בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5461 - מאך א שיעור צו לערנען מיט דיין זון יעדן טאג פאר עטליכע מינוט
לימוד התורה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בעט דיין זון ... נרו יאיר צו לערנען מיט דיר יעדן טאג פאר צען מינוט, לערן מיט אים עין יעקב אדער קיצור שלחן ערוך.


אז מען האט א שיעור אין לערנען תורה יעדן טאג – זעט מען ניסים און ישועות אין יעדע פלאץ; אין פרנסה, אין שלום בית, אין יראת שמים, אין אלעס.


מען דארף נישט מאכן לאנגע שיעורים, צען מינוט א טאג מיט א קביעות וועט מאכן וואונדער.


זיי מקפיד אויף שחרית, מנחה, מעריב מיט מנין – וועסטו זען גרויסע ניסים אין לעבן.


 

#5460 - אן א מורה דרך איז נישט גוט, מען קומט אן אין א טיפע גרוב
מורה דרך

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א מענטש מוז האבן א מורה דרך וועמען ער פרעגט יעדע פרט פון לעבן, אן א מורה דרך איז נישט גוט, מען קומט אן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


ווער דער מורה דרך זאל זיין – דאס קענסטו זיך אליינס אויסוועלן, בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן אן ערליכער איד וואס זאל דיך פירן אויף די גוטע וועג.


אז דו ביסט נישט באקוועם צו פרעגן דיין ראש ישיבה וכו', האסט א שרעק וכו', און דו שעמסט זיך וכו' – זאלסטו נעמען א צווייטן, זוך איינעם ווער עס זאל דיך מדריך זיין, פארלאז זיך נישט אויף דיין אייגענע שכל, מען קען פארקריכן אז מען גייט נאך די אייגענע שכל.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך פירן אויפן אמת.


 

#5459 - מזל טוב פאר די שידוך שליסן פון דיין טאכטער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


מזל טוב פאר די שידוך שליסן פון דיין טאכטער, האסט זוכה געווען צו באקומען אן איידעם א ירא שמים ובעל מידות טובות, ער איז א מלמד ביי אונז אין חדר אין בני ברק, ער איז גאר א טייערער בחור; איך פריי זיך אז איך האב געקענט האבן א חלק אינעם שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן תלמידי חכמים וואס זענען דבוק צו צדיקים און לעבן מיטן אייבערשטן.

#5458 - וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא
סקול, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך הער זייער גוטע גריסן פון די מנהלת אז איר טוט אייער ארבעט זייער געטריי מיט גרויס אחריות; איר זענט זייער געטרייע אין סקול מיט די בעבי-סיטינג, איר געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די קינדער מיטן גאנצן הארץ.


וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5457 - הכנסת אורחים דארף מען אכטונג געבן צו טון אויפ'ן ריכטיגן וועג
קאמפלימענטס, שלום בית, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האף דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם, מיט תורה, תפילה און התבודדות.


בנוגע די גאסט וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען מאכט די מצוה פון הכנסת אורחים - דאס צו טון ריכטיג. רבי נתן האט דערציילט פארן רבי'ן, ער האט אהיים געברענגט צו די שבת סעודה א גאסט, און זיין זון האט נישט געוואלט קומען צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך, "האב איך אים געגעבן א פאטש"; האט דער רבי אים געזאגט צוויי וויכטיגע זאכן: "פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין לערנען, נישט סתם אורחי פורחי, ווידער 'א קינד שלאגט מען?!'" זעט מען צוויי זאכן, ערשטנס וועלכע סארט געסט אהיים צו ברענגען, און צווייטנס - נישט שלאגן קיין קינדער.


ווער וואס שנעלער פטור פון די מיידל; נעם נישט אריין אין שטוב קיין מיידלעך, זוך זיך נישט קיין פראבלעמען, זי איז א קראנקע; אז זי זאגט די דייטשע וועלף זענען געווען גערעכט פארן פארברענען זעקס מיליאן אידישע קינדער, אזא איינער זאלסטו נישט האלטן אין שטוב. בכלל איז נישט כדאי פאר א יונגע פארפאלק צו ברענגען געסט צו שלאפן.


מאך פרייליך דיין ווייב, רעד צו איר שיין, געב איר גוטע ווערטער, שפאר נישט קיין גוטע ווערטער, העלף איר מיט די שטוב ווירטשאפט - וועסטו האבן גרויס הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5456 - אן דרך ארץ, איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית המדרש, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי האסטו גוט געטון אז דו האסט שטיל געמאכט די אינגעלייט אין שול ביים שיעור, און איך וויל דיך בעטן אויף ווייטער, אויב דו זעסט ביי די ליל שישי שיעור וואס מען האלט מיט ביי ענק דורך א לייוו הוק-אפ, אז מען שמועסט - זאלסטו בעטן די וואס שמועסן אז זיי זאלן ארויסגיין שמועסן אינדרויסן. אז מען שמועסט ביים שיעור וויל איך נישט מען זאל זיך צוזאמנעמען מיטהאלטן דעם שיעור, ווייל "דרך ארץ קדמה לתורה"; אדער זיצט מען מיט דרך ארץ, אז נישט - זיי מבטל דעם ליל שישי שיעור ביי ענק, און ווער עס וויל מיטהאלטן - זאל פריוואט אין שטוב מיטהאלטן אויפן טעלעפאן.


אזוי אויך אין שטוב זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט, אדער א מאמע רעדט - דארף מען זיין שטיל. שבת ביי די סעודה ווען דו הויבסט אן רעדן - זאלסטו דערמאנען נאכאמאל און נאכאמאל די ווערטער: "ווען א טאטע רעדט - טאר מען נישט רעדן", "ווען א מאמע רעדט - טאר מען נישט רעדן".


אזוי אויך זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער נישט צו רעדן אין קלאס, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5455 - די בחורים זאלן גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


פארלאנג פון אלע בחורים צו גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל; מוהרא"ש האט מיר געשריבן יארן צוריק איך זאל זען ביים דאווענען זאלן די בחורים גיין אנגעטון מיט דרך ארץ.


לערן אויס די בחורים זאלן זיך אויפפירן איידל מיט דרך ארץ. מען דארף רעדן און רעדן און רעדן, דאס טו איך שוין זיבעצן יאר אן אויפהער; אמאל גייט מען מער שטרענג, אבער בעיקר דארף מען גיין מיט אסאך ליבשאפט.


אז דו וועסט ליב האבן די תלמידים וועלן זיי אננעמען דיינע רייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5454 - איינמאל איר וועט זיין פרייליך, וועט איר שוין האבן אלעס
צניעות, שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך הער זייער גוטע גריסן, די קינדער האבן זייער הנאה פון אייך, אויך די מנהלת תחי' רעדט זייער שיין פון אייך.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף איין זאך, אויף שמחה; ווייל איינמאל איר וועט זיין פרייליך - וועט איר שוין האבן אלעס. בעטס אויף שמחה, און גייט שיין אנגעטון, איידל און באשיידן; ווארפט אוועק די פריצות'דיגע קליידער.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער טייערער מאן און פאר אייערע טייערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5453 - ווען א מאמע שרייט, בלייבט מען שטיל
כיבוד אב ואם, בזיונות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מאמע שרייט - בלייבט מען שטיל; אפילו מען האט וואס צו ענטפערן און מען האלט מען איז גערעכט - טאר מען נישט ענטפערן.


כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא, עס איז אזוי גרויס אז די תורה גלייכט צו מכבד זיין עלטערן - צו מכבד זיין דעם אייבערשטן (מכילתא פרשת יתרו, פרשה ח); דער אייבערשטער זאגט: "מען דארף מורא האבן פון מיר און מיך מכבד זיין", אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער, "דארף מען מורא האבן פון די עלטערן און זיי מכבד זיין".


נאך זאגן די הייליגע חכמים (תנא דבי אליהו רבא, פרק כו) "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינ'ס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן".


ווען מען באקומט א בזיון און מען שווייגט אפ, מען ענפערט נישט - איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגה, צו 'כתר'; ענטפער נישט ווען דו באקומסט א בזיון, און אודאי און אודאי ווען דיינע עלטערן זאגן דיר אריין אדער שרייען דיך אן - זאלסטו פארמאכן די ליפן, פארמאכן די מויל; שטיין מיט דרך ארץ אויסהערן וואס זיי זאגן און נישט ענטפערן.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיין ווייטאג, דערצייל אים די גאנצע פרשה דיינע, אז דיינע עלטערן האבן זיך גע'גט און אלעס וואס גייט אריבער; גלייב מיר, דו וועסט זיך אזוי גוט שפירן, א ליכטיגקייט וועט דיך ארומנעמען, דו וועסט שפירן אביסל פון די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5452 - לאזט נישט אריין ביי אייך אין שטוב אנדערע קאפלס
צניעות, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט נישט מיט פרעמדע מענער, דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן, א וואוילער מאן, א ירא שמים; מיט אים רעדט און מיט אים פארברענגט. עס איז זייער עקלדיג אז א פרוי רעדט, שמועסט און לאכט מיט א פרעמדער מאן, און דער סוף קען זיין גאר ביטער.


לאזט נישט אריין ביי אייך אין שטוב אנדערע קאפלס, און אז אייער מאן קען נישט זאגן ניין – זאלט איר זיין דער שטארקער וואס זאגט ניין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5451 - א טאטע מאמע טיילט מען נישט איין וואס צו טון
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר, איך טראכט פון דיר און איך האף אז אלעס איז גוט ביי דיר.


א טאטע מאמע טיילט מען נישט איין וואס צו טון; אפילו די געשוויסטער זאגן מען מוז טון אזוי, און מען מוז זיי איינטיילן.


אז דיינע געשוויסטער זאגן דיר זאלסט נישט אריינלאזן די מאמע וכו' - זאלסטו זיי נישט אויסהערן, און ווען זי וויל קומען - זאלסטו איר אויפנעמען מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5450 - נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועגן אפאר קעסטלעך ציינער
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו מאכסט נישט ווייטער וועכנטליך די עצתו אמונה פאר קינדער, אז מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה מיט יראת שמים וועט זיי דאס העלפן זייער גאנצע לעבן; לייג די עצתו אמונה פאר קינדער פאר דיין ערשטע זאך, דאס איז וויכטיגער ווי עצתו אמונה פאר עלטערע; לאז נישט אויס קיין איין וואך עצתו אמונה פאר קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה א זון פון רבי נחמן זכרונו לברכה פון שטאט טולטשין פלעגט שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, זיינע ליפן פלעגן שעפשען א גאנצן צייט תפילות און בקשות.


האט אמאל פאסירט אז דער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה אין געגאנגען אין גארטן מיט איינע פון זיינע תלמידים, און ווי זיין שטייגער איז, וואו ער גייט און וואו ער שטייט רעדט ער צום אייבערשטן. רבי אברהם זעצט זיך אוועק, ער פארמאכט זיינע אויגן און הויבט אן זאגן: "הייליגער באשעפער איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר רעדן צו דיר, איך וויל נאר זען דיך שטענדיג פאר מיר"; רבי אברהם פארגעסט וואו ער געפינט זיך, ער הויבט אויף זיינע הענט צום הימל מיט אזא בענקעניש, דער תלמיד זעט ווי זיין רבי איז זיך מתבודד, גייט ער אין די זייט און ער איז זיך אויך מתבודד.


דארט אין גארטן שפאצירן אויך גוים, ווען זיי זעען דעם צדיק רבי אברהם ווי ער שמועסט מיטן אייבערשטן מיינען זיי אז דער מענטש איז א משוגע'נער וואס רעדט צו זיך אליין, זיי ווייסן נישט פון די זאך פון רעדן צום אייבערשטן. זיי שטעלן זיך אוועק, זיי לאכן, זיי שפעטן פון צדיק, "האא, האא, האא, אזוי אינטערעסאנט, קוק ווי ער רעדט צו זיך אליינס..."


דער תלמיד זעט ווי מענטשן לאכן און שפעטן פון זיין רבי, ער גייט צו צום צדיק און זאגט: "אוי וויי, מען לאכט פון רבי'ן"; דער צדיק עפנט די אויגן און זעט ווי אלע לאכן, און זאגט: "איך וועל נישט אוועקגעבן מיין עולם הבא פאר א קעסטל ציינער"; ער געבט צו פארשטיין פאר זיין תלמיד: "וואס פאסירט ווען מענטשן לאכן און שפעטן? גארנישט, איין זאך פאסירט, זיי ווייזן מיר זייערע ציינער, וועל איך נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועגן אפאר קעסטלעך ציינער"; דער צדיק פארמאכט זיינע אויגן און רעדט ווייטער צום אייבערשטן.


טייערע קינדער, ווען מען הויבט אן זיך פירן ערליך זענען דא אנדערע וואס לאכן און שפעטן, דארף מען געדענקען פון דעם צדיק רבי אברהם, נישט קוקן אויף די וואס לאכן און שפעטן, נישט אוועק גיין פון אייבערשטן וועגן א קעסטל ציינער.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א איד זיצט אין א גארטן מיט די הענט צום הימל און עס שטייען אין די זייט גויים וואס לאכן פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5449 - מיט א ווייב רעדט מען און מען שמועסט אויס
שלאפן, חינוך הילדים, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס וועט אריבערגיין. אזוי גייט עס ביי א טייל קינדער, זיי קומען אינמיטן די נאכט אין די מאמע'ס בעט, און מיט די צייט גייט עס אוועק.


שטארק זיך בלימוד התורה הקדושה, אויך זאלסטו שמועסן אין שטוב מיט דיין ווייב. מען דארף רעדן מיט די ווייב, אזוי קען מען דאווענען און לערנען, טון רצון השם. מיר געפינען ביי יעקב אבינו, ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט (בראשית לא, ג): "שׁוּב אֶל אֶרֶץ אֲבוֹתֶיךָ וּלְמוֹלַדְתֶּךָ וְאֶהְיֶה עִמָּךְ", גיי אוועק פון לבן, גיי צוריק צו די לאנד פון דיינע עלטערן, האט יעקב גערופן זיינע ווייבער און געשמועסט מיט זיי, אזוי ווי עס שטייט (שם, ד): "וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב וַיִּקְרָא לְרָחֵל וּלְלֵאָה הַשָּׂדֶה אֶל צֹאנוֹ", יעקב האט גערופן זיינע ווייבער אין פעלד און גערעדט מיט זיי; לכאורה, וואס איז דא צו רעדן? מען טוט וואס דער אייבערשטער הייסט; יעקב וואלט ווען געקענט זאגן "מען גייט" און שוין, אן רעדן, אן שמועסן; נאר די תורה לערנט אונז די וועג ווי צו טון וואס דער אייבערשטער הייסט, מיט א ווייב רעדט מען און מען שמועסט אויס, און אזוי קען מען טון וואס דער אייבערשטער הייסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5448 - אין די צייט וואס די עסן קאכט, קען מען צוזאמנעמען די שטוב
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע וואס איז מער וויכטיג, צושטעלן א ווארעמע נאכטמאל פארן מאן, אדער צוזאמנעמען די שפילצייג; אודאי איז וויכטיגער א ווארעמע מאלצייט, ווייל צוזאמנעמען די שפילצייג קען מען שפעטער אינאיינעם.


עס פעלט נישט אויס קיין קאמפליצירטע מאלצייט; מאכט פשוט'ע עסן, ווארעמע עסן; אזוי וועט איר האבן צייט צו טון ביידע אינאיינעם, סיי צוגרייטן עסן, און אין די צייט וואס די עסן קאכט - קען מען צוזאמנעמען די שטוב.


אויף די פראגע וועגן ערמל; די ערמל דארפן צודעקן די הענט ביזן ביין, מען רעדט נישט פונעם ביין ביים עלנבויגן, מען רעדט די ביין ביי די ענדע האנט, די אנדערע זייט פונעם עלנבויגן.


בנוגע אויב מען מעג בעטן מען זאל האבן פריער פאר די צייט וכו'; די ריכטיגע זאך איז בעטן עס זאל זיין געזונט, בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5447 - נעם זיך מיט א זעקל ספרים, וועלן דיינע אויגן בלייבן אפגעהיטן
לימוד התורה, שמירת עינים, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז - זאלסט מיטנעמען א משניות, א גמרא - און זיין פארנומען מיט גורס זיין פרקים משניות און בלעטער גמרא, אזוי וועסטו זיך קענען היטן די אויגן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:): "תלמידי חכמים שמהלכים בדרך ואין ביניהן דברי תורה ראויין לישרף", אז מען גייט אונטערוועגנס אן לערנען תורה - איז מען אין א סכנה פון ווערן פארברענט, אז מען היט נישט די אויגן אונטערוועגנס - ווערן די אויגן פארברענט, אבער מיט תורה ווערט מען נישט פארברענט. "למיגרס", זאגן תורה אויפן וועג - היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


נעם זיך מיט א זעקל ספרים; א חומש, משניות, גמרא, תהילים ועוד - וועסטו צוריק קומען בשלום אן קיין איין שלעכטע קוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5446 - וואס מען טוט פאר הדפסה און הפצה, איז א תיקון אויף אלעס
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר, עס זאל קומען די אלע זכותים דיינע וואס דו טוסט פאר הדפסה, די גליונות און די קונטרסים וכו' וכו', און אויך וואס דיין ווייב טוט פאר הדפסה, ליכטיג מאכן אידישע הערצער, פרייליך מאכן אידישע שטיבער.


וואס מען טוט פאר הדפסה, הפצה – איז א תיקון פאר אלעס וואס מען דארף מתקן זיין.


זאלסט האבן א כתיבה וחתימה טובה.

#5445 - וויפיל שעה א טאג ליידסטו אינדערהיים?
שלום בית, התחזקות, הפצה, סבלנות, בזיונות, חלישות הדעת, שכל, גט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צו א גדול בישראל אז ער וויל זיך גט'ן, ער ליידט פון זיין ווייב, ער וויל נישט מער ליידן; האט אים דער גדול געזאגט: "איך וויל זאלסט מיר ברענגען א פינקטליכער באריכט פון דיין סדר היום, וויפיל דו שלאפסט, וויפיל דו ארבעטסט, וויפיל דו לערנסט, ווי לאנג עס נעמט דיר צו עסן, און אפילו ווי לאנג דו זיצט אין בית הכסא; שרייב מיר אראפ אלעס פינקטליך". דער איד איז צוריק געקומען מיט א פינקטליכער באריכט אפגעשריבן, פרעגט אים דער גדול: "ווען דו שלאפסט ליידסטו פון דיין ווייב?" זאגט ער: "ווען איך שלאף - שלאף איך, איך לייד נישט", זאגט דער גדול: "האסטו שוין אכט שעה פונעם טאג וואס דו ליידסט נישט, נאכדעם ווען דו ארבעטסט רוב טאג ליידסטו פון איר? אויך נישט, דו ביסט דאך ביי די ארבעט, נאכדעם די איבריגע צייט וואס דו דאווענסט און דו לערנסט דיינע שיעורים - האסטו אויך נישט מיט איר, און אזוי ווייטער; קומט אויס א שעה א האלב אדער ווייניגער האסטו מיט איר, איז דער צרה נישט אזוי גרויס, איז וואס לוינט דיר זיך צו גט'ן? זיין פארוואגלט, נישט האבן קיין בעט, נישט קיין דירה און ליידן א גאנצן טאג צוליב די ביסל צייט?" ודברי פי חכם חן.


איך האב געהערט אן עצה פון א צדיק פון ברסלב אז דורך הפצה האט מען שלום בית. ווייל יעדן איינעם איז באשערט בזיונות און חלישות הדעת; אדער גייט מען הפצה און מען נעמט די חלישות הדעת ביי די הייזער, און מען כאפט די בזיונות אין שול ביי הפצה - האט מען שוין באקומען דאס באשערטע; וועט די ווייב אפווארטן מיט א שמייכל, און אז מען האט נאכנישט געהאט די חלישות הדעת - קומט מען אהיים און דעמאלט הייבט זיך אלעס אן.


זאלסטו יעדן טאג עוסק זיין אין הפצה, וועט דיר זיין גרינגער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#5444 - גיי נאך געלט און ברענג עס אין אפיס פון די מוסד צו צאלן מלמדים
חנוכה, אמונה, צדקה, מוסדות, קעמפ, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי נאך געלט און ברענג עס אין אפיס פון די מוסד, עס איז מיר זייער שווער אז שוין אפאר וואכן צאלן מיר נישט די איינגעשטעלטע, די אפיס זאגט אז איך בין שולדיג פארן געבן כמעט בחינם קעמפ פאר די קינדער. דאס ווייס איך אז איך בין שולדיג, איך דארף תשובה טון, איך דארף צוריק גיין צום אייבערשטן און זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם. אויב דו קענסט גיין נאך געלט און דאס ברענגען אין אפיס אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים - וועסטו האבן א גרויסע זכות.


מענטשן מיינען אז צדקה וואס מען געבט פריוואט איז א גרעסערע צדקה ווי געבן פאר די מוסד; איך מאך נישט אוועק קיין שום צדקה, אבער ווען מען געבט צדקה פריוואט איז דאס סך הכל פאר די מענטש, פאר זיין משפחה, אבער ווער עס האט די זכי' צו העלפן א חדר, א ישיבה, א סקול - העלפט א רבים, העלפט דעם אייבערשטן; עס איז נישט קיין קליינע מצוה געבן פאר א מוסד, עס איז פון די גרעסטע צדקה וואס איז נאר שייך.


איך וועל ווייטער טון וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט, די עצה פון רבי'ן, איך וועל גיין צום אייבערשטן און זיך גוט אויסוויינען ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און אויף אלע אידן, אלע זאלן האבן שפע, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די חדר און בית פיגא.


גיי צינד די מנורה מיט שמחה; אלעס אנדערש איז זייער שיין, זייער חשוב, אבער דער עיקר איז שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5443 - מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, שבת קודש, פרנסה, חובות, כעס, יום טוב, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב ליידט פון דיר, און נאך מער ליידט זי ווען עס קומט די הייליגע צייטן ווי שבת און יום טוב; דו מאכסט די גאנצע שטוב פאר איין שטיק נערווען, דו פארלאנגסט די שטוב זאל זיין ריין צוזאמגענומען, דו פארלאנגסט פון איר זי זאל זיין גרייט ווען דו ווערסט גרייט, און אז זי קען נישט זיין אזוי שנעל און גרייט ווען דו ווערסט גרייט - הייבסטו אן שרייען השם ישמרינו, די קינדער כאפן א שרעק, דו מאכסט משוגע די גאנצע הויז.


איך בעט דיך זייער, מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב, חנוכה איז א פרייליכע צייט, שבת און יום טוב איז א צייט וואס די שכינה הקדושה קומט אין אידישע שטיבער, און מיט כעס פארטרייבט מען איר.


אז דו קומסט אהיים און זאכן פליען, עס איז נישטא קיין זכר פון חנוכה - זאלסטו ארויפבייגן דיינע ערמל און העלפן; העלף איר מיט די קינדער, העלף רוימען די שטוב מיט שמחה.


אפשר ווייל דו שרייסט אויף דיין ווייב איז נישטא קיין ברכה אין דיין געלט?


גיי שריי צום אייבערשטן: "אייבערשטער איך האב מיט די נערווען און איך גיס עס אויס אין שטוב, הצלינו, ראטעווע מיך".


איך זאג דיר צו, אז דו וועסט רעדן פון היינט אן שיין אין שטוב מיט דיין ווייב - וועסטו ביז א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות און האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5442 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען צינדן די מנורה מיט שמחה
שמחה, חנוכה, כעס, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז חנוכה, מען גייט אנצינדן די הייליגע חנוכה ליכט. עס שטייט פון צדיקים אז ווען מען צינדט אן די חנוכה ליכט איז א צייט וואס מען פועל'ן ישועות, עס איז זייער א הייליגע צייט, און זה לעומת זה עשה אלוקים, די סטרא אחרא זוכט דיקא אין די הייליגע צייט אוועק צו נעמען דעם מח, די מנוחה, די ישוב הדעת, די געפילן; זיי שטעלן אונטער שפיצלעך מען זאל זיך אויפרעגן און פארלירן אלע הייליגקייטן.


בכן בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, זאלסט חס ושלום נישט קומען צו כעס, זיי זיך מבטל צום אייבערשטן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי אלעס זאל גיין ווי אזוי מען וויל, דורך גארנישט וועלן. דער הייליגער בעל שם טוב זאגט: "וויל ווי עס גייט - וועט גיין ווי דו ווילסט", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "בטל רצונך מפני רצונו, כדי שיבטל רצון אחרים מפני רצונך", דאס איז ממש די ווערטער 'וויל ווי דער אייבערשטער מאכט - וועט אלעס זיין ווי דו ווילסט'; געב זיך איבער צום אייבערשטן.


קום אהיים אן נערווען, לאז איבער די פעקל נערווען אין קאר, אין אפיס, ברענג עס נישט אהיים. אז דו קומסט אהיים און זאכן זענען נישט גרייט, זאכן זענען ווייט פון טראכטן פון אנגרייטן בכלל די מנורה - זאלסטו נישט ווערן בכעס, ווייל אויב מען איז בכעס - פארלירט מען אלעס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען צינדן מיט שמחה, זאלסט שפירן די ליכטיגקייט פון די מצוה.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך געבן היינט נאכט די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין שטעטל, אויך שבת חנוכה וועל איך זיין מיט אנשי שלומינו אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5441 - אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, וועסטו האבן געלט
שלום בית, פרנסה, כעס, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב צו דיין ווייב, דו וועסט אויפהערן שרייען אויף איר, דו וועסט אויפהערן מיט די אנגעצויגנקייט - וועט אנהויבן קומען שפע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט) אז געלט, עשירות - קומט נאר אויב מען איז מכבד די ווייב; אז מען שרייט, מען איז נערוועז - שטעלט זיך אפ די שפע.


איך האף דו וועסט אננעמען די קליינע בריוועלע וואס איך שרייב דיר פון הארץ. איך בין זייער פארנומען, איך האב נישט קיין צייט, דאך שרייב איך דיר ווייל דו גייסט ארום מיט קשיות און טענות אויפן אייבערשטן 'וואו איז די שפע? וואו איז די פרנסה?' ווען אלעס האט א סיבה, דו אליין דארפסט זיך טוישן, דו דארפסט אנהויבן רעדן שיין אין שטוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5440 - טו אלעס צו קענען צאלן שכר לימוד
שכר לימוד, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי קען זיין אז פאר איבריגע זאכן האסטו געלט, אדער בארגסטו וכו' - און פאר שכר לימוד, אז דיינע זין זאלן האבן מלמדים וואס לערנען תורה מיט זיי און דיינע טעכטער זאלן האבן לערערינס - פאר דעם האסטו נישט? ווי מעג זיין אזא זאך?!


איך פרעג א אינגערמאן אין שטעטל, האסט געמאכט שיינע פעיוומענט ארום דיין הויז, היתכן ווען דו קומסט פאר די מוסד געלט פאר שכר לימוד - געבסטו אויס געלט פאר די זאכן? גייסטו בארגן געלט פאר איבריגע זאכן? מען קען לעבן אן פעיוומענט, מען קען לעבן אן שיין מאכן די הויז; איך קען דאס נישט פארשטיין.


איך בעט דיר זאלסט אלעס טון צו צאלן שכר לימוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5439 - וויי און ביטער איז אז מען פארלאזט זיך אויף מענטשן
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


כל זמן דו טראכסט אז דיין הילף וועט קומען פון א בשר ודם - וועט דיר זיין ביטער ביטער, "שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם" (תהילים ס, יג), דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן - נו ווי קען ער דיר העלפן?! וויי און ביטער איז אז מען פארלאזט זיך אויף מענטשן, מען דארף זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן; איינמאל דו וועסט גוט איינקריצן אין דיר אז נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן און נאר ער העלפט דיר - וועסטו אנהויבן שפירן א זיסע טעם אין לעבן.


גיי אין א ווינקל און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס דו גייסט אריבער ברוחניות ובגשמיות - וועסטו געהאלפן ווערן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות ישועה, סימן ג): "עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת בָּא יְשׁוּעָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5438 - אז עס דרוקט נאכאלץ, זאלסטו נאכאמאל בעטן; ביז דו וועסט זען א נס
התחזקות, יאוש, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז עס איז דיר ענג - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, און אז דו האסט שוין געבעטן דעם אייבערשטן און עס דרוקט נאכאלץ - זאלסטו נאכאמאל בעטן, ביז דו וועסט זען א נס, עס וועט דיר ווערן גרינגער.


פארליר זיך נישט, האסט שוין געהאט אסאך צייטן וואס דו האסט געזען ניסים; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5437 - קיינער, און טאקע קיינער, קען דיר נישט העלפן
שכר לימוד, אמונה, חנופה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קיינער אויף די וועלט קען דיר נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן; דעריבער, פארוואס זאלסטו נאכלויפן מענטשן און זיך חנפה'נען צו מענטשן - ווען קיינער, און טאקע קיינער - קען דיר סיי ווי נישט העלפן?! לויף צום אייבערשטן, רעד מיט אים, שמועס מיט אים, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל דיר העלפן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט צאלן שכר לימוד, און אז דו האסט נישט - זאלסטו גיין נאך געלט צו קענען צאלן שכר לימוד; איך מוז צאלן מיינע מלמדים און איינגעשטעלטע, איך קען נישט האלטן די מוסד ווען עס גייען אריבער וואכן אן באצאלן. איך האב אויך אנגעהויבן גיין נאך געלט יעצט, צו קענען באצאלן די מלמדים. נעכטן בין איך געפארן קיין מאנסי שאפן געלט פאר די מוסד, און איך האב אפגעשמועסט מיט איינע פון די איינגעשטעלטע צו גיין ביינאכט שאפן געלט, איך בעט דיר זייער, העלף מיר.


מען דרוקט מיך פון הימל צום וואנט איך זאל נאכאמאל זען אז קיינער טאקע קען מיר נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער, א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן; וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך נאר אויפן אייבערשטן און גייט יעדן טאג א שפאציר מיטן אייבערשטן, ער דערציילט דעם אייבערשטן ווי ענג עס איז אים; דער איז א געהאלפענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.