בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#497 - מאכט חתונה אייער זון באצייטנס
קינדער, חינוך הילדים, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... הי"ו.


איך שרייב אייך דעם בריוו אויפן בקשה פון אייער זון, הבחור ... נרו יאיר.


ער וויינט צו מיר אז ער האלט עס מער נישט אויס און ער וויל חתונה האבן.


ער זאגט מיר אז זיין גאנצע אידישקייט הענגט אויף א האר וד"ל, און ער בעט מיר נאכאנאנד איך זאל רעדן מיט אייך, און אייך בעטן איר זאלט אים חתונה מאכן. ער זאגט אז מען טראגט אן שידוכים, גוטע שידוכים אבער מען וויל נישט אויסהערן, און ער שעמט זיך צו רעדן מיט אייך און מיט אייער ווייב.


ער איז פריער דא געווען און אזוי ביטערליך געוויינט אז די ווענט האבן מיט געוויינט; ער זאגט מיר: "מיין טאטע מאמע ווייסן נישט וואס פאר א ביטערע נסיונות איך מאך מיט, איך קען מער נישט!" – האט ער געכליפערט.


דעריבער בעט איך אייך: "האט'ס רחמנות אויף אייער בחור און לאזט אים חתונה האבן; זאגט'ס נישט אפ קיין שידוכים, ווייל אז איר וועט ווארטן וועט איר אלעס פארלירן".


קוקט'ס אייך אום וואס גייט היינט פאר, וויפיל בחורים און מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט. מען האט נישט געוויסט פאר דעם אז זיי גייען אפלאזן אידישקייט און מען האט זיי נישט אויסגעהערט, מען האט זיי אויך געזאגט אז זיי מאכן זיך וכו'.


זייט'ס נישט ברוגז אויף מיר פארן שרייבן דעם בריוו, איך וויל נאר איר זאלט האבן נחת. איך האב נישט קיין שום נגיעה נאר צו ראטעווען אייער זון.

#496 - ספר "אשר בנחל", א שטיק געטליכקייט
מוהרא"ש, סיום הש"ס, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער ספר "אשר בנחל" אין אידיש איז שוין ווידער אריין צום דרוק; יעצט אז מען דרוקט דאס מיט מפתחות וועט דאס זיין גאר שיין.


דעם ספר וועל איך בלי נדר דרוקן און דרוקן מיין גאנץ לעבן. ווייל "אשר בנחל" איז א ספר וואס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


איך האב געגעבן פאר האברך ... נרו יאיר אכט טויזנט דאללער, זיי אים מודיע ווי אזוי ער זאל שיקן די געלט קיין ארץ ישראל; אויך לאז מיר וויסן וויפיל געלט עס קאסט דאס ברענגען די ספרים קיין אמעריקע.


אויך בעט איך דיר זאלסט מאכן א שיינע דעקל פאר דעם ספר "עצתו אמונה" אין ענגליש; מרת ... תחי' און מרת ... תחי' שרייבן דאס איבער אויף ענגליש הערליך שיין. דאס פעלט זיך אויס אין ענגליש פאר די אלע וואס קענען נישט ליינען אידיש, אזוי ווי די מפיצים ר' ..., ר' ... און ר' ... בעטן מיר כסדר אז מען זאל מאכן נאך ספרים און קונטרסים אין ענגליש.


שטעל אויס מיטן גרעפיקער די גרויסקייט פון א קונטרס און אויך די פאנט, נאכדעם וועל איך דאס איבער געבן פאר א אינגערמאן ער זאל דאס אויסשטעלן יעדע וואך.


עס זייער שיין די גרעפיקס פאר די שבת סיום הש"ס; עס פעלט נישט אויס צו לייגן מיין נאמען, נאר שרייב: "שבת סיום הש"ס מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", שרייב נישט מיין נאמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#495 - זיי מחזק דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט צוריק געשריבן; עס איז מיר אונטער געקומען אנדערע זאכן און עס איז מיר ארויס פון קאפ.


נעכטן נאכמיטאג האב איך געשריבן א בריוו פאר דיין ווייב, און שפעטער ווען איך בין אהיים געקומען האב איך ערהאלטן נאך א בריוו פון איר וואו זי האלט מיר פאר פארוואס איך לייג אייך אין דער זייט און איך ענטפער אייך נישט; זי איז גערעכט, איך האב אייך שוין פון לאנג געדארפט ענטפערן, וואס זאל איך אבער טון אז עס איז אונטער געקומען אנדערע זאכן.


איך בעט דיר זייער: שטארק דיר טייערער ברודער און שטארק דיין ווייב תחי'; בדרך כלל ווען א ווייב גייט אריבער שוועריקייטן און זי גיסט זיך אויס איר הארץ פאר'ן מאן טאר דער מאן זיך נישט פארלירן און ווייזן פארלוירנקייט, נאר אפילו ווען די מצב זעט אים טאקע אויס פארלוירן, דארף ער מיט אלע כוחות רעדן ווערטער פון אמונה און חיזוק, אפילו עס זעט אויס ווי זי נעמט עס נישט אן.


דעריבער בעט איך דיר ליבער ברודער, טייערער ... נרו יאיר; ווען דיין ווייב גיסט זיך אויס איר הארץ פאר דיר זאלסטו איר אויסהערן און טרייסטן. רעד צו איר פשוט'ע ווערטער פון אמונה; זאג איר: "דער אייבערשטער איז דא, מיט אונז ביי אונז און נעבן אונז, און אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט איז מיט א חשבון".


עס איז א שאד זיך צו פייניגן מיט מחשבות פון שטארבן, ווייל ווען עס קומט די מינוט וואס מען דארף צוריק גיין צום אייבערשטן וועלן מיר אלע צוריק גיין, דערפאר איז א שאד זיך צו זארגן. ענדערש צינד אן לעבעדיגע ניגונים ביי דיר און שטוב, דאס וועט אוועק נעמען אלע פחדים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן יד): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט מורא זאל זינגען פרייליכע ניגונים, וועט אוועק גיין די פחד.


עס איז כדאי דו זאלסט דרוקן א באנד 'אשר בנחל'; דו קענסט איבער געבן די געלט פאר דעם שליח וואס גיבט דיר איבער דעם בריוו. מוהרא"ש פלעגט בעטן פינף הונדערט דאללער פאר א זכות צו דרוקן אשר בנחל.


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ווייב; איך ווארט צו הערן פון אייך אז עס איז אייך שוין גרינגער געווארן.

#494 - ס'שטעכט ביים הארץ צו זען ווי אידישע קינדער קריגן זיך
מחלוקת, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשטאט דו זאלסט מיר שרייבן לשון הרע אויף דעם און אויף יענעם שרייב מיר ענדערש דיינע סיומים; שרייב מיר וויפיל דו לערנסט און וויפיל צייט דו ביסט זיך מתבודד וכו'.


איך וויל נישט קיין מחלוקת, און איך וועל נישט צו לאזן עס זאל מחלוקת אין אונזערע ד' אמות; איך וועל זיכער מאכן אז אונזערע ד' אמות איז ריין פון מחלוקות.


שרייב מיר וויפיל אידן דו האסט היינט מחי' געווען מיט ספרים און קונטרסים; עס איז מיר נמאס צו הערן שלעכטס פון דעם און פון יענעם, איך האב נישט קיין כח פאר קריגערייען.


דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט ביים הארץ צו זען ווי אידישע קינדער האבן זיך פיינט.


איך ווארט צו זען גוטע זאכן אין דיינע בריוון.

#493 - אויב נעמט מען די צרה מיט שמחה, ווערט עס גרינגער
שמחה, צרות, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


שטארק זיך אין בורא כל עולמים וועט דיר גוט זיין; אלעס וואס גייט איבער אויפן מענטש, אויב נעמט ער דאס אויף מיט שמחה און ליבשאפט ווערט אים דאס גרינגער, ווידעראום ווי מער מען וויינט ווען מען האט א צרה – אלץ שווערער איז עס אויפן מענטש.


איך ווייס אז דו גייסט יעצט אריבער א ביטערע צרה, בעט איך דיר טייערער ... נרו יאיר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר; אז דיין ווייב איז געזונט און פאר דיינע זיסע קינדערלעך, וועט דער אייבערשטער דיר מאכן נאך ניסים.


אויך בעט איך דיר מיין ליבער תלמיד ..., "דיין זאך זאל זיין 'הפצה'"; יעדן טאג זאלסטו טראכטן צו זיך: 'וואס קען איך היינט טון פאר נאך א איד?' מיר דארפן עוסק זיין אין קירוב 'קרובים', מקרב זיין די ערליכע אידן צום באשעפער.

#492 - יעדער תלמיד איז ביי מיר ווי אן אייגן קינד
אמונה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק נישט פונקטליך וואס מיר האבן גערעדט וכו', אבער איך בין נישט מוותר אויף קיין איין תלמיד; יעדער תלמיד וואס האט געלערנט אין ישיבה איז ביי מיר ווי אן אייגן קינד.


געלויבט דעם אייבערשטן אז עס ווערן נתרבה תלמידים, אינגעלייט וכו' אין די הונדערטער'ס וואס זענען זיך מחי' מיט די דיבורים פון הייליגן רבי'ן; אבער ביי מיר זענען די תלמידים פון ישיבה מער חשוב ווי אלעס. די וואס האבן געלערנט אין ישיבה דורכאויס זייערע בחור'ישע יארן – דאס איז אן ענין אחר לגמרי, ממש ווי מיינע קינדער.


דאס האב איך דיר געשריבן; אז איך וויל דו זאלסט ווייטער קומען צו די שיעורים און זיין א טייל פון אזא פלאץ וואו עס קאכט די אמונה.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#491 - דאנק דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים
תודה והודאה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל; דער אייבערשטער זאל דיר געבן פיל אידיש נחת צוזאמען מיט דיין ווייב תחי'.


אז דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון אזא גרויסע נס און דיר געגעבן א ליכטיג קינד דארפסטו יעצט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן דיין גאנץ לעבן און דערציילן פאר יעדן איינעם די נסים וואס ער טוט מיט דיר.


קום אין בית המדרש יעדן טאג דאווענען, וועסטו זוכה זיין צו גרויס שפע.

#490 - מאך פרייליך דיין ווייב
שלום בית, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


מאך פרייליך דיין ווייב; דו האסט באקומען א מתנה פון הימל א טייערע פרוי, דארפסטו איר האלטן טייער.


שטארק איר זי זאל זיך גרויסן ווי זי גייט אנגעטון, זי זאל נישט קוקן אויף קיינעם וכו', זי זאל נאר טראכטן: 'וואס זאגט דער באשעפער אויף מיר?'


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז דעם ווארט פונעם פשוט'ן איד וואס האט געוויינט פסח ביינאכט ביים סדר: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" וואס זאגט מען אויב אין הימל אויף מיר (ווייל אויף רוסיש מיינט 'תָּם' דארט), און עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע טראכטן און זאגן.


אז דו זוכסט מופתים פון מוהרא"ש קוק זיך אליינס אין שפיגל און זאג: "א מופת בין איך"; קוק וואס פאסירט ווען מען פאלגט א צדיק. א ווארט פון א צדיק האט אזא כח אז עס ווערט מקוים.


ווען איך זע דיר זע איך א לעבעדיגע מופת פון מוהרא"ש.


א גוטן טאג.

#489 - איינטיילן די מיידלעך, יעדער זאל ארויסהעלפן
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


איך האב יעצט געהערט אז איר האט איינגעטיילט צווישן די מיידלעך די ארבעט צו העלפן ביי די חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה; איך דאנק אייך פארדעם און פארן לערנען מיט זיי די עצות און לימודים פון רבי'ן.


אויך איז כדאי איינצוטיילן צווישן די מיידלעך אז זיי זאלן גיין נאך סקול (אדער אפילו אין די צייט פון סקול) העלפן ביי מרת ... תחי' – זייער מנהלת; איר ארויסהעלפן יעצט ווען זי האט געהאט צווילינג אינגלעך קיין עין הרע, אז זי זאל קענען קומען צו די כחות.


מען זאל זיך איינטיילן אז יעדן טאג נאך סקול זאל א צווייטע מיידל גיין איר העלפן, אדער אפילו צוויי מיידלעך א טאג וכו'. אזוי וועלן זיי זיך אין איינוועגס אויסלערנען צו טון חסד.


א גריס פון אייער טייערער זון ... נרו יאיר; ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער לערנט און דאוונט. נאך אביסל וועט ער אויפוואקסן און טרעפן א גוטע שידוך.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלן ענק מצליח זיין אין אלע ענינים.

#488 - ווער ס'נעמט חיות פון רבי'ן, האבן אנדערע חיות פון אים
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז איך בעט פאר דיר כסדר און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט.


דערמאן זיך די ברען און חיות וואס דו האסט געהאט אלץ בחור ווען דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; עס איז געווען ביי דיר ביטול הבחירה. דו ביסט געווען אזוי פרייליך אז דו האסט יעדן איינעם פרייליך געמאכט; אלע בחורים האבן באקומען חיות פון דיר, מיט וועם דו האסט גערעדט האסטו יענעם מחזק געווען, זאלסטו היינט אויך אזוי טון; אפילו עס גייט אריבער אויף דיר וכו' זאלסטו ווייטער מחזק זיין יעדן איינעם.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו זייער א שיינע געדאנק. אז א מענטש איז פונקט ווי א ווייער, אויב איז ער מחובר צו לעקטער קען ער ווייטער טראגן לעקטער, דאס הייסט אז אלע מענטשן וואס וועלן זיך אנכאפן אין אים וועלן לייכטן און זיין לעבעדיג, אבער אויב ער איז זיך מנתק, ער טשעפעט זיך אפ פון די לעקטער, דאן איז ער א פשוט'ע שטיקל טויטע ווייער וואס מען קען גארנישט האבן נוצן פון אים.


אזוי אויך, ווען א מענטש איז מחובר צום רבי'ן, ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים דעמאלט האט ער אין זיך לעקטער – חיות, קען ער געבן פאר אלעמען חיות, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "כָּל מִי שֶׁיִּיגַע וְיִתְחַבֵּר לְאֶחָד מֵאַנְשֵׁי-שְׁלוֹמֵנוּ, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", יעדער מענטש וואס וועט זיך באהעפטן מיט אנשי שלומינו וועט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, "וְלֹא אִישׁ כָּשֵׁר בִּלְבַד אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיק גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁאֲנִי רוֹצֶה", נישט סתם אן ערליכער איד נאר אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "מִי שֶׁיִּתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמִי, וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁרַק יִגַּע בָּהֶם, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", ווער עס וועט מקורב ווערן צו איינער פון אנשי שלומינו, אפילו ער וועט נאר אנרירן - דאס הייסט ער וועט נאר האבן עפעס שייכות מיט אים - וועט ער שוין זיין אן ערליכער איד.


דאס זעט מען ממש בחוש ביי ווער עס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, בפרט די ספרים פון מוהרא"ש וואס האט גענומען די ספרים פון רבי'ן און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אזעלכע שיינע פשוט'ע ליכטיגע דיבורים וואס מען הערט נישט ביי קיינעם אין דער וועלט, דער מענטש ווערט ממש ווי א ווייער וואס איז מחובר צו לעקטער, יעדער וואס האט נאר שייכות מיט אים באקומט חיות פאר זיין זאך; זאל דער מענטש זיין דער פשוט'סטער איד, אויב איז ער אנגעהאנגען אין א צדיק, ער טראכט פונעם צדיק, ער לעבט מיטן צדיק - איז ער אזוי ווי א ווייער וואס טראגט לעקטער פאר טייערע מאשינען. אלע זענען זיך מחי' מיט דעם ווייער; דער ווייער פאר זיך איז טאקע גארנישט מיט נישט, א פשוט'ע שטיקל דראט ארום גענומען מיט א צודעק פון פלעסטיק, אבער אז ער איז מחובר לטהור האבן אלע נוצן פון אים.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, קום אמאל ארויף אין ישיבה וואו דו האסט פארברענגט דיינע יארן און קום הערן ווארימע ווערטער פון רבי'ן. באניי זיך; דערמאן זיך די צייטן ווען משניות איז געווען א חלק פון דיין לעבן, ווען תהילים איז געווען א חלק פון דיין לעבן.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי א מענטש קען אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן.


נעם אן מיינע ווערטער וואס קומט ארויס פון מיין הארץ - צום גוטן.

#487 - ווען מ'העלפט א צווייטן, קען מען נישט ווארטן אויף כבוד
צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף דעם וואס דו טיילסט אויס עסן פאר אנשי שלומינו; דו גייסט ארום צוזאמנעמען פון שמחות די איבעריגע עסן, אזוי אויך איבעריגע חלות מיט מזונות פון בעקערייען און פון טעיק-אוטס און דו טיילסט דאס אויס פון אנשי שלומינו. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן אויך טון פאר אנדערע אידן.


אז דו האסט זיך אונטער גענומען צו העלפן אידן דארפסטו וויסן פון פאראויס אז דאס ברענגט נישט קיין כבוד. פארקערט, מען וועט האבן אויף דיר טענות און מען וועט דיר מבזה זיין, אנשטאט געבן א יישר כח וועט מען דיר קריטיקירן; ממילא דארפסטו אפמאכן וואס דו ווילסט, אויב ווילסטו כבוד זאלסטו שוין אפלאזן די גאנצע ארבעט, ווייל כבוד האט מען נישט פון העלפן אידישע קינדער; אויב ווילסטו די מצוה אליינס, דו ווילסט העלפן אידישע קינדער - דעמאלט חזק ואמץ בכל כוחך.


געב אכטונג אז די מצוה זאל נישט גיין אויף דיין ווייב'ס חשבון; איך האב גערעדט מיט איר און זי האט געזאגט אז זי פריידט זיך מיט דעם אז דו טראגסט און ברענגסט עסן פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#486 - אז מען וויל נישט באקומען קריטיק, זאל מען גארנישט טון
זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן אז די חתונה אין ישיבה זאל אריבער גיין מיט הצלחה, און פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי.


דו האסט מיר דערציילט אז מען האט דיר קריטיקירט וכו'; איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט נעמען דעם כלל אין לעבן: "אז מען וויל נישט באקומען קריטיק, זאל מען גארנישט טון", ווייל ווער עס טוט און העלפט א צווייטן וועט מען נאר האבן טענות אויף אים.


בפרט ווען מען ארבעט מיט א רבים און מען העלפט אידישע קינדער, דעמאלט וועט מען נאר האבן טענות. אזוי ווי מיר געפינען אין מדרש (ויקרא רבה י, ב): ישעיהו הנביא האט שפאצירט ביי זיך אין בית המדרש, פלוצלינג הערט ער א קול ווי דער אייבערשטער זאגט (ישעיהו ו, ח): "אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ?" וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא דער גרויסער צדיק עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים, זיי האבן געזאגט: קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארן דיבור? ער האט געהייסן עמוס ווייל ער איז געווען 'עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ', ער האט נישט געקענט רעדן קלאר; האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ד, יד): "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; וועם קען איך יעצט שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט פארן אייבערשטן: "הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶיךָ לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע מענטשן, זיי זענען ווידערשפעניגערס, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אויב אזוי, אז דו ביסט מסכים צו שלינגען און צו ווערן פארשעמט וועסטו זוכה זיין צו זיין מער ווי אלע נביאים".


זעט מען פון דעם אז ווען איינער נעמט זיך אונטער צו העלפן דעם אייבערשטנ'ס קינדער, און "עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם" - אפילו מען וועט אים וויי טון און טשעפען וועט ער ווייטער טון זיינע גוטע מעשים, וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


אסאך מאל טראכט איך צו מיר: 'מה לי ולצרה הזאת?' באשעפער אין הימל וואס דארף איך ארבעטן מיט מענטשן, בפרט מיט בחורים? ווייל ווער עס ווייסט און ווער עס טוט מיט בחורים ווייסט וואס דאס מיינט; דו קענסט ארבעטן מיט א מענטש און זיך פשוט אוועק געבן פאר יענעם דיין גאנצע לעבן, דיין צייט, דיין אייגענע ווייב און קינדער, און ביים סוף כאפט מען א ביס פון אים! אז דו טוסט נישט פונקטליך אזוי ווי ער וויל, הייבט ער אן אויסצודרייען די גאנצע מעשה, ער ווערט ברוגז אויף דיר וכו' וכו'.


דו אליינס האסט מיטגעהאלטן במשך די אלע יארן פון ווען דו ביסט אריין געקומען אין ישיבה ביז היינט - וואס מענטשן זענען; דו קענסט זיך צערייסן פאר יענעם, אלעס אוועק געבן פאר יענעם, און צום סוף ווערט יענער ברוגז אויף דיר און זוכט דיר נאר צו באגראבן.


אבער באמת ווענדט זיך וואס דער מענטש וויל, אויב וויל מען מרבה זיין כבוד שמים דעמאלט ווערט מען נישט צעבראכן ווען דאס פאסירט. אזוי ווי מוהרא"ש וואס האט זיך אפגעגעבן מיט תלמידים מיט מסירות נפש און צום סוף האבן אים זיינע אייגענע תלמידים געוואלט אונטער ברענגען; אבער מוהרא"ש האט נישט אויפגעגעבן, נאר ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט'ן מחזק זיין אידישע קינדער, אזוי ווי דער בערגערס זון (סיפורי מעשיות, מעשה י' מבערגיר ועני) ווען ער האט דערציילט פארן מלך דעם סוד און ער האט אים פארשיקט צוויי הונדערט מייל איז ער געגאנגען צו נאך א מלך דערציילן דעם סוד, און ווען יענער האט אים אויך פארשיקט צוויי הונדערט מייל האט ער נישט אויפגעגעבן נאר ער איז געגאנגען צו נאך א קעניג מגלה זיין דעם סוד.


אונזער גאנצע כוונה מיט אונזער ארבעט דארף זיין איין זאך, שיתגדל ויתקדש שמיה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#485 - אנגרייטן מזוזות פאר אומאן
אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך און פארליר זיך נישט; פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, עס קען זיין אז כהרף עין וועסטו געהלאפן ווערן מיט גרויס שפע.


יישר כח פאר די מזוזות; סך הכל האב איך געקויפט פון דיר פערציג מזוזות, אבער עס איז מיר נישט גענוג נאר פערציג מזוזות פאר אומאן, ווייל מיר האבן אויף איין שטאק אליינס פופצן שטובער וואס יעדע שטוב דארף צוויי מזוזות. בעט איך דיר דו זאלסט שוין אנגרייטן נאך מזוזות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#484 - וועגן אויסלערנען ענגליש פאר די קינדער
חינוך הילדים, קאמפיוטער, לימודי חול

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט, איר נעמט חלה און איר היט הלכות טהרה וכו' דעמאלט איז זייער חשוב די תפילות פון א פרוי.


מען זעט נישט גלייך וואס פאסירט מיט די תפילות, דעריבער זענען מענטשן מזלזל אין דעם, אבער באמת ווערט יעדע תפלה אוועקגעלייגט און מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


אז עס גייט אייך אזוי אין לעבן אז אייערע קינדער זאלן קענען א גוטן ענגליש ווען זיי זענען נאך אזוי יונג און איר שרייבט אז איר האט דריי עצות וכו'; זאלט איר טון די צווייטע עצה, איר קענט רעדן צו זיי אין שטוב ענגליש. די ערשטע עצה פון אריין נעמען אין שטוב א טעבלעט וואס זאל זיי אויסלערנען ענגליש איז נישט כדאי, ווייל א אידישע שטוב קען פשוט חרוב ווערן אז מען ברענגט אריין א קאמפיוטער אדער טעבלט, און אזוי ווייטער. עס זענען דא מעשיות פון צדיקים געשריבן אין ענגליש, דאס קענט איר ליינען מיט זיי בשעת איר גיבט זיך אפ מיט זיי.

#483 - איך האף בקרוב וועסטו צוריק גיין צו דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בענק מיר נאך דיר; ווען איך זע דיין זון ... נרו יאיר דערמאן איך זיך פון די גוטע צייטן ווען מיר האבן פארברענגט אינאיינעם.


איך האף אז בקרוב וועסטו צוריק גיין צו דיין ווייב און אויפציען א געזונטע שטוב אינאיינעם.


איך ליידן דיר איין פאר שבת.

#482 - קוק אויף די פרייליכע זייט, און דאנק דעם אייבערשטן
חיזוק פאר פרויען, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער ס"מ איז דאך אזוי כיטערע, ער זוכט נאר ווי ער קען פארדרייען דעם מענטש מיט אלע סארט בלבולים, אבי אוועק צו נעמען די קאפ פון פלאץ, מען זאל פארגעסן אויף וואס צו בעטן און אויף וואס צו דאנקען.


אז איר ווארט יעצט א שמחה, אנשטאט איר זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די נס וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אייך אז איר האט קינדער און איר גייט זוכה זיין צו ברענגען נאך קינדער אויף די וועלט, מאכט דער ס"מ אז איר זאלט וויינען אז איר וועט נישט קענען מיט האלטן א שמחה פון א ברודער וכו'.


אז מען קען נישט מיט האלטן א שמחה צוליב א אייגענע שמחה איז מען נישט קיין רחמנות; דער עיקר תפילות זאלט איר לייגן אויף אייערע קינדער, אז אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און אז איר זאלט האבן גרינג אין די ריכטיגע צייט, און אז די ריכטיגע צייט וועט זיין ביי אייער ברודער'ס חתונה זאלט איר זיך פרייען, און דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר קענט נישט מיט האלטן די חתונה צוליב א שמחה.


איר דארפט פארשטיין אייערע עלטערן פארן זיך נישט רעכענען מיט אייך מיטן קובע זיין די זמן החתונה ווען איר דארפט האבן וכו'; עס איז נישט גרינג צו קובע זיין א טאג פאר א חתונה, קודם מיט די כלה, נאכדעם מיט די מחותנים פון ביידע זייטן; איז פארוואס זאלט איר זיין צעבראכן אז מען האט זיך נישט גערעכענט מיט אייך?! ענדערש זאלט איר זיין פרייליך אז עס איז דא שמחות אין די משפחה.


הערט'ס אויף וויינען און קרעכצן אז מען רעכנט זיך נישט מיט אייערע געפילן וכו', הייבט אן קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך; איר האט א טייערע מאן נרו יאיר, ער ברענגט פרנסה, ער העלפט אייך מיט די שטוב ווירטשאפט, ער לערנט און דאוונט - וואס נאך דארפט איר? איין זאך פעלט אייך: "אביסל פרייליכקייט"; איר זאלט מכיר זיין די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך.


עס קומט מיר אויס צו הערן פון מענטשן וואס זיי ליידן נעבעך צאם אין זייער לעבן, ביטערע צרות רחמנא לצלן; דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס איר דארפט זיך זוכן אויף וואס צו קרעכצן. אז אייערע עלטערן ווילן נישט אז איר זאלט ארויס געבן די סידי וכו' זאלט איר אפלאזן אלעס און אריין לייגן אלע אייערע טאלאנטן אין אייער הויז און אין אייער שטוב; יעדע איבעריגע מינוט וואס איר האט זאלט איר בויען אייער גארטן.


דאס אז איר האט נישט קיין צייט צו זאגן תהילים און צו דאווענען; אזוי זענען אלע מאמעס מיט פיצלעך קינדער. זאלט איר אינמיטן די ארבעט רעדן צום אייבערשטן; בשעת איר מאכט די וועש זאלט איר זיך אונטער זינגען ניגונים פון לויב און דאנק צום אייבערשטן; בשעת איר קאכט און באקט פאר אייער מאן און קינדער זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


איך האף אז איר וועט אנעמען די חיזוק ווערטער און שוין אנהייבן קוקן אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך.

#481 - א גוטע נאמען גייט ווייט
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע טיטשערס און מנהלת תחי' רעדן זייער שיין פון דיר אז דיין התנהגות איז מיט גרויס דרך ארץ.


שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל (פערפוים), ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן מיט דעם וואס דו וועסט זיך פירן מיט גוטע מידות.


דו ווייסט אוודאי פארוואס דער רבי האט געוואלט מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען רבינו נחמן בן פיגא און נישט מיט זיין טאטעס נאמען - בן שמחה, ווייל זי האט אים אויפגעצויגן מיט יראת שמים.


דער רבי'ס טאטע איז געווען א באהאלטענער צדיק, ער איז געווען רוב צייט גלות ליידן און ער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, נאר זיין מאמע האט אים מגדל געווען. זי פלעגט גיין כסדר מיטן רבי'ן צום קבר פון איר הייליגע זיידע דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואו זי האט געוויינט צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו אויפציען קינדער צדיקים.


זאלסטו אויך נאך גיין אין די וועגן; געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן. יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, וועסטו אויך זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיקת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#480 - אויפבויען זעלבס זיכערקייט
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אמונה, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג דעם 'יום תהילים'; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים, בפרט מיידלעך וואס דארפן גרויסע ניסים צו טרעפן אן ערליכער שידוך, אן ערליכער בחור מיט יראת שמים איז זייער א גרויסע זאך פאר זיי צו זאגן תהלים.


דאס וואס עס איז דיר שווער צו רעדן צו מענטשן וכו'; די עצה אויף דעם איז אסאך רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט אויפגעבויט די אמונה סיי אינעם אייבערשטן און סיי אין זיך, מען גלייבט אין זיך אז מען איז חשוב ביים אייבערשטן. נאכדעם איז מען שוין נישט אזוי פארנומען מיט זיך, מען טראכט נישט: 'וואס וועט מען טראכטן פון מיר?' 'וואס וועט מען זאגן אויף מיר?'


עס איז זייער געזונט צו הערן לעבעדיגע ניגונים; היינט איז דא א שפע פון ערליכע זינגערס וואס זינגען ניגונים פון אמונה. דאס פארטרייבט אלע שלעכטס פונעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#479 - וועגן ענגליש אין סקול
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר זענט צופרידן מיט אייערע טעכטער ביי אונז אין סקול; מיר האבן אויסנאם געלונגענע טיטשערס וועלכע לייגן אריין גרויסע כוחות אין די קינדער אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע מיידלעך און קענען אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות.


בנוגע אייער טאכטער'ס ענגליש - אז זי קען נאכנישט רעדן פליסיג וכו'; דאס האט נישט צוטון מיט אונזער סקול, נאר אזוי גייט עס ביי אלע קינדער. ווען זיי זענען נאך יונג רעדן זיי בעסער זייער מאמע לשון און צוביסלעך במשך די יארן דערלערנען זיי זיך נאך א שפראך וואס מען לערנט מיט זיי וכו'.


מיר האבן מיידלעך פון וויליאמסבורג און פון בארא פארק, וועט מען זען אז די בארא פארק'ע קינדער רעדן בעסער ענגליש און ווען עס קומט צו אידיש קען מען זיך אונטער לאכן ביים הערן די וועג ווי אזוי זיי רעדן, זיי דארפן איבער טייטשן אין זייער מח יעדעס ווארט פאר זיי זאגן דאס. למשל אז זיי ווילן פרעגן וויפיל אזייגער עס איז, וועלן זיי זאגן: "וואס איז די זייגער?" ווייל אויף ענגליש לייגט מען אזוי אויס די ווערטער. נאך א משל, ווען מען טרעפט א צווייטן פרעגט מען אין אידיש: "ווי אזוי הייסטו?" אבער די קינדער וואס קומען פון שטובער וואו מען רעדט ענגליש וועלן פרעגן: "וואס דיין נאמען?" אזוי איז אויך פארקערט, די קינדער וואס קומען פון וויליאמסבורג און זייער ערשטע שפראך איז אידיש, ווען עס קומט צו רעדן ענגליש וועלן זיי אויסלייגן די ווערטער אנדערש, ביז זיי וועלן עלטער ווערן ווען זיי וועלן זיך אויסלערנען ווי אזוי צו רעדן פערפעקט.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט אייך; איר האט א טייערער מאן נרו יאיר מיט ליכטיגע קינדער קיין עין הרע. מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויפן עבר און בעטן אויף ווייטער, אז אלע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


בפרט אין די היינטיגע דורות וואס דער ס"מ רייסט שטיקער פון כלל ישראל, עס פאלן נעבעך אוועק בחורים און מיידלעך פון די שענסטע משפחות; דארף מען אסאך תהילים זאגן און אסאך טרערן פארגיסן אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.

#478 - עטליכע הדרכות פאר א אידישע מאמע
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן צו האלטן חשבון אינעווייניג אין א לוח, און גלייך אויפשרייבן וכו', ווייל מען קען נישט האלטן חשבון בעל פה; אז מען שרייבט נישט גלייך אויף אינעם לוח פארגעסט מען און מען קען חס ושלום צוקומען צו גרויסע מכשולות. מען טאר קיינמאל נישט אפשטיפן אויף שפעטער טראכטנדיג: 'איך וועל שוין שפעטער אויפשרייבן', ווייל נאכדעם פארגעסט מען און מען קען צוקומען צו איסורי כריתות רחמנא לצלן.


בנוגע וואס איר זענט מסופק וכו' זונטאג אדער מאנטאג וכו', אין דעם פאל נעמט מען אן אז עס איז אנגעקומען מאנטאג און מען האלט חשבון אויף ווייטער פון מאנטאג.


קליינע קינדער קען מען באדן צוזאמען מיט די אונטער וועש וכו', און ווען זיי ווערן גרעסער דעמאלט באדט מען יעדעס קינד באזינדער.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות; ווען אידישע מאמעס וואלטן געוויסט וואס פאר א כח זייערע תפילות האבן אין הימל, וואלטן זיי נישט אויפגעהערט צו בעטן פאר זיך, פאר די מאן, פאר די קינדער און פאר אלע אידן.


אז מען האט נישט קיין צייט צו דאווענען ווייל מען איז פאריאגט מיט די שטוב ארבעט, זאל מען רעדן צום אייבערשטן בשעת מען וואשט וועש און בשעת מען קאכט און באקט וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#477 - שיק נישט דיין טאכטער אין גראסערי
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאכטער זאגט אייך אז זי וויל נישט גיין אין גראסערי ווייל די גוים דארט פירן זיך אויף עקלדיג השם ישמרינו, דארפט איר אליינס פארשטיין אז עס איז גאר ביטער וד"ל. בפרט אין די גראסערי נעבן אייער שטוב, דארט זענען דאך די גוים זייער געמיינע חברה, זיי לאקערן טאג און נאכט אויף אידישע מיידלעך; עס איז אינטערעסאנט אז מען לאזט דאס אזוי אנגיין און קיינער זאגט נישט גארנישט.


וואס טראכט איר, ווי לאנג נעמט אז מען זאל פארלירן א קינד? אז א מיידל הערט נאר איינמאל ווי א גוי טמא זאגט איר: "זעסט אויס אזוי גוט", איז דאס שוין פונקט גענוג אז זי זאל פאלן א קרבן רחמנא לצלן.


דעריבער, אז אייער טאכטער זאגט אייך אז זי וויל נישט גיין אין גראסערי וואו די טמאים פירן זיך אויף זייער נידעריג און פראסט, זאל זי נישט גיין נאר ענדערש בלייבן העלפן אין שטוב מיט די שטוב ארבעט.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זענען ערליך און איידל און זיי ווילן זיין גוט; געבט אכטונג אויף זיי ווי דעם שווארץ אפל פון אויג. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, ה): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", א מיידל דארף מער שמירה ווי א אינגל; בפרט אין די היינטיגע טעג וואס דער ס"מ שניידט שטיקער פון אידישע קינדער דארף מען זייער אכטונג געבן אויף זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#476 - שמחה איז די וויכטיגסטע זאך אין עבודת השם
שמחה, קדושה, בחור, תהלים, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך מיט דעם וואס דו ביסט א איד.


וויסן זאלסטו אז שמחה איז די וויכטיגסטע זאך אין עבודת השם; ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן דעמאלט: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


אז דו וועסט זאגן משניות וועסטו זוכה זיין צו האבן א ריינע מח; קוק נישט אויף די בלבולים וואס גייען אריבער אויף דיר נאר זאג ווייטער משניות און תהילים. מען זעט אז די ראשי תיבות פון מ'שניות און ת'הילים איז מ"ת, ווייל די צוויי זאכן רייניגט דעם מענטש פון טמאת מת; דאס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן אויס טויט און ער זאל לעבן א גוט לעבן אויף דער וועלט.


מען קען אבער נישט זוכה זיין צו דעם נאר אז מען האט די מדה פון תמימות - די סופי תיבות פון משניות' און תהילים', ווייל צו דעם דארף מען זיין א ת"ם, פאלגן וואס די צדיקים זאגן אונז אן קיין שום חכמות המדומות.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט צעריסן און אוועק געווארפן די נומער וואס מען האט דיר געגעבן פון א מיידל וואס זוכט צו טון עבירות מיט בחורים רחמנא לצלן; אין דעם זכות וועסטו טרעפן אן ערליכע ריינע מיידל וואס וועט זיין דיין ריכטיגע זיווג.


זיי נישט פארלוירן, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג.

#475 - ווארף אוועק דיין סמארט-פאון
קדושה, בחור, סמארטפאון, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר - פאר דיין אייגענע לעבן: ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר צוליב די צרות וואס דו מאכסט נעבעך מיט, יעדע נאכט קוקסטו מאוויס און דאס מאכט דיר מורא'דיג צעבראכן. דו נארסט זיך אליינס אפ, ווייל קודם זאגסטו צו דיר אליינס אז דו גייסט קוקן נאר דאס און נאר יענס, אבער למעשה טרעפסטו זיך אין שאול תחתית. דאס מאכט אז דו זאלסט קומען אין ישיבה אזוי צעבראכן און אזוי דעפרעסט, ממש עס כאפט א ציטער ווען מען קוקט אויף דיר, דו ביסט אזוי מרה שחורה'דיג פון די עבירות וואס דו קוקסט.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, און ווי דו מוטשעסט זיך מיט דיר אליינס צו זיין ערליך אפילו דו פאלסט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דו האלסט שוין ביי די פערטע סמארט-פאון, נאכדעם וואס דו האסט שוין אוועק געווארפן אפאר מאל דעם פאון אבער דו האסט עס נאכאמאל געקויפט. פאלג די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי התבודדות און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר! איך זינק אין טומאה, איך זינק אין שמוץ און איך קען זיך נישט ארויס זען דערפון. טאטע! האב רחמנות אויף מיר; עס איז מיר אזוי שלעכט, עס איז מיר אזוי ביטער, איך וויל אזוי שטארק ארויס קריכן פון מיינע עבירות אבער עס גייט מיר נישט.


געב מיר כח טאטע איך זאל אויפהערן קוקן שמוץ; לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, געב מיר א נייע הארצעלע, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, און באנייע מיר מיין ווילן - טאטע זיסער; העלף מיר איך זאל זיין א איד".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן טייערער ... נרו יאיר וואס געשעהט מיט אזעלכע תפילות; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריין מישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא-בְּרִיךְ-הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דער זוהר זאגט דארט ווייטער אז ווען דוד המלך האט געזען די חשיבות פונעם ארימאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


טייערער ... נרו יאיר פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן עוסק זיין אין תפילה והתבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים, און אז ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד גייט עס אים נישט, ער דערציילט פארן אייבערשטן ווי ער פאלט אריין אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און ער וויינט זיך אויס אז ער וויל זיין ערליך, דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף זיינע זינד.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין אשר בנחל מכתב אלף, רפג; ועוד) אז עס איז דא א מלאך אין הימל וואס זיין נאמען איז עזריא"ל, ער איז ממונה ארויף צו טראגן די תפילות פון בחורים וואס פאלן נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ער נעמט די תפילות און שמועסן צום אייבערשטן און בויט דערמיט אין הימל הערליכע פאלאצן, און ברענגט אראפ אויף די נשמות א פרישע חיות און א פרישע מוט.


שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.

#474 - שבת התוועדות פאר די וואס העלפן ארויס
הכרת הטוב, שבת קודש, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; בפרט יעצט ווען דו האסט זיך אונטער גענומען מיר צו העלפן איך זאל ארויס גיין פון מיינע חובות וואס איך האב פון אומאן. געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין אפגעצאלט א טייל חובות, און אויך האב איך געשיקט היינט קיין אומאן נאך געלט צו ענדיגן דעם בנין.


די צוויי שבתים וואס דו האסט געמאכט פאר די בחורים וואס העלפן די ישיבה איז זייער שיין געווען, און איך האב הנאה צו הערן אז יעצט מאכסטו א שבת פאר יונגעלייט. וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויס קומען קיין שלעכטס דערפון און קיינער זאל נישט ווערן באליידיגט. די תלמידים דארפן פארשטיין וואס דו טוסט, אז דאס איז פשוט צו קענען שאפן יעצט נאך געלט צו קענען ענדיגן דעם בנין.


איך האב זייער ליב מיינע תלמידים - יעדן איינעם פון זיי; איינער וואס לערנט מיט תלמידים וועט פארשטיין אביסל וואס דאס מיינט 'תלמידים', אויך נישט אינגאנצן ווייל נישט אלע וואס האבן תלמידים זיצן מיט תלמידים א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט אן קיין שום זייטיגע חשבונות וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט איז שוין איבער צען יאר וואס איך זיץ מיט בחורים פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט און איך באקום נישט קיין געהאלט פון די ישיבה, איך דארף נישט קיין געלט פון די ישיבה און עס איז סיי ווי נישט דא קיין געלט פון וואו צו נעמען.


איך בין געזיצן יארן מיט דיין ברודער ... נרו יאיר און מיט דיין שוואגער ... נרו יאיר; זיי וועלן דיר דערציילן וואס עס מיינט א ראש ישיבה. היינט בין איך שוין צעשניטן אויף עטליכע פראקציעס, הגם די גרעסערע טייל איז פאר די בחורים, איין טייל פאר די חדר, איין טייל פאר די סקול, איין טייל פאר קאפלס, שלום בית, כולל, וכו' וכו'; אבער דעמאלט זענען מיר געווען פיר און צוואנציג שעה אינאיינעם.


עס איז כדאי דו זאלסט שמועסן מיט זיי און הערן און אראפשרייבן וואס זיי דערציילן ווי אזוי מען האט געבויט דעם הייליגן פלאץ; דאס האט מען געבויט מיט בלוט נישט מיט קיין געלט.


דעריבער וויל איך נישט חס ושלום אז תלמידים זאלן מיינען אז דאס איז נאר פאר געוויסע יונגעלייט; זיי מודיע וואס דו ווילסט אויפטון און עררייכן מיט דעם שבת, אז דו ווילסט פשוט העלפן מיר זאלן ארויס גיין פון חובות. ווייל אז דו מאכסט זיך א חשבון וועסטו זען אז יעדער יונגערמאן - כמעט יעדער, רובם ככולם זענען בעלי מסירות נפש, זה בכה וזה בכה. איינער העלפט דעם כולל, איינער העלפט די מוסד מיט די שטאטישע פראגראמען, איינער נעמט צוזאם די רענט, איינער קאכט אין אומאן, דאס אליינס איז שווערע טויזנטער דאללער.


איך האב שוין גערעדט מיט דיר אמאל אז מען דארף מאכן א שבת פאר אלע וואס העלפן, איז אויסגעקומען אז עס איז נישט שייך צו מאכן א קליינע שבת ווייל יעדער טוט עפעס.


דעריבער בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן אז עס זאל זיין שלום אין אונזערע ד' אמות; מען זאל זיך פארגינען און ליב האבן איינער דעם אנדערן. אמת, עס איז זייער שווער צו ארבעטן מיט מענטשן ווייל יעדע איינער האט זיין דעה און זיין מיינונג, אבער דא איז אנדערש, ווייל אלע ווילן מיר נאר איין זאך: אריין ברענגען די עצות פון רבי'ן אין יעדע אידישע הארץ און אין יעדע אידישע שטוב, עס זאל זיין: "וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְּעַלְתּוֹ", יעדער איד זאל וויסן פון די זיסע עצה פון התבודדות, יעדער איד זאל וויסן אז ער האט נאך א תקנה, ממילא קענען מיר ארבעטן אינאיינעם אפילו מיר האבן אנדערע מיינונגען וכו'.


ווארט נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג; איך בין גארנישט באזארגט פאר דיין שידוך, עס איז ביי מיר קלאר אן קיין ספק אז נאך אביסל וועט דיר דער אייבערשטער העלפן.

#473 - די שיינע חופה פאר די אומזיסטע חתונות
אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פאר די שיינע חופה וואס דו האסט אויפגענייט פאר די חתונות וואס קומען פאר אין ישיבה; עס איז כדאי דו זאלסט מאכן א לעקטער ארום און ארום די חופה כדי אז יעצט ווינטער זאל נישט זיין טונקל בשעת די חופה.


מענטשן פרעגן מיר: "וואס איז פשט וואס דו האסט געשריבן אויף די חופה: 'איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן?'" מענטשן מיינען אז דאס איז עפעס א טשעפע ווארט. איינער איז געקומען צו מיר דערציילן אז איינער האט זיך באליידיגט, היתכן אזאנס צו שרייבן?!


דאס האט מיר דערמאנט א מעשה, אז איינער איז אמאל געקומען צום רב פון שטאט זאגן אז ער וויל א דין תורה מיט פלוני וועלכער האט אים מבזה געווען; בשעת די דין תורה פרעגט אים דער רב: "וואס האט ער דיר פארשעמט?" האט דער תובע געענטפערט: "דער איד איז אריין געקומען אין בית המדרש און אויס געשריגן הויך: 'דער נַאר זאל ארויס גיין פון שול! איך צייל ביז דריי און ווען איך זאג דריי וויל איך אים שוין זען אינדרויסן'", איך בין פארשטייט זיך גלייך ארויס געלאפן - דערציילט דער איד - יעצט וויל איך אז ער זאל מיר באצאלן פארן מיר אזוי פארשעמען ברבים. האט אים דער רב געזאגט: "יענער האט דיר נישט פארשעמט, דו האסט זיך אליינס פארשעמט, ווער האט דיר געהייסן ארויס לויפן פון שול?"


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן 'וואס וועט זיין מיט אלע דיבורים וואס מיר האבן געהערט פון רבי'ן וכו'?' ווייל עס האט אויסגעזען פון רבינ'ס ווערטער אז ער וועט בלייבן לעבן און אויס פירן אלעס וואס ער האט געוואלט בחייו וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן צום עולם וואס זענען געשטאנען דארט: 'עטץ הערסט וואס ער פרעגט?' און דער רבי האט זיך אנגערופן: 'האב איך דען נישט אויסגעפירט? איך האב אויסגעפירט און וועל אויספירן'.


דאס זעט מען ממש בחוש - ווי דער רבי פירט אויס. צוביסלעך גייט אריין זיינע הייליגע דיבורים אין די וועלט; איבעראל רעדט מען שוין פון די עצה פון התבודדות און יעצט הייבט אן אריין גיין אין די וועלט דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; מען זעט שוין אין אלע מקומות ביי אלע חסידות'ן ווי בחורים און יונגעלייט זאגן משניות און דפים גמרא; דאס איז וואס דער רבי וויל - אז אלע אידן זאלן לערנען און דאווענען.


האסט דאך מיט געהאלטן די חתונה אין ישיבה, דא קען מען ממש זען ווי דער רבי פירט אויס, מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג; איז דאך ממש וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען מגדל זיין אונזערע קינדער געזונטערהייט און זיי חתונה מאכן יונג און ביליג, און נישט זוכן קיין זייטיגע חשבונות פון כבוד המדומה נאר שטענדיג זוכן די טובה פון די קינדער.