בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2796 - לערן יעדן טאג אן הלכה מיט די תפילין דרבינו תם
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


חשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם סעט שלחן ערוך הקטנים – מחבר רמ"א; זאלסט לערנען יעדן טאג נאכן דאווענען מיט תפילין דרבינו תם אן הלכה, אזוי ווי דעם רבינ'ס ווילן; דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין, רעד זיך אויס דאס הארץ יעדן טאג צום אייבערשטן אויף דיין שפראך.


די צוויי זאכן האט דער רבי פארלאנגט צו טון יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה.

#2795 - ווער ס'איז טועם פון דעם רבינ'ס שכל, ווערט נישט פארנארט
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין מאמע וויל דו זאלסט גיין אויסהערן א שיעור - זאלסטו גיין; האב נישט מורא, עס וועט דיר גארנישט שאטן. איינמאל מען איז טועם פון די אונגארישע וויין, מען הערט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, דעם רבינ'ס שכל - קען מען שוין נישט ווערן פארנארט; אדרבה, דו וועסט ווערן מער שטערקער צוגעקניפט צום רבי'ן.


עס איז מעשים בכל יום, עלטערן ווען זיי זעען די קינדער ווערן מקורב צום רבי'ן, מיט א פלאם פייער, שיקט מען דאס קינד צו דעם און צו יענעם, דער זאל רעדן, יענער זאל אפרעדן, פארשטייט זיך מיט חכמה; וואס געשעהט? די קינדער קומען צוריק נאך שטערקער, ווייל נאכן הערן דעם רבי'ן - קען מען שוין נישט הערן די אלע נארישע דרשות וואס ביי די גאס הייסט דאס חכמות.


גיי צו די שיעורים, און ממה נפשך; וועסטו הערן שיינע זאכן - איז דאך גוט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א) "אֵיזֶהוּ חָכָם, הַלּוֹמֵד מִכָּל אָדָם, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, צט): מִכָּל מְלַמְּדַי הִשְׂכַּלְתִּי", איך לערן זיך שיינע זאכן פון אלעמען; און אז נישט - איז נאך בעסער, וועסטו זען ווי מען מאכט חוזק פון מענטשן, די רחמנות אויף מענטשן - וועסטו ווערן שטערקער אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2794 - די גרעסטע הפצה איז ווען מ'פירט זיך ווי עס דארף צו זיין
בחור, הפצה, מדות טובות, ישיבה, בושה, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום פארשעמען א איד; וואס ווילסטו פון דעם בחור? גיי בעט אים איבער, קריג זיך נישט מיט אים.


מוהרא"ש איז געווען אזוי ברוגז אין יבנאל ווען ער האט געהערט אז מען טשעפעט ס.מ. - דער שטראף פון יבנאל. אמאל האט איינער געשפיגן אויף ס.מ. און מוהרא"ש האט יענעם ארויסגעווארפן פון שול; ווייל אונזער זאך איז נישט טשעפען יענעם.


דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ דעם בחור, ענטפער אים נישט ווען ער שפעט פון דיר, ער שעלט מוהרא"ש; ער גייט אין די וועג פון זיין זיידע דער ס.מ. זאלסטו אים נישט ענטפערן; אפילו דו האסט גענוג סחורה וואס אים צו ענטפערן, דו קענסט אים זאגן וואס רבי אליעזר האט געזאגט (מגילה כה:): "עד שאתה בודק [...] צא ובדוק בתועבות [...]", איידער דו רעדסט זאלסטו קוקן ווער דו ביסט, פון וועם דו שטאמסט - דאך זאלסטו שווייגן, רעד נישט.


דאס וואס דו מיינסט אז ער שטערט דיר הפצה, ער רעדט צו אלע בחורים קעגן מוהרא"ש; מאך זיך נישט צוטון, דו גיי דיין וועג, דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, צוביסליך וועלן אלע בחורים דיר נאך טון. דאס איז די גרעסטע הפצה, די גרעסטע קידוש שם רבינו, ווען א בחור א מקורב זיצט אין ישיבה און רעדט שיין, רעדט מיט דרך ארץ, פירט זיך מיט יראת שמים, טענה'ט נישט מיט קיינעם, לערנט שיעורים כסדרן אויפ'ן דרך הלימוד בכל חלקי התורה; אלע קוקן מיט שעצונג, מען זאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד", דאס וועט אלעמען ברענגען צו וועלן זיין גוט און ערליך.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן אויף זיין זיידע ס.מ. דער שטראף פון יבנאל, אבער איך וויל נישט דו זאלסט זיך טשעפען.


האסט געענדיגט די וואך די דרייצנסטע מאל ששה סדרי משנה; דאס איז די בעסטע ענטפער אויף אלע לצנות וואס מען מאכט אויף מוהרא"ש. האסט געענדיגט מסכת יבמות אין סדר ש"ס, מער פון דעם דארפסטו נישט ענטפערן, דאס איז די גרעסטע ענטפער, צו זען ווי א יונגער בחור זיצט אין ישיבה און נוצט אויס די צייט מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2793 - א ברכה לכבוד די זעכציגסטע יום הולדת
יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... שליט"א


איך וויל דיר ווינטשן א ברכה לכבוד דיין זעכציגסטע יום הולדת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו לאנגע געזונטע יארן און צו זען נחת פון די קינדער און אייניקלעך ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#2792 - וואס מיינט "שלעכטע תפילות" וואס מ'טאר נישט בעטן?
תפילה והתבודדות, צדיקים, הכנסת אורחים, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט וואס רבי נתן בעט אין די תפילה (לקוטי תפילות, עד): "וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי מִתְּפִלּוֹת רָעוֹת", דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון שלעכטע תפילות, און דא הערסטו ביי די שיעורים אין ישיבה אז מען קען אלעס בעטן; דו ווילסט פארשטיין וואס מיינט שלעכטע תפילות, עס איז יא משמע אז אויף עפעס זאל מען נישט בעטן?


קוק אריין אין די תורה אויף וואס די תפילה גייט ארויף, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רט): "כִּי יָדוּעַ שֶׁיֵּשׁ לְכָל אָדָם תְּפִלּוֹת רָעוֹת", יעדער מענטש האט נישט גוטע תפילות וואס ער בעט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "גַּנָּבָא עַל מַחְתַּרְתָּא רַחֲמָנָא קַרְיָא", דער גנב איידער ער ברעכט זיך איין, בעט ער א שטילע תפילה פונעם אייבערשטן: הייליגער באשעפער, העלף מיר די גניבה זאל זיך גוט אויסארבעטן, קיינער זאל מיך נישט כאפן, "נִמְצָא אַחַר כָּךְ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּה הָרָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּא הַתְּפִלָּה רָעָה וּמְבַלְבֶלֶת אוֹתוֹ", ווען דער מענטש וויל דאווענען צום אייבערשטן, ער וויל בעטן אויף גוטע זאכן, קומען די נישט גוטע תפילות און שטערן דעם מענטש; מען ווייסט נישט וואס איז א גוטע תפילה און וואס איז א שלעכטע תפילה, אדער חס ושלום א מענטש ליגט אין זיינע תאוות רעות, ער זוכט א שלעכט תאווה, בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל קענען אויספירן זיינע שלעכטע זאכן.


וואס איז די עצה? זאגט דער רבי: "וְהַתִּקּוּן לָזֶה, הַכְנָסַת אוֹרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם", די עצה אויף דעם איז אריינצונעמען תלמידי חכמים ביי זיך אין שטוב, אז מען נעמט אריין אין שטוב תלמידי חכמים דעמאלט פאררעכט מען אלעס; ווייל דער צדיק לערנט אויס וואס צו בעטן און וויאזוי צו בעטן, דער צדיק לערנט אויס וואס איז גוט, וואס איז וויכטיג.


אויף די תורה בעט רבי נתן די תפילה: יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתַּעַזְרֵנִי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וּתְזַכֵּנִי לְהַכְנִיס אוֹרְחִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים בְּתוֹךְ בֵּיתִי, וְאֶזְכֶּה לְקַבְּלָם בְּכָבוֹד גָּדוֹל וּלְכַבְּדָם בְּכָל עֹז וּפְאֵר, עַד שֶׁיַּעֲלֶה לְפָנֶיךָ מִצְוָה זוֹ שֶׁל הַכְנָסַת אוֹרְחִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים כְּאִלּוּ הִקְרַבְתִּי תְּמִידִין כְּסִדְרָן, וּבִזְכוּת זֶה תַּעַזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּתִי לְפָנֶיךָ בְּכַוָּנָה גְדוֹלָה בְּכָל לֵב וָנֶפֶשׁ, וּבְמַחֲשָׁבָה זַכָּה וּנְכוֹנָה לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל לְבַד בֶּאֱמֶת, וּבְלִי שׁוּם בִּלְבּוּל וְעִרְבּוּב הַדַּעַת, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת כְּלָל, וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי מִתְּפִלּוֹת רָעוֹת, וְלֹא יְבַלְבְּלוּ הַתְּפִלּוֹת רָעוֹת אֶת תְּפִלָּתִי הַקְּדוֹשָׁה, וּתְתַקֵּן וּתְזַכֵּךְ אֶת תְּפִלָּתִי, וְתִהְיֶה תְפִלָּתִי שְׁלֵמָה וּסְדוּרָה בְּפִי, וְיִהְיוּ נָא אֲמָרַי לְרָצוֹן לִפְנֵי אֲדוֹן כֹּל, וְתַעֲלֶה תְפִלָּתִי לְפָנֶיךָ לְרָצוֹן לְמַעְלָה לְמַעְלָה, וְתַעֲלֶה וְתִנָּשֵׂא לִהְיוֹת כֶּתֶר לְרֹאשְׁךָ, וּתְמַלֵּא כָּל מִשְׁאֲלוֹתַי לְטוֹבָה בְּרַחֲמִים, הַאֲזִינָה ה' תְּפִלָּתִי וְהַקְשִׁיבָה בְּקוֹל תַּחֲנוּנוֹתָי, וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן, אֱלֹקִים בְּרָב חַסְדֶּךָ עֲנֵנִי בֶּאֱמֶת יִשְׁעֶךָ, יֶעֱרַב עָלָיו שִׂיחִי, אָנכִי אֶשְׂמַח בַּה' יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם, בָּרְכִי נַפְשִׁי אֶת ה', הַלְלוּיָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ארייננעמען דעם רבי'ן ביי אונז אין שטוב, די גאנצע שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים; אז מען לעבט מיט א צדיק - דאס הייסט אריינגענומען תלמידי חכמים אין שטוב, דעמאלט ווייסט מען שוין וואס צו בעטן, מען ווייסט ווי אזוי צו בעטן, עס בעט זיך איין זאך: "טאטע איך וויל זיין גוט, טאטע איך וויל זיין ערליך, טאטע איך וויל זיין דבוק צו דיר בתכלית השלימות", מען וויל גארנישט, מען וויל גארנישט אויסער דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2791 - מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן און געזאגט מערערע מאל, אויב איז דא זאכן וואס שטערט אייך פון אייער מאן - דארפט איר דאס אויסשמועסן מיט אים. מאן און ווייב זענען שותפים אין לעבן; ביי שותפות דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


עס זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון רעדן און זיין אפן ווען עפעס באדערט מיט די טענה אז נאכן רעדן ווערט צעשטערט די רואיגקייט, מען ווערט אביסל אנטוישט איינער אויפ'ן צווייטן; דאס איז נישט גערעכט, ווייל אזוי ווי ווען מען האט אן אינפעקשן גייט מען צום דאקטער, דער דאקטער פלאצט אויף דעם וואונד, עס רינט ארויס די אייטער און בלוט; עס זעט אויס שרעקעדיג, עס איז נישט בא'טעמ'ט - אבער דאס איז די רפואה, אז די אייטער און שמוץ זאל ארויסגיין. וועט איינער זאגן: "איך גיי נישט צום דאקטער, איך וויל נישט זען די אייטער און בלוט"? וועט איינער טראכטן נישט אויפצועפענען די וואונד ווייל עס טוט וויי? מען קען דאך אינגאנצן פאר'סמ'ט ווערן השם ישמרינו! אזוי איז ביי מאן און ווייב, מען מוז עפענען דעם וואונד, אפילו עס טוט וויי.


אז מען האט זאכן צו שמועסן דארף מען דאס דורכרעדן און אז מען רעדט עס דורך איינמאל און נאכאמאל, מען זאגט פאר'ן מאן: "דאס טוט מיר וויי, דאס שטערט מיר", און דער מאן ענטפערט: "מיר טוט וויי עפעס אנדערש", - ווייסט מען ווי אזוי אכטונג צו געבן איינער אויפ'ן צווייטן, אבער אז מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף פון אינעווייניג - איז נישט גוט, די גאנצע ליבשאפט גייט אוועק.


נאך א וויכטיגע כלל אין שלום בית; אז דער מאן האט א פארקערטע נאטור פון די ווייב און דאס שטערט פאר די ווייב, צום ביישפיל, אז דער מאן איז א שטייטער און די פרוי איז מער שנעל, מער שארף, און זי ווערט נערוועז פון זיין שטייטקייט - איז דאס איר פראבלעם, נישט זיין פראבלעם; די פרוי האט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן און חוזק מאכן צו אירע געשוויסטער אדער חבר'טעס פון איר מאן און לעבן יענע סארט לעבן השם ישמרינו, אדער זיך איינבייגן דעם קאפ פאר'ן אייבערשטן, אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נישט אלעס מוז זיין ווי איך וויל; זוכן די וועג ווי אזוי זיך צוגעוואוינען לעבן מיט א שטייטע מענטש.


אדער צום ביישפיל, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער און די ווייב איז א פונקטליכע - איז דאס נישט זיין פראבלעם; זי האט א פראבלעם, זי מיינט אז אלע מענטשן דארפן זיין לויט איר פונקטליכקייט, לויט איר ריינקייט וכו'. אנשטאט וויינען אויפ'ן מאן - זאל זי וויינען אויף איר צרה, זי זאל ארויסקריכן פון די וועג וואס זי לעבט אז אלע דארפן זיין אזוי ווי איר.


אבער אז מען ווערט וויי געטון איינער פון צווייטן - דאס מוז ווערן דורכגערעדט, אדער חס ושלום האבן א פחד איינער פון צווייטן - דאס טאר נישט זיין; ווען מען רעכנט זיך נישט מיט'ן צווייטנ'ס געפילן, מען מאכט יענעם אוועק, מען טוט וויי יענעם - דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אייך אין שטוב, זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און פלעכטס אריין צווישן די פסוקים אייגענע ווערטער, זאגט ארויס דעם אייבערשטן וואס דרוקט אייך אויפ'ן הארץ - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2790 - מען דארף זיך דורך רעדן, נישט סטראשען
שלום בית, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


דאס וואס איר טוט איז א גרויסע עבירה  איר סטראשעט אייער מאן מיט נישט גיין וכו' - דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע סכנה.


אז מען האט זאכן וואס שטערט - דארף מען זיך דורך רעדן, נישט סטראשען; דער אייבערשטער באצאלט א גרויסע שטראף.

#2789 - לאז וויסן פאר די מענטשן וואס ווארטן פאר א דירה אין שטעטל
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אזוי ווי עס ווערט יעצט פערטיג מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נאך ניינצן דירות; זעכצן דירות אויף טווין ברידש, צוויי דירות אויף מארקס און א ניינצנטע אויף אלד מאנטיסעלאו - זאלסטו פרעגן אלע משפחות וואס האבן געקויפט אויב זי ווילן פארדינגען זייער צווייטע דירה, און די משפחות וואס ציען זיך אוועק פון איין דירה צום צווייטן - זאלסטו אויך נעמען אין חשבון וויפיל דירות עס שטייט צו פארדינגען און הייב אן ענטפערן פאר די אלע מענטשן וואס ווארטן אויף אן ענטפער פון דיר פאר א דירה אין שטעטל.


מענטשן ווארטן אזוי לאנג דו זאלסט צוריק רופן און מעלדן אויב איז דא דירות; יעצט אז עס איז דא דירות - איז דאך א שאד פאר די אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל.


בנוגע דעם שאטל וכו'; איך וויל א שאטל אין שטעטל פאר יעדע פרייז, משפחות קענען נישט זיין איינגעשפארט, עס מוז זיין א וועג פאר די פרויען צו קענען ארויסגיין זיך אויסלופטערן.


אויב דו האסט עפעס אינפארמעישן בנוגע דעם בית החיים - לאז מיר וויסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2788 - מען קען נישט וואוינען אין א שלעכטע דירה
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דינגען א צווייטע דירה, מען קען נישט וואוינען אין א דירה סרוחה; אז עס גייט א גערוך – איז דאס נישט קיין דירה, ובנוסף, אז דער לענדלער קומט און שטערט – איז נישט ווערד דארט צו וואוינען.


די צווייטע פראגע, אויב דו זאלסט זיך ציען אין שטעטל; דאס האט מיט ענק, אויף דעם ענטפער איך נישט. זייט זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר ווייזן דיין פלאץ וואו דו זאלסט וואוינען.


זע צו העלפן אין שטוב; אין די חדשים וכו', דארף מען זיין מער פארזיכטיג נישט צו אויסמוטשען די ווייב וד"ל.


 

#2787 - די פרויען נעמען זיך צוזאם אויסצולופטערן
קאמפלימענטס, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' קרית ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי גליקליך איר שפירט זיך אין שטעטל ברסלב, ווי צופרידן איר זענט פון די מלמדים און טיטשערס; איך האף איר זאגט פאר די טיטשערס ווי צופרידן איר זענט, און פאר די ווייבער פון די מלמדים; זיי ארבעטן אזוי געטריי, אזויפיל כח און הארץ גייט אריין אין יעדן קינד באזונדער.


א גרויסן דאנק אז איר מאכט פון צייט צו צייט א לאנטש, איר נעמט צאם פרויען אין שטעטל, מען קומט זיך צאם זיך אביסל אויסלופטערן, בעיקר די פרויען וואס זיצן אין שטוב א גאנצע וואך; איך הער צוריק פון פרויען ווי שטארק זיי זענען זיך מחי'.


בנוגע וכו'; איר זאלט זיך פירן ווי אזוי מען האט אייך געלערנט.


בנוגע עפענען א גמ"ח פון קאר סיט"ס, קריב"ס; אדרבה ואדרבה, עולם חסד יבנה.


 

#2786 - דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב
קינדער, שלום בית, שערן די האר, פרנסה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפסטו לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב; אן ערליכע, א וואוילע, א צדקת; זי האט זיך אפגעשוירן איר האר.


לעצטנס ווערט מער און מער איינגעריסן ביים היימישן ערליכען עולם אז מען שערט זיך נישט די האר, עלטערן זענען אזוי צעבראכן צוקוקענדיג ווי די אייגענע קינדער גייען אוועק פון די ערליכע וועג, פון קדושה וטהרה. אז דיין ווייב שערט זיך דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב, און בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן בלייבן ביי די ערליכע איידעלע וועג.


א סגולה פאר עשירות, רעד שיין און ווייך צו דיין ווייב; אויב דו וועסט קיינמאל נישט וויי טון דיין ווייב, דו וועסט איר מכבד זיין – וועסטו זיין א גרויסער עושר.

#2785 - געב נישט דיין גאנצע געלט, מ'וועט שאפן געלט פאר די מקוה
צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פארוואס בעטסטו נישט געלט? פון וואו זאל איך וויסן אז דו לייגסט אויס טויזנטער דאלער, דיין אייגנס, און יעצט האסטו נישט קיין ברויט אין שטוב?


קודם כל זאלסטו אפשטעלן דאס בויען די מקוה, איך לאז דיר נישט ווייטער בויען בשום אין אופן; דו האסט געשאפן א נדבן פאר דרייסיג טויזנט דאלער, וועט מען דארפן שאפן א נדבן פאר די נאך דרייסיג טויזנט דאלער; פארוואס זאלסטו לייגן דיין לעצטע פרוטות און נישט קענען אהיים ברענגען ברויט?


די מקוה טהרה ביי האברך ... נרו יאיר – באצאל איך, אבער איך קען נאר באצאלן אז דו זאגסט מיר ווען דו דארפסט. איך האב אפגעמאכט מיט די בחורים, די אלע בחורים וואס גייען נאך געלט, זיי העלפן מיר בויען די מוסד – וועל איך גיין מיט זיי אויף א שבת, און מיט די געלט וועל איך ענדיגן די מקוה.


פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן ארויסגיין פון די חובות און קענען נאך אסאך טון פאר'ן באשעפער.

#2784 - זע צו לערנען און דאווענען, וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק
תפילה והתבודדות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


א מתנה פאר מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר


זע צו לערנען און דאווענען – וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך.


פון דיין ראש ישיבה.

#2783 - די ברסלב'ע צייטונג איז זייער שיין
הפצה, הדפסה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער צייטונג איז זייער שיין, עס איז אנגעפילט מיט אמונה און חיזוק, עס ווערט שענער און שענער און רייכער וואך נאך וואך. איך האף אז דו טוסט דאס מיט דיין גאנצע הארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה, מענטשן גלייכן דאס זייער, מענטשן גלייכן קאלירפול, אויג פארכאפנד וכדומה.


עס איז כדאי צו טוישן דעם ערשטן בלאט; עס איז נישט אזוי שיין, עס דארף זיין שענער. יעצט ביים אנהייב קען מען נאך טוישן, איין מאל עס ווערט א געוואוינהייט, דעמאלט לאזט מען שוין ווי אזוי עס איז.


אויך קענסטו מאכן א קינדער אפטיילונג; קענסט נעמען פון האברך ... די עצתו אמונה פאר קינדער. ער האט שוין מעשיות פאר א יאר, ער האט דאס איבערגעמאכט פון פריש, אלע בילדער קאלירט; קענסט דאס נוצן פאר די קינדער אפטיילונג.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מגלה זיין דעם אייבערשטן פאר די וועלט.

#2782 - מיטהאלטן שמחות אויפ'ן ריכטיגן וועג
משפחה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פארלירט זיך נישט, דער אייבערשטער היט אויף אייך און אייער משפחה, אייער טאכטער וועט זיין געזונט און שטארק.


בנוגע מיט האלטן שמחות, זיך שלעפן פון איין שטאט צום צווייטן, יעדע נאכט צו א צווייטע שבע ברכות; טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם, מאכט עס מיט חכמה, מען הערט אויס יעדן איינעם, מען נעמט אן די איינלאדענונג און אויף למעשה טוט מען וואס איז באקוועם און וואס איז ריכטיג, מיט אסאך התבודדות, אבער טענה'ן האט נישט קיין שום זין; בפרט מיט משפחה, מיט עלטערן - טענה'ט מען קיינמאל נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2781 - עס איז א גרויסע עבירה אויפצוהייבן די פרייז
שטעטל, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אזוי ווי איר דערציילט מיר אז עס איז דא משפחות וואס ציען ארויף די פרייזן פאר גוי'טעס, די גוי'טעס לויפן צו די משפחות וואס טראגן זיך אן צו צאלן מער, נאכדעם קען מען נישט נאכקומען די פרייזן; וויל איך אייך בעטן איר זאלט צאמנעמען אלע משפחות און אלע אינאיינעם זאלן אפמאכן אז קיינער צאלט נישט מיט איין פרוטה מער וויפיל מען מאכט אפ, און אז מען וועט זיין שטארק, מען וועט ארבעטן אינאיינעם - וועלן זיי אראפקומען מיט די פרייז.


עס איז א גרויסע עבירה אויפצוהייבן די פרייז.


איך האף איר האט הנאה געהאט פון די אסיפת הורים, פון די שיעור; אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו.

#2780 - אז איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער
קינדער, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס דער דאקטער דערשרעקט, ער זעט א ווייסע פינטל אין הארץ, ער זאגט אז עס קומט א נישט געזונטע קינד, איר בעט איך זאל אייך צוזאגן א געזונט קינד; איך קען נישט צוזאגן, איך קען אייך נאר זאגן אזויפיל, אז אויב איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, איר וועט זיך נישט וויי טון - וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער.


זאגט יעדן טאג שמות הצדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", אז מען זאגט די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאגט מוהרא"ש, מען זאל אין די טעג, אין די חדשים - זאגן די נעמען פון צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געזונט קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2779 - נאך דיין ביטערע דורכגאנג, דארפסטו זיך שטארקן אנצוגיין ווייטער
קינדער, צרות, אמונה, שלום בית, התחזקות, נסיונות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות און קיין תרעומות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, עס איז געווען א צייט ביי מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז אריבער שרעקליכע ביטערע יסורים אין לעבן, האט מוהרא"ש געהאט אויפגעשריבן אויף א פאפיר אויפ'ן טיש אין גרויסע ווערטער דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; דאס האט מוהרא"ש געהאלטן פאר זיינע אויגן און דאס גע'חזר'ט: "דער אייבערשטער איז גערעכט, אלעס וואס ער טוט איז מיט גערעכטיגקייט, דער אייבערשטער איז באגלייבט, נישטא קיין גרייזן".


יעצט דארפסטו זיך אהער שטעלן מיט אלע כוחות צו זיין א טאטע פאר דיינע קינדער און א שטארקער מאן פאר דיין ווייב; באלד מאכסטו חתונה, דארפסטו טוישן די שטומע אין שטוב. אז דו ווילסט וויינען זאלסטו זיך באהאלטן; אז עס ווערט דיר שווער, דו דערמאנסט זיך פון דיין טייערע יונגע נשמה'לע וואס איז נפטר געווארן אזוי יונג, אזוי ריין - זאלסטו גיין אין די זייט וויינען; אין געגנווארט פון די קינדער זאלסטו זיין פרייליך.


אזוי אויך, ווען דיין ווייב וויינט זאלסטו איר שטארקן און זאגן: "מיר האבן נישט פארלוירן אונזער קינד, אונזער קינד איז אויבן אין גן עדן, מיר וועלן זיך שפעטער טרעפן מיט אים"; ביי אידן איז נישטא פארלוירן, ביי אידן איז דא די וועלט און נאך א וועלט, מען גייט אוועק פון די וועלט און מען גייט צום צווייטן וועלט, איינער גייט פריער און איינער גייט שפעטער; דיין זון איז אין גן עדן, דער אייבערשטער לערנט מיט אים תורה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בְּכָל יוֹם וָיוֹם יוֹשֵׁב מַטַ"ט שָׁלֹשׁ שָׁעוֹת בִּשְׁמֵי מָרוֹם", יעדן טאג זיצט דער גרויסער מלאך מט"ט אין הימל, "וְכוֹנֵס אֶת כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁל עֻבָּרִין שֶׁמֵּתוּ בִּמְעֵי אִמָּן", ער נעמט צוזאמען אלע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די מאמע נאך פאר'ן געבוירן ווערן, "וְשֶׁל יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁמֵּתוּ עַל שְׁדֵי אִמָּן", און ער נעמט צוזאמען די אלע נשמות פון די זייגעדיגע קינדער וואס זענען געשטארבן קליינערהייט, "וְשֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁמֵּתוּ עַל חוּמְשֵׁי תוֹרָה", און ער נעמט צוזאמען די קליינע קינדער וואס הייבן אן גיין אין חדר, "וּמֵבִיא אוֹתָן תַּחַת כִּסֵּא הַכָּבוֹד, [...] וּמְלַמְּדָן תּוֹרָה וְחָכְמָה, הַגָּדָה וּשְׁמוּעָה, וּמְסַיֵּם לָהֶן סֵפֶר תּוֹרָה", ער נעמט זיי צאם אונטער דעם כסא הכבוד פונעם אייבערשטן און לערנט מיט זיי תורה, ער ענדיגט מיט זיי די גאנצע תורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און שטארק דיין גאנצע משפחה.

#2778 - די נסיון פון די תלמידים איז נאך שווערער ווי דעם צדיק'ס נסיון
הפצה, בית המדרש, נסיונות, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך פריי זיך צו הערן נאכאנאנד גוטע גרוסן פון ענקער חבורה אין ירושלים עיר הקודש.


מענטשן דערציילן, זיי פאלן אריין א תפילה אין שול; עס איז אזוי געשמאק, אזוי ווארעם, מען האט זיך ליב. איינע פון די משפחות פון די קהילה פון אמעריקע זענען געווען ביי ענק יום טוב סוכות, זיי הערן נישט אויף רעדן ווי שיין עס איז דארט. דער אינגערמאן זאגט מיר, איך ווייס נישט אויב מען מעג זאגן אזוי, דארט איז אין א געוויסע זין מער ווארעם ווי אין ישיבה; עס הערשט ממש א ליבשאפט, מען האט זיך ליב, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, אלע ווילן איין זאך, נאר הערן וואס דער רבי זאגט אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט דאס אונז געגעבן.


איך וויל אייך מיטטיילן א שיינע חיזוק וואס מוהרא"ש זאגט אויף די פרשה, מען זעט ביי די פרשה פון די עקידה, די גרויסע נסיון וואס דער אייבערשטער האט געפרואווט אברהם אבינו ער זאל נעמען זיין זון יצחק, זיין איינציגסטער זון וואס ער האט געווארט אזוי לאנג אויף אים, ביז די הונדערט יאר - און אים שחט'ן פאר'ן אייבערשטן. אברהם אבינו האט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין שום שאלות, ער האט דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה, למעשה געפונען מיר אז מען רופט אן די נסיון אויף יצחק אבינו 'עקדת יצחק' - נישט אויף אברהם אבינו'ס נאמען; זאגט מוהרא"ש, אברהם אבינו האט טאקע געהאט א גרויסע נסיון צו נעמען זיין איינציגסטע קינד און אים מקריב זיין פאר'ן אייבערשטן, דאך איז יצחק'ס נסיון שטערקער, ווייל יצחק האט דאס נישט געהערט פונעם אייבערשטן אליינס, יצחק האט געהערט פון זיין טאטע אברהם אבינו ווי ער זאגט אים: "קום זיך שחט'ן פאר'ן אייבערשטן" - דאס איז דער עיקר נסיון.


מוהרא"ש זאגט, דאס פאסירט שטענדיג אין יעדן דור. דער צדיק אמת וואס איז דבוק אינעם אייבערשטן, ער איז נישט מסיח דעת פונעם אייבערשטן קיין איין רגע, ער האט שווערע נסיונות, מען פארגיסט זיין בלוט, מען איז אים מבזה - דאס איז נישט אזא נסיון ווי די נסיון וואס די תלמידים גייען אריבער, ווייל דער צדיק איז א בחינה אזוי ווי אברהם אבינו וואס הערט פונעם אייבערשטן אליינס, ווידער די תלמידים - זיי הערן פון זייער רבי וואס דער רצון השם איז און זיי זענען זיך מוסר נפש צו טון די ווילן פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן די לימודים וואס זיי זענען מקבל פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר אלעמען; אפילו מען שפעט פון זיי, מען פארגיסט זייער בלוט וכו' וכו' - לאזן זיי נישט אפ זייער רבי'ן, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער נאמען; מוהרא"ש זאגט, מסירת השם איז מסירת נפש, ווען איינער געבט אוועק זיין נאמען, מען רעדט אויף אים כל דבר אסור - איז דאס אויך מסירת נפש, דאס איז א גרעסערע מדריגה.


שטארק אייך, זייט ממשיך מיט הפצה; זייט שטארק נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "אפילו דער רבי זאל מיר האקן מיט א דראנג - לאז איך נישט אפ דעם רבי'ן", און זעט צו פארשפרייטן דעם רבי'ן וואס מער; קוקט נישט אויף קיינעם, טענה'ט נישט מיט קיינעם - וועט איר מצליח זיין.


א פרייליכן שבת!

#2777 - דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה
תפילה והתבודדות, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן גייט אריבער מיט אזעלכע גרויסע זאכן; דיין ארבעט, פלאג און מי - איז אין זאכן וואס וועט בלייבן; יעדע ווארט וואס מען רעדט צו קינדער - בלייבט אויף אייביג, יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט יראת שמים, יעדע שמייכל - בלייבט.


דער עיקר שבעיקרים זאלסטו צילן אויף איין נקודה, דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה. מען דארף רעדן פון אלעמען, מען דארף רעדן פון גוטע מידות, פון יראת שמים, פון מצוות ומעשים טובים, אבער דער עיקר איז אמונה! די גאנצע תורה האט דער אייבערשטער געגעבן נאר אז מיר זאלן וויסן אז עס איז דא איין איינציגער באשעפער וואס ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און ער האט אלעס באשאפן.


רעד אויך פון צייט צו צייט צו די קינדער פון קדושה. ווען דו רעדסט צו די קינדער פון קדושה - זאלסטו רעדן מיט א שטארקייט; אז די קינדער פרעגן דיר ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען באדט זיך, ווען מען נעמט א שויער, ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען גייט ארויס - זאלסטו זיי קלאר ענטפערן אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש. האב נישט מורא אז די עלטערן זענען מער מאדערענע; זיי גייט נישט אן פון וואס דו רעדסט, זיי ווילן איין זאך, די קינדער זאלן אהיים קומען צופרידן, פרייליך און לעבעדיג.


רעד צו די קינדער פון תפילה, דערצייל זיי מעשיות פון תפילה. א ברסלב'ער חסיד האט יעדן טאג מעשיות פון תפילה, ווייל יעדע זאך בעט מען פונעם אייבערשטן, צוביסליך וועסטו זען אז די קינדער וועלן דיר אנהייבן דערציילן מעשיות פון תפילה. רעד צו זיי פון תפילה פון זייערע זאכן, נישט פון הויכע זאכן. ברענג אריין אין זיי אז 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז איבעראל; אלעס וואס מען וויל, אלעס וואס מען דארף - איז דא נאר איין עצה, אים בעטן אויף די אייגענע שפראך'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2776 - נישט שעפן קיין סיפוק פון זיך אראפקלאפן
שמחה, התחזקות, משפחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך ..., קלאפ זיך נישט, עס האט גארנישט מיט דיר; דאס אז ער איז צעבראכן - דאס איז זיין אייגענע דורכגאנג, דאס האט נישט מיט דיר; עס האט גארנישט פאסירט מיט וואס דו האסט אויסגעטייטשט וכו' וכו', סך הכל האסטו באקומען חיזוק ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז נישט ארויסגעקומען קיין שום מכשול דורך דעם.


הער שוין אויף זיך צו קלאפן, גענוג געווען; לאז שוין אפ די אלטע אויסגעטראכטע עבודות, דאס איז נישט עבודות השם, דאס איז סטרא אחרא; אזויפיל מענטשן ווי דיר וואס שעפן זייער חיות פון זיך אראפקלאפן, פון זיין ברוגז אויף זיך, דאס איז נישט עבודות השם; עבודות השם איז זיין פרייליך, זיך נישט קלאפן, און אז מען האט געמאכט א טעות - טוט מען גלייך תשובה.


קוק די הייליגע ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט (ספר מקור השמחה שיחות והודעות נחוצות, אות י): "כָּל זְמַן שֶׁהָאָדָם מַרְגִּישׁ אֵיזֶה מְרִירוּת וְעִצָּבוֹן בְּעַצְמוֹ", ווי לאנג דער מענטש שפירט ביי זיך א ביטערקייט און א טרויעריגקייט, "יֵדַע שֶׁעֲדַיִן רָחוֹק מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ", זאל ער וויסן אז ער איז נאך ווייט פונעם אייבערשטן, "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עֶצֶם הַשִּׂמְחָה", ווייל דער אייבערשטער איז נאר פרייליך, עיין שם.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש מקור השמחה, בעיקר די שיחות והודעות נחיצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2775 - ווי אזוי רבי נתן איז געהאלפן געווארן מיט קינדער
קינדער, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך זאלסטו לייגן די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז געהאלפן געווארן מיט קינדער.


דא האסטו די מעשה:


ווען דער הייליגער צדיק רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן איז געקומען צום רבי'ן איז ער געווען זייער צעבראכן ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער, ער האט זייער לאנג געווארט צו האבן קינדער. דער רבי האט אלעס געזען מיט רוח הקודש, דער רבי האט אים געזאגט: "אז דו ווילסט האבן קינדער - דארפסטו געבן א פדיון".


ווער ווייסט וואס מיינט א פדיון? א פדיון מיינט אז ווען מען גייט צו א צדיק בעטן א ברכה - געבט מען א פדיון פאר'ן צדיק, מען געבט צדקה פאר'ן צדיק, אזוי איז מען זוכה צו האבן ישועות און רפואות. דאס האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "אויב דו ווילסט האבן א ברכה פאר קינדער - דארפסטו געבן א פדיון".


ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט דעם רבי'ן: "אודאי גיי איך געבן געלט פאר א פדיון, איך האב סיי ווי געטראכט אייך צו געבן געלט פאר א פדיון", האט אים דער רבי געזאגט: "געלט דארף איך נישט, ברענג מיר זעקס בענקלעך פאר א פדיון".


דער הייליגער רבי נתן איז געווארן זייער פרייליך, ער האט געברענגט זעקס בענקלעך פארן רבי'ן און ער האט זוכה געווען צו האבן זעקס קינדער, פינף זין און איין טאכטער.


לייג א בילד ווי א מענטש מיט א דאשיק ברענגט זעקס בענקלעך, און לייג די נעמען פון רבי נתן'ס קינדער אויף די בענקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2774 - אפזאגן א שידוך ווייל דער טאטע איז א שלעפער?!
תפילות אויף אידיש, שידוכים, משפחה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן פון א תלמיד היכל הקודש אזעלכע ווערטער; האסט גארנישט געהערט שלעכטס אויף די מיידל, אדרבה, האסט געהערט אז זי איז אן איידעלע, א וואוילע, און דו זאגסט אפ די שידוך ווייל די עלטערן זענען שלעפערס? ווייל דער טאטע גייט נאך געלט?!


פלאי פלאים, א איד גייט נאך געלט צו קענען מפרנס זיין די שטוב - דאס מאכט אים פאר א שלעפער? א איד נעמט פון קופת צדקה - דאס מאכט אים ווייניגער חשוב? וואו בין איך אויף די וועלט? ביסטו אפשר פון די מדינה פון עשירים וואס אלעס איז וועדליג דאס געלט? מיר זענען דאך פון די בעל תפילה'ס לייט וואס מען קוקט גארנישט אויף געלט.


מענטשן זענען מזלזל אין משפחות וואס זענען נצרכים, זיי ווייסן נישט אז דאס גייט פאסירן ביי די אייגענע קינדער אדער אייניקלעך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנא:) דער הייליגער רבי חייא האט געזאגט פאר זיין ווייב: "כי אתי עניא", ווען אן ארעמאן קלאפט אין טיר, "אקדימי ליה ריפתא", זאלסטו אים געבן ברויט צו עסן, "כי היכי דלקדמו לבניך", אזוי וועט מען אויך געבן פאר אונזערע קינדער ווען זיי וועלן בעטן צדקה, האט זי געפרעגט רבי חייא: "מילט קא לייטת להו", דו שעלטסט מיר, פארוואס זאגסטו אזוינס? אונזערע קינדער גיין קלאפן ביי די טירן פאר צדקה?! האט רבי חייא איר געזאגט: "קרא קא כתיב", נישט איך זאג דאס, דער פסוק זאגט דאס (דברים טו, י): "כִּי בִּגְלַל הַדָּבָר הַזֶּה יְבָרֶכְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ..." די חכמים זאגן, "גלגל הוא שחוזר בעולם", די וועלט דריידט זיך ווי א רעדל, ארעמקייט קומט צוריק צום מענטש, "אם הוא לא בא", און אז עס קומט נישט צום מענטש, דער מענטש האט יא געלט, "בא בנו", קומט די ארעמקייט צום קינד, "ואם בנו לא בא, בן בנו בא", און אז די קינדער זענען נישט ארעם - וועט עס אנקומען צום אייניקל, דעריבער טאר מען נישט מזלזל זיין אין קיין ארעמעלייט.


ביי א שידוך קוקט מען אויף דריי זאכן. די ערשטע זאך פרעגט מען זיך נאך אויב די מיידל איז געזונט, מוהרא"ש זאגט "בראשית ברא", בראשית - די ערשטע זאך, ברא - געזונט, געזונט איז דאס וויכטיגסטע, דאס דארף מען גוט מברר זיין, אויב מען באהאלט נישט עפעס, אויב איז דאס געזונט מיט די נערווען. די צווייטע זאך - אויב זי איז ערליך, אויב זי האט יראת שמים, זי וויל אויפשטעלן א שטוב על דרך התורה, אויפציען קינדער אויף די אידישע וועג. דאס קען מען גרינג מברר זיין, מען קוקט ווער זענען אירע חברט'עס, מוהרא"ש זאגט אז מען וויל דערקענען א מענטש - קוקט מען ווער זענען די חברים; דער מענטש אליינס קען זיך אסאך מאל גוט פארשטעלן, ווען מען זעט די חברים זעט מען אלעס. דריטנס, אויב זי האט גוטע מידות; די דריי זאכן קוקט מען ביי א שידוך.


אויב איז די מיידל געזונט, ערליך און האט גוטע מידות - מאכט מען א צייט און א פלאץ וואו דער בחור און מיידל טרעפן זיך און רעדן פאר א שטיק צייט, מען פרעגט דעם בחור אויב זי האט חן, און מען פרעגט די מיידל אויב ער האט חן און מען ענדיגט די שידוך, דאס איז אויף וואס מען קוקט און מען זוכט.


ווער איז דער טאטע? וואס טוט די מאמע? ווי אלט איז די זיידע און ווי קלוג איז די באבע? די פעטערס זענען רייכע? די מומעס זענען באלעבאסטעס? ווער זענען די מחותנים? זיי האבן יא געלט אדער נישט געלט וכו' וכו'? - דאס איז נישט וויכטיג.


דאס וואס מען האט געזען א בילד פון די מיידל, זי גייט אנגעטון זייער פשוט; אויף דעם דערציילן שוין די הייליגע חכמים (נדרים סו.), א בחור האט אמאל געמאכט א נדר, ער גייט נישט טון א געוויסע שידוך, שפעטער האט דער הייליגער תנא רבי ישמעאל געזאגט מען זאל אנטון די מיידל מיט שיינע קליידער און איר שיין מאכן, מען האט געמאכט נאך א בעשוי און דער בחור האט געזאגט: "די מיידל וויל איך יא", האט דער הייליגער תנא רבי ישמעאל געוויינט, ער האט געזאגט: "וואס קען מען טון אז עס איז דא ארעמע מיידלעך וואס קענען זיך נישט אנטון שיין און עס גייט זיי נישט קיין שידוכים..."


איך וויל דיר נישט וויי טון, אבער קוק ביי דיר; דו ביסט א טייערער בחור, איך האלט זייער פון דיר, איך פרוביר דיר אנצוטראגן שידוכים; וועט איינער קומען זאגן ער וויל דיר נישט נעמען פאר אן איידעם ווייל ער הערט אז דיינע עלטערן קריגן זיך וכו'? איי, וואס ביסטו שולדיג? איי, וואס האט דאס מיט דיר? וואס קענסטו טון אז דיינע עלטערן האבן נישט געהאט דעם רבי'ן אין זייער לעבן? זיי ווייסן נישט פון דעם אז מען קען לעבן דא בזה העולם א חיים טובים; די קשיא איז נישט אזוי שווער אויף אנדערע מענטשן, ווייל אזוי טראכטן מענטשן, מען קוקט אויף די ארום און ארום; אבער מיר תלמידי היכל הקודש וואס מוהרא"ש האט אונז שוין געעפנט דעם קאפ - דארפן אנדערש צו גיין צו א שידוך.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאג פאר'ן אייבערשטען ווי שווער עס איז דיר צו זיין אליין, אז דו ווילסט חתונה האבן, מער נישט זיין קיין פלג גוף, און זאג נישט אפ קיין שידוך נאר אויב עס איז דא א פראבלעם אין געזונט און יראת שמים.


דא האסטו א שיינע תפילה צו זאגן יעדן טאג ביז דו טרעפסט דיין שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2773 - געב פאר די קינדער גוטע זאכן, זיי זאלן נישט דארפן קיין שלעכטע זאכן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וואס דו פרעגסט, אויב דו זאלסט קויפן פאר דיינע קינדער אן אייפא"ד צו קענען שפילן געימ"ס; עס איז נישט גוט צו קויפן די זאכן פאר קינדער, מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט קויפן פאר די קינדער די אלע כלים.


דארפסט אבער זען זיי צו געבן אנדערע זאכן, זיי זאלן זיין באשעפטיגט מיט אנדערע זאכן, נישט זיי זאלן זיצן אינדרויסן ווען אלע שכינים שפילן מיט די טעלעפאונס און זייערע אויגן קריכן ארויס פון קנאה; געב זיי זאכן מיט וואס זיי זאלן זיין באשעפטיגט.


האב שכל וויאזוי דו זאגסט דאס פאר'ן קינד, אסאך עלטערן שיקן זייערע קינדער מיר פרעגן אויף געוויסע זאכן אויב זיי מעגן דאס האבן, איך וויל זיי זאגן "ניין", איך וויל זיי זאגן נישט צו האבן דער זאך, אבער איך טראכט צו מיר 'מיר איז וויכטיגער אז דאס קינד זאל נאך וועלן מקבל זיין אין ישיבה אלע זיסע עצות פון רבי'ן; אויב וועל איך זיין דער שלעכטער וואס זאגט ניין אויף יעדע זאך וועט ער נישט וועלן אננעמען וואס ער הערט אין ישיבה', דעריבער זאג איך נישט וואס איך האב צו זאגן. אזוי אויך דארפסטו מיט שכל זיי אנפילן מיט גוטע זאכן און נישט זאגן פיר און צוואנציג שעה: "דער ראש ישיבה לאזט נישט", פארוואס זאל ער אויפוואקסן מיט א געפיל אז מען לאזט נישט און נישט וועלן מקבל זיין? איך האף דו פארשטייסט.

#2772 - זיין אפן איינער צום צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת .. תחי', קרית ברסלב


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער צום צווייטן; עס איז נישט אזוי געשמאק צו זיין אפן, אבער דאס איז זייער וויכטיג, מער פון אלעס.


צום ביישפיל, אז אייער מאן האט אייך געזאגט א ווארט וואס טוט אייך וויי, זאלט איר אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך האב דיר אזוי ליב, אבער עס טוט מיר וויי די ווארט וואס דו האסט מיר געזאגט", אדער אויב רעדט ער צו אייך נישט אזוי שיין, זאלט איר אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך בין אזוי פרייליך מיט דיר, אבער די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מיר טוט מיר וויי"; בשעת מען זאגט דאס איז טאקע נישט די בא'טעמ'סטע זאך, אבער נאכדעם ווערט עס גוט.


איר האט באקומען א וואוילער מאן, סיי איר און סיי אייער מאן זענען זייער וואוילע מענטשן; דער יצר הרע וויל נאר קאליע מאכן דאס ליבשאפט צווישן אייך, דאס איז זיין זאך - מחלוקת!


זאלט איר שטיין שטארק אויף דעם, נישט צו לאזן קאליע מאכן דאס ליבשאפט. האט נישט מורא פון אייער מאן, מען טאר נישט מורא האבן. רעדט צו אים שיין און ווייך, זאגט אים אייערע פילינגס - וועט איר ווערן באמת נאנט מיט אים, די שכינה וועט רוען צווישן ענק.


מאכט זיך צייט יעדן טאג צו זאגן אביסל תהלים.