בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#357 - דיין זון זאל מיט לערנען הלכות שבת
ישיבה, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר הר"ר ... שליט"א.


א גרוס פון דיינע טייערער ליכטיגע קינדער, בפרט דיין זון הבחור ... נרו יאיר; ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער דאווענט ערליך און ער לערנט פלייסיג.


איך האב אויפגענומען א מגיד שיעור וועלכער זאל פארלערנען הלכה, יעצט לערנט מען הלכות שבת – די סימנים הקטנים; איך האב זייער שטארק חשק אז דיין זון זאל מיט לערנען די הלכות. איך מאך דאס בתורת התנדבות, נאכדעם וואס דער מגיד שיעור האט מיר געזאגט אז ער קען נאר פארלערנען אויב ס'איז בתורת התנדבות, ווייל אויב איז א מוז פאר אלע בחורים צו קומען הייבט זיך אן "מעשה ישיבה" און מען קען שטערן ביים שיעור.


איך האב שוין געשריבן פאר דיין ווייב תחי' אז זי זאל מחזק זיין דיין זון ... נרו יאיר ער זאל זיין פון די וואס באטייליגן זיך ביים הלכה שיעור, עס נעמט אינגאנצן א דריי פערטל שעה.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


יישר כח.


...

#356 - ניגונים פון אמונה העלפט פאר פחדים
פחדים, אמונה, ניגונים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין ענק דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די צדקה זאלן ענק זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך האב שוין לאנג נישט געהערט וואס איר מאכט; איך בעט פאר אייך און איך האף אז איר זענט רואיג.


יעדעס מאל ווען עס קומט אייך אריין פחדים השם ישמרינו זאלט איר זינגען צו זיך לידער פון אמונה; ווי למשל: "דער אייבערשטער איז דא", "אלעס איז דער אייבערשטער", "קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט אוועקנעמען פון אייך אלע פחדים און שרעק.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין יבניאל; איך שרייב דעם בריוו פון העכער די וואלקענעס, פון הימל. איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייער משפחה.


א גרוס פון אייער טייערער מאן נרו יאיר; איך האב אים זייער ליב, איך פריי מיך יעדע מאל ער קומט ארויף אין ישיבה.


...

#355 - שלום צווישן תלמידי היכל הקודש
שלום, היכל הקודש, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע אייערער וועגן.


זייטס ממשיך מיט אייער עבודת הקודש צו העלפן אויפבויען די מוסדות און צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט.


דער עיקר דארף מען אריינלייגן כוחות אז עס זאל זיין שלום צווישן תלמידי היכל הקודש און אלע זאלן זיך ליב האבן; מיר זענען איין גרויסע משפחה.


דו זאלסט זען עס זאל זיין ליבשאפט צווישן די מענער און דיין ווייב זאל ארבעטן עס זאל זיין שלום צווישן די פרויען.


אז מיר וועלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן וועלן מיר מצליח זיין; מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו במהרה בימינו.


איך בעט שטענדיג פאר אייערע קינדערלעך.


...

#354 - שטארק דיר מיט דיין הייליגע ארבעט אלס מלמד
מלמדים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער... נרו יאיר.


איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל; איך בין יעצט אויפן פליגער העכער די וואלקענעס, אויפן וועג קיין ארץ ישראל קיין יבניאל אויס'פועל'ן ישועות; איך וועל דיר מזכיר זיין מיט דיין ווייב און קינדער.


שטארק דיר מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט זוכה געווען צו זיין א מלמד פאר קליינע קינדער, זאלסט אבער שטענדיג האלטן פאר די אויגן אז די קליינע קינדער גייען גרויס ווערן, און וויפיל אמונה און קדושה דו לייגסט אריין אין זיי – דאס וועלן זיי מיטנעמען דורכאויס זייער גאנצע לעבן.


יישר כח פארן העלפן צוזאמנעמען געלט איך זאל קענען ענדיגן דעם בנין אין אומאן, אויך פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


פון דיין ראש ישיבה


...

#353 - דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב
שלום בית, רפואה, תפלות אויף אידיש, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין הארציגער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן אלעס גוטס.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי צו הערן פון דיר אז דיין ווייב דארף זיין אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן זיך צו ערהוילן פון איר מחלה פון נישט וועלן עסן; דו דארפסט זיין אליין און דיינע קינדער זענען צעטיילט.


הער מיר צו טייערער ברודער, טייערער תלמיד, דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב, עס ווענדט זיך נאר אין דיר; אויב דו וועסט איר פרייליך מאכן וועט זי ווערן געזונט.


די הייליגע חכמים דערציילן (שבת קכט.): "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁלֹא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ", רבא'ס ווייב האט זיך פארקילט און זי איז קראנק געווארן, רבא איז דעמאלט נישט געווען אין שטוב ער איז געווען אין ישיבה אין פומבדיתא (דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אוועק פארן פאר א לאנגע צייט לערנען תורה), "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר געטראגן מיט איר בעט קיין פומבדיתא אין די ישיבה וואו רבא איז געווען ראש ישיבה און זי איז אויסגעהיילט געווארן; קוק נאך די גמרא, ודו"ק.


א ווייב ווערט פרייליך ווען איר מאן לערנט אין שטוב; ווען איר מאן האט נישט קיין סמארטפאון – אדער על כל פנים ער ברענגט דאס נישט אהיים אין שטוב, וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל נישט זיין אין שטוב, אפילו דער גוף איז אין שטוב אז אבער זיין קאפ נישט מיט אים.


דערפאר טייערער ..., מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיר אז יעדע שטיק צייט פאלט דיין ווייב צוריק צו איר פראבלעם פון נישט עסן און מען דארף איר איינשפארן וכו'; אבער איך בין זייער שטארק מיט וואס איך זאג דיר אז "דו קענסט איר ארויסנעמען פון איר מחלה".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד) אז אלע מחלות קומען פון עצבות, בפרט די קראנקהייטן וואס קומען פון מח; דער מח וויל נישט לאזן עסן ווייל מען וויל זיין שיין דאר, דאס קומט פאר בדרך כלל ביי נישט פרייליכע מענטשן וואס ווילן געפעלן פאר אנדערע. דאס איז זייער גאנצער לעבן, זיי לעבן שטענדיג מיט שרעק: 'אויב וועל איך עסן וועל איך נישט אויסזען שיין'.


אויב דו וועסט זיך פירן ווי אזוי איך האב דיר געלערנט; דו וועסט לערנען אין שטוב, דו וועסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג און בעיקר זיין א משפיע אין שטוב; געבן ליבשאפט און נאר געבן גוטע ווערטער כסדר אן אויפהער, נישט נאר ווען דו דארפסט עס וכו' – וועט זי אויסגעהיילט ווערן.


יעצט ווען זי איז נישט מיט דיר און דו ביסט אליינס זאלסטו געדענקען אז דו ביסט נישט אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. וויין זיך אויס צום אייבערשטן, רעד צו אים און בעט אים: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין ווייב און שיק איר א גאנצע רפואה; נעם ארויס פון איר קאפ די זאך פון 'נישט עסן'. איך בעט דיר באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך וויל א ווייב, איך דארף א געזונטע ווייב; איך דארף א מאמע פאר מיינע קינדער"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו זען אז ער וועט דיר העלפן.


טייערער ... נרו יאיר, איך בין יעצט אויפן וועג צו יבניאל און נאכדעם צום הייליגן רבי'ן; איך פאר מיט מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער. איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל, איך טראכט פון דיר אויפן פליגער פליענדיג העכער די וואלקענעס.


מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר; מען זעט ווי דיין פנים האט זיך פארענדערט זייט דיין ווייב איז אין שפיטאל, בעט איך דיר: "שטארק דיך און פארליר זיך נישט; דיין ווייב וועט נאך זיין געזונט און שטארק".


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


...


 

#352 - א שיינעם שטעטל על שם רבינו
שטעטל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין ארץ ישראל; איך שרייב דיר א בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס.


שטארק דיך טייערער ... נרו יאיר און שטארק דיין ווייב תחי'; איך וועל אם ירצה ה' מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה, איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס איר טוט אויפצובויען אונזערע מוסדות.


דו האסט א גרויסער חלק אין אלע אונזערע גוטע מעשים; אינעם חדר, סקול, הדפסה און קעמפ, יעצט וועסטו אויך האבן א חלק אין דאס בויען א שיינעם שטעטל על שם רבינו; נאך אביסל וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א "ברסלב'ע שטעטל" אין אמעריקע.


מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט א שטעטל אין ארץ ישראל אויפן רבינ'ס נאמען, מיר וועלן דאס אם ירצה ה' נאכמאכן אין אמעריקע; ונזכה ונחי' ונראה.


א בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געב איבער פאר דיין אשת חיל א דאנק פון מיר פאר איר איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד.


...

#351 - זיי מוסיף והולך אין דיין עבודת ה'
התחזקות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האף אז דו גייסט אן בבחינת מוסיף והולך אין דיין עבודת ה' – תורה תפלה, און בעיקר צו פארשפרייטן די קונטרסים און גליונות וכו' וכו'.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#350 - הפצה איז נומער איינס
הפצה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווילאנג מיר זענען אויף דער וועלט וועלן מיר נישט וויסן אונזערע זכותים און שכר פארן מזכה זיין אידישע קינדער מיט די ספרים וואס מיר דרוקן און פארשפרייטן.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, זיי ממשיך מיטן דרוקן די ספרים, קונטרסים, גליונות, סידי'ס און עס די קארדס וכו' וכו'.


געדענק וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ".


ביי מוהרא"ש איז "הפצה" געווען נומער איינס; מוהרא"ש האט געהאט אסאך זאכן וואס ער האט געטון, אבער "הפצה" איז געווען זיין זאך.


בעט איך דיר טייערער ברודער: "חזק ואמץ ואחוז עצמך בכל כוחך להמשיך להדפיס הקונטרסים של מוהרא"ש בלי הפסק".


זיי מחזק בחורים און אינגעלייט זאלן קומען העלפן אז די מאשינען זאלן פונקציאנירן און דרוקן פיר און צוואנציג שעה אן קיין אויפהער.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה.


...

#349 - דערהאלט זיך און ווארט אויס אויף דיין שידוך
בחור, שידוכים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט ביי מיר זייער חשוב.


דערפאר בעט איך דיר זייער: דערהאלט זיך און ווארט אויס אויף דיין שידוך; איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, איך ווייס אז דו קענסט מער נישט ווארטן קיין איין רגע און דו ווערסט פארברענגט יעדע מינוט. דאך ליבער ברודער, געדענק אז מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט די גאנצע וועלט, ער האט פאר דיר א שידוך.


איך זאג דיר צו אז דו וועסט שיין חתונה האבן; "ווען?" "וואס?" "וואו?" דאס האט נאר מיטן אייבערשטן, די זאך פון שידוכים איז באהאלטן און פארבארגן פון אלעמען.


איך וועל אם ירצה ה' מזכיר זיין דיין נאמען: "... בן ..." ביי אלע מקומות הקדושים.


איך זיץ יעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל; יעצט פאר איך מיט מיין ווייב און קינדער, אם ירצה ה' קומענדיגן חודש וועל איך מאכן א נסיעה מיט דיר און מיט די אנדערע בחורים.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; העלף מיר ווייטער מיט אלעס, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט אלעמאל קענען העלפן דיין ראש ישיבה וואס האט דיר געגעבן לעבן.


...

#348 - ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, קען זיין כהרף עין איך זאל געהאלפן ווערן
בחור, שידוכים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פאר דיר וואלט איך געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו פאר דעם וואס דו העלפסט מיר מיט די סקול; איך ווייס ביי מיר אז איך קען זיין רואיג וויסנדיג אז אלעס איז מסודר אין סקול ווייל דו ביסט דער מענידזשער דארט. דו ברענגסט די עסן יעדן טאג און אזוי אויך זעסטו אז אלעס זאל זיין ריין וכו' וכו'.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, ווארט אויס אין ישיבה אויף דיין שידוך; דער הייליגער תם פלעגט זאגן: "ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, קען זיין כהרף עין איך זאל געהאלפן ווערן"; אין איין מינוט קען דיין ברודער און דו טרעפן א שידוך!


זע ארומצוגיין מיט א שמייכל, ווייל מיידלעך ווילן נאר א פרייליכער בחור, נישט קיין באבלאזענער וד"ל.


איך האב דיר ליב.

#347 - טו אלעס אויף דער וועלט ארויס צו גיין פון דיינע חובות
חובות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.


געב אכטונג דו זאלסט נישט האבן חובות; לדעתי קומט די גאנצע שוועריקייט וואס דו גייסט אדורך מיט דיין געזונט צוליב דיינע חובות. די חובות מאכן א לחץ און א פרעשור וואס דאס מאכט דיין גאנצע פראבלעם.


דערפאר זאלסטו טון אלעס אויף דער וועלט ארויס צו גיין פון דיינע חובות; אז דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות וועט אוועק גיין פון דיר דיין מחלה השם ישמרינו, וואס קומט נאר פון פרעשור.


איך פריי זיך יעדעס מאל ווען דו קומסט צום "ליל שישי שיעור"; איך ווייס אז עס קומט דיר אן שווער צו קומען נאך א טאג ארבעט וכו', דאך קומסטו זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


יעדן אינדערפרי גיי אויף א שפאציר ארום דיין דירה און גיס זיך אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, דורכדעם וועסטו ארויסגיין פון אלע חובות און זיין געזונט.


מיט ליבשאפט, דיין ראש ישיבה.


...


 

#346 - ביסט א מקדש שם שמים מיט דיין אויפפירונג
דרך ארץ, רענט, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר יעצט דעם בריוו פון הימל; איך פלי יעצט קיין ארץ ישראל וואו איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה ביי אלע מקומות הקדושים וואו איך וועל זיין, בפרט ביי מוהרא"ש.


איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס דו העלפסט מיר און אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר; איך גלייב אז בקרוב וועסטו האבן א ישועה שלימה.


רק חזק אחי היקר! שטארק זיך ווייטער מיט דיין איידעלע התנהגות; דו ביסט א מקדש שם שמים מיט דיין אויפפירונג. וואו זעט מען היינט אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג זאלן האב א ריין מויל? וואו זעט מען היינט אינגעלייט ארבייטערס מיט ריינע אויגן וכו' וכו'? נאר ביים הייליגן רבי'ן.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דיין ראש ישיבה.

#345 - ס'איז נישט קיין דרך הטבע די טייערע שידוכים וואס איר טוט
אידיש געלט, שמחות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע ענקערע ענינים.


מזל טוב פאר די שידוך פון אייער זון ... נרו יאיר! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אים און ביי אלע אייערע קינדער און אייניקלעך.


קוקט'ס וואספארא חסדים דער אייבערשטער טוט מיט אייך; ווער עס האט נאר אויגן זעט אז עס איז נישט קיין דרך הטבע די טייערע שידוכים וואס איר טוט, אזוי יונגערהייט, ביי איין קינד נאכן צווייטן. דאס איז נאר אין די זכות וואס דו און דיין ווייב העלפן די מוסד מיט א מורא'דיגע איבערגעגעבנקייט אין יעדע פרט און פרט.


איך בעט אייך: האטס שכל און מאכטס נישט א טייערע שמחה; מאכט די שמחה "אידיש" מיט א אידיש'ן טעם. געבט נישט אויס קיין געלט, ענדערש נעמט די געלט און באצאלט אלטע חובות.


איך האף אז איר וועט פאלגן.

#344 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#343 - אנהויבן דעם טאג מיט א דף גמרא
הכרת הטוב, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען פון מיר צוויי קינדער פאר די פאר טעג אז איך זאל קענען גיין מיט מיין ווייב קיין ארץ ישראל און אויך צום רבי'נס ציון; איך בין אייך שטארק מכיר טובה אויף דעם, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


איר ווייסט אודאי אז אייער מאן האט אנגעהויבן צו לערנען אין כולל יעדן אינדערפרי פאר איין שעה - פון צען ביז עלעף אזייגער; איך האב אים געגעבן א גוטע חברותא וואס זאל לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט אים מחזק זיין און מעודד זיין ער זאל קומען יעדן אינדערפרי פאר די איין שעה; איר ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש האט פארלאנגט פון יעדן אינגערמאן אין יבניאל מען זאל קומען אין כולל האבן א שיעור אינדערפרי. אלע מפיצים אין יבניאל טוען אזוי, זיי הייבן אן דעם טאג מיט לימוד התורה און נאכדעם גייען זיי ארויס אויפן שלאכט פעלד מלחמה האלטן מיטן יצר הרע.


זאלט איר אים שטארקן ער זאל קומען לערנען וועט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע עניינים.


איך ווארט צו הערן צי איר האט באקומען דעם בריוו.

#342 - בנוגע דעם בנין אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל אם ירצה ה' שיקן נאך געלט קיין אומאן, אבער איך וויל וויסן וויפיל עס גייט מיר נאך קאסטן צו ענדיגן דעם בנין עס זאל נישט אריין רעגענען. יעדן טאג בעט ער נאך געלט, איך קען נישט אזוי; נאר אז דו געבסט מיר א דו"ח וויפיל עס וועט מיר קאסטן צו ענדיגן דעם בנין עס זאל נישט אריין רעגענען.


לעת עתה וויל איך ענדיגן דעם בנין פון אינדרויסן אזוי אויך די רעלינגס פאר די טרעפ. איך וויל פארמאכן די פענסטערס אז מען זאל חס ושלום נישט ארויס פאלן רחמנא לצלן, און אפשר אויך אריין ברענגען לעקטער; דאס איז מיר גענוג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#341 - ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש
הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו גיין ארבעטן אין א גראסערי וואס דו וועסט אהיים קומען מיט ווייניגער געלט ווי מען קען לעבן בכלל?! ענדערש זאלסטו גיין הפצה וועסטו האבן גרויס עשירות.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש; בפרט אין ארץ ישראל דארט האסטו מיליאנען אידישע קינדער וואס מען האט זיי ליידער אוועק געריסן פון די אמונה און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים.


אז דו פרעגסט מיר וואס צו טון און דו שרייבסט מיר נאכמאל און נאכמאל: "וואס דער ראש ישיבה וועט מיר זאגן וועל איך טון", זאג איך דיר: "נאר מיין דעה איז פאר דיר ענדערש צו גיין הפצה ווי שטיין אין א גראסערי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#340 - עלטערן דארפן ארבעטן צוזאמען מיט'ן מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה אז דו רעדסט מיט דיין זונ'ס מלמד, דו ווילסט דיין זון זאל מצליח זיין. אונזערע מלמדים זענען איינס ביי איינס ערליכע אידן, איבערגעגעבענע מלמדים מיט אייזערנע סבלנות. עס איז ממש געזאגט געווארן ביי זיי דעם פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ"; די מלמדים נוצן נישט זייערע הענט, ווייל דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן.


דעריבער אז דו פארציילסט מיר אז דו רופסט דיין קינד'ס מלמד און דו ביסט אינטערעסירט צוצוהעלפן, וועסטו זען מיטן אייבערשטנ'ס הילף אסאך נחת פון דיינע קינדער.


איין מאל א חודש זאלסטו ווייזן דיין לוח וכו', פאר דיין דַיָין וועם דו פרעגסט דיינע שאלות, ער זאל דיר העלפן אויסשטעלן דעם לוח אז דו זאלסט זיין אפגעהיטן אין אלע הלכות.


מען מוז האבן א דיין וועם מען פרעגט שאלות און מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן שאלות; עס איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל זיך אליינס פסק'נען מראות וכו'. יעדעס מאל מען האט א שאלה דארף מען גיין פרעגן א דיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן; יעדע שאלה וואס מען האט מוז מען פרעגן אן ערליכן מורה הוראה, נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן אין טהרת המשפחה.


קומענדיגע וואך מיטוואך וועט פארקומען אן "אסיפת הורים" פאר די מאמעס פון די קינדער וואס לערנען אין סקול בית פיגא; זאלסט אוועק לייגן דעם נאכט אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#339 - גמרא מאכט ליכטיג, גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן
לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווארט נאך אלץ אויף דיין בריוו.


איך בענק מיר נאך די צייטן ווען דו פלעגסט מיר שרייבן יעדעס מאל ווען מען האט מסיים געווען א מסכתא אז דו האסט מסיים געווען נאך א מסכתא און נאך א מסכתא; איך האף אז דו לערנסט נאך יעדן טאג אביסל גמרא.


גמרא מאכט ליכטיג, גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


טייערע ברודער ... נרו יאיר, איך האב דיר ליב און איך ווארט צו הערן פון דיר.

#338 - געבן פאר קליינע קינדער מילכיגע באטלעך מיט'ן הכשר פון אוי יו - די (OU-D)
חינוך הילדים, כשרות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף די גאנצע וועלט.


קוק אריין אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): וואו עס ווערט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן; דער זוהר הקדוש זאגט אז דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, ווי אויך איז דער מענטש גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן", עיי"ש.


בנוגע געבן באטיס (Formula) פאר קינדער מיט די הכשר פון "אוי יו – די"; היינט איז דא צו באקומען פארמיולע מיט גוטע הכשרים פון 'חלב ישראל', דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין נאר צו עסן און טרינקען 'חלב ישראל'. אויך פאר די קינדער דארף מען אכטונג געבן נאר צו געבן 'חלב ישראל', אפילו פאר א קינד פון איין טאג אלט.


די עלטערן וואס זענען מקפיד נאר אריין צו נעמען עסן מיט אן ערליכן הכשר וועלן האבן קינדער תלמידי חכמים און יראי אלקים; מען דארף זייער אכטונג געבן צו געבן נאר כשר'ע מילך פאר א קליין קינד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א): "אִם הַתִּינוֹק יוֹנֵק מֵחֲלֵב אִשָּׁה חֲצוּפָה, אֲזַי מִתְגַּבֵּר בּוֹ תַּאֲוָה זוֹ", אויב דער קינד זייגט מילך פון א אשה חצופה וועט זיך אויף אים מתגבר זיין די תאווה פון ניאוף, "וְכֵן לְהֵפֶך, כְּשֶׁיּוֹנֵק חֲלֵב אִשָּׁה כְּשֵׁרָה", און אזוי אויך פארקערט - זאגט דער רבי - אויב דאס קינד זייגט מילך פון אן ערליכע פרוי, "אֲזַי לִבּוֹ חָלָל בְּקִרְבּוֹ, וְאֵין לוֹ חֲמִימוּת", וועט ער זיין אן ערליכער איד און זיין אפגעהיטן אין קדושה. נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר".


עס איז נישט ווערד צו נעמען בחינם חלב עכו"ם וואס די שטאט געבט (wic).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.

#337 - ענדיגט משניות צו די בר מצוה, מאכט א פשוטע שמחה
משניות, אידיש געלט, לימוד התורה, שמחות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין טאטע נרו יאיר וואו ער שרייבט מיר אז דו גייסט מסיים זיין 'ששה סדרי משנה' אין די טאג פון דיין בר מצוה.


דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין און שטארקן: אשריך! וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו גייסט אריין לעול המצוות מיט תורה און דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


זאלסט זיך שטארקן און לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; עס איז נישט קיין שווערע זאך צו טון - בפרט פאר א יונגע בחור, אויב מען היט די צייט קען מען דאס באווייזן. אז עס איז שווער צו טון ברציפות קען מען דאס אנטיילן אין דריי חלקים;  צופרי - זעקס פרקים, נאכמיטאג - זעקס פרקים און ביינאכט - זעקס פרקים, צוזאמען איז דאס אכצן פרקים.


אויך זאלסטו דאווענען שחרית מנחה מעריב דיקא אין א סידור און שטיין אויף איין פלאץ.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט שכל צו מאכן א פשוט'ע אידישע שמחה מיט א אידיש'ן טעם, נישט ווי די עשירים וואס מאכן משוגע אלעמען צו מאכן טייערע שמחות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן סד) אז אלע עשירים זענען רובם ככולם משוגעים; דאס זעט מען ממש בחוש ווען זיי מאכן שמחות ווי פאר אביסל כבוד המדומה מאכן זיי זיך צו נאר פאר אלעמען, וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף דיין טאטע'נס געלט.


זיי געזונט.

#336 - ווי שיין איז אז דו מאכסט א פשוט'ע בר מצוה
שמחות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין זונ'ס בר מצוה! דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון דעם קינד און אלע קינדער - געזונטערהייט.


אשריך אז דו מאכסט א פשוט'ע שמחה און דו גייסט נישט נאך די שטראם פון די גאס וואס גיסן אוועק אידיש געלט אין מיסט מיטן כלומר'ישן אויסרייד אז פאר א שמחה מעג מען אויסגיסן געלט; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו מאכסט א פשוט'ע בר מצוה אין שטוב פאר די חברים פון דעם בר מצוה בחור. ממך ילמדו, זאל מען זיך לערנען פון דיר נישט אויסצוגעבן געלט פאר נארישקייטן.


איך וויל רעדן מיט דיין זון דער בר מצוה בחור אים מחזק זיין און אים וואונטשן מזל טוב פאר די בר מצוה און פאר זיין סיום ששה סדרי משנה וואס ער גייט מסיים זיין ביום הבר מצוה.


איך וועל זיך זייער פרייען צו זען די גליון וואס איר טייטשט איבער אויף לשון הקודש, איך ווארט איר זאלט מיר דאס שיקן; איך וויל זען צו דער וואס טייטשט דאס איבער גייט נישט אוועק פונעם מכוון וד"ל.


לכבוד דעם וואס דו שרייבסט מיר אז דו מאכסט א פשוט'ע שמחה וכו' וועל איך אם ירצה ה' קומען צו דיר בלי נדר; איך האף צו זיין דעם ווינטער אין ארץ ישראל, איך וועל אם ירצה ה' געבן א שיעור פאר דיר און פאר אלע תלמידי היכל הקודש אין בית שמש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#335 - מ'קען נישט צווינגען צו גיין צום דאקטער, מ'קען נאר מתפלל זיין
תפילה והתבודדות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז די איינציגסטע זאך וואס זי קען טון פאר איר מאמע תחי' אז זי זאל האבן א רפואה שלימה איז 'דאווענען צום אייבערשטן'. זי זאל זיך נישט אריינמישן ווייל זי וועט נאר האבן שברי לב דערפון; אז זי וויל נישט גיין אין שפיטאל, זי לאזט זיך נישט פון אלע געשוויסטער, פארוואס זאל זי זיך אויפעסן אומזיסט?!


איך שיק דיר פאר איר א בריוו איר צו בארואיגן.


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר דערציילט אז אייער מאמע שפירט זיך נישט גוט השם ירחם, אלע געשוויסטער האבן פראבירט איר צו נעמען אין שפיטאל אבער זי לאזט זיך נישט וכו', און איר ווילט וויסן וואס צו טון.


וויסן זאלט איר אז מען קען נאר העלפן יענעם ווען יענער וויל זיך לאזן העלפן, אז יענער וויל זיך נישט העלפן קען מען גארנישט טון, דערפאר זאלט איר נישט האבן קיין שולד געפילן אז אלעס איז תלוי אין אייך ווען באמת קענט איר גארנישט טון. אז מען פרעגט אייך אן עצה זאלט איר געבן אייערע עצות, אבער אז זיי אליינס זענען מחליט וואס צו טון זאלט איר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל (גילטי קאנטשעס) אז איר מאכט קראנק אייער מאמע חס ושלום.


איר זאלט זאגן תהילים אז זי זאל האבן א רפואה שלימה, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן צוזאמען מיט אייערע קינדער; יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפן זאל מען בעטן צוזאמען: "הייליגער באשעפער, העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט", דאס וועט פועל'ן א רפואה פאר אייער מאמע און פאר אלע אידן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה איז; רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תלט) אז ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאוון פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!"; זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


דאס זאלט איר טון מיט אייערע קינדער, איר זאל זאגן צוזאמען: "הייליגער באשעפער! העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט"; די גרעסטע כיבוד אב ואם איז אז איר וועט אויפציען אייערע קינדער און זיין פאר זיי א געטרייע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער מאמע זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

#334 - תפילה איז משנה די טבע
תפילה והתבודדות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די גוטע בשורה.


מען זעט ממש בחוש וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; אלע דאקטורים זאגן איין זאך און נאכדעם זעען זיי אז זיי ווייסן גארנישט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א'): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה, אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן פאלן אוועק אלע רפואות ווייל מען ווערט אויסגעהיילט פונעם אייבערשטן אליינס, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטורים מיט זייערע רפואות. "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגט אין די מעדעצינען גייט אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#333 - ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פעול'ן גרויסע ניסים
שבת קודש

 


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געשריבן פאר אייער מאן א שיינע בריוו וואספארא נחת ער מאכט מיר מיט זיין התנהגות; איך וויל איר זאלט וויסן אז דאס וואס איך האב נאך כח אנצוגיין מיט תלמידים איז נאר אדאנק אייער מאן ... נרו יאיר.


עס איז שוין ביי מיר די עלפטע יאר וואס איך האלט די ישיבה, עס איז נישט גרינג צו נעמען רויע בחורים און זיי אויסקנעטן זיי זאלן זיין עבדי השם; אפילו טייג איז נישט גרינג צו אויסקנעטן און מאכן פון דעם חלות, פיל שווערער איז צו ארבעטן מיט מענטשן וואס זענען בעלי בחירה, מ'קען ארבעטן מיט א מענטש וואכן און חדשים און צו מאל יארן ביז עס מאכט זיך שוין עפעס. וואס געבט מיר כח אנצוגיין? נאר אזעלכע תלמידים ווי אייער מאן נרו יאיר. ווען איך זע זיין התנהגות, זיין איידלקייט און זיין יראת שמים געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין.


מרת ... תחי', ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר אויסנוצן די הייליגע מינוטן צו בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פעול'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת און א שיינע לעבן. א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר און אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן. צינד אן ...'ס הארץ ער זאל דיר דינען מיט ליבשאפט, צינד אן די הערצער פון מיינע קינדער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפ זעצן, אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אז אייער מאן ווארט אייך צו זאגן "גוט שבת", ער וויל גיין אין שול, זייטס מפסיק און גריסטס אים: "גוט שבת", און ווען ער גייט שוין אין שול זאלט איר ווייטער רעדן צום אייבערשטן ביי די ליכט.


עלטערן דארפן פארגיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן און געבעטן פאר ערליכע קינדער"; פארלאזט אייך נישט אויף אייער מאנ'ס תפילות, איר אליינס זאלטס פארגיסן טרערן צום אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן זיין ערליך.


נאכדעם ווען אייער מאן ... נרו יאיר קומט אהיים פון שול זאלט איר אים אפווארטן מיט א שמייכל; האלטס נישט קיין אלטע חשבונות, הייבטס אן א נייע דף און טראגטס נישט קיין אלטע ווייטאגן. שבת דארף מען זיין פרייליך; בעטס אייך איבער מיט אים אפילו ווען ער איז דער וואס דארף ערשט איבער בעטן, אז איר וועט אים מוחל זיין וועט דער אייבערשטער אונז אלע מוחל זיין.


געדענקטס וואס דער רבי האט געזאגט: "יעדע זאך וואס מען פועל'ט מיט שלעכטן, וואלט מען גרינגער געקענט פועל'ן מיט גוטנ'ס"; אסאך מאל מיינט מען אז אויב מען וועט שרייען וכו' אויף די מאן און קינדער וועלן זיי פאלגן, מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט, אז מיט גוטנ'ס וואלט מען אסאך גרינגער און שנעלער גע'פועל'ט.


 


איך וואונטש אייך א פרייליכן שבת.