בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5561 - משיח וועט קומען בזכות די וואס טוען חסד
חיזוק פאר פרויען, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


בנוגע די פראגע אויב עס איז גוט וכו'; אייער מאן איז אן איידעלער מענטש, אן ערליכער מענטש, דארפט איר נישט זארגן אז ער גייט זיך לערנען לעשן פייערס, ער וועט נישט זוכן אוועק צו גיין פון שטוב, ער איז אן ערנסטער, נישט קיין ליידיגגייער, ער קען העלפן ראטעווען מענטשנ'ס לעבן, ער איז גוט פאר די ארבעט; איך זוך אזעלכע ערנסטע ערליכע אינגעלייט, צו זיין פון די פייער דיפארטמענט ביי אונז אין שטעטל.


קען זיין אין אנדערע מקומות קוקט מען אראפ די אלע וואס זענען עוסק אין חסד, ווי למשל הצלה, שומרים, חברים, מצילי אש, אבער אין היכל הקודש מיט די 'עיני ה' אל צדיקים', פון צדיק'ס קוק ווינקל – זענען די אינגעלייט פון די העכסטע. מוהרא"ש זאגט, דיקא די וואס זענען עוסק אין חסד, ווי הצלה, חברים, שומרים וכו', - זענען עוסק אין ברענגען די גאולה.

#5560 - שלא עשני עבד
חיזוק פאר פרויען, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די פרייליכע מעסעדזש, אז לכבוד אייער געבורטסטאג האט איר אויפגעגעבן אייער סמארטפאון און טעבלעט.


דאס איז די קלוגסטע זאך וואס איר האט געטון פאר אייך, פאר אייער מאן און קינדער. יעצט וועט איר קענען מאכן די ברכה אינדערפרי: "בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁלֹּא עָשַׂנִי עָבֶד", שכוח אייבערשטער איך בין נישט קיין קנעכט; מיט א טעלעפאן איז מען א קנעכט, מען כאפט זיך אליינס נישט אז מען איז נישט זיך, מען איז נישט פריי, מען איז געבינדן פיר און צוואנציג שעה מיטן טעלעפאן.


מאכט תפילה צום אייבערשטן איר זאלט זיין שטארק נישט צוריק צו לויפן צו דעם.

#5559 - שווערע עבודות, שווערע תיקונים אין די שובבי"ם טעג
שמחה, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זוכסט שווערע עבודות, שווערע תיקונים אין די שובבי"ם טעג - זאלסטו נעמען די עבודה פון זיך פרייען אז דו ביסט א איד, ווייל עס איז גרינגער צו פאסטן - ווי זיך פרייען אז מען איז א איד, און מיט שמחה קען מען אלעס פאררעכטן.


מיין זון הרב שלמה נרו יאיר מאכט א וואך נאכט מארגן נאכט אין שטעטל, וועט די וועכנטליכע ליל שישי שיעור זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין שטעטל; איך האף דו וועסט קומען צום שיעור, זיך אויפפרישן, זיך באנייען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וועל די שבת זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5558 - איך מוז באצאלן די איינגעשטעלטע
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דארף יעצט א גרויסע נס, די מוסד האט נישט קיין געלט צו באצאלן די איינגעשטעלטע, איך ווייס נישט וואס צו טון; איז אפשר זאלסטו יא גיין ווייטער מיט דיין פלאן פון מאכן א שבת פאר אפאר משפחות וואס ווילן העלפן די מוסד.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיר איז נישט גרינג אוועק צו גיין פון שטוב, מיר איז דאס פרייליכסטע צו זיין אין שטוב מיט מיין משפחה, אבער ההכרח לא יגונה, איך מוז באצאלן די איינגעשטעלטע.


לערן יעדן טאג חומש מיטן תרגום, אכצן פרקים משניות, מיט אסאך גמרא – וועסטו טרעפן בקרוב דיין שידוך.

#5557 - טשעפע נישט דיינע קינדער
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין גרויסער קינד נעמט די פינגער אין מויל – זאלסטו איר נישט טשעפען חס ושלום. קענסט בעטן דעם אייבערשטן אז דאס זאל אוועק גיין, אבער חס ושלום טשעפען, בפרט ווען דאס קינד אליינס שרייט: "איך וויל דאס נישט טון, איך פארגעס, איך כאפ נישט".


זיכער נישט קנס'ען, אוועק שיקן דאס קינד פון די שבת סעודה; מען קען חס ושלום פארלירן דאס קינד אינגאנצן. ענדערש זאלן די קינדער זיצן ביים טיש מיט די פינגער אין מויל און הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז מען קען אלעס בעטן דעם אייבערשטן.


גרייט דיר אן א מעשה פון צדיקים פאר די סעודות שבת, דערצייל זיי די מעשה פון רבי ינאי (ירושלמי תרומות ח, ג), ער האט זייער מורא געהאט פון שלענג, ער האט געציטערט צו גיין שלאפן, ווייל אפשר וועט די שלאנג ארויפקריכן אויף זיין בעט, ער האט זיך געמאכט א פאטענט, ער האט אריינגעשטעלט די פיר פיס פונעם בעט אין פיר אמערס וואסער. איין נאכט וועקט ער זיך אויף מיט א שלאנג אין די הענט, האט ער געזאגט "עס העלפט נישט קיין פאטענטן, נאר איין זאך העלפט, תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה".


דערצייל זיי אזעלכע מעשיות, וועלן זיי אויסוואקסן ערליכער אידן.


שרייב מיר אויב דו ווערסט באליידיגט ווען איך זאג דיר הנהגות ווי זיך צו פירן, אויב דו ווערסט באליידיגט וועל איך דיר שרייבן נאר תורה און ענינים.


 

#5556 - אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, שבת ליכט, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


טייל אויס פאר יעדן פון אנשי שלומינו א פושקע פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל "קופת רבי מאיר בעל הנס", און ווען די פרויען גייען צינדן די שבת ליכט – זאלן זיי לייגן צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות.


אזוי אויך ווען מען וויל פועל'ן א ישועה – וועט מען לייגן צדקה אין די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס, פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, און מען וועט זען א ישועה.


אלע זענען זייער ווארעם צו העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב, און מיר לערנען נישט און רעדן נישט זייער טריפה'נעם שפראך.


האב נישט מורא, אלע וועלן דיר העלפן, אלע ווילן האבן א חלק אין תורת ארץ ישראל.

#5555 - נעגל וואסער נעמט אוועק קליפות
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייערע לערערינס געבן איבער גאר שיינע גריסן אויף אייך, סיי אייער דרך ארץ איז זייער שטארק, סיי אייערע גוטע מידות; איר פירט זיך זייער שיין צו יעדן איינעם, איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן אויף אייך.


זייט שטארק אין זיך אפגיסן 'נעגל וואסער' אינדערפרי; טרעטס נישט אראפ פון בעט איידער זיך אפגיסן נעגל וואסער. אז מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער ביים בעט – גייען אוועק אלע קליפות און אלע רוחות רעות, און מען קען גרינגער זיין פרייליך.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; רעדט צו אים אין אייער שפראך, שמועסט מיט אים און בעטס אים פאר אייער הצלחה, בעטס פאר א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך און ערליכע געזונטע דורות; ווייל תפילה איז די עצה פאר גוטע געזונטע קינדער, מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו די שענסטע זאכן.


געבט א גרוס אייערע עלטערן, איר האט זייער חשוב'ע עלטערן; זעלטן צו טרעפן אזעלכע טייערע מענטשן.

#5554 - שמחה איז די גרעסטע שמירה
מקוה, שמחה, תיקון הכללי, נערווען, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


עס איז נישט גוט וואס דו טוסט, צו קוקן ווען דו גייסט ארויס לצרכיו אויב איז דא טיפות עבים, אויב דו ביסט א בעל קרי. די גאנצע זאך שמעקט פון נערווען, און פון דעם אליינס, פון ארומגיין מיט אן אנגעצויגנקייט – פאלט מען אראפ.


די הייליגע חכמים זאגן קלאר (נדה יג.): "ובאנשים תקצץ"; ווייל פון אזויפיל בודק זיין, פון דעם אליינס קען מען ווערן א בעל קרי.


גיי יעדן אינדערפרי אין מקוה און זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, און אז דו האסט שלעכטע מחשבות – זאלסטו זאגן אסאך גמרא; גמרא רייניגט די מח מחשבה, אויך זאג אכצן פרקים משניות. אבער נישט קוקן יעדעס מאל וכו', ווייל דאס איז נערווען.


שמחה איז די גרעסטע שמירה נישט צו פוגם זיין בברית. מוהרא"ש זאגט, אויפן פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'", ווען מען פרייט זיך מיטן אייבערשטן, "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", וועט מען נישט זינדיגן.

#5553 - א זכיה צו האבן א מאן וואס לערנט
חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס לערנט אזוי פלייסיג, טאנצט פאר שמחה אויף די זכי' צו האבן א מאן וואס נוצט אויס יעדע איבריגע מינוט פאר תורה.


וויפיל פרויען וויינען שטילערהייט צום אייבערשטן אז זייער מאן זאל לערנען, האבן א שיעור אין תורה. וויפיל פרויען האבן געהאט א חלום אלס מיידל צו האבן א שטוב געבויט אויף תורה, און ביזדערווייל ווארטן זיי און בעטן אויף דעם, און ביי אייך, אז אייער מאן ארבעט, ער ברענגט פרנסה, און יעדע איבריגע מינוט גייט פאר תורה, דארפט איר טאנצן פאר שמחה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן", מיט וואס קענען זיך פרויען דערהאלטן? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָּרָאתִי לוֹ תוֹרָה תַבְלִין", תורה איז די עצה פארן יצר הרע, און פרויען האבן נישט קיין תורה, איז וואס איז די עצה פאר זיי זיך צו קענען שטארקן אויף די נסיונות? ענטפערט די גמרא: "בְּאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", בזכות דער מאן וואס לערנט און זיי העלפן דעם מאן לערנען תורה בטהרה, דאס העלפט זיי קענען בייקומען די נסיונות.

#5552 - אמונת חכמים
תפילה והתבודדות, חובות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


ווען אינגעלייט רעדן זיך אויס צו דיר פון וואס זיי גייען אריבער שוועריקייטן – זאלסטו זיי מחזק זיין מיט צוויי זאכן, דאס ערשטע זאך – תפילה והתבודדות, זיי זאלן גיין שפאצירן יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, דערציילן אלעס וואס גייט אריבער בפרטי פרטיות.


שנית, זיי מחזק די וואס קומען צו דיר מיט זייערע שוועריקייטן – זיי זאלן זיך שואל עצה זיין מיט א צדיק; בפרט ווען מען איז אריינגעדרייט אין חובות השם ישמרינו – איז א גרויסע סכנה דאס לעבן, און מיט זיך דורכרעדן און בעטן אן עצה, פרעגן ווי אזוי צו לעבן וכו' – קען מען זיך ראטעווען פון אלע פראבלעמען.


זיי מחזק אלע אינגעלייט מיט די צוויי זאכן, תפילה און אמונת חכמים.

#5551 - זאג תהלים מיט א זיסע ניגון
תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער זון החתן ... נרו יאיר


גייסט חתונה האבן בשעה טובה ומוצלחת, וויל איך דיך שטארקן זאלסט יעדן טאג זאגן דעם "יום תהילים". מיין טייערער זון, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אונטער א האלבע שעה, אבער עס געבט לעבן, עס ברענגט ניסים, עס ברענגט דביקות בשם, ווען ווערט זייער צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


זיי שטארק צו זאגן יעדן טאג תהילים, זינג די פסוקים מיט א ניגון. איך פלעג הערן אונזער זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה זאגן תהילים מיט א ניגון, מיט אזא דביקות, מיט א בענקעניש צום אייבערשטן; או איז דאס געווען זיס צו הערן... אזוי זאלסטו זיך פירן.


אויך זאלסטו מיך מזכיר זיין ביי דיינע תפילות, אויך בעט פאר מאמי.

#5550 - חנוכת הבית
לימוד התורה, מנהגים, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אז דו גייסט זיך יעצט אריינציען אין די דירה וואס דו האסט זיך יעצט געקויפט זאלסטו טון וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות בית, סימן יג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִכָּנֵס לְבַיִת לָדוּר בְּתוֹכוֹ", ווער עס וויל זיך אריינציען אין א נייע דירה, "יֹאמַר הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ", זאל ער דורכזאגן די גאנצע תורה, "וְאַחַר כָּךְ יִכָּנֵס לָדוּר בְּתוֹכוֹ", און נאכדעם זיך אריינציען; אדער קענסטו עס אליינס טון, עס נעמט בערך אכט צי צען שעה, אדער קענסטו רופן א מנין אנשי שלומינו און יעדער נעמט א האלבע ספר און ביז א האלבע שעה, א דריי פערטל שעה – ענדיגט מען חמשה חומשי תורה.


העיקר זאלסטו לערנען תורה אין שטוב, אויסער וואס דו לערנסט אין כולל רוב טאג – זאלסטו לערנען אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה בַּלַּיְלָה", יעדע שטוב וואס מען הערט דארט לערנען תורה ביינאכט, "שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", ווערט נישט חרוב.


פון דיין טאטע וואס בעט שטענדיג פאר דיר.

#5549 - די גרעסטע צדקה איז העלפן די מוסד
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר מאכן די מסיבה פאריגע וואך צו קענען העלפן צאלן די מלמדים אין צייט, איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי די אינגעלייט זענען אלע ווארעם, אלע ווילן העלפן די מוסד מיר זאלן קענען אנגיין און קענען באצאלן די מלמדים.


געב איבער א יישר כח פאר דיין ווייב, די עסן איז געווען זייער גוט, און א יישר כח פארן אוועק געבן די שטוב וכו'.


מענטשן מיינען עס איז א גרעסערע ענין צו העלפן יחידים ווי העלפן מוסדות, עס איז פינקט פארקערט; ווען מען העלפט א יחיד – העלפט מען נאר יענעם, אבער ווען מען העלפט א מוסד – העלפט מען די גאנצע קהילה, די מצוה איז גאר גרויס.


 

#5548 - פארוואס גייט מיין ווייב אנגעטון אזוי פראסט?
צניעות, שלום בית, עצות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך מחזק זיין נאכאמאל אויף וואס מיר האבן שוין גערעדט, בנוגע דיין ווייב וכו'; האסט א וואוילע ווייב, זי איז זייער וואויל און טייער; דאס וואס זי טוט זיך אן אזוי פראסט – דאס קומט פון צעבראכנקייט, נישט פון שלעכטקייט. זי איז א טייערע נשמה, זי איז אריבער א שווערע יוגנט, דאס מאכט עס זאל איר ציען זיך אנטון קורץ און נישט שיין; זאלסטו נישט ווערן פארלוירן, זאלסט איר געבן גוטע ווערטער (נישט אויף די קורצע קליידער, מען געבט קיינמאל נישט קיין גוטע ווערטער אויף א פראבלעם), ווי גוט זי איז און ווי וואויל זי איז, און ווען זי גייט אנגעטון שיין און איידל זאלסטו איר אויסלויבן און איר זאגן ווי שטארק דו האסט ליב די שיינע וועג און מיט סבלנות וועלן אריבערגיין די קינדערישע קטנות הדעת.


גיי יעדן טאג אין פעלד פאר אפאר מינוט דאנקען דעם אייבערשטן און בעט אים פאר ערליכע דורות.


 

#5547 - אנגעצינדן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער
צניעות, שבת ליכט, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


די שטוב איז ריין און צוזאמגענומען, מען שפירט שוין אין די לופט א שטארקע פרייליכקייט, עס קומט דער הייליגער שבת, דער גרויסער טאג וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה, דעם שבת קודש.


אלע קינדער זענען שטיל, די מאמע צינדט די ליכט. חנה צירל שטייט נעבן איר מאמע, זי קוקט זיך גוט צו, ווייל נאך אביסל האט זי שוין אויך חתונה, זאל זי וויסן ווי אזוי צו צינדן די הייליגע שבת ליכט.


די מאמע לייגט אירע הענט אויפן פנים, זי מאכט די ברכה "להדליק נר של שבת" און זי רעדט צום אייבערשטן. זי בעט פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, זיי זאלן לערנען די הייליגע תורה. זי בעט אויך פאר די טעכטער זיי זאלן זוכה זיין צו א מאן אן ערליכער איד, א תלמיד חכם.


דער טאטע, דער צדיק רבי נתן - זיצט ביים טיש, ער זינגט אויפן קול די הייליגע שיר השירים, און ער זאגט פאר זיין ווייב און פאר זיינע טעכטער זיי זאלן בעטן פאר אידישע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות. דער צדיק בעט זיי: "זאגט די ווערטער יעדע וואך ווען איר צינדט די ליכט 'הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די ליכט, איך מאך ליכטיג אין שטוב, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער, עס זאל זיי ליכטיג ווערן מיט די עצות פון רבי'ן'".


שטילערהייט, אונטער די הענט - קומט ארויס א טרער פון די מאמע'ס אויג, זי האט אזוי רחמנות אויף אידן; 'א שאד אז מענטשן שפירן נישט די טעם פון גן עדן אזוי ווי איך שפיר, א שאד אז מענטשן ליידן אזויפיל צער אין לעבן, וואלטן זיי געוויסט פון רעדן צום אייבערשטן, פון דאנקען און פון בעטן דעם אייבערשטן - וואלט זיי אזוי גוט געווען'.


טייערע קינדער, ווען די מאמע צינדט די ליכט, די אינגלעך שטייען אין דער זייט שטיל, און די מיידלעך שטייען ביים טיש מיט די הענט אויפן פנים און בעטן דעם אייבערשטן די תפילה: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די ליכט, איך מאך ליכטיג אין שטוב, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער, עס זאל זיי ליכטיג ווערן מיט די עצות פון רבי'ן".


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי די מאמע שטייט ביים טיש מיט די הענט אויפן פנים, און פון דער זייט שטייט א קליין מיידל, אויך מיט די הענט אויפן פנים, אויך א אינגל שטייט אין דער זייט, און אויבן אן זיצט דער טאטע. די מאמע זאל האבן א ווייסע שירצל, די מיידל זאל האבן די האר צוזאמגענומען; אזוי וועלן די טיטשערס אין בית פיגא וויסן ווי צו לערנען די קינדער די שיינקייט פון צניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5546 - מחנך זיין קינדער צו גיין נאך צדקה, ווי ערליכע אידן
חינוך הילדים, חנוכה, צדקה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


בנוגע די פושקעס אין שטעטל, ווי די קינדער האקן אין שול און מענטשן ווערן נערוועז; לעת עתה איז נישטא פאר די קינדער נאך א פלאץ וואו זיי זאלן צוזאמנעמען צדקה, נאר אין שול; זאלסטו מחזק זיין אלע קינדער זאלן גיין מיט די פושקעס אין שול, און אז מענטשן ווערן נערוועז און האבן טענות - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן.


איך וויל אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און איינע פון די זאכן וואס אן ערליכער איד טוט - איז צוזאמנעמען געלט פאר צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5545 - אז מען שווייגט אפ אויף אלע בזיונות, דאס איז תשובה
תשובה, בזיונות, תעניתים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען פארשעמט דיך אין שטוב אדער אין ארבעט - זאלסטו נישט ענטפערן, זיי מקיים וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה שֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען שווייגט אפ אויף אלע בזיונות - דאס איז תשובה.


דאס ווייסטו אז דער רבי האט אונז נישט געלאזט פאסטן, מיר פאסטן נאר די תעניתים וואס שטייען אין שלחן ערוך, אבער אין די שובבי"ם טעג פאסטן מיר נישט. דער רבי זאגט אונז מיר זאלן נישט ענטפערן אויף בזיונות, דאס איז אונזער פאסטן, דאס איז אונזער וועג זיך צו רייניגן.


שווייג אפ ווען מען טוט דיר וויי, בעיקר זאלסטו שווייגן אין שטוב; אז דיין ווייב זידלט דיך אפ, זי טוט דיר וויי - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, הער אויס און זאג: "זיי מיר מוחל", און האב איר ווייטער ליב; וועט די שכינה רוען ביי דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5544 - מאכן עקסערסייז מיט די עלטערע מיידלעך בצניעות
צניעות, עקסערסייז, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גוטע זאך מען זאל מאכן מיט די עלטערע מיידלעך עקסערסייז, עס איז גוט און געזונט ברוחניות ובגשמיות.


פארשטייט זיך עס דארף זיין בצניעות; נישט מיט קיין הויזן אדער לעגינגס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5543 - ווען עס געפאלט עשרה בטבת אום ערב שבת
שבת קודש, גבאי, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די יאר געפאלט די פאסט טאג עשרה בטבת אום ערב שבת, רעכנט מען אויס צו דאווענען פריער אז מען זאל ענדיגן פריער כדי די מתפללים זאלן אנקומען אהיים און זינגען זמירות, און ביים זמן פון אויספאסטן גלייך קידוש מאכן.


מען דאווענט מנחה ערב שבת אזוי ווי אלע וואכן, מען ליינט די קריאה פון ויחל אזוי ווי דער רמ"א פסק'נט, אויך זאגט מען די הפטורה און עננו. אבער אבינו מלכנו און תחנון זאגט מען נישט (משנה ברורה סימן תק"נ, סעיף קטן יא).


עס איז כדאי צו מודיע זיין פאר די מתפללים אז מען וועט דאווענען פריער ווי געווענליך אז מען זאל קענען אויספאסטן ביים זמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5542 - שמייכל צו יעדן קינד, און געב גוטע ווערטער פאר די מלמדים
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


די אפיס זאל דיך נישט אוועק שלעפן פון די קינדער; די אפיס איז געמאכט אויב מען דארף עפעס אדורכשמועסן מיט א קינד פריוואט, אדער רעדן מיט מלמדים, און ווען מען האט נישט צו רעדן פריוואט - דארף מען בכלל נישט די אפיס.


דריי זיך ארום צווישן די קינדער, שמייכל צו יעדן קינד, דריי זיך ארום צווישן די מלמדים, געב זיי גוטע ווערטער, טו זיי מחזק זיין צו ארבעטן מיט הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5541 - ווען די ווייב מיט די שווער און שוויגער זענען אויף מעסער שטעך
שלום בית, שווער און שוויגער, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דארף א טובה, זאלסט רעדן מיט האברך ... מען דארף אים געבן צו פארשטיין ווי צו גיין צווישן די טראפן ווען די ווייב מיט די שווער און שוויגער זענען אויף מעסער שטעך; מיט אביסל שכל קען ער האבן א חיים טובים.


לערן אים אויס די שכל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער סיפור וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע איז געקומען צו אים און גערעדט קעגן זיין ווייב - האט ער איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און געשאקלט מיטן קאפ, געוויזן אז ער שטימט צו צו אירע רייד און איר געגעבן גערעכט, און נאכדעם ווען זיין ווייב אזי געקומען רעדן צו אים קעגן זיין מאמע - האט ער איר געגעבן גערעכט.


זיינע עלטערן רעדן צו אים קעגן זיין ווייב, על כל פנים אזוי זאגט זי, און זי רעדט צו אים קעגן זיי, און עס איז א שאד די שטוב זאל צעפאלן; לערן אים ער זאל נישט טענה'ן מיט זיין ווייב, ער זאל אכטונג געבן אויף איר, און אז זי לאזט אים נישט רעדן צו זיינע עלטערן - זאל ער איר נישט אויפרעגן, נאר מיט חכמה טרעפן ווען צו רעדן און ווי צו רעדן מיט זיי, און ער מוז נישט דערציילן יעדע מאל ער רעדט מיט זיי.


א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5540 - מנהגים פרייטאג צו נאכטס ביי בואו בשלום
שבת קודש, מנהגים, יום טוב, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פירן זיך פרייטאג צו נאכטס ביי בואו בשלום צו זינגען און טאנצן, מיר טאנצן נישט ארום די שול, יעדער טאנצט פאר זיך אויפן פלאץ. שבת שחל בו יום טוב טאנצן מיר ארום דעם בימה.


בנוגע דער איד וואס טאנצט ביי בואו בשלום, ער פרייט זיך מיטן שבת; זאל דיך דאס נישט שטערן, און מאך נישט קיין מחלוקות אין שול צוליב דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5539 - ריר נישט אן יענעמ'ס געלט, באצאל יעדן וועם דו ביסט שולדיג
צדקה, גניבה, חובות, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג, ריר נישט אן יענעמ'ס געלט, באצאל יעדן וועם דו ביסט שולדיג. עס איז זעלטן צו געפינען ערליכע בעלי בתים וואס פארדינען אן קיין גניבה, אן אנרירן יענעמ'ס געלט. אויב חס ושלום מען נעמט אוועק פון א צווייטן א פרוטה, מען גנב'עט אדער מען בארגט און מען באצאלט נישט - וועט מען דארפן מגולגל ווערן, עס וועט גארנישט נוצן; געב זיך אכטונג פון גניבה.


מוהרא"ש זאגט, אפילו פשוט'ע מענטשן וואס זענען רוב טאג באשעפטיגט מיט משא ומתן קענען אויך זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, בתנאי אז מען רירט נישט אן א צווייטנ'ס געלט. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי מאיר פון פרימישלאן זכותו יגן עלינו, ער טייטשט דעם פסוק (שמות כב, ז): "וְנִקְרַב בַּעַל הַבַּיִת אֶל הָאֱלֹקִים", אפילו א פשוט'ער בעל בית קען אויך ווערן נאנט צום אייבערשטן, נאר בתנאי – "אִם לֹא שָׁלַח יָדוֹ בִּמְלֶאכֶת רֵעֵהוּ", נאר אויב ער גנב'עט נישט, ער פאפט נישט.


איידער דו טיילסט צדקה זאלסטו קודם באצאלן די וועם דו קומסט געלט, שפיל נישט שיינער איד ווען דו קומסט געלט; מאך זיך א חשבון וועם דו קומסט געלט און באצאל יעדן איינעם, וואש אפ די הענט, זאלסט נישט האבן קיין בלוט, קיין שום גניבות.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5538 - וויל נישט פארשטיין, וואס דו קענסט נישט פארשטיין
עבירות, קשיות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז אפ אלע חכמות, הער אויף מיט די אויבער'חכמ'קייט; טו וואס דער אייבערשטער הייסט - וועסטו געראטעוועט ווערן פון אלע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ו, ו): "יֵשׁ מַזִּיק", עס איז דא א מלאך וואס שעדיגט דעם מענטש, "שֶׁקּוֹשֵׁט כְּחֵץ", עס שיסט ווי א פייל, "וְטָס כָּעוֹף", און פליט ווי א פייגל, און ער מאכט צרות פארן מענטש. "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "אִם קִיַּמְתָּ מִצְוַת שִׁלּוּחַ הַקֵּן", אויב דו טוסט די מצוה פון שלוח הקן, "אֲנִי מַצִּילְךָ מֵאוֹתָן", וועל איך דיך ראטעווען פון זיי, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (תהלים צא, ה) "לֹא תִירָא מִפַּחַד לָיְלָה", וועסט נישט מורא האבן פון די שרעק פון די נאכט, "מֵחֵץ יָעוּף יוֹמָם"; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין אז דאס גייט ארויף אויף וואס רבי נתן זאגט (עיין לקוטי הלכות בשר בחלב הלכה ד, אות ב), "שַׁלֵּחַ תְּשַׁלַּח אֶת הָאֵם", שיק אוועק דיינע חכמות, 'אֵם' - דאס איז חכמות, "וְאֶת הַבָּנִים תִּקַּח לָךְ" (דברים כב, ז) - דאס מיינט מען די מעשים טובים; די עצה פטור צו ווערן פון די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון פגם הברית, איז דורך אוועק ווארפן די חכמות המדומות און טון מצוות ומעשים טובים.


ווען מען איז פוגם בברית ווערט די מח אינגאנצן פארדרייט, מען הויבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן חס ושלום, קשיות אויף צדיקים, מען איז אין א גרויסע סכנה; די איינציגסטע עצה ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען - איז דורך זיך פירן בתמימות ופשיטות, ווייטער דינען דעם אייבערשטן אן קיין חכמות.


איך בעט דיך זייער, לאז אפ אלע חכמות, וויל נישט פארשטיין וואס דו קענסט נישט פארשטיין, און זוך נישט צו פארשטיין וואס איז דיר נישט מעגליך צו פארשטיין; מיר דארפן טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז, לערנען און דאווענען און זיין זייער פרייליך; דאס זאגן די הייליגע חכמים, אין זכות פון שלוח הקן, אז מען ווארפט אוועק די חכמות, מען טוט מצוות און מעשים טובים - ווערט מען געראטעוועט פון די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון פגם הברית, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5537 - העלפן דרוקן די ספרים און אויך גיין פארשפרייטן די ספרים
הפצה, מוהרנ"ת ז"ל, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך פרייטאג, עשרה בטבת - געפאלט די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק לברכה; די שיעור ליל שישי וועט אם ירצה ה' זיין אין מאנסי שול, אינאיינעם מיט א סעודה.


ווען מיר דערמאנען זיך פון רבי נתן דארפן מיר זיך מחדש זיין אין העלפן פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט. רבי נתן האט געזאגט, מען דארף זיין שטארק בגוף, בטרחא ובממון; יעדער איינער לויט זיין יכולת.


מוהרא"ש פלעגט אלע יארן אונז מחזק זיין ביי די יארצייט פון רבי נתן מיר זאלן עוסק זיין אין העלפן דרוקן די ספרים, און אויך אז יעדער זאל האבן א חלק אין גיין פארשפרייטן די ספרים; וויל איך דיך אויך דערמאנען יעצט ביי די יארצייט פון רבי נתן אז זאלסט העלפן דרוקן די ספרים און אויך גיין פארשפרייטן די ספרים. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.