בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5486 - שלום בית איז רעדן און זיין אפן, א שאד מען לעבט פארמאכט
שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.): "מה דעלך סני, לחבריך לא תעביד", וואס דו ווילסטו נישט מען זאל טון מיט דיר - זאלסטו נישט טון מיט דיין פריינט, און וואס דו ווילסט מען זאל יא טון מיט דיר - זאלסטו טון מיט דיין מאן; אפשר ביי אייך איז די זעלבע? פון ווי ווייסט איר אז ביי אייך גייט נישט א גערוך פון מויל? דער מענטש וואס האט א שווערע גערוך ווייסט דאס נישט אליינס; איר וואלט געוואלט מען זאל אייך דערמאנען זיך צו וואשן די מויל, זאלט איר דאס טון מיט אייער מאן; וואס איז ער שולדיג? ער ווייסט דאך נישט אז עס גייט א גערוך און עס שטערט אייך, עס איז נישט גענוג מיטן זאגן איין מאל, דערמאנט אים נאכאמאל.


א שאד אז מען רעדט נישט, א שאד מען לעבט פארמאכט, מען איז נישט אפן איינער מיטן צווייטן. אנשטאט זיך אפשיידן און געבן תירוצים וכו', נישט לעבן אינאיינעם וכו' - וואלט מען ווען גערעדט וואלט אלעס גוט געווען, וואלט ער געוואוסט אז די תירוצים קומט ווייל ער האט א גערוך - וואלט ער אלעס געטון עס זאל נישט זיין א גערוך; אנשטאט זאגן יעדע נאכט "איך בין מיד, איך שפיר נישט גוט" - קען מען דאך זיין אפן און זאגן "מיר איז שווער די שמעק".


שלום בית איז רעדן, שלום בית איז זיין אפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5485 - מכבד זיין אין יעדן חשוב'ן איד מיט'ן גרעסטן כבוד
דרך ארץ, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד .... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט דאווענען א חשוב'ער איד, א דיין וכדומה - זאלסטו אים מכבד זיין מיט די גרעסטע כבוד; מען זאל ווארטן ביי הויכע שמונה עשרה ביז ער ענדיגט, אויך זאלסטו אים געבן די שיינע כיבודים.


ווייסט אודאי וויפיל מתנגדים די ברסלב'ער עזות פנימ'ער האבן זיך אליינס געברענגט מיטן אוועק מאכן יעדן איינעם וכו', און ווי שטארק מוהרא"ש האט פרובירט אלע יארן צוריק צו ברענגען די דרך ארץ וואס פלעגט זיין אין ברסלב; בפרט אין היכל הקודש קודש קדשים זאל זיין א דרך ארץ, מכבד זיין יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5484 - לאזט אייך נישט פון קיינעם, זייט שטארק מיט יראת שמים
צניעות, עזות, יראת שמים

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען אייער שוואגער קומט צו ענק אין שטוב און ער פירט זיך נישט ווי אזוי מען דארף; ווען ער גייט אייך אריבער קלאפט ער זיך אריין אין אייך און ער מאכט זיך יעדעס מאל אזוי ווי עס איז א טעות השם ישמרינו, זאלט איר זיך נישט לאזן. איר זאלט זיך נישט באווייזן, קומט נישט ארויס פון אייער שטוב ווען ער איז דארט, געבט זיך אכטונג פאר אייער לעבן, און אז מען וועט אייך פרעגן וואס גייט פאר, זאלט איר אן מורא זאגן: "איך בין נישט פארזיכערט", "קיינער קען מיך נישט אנרירן".


היינטיגע טעג ווען מיר זענען אין די טעג וואס משיח קומט שוין, זאגן די הייליגע חכמים (סוטה מט:): "יראי חטא ימאסו", די ערליכע זענען נעבעכ'ס, יאנטשי, "חוצפא יסגא", מען שעמט זיך נישט צו טון עבירות אפן; זאלט איר זיין זייער שטארק מיט אייער יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#5483 - הויב אן נאכאמאל, לאז נישט נאך דיין ווילן
תפילה והתבודדות, שמחה, חנוכה, מאוויס, עבירות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זאת חנוכה איז א גרויסער טאג, מען קען היינט אנהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.


בעט איך דיך זייער, הויב אן נאכאמאל, לאז נישט נאך דיין ווילן, געב נישט אויף; דער רבי האט געשריגן מיט א הויך קול (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גיוואלד! קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערער ברודער מיינע, געענדיגט מיט די טומאה, היינט זאת חנוכה קענסטו זוכה זיין צו ווערן ריין פארן אייבערשטן, ווארף אוועק די טומאה, קוק נישט קיין מאוויס מער, קוק נישט קיין זוהמה; אז מען קוקט עבירות ווערט מען בעצבות, מען פארלירט אלעס.


פאלג מיך טייערער הארציגער חבר, אנשטאט זיך באהאלטן מיט א טעבלעט, אייפאד, סמארטפאון און קוקן שמוץ, קוקן ניאוף רחמנא לצלן - זאלסטו זיך באהאלטן מיטן אייבערשטן; זוך א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דאס הארץ, רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים, זאג אים: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין תשובה טון? איך ליג אין בלאטע, איך ליג אין עבירות, מיין גאנצע מח מחשבה איז נאר ניאוף; העלף מיר טאטע, ראטעווע מיך באשעפער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוט שבת.

#5482 - האב נישט צוטון מיט לצים און מחלוקת, וועט דיין לעבן זיין שיין
מחלוקת, אמונת חכמים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער סמ"ך מ"ם וויל איין זאך, צונעמען דעם מענטש זיין לעבן, און די לעבן אויף יענע וועלט, און מיט מחלוקות און פיינטשאפט איז ער מצליח אלעס חרוב מאכן.


על כן, זאלסטו נישט האבן מיט קיין מחלוקות און שנאת חינם, האב נישט צוטון מיט לצים. שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועט אוועק גיין אלע מחלוקות, "וְיִשְׁבֹּת דִּין וְקָלוֹן", מען וועט זיך מער נישט קריגן; סיי אין משפחה, סיי ביי די ארבעט, סיי אין שול - האב נישט צוטון מיט לצים, וועט דיין לעבן זיין שיין; ווי נאר מען האט צוטון מיט לצים - פאלט מען אריין אין א טיפע זומפ פון מחלוקות און שנאת חינם.


ווער איז א לץ? דער וואס רעדט פון אנדערע? דער וואס שפעט פון אנדערע? אפגערעדט דער וואס מאכט אוועק צדיקים און פרעגט אפ די ווערטער וואס צדיקים רעדן, מיט אזא איינעם טאר מען זיכער נישט האבן, נאר אפילו איינער וואס רעדט נישט אפן קעגן צדיקים, אבער אלע זיינע רייד זענען אויף דעם און אויף יענעם, מאכט ווערטליך און שפעט טאג און נאכט, אזא איינער איז נישט ריכטיג צו נעמען פאר א פריינד.


בעט דעם אייבערשטן פאר גוטע חברים וואס לעבן מיט תכלית, לעבן מיט אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5481 - דייקא דורך הלל והודאה קומט מען צו די העכסטע תיקון
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, דער אייבערשטער איז אזוי גרויס, ער וועט דיר העלפן, עס וועט דיר בעסער ווערן; דו דארפסט נאר גיין צו אים און זיך פארלאזן אויף אים.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם: "האסט שוין היינט געקוקט אויפן הימל?" דער רבי האט פארשטאנען אז יענער איז אזוי אריינגעטון אין געלט אז עס ווערט אים שלעכט פון טראכטן אזוי סאך פון געלט; האט אים דער רבי געגעבן אן עצה, געב א קוק צום הימל - וועסטו קומען צו גדלות המוחין.


היינט נאכט צינדן מיר די לעצטע ליכטל, היינט נאכט זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים פון גאנץ חודש תשרי. עס שטייט פון צדיקים אז גאנץ תשרי זענען מיר פארנומען מיט בעטן דעם אייבערשטן, מען פאסט, מען זאגט סליחות, מען וויינט, מען שרייט, דארף מען ווארטן ביז חנוכה גייט אריבער, חנוכה איז א צייט פון דאנקען, און דיקא דורך הלל והודאה קומט מען צו די העכסטע תיקון.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5480 - באצאלן די חוב פאר די מוסד
שכר לימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל בעטן יעדער וואס האט א חוב אין די מוסד, זאל דאס היינט באצאלן, און אויב מען האט נישט קיין געלט זאל מען אדער בארגן אדער פארקויפן די זילבער וכדומה; די מלמדים און איינגעשטעלטע באקומען נישט באצאלט שוין פאר א לאנגע צייט.


אדער וועט פון מארגן נישט זיין קיין חדר און קיין סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5479 - ווי אזוי דו וועסט זיך פירן צו דיין ווייב, וועט דיין ווייב זיך פירן צו דיר
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי אזוי דו וועסט זיך פירן צו דיין ווייב - וועט דיין ווייב זיך פירן צו דיר; אז דו וועסט איר העלפן, דו וועסט רעדן שיין צו איר - וועט דיר אויך זיין גוט.


רבי אברהם בן רבי נחמן איז אמאל איינגעשטאנען ביי איינעם פון אנשי שלומינו, ער האט צוגעזען ווי יענער פירט זיך, ווי ער שאפט אויף זיין ווייב, ער שרייט אויף איר, ער פארלאנגט פון איר, זי איז ביי אים ווי א דינסט; האט רבי אברהם בן רבי נחמן אפיר גענומען דעם איד און אים פארגעהאלטן: "אזוי רעדט מען צו א ווייב? אזוי פירט מען זיך אין שטוב?!"


גיי אין פעלד, שריי זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך האב פארשמילטע מידות, פארפוילטע נאטורן, יעדער קומט מיר, איך רעד נישט מיט דרך ארץ צו מיין ווייב, העלף מיר איך זאל זיך קענען אויסרייניגן מיינע שלעכטע בלוט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5478 - א פאריאגטע מאמע, איז א געבענטשטע מאמע
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איר שרייבט מיר איך זאל וויסן ווי שווער עס איז מיט די קינדער, איר שפירט איר כאפט א נערווען בראך.


איך וויל אייך דערציילן א מעשה (בראשית רבה כו, ד), דער הייליגער רבן גמליאל האט חתונה געמאכט זיין טאכטער, פאר די חופה האט זיך געבעטן פון איר הייליגע טאטע ער זאל איר בענטשן, האט רבן גמליאל איר געזאגט: "דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מער קיינמאל נישט צוריק קומען צו מיר". א יאר נאך די חתונה האט זי געזאגט פאר איר טאטע: "עס קומט מיר א מזל טוב, איך האב געהאט א בן זכר", זי האט געבעטן א ברכה, האט דער טאטע רבן גמליאל איר געבענטשט: "זאלסט נישט אויפהערן שרייען אוי וויי, אוי וויי", האט זי געזאגט: "אַבָּא" טאטע, "שְׁתֵּי שְׂמָחוֹת שֶׁבָּאוּ לִי" ביי מיינע ביידע שמחות, "אַתָּה מְקַלְּלֵנִי" טוסטו מיך שעלטן?! האט דער הייליגער רבן גמליאל געזאגט: "תַּרְתֵּיהֶן צְלָוָנָן" ביידע זאכן זענען תפילות וואס איך בעט דעם אייבערשטן; ווען דו האסט חתונה געהאט האב איך געבעטן עס זאל דיר זיין אזוי גוט אז דו וועסט נישט וועלן צוריק קומען, און אז דיין קינד וועט לעבן געזונט וועסטו אלץ זאגן אוי וויי, "וַוי דְּלָא שָׁתֵי בְּרִי, וַוי דְּלָא אָכַל בְּרִי, וַוי דְּלָא אָזֵיל בְּרִי לְבֵי כְּנִשְׁתָּא", אז מען האט קינדער איז מען פאריאגט און מען קרעכצט 'אוי, דאס קינד עסט נישט', 'אוי וויי, דאס קינד האט נישט אנגעיאגט צו כאפן דעם באס צו גיין אין חדר'.


א פאריאגטע מאמע איז א געבענטשטע מאמע, אן איבערגעדרייטע שטוב – איז א ברכה; ווי פאר א שטוב וואס עס איז נישטא קיין קינדער און אלעס גלאנצט, אלעס קלאפט; א שטוב וואס פליעט, עס טוט זיך מיט קינדער וכו' – איז נאר א ברכה, אזוי ווי רבן גמליאל האט געבענטשט זיין טאכטער: "לָא יִשְׁלֵה וַוי מִפּוּמִיךְ" זאלסט נישט אויפהערן זאגן "וויי".


א גוטע עצה נישט צו כאפן א נערווען בראך; גייט צום פענסטער, קוקט צום הימל און זאגט: "הייליגער באשעפער, איך געב זיך איבער צו דיר"; ווי מער מען טוט די עצה – אלץ שטערקערע נערווען באקומט מען.

#5477 - פרנסה קומט נאר ווען מען איז מתקן אות ברית קודש
קדושה, פרנסה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס שטייט אין פסוק (בראשית מא, נה): "וַתִּרְעַב כָּל אֶרֶץ מִצְרַיִם", עס איז געווארן א הונגער אין לאנד מצרים, וגו', "וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה לְכָל מִצְרַיִם", האט פרעה געזאגט "לְכוּ אֶל יוֹסֵף", גייט צו יוסף, און "אֲשֶׁר יֹאמַר לָכֶם", וואס ער וועט ענק זאגן, "תַּעֲשׂוּ", זאלט עטץ טון. זאגט רש"י: "שהיה יוסף אומר להם שימולו", יוסף האט זיי געזאגט זיי זאלן זיך מל'ן.


מיט די הקדמה פון הייליגן רבינ'ס ווערטער (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט) אז פרנסה קומט נאר ווען מען איז מתקן אות ברית קודש, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט, "עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", וועט אים נאכלויפן ארעמקייט, "כָּל שֶׁכֵּן", איז דאך זיכער, "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", דער וואס ווארפסט אראפ די ברעקלעך פון מח, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן – וועט ווערן ארעם.


דאס זאגט דער פסוק, עס איז נישט געווען קיין עסן אין מצרים פון די עבירות פון פגם הברית, די עצה פאר פרנסה איז "לְכוּ אֶל יוֹסֵף", גיין צום צדיק, פאלגן די עצות פונעם צדיק; דער צדיק זאגט "שימולו", מען זאל היטן אות ברית קודש, אזוי איז מען זוכה צו פרנסה, והבן למעשה.


זאג יעדן טאג מיט די טלית ותפילין נאך שחרית די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך פון הייליגן רבי'ן - וועסטו האבן גרויס שפע.

#5476 - פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן פאר מלמדים און מחנכים
הפצה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ..., ירושלים


יעצט ווען די יאר גייט אריבער זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש און דאנקען דעם אייבערשטן אז די יאר איז אריבער מיט אזעלכע שיינע זאכן, האסט א חלק אין פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט, די שיינע חינוך שמועסן פאר מלמדים און מחנכים.


אזויפיל מלמדים זענען זיך אזוי מחי', אזויפיל מלמדים האבן א וועג ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער מיט ליבשאפט, מיט שמחה, מען קוקט אויף די קינדער גאר אנדערש, מען קוקט אויף די קינדער, אויף זייערע נשמות.


אין דעם זכות זאלסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער, און א כתיבה וחתימה טובה.

#5475 - זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד משפחת ... וזוגתו


וואויל איז ענק וואס איר זענט זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן מיטן מתרגם זיין מידי שבוע בשבוע די בריוו פון עצתו אמונה אויף לשון הקודש, און אויך מאכן ענק די גליון היכל הקודש אויף לשון הקודש, און אויך די אידישע עצתו אמונה.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן א כתיבה וחתימה טובה, נחת פון אלע קינדער.


ווינטשט...

#5474 - ביסט מחי' אזויפיל אידן מיט'ן מתרגם זיין די שיינע שיחות
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


בזכות וואס דו העלפסט ארויס מתרגם זיין די שיינע שיחות און די גליונות, און אזויפיל אידן זענען זיך מחי', עס בלאזט אריין אין זיי א חיות, עס מאכט ליכטיג גאנצע שטיבער – זאל דער אייבערשטער דיר שענקען נחת ביי דיינע קינדער, און א כתיבה וחתימה טובה.

#5473 - אזוי שטארק טון אין הפצה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת הגואל
הפצה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ...


דיין גאנץ לעבן זאלסטו עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די וועלט. מיר טארן נישט רוען, מיר טארן נישט שוואך ווערן, מיר מוזן ענדיגן די זאך, מיר דארפן אזוי שטארק טון אין הפצה ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת הגואל, אמן.


כתיבה וחתימה טובה.

#5472 - וואויל איז ענק אז ענק העלפן מגיה זיין די בריוו און די גליונות
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, צפת


וואויל איז ענק אז ענק העלפן מגיה זיין די בריוו און די גליונות וואס קומען ארויס אין לשון הקודש מתורגם יעדע וואך.


די בריוו פון עצתו אמונה און די גליונות זענען אזוי מחי' אידישע קינדער, "כל המזכה את הרבים" – זאגן די הייליגע חכמים גרויסע זאכן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#5471 - דאנקען דעם אייבערשטן אז אין די צרה איז דא הרחבה
צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס שטייט אין פסוק (בראשית לז, כה): "וּגְמַלֵּיהֶם נֹשְׂאִים נְכֹאת וּצְרִי וָלֹט", די קעמלען פון די אראבער וואס האבן אויפגעקויפט יוסף, האבן געטראגן פעקלעך פון גוטע שמעקעדיגע בשמים. זאגט רש"י, וואס גייט מיך אן וואס די פעקלעך האבן געטראגן? "להודיע מתן שכרן של צדיקים", די פסוק לאזט אונז וויסן די באצאלונג פון צדיקים, ווייל געווענליך טראגן אראבער נאפט וואס האט א שלעכטע גערוך, און לכבוד יוסף הצדיק האבן זיי געטראגן גוטע בשמים.


אז מען טראכט אריין קען מען פרעגן, דאס איז 'מתן שכרן של צדיקים'? מען נעמט א בחור וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב ואם און מען פייניגט אים, מען ווארפט אים אריין אין א גרוב פון שלענג און מען פארקויפט אים פאר אראבער, דאס איז 'מתן שכרן של צדיקים'? און אז עס שמעקט גוט אויפן וועג צו טויט – איז עס 'מתן שכרן של צדיקים'?!


נאר דא ליגט דער סוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען, 'בצר הרחבת לי'. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


דאס זאגט רש"י: "להודיע מתן שכרן של צדיקים", דער פסוק לערנט אונז דאס גרויסקייט פון צדיקים, אז זיי זוכן דאס גוטס אין די צרה און זיי דאנקען דעם אייבערשטן אז אין די צרה איז דא הרחבה. יוסף הצדיק, מען טראגט אים צו די שמוציגע אראבער, זוכט ער דאס גוטס; ער איז זיך מחי' אז ער אטעמט און עס איז דא פיינע לופט וואס שמעקט גוט.


דאס איז דאס גרויסקייט פון צדיקים, און אז מיר וועלן אויפזוכן דאס גוטס – וועלן מיר אויך זוכה זיין צו אלע מדריגות, והבן למעשה.

#5470 - הערליכער קיבוץ אנשי שלומינו שבת חנוכה אין שטעטל, קרית ברסלב
תודה והודאה, שטעטל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר האבן געהאט א הערליכער קיבוץ אנשי שלומינו דעם שבת חנוכה אין שטעטל, קרית ברסלב. עס זענען געווען אסאך געסט, אויך די בחורים פון ישיבה זענען געווען.


שבת האב איך געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, נאך די סעודה זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו, מען האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן הויבט ער אן שפירן אביסל פון די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן, אין עולם הבא.


טייערער ברודער, כאפ אריין גוטע זאכן, ווייל נאר דאס בלייבט. מען נעמט גארנישט מיט אויף יענע וועלט, נאר די תורה, תפילה און גמילות חסדים. א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט נעמט מען מיט נאר די פרקים משניות, בלעטער גמרא, פסוקים תהילים, און די ווערטער וואס מען האט ארויסגערעדט צום אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ".

#5469 - זאג קלאר פאר דיין ווייב אז ס'שטערט דיר די וועג ווי אזוי זי רעדט
שלום בית, רעדן, בית המדרש, דאווענען, מעביר סדרה, מנין, גט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


לדעתי קען מען נאך ראטעווען אז די שטוב זאל נישט צעפאלן, דו דארפסט רעדן צו דיין ווייב קלארע ווערטער. זאג איר אז די וועג ווי זי רעדט צו דיר – איז נישט קיין וועג, זאג איר דו שפירסט אז דו ווערסט בארירט פון איר, און עד כדי כך, דו ווילסט זיך שוין צעטיילן, השם ישמרינו; זי ווייסט נישט אז זי טוט דיר וויי, זי ווייסט נישט אז עס האלט שוין ביי א גט.


טייערער ברודער, אויך דו זאלסט זיך עפעס פארנעמען, צום ביישפיל, זיין שטארק מיט די דריי תפילות; זיך מוסר נפש זיין צו דאווענען יעדן טאג לכתחילה מיט מנין, און אויב מען האט נישט קיין מנין – דאווענען אין שול דווקא. איך בין זיכער דו וועסט האבן א ישועה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש איינגעטיילט אויף די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי; ווייל ביי די תורה איז די בעסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן, דורך די תורה ווערט מען א בן-חורין, פריי פון אלעמען, דורך לערנען תורה ווערט בעסער די שלום בית, די פרנסה; אלעס ווערט בעסער.


איך וויל דיר העלפן, און איך וועל דיך מחזק זיין אין יעדע מצב דיינע. איך פערזענליך העלף נישט צו מאכן א גט, אבער אז דו וועסט זיך גט'ן וועל איך דיך נישט אוועקווארפן, איך וועל דיך מחזק זיין אין יעדן מצב.


איך בעט פאר דיר, איך האף זי וועט צוריק באקומען די חן, און עס וועט זיין שלום בית.


 

#5468 - מען לייגט אריין די גאנצע נשמה אין די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, עברי, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער ביי אונז אין מוסד וואס האבן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט די עברי. איך ווייס אז איך ווייס אפילו נישט וויפיל ארבעט, כח און מח – איר לייגט אריין אין די קינדער טאג איין טאג אויס, יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא, און איר לייגט אריין אייער גאנצע נשמה אין זיי.


אויך וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אייער מאנ'ס מלמדות, מיר זענען צופרידן פון אים ביזן הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת ביי אייערע קינדער, ערליכע אידישע דורות.


נאכאמאל, איך דאנק אייך פון טיפעניש פון הארץ.

#5467 - האסט קוים חתונה געהאט, וואס ביסטו אזוי פארזארגט וועגן קינדער?
קינדער, צדקה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט קוים חתונה געהאט, איז וואס ביסטו אזוי פארזארגט וועגן קינדער, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, וועסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים, נאר איין זאך, זארג נישט.


בנוגע גיין מאכן בדיקות ביים דאקטער; דיין ווייב האט מען אונטערזוכט און אלעס זעט אויס ברוך השם גוט, יעצט ווילסטו גיין, דו פרעגסט אויב דו זאלסט דאס טון.


ברודער, עס פעלט נישט אויס די אלע זאכן, דער דאקטער קען נישט העלפן און אויך נישט די וכו', דו זאלסט טון די עצות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל מען טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", מען זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, (מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו וויסן וואו צו געבן), "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ וכו'", און פרייליך מאכן די ווייב, עיין שם.


טו די סגולה, ווייל נאר סגולות פון די צדיקים העלפט, אלעס אנדערש איז גארנישט, אויך דאקטוירים איז גארנישט, זיי קענען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער געבט קינדער, און נאר די סגולות פון צדיקים דארף מען טון.

#5466 - קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אז מען קומט אין שול דאווענען
בית המדרש, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי זיך מוסר נפש צו קומען אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה, מעריב.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אז מען קומט אין שול, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה", אזוי ווי א טייך, ווען דער מענטש וואס איז טמא טובל'ט זיך אין טייך – ווערט ער טהור, "אַף אֹהָלִים", אזוי אויך א שול, "מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", נעמט אוועק אלע פראבלעמען, מען זעט ישועות.


ברודער טייערער, ליבער ברודער, נעם עס נישט גרינג, מיין נישט עס איז א קלייניקייט, ווייל נאר אז מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין – בלייבט מען אידיש און מען ברענגט אידישע דורות.


בעט: "רבונו של עולם, איך וויל קומען אין שול, העלף מיר איך זאל צעברעכן אלע מניעות".

#5465 - עס טוט מיר וויי אז דו ביסט נישט געגאנגען שטימען
שטעטל, התבודדות, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל נישט זיין אחד בפה ואחד בלב, איך האב עפעס א זאך וואס באדערט מיך, איך וויל עס אויסשמועסן מיט דיר.


מען האט מיר געוויזן אז ביי די פאריגע וואלן אין שטעטל האסטו געזאגט אז דו האסט געשטימט, אבער למעשה ווייזן זיי אז דיין נאמען איז נישט דארט; פון די גאנצע שטעטל, פון הונדערט פופציג משפחות – האבן פיר מענטשן נישט געשטימט, דו מיט נאך א קאפל, מיט נאך א ווייבל.


קען זיין דו ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז, איך בין דיך דן לכף זכות, אבער מיר טוט דאס וויי. איך ארבעט ביטער שווער צו באקומען טובות פון די רעגירונג'ס באאמטע, און די איינציגסטע שפראך וואס זיי פארשטייען – איז די וואלן, נאר דאס רעדט צו זיי; וואלסטו ווען געדארפט גיין אפגעבן דיין שטימע.


מיר ארבעטן אזוי שווער פאר די איינוואוינער, סיי צו מאכן ביליגער דאס צאלן שטייער, סיי צו קענען באקומען בענעפיטן, פראגראמען פאר משפחות וואס נויטיגן זיך אין הילף, סיי מיט באקומען ערלויבעניש צו קענען בויען הייזער, מוסדות, שולן, סיי אויב איינער פארהאנקערט זיך מיט די געזעץ, יענעם צו העלפן – זאל מען יענעם קענען העלפן. דעריבער נעם איך פערזענליך אז דו ביסט נישט געגאנגען שטימען, איך זאג דיר דאס ווייל איך וויל לעבן מיט דיר בשלום, איך קען נישט זיין אחד בפה ואחד בלב.


גיי התבודדות יעדן טאג, זוך אין שטעטל א שטילע וועלדל, גיי אהין און בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן שפע, איך זאל האבן שלום בית, נחת"; דורך התבודדות זעט מען ישועות.

#5464 - אסאך מאל איז מיין התבודדות נאר איין ווארט; נאכאמאל "אייבערשטער"
התחזקות, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דעם שבת חנוכה בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, א מחי' דארט. איך בין געגאנגען שבת נאכמיטאג שפאצירן, איך בין ארויף פון מיין שטוב ביז וואו די בחורים זענען געשלאפן זומער. איך האב אזוי געוואלט זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אבער איך האב נישט געהאט קיין ווערטער, איך האב די גאנצע וועג געזאגט איין ווארט: "אייבערשטער, אייבערשטער, אייבערשטער", איך בין געווען זייער צופרידן אז די איין ווארט קען איך כאטשיג זאגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צו), אפילו מען קען נאר זאגן "רבונו של עולם" – איז אויך זייער גוט.


אזוי בין איך געגאנגען ארויף און אראפ, נאכדעם האב איך געטראכט 'איך גיי פרובירן נאכאמאל', איך בין צוריק ארויף דעם בארג, און ביים צווייטן מאל האב איך שוין געהאט גוטע שמועסן, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט, אויסגעדאנקט, ברוך ה'.


איך שרייב דיר דאס, ווייל דו מיינסט אז נאר דיר גייט נישט, זאלסטו וויסן אז אסאך טעג איז מיין התבודדות איין ווארט; נאכאמאל און נאכאמאל "אייבערשטער".

#5463 - א ברסלב'ע געים צו שפילן יעדן טאג אינדערהיים
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר און ... תחי'


יעצט חנוכה איז א צייט פון לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט ענק, יעדע קינד איז דאך א באזונדערע נס, ענקערע קינדער שיינען, זיי זענען ליכטיג און טייער.


עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען ענק ביידע וועלן שפילן יעדן טאג די ברסלב'ע געים. מאן און ווייב זאגן איינער נאכן צווייטן שכוח אייבערשטער פאר דאס, שכוח אייבערשטער פאר יענץ, ביז זעכציג סעקונדעס. למשל, דער מאן הויבט אן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין ווייב", זאגט די ווייב: "שכוח אייבערשטער פאר מיין מאן", זאגט דער מאן: "שכוח אייבערשטער מיר האבן זיך ליב", זאגט די ווייב: "שכוח אייבערשטער מיר זענען געזונט", און אזוי ווייטער, ביז איין מינוט, און אויב איינער בלייבט שטיל ווערט מען אאוט, און די געים הויבט זיך נאכאמאל אן.


הלוואי זאלט איר שפילן די שפיל יעדן טאג, וועט איר שפירן טעם עולם הבא.


 

#5462 - וויין צום אייבערשטן פאר א שידוך, און די איבריגע צייט זיי פרייליך
תפילה והתבודדות, שמחה, בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


טייערער ברודער, אפילו דו ביסט אזוי צעבראכן, דו דארפסט א שידוך, דו טראכסט שווארץ, דו זעסט נאר טונקל, דו ווייסט קלאר דו וועסט נישט טרעפן קיין שידוך – דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, חזק ואמץ בכל כוחך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


נעם די עצות פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה; גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל שוין חתונה האבן, איך בין א פלג גוף, איך בין צעריסן און צעשניטן, איך בין אזוי צעבראכן, איך פאל אראפ אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה. הייליגער באשעפער, זיי נישט בייז אויף מיר, פארגעב מיר, איך וויל אזוי שטארקן זיין גוט, הייליג און ריין, וואס זאל איך טון, איך פאל אראפ בשוגג, במזיד, באונס וברצון, הייליגער באשעפער, געב מיר מיין שידוך. הייליגער באשעפער קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז מיר, קיינער חלומ'ט נישט אז איך שלאג זיך יעדע רגע צו בלייבן א איד, אנא ה' הושיעה נא, בזכות הצדיקים שמסרו נפשם אליך יתברך, אמן".


ביי די איבריגע צייט פון טאג זאלסטו טאנצן און פאטשן און הערן פרייליכע באמבעדיגע מוזיק.