בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5436 - אפילו דו ביסט געפאלן אין גראבע זינד, קענסטו נאכאלץ צוריקקומען
אמונה, התחזקות, עבירות, פרנסה, מחשבות, יאוש, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט דיך ליב, דער אייבערשטער איז דיין טאטע. א קינד קען אלץ צוריקקומען צו זיין טאטע; אפילו דו האסט פוגם געווען, ביסט געפאלן אין גראבע זינד - קענסטו נאכאלץ צוריקקומען, דער אייבערשטער האט דיך זייער זייער ליב.


לאז זיך נישט אפ, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אויף די וועלט, דאס איז די גרעסטע זאך און מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א מענטש, נאר מיט דעם; דער וואס דערהאלט זיך, דער וואס געבט נישט אויף און גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס.


אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון.


שבת חנוכה וועל איך זיין אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5435 - הייליגער באשעפער געב מיר א געפיל איך זאל ליב האבן צו זיין איידל
תפילה והתבודדות, צניעות, שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע זיך שמירן די אויגן; איר פרעגט אויף וואס איר האט געהערט די וואך ביי די פרויען שיעור די הארבקייט פון שמירן די אויגן, איר ווילט וויסן וואס צו טון.


עס איז דא איין זאך וואס צו טון, בעטן דעם אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער געב מיר א געפיל צו צניעות, העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין איידל".


אויך דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, מען זאל זיין פרייליך און זיך ליב האבן.


געבט נישט אויף, מיט תפילה והתבודדות קומט מען אן צו די שענסטע און העכסטע מדריגה.

#5434 - אייבערשטער האב אויף מיר רחמנות, מאך מיך פרייליך, מאך מיך לעבעדיג
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין חבר ... שרייבט מיר אז עס גייט אריבער אויף דיר שווערע טעג, ביסט אריין אין א קטנות הדעת וכו'.


טייערער ליבער ברודער, שריי און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם מיך ארויס פון מיין קטנות הדעת, אייבערשטער האב אויף מיר רחמנות, מאך מיך פרייליך, מאך מיך לעבעדיג, פריש מיך אויף, וועק מיך אויף".


ברודער, מיך מוטשעט מען אויך. רבי נתן שרייבט פאר זיין זון: "מען מוטשעט איטליכן, מיך אויך"; איך טו דאס, איך גיי נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, איך שריי די ווערטער הנ"ל.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#5433 - כי טוב ה', ווייל דער אייבערשטער איז גוט
תודה והודאה, קבלה טובה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


מזל טוב פאר ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א בנין עדי עד, און איר זאלט זוכה זיין צו דורות ערליכע אידן.


לכבוד די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט מיט ענק געמאכט וואלט געפאסט זיך פארצונעמען א גוטע זאך, א קבלה טובה; טראכטס אינאיינעם וואס וואלט געווען א גוטע זאך זיך פארצונעמען.


איך מיש זיך נישט ביי אנדערע, און זיכער נישט ווען מען פרעגט מיך נישט, אבער אויב איר ווילט וויסן וואס איך האב פארצולייגן; איך טראכט די בעסטע קבלה פאר ענק איז זיך פארנעמען, אז ביידע פון ענק זאלן יעדן טאג זאגן קאפיטל ק', "מזמור לתודה", און די לעצטע פסוק זאלט איר זאגן אויך אין אייער שפראך, אין אידיש: "'כי טוב ה', ווייל דער אייבערשטער איז גוט, 'לעולם חסדו', גוטס וואס בלייבט אויף אייביג, נישט אויף צייטווייליג, 'ועד דור ודור', און אויף אלע דורות, 'אמונתו', איז זיין באגלייבטקייט, דער אייבערשטער איז גוט".


א ליכטיגן חנוכה.

#5432 - דער אייבערשטער איז יא אונזער "פודינו ומצילנו"
אמונה, הפצה, בלעטל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע ריינע מאגאזין "קרית ברסלב בלעטל" וואס דו געבסט ארויס מדי שבוע בשבוע, ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין שום ליין מאטריאל, נאר די קרית ברסלב בלעטל, דאס ליינען מיר; עס איז אנגעפילט מיט אמונה, תפילה, ליצנותא דעבודה זרה און מיט חיזוק און שכל פון רבי'ן בנוסח היכל הקודש, ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך וויל באמערקן א קליינע באמערקונג, פאריגע וואך, פרשת ויצא איז געווען אינעם בלעטל צוויי ווערטער, וואס איך בין זיכער אז דער שרייבער ווייסט נישט אז די ווערטער שרייבט מען נישט, עס איז דא אן אויסדרוק: "עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו"; די ווערטער זאגן מיר צום אייבערשטן, דער אייבערשטער איז אונזער אויסלייזער און אונזער העלפער, איז אזוי ווי ער וועט זיך נישט דערוואגן צו שרייבן "עס וועט דיר נישט העלפן גיין צום אייבערשטן" – טאר מען די ווערטער אויך נישט זאגן.


שמעתי אז דער אויסדרוק קומט פון מינים ואפיקורסים.


חזק ואמץ מיט די הייליגע ארבעט, מגלה זיין ומפרסם זיין פאר אלעמען דעם רבינ'ס עצות, די אמונה, די עצה פון התבודדות.


א גוט שבת.

#5431 - ווי מער מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן ווערט מען מער גליקליך
תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער טייערע קינדער, אייער איידעם איז א גאר חשוב'ער אינגערמאן, און אייערע בחורים זענען זייער ליכטיג; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער, טרעפן גוטע שידוכים און מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט און מען לויבט אים ווערט מען מער גליקליך, מען הויבט אן שפירן טעם גן עדן אויף די וועלט.


כתיבה וחתימה טובה.

#5430 - רעדן דריי מינוט צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, וידוי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעדן אינדערפרי איידער איר הויבט אן די שטוב ארבעט זאלט איר באשטומען א צייט פון דריי מינוט פאר התבודדות. נעמט א זייגער, לייגט עס אויפן טיש אין פארנט פון אייך, און רעדט פאר דריי מינוט צום אייבערשטן.


צעטיילט די דריי מינוט אויף דריי; די ערשטע מינוט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און מיט אייער מאן און קינדער; די צווייטע מינוט זאלט איר אים איבערבעטן אויף אלעס וואס מען טוט נישט וואס מען דארף; אין די דריטע מינוט זאלט איר אים בעטן אז די טאג זאל זיין גוט און שיין, אן קיין צער, אן קיין מחלוקת.


מיר בעטן סוכות: "'הושענא', העלף מיר, 'שלש שעות', איך זאל קענען רעדן צו דיר צעטיילט אין דריי מינוט"; ווייל ווער עס טוט אזוי, ער איז זיך מתבודד, ער דאנקט, ער איז זיך מתוודה און ער בעט אויף ווייטער – דער לעבט א 'גן עדן' לעבן.


א גריס פון אייער מאן, ווען איך זע אים – האב איך נחת.

#5429 - מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט, אפילו בעפאר עס קומט זיך אים
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, תשובה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יט, יח): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", ווייל עס איז דא א האפענונג ער זאל בעסער ווערן, "וְאֶל הֲמִיתוֹ", און אים שלאגן מכת רצח – "אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", זאלסטו נישט טון.


מען קען זאגן נאך א פשט, שלמה המלך לערנט אונז ווי אזוי צו זאגן מוסר. "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג מוסר דיין קינד, זאג אים: "יֵשׁ תִּקְוָה", דו האסט נאך א האפענונג; ווייל דאס איז דער עיקר שוועריקייט פאר קינדער און אויך פאר ערוואקסענע, ווען זיי טראכטן פון צוריק קומען צום אייבערשטן טראכטן זיי 'איך בין שוין סיי ווי דערנאך', 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; דאס איז די סיבה פארוואס מען קען זיך נישט נעמען תשובה טון. אויך זענען דא פעלער וואס עלטערן און מחנכים זאגן גיפטיג רייד, זיי זאגן "פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט אויסוואקסן א גארנישט".


דאס זאגט אונז דער פסוק, "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג אים: "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", עס איז דא א וועג ארויס פונעם פראבלעם, "וְאֶל הֲמִיתוֹ אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", צו רעדן ווערטער וואס הרג'עט, ווערטער פון מוסר וואס צעברעכט – זאלסטו נישט אויפהייבן דיין ווילן, והבן למעשה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, בוי אויף די רצונות פון די קינדער, געב יעדן איינעם גוטע ווערטער. מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט נאך פאר עס קומט אים, מען קען אויסבארגן, ווייל ביי דיני נפשות גייט מען לחומרא, און איין גוט ווארט איז דיני נפשות ממש.

#5428 - לאך זיך אויס פון אלעס
שמחה, אמונה, התחזקות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


שלמה המלך זאגט (משלי יח, י): "מִגְדַּל עֹז שֵׁם ה'", ווי א שטארקער טורעם איז די נאמען פונעם אייבערשטן, "בּוֹ יָרוּץ צַדִּיק וְנִשְׂגָּב" אין אים לויפט דער צדיק און ער ווערט געשטארקט.


דאס איז די עצה וואו זיך צו באהאלטן ווען עס גייט אריבער שווערע ציפעדיגע טעג, נאר ביים אייבערשטן; זוכן א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און דארט זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן איז א שטארקע טורעם וואו מען קען זיך באהאלטן פון אלעם שלעכטס, און ווער לערנט אונז דאס? דער צדיק, "בּוֹ יָרוּץ צַדִּיק", דער צדיק זאגט: אנטלויף צום אייבערשטן, "וְנִשְׂגָּב", און אזוי וועסטו ווערן שטארק, ווייל עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל אזוי שטארקן מענטשן בגוף ובנפש ווי תפילה והתבודדות, מען באקומט א שטארקע מח, מען האט פון קיינעם קיין מורא נישט, והבן למעשה.


טייערער ברודער, לאך זיך אויס פון אלעס. דער הייליגער בעל בשם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, ביזט נישט ווערד קיין קרעכץ".

#5427 - תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט רפואות
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים, איר האט געענדיגט די פערטע מאל ספר תהילים; תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט רפואות.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר אים דאנקען אויף אלעס גוטס וואס ער מאכט מיט אייך.


יעדעס מאל איר ענדיגט ספר תהילים - זאלט איר מיר שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5426 - יישר כח פאר'ן אויסלערנען די הייליגע עברי מיט סבלנות און הארץ
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיין זון ... נרו יאיר; דו לערנסט אים מיט סבלנות און מיט הארץ צו קענען ליינען די הייליגע עברי.


דער אייבערשטער זאל דיך העלפן זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך און הצלחה אין דיין ארבעט.


א ליכטיגן חנוכה.





 


 





 

#5425 - יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיין זון
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיין זון ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת ביי דיינע קינדער, און הצלחה.


א ליכטיגן חנוכה.





 


 





 

#5424 - מיין זון קומט אהיים פול מיט יראת שמים, תמימות, און מעשיות פון צדיקים
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב אזויפיל נחת פון מיין ... נרו יאיר, ער קומט אהיים מלא וגדוש מיט יראת שמים, מיט תמימות, מיט מעשיות פון צדיקים; ער געבט איבער יעדע ווארט פון דיר, ער האט אזוי ליב צו גיין די יאר אין חדר.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן, בזכות די מי און פלאג וואס דו לייגסט אריין אין די קינדער זאלסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער און הצלחה מיט דיין הייליגע ארבעט.


א פרייליכן חנוכה.





 


 





 

#5423 - מען דארף נאר האבן א קלוגער מלמד צו זען אז דאס קינד איז טייער
מלמדים, הכרת הטוב, חדר

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו דאנקען פאר וואס דו טוסט מיט מיין טייערער זון ... נרו יאיר; ער האט אזוי ליב צו גיין אין חדר, ער האט אזוי ליב דעם מלמד. ער איז אזוי טייער, מען דארף נאר האבן דעם קלוגן מלמד זאל זען אז ער איז טייער, נישט אלע מלמדים האבן מיט אים מצליח געווען.


דעריבער דאנק איך דיר פאר דיין הארץ וואס דו לייגסט אריין אין אלע תלמידים, און בפרט אין אים.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט נחת ביי דיינע קינדער.





 


 





 

#5422 - מצליח זיין מיט די תלמידים, זיי מאכן פאר גרויסע צדיקים
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן לערנען מיט מיין זון ..., איך בין זייער צופרידן. איך בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען מצליח זיין מיט די תלמידים, זיי מאכן גרויסע צדיקים, תלמידי חכמים.


א פרייליכן חנוכה.





 


 





 

#5421 - יישר כח פארן לערנען מיט מיין זון
הכרת הטוב, דרך ארץ, חשק

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן לערנען מיט מיין זון ..., איך בין דיר זייער דאנקבאר.


איך בעט דיר זייער זאלסט פארלאנגען פון אים דרך ארץ, אויך זאלסטו נישט מורא האבן אים צו מוסר'ן און אריינלייגן אין אים וואס מער חשק צו לערנען.


א פרייליכן חנוכה.





 


 





 

#5420 - די שכר פון די נשים צדקניות וואס ליידן און שווייגן
שלום בית, אידישע שטוב, חן, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי וואס איר גייט אריבער; איך האב געליינט אייער געשריי, אייער געוויין, אייער טרערן, און איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט נישט אפלאזן, איר זאלט נישט אויפגעבן; איר האט געהאלטן אייער שטוב ביז אהער האלטס עס ווייטער.


איך בעט אייך זייער, יעצט ווען איר האט אנדעקט אמעריקע, איר האט געטראפן ביי אייער מאן נישט גוטע זאכן השם ישמרינו, איר זעט וואס ער קוקט, איר זעט זיינע נסיונות, איר זעט וואס פאר א מאן איר האט וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל פארגעסן ווערן ביי אייך און ער זאל צוריק באקומען חן אין אייערע אויגן, און פארשטייט זיך בעטן פאר אים ער זאל זיך קענען שטארקן אויף זיינע נסיונות.


עס איז נישטא די ווערטער צו באשרייבן די שכר פון די נשים צדקניות וואס ליידן און שווייגן, נישטא קיין טינט און פאפיר צו אנהויבן שרייבן וואס ווארט זיי אויבן אין הימל, בשעת זיי זענען אזוי צעריסן ווען זייער מאן איז שוואך און פאלט אין נסיונות וכו' - דאך צעברעכן זיי נישט זייער שטוב, זיי האלטן די שטוב מיט ציין און נעגל עס זאל נישט צעפאלן, זיי גייען אן מיט א שמייכל כאילו לא היה.


אייער מאן איז א גוטער, ער איז נישט שלעכט; ער האט נסיונות, און מיט תפילה און סבלנות, און מיט אייער חכמת נשים - וועט איר זוכה זיין צו ניסים גלויים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5419 - א לייברעריי אין חדר פאר די קינדער
מוסדות, הדרכות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; עס איז גוט צו מאכן א לייברעריי אין חדר פאר די קינדער, איינקויפן ביכלעך מעשיות פון צדיקים, אז די קינדער זאלן ליינען מעשיות פון די הייליגע חכמים און פון צדיקים.


אבער נאר בתנאי אז דו וועסט באקוקן יעדע ביכל וואס מען ברענגט אין חדר; עס מוז זיין אונטער די השגחה פונעם מנהל. יעדע ביכל דארף ווערן באשטעטיגט אויב מען קען דאס קויפן, עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין ביכלעך וואס זענען נישט ערליך.


בעט די מלמדים זאלן אריינלייגן א חיות אין דאווענען, די קינדער זאלן דאווענען אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אויפן קול און מיט פאטשן מיט א חיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5418 - מאך נישט קיין פרנסה מיט'ן זאגן ליגנט פאר די רעגירונג
הפצה, פרנסה, ארץ ישראל, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט די זאכן בשום פנים ואופן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט): "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ לֹא חִגֵּר, וְלֹא סוּמָא, וְלֹא פִסֵּחַ, וְעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאַחַד מֵהֶם, אֵינוֹ מֵת מִן הַזִּקְנָה עַד שֶׁיִּהְיֶה כְּאֶחָד מֵהֶם", ווער עס מאכט זיך ווי ער איז קראנק כדאי צו נעמען געלט וכו' - וועט טאקע ווערן קראנק, ווער רעדט נאך אז מען פארטשעפעט זיך מיט די רעגירונג, מען זאגט זיי ליגנט; זאלסטו דאס נישט טון.


ברסלב'ער חסידים האבן א גרינגע פרנסה; אז מען טוט די ווילן פון רבי'ן, מען איז עוסק אין אנטרינקען ביימער (עיין סיפורי מעשיות, מעשה ג; חיי מוהר"ן, סימן תקמג, ועוד), מען פארשפרייט די הייליגע ספרים פון רבי'ן - האט מען שיין פרנסה, ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות דעם צדיק האבן די תלמידים פרנסה.


געב נישט איין די ליגנט אז דו ביסט משוגע כדי דו זאלסט באקומען געלט פון די רעגירונג; אז דו ווילסט פרנסה - נעם א זעקל ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' וכו' - און גיי מזכה זיין נשמות ישראל, וועסטו האבן גרויס שפע.


אפילו אין אמעריקע וואו די הפצה איז מצומצם, מען קען נאר גיין צווישן אידן - זענען די מפיצים די עשירים; א מפיץ מאכט אין איין שעה וואס א אינגערמאן ארבעט ביטער שווער א גאנצן טאג, אן קיין גוזמא; כל שכן אין ארץ ישראל וואס דו האסט מיליאנען אידן וואס מען האט זיי נעבעך אויסגע'שמד'ט, מיליאנען אידן וואס זענען נעבעך ווייט פון די תורה, קען מען זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5417 - אסאך ווארעמקייט, אסאך גוטע ווערטער, פאר יעדן קינד
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף געבן אסאך אויפמערקזאמקייט פאר די קינדער; זיכער ווען די קינדער בעטן עס, זיי בעטן: "מאמע געב מיר ליבשאפט"  - דארף מען זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט.


בפרט היינטיגע טעג וואס עס בלאזן ווינטן וואס קינדער פון גוטע שטיבער פאלן לא עלינו אוועק - דארף מען געבן אסאך ווארעמקייט פאר יעדן קינד, אסאך גוטע ווערטער.


ווער רעדט נאך, די עלטערן וואס דער אייבערשטער האט זיי מזכה געווען צו טון מיט נשמות ישראל, זיי געבן אוועק זייער לעבן פאר העלפן אנדערע - די מוזן נאך מער אכטונג געבן עס זאל נישט זיין אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער.


מיר האבן געהאט א תלמידה אין בית פיגא (זי האט שוין חתונה געהאט) וואס האט מיר געשריבן א בריוו אלס קינד מיט די ווערטער: "ווען איך גיי חתונה האבן, וועל איך קיינמאל נישט טון חסד מיט אנדערע, איך וועל זיין א ווארעמע מאמע פאר מיינע קינדער"; וואס איז געווען די מעשה? איר מאמע איז א גרויסע בעלת חסד, זי טוט חסד טאג און נאכט, אבער עס איז אויף די חשבון פון די קינדער; די מיידל איז געווען גאר יונג ווען זי האט געשריבן די ווערטער.


דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו העלפן נשמות ישראל, דארפט איר אבער לייגן אייערע קינדער די ערשטע; זיי מחזק זיין און זיי געבן אייער צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5416 - דער עיקר זאל מען בעטן אויף שמחה
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב געהערט פון די מנהלת זייער גוטע גריסן אויף אייך, אז איר זענט א גוט קינד, איר לערנט גוט און איר האט גוטע מידות.


איך וועל שרייבן פאר אייערע עלטערן די שיינע גריסן, איך בין זיכער זיי וועלן זייער פרייליך זיין צו הערן די שיינע גריסן.


מוהרא"ש זאגט, דער עיקר זאל מען בעטן אויף שמחה; זאלט איר יעדן טאג בעטן די תפילה: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט מיר אליין, איך זאל אלץ זיין פאזעטיוו"; עס איז א מחי' אז מען רעדט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5415 - א גבאי דארף וויסן ווען צו זאגן, פאר וועם צו זאגן, און ווי אזוי צו זאגן
הדרכות, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, היות עס זענען דא אינגעלייט וואס קומען צומאל ביינאכט צום גמרא שיעור און זיי ברענגען מיט זייער קליין קינד, דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג.


ריכטיג איז צו קומען אין שול לערנען און דאווענען, א שול איז נישט געמאכט פאר בעבי-סיטינג, א שול איז פאר תורה ותפילה.


יעדע זאך האט אבער א כלל און א יוצא מן הכלל, דאס איז די שווערע ארבעט פון זיין א גבאי, צו וויסן ווען זאגט מען, פאר וועם זאגט מען און ווי אזוי זאגט מען. אזוי ווי דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו טייטשט (הובא בספר ליקוטי חבר בן חיים, חלק א), חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כיון שנצטרך אדם לבריות", אז דאס מיינט מען נישט א מענטש וואס דארף צוקומען צו אנדערע, נאר דאס מיינט מען א רב אדער א גבאי, וואס מענטשן דארפן צוקומען צו אים, "פניו משתנה ככרום", זאגט מען אים, 'דו דארפסט האבן אפאר ערליי פנים'ער', א פנים וואס טוישט זיך, "שיודע להלך נגד רוחו של כל אחד ואחד", ער דארף וויסן ווי זיך אום צו גיין מיט יעדן איינעם; איינעם ווייזט מען א ווייכע פנים, איינעם מער א שטרענגע וכו'.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין ליבשאפט אין ענקער ד' אמות; יא קליינע קינדער, נישט קליינע קינדער - נישט אין דעם ליגט די הצלחה פון דער שול, די הצלחה ליגט אין די ליבשאפט; ווייל ווען אלע מתפללים וועלן זיך שטארק ליב האבן - וועט שיינען אויף ענק די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5414 - דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען ביים אנהויבן שרייבן
חנוכה, אמונה, הלכה, שרייבן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב געהערט די הודעה.


מען דארף אויסלערנען די תלמידות, יעדע מאל מען הויבט אן שרייבן זאל מען אנהייבן מיטן דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען, ווי צום ביישפיל בס"ד אדער ב"ה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די מקור קומט פון די הייליגע חשמונאים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה, יח:) די יוונים האבן גוזר געווען מען זאל נישט מזכיר זיין שם שמים, "וכשגברה מלכות חשמונאי ונצחום", און ווען די הייליגע חשמונאים האבן געווינען די מלחמה, "התקינו שיהו מזכירין שם שמים אפילו בשטרות", האבן זיי מתקן געווען מען זאל דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען נישט נאר ביים רעדן נאר אויך ביים שרייבן; מען לערנט אויס די קינדער, יעדע מאל מען הויבט אן שרייבן, שרייבט מען: בס"ד - די ראשי תיבות פון בסייעתא דשמיא, ב"ה - די ראשי תיבות פון ברוך השם, לה"ו - די ראשי תיבות פון לה' הארץ ומלואה, אדער: בעהי"ת בעזרת השם יתברך.


איך פריי זיך זייער אז מען לערנט הלכה, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער זאגט (ספר ויואל משה מאמר לשון קודש, אות לב; מט) מען זאל לערנען מיט פרויען און מיידלעך הלכות שבת, הלכות ברכות, וכדומה.


דער עיקר דארף מען אריינלייגן כוחות אין הלכה למעשה, ווייל אז מען וועט לערנען נאר די כללים, צום ביישפיל ביי הלכות בישול - אז מען וועט לערנען די הלכות פון כלי ראשון כלי שני, עירוי, לח, יבש - אן עס ארויסברענגען אויף אקטועל - וועלן די מיידלעך גארנישט וויסן; די ריכטיגע צוגאנג איז, נאכן ענדיגן הלכות בישול - אויסלערנען אויף למעשה; ווי אזוי מאכט מען שבת א קאווע? מעג מען שבת מאכן טיי? ווען לייגט מען די לאקשן שבת, אין די זופ? אדער אין טעלער איידער מען לייגט די זופ? מעג מען לייגן זאלץ אינעם טאפ נאכן איר אראפנעמען פון פייער? און וואס טוט זיך אין טעלער? דאס איז די ריכטיגע וועג צו לערנען.


אזוי אויך ווען מען לערנט הלכות יחוד שטעלט מען אין אנהויב אוועק די כללים, אבער מען מוז עס ענדיגן מיט אלע פרטים און פרטי פרטים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו זיין אפגעהיטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5413 - די גרויסקייט פון זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', טברי'


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר האט געענדיגט די זעכצנסטע מאל תהילים; עס איז א שיינע זאך צו הערן אז א קינד פון אכט יאר האט די פארשטאנד וואס עלטערע האבן נישט, פון דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים.


זייט שטארק, זאגט יעדן טאג אביסל תהילים. אויך זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אין אייער שפראך, אין אידיש; בעטס דעם אייבערשטן וואס איר דארפט, אויך זאלט איר בעטן פאר אמונה און פאר שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5412 - אז מען בא'גנב'ט א צווייטן, ווערט מען בא'גנב'ט
גניבה, מדות טובות, התבודדות, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט אז דער ספר האט אים געמאכט פאר א איד. ווען דו לערנסט די ספרים זאלסטו זיך מתבודד זיין; בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע מידה, ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו דעם.


דו פרעגסט וואס איז פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן י): "מִי שֶׁמְּעָרֵב מַשְׁקָיו בְּמַיִם, גַּנָּבִים בָּאִים עָלָיו", ווער עס מישט אריין וואסער אין טרינקען - וועלן קומען צו אים גנבים.


דער רבי רעדט פון איינער וואס טוט גניבות, ער פארקויפט מילך אדער וויין און ער מישט אריין וואסער, ער טוט גנב'ענען פון אנדערע, איז מידה כנגד מידה - וועלן קומען צו אים אויך גנבים און גנב'נען פון אים, אבער פאר זיך מעג מען אויסמישן טרינקען מיט וואסער; דער רבי רעדט פון פארקויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.