בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קינדער וואס לייגן די פינגער אין מויל און אין נאז
מלמדים, מוהרא"ש, אידיש, חינוך, שמירת הברית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם קינד וואס לייגט די פינגער אין מויל; זאלסט נישט מאכן קיין עסק, פאר די אלע זאכן איז די בעסטע מעדעצין - אז מען מאכט נישט קיין עסק ביז עס גייט אוועק.


איך האב געהאט ביי איינע פון מיינע קינדער אן ענליכע זאך, מיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל פרעגן מוהרא"ש וואס מיר זאלן טון, מוהרא"ש האט געזאגט: "מאכט נישט קיין עסק, אזוי וועט עס אוועק גיין", און טאקע אזוי איז געווען; בעט איך דיר אלס מלמד ביי אונז אין חדר זאלסטו נישט מאכן קיין עסק דערפון, אזוי אויך דאס קינד וואס קייט און לעקט זיינע פיאות - זאלסטו נישט מאכן דערפון קיין עסק.


בנוגע דעם קינד מיט די פינגער אין די נאז; דאס זאלסטו אים יא באמערקן, אים אויסלערנען ער זאל ניצן פאפיר. אזוי אויך בנוגע לייגן די הענט אין די הויזן טאש; דאס האט מיט קדושה, מיט שמירת הברית; זאלסטו אויסלערנען די קינדער מיט סבלנות אז א איד דארף זיין הייליג, מען טאר נישט אנרירן, און אויך אין טאש לייגט מען נישט די האנט, דאס איז א גדר צו זיין אפגעהיטן.


אויך בעט איך דיר און אלע מלמדים אין ארץ הקודש אז מען זאל שטיין אויף די תלמידים זיי זאלן רעדן אידיש, איך וויל נישט מען זאל רעדן אין חדר און אין בית פיגא העברעאיש.


העיקר לייג אריין אין די קינדער אמונה און א ליבשאפט צו זיין א איד, דורך דערציילן מעשיות פון צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמח), עס איז זייער א גרויסע זאך צו דערציילן מעשיות פון צדיקים, ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקער חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען הערט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.