בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1725 - האב נישט מורא צו זיין שטרענג מיט די קינדער
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


האב נישט מורא צו זיין שטרענג מיט די קינדער; א שטארקע חינוך איז גוט, קינדער האבן ליב שטרענג, קינדער האבן ליב סדר - ארדענונג. שלעכט טאר מען נישט זיין; שלעכט איז נישט שטרענג און שטרענגט איז נישט שלעכט.


איך בעט דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ, באק אריין אין די יוגענט דרך ארץ; רעד אסאך צו די קינדער פון דרך ארץ, פון כיבוד אב ואם. א קינד דארף וויסן אז מען קען נישט זאגן פאר א מאמע "ניין", מען קען נישט ענטפערן פאר א מאמע "איך וויל נישט", און אזוי אויך פאר א טיטשער קען מען נישט זאגן "איך וויל נישט", "איך וויל אנדערש". אז די קינדער וועלן האבן דרך ארץ וועלן זיי אויפוואקסן ערליכע אידישע מאמעס.


זאג פאר די עלסטע קלאס אז זיי האבן צוויי ברירות, אדער וועט זיין א פרייליכע יאר, אדער א שטרענגע יאר; דאס ווענדט זיך נאר אין זיי, אויב זיי וועלן האבן דרך ארץ וועלן די טיטשערס זיין זייער געשמאק, און אויב נישט וועט זיין פייער.


איך האף דו וועסט טון וואס איך שרייב דיר, איך וויל הערן אז תלמידות בית פיגא אין שטעטל זענען דרך ארץ'דיג; דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין, די פארקערטע שעפט מיר אויס מיין גאנצע כח.

#1724 - ס'זאל נישט אריינקומען אין די דירה קיין אינטערנעט און מאוויס
קדושה, בחור, מאוויס, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


געבענטשט זאלסטו זיין פאר'ן מיר העלפן מסדר זיין פאר די בחורים א פלאץ וואו צו שלאפן.


אבער איך בעט דיר און איך ווארן דיר, דו דארפסט אכטונג געבן אז אין דיין דירה זאל נישט אריין קומען קיין שום כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט אינטערנעט און קיין שום כלי וואס מען קען זען דערויף מאווי"ס רחמנא לצלן.


אויב וועט נישט זיין אין דירה בחורים מיט מאווי"ס, קליפ"ס וכדומה, וועט עס זיין אפגעהיטן פון א שמירה עליונה; אלע וועלן חתונה האבן, אלע וועלן אויפשטעלן ערליכע שטובער, ווידער אויב וועט זיין אין דיין דירה עבירות וועט די שכינה הקדושה אוועקגיין. די תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", עס וועט זיין זייער ביטער.


א דירה קען זיין זייער מסוכנ'דיג אויב עס איז נישטא קיין אחריות.


דו ביסט אחראי אויף אלע בחורים וואס שלאפן מיט דיר.

#1723 - לאז שוין אפ דיינע נארישקייטן, קער זיך צוריק צום אייבערשטן
משפחה, תשובה, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


עס טוט מיר זייער וויי צו זען דיין מצב ווי אזוי דו וואלגערסט זיך וכו', דו האסט פארקויפט דיין לעבן פאר וכו'; דיין ווייב תחי' האט נישט קיין לעבן, דיינע קינדער ליידן.


אמאל האסטו געהאט אזעלכע שיינע טעג, האסט געדאווענט, האסט געלייגט טלית ותפילין יעדן טאג; האסט געלערנט, האסט געארבעט, האסט פארדינט, האסט פארברענגט, האסט געהאט פארגענוגן מיט דיין משפחה וכו', וכו', און וועגן דעם ביטערן טראפן האסטו אלעס אלעס פארלוירן; דו וואלגערסט זיך אין די גאסן ווי א היימלאזער פארשוין.


איך בעט דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ, לאז שוין אפ; ביסט שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות, דיינע עוונות; קער זיך צוריק צום אייבערשטן, קום אהיים צו דיין ווייב און קינדער, קום אין שול דאווענען און לערנען.


איך האב זייער שטארק רחמנות אויף דיר, איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער.

#1722 - טראץ די אלע שוועריקייטן, וועסטו צום סוף טרעפן דיין שידוך
שידוכים, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך זייער מיט אמונה פשוטה, גלייב וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד", פערציג טעג איידער מען ווערט געבוירן, "בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת", גייט ארויס א בת קול פון הימל און זאגט, "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", דער וועט חתונה האבן מיט דעם.


איך ווייס דיין צער, ווי שטארק דו וויינסט און ווי דו פייניגסט זיך אז דו ביסט נאך אלץ אליינס; שוין אזויפיל יאר וואס דו מיינסט און ווארסט 'אט אט ווער איך א חתן' און עס איז נאכאלץ נישט געקומען, ביסט שוין ארויס מיט מיידלעך וכו' און ביים סוף איז פון אלעס גארנישט געווארן.


נעם די עצה פונעם הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ און גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך; ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך.


איך פריי זיך ווען דו קומסט אין ישיבה, יעדעס מאל איך זע דיר פריי איך זיך.

#1721 - צוריק אין ישיבה מיט א חיות
שידוכים, עבודת השם, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט צוריק אין ישיבה מיט א חיות און א ברען; דו לערנסט בהתמדה רבה, דו דאווענסט מיט חיות און דו פירסט זיך מיט גוטע מדות.


איך בין זיכער אז דו וועסט שנעל טרעפן א גוטע, ערליכע, געזונטע, קלוגע מיידל און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


איך האב דיר זייער ליב, איך האלט זייער פון דיר.

#1720 - רעד מיט דיינע חבר'טעס נאר איידעלע זאכן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, נייגעריגקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו רעדסט נישט מיט דיינע חבר'טעס פון בחורים, פון שידוכים; קיינער ווייסט נישט פון די שידוך וואס איך האב דיר אנגעטראגן, נאר דו און דיינע עלטערן; דאס אליינס ווייזט אז דו ביסט שוין רייף חתונה צו האבן.


גיי ווייטער אן מיט די הייליגע וועג, רעד מיט דיינע חבר'טעס פון אלעס אבער נאר איידעלע זאכן.


כאפ אריין די ביסל צייט ביז דו ווערסט א כלה און דו האסט חתונה - צו העלפן דיין מאמע; אויך נאך די חתונה דארף מען העלפן די עלטערן, אבער נאך די חתונה האט מען שוין ווייניגער צייט, מען האט שוין אן אייגענע ווירטשאפט; יעצט אלס מיידל זאלסטו העלפן דיינע עלטערן מיט שמחה און פרייד.


ווייז קיינעם נישט דעם בריוו, לאז די לאנגע נעזער אליינס פרובירן צו טראכטן: 'ווער? וואס? ווען? וואו?' דו פיר זיך קלוג און איידל.

#1719 - ווארטן מיט געדולד אויפ'ן ריכטיגן שידוך
שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


איך שפיר אז איך דארף דיר נאכאמאל שרייבן אביסל חיזוק.


דו וועסט זען ווי שיין דער אייבערשטער וועט אויספירן מיט דיר; זייער שנעל גייסטו א כלה ווערן. איך האב א בחור א תלמוד חכם, א ירא ה', מיט גאלדענע מידות ועל כולם א גרויסער מפיץ.


די איינציגסטע חסרון איז, דו קענסט נישט ווארטן אפילו נאך איין טאג, דו ווילסט 'שוין' ווערן א כלה און חתונה האבן.


איך פארשטיי דיר זייער גוט; אלע געזונטע ערליכע מיידלעך ווילן חתונה האבן, אבער געדענק, מען קען נישט דוחק זיין דעם קץ, מען מוז זיך אונטער ווארפן אונטערן אייבערשטן. פון איין זייט דארף מען בעטן, בעטן און בעטן וכו', און פון די צווייטע זייט דארף מען חזר'ן: 'דער אייבערשטער ווייסט די בעסטע וואס איז גוט פאר מיר, ווען עס איז גוט פאר מיר און ווי אזוי עס איז גוט מאר מיר'.


ווארט מיט געדולד.

#1718 - א ברסלב'ע שול דארף זיין ריין און ציכטיג
ריינקייט, בית המדרש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


ווען דו האסט אפאר פרייע מינוט זאלסטו זיכער מאכן צו רייניגן דעם בית המדרש. קוק זיך אום אז די ספרים זאלן זיין מסודר, זע עס זאל נישט זיין קיין פליגן; טויש די קלעבערס איין מאל א וואך.


אויך זאלסטו רוימען אינדערויסן פון שול, ווייל א שול על שם רבינו דארף זיין ריין און ציכטיג; בפרט א שול אין שטעטל טאר נישט אויסקוקן נאכגעלאזט און שמוציג.


איך וועל רעדן צו אלע מתפללים יעדער איינער זאל צולייגן א האנט; אזוי ווי מען ענדיגט דאווענען זאל יעדער אוועקלייגן אפאר ספרים און מסדר זיין א טיש מיט בענקלעך וכו', וכו'; און נאך א קידוש, נאך שלש סעודות, נאך א שמחה וכדומה זאל מען גלייך מסדר זיין דעם בית המדרש.


איך האב דאס געלערנט פון מוהרא"ש, עס האט נישט גענומען מער ווי אפאר מינוט נאך יעדע ליל שישי שיעור וואס דער בית המדרש איז געווען גרייט פאר שבת; די טישטוכער, די טישן און בענקלעך מיט א שטארקע סדר.


איך ווייס דאך אז איך וועל נישט פועל'ן וכו', בעט איך דיר דו זאלסט עס נעמען פאר דאס וויכטיגסטע זאך.


איך האף אז נאך וועלן ליינען דעם בריוו, וועט זיין גרינגער פאר יעדן איינעם.

#1717 - ארויסגעבן די פלעי פונעם בערגער און ארעמאן
הפצה, פלעי, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן צוענדיגן די פלעי, אנגרייטן ארויסצוגעבן פאר די גאס די פלעי וואס אונזערע תלמידות האבן געשפילט, די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט פונעם בערגער און דער ארעמאן (סיפורי מעשיות, מעשה י).


איך האב אריינגעלייגט אינעם שפיל צענדליגער טויזנטער דאללער נאר מיט די כוונה דאס ארויסצוגעבן פאר די וועלט, פאר פרויען און מיידלעך וואס קוקן פלעיס, זיי זאלן קוקן דעם רבינ'ס מעשה און האבן אסאך חיזוק און שכל.


מיט דעם וואס איר וועט דאס ענדיגן מען זאל דאס קענען פארשפרייטן וועט איר האבן מורא'דיגע זכותים, און אלע פרויען און וואס וועלן דאס קוקן און נאנט ווערן צום אייבערשטן וועט דאס זיין אייער זכות.


 

#1716 - רעדן צו די קינדער צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך וויל אביסל הילף פון אייך, יעדן אינדערפרי ווען איר באגלייט אייער טאכטער צו סקול זאלט איר זי זאגן: "איך בעט דיר זייער זאלסט זיין דרך ארץ'דיג צו דיינע טיטשערס", און ווען זי קומט אהיים פון סקול זאלט איר זי פרעגן: "ביסט געווען וואויל? ביסט געווען דרך ארץ'דיג?" און ווען זי ענטפערט: "יא", זאלט איר זי ווייזן א גרויסן שמייכל און זאגן הויך: "יישר כח אייבערשטער אז מיינע קינדער זענען דרך ארץ'דיג"; זאגט עס הויך אז אייער טאכטער זאל עס הערן, אזוי וועט זי זען אז דאס איז אן עיקר ביי איר מאמע, וועט זי זיך פירן מיט דרך ארץ.


אזוי אויך, ווען איר טרעפט די טיטשערס און איר באקומט גוטע ווערטער אויף איר, זאלט איר מאכן אן עסק דערפון, איר זאלט שמועסן מיט אייער מאן ווען אייער טאכטער הערט: "ברוך ה' איך האב געטראפן די טיטשער און זי זאגט אז אונזער טאכטער איז זייער וואויל".


איך שרייב עס אייך, נישט אייך צו מרמז זיין אז אייער טאכטער דארף זיך פאררעכטן; אייער טאכטער איז ברוך ה' זייער וואויל, נאר ווי איך זע האב איך נאך אסאך ארבעט אין סקול; איך וויל האבן קינדער, מיידלעך - וואס וועלן זיין פעלזן פעסט מיט דרך ארץ, נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די וואס זוכן צו שטערן וכו'. איך וויל אז אייער טאכטער זאל זיין א ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה און דאס קען נאר זיין ווען די עלטערן שטייען אויף דעם.


 

#1715 - ווי נאר מ'וועט קענען, וועל איך פארן צו אייך קיין ארץ ישראל
יבנאל, בית המדרש, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האלט אין איין באקומען גריסן אויף דיין דאווענען ראש השנה און יום הכיפורים אינעם נייעם בית המדרש "היכל הקודש" ירושלים, אז עס איז געווען זייער שיין און התעוררות'דיג.


איך האב זייער הנאה אז דו דאווענסט אינעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ביז דערווייל האב איך נאכנישט זוכה געווען צו זיין דארט; זייט פורים איז פארמאכט די גרעניץ, אין יוצא ואין בא, איך ווארט זייער צו קענען זיין אין ארץ ישראל, ווי נאר איך וועל הערן אז מען קען פארן - הייב איך זיך אויף און איך פאר; איך וועל זיין אין יבנאל, איך בענק זייער צו זיין ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נאכדעם וועל איך זיין אין ירושלים, זיך מחזק זיין מיט די תלמידים און פרישע מקורבים.


שרייב מיר דיינע סיומים, שרייב מיר וואס טוט זיך אין בית המדרש; איך וויל זיין מיט אייך.


 

#1714 - נישט צוגעוואוינען קינדער צו קוקן מאוויס
חינוך הילדים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך? אמאל פלעגסטו מיר שרייבן דיינע סיומים, איך פלעג זיך זייער מחי' זיין.


א גרוס פון דיינע קינדער, זיי זענען זייער ליכטיג און טייער; עס איז א שאד זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו קוקן מאווי"ס, זיי דערציילן אין סקול אז זיי קוקן אויף זייער טעבלעט וכו'. זיי זענען אזוי נשמה'דיג און הארציג, יונגע שעפעלעך; יעצט איז אפשר גרינגער זיי שטיל צו מאכן מיט דעם, זיי זאלן נישט מוטשען, אבער וואס וועט זיין ווען זיי וועלן עלטער ווערן? דעמאלט וועט מען עס נישט קענען אוועקנעמען פון זיי.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך וויל דיין טובה.


 

#1713 - אז מען גייט ליידיג איז נישט גוט בגשמיות און כל שכן ברוחניות
שטעטל, פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אז דו ווילסט העלפן בויען דעם שטעטל, דו ווילסט עס זאל מצליח זיין - זאלסטו העלפן די פרישע אינגעלייט זיי זאלן טרעפן פרנסה, איך וויל נישט עס זאלן זיין אינגעלייט וואס גייען ליידיג; אז מען גייט ליידיג איז זייער נישט גוט, נישט בגשמיות און כל שכן ברוחניות.


די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה", גיין ליידיג ברענגט עבירות רחמנא לצלן, "וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", און עס ברענגט דעפרעסיע; אפילו די אינגעלייט וואס האבן יעצט פרנסה פון די רעגירונג וואס פארטיילט גרויסע געלטער פאר ארבעטסלאזע - דארפן אויך זיין פארנומען, מען טאר נישט גיין ליידיג; גיין ליידיג הרג'עט דעם מענטש, עס הרג'עט די שלום בית און עס נעמט אוועק אלע גוטע זאכן.


אז דו ווילסט מיר העלפן זאלסטו העלפן די אינגעלייט מיט דעם; מוהרא"ש זאגט פשט אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט צו לערנען און אויך ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", אז מען לערנט און מען ארבעט זינדיגט מען נישט; זאגט מוהרא"ש, עס שטייט 'מְשַׁכַּחַת עָוֹן', א לשון פון שכחה, דאס הייסט אז מען לערנט און מען ארבעט האט מען נישט קיין צייט און מען פארגעסט צו זינדיגן.

#1712 - יישר כח פאר די געטרייע ארבעט מיט מיינע טייערע קינדער
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הר"ר ... שליט"א.


איך בין זייער צופרידן פון די געטרייע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין מיינע טייערע קינדער ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


איך האב געלערנט מיט זיי נעכטן ביי 'אבות ובנים' חומש רש"י; זיי האבן זייער גוט געקענט און קלאר פארשטאנען.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען ווייטער משפיע זיין אויף די תלמידים און זען נחת פון זיי און פון דיינע קינדערלעך.


 

#1711 - יישר כח פאר'ן צושטעלן א שיינע סוכה פאר'ן בית המדרש
תודה והודאה, הכרת הטוב, בית המדרש, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אזוי שיין ארויסהעלפן אין ישיבה מיט וואס עס פעלט זיך אויס.


א באזונדערע דאנק פאר'ן זארגן מיר זאלן האבן א שיינע סוכה; איך האב געהאט א הערליכע יום טוב מיט אנשי שלומינו, יעדע נאכט האבן מיר זיך מחזק געווען און געטאנצן לאנגע שעות אין די סוכה, אויך דאנק איך דיר פאר'ן אוועקלייגן די סוכה; וואס דו מאכסט און טוסט - טוסטו בשלימות, דו מאכסט נישט האלבוועגס, נאר מיט די גאנצע הארץ.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר; פאר א יאר צוריק האסטו נאכנישט גע'חלומ'ט אז דו וועסט האלטן ווי דו האלסט יעצט, ווי מער דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו באקומען נאך און נאך גוטס.


 

#1710 - די בעסטע איז צו פרעגן די שאלות אין א בריוו
שאלות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל מאכן צייט פאר אייך.


זייט מיר מוחל, איך קום פשוט נישט אן צו מיין ארבעט; די בעסטע זאך אז איר האט שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט אייער מאן און מיט די קינדער, זאלט איר מיר שרייבן און איך וועל אייך ענטפערן דאס שנעלסטע וואס איז שייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1709 - ס'איז דא פעלער ווען מ'דארף זיך יא גט'ן
אמונה, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט געזונט און שטארק, איר האט נישט די אלע מחלות און קרענק; איך האף צום אייבערשטן איר וועט וואס שנעלער פטור ווערן פון דעם רשע מרושע וואס האט אייך אזויפיל יארן געפייניגט און איר וועט באקומען א רחמנות'דיגער מאן וואס וועט אייך אויפהייבן און אויפבויען.


בדרך כלל בין איך זייער קעגן גט'ן, איך האב דאס געלערנט פון מיין הייליגער רבי - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן צו מאכן שלום בית; מיט דעם אלעם איז געווען פעלער וואס מוהרא"ש אליינס האט אויך געהייסן מען זאל זיך גט'ן. אין אייער פאל, ווען איר לעבט מיט א חי' רעה, א קראנקער כאראקטער וואס פייניגט אייך און ער האט אייך כמעט אינגאנצן צוגרינד געלייגט - דארפט איר זיך גט'ן און אנהייבן א נייע לעבן.


דאס וואס אייער טאכטער זאגט אז ער האט נאכאמאל אנגעהויבן מיט זיינע מניוולות, ער ליגט מיט איר וכו'; זאלט איר זי גוט אנגרייטן זי זאל זיין שטארק נישט זיך לאזן צוגרונד לייגן איר לעבן.


האט נישט מורא פון אים, ער האט מיר אליינס מודה געווען אויף דאס אלעס וואס זי דערציילט; איך האב פון אים אימעילס וואו ער איז מודה אויף אלעס. זאלט איר נישט מורא האבן פון אים, ער קען אייך גארנישט שעדיגן.


זייט ממשיך מיט אייער פרנסה אזוי ווי איך האב אייך געזאגט.


איך קען קוים ווארטן צו הערן די גוטע נייעס אז איר זענט פטור געווארן פון אים און איר האט אנגעהויבן א נייע לעבן.


געדענקט: "אין עוד מלבדו, קיינער קען אייך גארנישט טון אן דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1708 - די בריוו פון עצתו אמונה זענען געשריבן צי אפן?
קדושה, הפצה, מוהרא"ש, נסיונות, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בריוו פון עצתו אמונה זענען געשריבן צי אפן? הלואי ווען מען קען שרייבן מער אפן; ווער עס ווייסט וואס עס גייט איבער אויף נשמות ישראל אין אונזער דור ווייסט אז דיקא די בריוו זענען מחזק דעם יוגענט.


מיר געפונען זיך אין א דור וואס איז ערגער פונעם דור המבול, היינט האבן מיר דעם דור המבול און דור הפלגה אינאיינעם; אידישע קינדער, בפרט בני הנעורים - אינגלעך, בחורים און מיידלעך, פאלן נעבעך אראפ אין ניאוף, יעדער איינער קען אזוי גרינג אנקומען צו זען און טון דאס ערגסטע; עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא פייער פון ניאוף, אזעלכע נסיונות פון ניאוף, און איינמאל מען זינדיגט אין ניאוף, מען איז פוגם בברית רחמנא לצלן - פאלט מען אריין אין מינות ואפיקורסות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


עס גייט א מבול אין גאס; מיר האלטן יעצט פאר ביאת הגואל וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפּיקורסות; יעצט איז א צייט פון פארשפרייטן ווי מער עצתו אמונה, נאר דאס איז די עצה, נאכאמאל אמונה און נאכאמאל אמונה.


מען האט דאס געשריגן אלע יארן אויף מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז די ספרים זענען געשריבן אפן וכו' וכו'; מענטשן וואס זיי אליינס דארפן תשובה טון האבן געשפעט און שפעטן נאך עד היום פון די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אפילו דער גרויסער צדיק רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט פארגעהאלטן מוהרא"ש פארוואס ער שרייבט אזוי אפן, וואס פעלט עס אויס? ווען מוהרא"ש האט אים דערציילט וואס גייט אריבער אויף בני הנעורים האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש: "אפשר נארט איר זיך?"


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען רבי לוי יצחק האט אים פארגעהאלטן 'אפשר נאר'ט איר זיך?' האט ער זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל אים ווייזן וואס צו טון. מוהרא"ש פלעגט וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אייבערשטער וואס טו איך, זאל איך ווייטער שרייבן? רבי לוי יצחק זאגט מיר אפשר נאר איך זיך, רבונו של עולם אפשר נאר איך זיך טאקע?" ויהי היום, קומט א אינגערמאן וויינען צו מוהרא"ש אז ער דארף א תיקון אויף זיינע עבירות, ער ליגט אין טומאה, ער זינקט אין די נ' שערי טומאה. ער דערציילט פאר מוהרא"ש אז אין ירושלים אונטער רבי לוי יצחק'ס דירה איז דא א דירה פון ניאוף, דארט וואוינען צוויי מיידלעך און זיי פארקויפן זיך פאר עבירות רחמנא לצלן; בחורים, אינגעלייט און גרושים קומען אהין זינדיגן רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן; שפעטער איז געקומען נאך איינער מיט די זעלבע מעשה, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך האב באקומען א תשובה פונעם אייבערשטן, איך האב געזען ווי מען ווייזט מיר פון הימל, אמת טאקע, רבי לוי יצחק איז זייער א גרויסער צדיק, אבער וואס טוט זיך אין די וועלט, וואס טוט זיך אונטער זיין דירה - דאס ווייזט מען אים נישט פון הימל, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף די יוגענט, דאס ווייזט מען מיר, און איך מוז ראטעווען אידישע נשמות".


וואס זאלן מיר היינט זאגן ווען די דור איז געפאלן און פאלט יעדע רגע, יעדע מינוט? פון ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן איז דער דור אן אנדערע דור, ווען מוהרא"ש האט געלעבט איז נישט געווען די נסיונות וואס איז היינט דא.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים לעצטן שמועס, דעם לעצטן ליל שישי פרשת וארא תשע"ה: "איך זע ווי דער דור פאלט אזוי שטארק, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר ווי איך דארף שוין גיין"; מוהרא"ש האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף די יוגענט, פרישע טומאות; עס גייט אזוי נידריג, עס האלט ביי ברידער מיט שוועסטער וכו' וכו', מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "איך קען דאס מער נישט נעמען".


איך קען דיר שרייבן צענדליגער בלעטער, אבער איוב האט שוין געזאגט פאר זיינע פריינט (איוב טז, ג): "הֲקֵץ לְדִבְרֵי רוּחַ"; מיר דארפן טון אונזער ארבעט, ווייטער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות; טענות און התנגדות איז נאר א גוטע סימן, אך און וויי אז עס וועט נישט זיין קיין קול הברה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כב) ווען עס איז דא א קול דקדושה וועקט זיך אויף א קול הברה, עס קומט התנגדות.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא וואס צו טון, נאר איין זאך: "הפצה, הפצה און נאכאמאל הפצה". נעם די ארבעט פון איבער טייטשן די בריוו אויף לשון הקודש און צוזאמען מיט דיינע חברים זאלט איר דאס פארשפרייטן אין גאנץ ארץ ישראל.


זייער גוט אז דו ביסט גבאי, דו העלפסט דעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, אבער דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין: "הפצה, הפצה, און נאכאמאל הפצה"; דער בית המדרש איז זייער גוט און זייער וויכטיג, אבער הפצה - דאס וועט ברענגען די גאולה שלמה.


מיר געפונען זיך אין א ערגערע מצב פון די וועלט מלחמה. שטעל זיך פאר מיר האלטן יעצט אינמיטן די צווייטע וועלטס קריג און מען האט צוויי זאכן וואס מען קען טון, אדער קען מען נאך איין איד ראטעווען, מען קען נאך איין איד ארויסכאפן פון די ציין און נעגל פון די דייטשן ימח שמם וזכרם, אדער מאכן אנדערע זאכן - וואס וואלסטו געטון? וואס האט דער הייליגער צדיק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זכרונו לברכה געטון? ער האט געוויינט צו די אמעריקאנער אידן: "געבט געלט, מען קען אויסקויפן פון די נאציס ימח שמם נאך א איד", האבן זיי געזאגט: "מיר דארפן די געלט, מיר דרוקן יעצט גמרות", ער האט געוויינט: "ווער דארף יעצט גמרות? דאס איז בלוטיגע גמרות! מיט יעדע פרוטה קען מען ראטעעווען נאך א איד"; אזוי דארפן מיר קוקן אויף הפצה, וואס מער פארשפרייטן פאר נאך אידן אמונה פשוטה און די זיסע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1707 - זיך פירן מיט דרך ארץ און האלטן ריין דעם בית המדרש
קינדער, דרך ארץ, ריינקייט, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בראשית, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידים פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק, ה' עליהם יחיו.


איך בין יעצט אהיימגעקומען פון שטעטל, עס איז געווען א הערליכע שבת; איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי שיין איר דאווענט און אייער אויפפירונג.


איך בעט ענק זייער איר זאלט זיך פירן מיט דרך ארץ, איר זאלט פאלגן ענקער מלמד שליט"א; איר ווייסט דאך אז 'דרך ארץ' איז ביים רבי'ן פון די גרעסטע און חשוב'סטע זאכן.


אויך זאלט איר שטענדיג רייניגן דעם בית המדרש און ארום דעם בית המדרש; ווען איר ענדיגט לערנען זאלט איר אוועקלייגן די ספרים פונעם בית המדרש און מסדר זיין די טישן און בענקלעך און אזוי ווייטער. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ", באדינען דעם רבי'ן איז נאך גרעסער פון לערנען.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ און האלטן ריין דעם בית המדרש; וועט איר זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך און איר וועט זוכה זיין צו ווערן גרויסע צדיקים.


ענקער ראש ישיבה


 

#1706 - מסדר זיין א שבע ברכות פאר א פרישע פארפאלק
שטעטל, חסד, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב.


נישטא קיין ווערטער אייך צו דאנקען אויף די גרויסע מצוה וואס איר טוט, איר האט זיך אוועקגעגעבן אייער לעבן צו העלפן די משפחות פון אנשי שלומינו זיי זאלן האבן עסן, בפרט יעצט אויף יום טוב האט איר צאמגעשטעלט עסן מכל טוב וטוב, פיש און פלייש וכדומה און אויסגעצאלט גראסערי פאר אנשי שלומינו וואס זענען אנגעהאנגען אין דעם.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן מיט בני, חיי ומזוני רוויחי און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


איך וויל אייך בעטן אויב איר קענט מסדר זיין א שבע ברכות פאר די פרישע פארפאלק, האברך ... מיט זיין כלה תחי', ביידע חשוב'ע תלמידים פון אונזערע מוסדות, פרעגט נאך משפחות ווער עס וויל אנטייל נעמען אין די סעודה. איך וועל אם ירצה ה' ארויסקומען צו די שבע ברכות זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


אם ירצה ה' דעם שבת מברכים ראש חודש חשון, וועל איך זיין אין שטעטל; געב איבער פאר אלע משפחות אז מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך זיין די יאר אלע שבתים וואס מען בענטשט ראש חודש - אין שטעטל, עס קומט אויס יעדע פערטע שבת. אזוי אויך קענסטו פארדינגען דיין דירה אויב אנשי שלומינו, תלמידי הישיבה ווילן קומען.

#1705 - גייט באזוכן אייערע עלטערן, אפילו ווען ס'איז שווער
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


קודם כל זייט מיר מוחל אז איך קום נישט אן אויפצוהייבן דעם טעלעפאן נאכן רופן אזויפיל מאל; רוב טאג זיץ איך מיט די בחורים אדער בין איך פארנומען מיט די חדר, סקול וכדומה. די גרינגסטע וועג צו באקומען א תשובה איז דורך שרייבן.


כיבוד אב ואם איז נישט קיין קינדער שפיל, כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות אין די תורה; דעריבער איז כדאי איר זאלט גיין באזוכן אייערע עלטערן פון צייט צו צייט. איך ווייס אז עס אייך זייער שווער, ווען איר גייט צו זיי קומט אייך ארויף אלטע זכרונות און איר זעט נייע סצענעס ווי די עלטערן קריגן זיך, דאס מאכט אייך זייער דעפרעסט וכו'; דאך זאלט איר גיין צו זיי, וואס איז אייער מאמע שולדיג, נישט גענוג איר מאן שרייט אויף איר און זידעלט איר אפ, קען זי נישט האבן אביסל נחת, זען די קינדער און אייניקלעך?


איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער צו זיין דארט און צוזען וכו', דאך זאלט איר גיין מזמן לזמן.


גייט אביסל התבודדות, גייט שפאצירן מיט'ן אייבערשטן; דער שטעטל איז א פלאץ פאר התבודדות, עס איז ליידיג, נישטא קיינער, נישטא קיין מענטשן; איר קענט רואיג שפאצירן, זיך מתבודד זיין; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.

#1704 - דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אלעס אנקומען גרינג
קינדער, שמחה, רפואה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אלעס אנקומען גרינג, מיט גרויס נחת און פרייד.


ווען דו האסט אפאר מינוט פאר דיר זאלסטו זאגן תהילים און אריינפלעכטן אין די מזמורי תהילים דיינע אייגענע תפילות.


ווען מען ווארט למזל טוב עסט מען נישט קיין קנאבל און צוויבל. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים", קנאבל און צוויבל איז נישט גוט פאר א פרוי אין די טעג וואס זי ווארט און אין די טעג וואס זי זייגט.


אויך זאלסטו נישט עסן קיין רעטעך. דער רבי זאגט (שם, אות הריון, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס עסט רעטעך וועט האבן שווער וכו'.


שטארק זיך און זיי פרייליך; מאך פרייליך דיין מאן נרו יאיר, זע עס זאל אלץ זיין א פרייליכע אטמאספער.

#1703 - דארף מען האבן גרייט די פאספארטן צו אנטלויפן פון אמעריקע?
צרות, תהלים, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, אשר בנחל, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געפרעגט, איר ווילט וויסן אויב עס איז אמת אז נאך אביסל וועלן מיר אלע דארפן אנטלויפן פון אמעריקע; א פרוי זאגט פאר אלע פרויען אז זי האלט מיט זיך א גאנצן צייט די פאספארטן פון די גאנצע משפחה ווייל מוהרא"ש האט געזאגט מען וועט דארפן אנטלויפן, איר פרעגט אויב איר זאלט אויך אזוי טון.


עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא חסידים וואס פירן זיך צו לייגן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: 'משיח איז נאך נישט דא?!' און זיי הייבן אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין; זיי זאגן אז ווילאנג משיח איז נאך נישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל אז מען שלאפט זינדיגט מען נישט, האט רבי נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א תהילים אונטערן קישן, און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען נעמען דעם תהילים, זאגן תהילים און שרייען צום אייבערשטן".


זאגט פאר די פרוי וואס טראגט אירע פאספארטן מיט זיך וכו', אז אנשטאט האלטן אין איר טאשקע טאג און נאכט אירע פאספארטן זאל זי האלטן מיט זיך א תהילים און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און בעטן אויף ווייטער.


אז איר ווילט וויסן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן זאלט איר לערנען 'אשר בנחל', אין די בריוו ליגט אלעס; אלע סודות, אלעס וואס גייט זיין ביז משיח וועט קומען - ליגט אין די בריוו. קיינער זאל נישט קומען זאגן דאס און יענץ ווען מיר האבן די בריוו און דארט ווייזט אונז מוהרא"ש וואס מיר זאלן טון, ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן.


מיר וועלן ווייטער פארשפרייטן די הייליגע עצות, די גראדע שכל און זיסע לעבן פאר אלעמען און אזוי וועלן מיר ברענגען משיח וואס וועט אונז מיט נעמען קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1702 - די קינדער זאלן גיין מיט חסידישע קליידער
חינוך הילדים, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, אלע זענען וואויל; זיי צייכענען זיך אויס מיט גוטע מידות. עס מוז זיין אז איר דאווענט אסאך, איר בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות און אין דעם זכות האט איר אזא שיינע גארטן.


אויב איך מעג באמערקן א קלייניקייט, אז אייער קינד זאל קומען מיט חסידישע קליידער; זיינע שיך זאלן זיין חסידיש, נישט מיט אינטערעסאנטע קאלירן.


סתם א משפחה וואלט איך נישט געזאגט; אבער אייער משפחה איז א משפחה וואס אלע קוקן, מען וויל זען ווי אזוי תלמידי היכל הקודש גייען אנגעטון, דארפט איר זיין מער פארזיכטיג.


שטארקט אייך; וואס איר דארפט און ווילט זאלט איר בעטן נאר פונעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1701 - די גרויסקייט פון געבן חלות און מזונות פאר משפחות
צדקה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פאר'ן העלפן געבן חלות און מזונות וכדומה פאר די משפחות ביי אונז אין די קהלה וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון געבן עסן פאר משפחות וואס זענען אנגעוויזן אויף דעם, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בבא בתרא יא), דער הייליגער תנא בנימין הצדיק איז געווען דער גבאי צדקה, ער פלעגט אויסטיילן עסן פאר ארעמעלייט; איינמאל איז געקומען א ארעמע פרוי און געבעטן פון דעם הייליגן תנא ער זאל איר געבן עסן, האט ער איר געזאגט: "די קאסע איז ליידיג", האט זי געוויינט און געזאגט: "אויב דו וועסט מיר נישט געבן עסן וועל איך שטארבן אינאיינעם מיט מיינע זיבן זון", האט ער איר געגעבן צו עסן.


עס איז אריבער א שטיק צייט און דער תנא בנימין הצדיק איז קראנק געווארן לא עלינו, ער איז געווען אזוי שווער קראנק אז עס האט אויסגעזען ווי ער גייט שוין שטארבן, האבן די מלאכים אין הימל געזאגט צום אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַתָּה אָמַרְתָּ כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל כְּאִילוּ קִיֵּם עוֹלָם מָלֵא", דו האסט דאך געזאגט, ווער עס העלפט א צווייטן זאל לעבן איז אזוי ווי ער מאכט לעבעדיג די גאנצע וועלט, "וּבִנְיָמִין הַצַּדִּיק שֶׁהֶחֱיָה אִשָּׁה וְשִׁבְעָה בָּנֶיהָ, יָמוּת בַּשָּׁנִים מוּעָטוֹת הַלָּלוּ", דער הייליגער צדיק בנימין וואס האט געגעבן לעבן נישט נאר פאר איין מענטש נאר פאר א מאמע מיט זיבן קינדער זאל אזוי יונג שטארבן? "מִיַּד קָרְעוּ לוֹ גְּזַר דִּינוֹ", האט דער אייבערשטער צעריסן זיין גזר דין און ער איז געבליבן לעבן. די גמרא פירט אויס: "הוֹסִיפוּ לוֹ עֶשְׂרִים וּשְׁתַּיִם שָׁנָה עַל שְׁנוֹתָיו", מען האט אים נאך צוגעגעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר צום לעבן.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט ווען מען העלפט ארויס משפחות זיי זאלן האבן עסן אין שטוב, דורכדעם ווערן צעריסן אלע גזירות און מען באקומט לאנגע יארן צום לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער זוכה זיין צו האבן די מצוה, זאלסט קענען געבן חלות און מזונות וכדומה פאר משפחות וואס דארפן צוקומען צו דעם.