בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5511 - א מלמד זאל נישט קארגן קיין גוטע ווערטער, און רעדן אסאך אמונה
קאמפלימענטס, קדושה, אמונה, מוסר, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה, תורה ויראת שמים; אין אזא דור וואס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות – ברענגסטו אריין קדושה ואמונה.


עס איז דא צוויי וועגן צו רעדן צו די קינדער, אדער רעדן קעגן די פראבלעמען, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה – אז אלע פראבלעמען פאלן אוועק. עס זענען דא מלמדים וואס רעדן טעג און וואכן פון די פראבלעם און פון די פרצה וכו', אבער דעם רבינ'ס וועג איז רעדן אזויפיל פון אייבערשטן – ביז עס ווערט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט קארגן גוטע ווערטער; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער – דאס דארף מען זייער קארגן, און ממש בלית ברירה, נאכן גוט אדורכטראכטן – נוצט מען אמאל די ווערטער, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער – זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווער עס האט א קליינעם פארשטאנד, "יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארף מער כבוד.

#5510 - די שענסטע זאך איז א אידישע איידעלע טאכטער
תפילות אויף אידיש, צניעות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די אידישע פאלק איז "צניעות", אזוי ווי עס שטייט (תהילים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַת מֶלֶךְ פְּנִימָה", די שענסטע זאך איז א אידישע איידעלע טאכטער, "מִמִּשְׁבְּצוֹת זָהָב לְבוּשָׁהּ", זי איז שענער פון די שענסטע גאלדענע קליידער.


זאגט יעדן טאג די תפילה:


"שכוח אייבערשטער פאר מיין צניעות, שכוח אייבערשטער אז איך בין אויסדערוועלט, איך בין א איד און איך גיי אנגעטון איידל און שיין. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף אז אלע מיינע דורות, מיינע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך – זאלן גיין אנגעטון איידל און שיין, און אלע זאלן האבן א געפיל אין איידלקייט".

#5509 - א פשוט'ער איד, דינען דעם אייבערשטן בשמחה
עבודת השם, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


מענטשן מיינען אז מען דארף טון גרויסע עבודות, גרויסע זאכן, דער רבי לערנט אונז אנדערש, דער רבי לערנט אונז אז ביים אייבערשטן איז חשוב ווי פשוט'ער, דער רבי האט זייער ליב געהאט די פראסטע אידן וואס ווייסן נישט און פארשטייען נישט קיין סאך, נאר וואס טוען למעשה, די וואס זאגן תהילים, די וואס זאגן תחינות ובקשות.


עס איז געווען א איד אין ברסלב וואס פלעגט זאגן תהילים און אסאך תחינות און מעמדות, און דער רבי האט אים זייער מקנא געווען (עיין חיי מוהר"ן, סימן תק"כ).


בעט דעם אייבערשטן צו זיין א פשוט'ער איד, צו דינען דעם אייבערשטן בשמחה.

#5508 - לערן דעם רבינ'ס ספרים, און בעט דעם אייבערשטן צו פאלגן די עצות
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, און נאכן לערנען זאלסטו מאכן תפילה פון די תורה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "כְּשֶׁלּוֹמֵד תּוֹרָה מִצַּדִּיק הָאֱמֶת", ווען מען לערנט א תורה פונעם אמת'ן צדיק, "יַעֲשֶׂה מִזֶּה תְּפִלָּה", זאל מען מאכן פון דעם תפילה, "מִזֶּה נַעֲשֶׂה שַׁעֲשׁוּעִים גְּדוֹלִים מְאֹד לְמַעְלָה", און דער אייבערשטער האט א פארגענוגן פון די סארט תפילות.


אזוי אויך זאלסטו לערנען אשר בנחל און עצתו אמונה און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן זאלסט קענען פאלגן די עצות.


איך באקום זייער גוטע גריסן אויף דיר, דיין שווער און שוויגער רעדן פון דיר, פון דיין דרך ארץ, זיי האבן גרויס נחת.

#5507 - בזכות לערנען אין שול פארטאגס, זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים
קינדער, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער אזעלכע שיינע גרוסן אויף דיר, דו זיצט פארטאגס אין שול און דו לערנסט מיט התמדה; דאס איז מיר אזא תענוג ונחת רוח, איך בין אזוי צופרידן פון דעם, הלוואי זאלן אלע קומען פארטאגס לערנען.


בזכות לערנען אין שול פארטאגס – זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם", ווער עס זינגט און לויבט דעם אייבערשטן פארטאגס איידער עס ווערט ליכטיג - "הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", איז דאס א סגולה פאר קינדער, אויך פאר שלום בית, עיין שם.


שרייב מיר פון דיין עבודת השם – וועסטו מיך מחי' זיין, שרייב מיר אויך אויב דו גייסט יעדן טאג התבודדות און ווי לאנג, ווייל איך ווארט אזוי שטארק צו זען ביי די תלמידי הישיבה אז מען פאלגט דעם רבי'ן.

#5506 - א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים
קדושה, דאווענען, יראת שמים, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דיינע יארן, דיינע טעג – גייען אריבער מיט הייליגע זאכן; ביסט א מלמד, דו לערנסט מיט קינדער די הייליגע תורה.


געב אכטונג נישט צו האבן מיט ליצנות, א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ליצנות, סימן ה): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת אֵין לוֹ חָכְמָה", ליצנות פארטרייבט די יראת שמים.


לייג אריין אין די קינדער א חיות ביים דאווענען און ביים לערנען, זיי זאלן דאווענען הויך מיט א לעבעדיגקייט, אויך זאלן זיי לערנען הויך אויפן קול, מיט א ברען.


רעד צו זיי פון קדושת הברית, פון נישט אנרירן אות ברית קודש, אויך פון זיך היטן די אויגן.

#5505 - דיין טאטע איז אלט און שוואך, גיי אריבער יעדן טאג אים צו באדינען
כיבוד אב ואם, מוסר, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט בייז אז איך זאג דיר מוסר, איך וויל נאר דיין אייביגע גוטס.


האסט אן אלטן טאטן, אלט און שוואך, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אים; פארוואס זאלסטו נישט אריבערגיין יעדן טאג אים משמש זיין? עס איז דאך די גרעסטע מצוה אויף דער וועלט מכבד זיין א טאטע, משמש זיין א טאטע; איך וויל נישט זאגן פאר אנדערע וואס צו טון, הלוואי זאל איך אליינס זיין אן ערליכער איד, אבער דו זאגסט מיר שטענדיג: "דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן ווי צו לעבן", "דער ראש ישיבה זאל מיך פאררעכטן אויב איך טו נישט גוט" – דערפאר זאג איך דיר.


דיינע אלע עבודות השם וואס דו דינסט דעם אייבערשטן איז זייער הייליג און חשוב, אבער די מצוה פון כיבוד אב ואם, אז מען האט אן אלטע שוואכע טאטע וואס ליגט אין בעט - ווי קען מען זיך פטר'ן מיט צושטעלן אן ערל? פארוואס זאלסטו נישט גיין יעדן טאג אים משמש זיין?


איך האב געלערנט כיבוד אב ואם פון מיינע עלטערן; מיין טאטע שליט"א, מיין מאמע תחי' – כל זמן זיי האבן געהאט זייערע עלטערן – האבן זיי טאג און נאכט באדינט די עלטערן. אויך מיין שווער שליט"א, כל זמן זיינע עלטערן האבן געלעבט – האט מען אים געזען טאג און נאכט משמש זיין די עלטערן.


איך שרייב דיר, איך וויל זאלסט אריינכאפן צו קענען טון די מצוה.

#5504 - די שמחה אין הימל ווען מען זאגט "טאטע"
חיזוק פאר פרויען, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


איין זאך בעט איך אייך זייער, פארגעסט נישט אז דער אייבערשטער האט אייך ליב, דער אייבערשטער ווארט איר זאלט רעדן צו אים; אזוי שטארק ווי א מאמע פרייט זיך ווען דאס קינד זאגט א ווארט, ווען דאס קינד זאגט "מאמי" – אסאך אסאך מער ווערט א שמחה אין הימל ווען מען זאגט: "טאטע".


אינדערפרי נאך ברכת השחר זאלט איר פרובירן צו זאגן די דרייצן "אני מאמין".

#5503 - אוועק ווארפן אלע חכמות, איז בעצם די גרעסטע חכמה
עצות, תמימות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי לערנט אונז אזעלכע זיסע עצות און אזעלכע חיזוק ווי צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אוועק ווארפן אלע חכמות און דינען דעם אייבערשטן מיט א תמימות, וואס בעצם איז דאס די גרעסטע חכמה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, צָרִיךְ לַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", נאך אלע חכמות דארף מען דינען דעם אייבערשטן ווי א פראסטאק, "וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת", וואס דאס איז די העכסטע און גרעסטע חכמה.


אשרינו מה טוב חלקינו, מיר דארפן טאנצן יעדן טאג, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס לאזט אונז נישט פאראפאלן גיין, זארגט פאר אונז מיר זאלן נישט פארשלאפן אונזערע יארן.


א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, זיי דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און מיט שמחה.

#5502 - יעדע מצוה בלייבט אויף אייביג, וואס מיינט אייביג?
נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט אמאל געוואלט ארויסברענגען וואס מיינט 'אייביג', האט ער געגעבן א משל; אז מען וועט אנפילן די גאנצע וועלט מיט זאלץ און עס וועט קומען א פייגל עסן א ברעקעלע זאלץ – איין ברעקעלע יעדעס יאר – וועט זיך דאס אמאל ענדיגן? האט איינער געענטפערט: "ניין, עס קען זיך נישט ענדיגן", האט רבי נתן געזאגט: "ביסט נישט גערעכט, עס וועט זיך יא אמאל ענדיגן, אפילו עס וועט נעמען זייער זייער לאנג, אבער עס האט אן ענדע, מה שאין כן די שכר פון עולם הבא איז פאר אייביג, לנצח נצחים".


יעדעס ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן – איז לנצח נצחים, פאר אייביג, יעדע מצוה וואס מען טוט, כיבוד אב ואם, צניעות, חסד – בלייבט פאר אייביג.


וואויל איז דעם וואס טוט גוטע זאכן.

#5501 - גאר אנדערש דאס חתונה האבן, ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת
שלום בית, חתונה, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האלסט שוין דא, דו גייסט שוין חתונה האבן, דו באקומסט א כלה ערליך און איידל; ווי מער דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – אלץ מער גוטס וועט קומען צו דיר.


עס איז גאר אנדערש דאס חתונה האבן ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת, די לעבן איז טעם גן עדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנב): "כְּשֶׁמְּקֹרָבִים לְצַדִּיק הָאֱמֶת", די אלע וואס זענען נאנט צום אמת'ן צדיק, "טוֹעֲמִים טַעַם גַּן עֵדֶן", שפירן די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן; מען רעדט איידל און שיין צו די ווייב, מען ערווארט נישט פון איר – ממילא ווערט מען נישט אנטוישט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, יעדע זאך וואס מען באקומט איז ווי א געשאנק; עס איז דא עסן – איז דאס א געשאנק, עס איז דא קליידער – איז עס א געשאנק.

#5500 - דו האסט אן איידעלע פרוי, זאלסטו איר אויסרומען און אויסלויבן
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף צום אייבערשטן אז דו פארשטייסט דאס שיינקייט פון אן איידעלע פרוי און דו ביסט עס מחשיב. דו האסט אן איידעלע פרוי; זאלסטו איר אויסרומען און אויסלויבן, נישט יעדער איז זוכה צו דעם. דער פסוק זאגט (משלי לא, י): "אֵשֶׁת חַיִל מִי יִמְצָא", אן ערליכע פרוי – ווער קען געפונען? נישט יעדער איז זוכה צו דעם, "וְרָחֹק מִפְּנִינִים מִכְרָהּ", אן ערליכע פרוי איז טייערער ווי טייערע פערל.


געב גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, זאג איר ווי שיין איר צניעות איז, זייט שטאלץ מיט ענקערע איידעלע לבוש, דער רבי זאגט צו ערליכע קינדער. (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה", א פרוי וואס איז איידל, "מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", וועט האבן ערליכע קינדער.


שרייב מיר פון צייט צו צייט, וועסטו מיך מחי' זיין.

#5499 - ווען די לערערין רעדט פון אנדערע גלויבנס
תפילות אויף אידיש, סקול, אמונה, צדקה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס מען לערנט ביי אייך אין שולע וכו'; די ריכטיגע וועג איז, מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריק קערן צו די תורה און צו די אמונה.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; געבט יעדן טאג צדקה און בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר א שטארקע, קלארע און לויטערע אמונה". דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן ל): "אֱמוּנָה בָּא עַל יְדֵי צְדָקָה", דורך צדקה באקומט מען אמונה.


אויך זאלט איר קוקן אויפן הימל ווען די הימל איז שיין לויטער. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן יד): "כְּשֶׁתִּסְתַּכֵּל בַּשָּׁמַיִם כְּשֶׁהֵם זַכִּים וּבְהִירִים", ווען דו וועסט קוקן אויפן הימל ווען זי איז לויטער און קלאר, "תִּזְכֶּה לֶאֱמוּנַת חֲכָמִים", וועסטו זוכה זיין צו אמונת חכמים; גייט צום פענסטער, קוקט ארויף צום הימל און זאגט: "הייליגער באשעפער געב מיר א קלארע לויטערע אמונה, איך וויל דיך זען, איך וויל דיך שפירן, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך און זיך נישט צעמישן פון קיין שום זאך, אייבערשטער העלף מיר אז איך און מיינע דורות זאלן אלע האבן א שטארקע אמונה אין דיר, אמונה אין די הייליגע צדיקים, אמן".


(אז אייער לערערין וועט נאכאמאל רעדן פון אנדערע גלויבנס – זאלט איר נעמען א בליי און שרייבן אנדערע זאכן, אז אייער מח זאל זיך נישט צוהערן צו די זאכן וואס צעמישט.


הערט זיך צו אין כתה נאר צו די לערערינס וואס צעמישן נישט, נאר דארט הערט זיך צו, ווען מען רעדט פון אנדערע גלויבנס, פון עשיו און ישמעאל – זאלט איר זיך אריינטון אין אנדערע זאכן, און נישט צוהערן).

#5498 - פארצייכענען יעדעס קינד, ווער האט שוין באקומען א שמייכל און גוט ווארט
אמונה, רפואה, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


די בית פיגא תלמידות זענען זייער צופרידן פון אייערע שיעורים, זיי זענען זייער אסאך מקבל פון אייך, זיי ווארטן צו קומען אין שולע.


רעדט אסאך צו די מיידלעך פון אמונה פשוטה, ווייל דאס איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען; ווי מער מען שפירט דעם אייבערשטן – פאלן אוועק אלע מחלוקות, מען הערט אויף גליסטן, מקנא זיין אנדערע, מען רעדט נישט פון אנדערע, מען ווייסט אז דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


אויך זאלט איר זיך פארצייכענען יעדע מיידל, ווער עס האט שוין באקומען א שמייכל, א גוט מארגן, א גוטן טאג. אויך זעט צו שמועסן מיט יעדע תלמידה במשך א וואך צוויי – פריוואט.


אויך לאזט מיר וויסן אייער פלאן פאר קומענדיגע זומער, אויב איר זענט גרייט נאכאמאל צו העלפן אין קעמפ.

#5497 - איינער שפירט אזוי גוט און פרייליך, און דער אנדערער שפירט גארנישט
תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, סיפוק

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א רחמנות אויף מענטשן, מען זוכט די פלאץ אין די וועלט וואו מען איז פרייליך; די מענטשן פון ניו יארק פארן קיין פלארידע – און די מענטשן פון פלארידע קומען זיך אפרוען קיין ניו יארק. נאכדעם פרובירט מען צו פארן דארט, און נאכדעם דארט... ווען דער רבי איז אונז מגלה אז אלעס איז אין הארץ. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצא): "עִקַּר הַרְגָּשַׁת תַּעֲנוּג, הַכֹּל הוּא בַּלֵּב", אלע פארגענוגן איז אין הארץ, איינער קען זיצן נעבן זיין חבר, איינער שפירט אזוי גוט, אזוי פרייליך, אזוי דערהויבן און דער אנדערער שפירט גארנישט.


מען דארף נאר פאלגן דעם רבי'ן, גיין שפאצירן מיטן אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים און אים דאנקען טאג נאך טאג, ביז מען הויבט אן שפירן אלע שלש מאות ועשרה עולמות, טעם גן עדן.


שרייב מיר אויב דו גייסט יעדן טאג התבודדות, וואו? ווילאנג?

#5496 - אונזער וועג איז נישט פראטעסטירן, נאר וויינען צום אייבערשטן
ארץ ישראל, תיקון חצות, ערב רב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


אונזער וועג איז נישט פראטעסטירן, אונזער וועג איז תיקון חצות, התבודדות, ח"י פרקים משניות ושיעורים כסדרן אין יעדע חלק אין די תורה.


די ערב רב האבן געמאכט א חורבן אויף די וועלט, אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן, אויסגעריסן די תורה פון זיי, און אויך אויפגעהעצט אלע פעלקער קעגן אונז אידן, אבער הפגנות – איז נישט אונזער זאך; מיר דארפן זאגן תיקון חצות, וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף כלל ישראל און שיקן צדיקים זאלן צוריקקערן אלע אידן צום באשעפער.

#5495 - עס איז נישט קיין קונץ ארום צו גיין מיט א צעקלאפטקייט
התחזקות, הפצה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "א קונץ אראפצואווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד", דאס מיינט מען זיך אליינס אויך; עס איז נישט קיין קונץ ארום צו גיין מיט א צעקלאפטקייט, א קונץ איז, אפילו מען פאלט, אפילו מען האט שווערע נסיונות, נפילות וכו' – דאך זיך אויפהייבן און וויסן אז 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער איז מיט מיט און ווארט אויף מיר איך זאל רעדן צו אים, שמועסן מיט אים'.


יעצט קומט די הייליגע שובבי"ם טעג, די יאר איז שובבי"ם ת"ת; זאלסטו גיין הפצה, עוסק זיין אין פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע לימודים פון רבי'ן; דאס איז די גרעסטע תיקון פאר אונז.

#5494 - א שאד דיינע שיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט גארנישט
חנוכה, התחדשות, סדר דרך הלימוד, תכלית, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חנוכה איז א צייט וואס מען קען זיך באנייען, אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט זיך באנייען מיט דיין עבודות השם, בעיקר מיטן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, מאך זיך א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיינע ספרים. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן".


איך בעט דיך זייער, לאז אפ דיינע חכמות, פאלג דעם רבי'ן בתמימות. נעם אן דעם סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג שיעורים כסדרן בכל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא - בבלי ירושלמי, תוספתא, ועוד; לאז זיך נישט נארן, וואס בלייבט פון אלע נארישקייטן? נאר תורה בלייבט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" פאר יעדן איינעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", אבער ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיטן יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן, ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


וואו האלסטו אין משניות? וואו האלסטו אין ש"ס? א שאד דיינע שיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט גארנישט; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5493 - צוויי וויכטיגע זאכן צו געדענקען אום חנוכה
חנוכה, אמונה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן צוריק געקומען פון שטעטל, עס איז געווען א הערליכע שבת חנוכה מיט אנשי שלומינו. די שטעטל איז א בחינה פון וואס דער רבי דערציילט, ווי דער בעל תפילה האט געהאט א פלאץ חוץ לישוב וואו ער האט ארויסגעטראגן זיינע מענטשן; קוק נאך אין סיפורי מעשיות, מעשה מבעל תפילה.


איך וויל דיר דערמאנען צוויי וויכטיגע זאכן וואס איז וויכטיג יעצט חנוכה.


ערשטנס, געב זיך איבער צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אז אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


צווייטנס, יעצט חנוכה מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; חנוכה איז דער עיקר די שמחה און דאס לויבן, אלעס אנדערש איז טפל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5492 - דער אייבערשטער הייבט אויף יעדן, און נעמט צוריק יעדן איינעם
תפילה והתבודדות, חנוכה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינט זאת חנוכה איז א צייט וואס אלע פארפאלענע, אלע פארגעסענע, די בני מנשה, א לשון פון (בראשית מא, נא): "כִּי נַשַּׁנִי אֱלֹקִים" – קענען זיך דערנענטערן צום אייבערשטן; אז מען בעט און מען שרייט: "הייליגער באשעפער איך וויל אויך זיין נאנט צו דיר, גמ - לי - א-ל, אויך איך וויל שפירן אייבערשטער".


דאס איז די קריאה וואס מען ליינט היינט זאת חנוכה (במדבר ז, נד): "בַּיּוֹם הַשְּׁמִינִי" זאת חנוכה, "נָשִׂיא" ווערן אויפגעהויבן, "לִבְנֵי מְנַשֶּׁה", די פארפאלענע פארגעסענע וואס בעטן און שרייען "גַּמְלִיאֵ-ל", איך וויל אויך זיין גוט; "בֶּן פְּדָה-צוּר", זיי בעטן: "אייבערשטער לייז מיך אויס, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע".


דאס איז נישט מיין ווארט, דאס האב איך געהערט פון מוהרא"ש. אלע יארן וואס איך האב זוכה געווען צו זיין ביי מוהרא"ש האט ער נאר גערעדט פון נשיא לבני מנשה, דער אייבערשטער הייבט אויף יעדן, און נעמט צוריק יעדן איינעם.


אשרינו מה טוב חלקינו.

#5491 - הער אויף קריטיקירן דיין ווייב, געב איר נאר גוטע ווערטער
תודה והודאה, שלום בית, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער אויף קריטיקירן דיין ווייב, רעד נישט צו איר פון צניעות, רעד נישט צו איר פון זיך שערן די האר און פון זיך פארבן די אויגן; דו געב איר נאר גוטע ווערטער, די אנדערע זאכן וועט פון זיך אליינס נאכקומען. אז דער מאן געבט נאר גוטע וועטער, ער האט באמת ליב זיין ווייב און זעט אין איר נאר גוטס - קען ער מיט סבלנות און תפילה אלעס טוישן.


לאז אפ, זאג נישט קיין מוסר, קריטיקיר נישט; דו זאלסט איין זאך טון - נאר גוטע ווערטער, נאר זוכן גוטס.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן, דו וועסט אויפהערן זיין פארנומען מיט איר אידישקייט; אנשטאט זיין פארנומען מיט אירע זאכן - זאלסטו זיין פארנומען מיט תודה והודאה לשם יתברך אז דו האסט א ווייב, א וואוילע ווייב, אן איידעלע ווייב, אפילו מיט די אויגן און מיט די האר איז זי זייער אן ערליכע, זאלסט איר גארנישט זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5490 - פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג, זיך צו וואשן יעדן שבת צו דריי סעודות
קבלה טובה, שלש סעודות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


 ... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען זיך צו וואשן יעדע שבת צו די דריי סעודות.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח.): "כל המקיים שלש סעודות בשבת", ווער עס עסט דריי סעודות אום שבת, "ניצול משלש פורעניות", ווערט געראטעוועט פון דריי שלעכטע זאכן, "מחבלו של משיח", פון די צרות וואס וועט זיין איידער משיח צדקינו וועט קומען, "מדינה של גיהנום", פון גיהנום, "ממלחמת גוג ומגוג", און פון די מלחמה פון גוג ומגוג; די דריי שרעקליכע זאכן גייען אריבער יעדן טאג אויף יעדן איינציגסטן מענטש, און אז מען עסט די דריי סעודות שבת - ווערט מען פון די זאכן געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5489 - וויפיל ליכט צו צינדען לכבוד שבת
שמחה, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, שבת ליכט, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע וויפיל ליכט צו צינדן, ווען ביי אייער משפחה צינדט מען צוויי ליכט פון חלב און צוויי פון אויל, און מוהרא"ש זאגט מען זאל צינדן לכבוד שבת צוויי ליכט פון אויל כנגד זכור ושמור און נאך פיר ליכט פון חלב כנגד די פיר אותיות פון שם הוי"ה, איר ווילט וויסן וויפיל צו צינדן; ביידע זענען גוט, סיי אז מען צינדט ווי די מאמע און סיי אז מען צינדט ווי מען צינדט אין היכל הקודש, ביידע וועגן זענען גוט.


דער עיקר פון ברסלב איז 'מען זאל זיין פרייליך', מען זאל וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד', און אז 'מען קען אלץ תשובה טון, מען קען אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן'. אויך לערנט אונז דער רבי דאס גרויסקייט פון שלום בית, פון זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן; דער מאן זוכט אין די ווייב גוטס, און די ווייב זוכט אינעם מאן דאס גוטס; ביים רבי'ן איז געווען שלום בית פון די וויכטיגע זאכן.


ווען איר צינדט ליכט זאלט איר לייגן די הענט אויפן פנים פאר אפאר מינוט, בעטס דעם אייבערשטן אז די שכינה הקדושה זאל רוען אין שטוב, און איר זאלט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5488 - העלפן די מוסד, איז א זכות לנצח נצחים
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד, עס איז א זכות לנצח נצחים, און א באזונדערע דאנק פארן ארויפלייגן ווי מער משפחות אין שטאט אויף די וואוטשערס פראגראם, אז מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער.

#5487 - זייט איר אהרן הכהן, מאכט שלום צווישן זיי
שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט איר אהרן הכהן, רופט אייער שוועגערין און זאגט איר אז אייער ברודער וויל צוריק גיין, זאגט איר: "מיין ברודער האט דיך ליב", און רופט אייער ברודער, זאגט אים: "האסט א וואוילע ווייב, זי האט דיך ליב, זי וויל צוריק גיין"; אזוי וועלן זיי צוריק גיין.


זייט אהרן הכהן, מאכט שלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) אהרן הכהן האט געזאגט אנדערש מפני השלום. ראובן איז צעקריגט מיט שמעון, זיי רעדן נישט איינער מיטן צווייטן, האט אהרן הכהן געזאגט פאר ראובן: "שמעון וויל זייער שטארק מאכן שלום, ער שעמט זיך נאר פון דיר, ער האט דיך זייער ליב", און אזוי האט ער געטון מיט שמעון, ער האט אים געזאגט: "ראובן וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר, אבער ער שעמט זיך", ביז זיי האבן זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן און שלום געמאכט; אזוי זאלט איר טון, א שאד עס זאל ווערן א גט.


אויך געב זיי טרינקען פונעם רבינ'ס קוואל וואסער, די שיינע זיסע עצות פון רבי'ן. געב זיי די בריוו פון מוהרא"ש, ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש; דארט איז דא לימודים, עצות והדרכה ווי אזוי צו לעבן א זיסע לעבן מיט שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.