בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4518 - די בריוו וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש, מאכט ליכטיג פאר אידן
הפצה, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, עצתו אמונה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קוקט די שיינע ארבעט וואס איר האט אהערגעשטעלט, די בריוו וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש, די ליכט פון אמונה; וואס מאכט ליכטיג און עס שיינט ביי טויזנטער אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


שמחת פורים.

#4517 - א גאנץ לעבן עוסק זיין אין דרוקן די בריוו וואס איז מחזק אזויפיל אידן
הפצה, הכרת הטוב, הדפסה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיטן דרוקן די בריוו און חדושי תורה וואס איז מחזק אזויפיל אידן איבער די וועלט.


איך וואונטש דיר א ברכה דו זאלסט דיין גאנץ לעבן עוסק זיין אין דעם, און זוכה זיין צו שפירן דאס זיסקייט און איינעגענעמקייט פון די שכינה הקדושה, דו מיט דיין משפחה, אמן.

#4516 - איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר אונזערע קינדער, פאר'ן אריינלייגן אין זיי אזא שטארקע אמונה און שמחה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4515 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, דער מלמד פון מיינע צוויי טייערע קינדער ... און ...


איך שיק דיר די משלוח מנות, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים די אמונה, אמונת חכמים און די תורה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא און אלעס גוטס.

#4514 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אזויפיל גוטס אין מיינע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, פירושים, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


נעם אן די משלוח מנות וואס איך שיק דיר פון גרויס דאנקבארקייט פאר'ן זיין די מלמד פון אלע מיינע קינדער. פאר'ן אריינלייגן אין זיי יראת שמים, נעגל וואסער, קריאת שמע של אריז"ל, קישן די מזוזה, שמירת עיניים, תפילה בכח ובכוונה, שמחת המצוות, ליב האבן צו זיין א איד, זיך עקלען פון גויים וכו' וכו'.


פורים איז אזוי הייליג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן", מען זאל זיך אזוי עקלען פון המן, "לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", און צוקומען צו וויסן אז מען ווייסט נישט ווי גרויס און ווי גוט איז צו זיין א מרדכי הצדיק.

#4513 - איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, תכלית, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, דער מנהל פון מיינע קינדער


איך שיק דיר משלוח מנות פון מיין הארץ. איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער, פאר זייער חינוך.


נאך אביסל וועלן מיר ליגן אין פעלד און דעמאלט וועט דאס אונז ראטעווען פון אלעם שלעכטס, דעמאלט וועט אפיר קומען די תורה, תפילה און יראת שמים פון די תלמידים.

#4512 - נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ראש ישיבה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד דער מלמד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיינע טייערע קינדער, פאר'ן זיי אויסלערנען עברי און זיי אנפילן מיט אזויפיל תמימות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט, זאלסט האבן כח און נחת ביי דיינע קינדער. איך האף אז מיינע אייניקלעך וועלן אויך לערנען ביי דיר, זיך אנזאפן מיט אזויפיל קדושה וטהרה.

#4511 - היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, רפואה, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פון די טיפעניש פון מיין הארץ פאר'ן מיר העלפן אין שטעטל מיט די קינדער.


היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל, וואס איך וויל מיט'ן שטעטל. איך וויל וויל נישט מער נאר די איין זאך, אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה און מיט א געפיל, א ליבשאפט - צו אידישקייט. אויב קען איך דאס האבן האט מיר אלעס געלוינט, און אז נישט - דארפן מיר אנהויבן פון פריש דאס צו טון.


אויף דעם שיק איך דיר משלוח מנות, ווייל דו העלפסט מיר אזוי געטריי. דו פילעוועסט אן די קינדער מיט אמונה, אמונת חכמים, קדושה וטהרה און גוטע מידות.


ליבער ברודער, היינט איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו קומען אויף אזא הויכע דרגא - ליב האבן די תורה און די וועג פון די תורה, און זיך פאר'מיאוס'ן, פארעקלען - פון עבירות. דאס איז פשט (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען וויל נאר זיין מיט מרדכי הצדיק.


נעם די חדר, דאס זאל זיין דאס וויכטיגסטע זאך, העכער אלע עבודות. זיי מחזק די טייערע מלמדים מיט די קינדער, און לאך זיך גוט אויס, ווייל באלד וועלן מיר ליגן אין פעלד ביים עק, און נאר דאס וועט אונז באשיצן.

#4510 - די גרעסטע מדריגה איז צו וויסן אז אלעס איז פונעם אייבערשטן צום גוטן
אמונה, הכרת הטוב, קשיות, משלוח מנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך שיק ענק משלוח מנות פארן מיר העלפן אזוי געטריי.


איך שיק ענק א לאקשן קוגל. לאקשן איז די ווערטער: "לא - קשן", נישטא מער קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס א איד דארף שטרעבן צוצוקומען; זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן, וויסן אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, און צום גוטן.


איך בעט אייך זייער, זייט שטארק און זייט ממשיך מיר צו העלפן מחזק זיין אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן מיט נחת ביי די קינדער און אלעס גוטס.

#4509 - א פרייליכע גיסטע ביי די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען תורה מיט די קינדער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב.


איך הער צוריק גוטע גרוסן פון די עלטערן, ווי צופרידן זיי זענען פון דיין איבערגעגעבנקייט. אויך האבן מיר כמה מענטשן דערציילט, זיי האלטן מיט ווי דו ווארטסט אפ די קינדער, דו שטייסט ביים טיר און באגרוסט יעדן איינציגסטן קינד ביים נאמען מיט א הויכע פרייליכע: "גוט מארגן!" עטליכע האבן מיר געזאגט אז עס טוישט אויך זייער מאָ"ד, עס מאכט זיי פרייליך; איז דאך זיכער אז די קינדער ווערן פרייליך און אויפגעלעבט.


מוהרא"ש פלעגט מיר שטענדיג מחזק זיין אויף די איינע זאך, ער האט מיר אלץ געזאגט די זעלבע ווערטער: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער צווישן די בחורים", ווייל וואו עס איז דא שמחה איז דא קדושה.


יהי חלקי עמכם.

#4508 - די תהילים פון א פרוי מאכט אירע קינדער און אייניקלעך ערליך
קינדער, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, צדקה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זעט צו זאגן תהילים, אויך זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע לויב ווערטער און געבעטן; אזוי וועלן ארויפגיין אייערע תפילות זייער הויך און די מלאכים וועלן מאכן דערפון שיינע באצירטע קרוינען פאר'ן אייבערשטן.


ווי מער תהילים א פרוי זאגט - וועלן די קינדער און אייניקלעך זיין ערליך און אפגעהיטן פון שלעכטס.


אויך זאלט איר געבן יעדן טאג אפאר פרוטות פאר צדקה, און ביים לייגן די פרוטות פאר צדקה - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות.


פון דער ראש ישיבה.

#4507 - א 'ה' פון זילבער איז מסוגל פאר קינדער
קינדער, לערערין, חינוך הילדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא ירושלים


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", א 'ה' פון זילבער איז מסוגל פאר קינדער; זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


שטארקט אייך מיט אייער ארבעט; לייגט אריין אין די קינדער גוטע מדות, כיבוד אב ואם און יראת שמים.

#4506 - די גאנצע טאג דריידט זיך ארום שלום
שלום, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, מען קען זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות. עס שטייט אין די מגילה (אסתר ו, יג): "כִּי נָפוֹל תִּפּוֹל לְפָנָיו", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מגילה טז.): "אומה זו משולה לעפר ומשולה לכוכבים, כשהן יורדין יורדין עד עפר, וכשהן עולין עולין עד לכוכבים", א איד אפילו ער פאלט אראפ ביזן טיפסטן אפגרונד - קען ער זיך אויפהייבן און אנקומען ביז די העכסטע הייליגקייט. אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן זוהר (פרשת חיי שרה, קכט:): "בשעתא חדא, ביומא חדא, ברגעא חדא", אין איין מינוט, אין איין טאג און אין איין רגע - קען מען זוכה זיין צו וואס צדיקים הארעווען אפ זייער גאנץ לעבן.


פורים איז גרעסער און הייליגער פון יום כיפורים, ווייל די גאנצע טאג דריידט זיך ארום שלום; מען מאכט שלום אין שטוב און מיט די עלטערן און מיט די ווייב'ס עלטערן, דאס איז גרעסער פון זיין א צדיק אין פעלץ.


ובכן זאלסטו זיך איבערבעטן מיט יעדן איינעם, זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, לאז שוין אפ שנאה מיט נצחון; אנשטאט אויספירן אז דיין משפחה זאל זיך טוישן - זאלסטו זיך אליינס טוישן; דו ווער שוין מקורב צום רבי'ן, הויב אן פאלגן דעם רבי'ן; נעם אריין אין זיך אמונה, וויל גארנישט נאר טון רצון השם.


בעט דעם אייבערשטן אין אזא הייליגע טאג אז דו, דיין ווייב און דיינע דורות - זאלן ליב האבן אידישקייט, ליב האבן די תורה און זיך פאר'מיאוס'ן פון די גוים; אוי ווי שיין און ווי זיס איז צו גיין אין די אידישע וועג, און אוי ווי ביטער און ווי זויער איז די גוי'אישע וועג; פורים קען מען דאס פועל'ן.


איך מוז מקצר זיין, איך גיי שוין דאווענען און ליינען די מגילה.


א פרייליכן פורים.

#4505 - אז איר וועט היטן די אויגן, וועט אייער חתן אויך האבן ריינע אויגעלעך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, התחזקות, תהלים, מאוויס, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער איבערגענומען פון וואו איר נעמט אזא שטארקייט צו שטיין קעגן די שווערע נסיונות; עס איז אזוי שיין צו הערן ווי איר שטארקט זיך.


אייער טאטע שליט"א האט מיר דערציילט אז איר זענט זייער א גוט קינד און איר שטארקט זיך זייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן און נישט קוקן קיין שלעכטע זאכן. אז איר וועט זיין שטארק - וועט איר באקומען א גוטער חתן, איר וועט האבן אמת'ע ליבשאפט, עס וועט אייך זיין גוט א גאנץ לעבן.


איך שיק אייך מיט א מתנה, א ספר תהילים, מיט אייער טאטע שליט"א. זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, און ווען איר ענדיגט תהילים זאלט איר אריינשרייבן די וויפילטע מאל דאס איז, אזוי וועט איר מאכן א נחת רוח דעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", קומט אויס, אזוי ווי דער חתן פירט זיך - אזוי פירט זיך די כלה, און אזוי ווי די כלה פירט זיך - אזוי דער חתן; אז איר וועט נישט האבן און נישט קוקן אין קיין נישט גוטע טעלעפאן - וועט אייער חתן - אייער מאן - אויך האבן ריינע אויגעלעך, ער וועט נאר קוקן אויף אייך, און נאר טראכטן פון אייך; איך בין זיכער איז דאס ווילט איר.


זייט שטארק, דער אייבערשטער איז מיט אייך.

#4504 - ווען מען ליינט די מגילה עפענען זיך אויף די הימלען
מנהגים, פורים, אידיש, הכנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר זוכה זיין צו ליינען די מגילה. צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון קריאת מגילה, אז עס לוינט זיך צו זיין דא זיבעציג יאר און ליידן וואס מען ליידט - אבי צו הערן די מגילה.


ווען מען ליינט די מגילה עפענען זיך אויף די הימלען, די טירן פון גן עדן, מען קען זוכה זיין צו ווערן זייער הייליג און נאנט צום אייבערשטן. אלעס ווענדט זיך לויט די הכנה, וויפיל מען גרייט זיך און וויפיל מען בענקט צו די מצוה; דאס בענקען און בעטן: "רבונו של עולם, איך וויל זוכה זיין צו באקומען פון די קדושה פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה"; דורכדעם איז מען זוכה צו גרויסע זאכן.


מען קומט אין שול צו מנחה מעריב מיט שבת'דיגע קליידער און מען פירט זיך צו געבן א מחצית השקל. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה חלק ב', סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך געבן שקלים ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע. מען געבט פאר די גאנצע משפחה; פאר זיך, פאר די ווייב און פאר אלע קינדער - דריי האלבע דאלער, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע וואס וויל נאר מאכן פירודים צווישן אידישע קינדער.


א פרייליכן פורים.

#4503 - ווי אזוי אויסצונוצן דעם גרויסן טאג פורים
אמונה, ספיקות, תעניתים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר אריין אינעם גרויסן טאג פורים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד) דער יום טוב פורים איז אן הכנה צום יום טוב פסח וכו', ווייל "בַּתְּחִלָּה הָיוּ כָּל הַהַתְחָלוֹת מִפֶּסַח, וְעַל כֵּן כָּל הַמִּצְווֹת הֵם זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם. וְעַכְשָׁו... (וְלֹא סִיֵּם)" און דער רבי האט נישט אויסגעפירט. זאגט רבי נתן (לקוטי הלכות ברכת הריח והודאה ד, אות כה): "וְעַכְשָׁיו כָּל הַהַתְחָלוֹת הוּא מִפּוּרִים", יעצט איז אלעס אנגעוואנדן אין פורים; ווייל אלע צרות וואס א מענטש ליידט - איז פון חסרון אמונה, דאס איז עמלק. די קליפה פון עמלק איז מאכן פארגעסן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (שמות יז, ז - ח): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן", איז דער אייבערשטער דא אדער נישט, "וַיָּבֹא עֲמָלֵק", נאר דורך דעם ליידט מען אלע צרות, און פורים ווען מען מעקט אויס עמלק, מען ענדיגט מיט אלע ספיקות, מען נעמט אריין די אמונה אז 'אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא קיין שום זאך אויסער דעם אייבערשטן' - אזוי איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע צרות.


גיי אין א שטילע ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים אין דיין שפראך, פון דיין פלאץ - פשוט'ע דיבורים. אזוי זאלסטו טון יעדן טאג, וועסטו זוכה זיין צו שפירן א ליכטיגקייט, א זיסקייט אין לעבן.


ביי אונז פאסטן נישט די פרויען און מיידלעך תענית אסתר.

#4502 - דער עיקר זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער אמונה
חינוך הילדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך און גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער. דער עיקר זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער אמונה, אמונה איז אלעס; אז מען האט אמונה האט מען אלעס, און אז נישט - האט מען גארנישט.


אז עס קומט אויס צו גיין מוצאי שבת וכו' מאכט מען די חפיפה פרייטאג און מען מעג עסן שבת פלייש, און אזוי אויך אלעס פון עונג שבת וואס בלייבט שטעקן צווישן די ציינער לכבוד שבת, נאר מוצאי שבת דארף מען מאכן זיכער אז עס איז נישטא קיין שום חציצה צווישן די ציינער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4501 - א תפילה פאר שלום בית
תפילות אויף אידיש, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דא האט איר א תפילה פאר שלום בית, זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט קְרִיגְן מִיט מַיין מַאן, אִיךְ זָאל רֶעדְן שֵׁיין צוּ מַיין מַאן אוּן חַס וְשָׁלוֹם אִים אַוֶועק מַאכְן אוּן צֶעבְּרֶעכְן, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט נֶערְוֶועז וֶוערְן פוּן אִים, אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג שְׁמֵייכְלֶען צוּ אִים אוּן זֶען דָאס גוּטְס אִין אִים.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ, וַוייל נָאר אַזוֹי אִיז מֶעגְלִיךְ צוּ הָאבְּן שָׁלוֹם בַּיִת. נָאר מִיט שִׂמְחָה קֶען מֶען לֶעבְּן בְּשָׁלוֹם, וַוייל וֶוען מֶען אִיז פְרֵיילִיךְ שְׁטֶערְט נִישְׁט אוּן עֶס בַּאדֶערְט גָארְנִישְׁט, אוּן אוֹיבּ מֶען אִיז בְּעַצְבוּת - וֶוערְט פוּן יֶעדֶע רִיר אַ קְרִיגֶערַיי; בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר טַאטֶע זִיסֶער, דֶערְבַּארֶעם זִיךְ אוֹיף מִיר, נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר דִי בִּיטֶערְקֵייט אוּן פוֹילְקֵייט, אִיךְ זָאל נָאר זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג פְרֵיילִיךְ מַאכְן אַנְדֶערֶע, אוּן בִּזְכוּת שִׂמְחָה זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין נִכְלָל וֶוערְן אִינְגַאנְצְן אִין דִיר, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט זֶען פַאר מַיינֶע אוֹיגְן נָאר דִיךְ בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ זָאל זֶען אוּן שְׁפִּירְן וִוי דוּ בִּיסְט אַלֶעס אוּן עֶס אִיז מֶער גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דִי וֶועלְט נָאר דוּ אַלֵיינְס, אוּן זוֹכֶה זַיין צוּ תְּשׁוּבָה שְׁלֵימָה, מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם אָמֵן סֶלָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4500 - אז מען איז פרייליך, איז מען ממשיך אויף זיך פרנסה
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, נתני'


שטארק זיך במדת השמחה, דאס איז מסוגל לפרנסה. מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים, די סופי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'" איז דער שם "חַתָּ"ךְ", די שם פון פרנסה; אז מען איז פרייליך - איז מען ממשיך אויף זיך פרנסה.


פארליר זיך נישט, בלייב שטארק מיט אמונה. פרנסה געבט דער אייבערשטער, און נאר אז מען האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן האט מען פרנסה.


דערפאר אז עס איז דיר אזוי שווער מיט פרנסה זאלסטו זיך איבערגעבן יעדן אינדערפרי צום אייבערשטן, זאג די תפילה:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בשפע, איך זאל ארויסקריכן פון אלע מיינע חובות, איך זאל קענען שפייזן מיין ווייב און קינדער.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס ווענדט זיך אין מיר, איך דארף תשובה טון, איך דארף אכטונג געבן נישט צו טון קיין שלעכטס; בעט איך דיר, זיי מיר מוחל; איך גיי שוין זיין גוט, איך הויב אן פון יעצט זיין ערליך. איך וויל אלץ זיין גוט, נאר דער יצר הרע קומט צו מיר כסדר און ווארפט מיך נאכאמאל און נאכאמאל אראפ, איך בעט דיר זייער, נעם אן מיין תשובה, פארגעב מיר מיינע עבירות און געב מיר שפע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4499 - פרוביר אויס א וואך צייט אן דעם טעלעפאן אין שטוב, און זע דער חילוק
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שלום בית, עבודת השם, קאמפיוטער, טעלעפאן, לימוד התורה, יראת שמים, פורים, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרוביר דו אליינס אויס א וואך צייט נישט אריין צו ברענגען דיין טעלעפאן אין שטוב און זאג מיר ווי אזוי דיין שלום בית וועט זיין? זאג מיר דו נאך א וואך צייט נישט האבן אין שטוב דעם סמארטפאון, טעבלעט וכדומה - ווי אזוי דיין קשר מיט די קינדער וועט ווערן? דיין יראת שמים?


איך בין שוין הייזעריג פון דיר זאגן נאכאמאל און נאכאמאל; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אויף דיין ווייב און קינדער. זיי ווארטן אויף דיר, זיי ווילן הערן עפעס פון דיר, דו ביסט אבער נישט ביי זיך, דו ביסט איינגעטינקען אינעם טעלעפאן, מיט סטעטוס, מיט געימס וכו'.


מיין ליבער ברודער, שוין צייט זיך אויפצואוועקן, הויב אן לעבן, הויב אן לעבן עכט. מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא ועוד און גיי דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, ובעיקר זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


רעד צום אייבערשטן אין אידיש, בעט אים: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין אנהויבן לערנען און דאווענען? ווען וועל איך שוין זיין צוגעקלעבט צו דיר און נישט צום טעלעפאן? רבונו של עולם, עס קומען יעצט אזעלכע שיינע הייליגע טעג און איך ליג אין אזעלכע נארישקייטן, איך ליג אין דמיון, איך היט נישט מיינע אויגן, איך היט נישט מיין מח, העלף מיר שוין".


פורים נאכמיטאג זעקס אזייגער וועט זיין א סעודה אין ישיבה. מען וועט טאנצן, דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז א גאנץ יאר די הייליגע אמונה, מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן און נאר צו אים זיך צו ווענדן.


אויך שושן פורים וועט זיין א סעודה אין ישיבה אום זעקס אזייגער נאכמיטאג. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "שושן פורים איז אויך פורים".


הלואי זאלסטו ליינען דעם בריוו, דאס ארייננעמען אין דיר און מקיים זיין וואס דא שטייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4498 - בעט איבער דיין ווייב, אז די קינדער זאלן נישט זיין פארוואגלט
קינדער, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי בצער פון וואס דו גייסט אריבער, איך בין ממש אויסער זיך אז דא גייט זיין א גט.


בעט איבער דיין ווייב, שרייב איר א שיינעם בריוו; בעט איר, אפשר דאך קען מען בלייבן אינאיינעם למען יונקי שדים שלא חטאו, די קינדער זאלן נישט זיין פארוואגלט.


ביז דערווייל מאך זיך נישט וויסנדיג פונעם הזמנה לדין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4497 - גיין צו די עלטערן אויף פסח צו די סדרים, איז גוט פאר די קינדער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, אמונה, פסח, יום טוב, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין - איז ריכטיג צו גיין צו די עלטערן פאר פסח, צו די סדרים. איר וועט נאך מאכן שיינע סדרים ביי אייך אין שטוב, ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועט איר מאכן די סדרים אין שטוב, יעצט איז כדאי צו גיין זען סדרים - איין יאר ביי אייערע עלטערן און איין יאר ביי אייער מאן'ס עלטערן, זיך גוט צוקוקן ווי אזוי די עלטערן מאכן סדרים און ווי זיי געבן איבער די אמונה פון זייערע עלטערן.


בנוגע חומרות אום פסח; מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט ארייננעמען פסח אלעס וואס האט א הכשר. עס איז וויכטיג פאר זיך און פאר די חינוך פון די קינדער נישט צו עסן אלע נאשערייען און אלע קעיקס, סיריעל וכדומה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די ימים טובים מיט שמחה און מקבל זיין די קדושה פון פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4496 - נישט שמירן די נעגל, אפילו מיט די דורכזיכטיגע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שמירט נישט די נעגל. מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שמירן די נעגל, אפילו די דורכזיכטיגע.


איר ווילט זיכער ערליכע דורות, איר ווילט זיכער אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זאלט איר נישט שמירן די נעגל; נישט פון די הענט און נישט פון די פיס. עס איז א גוי'שע זאך, עס ברענגט דינים.


שטארקט אייך מיט זאגן תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) תהילים איז אזוי ווי א וואקער אויף וואס מען קען זיך אנלאנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4495 - האסט אלעס פארלוירן, אבער דעם אייבערשטן פארליר נישט
אמונה, התחזקות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוועלע.


דו שרייבסט ביסט פארלוירן, דו קענסט נישט מער וכו'; בעט איך דיר, פארליר נישט דיין אמונה; האסט אלעס פארלוירן אבער דעם אייבערשטן פארליר נישט.


דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען נאך די מלחמה ביי די הייליגע דרשות, ער פלעגט זאגן: "מיר האבן אלעס פארלוירן, אבער דעם אייבערשטן האבן מיר נישט פארלוירן"; ברודער, מיט די ווערטער קען מען זיך גוט מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4494 - מען זוכט א דירה וואו די קינדער וועלן באקומען די בעסטע חינוך
חינוך הילדים, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


...


ווען מען זוכט א פלאץ וואו צו וואוינען - קוקט מען נישט וואו מען קען האבן א גרויסע דירה, מען קוקט אויף איין זאך 'ווי וועלן אונזערע קינדער באקומען דאס בעסטע חינוך?'


גרויסע דירה און גרויסע פעלדער ארום די שטוב און פלאץ וואו צו שטעלן די קאר - דאס איז נישט די ערשטע זאך וואס א איד קוקט, א איד קוקט 'וואו וועל איך קענען געבן פאר מיינע קינדער דאס בעסטע חינוך?'


איך מיש זיך נישט וואו איר זאלט וואוינען; אז איר פרעגט מיר זאג איך אייך עס איז כדאי צו בלייבן אין א קליינע שטוב מיט א גוטע חינוך, א חינוך פון היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.