בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5536 - אז דו גייסט התבודדות, דו רעדסט צום אייבערשטן, בין איך דיך מקנא
קנאה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אז דו גייסט התבודדות, דו רעדסט צום אייבערשטן - בין איך דיך מקנא, און אז נישט - בין איך דיך בכלל נישט מקנא"; ווייל דער יצר הרע ברענט ביי יעדן איינעם און ער מאכט יעדן איינעם משוגע, און נאר מיט התבודדות קען מען זיך האלטן שטארק.


גיי אביסל שפאצירן און זאג אפאר ווערטער פארן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5535 - פרעגן קשיות אויפן אייבערשטן איז זייער ביטער
אמונה, התחזקות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרעג נישט קיין קשיות אויף די אמונה. שלמה המלך זאגט (משלי יז, כח): "גַּם אֱוִיל מַחֲרִישׁ" אפילו א נאר וואס שווייגט, "חָכָם יֵחָשֵׁב" דער איז א פארשטאנדיגער מענטש; ווייל פרעגן קשיות אויפן אייבערשטן איז זייער ביטער, דער מענטש טוט נארישקייטן, מען טוט עבירות און דאס ברענגט שוועריקייטן - און ביים סוף האט ער נאך טענות אויפן אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט (שם יט, ג): "אִוֶּלֶת אָדָם" די נארישקייט פונעם מענטש, דאס מיינט מען די עבירות זיינע – "תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ" פארקרומט זיין וועג, דאס מיינט עס ברענגט שטראף, עס ברענגט צרות, "וְעַל ה' יִזְעַף לִבּוֹ" און דער מענטש ווערט ברוגז אויפן אייבערשטן, ווען ער אליינס האט שאדן געמאכט; אויב אבער מען האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן - איז מען שוין ווי א חכם.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "יעדע קשיא איז א קליפה", יעדע פארוואס איז סכנות נפשות, מען קען אוועק פאלן אינגאנצן פון די הייליגע אמונה; מען דארף וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט - איז פאר אונזער טובה, "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו" (תהילים קמה, יז), דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אז מען פארשטייט נישט ווי ער מאכט און ער פירט - דארף מען וויסן אז מען קען נישט פארשטיין און מען וועט דאס נישט פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5534 - טאנץ און פאטש, שמייכל און לאך, וועט ווערן ברייט מיט גרויס שפע
שמחה, סגולות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו מוטשעסט מיך אזוי שטארק איך זאל דיר געבן א ברכה אויף פרנסה בשפע, יעדן טאג קומסטו בעטן אויף פרנסה, דא האסטו דער סוד פון פרנסה:


די שם פון פרנסה איז ח'ת'ך', די סופי תיבות פונעם פסוק (תהילים קמה, טז): פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'; אז מען האט אינזין דעם שם – איז דאס מסוגל אויף פרנסה.


קומט מוהרא"ש און זאגט, דער שם איז די סופי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, ט): וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ; דאס איז דער סוד פון עשירות - שמחה, דורך שמחה עפענען זיך אלע צינורות, און חס ושלום דאגות, עצבות ומרה שחורה – פארמאכן און פארקנאקן אלע צינורות.


טאנץ און פאטש, שמייכל און לאך – וועט ווערן ברייט, בבחינת טפח שוחקת, דו וועסט האבן גרויס שפע.


 

#5533 - געבענטשט זאלסטו זיין פאר'ן העלפן אונזערע הייליגע מוסדות בארץ הקודש
מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געבענטשט זאלסטו זיין פארן העלפן אונזערע הייליגע מוסדות בארץ הקודש, מיר האבן היינט פינף מוסדות אין ארץ הקודש; א חדר אין ירושלים, א חדר אין בני ברק און א חדר אין טברי'. אויב דו קומסט נישט אן צו דעקן די הוצאות – וועל איך דיר העלפן.


לאז מיר וויסן יעדע סוף חודש וויפיל עס פעלט דיר אויס, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר העלפן דעקן אלע מלמדים, טיטשערס, רענט וכו' וכו'.


איך זע שוין די לעצטע אכצן יאר זייט די ישיבה האט זיך געעפנט, ניסים ונפלאות, ווי דער אייבערשטער העלפט אונז. איך בין זיכער אז געלט וועט אונז קיינמאל נישט זיין קיין עיכוב צו גיין ווייטער מיט יפוצו מעיינותיך חוצה.

#5532 - גבאי צדקה פאר'ן "ילד שעשועים"
צדקה, התבודדות, ילד שעשועים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו און דיין ווייב טוען פאר אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש; די חתונות אין ישיבה בחנם, און בפרט יעצט – דעם "ילד שעשועים", ווי ענק געבן זיך אזוי אוועק בלב ונפש אז די קימפעטארינס זאלן זיך קענען אפרוען, באקומען פרישע כוחות.


המתחיל במצוה אומרים לו גמור, האסט אנגעהויבן דעם ילד שעשועים, זאלסטו זיין דער גבאי צדקה פאר די זאך, גיי נאך געלט פאר די ילד שעשועים, מען זאל קענען העלפן אנשי שלומינו בעת שמחתם, עס זאל נישט קאסטן אזוי סאך.


איין מינוט א טאג זאלסטו גיין שפאצירן ביי דיר אין פעלד, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און זאג דעם אייבערשטן לויב ווערטער; וועט דיר ווערן ליכטיגער און ליכטיגער.

#5531 - ווען וועל איך שוין אפלאזן אלע נארישקייטן?
התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


ליבער ברודער, גיי יעדן טאג א שפאציר און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, פלאקער אויף דיין הארץ.


א איד האט אמאל געהערט ווי רבי נתן רעדט פון זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, געבט ער א פרעג: "רבי נתן, ווי נעמט מען אזא הארץ? ווי אזוי באקומט מען אזא הארץ?" זאגט אים רבי נתן: "דו האסט אויך א הארץ, נאר דו באהארצט עס נישט"; ווייל יעדער מענטש האט די מעגליכקייט צו ערוועקן און אנצינדן זיין הארץ צום אייבערשטן.


גיין אין א ווינקל און וויין: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו דיך דינען, ווען וועל איך שוין אפלאזן אלע נארישקייטן? ראטעווע מיך, זיי מיך מקרב צו דיר".


געב נישט אויף, דיין שידוך איז זייער נאנט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#5530 - איך האב שוין א ווייסע בארד און איך וויל נאכאלץ ווערן אן ערליכער איד
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר און דיך נישט געזען, איך האף דו ביסט נאך צוגעבינדן צום רבי'ן און דו ביסט שטארק אין דיין עבודת השם, דו לערנסט תורה און דו רעדסט צום אייבערשטן.


אמאל ווען רבי נתן איז געווען אין אומאן האט ער געהערט רבי משה ב"ר אברהם דאווענען מיט גרויס דביקות, רבי נתן האט זייער הנאה געהאט. א צייט שפעטער ווען רבי נתן איז נאכמאל געווען אין אומאן – האט ער באמערקט רבי משה דאווענט שוין נישט אזוי ווארעם, האט אים רבי נתן געפרעגט: "משה, דו ביסט אראפגעפאלן? הער מיך אויס, נעם זיך צוריק צו עבודת השם, גלייב מיר, איך האב שוין א ווייסע בארד און איך וויל נאכאלץ ווערן אן ערליכער איד".


טייערער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


איך בענק מיך צו דיר.

#5529 - נאר אז מען לערנט תורה איז מען פרייליך און צופרידן
שמחה, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, סיפוק, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב גאר גוטע זכרונות פון דיר אין ישיבה, ווי דו לערנסט דיינע שיעורים; חומש איינגעטיילט אויף די וואך, משניות און תהילים.


איך האף צום אייבערשטן אז דו האלסט אן דאס לערנען תורה; חומש, משניות און תהילים.


טייערער ברודער, נאר אז מען לערנט תורה – איז מען פרייליך, נאר אז מען לערנט תורה איז מען צופרידן מיט זיך אליינס, מיט די ווייב און קינדער.


אויך זאלסטו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אפאר ווערטער אין דיין שפראך – אידיש; בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


איך בענק נאך דיר.

#5528 - אין די ימי השובבי"ם, זאג יעדן טאג תהילים
תהלים, תשובה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין אין די ימי השובבי"ם, זאג יעדן טאג תהילים; מי יתן אז דו וועסט זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, און אז עס גייט נישט א יום - זאג וויפיל דו קענסט, ווייל תהילים איז מסוגל לתשובה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס, אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות - ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5527 - היתכן עס זאל מיר אריבערגיין מיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רלח), איינער איז געקומען צום רבי'ן בעטן דעם רבי'ן זאל אים אויסלערנען ווי אזוי זיך צו מתבודד זיין, האט אים דער רבי געזאגט, זאג פארן באשעפער די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, היתכן עס זאל מיר אריבערגיין מיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן"; שפעטער – האט דער איד דערציילט – האט ער געהערט הינטערן טיר פון רבינ'ס צימער ווי דער רבי וויינט צום אייבערשטן מיט די ווערטער.


טייערער ברודער, דאס איז ברסלב'ער חסידות; קומען צום אייבערשטן יעדן טאג פונדאסניי און בעטן: "רבונו של עולם, איך וויל אנהויבן פון ניי, איך וויל זיין גוט, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר", וכו' וכו'.


ברודער, לאז נישט אריבערגיין די טעג, כאפ ארויס יעדן טאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


 


 

#5526 - א סגולה פאר קינדער, פרייליך צו מאכן די ווייב
קינדער, שלום בית, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


דו ווילסט געהאלפן ווערן מיט קינדער; נעם די עצה, די סגולה פון הייליגן רבי'ן, (ספר המידות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס קען א מענטש טון ער זאל זוכה זיין צו קינדער? "יְשַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; ווייל א פרוי ציט זיך מער צו עצבות, א פרוי האט נישט קיין תורה וואס מאכט פרייליך, דארף דער מאן פרייליך מאכן.


ווארט נישט זי זאל דיך פרייליך מאכן, עס איז נישט איר חיוב דאס צו טון, עס איז דיין חיוב, עס איז דיין מצוה. זאלסט זיך נישט אויסטראכטן נאך א טאג ארבעט אז דו קומסט אהיים צו א ליכטיגע שטוב מיט א ווייב וואס די פנים שמייכלט און שיינט, און נאכדעם ווערן אנטוישט, ענדערש טראכט 'איך דארף אהיים גיין ליכטיג מאכן אין שטוב, פרייליך מאכן, מיין ווייב ווארט אויף מיין שמייכל' – וועסטו זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער און צו א פרייליכע שטוב.

#5525 - הפצה איז תיקון הברית
הפצה, תשובה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר גייען אריין אין די ימי השובבי"ם, טעג וואס זענען מסוגל לתקן אות ברית קודש – זאלסטו גיין וואס מער פארשפרייטן די ספרים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט געשריבן די עצות פון רבי'ן אויף א וואונדערליכע שפראך וואס רעדט צום היינטיגן דור און איז יעדן מחזק.


דאס איז די גרעסטע תיקון צו פאררעכטן פגם הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווי אזוי פאררעכט מען פגם הברית? "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען איז עוסק צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דורך הפצה וועט קומען דיין שידוך.


 

#5524 - ס'איז נישט גוט נאכצוקוקן דעם מאן
שלום בית, שכל, הדרכות, עצות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ...


איך האב ערהאלטן אייער לאנגע בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "הַיֵּצֶר הָרָע מִתְלַבֵּשׁ עַצְמוֹ בְּמִצְווֹת", דער יצר הרע קומט צום מענטש, ער רעדט אים איין עס איז א מצוה, "וּמַטְעֶה אֶת הָאָדָם כְּאִלּוּ מְסִיתוֹ לַעֲשוֹת מִצְוָה", ער רעדט איין דעם מענטש מיט מצוות; ביי פרויען קומט ער זיי איינרעדן צו זיין פארנומען מיטן מאנ'ס עבודת השם, ביז ער צעשטערט די שלום בית, און די שכינה הקדושה גייט אוועק פון זיי רחמנא לצלן.


ווער האט אייך געבעטן צו האלטן חשבון ווען אייער מאן שטייט אויף? וואס קוקט איר אים נאך וואס ער טוט, וואו ער איז און אויב ער קומט צו די שיעורים? איך בעט אייך מיט רחמנות, גייט אוועק פון די משוגע'נע וועג, ווייל נישט נאר עס וועט נישט העלפן, נאר דאס וועט מאכן אייער מאן זאל דארפן אנהויבן מיט ליגנט, נאר איר אליינס וועט צוגרינד גיין.


נעמט זיך איין פליכט, פרייליך מאכן אייער מאן. אז ער שלאפט אריין אין טאג – זאלט איר זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין מאן", און אז ער גייט נישט דאווענען – איז דאס נישט אייער געשעפט.


איך ציטער וואס וועט דא זיין, איך האב אזויפיל געטון פאר ענקער שידוך און פאר ענקער לעבן, און יעצט הויבט זיך אן א פרישע געשעפט, איר הויבט אן מיט זיין רוחניות.


ווער ווייסט אויב דאס מאכט ער זאל נישט אויפשטיין פרי און גיין דאווענען, ער שפירט אז איר האט אים נישט אזוי ליב ווי אמאל און איר טראסט אים נישט.


אז איר ווילט האבן א מאן וואס שטייט אויף צייטליך, דאווענט מיט חיות און דינט דעם אייבערשטן – זאלט איר טון די איין זאך, מאכן זיכער ער זאל זיין פרייליך, איר זאלט נישט אויפהערן שמייכלען און גארנישט מער.


די אלע מענער וואס זענען מצליח – איז ווייל זיי האבן א ווייב וואס מאכט זיי פרייליך, א ווייב וואס האלט פון זיי; ווייל נאר דאס הויבט אויף א מענטש, ווען ער ווייסט 'מיין ווייב איז דא פאר מיר, זי קוקט מיך נישט נאך, זי געטרויעט מיר'.


נעמט אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב אייך פון הארץ, וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן.

#5523 - צו געבן, בארגן אדער פארדינגען מאשינען מיט אינטערנעט
אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינטיגע צייטן זענען די נסיונות זייער גרויס, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו געבן, בארגן אדער פארדינגען מאשינען וואס קענען זיך מתחבר זיין צו אינטערנעט, ווייל מיט א פערטל שעה קען מען ווערן אומגליקליך פאר די גאנצע לעבן.


עס איז געקומען צו מיר א בחור מיט א געוויין, ער האט געבארגט ביי דיר א מאשין צו קענען פארן און קומען, זען די וועג, און דער יצר הרע האט זיך אין אים אנגעצינדן, ער האט געעפנט די מאשין און געקוקט גלוי עריות השם ירחם, ער האט מיר דאס געגעבן, ער האט דאס נישט געוואלט האלטן.


בעט איך דיר זייער, זאלסט זיין זייער פארזיכטיג נישט צו געבן פאר בחורים, בארגן אדער פארדינגען – די סארט זאכן, עס קען זיין א לאו פון (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונזער דור און שיקן משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.

#5522 - מיט תפילה וסבלנות וועלן די עלטערן זיך איבערבעטן און קומען צו שמחות
כיבוד אב ואם, שלום, משפחה, סבלנות, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע טייערע ... און ...


מזל טוב פאר ענקער נייע געבוירענע אינגל נחמן נתן נרו יאיר. דער רבי האט אמאל געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון דער וועלט"; זאל דער אייבערשטער ענק העלפן ענק זאלן נישט אויפהערן לאכן, עס זאל זיין ביי ענק נאר גליק און פרייד, ענק זאלן לעבן מיט ליבשאפט און פרידן מיט אלע קינדער אינאיינעם.


איך האב גרויס ווייטאג פון דעם וואס ענק גייען אריבער, עס טוט זייער וויי, ווען די עלטערן וויל נישט מיטהאלטן די שמחות, און ווען די עלטערן ווילן נישט רעדן מיט ענק פאר די איין זינד, אז איר זענט ברסלב'ער חסידים, דאס איז אלעס פון די לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים.


ענק זאלן נאכאלץ פרובירן רופן די עלטערן און חס ושלום נישט רעדן אין שטוב צווישן די קינדער קיין איין ווארט פון די גאנצע פרשה, נישט צעמישן די קינדער, און מיט תפילה וסבלנות וועלן די עלטערן איין טאג זיך איבערבעטן און קומען צו ענקערע שמחות און ווערן פאראייניגט.


דער אייבערשטער זאל שוין שיקן אליהו הנביא וואס וועט מאכן שלום אויף די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כד): "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים".

#5521 - יישר כח פאר'ן העלפן צאלן די מלמדים
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן צאלן די מלמדים; מיר זענען יעצט זייער געדרוקט, שוין אפאר וואכן וואס מען צאלט נישט די איינגעשטעלטע, און בזכותך - וואס דו האסט געברענגט צוועלף טויזנט דאלער – האט מען געקענט צאלן איין וואך געהאלט.


אויב דו ווייסט פון מענטשן וואס האבן א געפיל צו אונזער מוסד – וואלט איך מיט דיר געגאנגען בעטן צדקה, ווייל איך מוז באצאלן די מלמדים און די איינגעשטעלטע. נעכטן בין איך געפארן קיין מאנסי זיך טרעפן מיט מענטשן וואס האבן א געפיל פאר די מוסד, זיי בעטן צו העלפן מיט געוויסע זאכן.


איך קוק צוריק, דער אייבערשטער האט געמאכט אזעלכע ניסים ביז אהער, איך גלייב עס קומט נאך גרויסע ניסים.


גיי יעדן טאג אין פעלד זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן.

#5520 - נאר אז מען איז זיך מתבודד, קען מען זיך דערהאלטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, עבודת השם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז דערציילט אז רבי נתן האט געזאגט: "נאכן וויסן אלעס ווי זיך צו קענען קריגן מיטן יצר הרע, נאכן וויסן אלע עצות – קומט ער מיט א נייעם וועג, א פרישע נסיון, א פרישע בלבול, און מען דארף פונדאסניי רחמי שמים אים צו בייקומען".


איין עצה איז דא פאר יעדע פרישע נסיון און יעדע פרישע חלישות הדעת: תפילה והתבודדות; צוריק אנהויבן מיט די ערשטע און לעצטע עצה פון בעטן דעם אייבערשטן פשוט'ע ווערטער: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע, ראטעווע מיך פון ווערן אלט און קאלט, באניי מיך, זיי מיך פון פריש מקרב צו דיר. העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן פריש אין היכל הקודש, איך זאל זיך נישט לאזן שטערן פון די בלבולים און חלישות הדעת".


נאר אז מען איז זיך מתבודד – קען מען זיך דערהאלטן.

#5519 - ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן
מחשבות, יאוש, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצג): "הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", די מחשבה איז זייער א שטארקע זאך, "וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם", און אויב מען שטארקט זיך צו טראכטן פון א געוויסע זאך, "יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כָךְ", קען ער ברענגען די זאך; אויב מען טראכט פון געלט – וועט מען האבן געלט, און אויב מען טראכט אז מען וויל זיין גוט און מען בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן" – וועט מען זוכה זיין צו ווערן ערליך און אפגעהיטן.


הכלל, מען טאר זיך נישט מייאש זיין, אפילו מען זעט עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן, און מען איז נאך אזוי ווייט פון קדושה – דארף מען ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן.


זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ', קה, קלז, קן, די תיקון הכללי; עס איז א תיקון אויף אלעס.

#5518 - איך האב געזונטע ערליכע קינדער, ווער איז רייכער פון מיר?
קינדער, תודה והודאה, געלט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע, פלעגט זאגן פאר יעדן איינעם: "איך בין די רייכסטע"; ווען איך בין אריינגעקומען צו איר – האט זי מיר געזאגט: "איך בין די רייכסטע, איך האב געזונטע ערליכע קינדער, ווער איז רייכער...?"


זינגט אויך דעם ניגון: "איך בין די רייכסטע, איך האב געזונטע ערליכע קינדער"; דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער שיינע גארטן, טייערע ליכטיגע קינדער, דאס איז די גרעסטע פארמעגן.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, די ראשי תיבות פון 'עשיר' איז: ע'ינים, ש'ינים, י'דים, ר'גלים; איינער וואס האט אויגן, ציינער, הענט און פיס – איז רייך, און אז מען האט האט א דאך איבערן קאפ, מיט הייצונג, מיט ליכטיגע קינדער – איז מען טאקע רייך.


 

#5517 - דורך הפצה קען מען זיך פטר'ן פון שרעקליכע בושות אויף יענע וועלט
הפצה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון "הפצה"; אפילו מען לאכט און מען שפעט פון דיר – זאלסטו ווייטער גיין הפצה, ווייל די בושות אויבן אין הימל איז אזוי שרעקעדיג, און נאר דורך הפצה, דורך עוסק זיין אין צוריק ברענגען אידן צום אייבערשטן – קען מען זיך פטר'ן פון יענע שרעקליכע בושות.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויס'משל'ן פאר מיינע אויגן, אויסער די ברוך הבא אין קבר"; ווי גרויס און ווי שרעקליך די צער און בושה וועט זיין, אבער דורך זיין א מפיץ, דורך פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים – קען מען זיך ראטעווען פון די אלע צער און עגמת נפש.

#5516 - אז דיינע קינדער רופן דיך נישט, זאלסטו זיי רופן
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו רעדן צו דיינע קינדער יעדן טאג, און אז זיי רופן דיך נישט – זאלסטו זיי רופן; פרעג זיי וואס טוט זיך אין ישיבה, פרעג זיי וואס זיי האבן געלערנט, וויפיל פרקים משניות, וויפיל בלאט גמרא; עס איז זייער וויכטיג צו האבן א שטיקל קשר מיט די קינדער.


אוודאי וואלט געווען ריכטיג דיינע קינדער זאלן דיך רופן יעדן טאג, אבער אויב זיי רופן נישט – זאלסטו זיי רופן, ווארט נישט אויף קיין כבוד, מאך נישט קיין חשבונות, טו צו דער זאך, זיי קלוג און האלט אן קשר מיט זיי.


יעדן טאג זאלטו לאזן טרערן צום אייבערשטן פאר יעדן איינציג קינד, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און עס זאלן זיך ציען דורות.

#5515 - דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע, דאס וועלן מיר מיטנעמען
מקוה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס ביסל וואס מען טוט צו העלפן בויען מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער פאר אמונה און תורה – דאס וועט בלייבן לנצח נצחים, און דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע – דאס וועלן מיר מיט נעמען.


א באזונדערע דאנק קומט אייך פארן מאכן אזוי באקוועם די מקוה טהרה; אלע זענען צופרידן, אלע זאגן ווי געשמאק מען מאכט זיי; דאס איז זייער א גרויסע זכות פאר אייך און אייערע דורות.

#5514 - אלע גוטע מעשים פונעם מאן, וועט די ווייב באקומען די זעלבע שכר
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזערע מוסדות, איך ווייס עס איז נישט גרינג, איר האט אלעס אוועק געגעבן אבי צו העלפן די מוסדות; דער אייבערשטער וועט ענק באצאלן מיט גוטס, מיט נחת, מיט גליק און פרייד.


אלע גוטע מעשים וואס דער מאן טוט – וועט די ווייב באקומען שכר אזוי ווי ער, אויב זי העלפט אים, זי נעמט א גלייכע חלק אין אלע זיינע גוטע מעשים.

#5513 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט געבן יעדן קינד אסאך גוטע ווערטער
תודה והודאה, שלום בית, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג ווען מען האלט ביים חתונה מאכן קינדער – צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד און יעדע אייניקל, ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – ווערט אלעס שענער און בעסער.


נאך א וויכטיגע זאך, ווען דו רעדסט מיט דיין זון – געדענק אים צו זאגן יעדע מאל א גוט ווארט אויף זיין ווייב, און ווען דו רעדסט מיט דיין שנור – זאלסטו איר יעדע מאל זאגן ווי דאנקבאר דו ביסט דעם אייבערשטן פאר אזא שנור.


עס איז אזוי וויכטיג פאר יונגע פארפעלקער צו הערן די זיסע ווערטער ווי: "האסט א וואוילע ווייב", "האסט א טייערער מאן".


בעט דעם אייבערשטן זאלסט געבן יעדן קינד אסאך גוטע ווערטער.

#5512 - זיך פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "אני מאמין"
שמחה, תהלים, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים יעדן טאג, און פונעם באקומען דעם פאריגן בריוו פאראיאר – האט איר שוין געזאגט זעקס און צוואנציג מאל ספר תהילים; יעצט, די יאר, ווילט איר וויסן וואס זיך פארצונעמען לכבוד אייער געבורטסטאג.


די יאר זאלט איר זיך פארנעמען – לכבוד די געבורטסטאג – צו זאגן יעדן טאג די דרייצן "אני מאמין"; אין אנהויב וועט עס זיין א נייע זאך, אבער מיט די צייט וועט דאס ווערן א חלק פון אייער לעבן, איר וועט דאס קענען פון אויסנווייניג, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייך.


הערט לעבעדיגע מוזיק, טאנצט און שפרינגט, ווייל שמחה איז די לייטער צו קומען צו די העכסטע פלאץ. דער הייליגער אריז"ל זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען אז ער איז געקומען צו זיינע מדריגות דורך שמחה.