בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2896 - פרעגט אייערע עלטערן ווי אזוי זיך צו פירן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע טיטשערס אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ, ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ פון די וויכטיגסטע זאכן. דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "ווען קסרים און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר"; אזוי שטארק איז געווען ביים רבי'ן דער זאך פון דרך ארץ.


בנוגע דער שכן וואס איר פלעגט שפילן מיט אים ווען איר זענט געווען יונג און יעצט איז ער שוין עלטער און ער זוכט צו רעדן מיט אייך, ער פרעגט אייך שאלות; מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אים ווען ער פרעגט אייך שאלות, געבט אכטונג, יעצט זענט איר שוין עלטער קענט איר מער נישט רעדן מיט פרעמדע בחורים אדער אינגעלייט.


בנוגע אויב איר זאלט גיין מיט א הארץ קייטל וכו'; פרעגט אייערע עלטערן, זיי זענען זייער ערליך און איידל, ווי אזוי זיי זאגן אייך - אזוי זאלט איר זיך פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2895 - איין שיינע מעשה קען צוריק ברענגען א מענטש צום אייבערשטן
כיבוד אב ואם, שלום בית, התחזקות, משפחה, תשובה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בריוו פון דיר און דיין ווייב.


עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן וואס איז געשען מיט איר מאמע, ווי זי פירט זיך השם ישמרינו.


דיר בעט איך זייער, זיי מחזק דיין ווייב, שטארק איר; זי דארף יעצט אסאך כח, איר מח קען דאס נישט דערהייבן. זאג איר אז זי קען ווייטער רעדן מיט איר מאמע, ווען זי רופט איר זאל זי איר דערציילן מעשיות פון די קינדער און מעשיות פון תפילה; מען קען נישט וויסן וואס איין שיינע מעשה קען יענעם כאפן ביים הארץ און צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


אז עס שטערט נישט ענקער שלום בית זאלט איר ארייננעמען די געשוויסטער פאר שבתים, עס איז זייער א גרויסע מצוה; ווייל ווי ביטער ענק איז - איז זיי אסאך מער ביטער. איר זענט חתונה געהאט, איר האט אייער לעבן, זיי זענען נאך אליינס, זיי איז דאס אסאך שווערער.


זייט אייך נישט מייאש, בעט דעם אייבערשטן פאר איר און פאר אלע אידן; אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן צוריקקומען צו די דרך התורה.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב.

#2894 - אפילו אידישע ווידיאס איז נישט גוט צו קוקן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר, אויך פריי איך זיך צו הערן אז דו געדענקסט נאך ביז יעצט די שיינע הקפות פון שמחת תורה; עס איז גוט אריין אין דיר די הקפות, די שמחה, די שיינע ניגונים און טענץ.


בנוגע דיין פראגע, דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט קוקן אידישע ווידיאוס; עס איז בעסער נישט צו קוקן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; רעד צום אייבערשטן אין אידיש, אויף דיין אייגענע שפראך. דער רבי האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות נאר ווייל ער האט אסאך גערעדט און געשמועסט מיט'ן אייבערשטן (שיחות הר"ן, סימן קנד).


דאנק דעם אייבערשטן פאר דיינע עלטערן, דו האסט זייער טייערע עלטערן.

#2893 - מ'טוט א גאנצן טאג פאר'ן רבי'ן
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, חסד, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


האברך ... נרו יאיר דערציילט מיר אז דו העלפסט בויען דעם שטעטל; ווען מען דארף הילף קומסטו מיט דיין גאנצע הארץ העלפן בויען. סיי ביי די מקוה טהרה, סיי ביי די בתי מדרשים און יעצט ביי די מצה בעקעריי - אלץ קומסטו העלפן מיט אזא געפיל. ער זאגט מיר: "דער ראש ישיבה ווייסט נישט ווי געטריי די אינגעלייט זענען, אלע באזונדער, איינס ביי איינס - יעדער העלפט, יעדער טוט חסד" - דאס איז מיר ממש מחי'.


געלויבט דעם אייבערשטן איך פרוביר אויך צו טון א גאנצן טאג פאר'ן רבי'ן, א גאנצן טאג בין איך אין ישיבה. מאנטאג נאכט בין איך געגאנגען זינגען, מיר ענדיגן יעצט נאך א סידי, נעכטן נאכט האב איך געמאכט א סיום ביי מיר אין שטוב פאר אלע בחורים וואס לערנען הלכה, זיי האבן מסיים געווען א חלק הלכות שבת.


שבת חנוכה האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען מיט די ישיבה אין שטעטל, איך מאך א שטיקל פראגראם מיט אלע בחורים וואס גייען נאך געלט פאר די ישיבה, איך וועל זיין מיט זיי פון דאנערשטאג ביז זונטאג נאכט אין שטעטל.

#2892 - מיט'ן קול קריכט מען ארויס פון פלאנטער און מ'קומט אן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דו טוסט, וואס דו לערנסט.


מוהרא"ש זאגט, עס שטייט אין זוהר הקדוש (השמטות, רסו ע"ב; עיין בעל הטורים) אז "סוּלָם" באטרעפט אזוי ווי "קוֹל"; אפילו א מענטש ליגט אויף דער ערד, "מֻצָּב אַרְצָה"; אויב נוצט ער זיין קול, ער האט דעם סולם, דעם לייטער, "וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה", קומט ער אן ביזן הימל; אפילו מען איז אראפגעפאלן קען מען נאכאלץ ארויסגיין פון די פלאנטער און אנקומען צום אייבערשטן.


צו באקומען די לייטער קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נאר עפענען דאס מויל און זאגן: "באשעפער איך גיי זיין גוט, באשעפער איך גיי שוין זיין וואויל".


שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#2891 - איך וויל אויסטיילן נאך ספרי תהלים פאר די תלמידות
סקול, תודה והודאה, שלום בית, תהלים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טו מיר א טובה, באשטעל מיר נאך הונדערט תהלים'ס פון די גרויסע תהלים. אויפ'ן דעקל לייג ארויף די ברסלב'ער קרוין און פון אונטן קריץ אריין די ווערטער: "א מתנה פון דער ראש ישיבה".


די הונדערט תהלים'ס וואס דו האסט באשטעלט - איז מיר שוין אויסגעגאנגען, איך דארף שוין נאך; עס קומען אריין כסדר פרישע תלמידות, אלע ווילן די שיינע תהילים.


עס איז דא נאך א זאך וואס איך וויל געבן פאר אלע תלמידות; דאס וועל איך שוין רעדן מיט דיר.


שטארק זיך מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים, חסד חנם, וואס ער האט געטון מיט דיר ביז יעצט – וועט קומען צו גיין נאך גרעסערע חסדים.


מאך פרייליך דיין ווייב; דאס איז יעצט אין דיין ערשטע יאר, שנה ראשונה - דאס וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעמען.

#2890 - א חתונה אין ישיבה קאסט נישט קיין געלט, עס קאסט נאר א לאך
אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די חתונות אין ישיבה. זונטאג וישלח וועט אם ירצה ה' זיין נאך א חתונה אין ישיבה; איך קען נישט אלעס אליינס טון, איך דארף הילף פון אנשי שלומינו, נאר אז נאך אפאר חברים העלפן - קען איך אויספירן די רצון פון מוהרא"ש, מען זאל קענען מאכן שמחות בחנם.


עס לאזט זיך נישט גלייבן, מיר האלטן שוין ביי דרייסיג חתונות, מיר האבן געשפארט פאר זעכציג מחותנים הוצאות החתונה; עס איז גענצליך בחנם, עס ברענגט נישט קיין חובות, די מחותנים קומען און גייען אהיים פרייליך און צופרידן.


איינער פרעגט מיך פאריגע וואך וואס עס קאסט א חתונה אין ישיבה? זאג איך אים, עס איז גענצליך בחנם, עס קאסט נישט; עס קאסט נאר איין זאך, עס קאסט א לאך; עס מאכט לאכן צו זען ווי מענטשן קענען לעבן, מען לאזט לעבן, מען דארף נישט דאגה'נען א גאנץ לעבן ווי אזוי מען וועט חתונה מאכן, מען דארף נישט אוועקלייגן געלט, מען דארף נישט בארגן געלט, מען קען דערלעבן נחת פון די קינדער.


לאז מיר וויסן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די שמחות אין ישיבה, נעם די בחורים און אינגעלייט, אלע זאלן העלפן; ווען מען העלפט - העלפט מען זיך אליינס, אלע וועלן קענען מאכן שמחות בחנם.

#2889 - קיין איין גוטע ווילן גייט נישט לאיבוד
רצונות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט א פראבלעם מיט מיין אימעיל, עס האט זיך פארמעקט זייער אסאך בריוו. איך האב נאכנישט געהאט א געלעגנהייט צו ליינען דיין בריוו, זיי אזוי גוט און שיק איבער די בריוו אויף וואס דו ווארטסט א תשובה; איך וועל דיר בלי נדר ענטפערן.


איך שטעל זיך פאר אז צענדליגער מענטשן מיינען אז איך וויל זיי נישט ענטפערן; וואס זאל איך טון אז דאס האט פאסירט.


גיי צום אייבערשטן, ביים אייבערשטן פארמעקט זיך נישט קיין איין ווארט, קיין איין גוטע ווילן, (פרשת תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע ווילן גייט נישט לאיבוד.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#2888 - דערצייל אלעס פאר'ן אייבערשטן, וועסטו ווערן א שטארקער מענטש
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דו ביסט זייער א וואוילער בחור, איך בין זייער איבערגענומען פון דיין יראת שמים; איך וועל איבערגעבן פאר דיינע עלטערן אז איך בין זייער צופרידן פון דיר.


האב נישט מורא פון קיינעם, זיי שטארק. דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; רעד צו אים אלעס, שעם זיך נישט; דערצייל אים אין דיין שפראך אלעס וואס שטערט דיר, אלע מחשבות און בלבולים וכו', - וועסטו ווערן א שטארקער מענטש, דו וועסט זיין זיכער מיט דיר.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#2887 - הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס
קינדער, צניעות, חינוך הילדים, שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי' ברסלב, ליבערטי


אוודאי און אוודאי זאלט איר ארייננעמען געסט אויף סעודות שבת, עס זענען דא יונגע משפחות אין שטעטל וואס האבן נישט זייערע עלטערן דארט, זיי זוכן וואו צו עסן סעודות שבת; איז א גרויסע מצוה אריין צו נעמען געסט.


געב נאר אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים; די מענער זיצן אויבן אן נעבן דיר און די ווייבער פון אונטן ביי די אנדערע זייט, אויך זאלסטו זען מען זאל רעדן פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון הפצה, מעשיות פון צדיקים וכדומה.


הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, חלק א', סימן ב): "עִיר שֶׁאֵין בָּהּ הַכְנָסַת אוֹרְחִים", א שטאט וואו עס איז נישטא קיין הכנסת אורחים, "בָּאִים לִידֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת", ברענגט דאס צו עבירות, "וְעַל יְדֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת בָּא עֲלֵיהֶם הֲרִיגָה", השם ישמרינו.


קינדער וואס וואקסן אויף מיט הכנסת אורחים – ווערן בעלי חסד. ביי מיינע עלטערן זעען שטענדיג געווען געסט, מען פלעגט איינקויפן ספעציעלע נאש און טרינקען ווען מיר האבן געהאט געסט; עס איז געווען אזא שמחה אין שטוב צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים.

#2886 - זיי ממשיך אין הפצה מיט א שטארקייט, אבער קריג זיך נישט מיט קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, מדות טובות, עזות, כעס, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, דו לערנסט און דאווענסט זייער שיין, דיין התנהגות איז אויסנאם, דו מאכסט נאר נחת פאר אלעמען.


זיי ממשיך אין הפצה, גיי ווייטער מיט א שטארקייט און א שטורעם פארפלייצן די ספרים, קונטרסים, גליונות, קארטלעך, סידיס וכדומה לזה; דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אבער בעטן, קריג זיך נישט מיט קיינעם; אז איינער איז אן עזות פנים, איינער צערייסט די ספרים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם"; דאס וועט סיי ווי מקוים ווערן, דו קריג זיך נישט.


איך האב נישט ליב צו הערן דיינע מעשיות ווי דו האסט דעם אויסגעבויגן דעם האנט און יענעם צובלוטיגט, אפילו דו זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט; דאס איז נישט אונזער וועג, אונזער וועג איז ישמע בזיונו ידום וישתוק.


דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר די כבוד פון צדיקים; עס איז דא אזויפיל שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשן וואס האבן באקומען א שרעקליכער עונש פון פארשעמען א איד, פארשעמען א מפיץ. איך ווייס א מעשה, איינער האט צעריסן אין בית המדרש בפני קהל ועדה ספרים פון מוהרא"ש מיט א מורא'דיגער בזיון און גלייך נאכדעם האט ער זיך בטעות אפגעזויגן מיט אן עלעקטערישער זעג זיינע פינגערס השם ישמרינו; אזוי זענען דא כמה מעשיות פון שווערע עונשים לא עלינו.


דו גיי ווייטער הפצה, זיי מחזק אידישע קינדער, גיי מיט א שטאלץ מיט'ן גאנצן שטורעם, אבער אז דו טרעפסט א שיכור, א מנוול - זאלסטו נישט זוכן צו מנצח זיין, נאר מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן פון היינט און ווייטער שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן זיך באדאנקט, און שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן דיר פארשעמט און דו האסט נישט געענטפערט.


רבי נתן האט געהאט די מעגליכקייט צו פארשיקן זיינע מתנגדים קיין סיביר, דאך האט ער געזאגט: "איך וויל נישט, איך וויל ענדערש זיין פון די גע'רודפ'טע ווי איידער זיין פון די וואס רודפ'ן יענעם".


בשעת דו גייסט הפצה זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זינג, ברום, מורמל ארויס שטילערהייט ווערטער - וועסטו נישט ווערן גערעגט אויב מען נעמט נישט.

#2885 - הער שוין אויף צו זיין אזוי קארג
שלום בית, פרנסה, מדות טובות, קאר, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס גייט דיר אן אז דיין ווייב האט געקויפט א קלייד פאר הונדערט דאלער? פארוואס דארפסטו איר אלץ פרעגן: "נישטא ביליגער?" פארוואס פארגונסטו איר נישט? וואלסט זיך געדארפט פרייען אז זי האט געטראפן א קלייד וואס זי האט ליב.


הער שוין אויף צו זיין קארג, אז דו ווילסט זיין קארג קענסטו דאס טון פאר דיר אליינס; קומענדיגע מאל דו וועסט ארויסנעמען א קאר, ווען דער דילער וועט דיר פארשלאגן נאך א פיטשעווקע פאר נאך אפאר דאלער יעדן חודש, זאלסטו זיך זאגן 'נישטא ביליגער?' 'פעלט דאס אויס?'


דיין ווייב זאלסטו אויסלויבן און אויסרומען, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט; דאס ברענגט שפע, דאס ברענגט אלעס גוטס. פרוביר דאס אויס וועסטו זען ווי עס וועט דיר נתרחב ווערן די פרנסה; ווי מער דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, זי וועט נישט מורא האבן פון דיר - וועט זיך עפענען די שפע פון פרנסה.


 

#2884 - די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט
קינדער, סגולות, רפואה, שטעטל, הכנסת אורחים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זארג נישט וועגן קינדער, בארואיג דיין ווייב; זאג איר זי זאל נישט ווערן דערשראקן פון וואס דער דאקטער זאגט. דאס איז זייער זאך, זיי דערשרעקן מענטשן, זיי זאגן עתידות, זיי מיינען זיי ווייסן, זיי ווייסן גארנישט; קינדער האט מיט'ן אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ב.): "שְׁשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא [...] מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט.


פרעג דיין ווייב אויב זי איז וויליג אריינצונעמען געסט צו א סעודה, אויב זי איז מסכים - זאלסטו ארייננעמען בחורים וואס קומען אין שטעטל און האבן נישט וואו צו עסן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָׁה לְבָנִים", די מצוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספרי רבינו ותלמידיו, דאס איז מסוגל פאר קינדער.


 

#2883 - יעדן ליב האבן, יעדן געבן גוטע ווערטער
קינדער, חברים, מדות טובות, בריוו, חדר, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך הער זייער גוטע גרוסן פון דיין מלמד נרו יאיר אויף דיר, ער זאגט אז דו פירסט זיך אויף מיט דרך ארץ און דו לערנסט פלייסיג.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן, איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט מקרב אלע קינדער, דו לעבסט בשלום מיט זיי אלע.


איינער פון די עלטערן האבן מיר געזאגט אז זיין קינד וויינט אינדערהיים אז מען טשעפעט אים אין חדר; איך האף אז עס איז נישט אמת, איך האף אז עס איז נישט דו, איך וועל רעדן צו יענער קינד, אפשר איז עס נאר אן איינרעדעניש.


על כל פנים, דיר בעט איך דו זאלסט יעדן ליב האבן, יעדן געבן גוטע ווערטער. דו ביסט א טייער קינד, איך האב דיר זייער ליב, איך האף דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש זאגט, א צדיק ווערט מען ווען מען בייגט זיך איין פאר א צווייטן איד. די אות צדיק איז אזוי ווי אן איינגעבויגענע מענטש וואס טראגט א יוד אויף די פלייצע 'צ'.


אויך בעט איך דיר זייער זאלסט מיר שרייבן בריוו, אמאל פלעגסטו מיר שרייבן איין מאל א וואך; איך ווארט אויף דיינע בריוו.


 

#2882 - הייב אויף די קינדער, געב זיי אן א שיעור גוטע ווערטער
קינדער, חינוך הילדים, סבלנות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך פריי זייך צו הערן אז דיין זון נרו יאיר קען שוין ליינען, ער זאגט שוין תהילים. דאס איז א מורא'דיגער לימוד נישט צו אויפגעבן; אז מען גייט שטייטליך מיט סבלנות - קומט מען אן זייער ווייט.


דער עיקר זאלסטו אים אויפבויען, חס ושלום פארשעמען אדער וויי טון. מען כאפט זיך נישט, מען מיינט אז קינדער זענען אנדערש פון דערוואקסענע, מען מיינט אז מען קען טשעפען, שטעכן און פארשעמען; מען ווייסט נישט אז קינדער האבן די זעלבע געפילן ווי דערוואקסענע און אויב מען טוט זיי וויי, מען טשעפעט זיי, מען מאכט זיי אוועק - הרג'עט עס זיי, עס לאזט זיי נישט אויפוואקסן, זיי בלייבן דערשלאגן א גאנץ לעבן.


אלע נערווען צאמבראכן ה' ירחם קומען פון דעם וואס מען האט וויי געטון קינדער, זיי דערנידערט און פארשעמט.


הייב אויף דיינע קינדער, בפרט דעם קינד וואס מוטשעט זיך מיט'ן ליינען, געב אים אן א שיעור גוטע ווערטער, וועט ער אויפוואקסן געזונט.

#2881 - יעדן טאג לערנען הלכה און רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג הלכה.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט) אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה, און אויך רעדן צום אייבערשטן.


פון דיין ראש ישיבה.

#2880 - וואס טוט זיך אפ אין הימל ווען מען גייט אינדערפרי אין שול דאווענען
התחזקות, בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט, ווען מענטשן וואלט געוויסט וואס טוט זיך אפ אין הימל ווען מען גייט אינדערפרי אין שול דאווענען; עס ווערט א באגלייטן אויבן אין הימל, מלאכים לויפן און שרייען: "געבט כבוד פאר דעם מענטש וואס איז מכבד דעם אייבערשטן" - וואלט מען געגאנגען אין שול מיט שמחה, מיט זריזות, מען וואלט געטאנצן א גאנצע וועג; נאר וויבאלד מען זעט נישט וואס טוט זיך - ווערט מען אזוי נאכגעלאזט, מען גייט נישט אין שול, און אפילו מען גייט יא - איז דאס מיט עצלות ועצבות.


עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון יעדע מצוה וואס מיר האבן געטון, מען וועט זען וואס תפילין איז, וואס ציצית איז, און אזוי ווייטער.


גיי אין שול מיט שמחה, לייג אלעס אוועק; ווען עס קומט צו דאווענען לייג אלעס אין דער זייט און לויף אין שול.


 

#2879 - ווער נישט אויסער זיך ווען איינער האט דיר געזאגט א ווארט
כיבוד אב ואם, שידוכים, סענסיטיוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, האלט זיך שטארק, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. א שידוך האט נישט מיט קיינעם, נאר מיט'ן אייבערשטן. אז דו ווילסט שוין דיין שידוך - האסטו איין ברירה, גיין נאכאמאל צום אייבערשטן און אים בעטן ברחמים ובתחנונים.


נאך א וויכטיגע זאך וויל איך דיר בעטן, ווער נישט אויסער זיך ווען איינער האט דיר געזאגט א ווארט, אדער אז איינער קוקט אויף דיר, מען קען נישט אזוי לעבן; אז מען האט דיר געזאגט א ווארט אדער געקוקט אויף דיר - זאלסטו דאס אראפשלינגען און גיין ווייטער, בפרט ווען דיינע עלטערן זאגן דיר א ווארט וואס שמעקט דיר נישט - זאלסטו נישט ווערן אויס מענטש; עס איז נישט עק וועלט ווען א טאטע זאגט עפעס וואס שמעקט נישט.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים אויפ'ן פסוק (בראשית כה, יד): "וּמִשְׁמָע וְדוּמָה וּמַשָּׂא", 'וּמִשְׁמָע', מען דארף קענען הערן, 'וְדוּמָה', און שווייגן, 'וּמַשָּׂא', און דערהייבן.


פון דיין ראש ישיבה.

#2878 - בעטן דעם אייבערשטן ליב צו האבן איידלקייט, אידישקייט, און ערליכקייט
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צניעות איז א געפיל; עס איז שווער צו זאגן אזוי און אזוי מוז מען גיין, און ווער עס גייט נישט אזוי איז שלעכט.


עס איז דא זייער אסאך ערליכע משפחות וואס גייען נישט מיט די זאך וכו', קען מען נישט זאגן אז מען מוז גיין מיט דעם און אז נישט איז עס פריצות, דעריבער קען איך אייך נישט זאגן אז איר מוזט גיין מיט די זאך, איך קען אייך אבער מחזק זיין איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, איר זאלט ליב האבן אידישקייט, ערליכקייט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל - וועט האבן ערליכע דורות.


הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט די זאך מען זאל גיין מיט א פארנייטע בענדל פון אונטער די פיס, מען זאל זען אז דאס איז שטרומפ.

#2877 - אויסנוצן די יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין
תפילה והתבודדות, שטעטל, לימוד התורה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך באקום כסדר גרוסן אז דו לערנסט פלייסיג, איך באקום גרוסן אז דו לערנסט פארטאגס; איך דאנק דעם אייבערשטן יעדעס מאל איך הער גוטע גרוסן אז דו לערנסט פלייסיג.


יעצט איז די שענסטע יארן, די ימי הבחרות; אין די יונגע יארן נאך די חתונה - קען מען לערנען מיט התמדה רבה, זוכה זיין צו תורה בטהרה.


גיי אביסל התבודדות צווישן די ביימער, כאפ זיך אריין צווישן די פעלדער און וועלדער, שמועס מיט'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. תפילה והתבודדות לייטערט אויס דעם מענטש, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן מיט א שטארקע דביקות.


דו וואוינסט אין א ריינע פלאץ, די שטעטל איז דאך ריין, עס איז א מחי'; אז מען נוצט די עצות פון רבי'ן איז א גן עדן דארט צו וואוינען.


פון דיין טאטע.


 

#2876 - זע צו לערנען יעדן מוצאי שבת קודש אביסל תנא דבי אליהו
תפילה והתבודדות, מוצאי שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן מוצאי שבת קודש אביסל תנא דבי אליהו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען מוצאי שבת קודש תנא דבי אליהו; דער ספר איז פול מיט חיזוק ויראת שמים, מען זעט די ליבשאפט פון אליהו הנביא צו אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון טון מצות און לערנען תורה.


קוק אין פרק יג, זאגט אליהו הנביא: "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִֹיחוֹת וּתְפִלּוֹת הֵם מְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁהוּא נִכְנָס לְבֵית עוֹלָמוֹ"; מוהרא"ש האט גע'חזר'ט מיט אונז די ווערטער אן א שיעור מאל, מיר זאלן געדענקען וואס בלייבט איבער, נאר שיחות, תפילות והתבודדות; דאס וועלן מיר מיטנעמען, עפעס אנדערש נישט. בפרט סתם שיחות ילדים, פארברענען צייט מיט מענטשן, דאס איז נישט און עס בלייבט נישט, נאר שמועסן מיט'ן אייבערשטן - דאס איז יא און דאס בלייבט.


שטארק זיך בתפלה והתבודדות, שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועסטו זען גרויסע ניסים.


פון דיין ראש ישיבה.

#2875 - עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דראפע זיך און דערהאלט זיך, האלט זיך מיט אלע כוחות; אפילו עס איז דיר ביטער שווער, דו ביסט צעבראכן פון אלעס וואס גייט אויף דיר אריבער, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף א שידוך, מען האט דיר איבערגעהיפט; דיין יונגערע שוועסטער האט שוין חתונה געהאט, און דיינע יונגערע נעפיוס און ניסעס - אלע האבן חתונה און דו האסט נאכנישט געטראפן דיין שידוך.


דאך בעט איך דיר זייער ליבער טייערער ברודער, פארליר נישט די אמונה ובטחון, גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה, דער אייבערשטער טוט נאר גוטס, עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך. זאלסט זיין פרייליך, זאלסט ארומגיין מיט א פרייליכע פנים.


נעם די עצה פון רבי'ן: "התבודדות"; זיי זיך מתבודד יעדן טאג, זאג פאר'ן באשעפער ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און עס איז דיר אזוי שווער, וועסטו מאכן אזא רעש; דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען מען טענה'ט זיך, מען בעט אים מיט טענות און אמתלאות (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכד; שיחות הר"ן סימן סט).


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה דורך התבודדות ותפלה, די מח ווערט לויטער, מען ווערט א גרויסער צדיק.

#2874 - אנשטאט רעדן פון די אלע דמיונות, רעד פון אייבערשטן
היכל הקודש, דמיונות, משוגע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט חלומות, יעצט האלט עס ביי משיח און באלד וועסטו מאכן אן אפגאט; איך בעט דיר מיט שיינעם, אדער הערסטו אויף מיט די צעדרייטע זאכן אדער וועל איך דיר ארויסווארפן פון דא! מאך נישט די פלאץ וואס איך בוי מיט בלוט און שווייס א צעדרייטע פלאץ; אנשטאט רעדן פון די אלע דמיונות - רעד פון אייבערשטן, אנשטאט רעדן אז איך האב רוח הקודש - רעד פון אייבערשטן.


וואס דו טראכסט פאר דיר - גייט מיך נישט אן, וואס דו חלומ'סט - וויל איך אויך נישט וויסן, אבער וואס דו רעדסט און מאכסט משוגע אנדערע - דאס וועל איך נישט צולאזן.

#2873 - ברענג איך נישט אריין קיין צעדרייטע זאכן אין אונזער קהלה
היכל הקודש, ראש ישיבה, מורה דרך, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


אדער קענסטו מיר שרייבן ביי מיין נאמען אדער קענסטו מיר שרייבן ראש ישיבה; מער פון דעם שרייב מיר נישט. די אלע טיטלען וואס דו שרייבסט מיר לכבוד דער צדיק, לכבוד משיח, לכבוד איך ווייס נישט וואס - זאלסטו מיך נישט רופן און מיך נישט שרייבן. קענסט האלטן ביי דיר אין קאפ וואס דו ווילסט אויף מיר, קענסט טראכטן אויף מיר ביזן העכסטן הימל, אבער מאך מיך נישט משוגע און מאך נישט משוגע א צווייטן.


איך ווייס נישט ווער עס מאכט דא ביי אונז אין די קהילה נייע צעדרייטע זאכן וואס מען הערט אין אנדערע חסידות'ן. מיר האבן א רבי און מיר האבן די הייליגע תלמידים, רבי נתן און אזוי ווייטער מוהרא"ש; מערסטנס קענסטו מיך רופן ראש ישיבה וואס געבט איבער די עצות פון די הייליגע צדיקים.


מען דארף טאקע האבן תמימות, מען דארף זיין בתמימות; די העכסטע זאך איז תמימות, דער רבי זאגט אונז זיין תמימות'דיג און דער זעלבער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גַּם בִּתְמִימוּת אָסוּר לִהְיוֹת שׁוֹטֶה", ווען מען פירט זיך בתמימות איז אסור צו זיין א שוטה; מען דארף פרעגן אלע ספיקות פון א רב א מורה דרך, אבער סתם פארדרייען דעם קאפ פיר און צוואנציג שעה, פרעגן זאכן וואס האט נישט מיט קיין מורה דרך צו טון - דאס איז טפשות, דאס איז נישט תמימות; אויסער דעם וואס מען נעמט צו צייט פון וויכטיגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2872 - פון די שיעורים און בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און ספק
שידוכים, ספיקות, דרשות, היכל הקודש, בריוו, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך נעם אן די מוסר; עס קומט זיך מיר אסאך מער.


בנוגע דיין זון; געלויבט דעם אייבערשטן ער איז זייער וואויל, ער לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים.


אויף דיין טענה פארוואס איך ענטפער דיר נישט וועגן די שידוך; דאס נישט ענטפערן - דאס איז די תשובה, קומט אויס אז איך האב דיר יא געענטפערט.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט זיך זייער שטארקן אפילו איך קום נישט אן צו רעדן צו דיר און דיר צו ענטפערן, פון הערן די שיעורים און לערנען די בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און יעדע ספק.


איך פארשטיי אז דו ווילסט פריוואטע אויפמערקזאמקייט; זיי מיר מוחל, איך בין פארנומען מיט די בחורים און קינדער, דאס איז ביי מיר די ערשטע און דאס וויכטיגסטע, און אז עס בלייבט איבער צייט דארף איך לערנען מיינע שיעורים און פארשטייט זיך אהיים גיין העלפן מיין ווייב. אפשר איז דא אנדערע פלעצער וואס מען קען באקומען מער פריוואטע אויפמערקזאמקייט, דא אין היכל הקודש אפילו איינער זאל קיינמאל נישט קומען רעדן פריוואט, אויב עפנט ער זיינע אויערן ווי א טראכטער און הערט אויס די שיעורים, ער עפנט די אויגן און לערנט די בריוו - איז נישטא קיין זאך וואס ער זאל נישט זען און האבן א תשובה דערויף.


מיט דעם אלעם וועל איך פרובירן צו מאכן צייט פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.