנשי שלומינו, פרשת חיי שרה וועט פארקומען די זעכצנסטע חתונה אין בית המדרש.


איך וויל זייער עס זאל ווייטער גיין אויף דעם אופן ווי אזוי מוהרא"ש האט איינגעפירט, עס זאל זיין גענצליך בחנם, עס זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה פאר ביידע מחותנים.


בעט דיין ווייב תחי' זי זאל צאמנעמען אלע משפחות, יעדן פרעגן וואס מען קען מאכן; אז יעדער וועט אנטייל נעמען, איינער וועט מאכן א קוגל, איינער אביסל פלייש וכדומה, וועט עס קענען ווייטער גיין אויף דעם אופן און אלע וועלן הנאה האבן בעת שמחתם.


אינעם זכות פון העלפן חתן כלה, העלפן מחותנים חתונה מאכן אן חובות, העלפן דעם רבי'ן - וועט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.

#1747 - א מענטש וואס לויבט און דאנקט, שפירט דעם גן עדן נאך אויף די וועלט
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנק דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיר דיר; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער כח באקומט מען.


יעצט בשעת דו ווארטסט למזל טוב דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דאס וועט דיר געבן כח, אלעס וועט זיין בנקל ובנחת.


וואויל איז דעם מענטש וואס לויבט און דאנקט, דער שפירט דעם גן עדן נאך אויף די וועלט.


 

#1746 - דו האסט חתונה געהאט, קענסטו יעצט לערנען תורה בטהרה
כולל, שטעטל, לימוד התורה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפלה, יעצט איז דיין שענסטע צייט; דו האסט חתונה געהאט, האסט אן אשת חיל, קענסטו יעצט לערנען תורה בטהרה, מיט א ריינע מח.


קום צייטליך אין כולל און לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, אז עס קומען אריין אינגעלייט אינמיטן טאג, זיי זוכן צו שמועסן וכו', זאלסטו זיך ארויסדרייען; אין די צייט וואס מען לערנט איז גארנישט דא, נאר לערנען.


העלף מיר בויען דעם שטעטל "קרית ברסלב"; נאר מיט לערנען תורה, נאר דורך קביעת עתים לתורה - וועלן מיר האבן א שיינע שטאט.


די הייליגע חכמים זאגן (מגילה ג:) וואס מאכט א שטאט זאל ווערן א שטאט? אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס לערנען און דאווענען.


ווייז דעם בריוו פאר די אנדערע כולל אינגעלייט.

#1745 - מאך דיין סדר היום צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי
שלאפן, מקוה, ריינקייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט צוריק גיין אויף דיין אלטע סדר היום, אמאל האסטו געהאט א בעסערע סדר, ביסט געגאנגען שלאפן פרי און אויפגעשטאנען פארטאגס; דאס איז א בעסערע סדר ווי גיין שלאפן שפעט און אויפשטיין די לעצטע מינוט.


גלייך נאך מעריב זאלסטו זיך גרייטן צו גיין שלאפן, פאר'ן שלאפן זאלסטו זיך מתבודד זיין; געב זיך איבער צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין גאנצע טאג און ער זאל דיר העלפן מצליח זיין אויף ווייטער.


אינדערפרי זאלסטו דאס ערשטע זאך גיין אין מקוה, אויך זאלסטו מקפיד זיין זיך אפצואוואשן (שאוע"ר). חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ", א מענטש זאל זיך אפוואשן דעם גאנצן קערפער יעדן טאג, מען זאל זיין ריין פאר'ן אייבערשטן.


דאווען, עס פת שחרית, נעכדעם טו וואס דו האסט צו טון, און ווען דו האסט אביסל צייט כאפ אריין א פרק משניות, אביסל חומש רש"י, תהילים און גמרא.

#1744 - א מלמד זאל נישט הערן די נייעס, ער דארף האבן ריינע געדאנקען
חינוך הילדים, מלמדים, מחשבות, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי זיך מקבל נישט צו האבן מיט די נייעס און נישט הערן קיין נייעס; די אלע וואס הערן נייעס זענען זייער דערשראקן פון וואס עס גייט זיין וכו', די וואס הערן נישט קיין נייעס זענען רואיג, פרייליך און צופרידן.


איך האף דו וועסט אויפהערן הערן נייעס; פון אנשי שלומינו תלמידי הישיבה קען איך נאר בעטן אבער פון דיר קען איך עס פארלאנגען, ווייל דו ביסט א מלמד אין אונזער הייליגע חדר, וויל איך דו זאלסט האבן ריינע געדאנקען, דו זאלסט איבערגעבן פאר די ריינע נשמות ריינקייט, זויבערקייט און הייליגקייט.


דיין נייעס זאל זיין די חומש, די בלאט גמרא; די נייעס זאלסטו איבערגעבן פאר די קינדער; חס ושלום רעדן צו די קינדער פון פאליטיק, חס ושלום זיך איינרעדן אז דער פרעזידענט וועט זיין א ישועה און פארקערט; א ישועה זעט מען ווען מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דער אייבערשטער - ער פירט אלעס און מאכט אלעס.

#1743 - איבער'חזר'ן די בריוו וואס מ'באקומט
בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער טייערער חתן ... נרו יאיר.


איך בין זייער שטארק פרייליך פון דיין שידוך, האסט זוכה געווען צו טרעפן א ערליכע וואוילע כלה תחי'. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אינאיינעם מיט איר אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב.


איך וויל דיר בעטן, אפשר קענסטו אינאיינעם מיט האברך ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר טראכטן עפעס א וועג, וואס מען קען געבן א מתנה פאר אלע אברכים און בחורים, זיי זאלן האבן א פלאץ אוועק צו לייגן די בריוו וואס איך שרייב זיי חודש'ליך; עס איז א שאד די בריוו זאלן גיין לאיבוד, ווייל ווען איך שרייב איינעם א בריוו וויל איך זייער ער זאל דאס כסדר איבער'חזר'ן.


עס ליגט אין די בריוו אזוי סאך שכל און גוטע עצות פאר'ן לעבן; אמת טאקע, מען דרוקט אפ די אלע בריוון, אבער עס איז גאר אנדערש ווען מען לייגט אוועק די פריוואטע בריוון, אזוי קען מען דאס כסדר חזר'ן, זיך אויפפרישן מיט דעם.


טראכט עפעס א געדאנק און ווען איר מאכט דעם קומענדיגן מסיבת הכרת הטוב זאלט איר דאס געבן.

#1742 - אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, קליינע ריינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון די תינוקות של בית רבן.


מיין זון ... נרו יאיר האט געקענט די חומש רש"י כזקן ורגיל, איך האב זיך מחי' געווען ווי גוט ער האט געזאגט און פון זיין הבנה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


זיי מיר מוחל, איך האף מיר וועלן קענען בקרוב באצאלן דיר און אלע מלמדים.

#1741 - קיינער קען דיר גארנישט געבן, קיינער קען דיר גארנישט צונעמען
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, התחזקות, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט צעבראכן און פארלוירן; איך זאג דיר איך האב פאר דיר א גוטער בחור א ירא שמים, איך האף בקרוב צו מאכן א שידוך פאר דיר. אבער דו דארפסט זיין פרייליך, דו דארפסט זיך דערהאלטן.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין קאפ, גלייב מיט א שטארקע אמונה אז קיינער קען דיר גארנישט געבן, קיינער קען דיר גארנישט צונעמען, אלעס אלעס איז דער אייבערשטער אליינס; אז דו וועסט חזר'ן אמונה - וועט דיר ליכטיג ווערן.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק.


איך האף דו זאגסט יעדן טאג אביסל תהילים, ווען דו מאכסט א סיום זאלסטו מיר שרייבן.

#1740 - טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם פון אייער משפחה בענין ברסלב
כיבוד אב ואם, שידוכים, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות; טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם פון אייער משפחה בענין ברסלב, דאס קריגן אויפ'ן רבי'ן איז נישט קיין שכל'דיגע זאך; וואלט די התנגדות געווען א שכל'דיגע זאך וואלט מען ווען געקענט ענטפערן, אויפווייזן, מסביר זיין וכו' וכו', אבער עס איז נישט אזוי, עס איז א כח הטומאה וואס קריגט זיך מיט די קדושה, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פונעם רבי'ן, דעריבער מאכט ער מחלוקת אויפ'ן רבי'ן.


זאגט תהילים; אייערע עלטערן וועלן אייך נישט שטערן פון זאגן תהילים, זיי דארפן נישט וויסן אז איר נעמט חיזוק אויף תהילים פון ברסלב.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט שוין טרעפן אייער שידוך, אזוי וועט איר קענען אויפשטעלן א שיינע ברסלב'ע שטוב און ברענגען נחת פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1739 - די פרומע דמיונות און די פרומע רשעות
חסידות ברסלב, בין אדם לחבירו, חומרות, פרום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די אלע מעשיות און פרטים ווי דער רבי האט אייך ארויס גענומען פון אלע דמיונות און פינסטערניש; פון די פרומע דמיונות, פון די פרומע רשעות.


עס איז באוואוסט דאס ווארט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, פרו"ם איז די ראשי תיבות פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות; די פרומע רשעים וואס זענען פארנומען טאג און נאכט מיט מחלוקות - די זענען אין א ביטערע פלאנטער, די קענען נישט תשובה טון, זיי ווייסן נישט וואס תשובה איז, ביי זיי איז תשובה מאכן נאך מער מחלוקת, ביי זיי איז תשובה ווערן נאך מער רשע; זעלטן וואס מען זעט די זאלן קענען ארויסקריכן פון זייער פארבלאנדזשעטקייט.


ווער רעדט נאך פון פרומע פרויען וואס זענען פארקראכן אין טיפע זינד, זיי האבן זיך געמאכט אן אייגענע תורה, ביי זיי איז ווי מער אפגעשיידט - מער ערליך, ווי מער טונקל - מער צניעות, ווי מער שלעכט - איז מען אויפ'ן ריכטיגן וועג; די זענען אין זייער א טיפע בלאטע, די איז כמעט נישט מעגליך זיי זאלן זאלן תשובה טון, ווייל ווען זיי טוען תשובה פארקריכן זיי מער.


מוהרא"ש זאגט, דאס זענען געווען די רשעים אין סדום; זיי האבן געטון רשעות, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יג, יג): "וְאַנְשֵׁי סְדֹם רָעִים וְחַטָּאִים", זיי זענען געווען שלעכטע זינדיגע מענטשן, "לַה' מְאֹד", אלץ האבן זיי געטון לשם שמים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י): די שלעכטע מענטשן ווערן אלץ מער שלעכט, ווייל זיי ווילן חרטה האבן, זיי ווילן תשובה טון, אבער זיי ווייסן נישט וואס איז תשובה, וואס איז חרטה - טוען זיי מער און מער רשעות.


דאס איז אלעס ביז מען איז זוכה צו טרעפן דעם רבי'ן, אבער ווען מען איז זוכה מען ווערט מקורב צום רבי'ן - עפנט זיך א נייע וועלט, מען ווערט אויסגעלייזט פונעם יצר הרע, מען גייט ארויס פון די טונקלקייטן, מען גייט ארויס פון די פינסטערניש, מען הייבט אן זען דעם אמת, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן; מען זוכט נישט קיין מחלוקת, מען זוכט נישט קיין חומרות, קיין פרישות, מען דארף מער נישט שעפן חיות פון די שלעכטע זאכן, מען הייבט אן האבן חיות פון זיין א איד, פון טון מצוות ומעשים טובים.


וואויל איז אייך אז איר געבט דאס איבער ווייטער פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1738 - נישטא קיין העכערע, נענטערע, חשוב'ערע; אלץ איז דמיונות
שידוכים, היכל הקודש, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי שיין אייער לעבן איז מיט'ן הייליגן רבי'ן.


איך וויל פאררעכטן איין ווארט פון אייער בריוו; וואס מיינט איר מיט די ווערטער: "העכערע אין היכל הקודש", פארוואס זאלט איר מיינען אז עס זענען דא העכערע פון אייך? נישטא קיין העכערע, נענטערע, חשוב'ערע; אלץ איז דמיונות, היכל הקודש איז א פלאץ וואס יעדער איינער קען זיין די נענסטע, די העכסטע און די חשוב'סטע. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ווער עס פירט זיך בתמימות ובפשיטות דער איז חשוב, נאנט און הויך.


קען מען דען וויסן ווער איז העכער? נענטער? חשוב'ער? איך זע אסאך זענען זיך טועה אין דעם, בפרט פרישע מקורבים, מען קוקט אויף די וואס זענען שוין דא יארן כאילו זיי זענען חשוב, נאנט און הויך. עס האט נישט צו טון ווי לאנג מען איז שוין דא, עס קען זיין א פרישער מקורב וואס פאלגט דעם רבי'ן דער איז מער ווי אלטע וכו'.


אז עס פאלט אייך ביי א שידוך זאלט איר דאס אויסשמועסן מיט אייער מאן; אייער מאן איז א תלמיד פון ישיבה, ער ווייסט וואס הייסט א תלמיד הישיבה און ווער איז סתם אין די ביכער פאררעכנט אלץ א תלמיד וכו'.


געט איבער פאר ... תחי' אז איך וועל איר אנטראגן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1737 - מען טאר נישט אויפהעצן א קינד קעגן א טאטע
קינדער, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דער אינגל וואס זיינע עלטערן לאזן אים נישט קומען; מען טאר נישט אויפהעצן א קינד קעגן א טאטע, און זיכער נישט אים זאגן ער זאל זיך קויפן א טעלעפאן; עס טוט מיט זייער וויי אז איר פירט זיך היציג אן שכל.


איר דארפט אים נישט ארויס ווארפן, אבער חס ושלום אים אויפהעצן צו גיין קעגן זיינע עלטערן.


איך שיק דיר א בריוו, ווען דו זעסט דעם קינד געב אים די בריוו.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


אז דיין טאטע וויל נישט דו זאלסט זיך דרייען אין היכל הקודש זאלסטו נישט מאכן קיין מחלוקת, ענדערש זאלסטו נעמען די עצות פון רבי'ן און זיך מחי' זיין דערמיט אן קיין מחלוקת.


נעם די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס דו דארפסט - זאלסטו שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף אידיש; דאס איז דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז. דער רבי וויל אריין ברענגען אין אונז א קלארע לויטערע אמונה מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, דאס קענסטו טון אן קיין מחלוקת, נעם אריין דעם אייבערשטן אין יעדע זאך וואס דו טוסט.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט נאכמאכן דעם רבי'ן, דו וועסט אסאך רעדן צום אייבערשטן - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק; א שאד זיך קריגן מיט א טאטע, ענדערש זאלסטו דאווענען מיט דיין טאטע, גיי מיט אים אין שול, זיי אים מכבד און פאר דיר אליינס זאלסטו לעבן מיט די לימודים פון רבי'ן. אז מען רעדט צום אייבערשטן ברענגט דאס נישט צו קיין מחלוקת, דאס איז א זאך וואס איז נאר צווישן דעם מענטש אינעם אייבערשטן.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל שוין אנטפלעקט ווערן פאר אלעמען די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, מען זאל שוין נישט זאגן אויף ברסלב אז דאס איז א נישט גוטע פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1736 - די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך
תפילה והתבודדות, בית המדרש, ארץ ישראל, ירושלים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


                                             


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


איך בענק זיך זייער נאך אייך, איך פרוביר צו באקומען יעצט א רשות אריין צו קומען; קען זיין אין די נאנטע טעג וועל איך זיין אין ארץ ישראל. איך וועל זיין אין צוויי פלעצער, אין יבניאל, און איך קום צו אייך אין ירושלים, איך וויל זיך באקענען מיט אייך פון דער נאנט.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל גרוסן מען הערט אויף די נייע בית המדרש אין ירושלים, אלע זאגן אז דאס איז א פריינטליכע פלאץ, מען נעמט אויף זייער שיין יעדן איינעם און אלע דיבורים איז נאר פון תורה, תפילה און גוטע ווערטער איינער פאר'ן צווייטן; דאס געבט מיר חיות ווייטער אנצוגיין, אז איך זע מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן.


פרובירט צו באווייזן וואס קיינער האט נאך נישט באוויזן, ביי אייך זאל מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט זאגן, ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן, פרובירט עס זאל מקוים ווערן ביי אייך, אלע זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


עס איז נישט מעגליך אין די וועלט מען זאל זיך ליב האבן נאר ווען מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, כל זמן מען וויל נאך עפעס קען מען זיך נישט ליב האבן; דאס איז סיי אין בית המדרש און סיי מיט משפחה, מיט די ווייב און קינדער און סיי מיט זיך אליינס. ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, דעמאלט הייבט ער אן שפירן די זיסע געשמאקע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דער מענטש קען ליב האבן זיך אליינס, זיין ווייב, זיינע קינדער, משפחה און אלעמען.


די וואך האבן מיר אין די פרשה אן עצה וואס מען קען טון ווען עס גייט א מבול. דער אייבערשטער זאגט פאר נח: מאך זיך א תיבה, נעם אריין דיין משפחה - אזוי וועסטו געראטעוועט ווערן פונעם מבול. די תיבה גייט ארויף אויף תפילה, אז מען וויל ווערן געראטעוועט פון שלעכטע זאכן דארף מען זיך אריין טון אין תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר די משפחה, אזוי ווערט מען געראטעוועט.


איך בעט אייך זייער טייערע חברים, טייערע ברידער, שטארקט אייך אין תפילה והתבודדות; געוואוינט זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוט'ע שפראך וואס איר זענט געוואוינט צו רעדן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי איר רעדט צו א גוטע פריינט, גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר אים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה דורך די הנהגה, מען באקומט אן אנדערע מח, מען באקומט אן אנדערע קוק אויפ'ן לעבן, אלעס טוישט זיך ווען מען נעמט זיך ארום מיט די תיבות התפילה, מען ווערט אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


א פרייליכן שבת.

#1735 - מאכט נישט קיין גרויסע טראסק פונעם אפשערן
אידיש געלט, מנהגים, שמחות, אפשערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכט נישט קיין גרויסע טראסק פונעם אפשערן, גייט נישט נאך די נייע מנהגים וואס עשירים האבן אריין געברענגט; רופט נישט קיינעם, נאר די זיידע'ס און עלטער זיידע'ס פונעם קינד, זיי זאלן קומען בענטשן דעם קינד; אויך די באבע'ס און עלטער באבע'ס, אבער די משפחה ארום און ארום פעלט נישט אויס צו רופן, אז איר וועט אזוי טון וועלן אלע אייך נאך טון.


נעמט אייער קינד אין חדר, דער מלמד זאל מיט אים זאגן די הייליגע א-ב; געבט אכטונג זיינע אויגן זאלן זיין פארמאכט, מען פירט זיך איבערצודעקן דאס קינד מיט א טלית ער זאל זיין הייליג און ריין, ער זאל נישט קוקן אויף קיין דברים טמאים. דער מלמד וועט מיט אים זאגן די א-ב און פסוקים און קבלת עול מלכת שמים.


דער עיקר זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז מען איז זוכה צו מאכן פאות פאר די קינדער און בעטן ווייטער פאר זיי און זייערע דורות.


א גרוס פון אייערע טעכטער, זיי זענען אזוי טייער און וואויל, זיי זענען אנגעפילט מיט אמונה און תמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1734 - תלמידי היכל הקודש וועלן נישט אוועקמאכן א צווייטן
מחלוקת, היכל הקודש, עצתו אמונה, אשר בנחל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען נישט גלייבן וואס איר שרייבט, עס קען נישט זיין אז תלמידות היכל הקודש זאלן חוזק מאכן אין פארנט פון אייך פון אייער חסידות, פון די פלאץ וואו איר זענט אויפגעוואקסן; די פרויען וואס טשעפען אייך מיט די פלאץ פון וואו איר קומט זענען נישט קיין תלמידות היכל הקודש, תלמידות היכל הקודש וועלן קיינמאל נישט מבטל זיין א צווייטע חסידות, א חשוב'ע קהילה; היכל הקודש האט גענוג און נאך וואס צו פארקויפן, עס פעלט נישט אויס אפצושפעטן פון אנדערע.


וויסן זאלט איר אז נישט יעדע גאסט וואס איז נעכטן אנגעקומען אין היכל הקודש איז היכל הקודש; אסאך מאל ווערט מען צעבראכן, מען ווערט אנטוישט ווען מען זעט מענטשן וואס דרייען זיך אין היכל הקודש פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'הזאת נעמי? דאס איז היכל הקודש? פארדעם האב איך זיך געדארפט קריגן מיט מיין משפחה צו קומען אויף ברסלב?!'


כדי נישט צו קומען צו די חלישות הדעת איז זייער וויכטיג אריין צו נעמען אין זיך וואס היכל הקודש איז, וואס ברסלב איז; היכל הקודש איז די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל און עצות פון מוהרא"ש, ווער עס נעמט די שכל און חיזוק דער האט א חיים טובים, דער האט נישט קיין חלישות הדעת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל נישט האבן קיין חבר'טעס, מען דארף האבן חבר'טעס און פארברענגען, אבער אז מען ווייסט פון פאראויס די הקדמה - ווערט מען נישט צעבראכן ווען מען הערט ווי דער רעדט אזוי און דער פירט זיך אזוי וכו' וכו'.


מאכט אייך א שיעור אין ספר אשר בנחל און אין ספר עצתו אמונה, דארט וועט איר טרעפן גוטע חיזוק פאר אייך, דארט וועט איר געפונען עצות פאר יעדע פרט אין לעבן.


ווייזט דעם בריוו פאר די אלע וואס מאכן אוועק די חסידות וואו איר זענט אויפגעוואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1733 - אז די ארבעט וויל זיך נישט צושטעלן, גייט אוועק פון דארט
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז געווען א שטאט וואס זיי האבן געהאט א בריק, ויהי היום דער בריק האט זיך צעבראכן; ווער עס איז אריבער דעם בריק איז אריין געפאלן אין וואסער און זיך צעבראכן די הענט און פיס, האבן זיי מחליט געווען אז זיי גייען בויען א שפיטאל נעבן דעם בריק, אזוי וועלן אלע וואס צעברעכן זיך די ביינער זיך קענען היילן. איז געקומען א חכם און געזאגט: "ענדערש פארעכט די בריק וועט איר נישט דארפן קיין שפיטאל".


אז איר קענט זיך נישט אויסקומען מיט די ארבעט וכו' דארפט איר נישט זוכן עצות ווי אזוי די ארבעט זאל קלאפן, איר האט נישט חתונה געהאט מיט אייער ארבעט; אז עס איז אייך נישט גרינג דארט - זוכט א צווייטע ארבעט, אז זיי ווילן אייך נישט צושטעלן א וועג - דארפט איר זיך נישט גיין לערנען דרייוון, אייער מאמע דרייווט נישט - זאלט איר אויך נישט דרייוון, ענדערש זוכט א צווייטע ארבעט.


ווערט נישט פארלוירן פון קיין שום זאך אויף די וועלט, זייט שטארק ביי זיך, פארלאנגט פון זיי א וועג וכו', און אז זיי ווילן נישט זאלט איר טון וואס איז גוט פאר אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1732 - דאס התקרבות צום רבי'ן, מאכט נישט קראנק דעם טאטן
כיבוד אב ואם, תהלים, חסידות ברסלב, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעדער איינער וואס ווערט מקורב צום רבי'ן גייט אויף אים אריבער מניעות, אזוי גייט דעם רבי'נס זאך, נישטא וואס צו טון, נישטא וואס צו מאכן; איר זענט נישט די איינציגסטע וואס גייט דאס אריבער, אלע גייען דאס אריבער.


אויף אייער פראגע וכו'; עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן. ווען די התנגדות האט א הסבר, עס האט א טעם - וואלט מען ווען געקענט רעדן, פארשטיין געבן און אויפווייזן אז מען ווערט נאר בעסער; ווען מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די דיבורים פון רבי'ן - ווערט מען א בעסערע איד; למעשה איז די התנגדות אויפ'ן רבי'ן א בלינדע התנגדות, עס האט נישט קיין שום שכל, נאר פשוט א מלחמה פונעם סמ"ך מ"ם אפצוהאלטן בני הנעורים זאלן נישט קומען צום רבי'ן; ממילא איז נישטא וואס צו טון, נאר ווייטער מכבד זיין די עלטערן און זיך ווייטער מחזק זיין מיט'ן רבי'ן.


האט נישט קיין שולד געפיל ווען אייערע ברידער זאגן אייך: "מאכסט קראנק טאטע"; איך זאג אייך צו אז אייער טאטע ווערט נישט קראנק פון אייך, ער ווערט קראנק פון זיינע פריוואטע איבערגייאכצער. מן הסתם שמעקט אים נישט אז איר זענט ברסלב, אבער ער ווערט נישט קראנק פון דעם, ער ווייסט גאר גוט ווער פון די קינדער רעדן שיין צו אים און ווער פון די קינדער רעדן צו אים מיט חוצפה, פון אייך האט ער נאר נחת.


זייט ממשיך מיט'ן זאגן תהילים, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהילים איז ווי א משענת, א וואקע"ר; עלטערע מענטשן גייען מיט א שטעקן אדער וואקע"ר, זיי ליגן אויף דעם, דאס איז זייער אונטערלענער - אזוי זאגט דער רבי איז תהילים, ווער עס זאגט תהילים האט אויף וואס זיך אנצולענען, ער ליגט אויפ'ן אייבערשטן, ער ווערט נישט דערשראקן פון קיין שום זאך, ער אז ווייסט אלעס איז דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1731 - איר זאלט נישט אונטערשרייבן אז איר נעמט נישט אנדערע חבר'טעס
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', ירושלים.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; אייער לעבן איז לעבעדיג, אלעס האט זיך געטוישט פון ווען איר זענט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן.


בנוגע די חבר'טע וכו'; לאזט איר אפ, זי איז נישט קיין געזונטע. עס איז נישט נאר ביי אייך, עס מאכט זיך אסאך מאל אז א נישט געזונטע קלעפט זיך צו צו איינעם און לאזט יענעם נישט לעבן.


נישטא אזא זאך איר זאלט איר אונטערשרייבן אז איר נעמט נישט אנדערע חבר'טעס, נאר מיט איינעם וועט איר אונטערשרייבן אזא צעטל, מיט אייער חתן; ווען איר וועט חתונה האבן וועט איר זיך פארפליכטן צו איינעם. אז זי וויינט צו אייך אז איר זענט איר מצער ווען איר גייט שמועסן מיט אנדערע מיידלעך - איז זי א קראנקע.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נוצן אייער רחמנות ריכטיג, ווערט נישט איבערגענומען ווען זי וויינט און שרייט אז זי איז אייך נישט מוחל, זאגט איר: "איך דארף נישט דיין מחילה"; זי דארף אייך נישט מוחל זיין און לאכט זיך גוט אויס.


האט נישט מורא, נאר פונעם הייליגן באשעפער.


 

#1730 - דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט זוכה געווען חתונה צו האבן
תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... און ... שיחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס ער האט געטון מיט אייך; פאר נישט לאנג צי לאנג צוריק זענט איר געווען אזוי צעבראכן און פארלוירן. דו ביסט געווען א בחור און געווארט אויף א שידוך, און ... תחי' - ביסט געווען א פארלוירענע מיידל און געווארט אויף דיין שידוך, איר האט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן, און יעצט אז איר ביידע טייערע האבן חתונה געהאט דארפט איר טאנצן פאר שמחה.


טאנצט אינאיינעם: "יודו לה' חסדו", "חסדי ה' כי לא תמנו", "טוב להודות לה'", "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - אלץ מער וועט איר זען ישועות אין אייער לעבן.


איך האב ענק זייער ליב, איר זענט מיר איינגעקריצט אין הארץ.

#1729 - לאז דיין ווייב שלאפן
שלאפן, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיין פארזיכטיג מיט דיין ווייב; בפרט יעצט אין די חדשים וואס זי ווארט וכו' - דארפסטו מער אכטונג געבן אויף איר געזונט.


זע אז זי זאל קענען שלאפן, וועק איר נישט אויף; עס איז זייער אן איינגעשטעלטע זאך אוועק צו נעמען שלאף פון א פרוי, פון א מאמע; בפרט אין די חדשים לאז איר אביסל שלאפן.


אינדערפרי דארף זי אויפשטיין מיט די קינדער, א גאנצן טאג האט זי איר ארבעט אין שטוב, שפעטער ווען די קינדער קומען אהיים פאלט זי שוין פון די כחות, ענדליך אז זי לייגט זיי שלאפן און זי פאלט אריין אין בעט - טארסטו איר נישט אויפוועקן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף איר; נאר דו וועסט מרוויח זיין פון דעם; גלייב מיר, איך האב גארנישט פון דעם, איך שרייב דיר דעם בריוו אום דריי אזייגער פארטאגס, איך געב אוועק פון מיין שלאף, פון מיין לעבן - אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן, פאר דיינע קינדער - זיי זאלן האבן א טאטע און א מאמע.


איך מיין נאר דיין שלום בית.

#1728 - אריינברענגען אין די קינדער קריאת שמע שעל המטה
שלאפן, חינוך הילדים, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד במוסדותינו וויליאמסבורג.


וואויל איז דיר ..., וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד, דיינע יארן גייען אריבער מיט לערנען תורה און מדות טובות מיט אידישע קינדער.


ביסט מיר זייער באליבט; יעדער תלמיד היכל הקודש איז מיר באליבט, אבער נאכמער באליבט זענען די וואס געבן זיך אוועק צו אויפבויען אידישע קינדער, פארשפרייטן די לימודים וואס מוהרא"ש לערנט אונז - פאר אנדערע.


מיינען זון וואס האבן געלערנט ביי דיר ליינען יעדע נאכט קריאת שמע של האריז"ל; דו האסט עס גוט אריינגעלייגט אין זיי, דו האסט זיי געגעבן א געשמאקע קריאת שמע של האריז"ל וואס דו האסט ארויסגעגעבן און זיי ליינען דערין יעדע נאכט קריאת שמע.


וויל איך דיר בעטן, די יאר איז אריין צו דיר נאך א קינד מיינס, ... נרו יאיר, ער דארף נאך א שטיקל שטופ, אים דארף איך נאך דערמאנען יעדע נאכט, אז איך דערמאן אים נישט - ווייס איך נישט וכו'; אויב קענסטו פון פריש דאס אריינבאקן אין זיי און זיי געבן פון דיינע קריאת שמע ליינער, דאס וועט בלייבן מיט זיי זייער גאנץ לעבן.


שטארק זיך; דער אייבערשטער וואס האט געמאכט מיט דיר און דיין ווייב ניסים ביז אהער, וועט ווייטער מאכן ניסים, זי וועט האבן בנקל ובנחת.

#1727 - מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים
שלאפן, שמחה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין אזוי פרייליך אז דיין מאן זיצט און לערנט, ער נוצט אויס רוב טאג מיט עבודת ה' יתברך; איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אים, אז ער נוצט אויס די צייט מיט תורה ותפלה.


שטארק זיך; מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים, צו אפענע ניסים. דו וועסט נאך זיין אזוי געזונט, אלע פחדים און בלבולים וועלן אוועק גיין; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, תפלה איז זייער גרויס, תפלה טוישט די נאטור, תפלה בייט איבער די טבע.


זע גוט צו עסן און גוט צו שלאפן; אז דו קענסט נישט איינשלאפן זאלסטו סתם ליגן אין בעט זיך אפרוען.


אויך זאלסט הערן אסאך לעבעדיגע מוזיק.

#1726 - אפילו דו ארבייטס, קום ארויף הערן אביסל חיזוק
פרנסה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב שוין א לאנגע צייט נישט געהערט פון דיר, אמאל פלעגסטו ארויף קומען פון צייט צו צייט אין ישיבה שעפן אביסל לעבן, אביסל שטארקייט צו קענען אנגיין מיט'ן דינען דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "זע די בחורים וואס קענען נישט זיצן אגאנצן טאג אין ישיבה זאלן גיין ארבעטן, אבער זיי זאלן האבן ווייטער שייכות מיט די ישיבה".


טייערער ... נרו יאיר, קום ארויף אמאל הערן אביסל פערל ווערטער פון רבי'ן; חיזוק אויף לערנען, חיזוק אויף דאווענען און אזוי ווייטער.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.