בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#911 - ביי א מיידל איז נישטא קיין משניות, ביי מיידל איז דא צניעות
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו העלפסט אין שטוב דיינע עלטערן, אין דעם זכות וועסטו האבן שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, וְאֵלּוּ הֵן: כִּבּוּד אָב וָאֵם"; דער אייבערשטער באצאלט פאר כיבוד אב ואם שכר סיי אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


אויף דיין פראגע, אז דו האסט געהערט וואס מען זאגט פאר די בחורים אז ווער עס לערנט משניות וועט ניצול ווערן פון חיבוט הקבר, איז דיין פראגע וואס קען א מיידל טון אז די ווערים און מייז זאלן נישט קומען צי איר אין קבר; ביי א מיידל איז נישטא קיין משניות, ביי מיידל איז דא צניעות; אויב מען געבט אכטונג זיך צו פירן בצניעות, מען טוט זיך אן איידל, מען רעדט איידל און מען פירט זיך איידל - דאס היט אפ פון אלע שלעכטס אין קבר.


ווידעראום אויב חס ושלום מען טוט זיך אן אויף א וועג צו צוען אויגן פון פרעמדע מענער און בחורים באקומט מען אין קבר א גרויסער עונש, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות): עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א מיידל וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג, זי פלעגט אנרייצן בחורים און אינגעלייט צו קוקן אויף איר, דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער".


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו אים בעטן. דער הייליגער רבי פלעגט זייער אויסלויבן די אידישע פרויען וואס האבן אין זיך תמימות ופשיטות און זיי רעדן צום אייבערשטן אויף זייער מאמע לשון, און וואס זיי דארפן בעטן זיי נאר פונעם אייבערשטן.


צום אייבערשטן קען מען רעדן שטענדיג, אפילו ווען מען טאר נישט אויסרעדן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#910 - שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך
סקול, חינוך הילדים, שטעטל, סיום, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער שטארק געוואלט ארויסקומען צום סיום מסכת כריתות צו ענק אין שטעטל, ווייל עס איז מיר א גרויסע שמחה אז מיר האבן אזא פלאץ וואו די גאנצע שטאט לערנט און איז מסיים נאך א מסכתא, איך בין פשוט געווען זייער אויסגעמוטשעט, איך וועל נאך קומען צו אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך; דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין ווי אזוי מען קען אויפבויען די קינדער לתורה ויראת שמים ומידות טובות. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט עצות פאר יעדן איד ווי אזוי זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך האף אז אין אומאן וועסטו מיר העלפן ביים דאווענען; דו וועסט שטיין נעבן דעם בעל תפילה מיט די קינדער און בחורים ארויס העלפן מיט די ניגונים און נוסח, עס זאל זיין בא'טעמ'ט און געשמאק. אזוי ווי מיר האבן געדאוונט בחיים חיותו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. גרייט אן א פראגראם מיט די מלמדים ווי אזוי אנצורייצן די קינדער זיי זאלן דאווענען דעם גאנצן דאווענען און זיי זאלן נישט וועלן ארויסגיין שפילן ביים דאווענען; גרייט אן מתנות, טיקעטס וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך האב גערעדט צו משפחת ... זיי זאלן נישט שיקן זיייער טאכטער ווילאנג זי איז אנגעגרייט צו גיין אין ביה"כ. איך האב זיי מסביר געווען אז דאס איז נישט קיין חכמה; סיי אלץ די טיטשערס, זיי זענען נישט מחיוב יעדן צווייטן טאג צו אזא פאסירונג, חוץ מזה איז דאס נישט גוט פאר'ן קינד אליינס, זי ווערט פארשעמט פון דעם און עס קען איר שאטן פאר אלע אירע יארן, זי וועט באקומען א נאמען צווישן די קינדער אז זי האט א גערוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#909 - ווי נענטער מ'ווערט צום צדיק, שטארקט זיך מער דער יצר הרע
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין וויי געשריי.


דער הייליגער רבי האט א תירוץ אויף דיין בריוו; נעם דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן און קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר, וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה, בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק. וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ווען א מענטש ווערט מקורב צום צדיק, ווי נענטער ער קומט צום צדיק אלץ מער ווערט ביי אים פארלאשן די חשק, זאגט דער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זֹאת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה, כִּי דַּע, שֶׁזֶּה נִמְשָׁךְ מֵחֲמַת כִּי בַּתְּחִלָּה כְּשֶׁבָּא לוֹ הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁהִתְעוֹרֵר בְּתוֹכוֹ אֲזַי עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו בְּאוֹתוֹ שָׁעָה הֵמִית יִצְרוֹ, וְנִתְבַּטֵּל יִצְרוֹ הָרַע שֶׁהָיָה לוֹ, כִּי הֵמִיתוֹ בְּזֶה הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהָעֻבְדָּא שֶׁל אוֹתוֹ הַשָּׁעָה. וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ מִתְגַּבֵּר עָלָיו יֵצֶר הָרָע אַחֵר, וְיֵשׁ לוֹ עַתָּה יֵצֶר הָרָע גָּדוֹל מִמַּה שֶּׁהָיָה לוֹ תְּחִלָּה. עַל כֵּן אִם אֵינוֹ מִתְחַזֵּק נֶגְדּוֹ אֲזַי מִתְגַּבֵּר עָלָיו זֶה הַיֵּצֶר הָרָע הֶחָדָשׁ, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִלָּה. כִּי צָרִיךְ הִתְגַּבְּרוּת חָדָשׁ בְּיוֹתֵר נֶגֶד זֶה הַיֵּצֶר הָרָע הֶחָדָשׁ שֶׁבָּא לוֹ כַּנַּ"ל", עס זאל דיר נישט זיין שווער דעם ערשיינונג, דאס קומט ווייל ווי מער א מענטש דרייט זיך ביי א צדיק אלץ מער צדיק ווערט ער און דערפאר באקומט ער א גרעסערע און שווערערע יצר הרע, ממילא דארף ער זיך מער שטארקן.


איידער דו האסט מיר געשריבן דעם בריוו האב איך דאס אליינס פארשטאנען; איך געדענק דיין פייער, דיין חיות ווי דו פלעגסט זיך מחי' זיין מיט די שיעורים און היינט זע איך דיר אזוי פארלאשן. אפשר זאלסטו זיך אנהייבן דרייען מיט אנשי שלומינו, אפשר זאלסטו גיין יעדע נאכט צום שיעור אין שטעטל, אין ליבערטי; זיך דרייען מיט חברים וואס ברענען נאך, וואס האבן לעבן אין זיך, וועט עס דיר צוריק אנצינדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#908 - די ערשטע חלק פון ספר "עצתו אמונה"
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע בשורה אז עס איז יעצט ארויס פון דרוק די ערשטע חלק פון ספר "עצתו אמונה", שאלות ותשובות וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר בחורים און מיידלעך, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט זיין ביי זיך געפאלן און אויפגעגעבן, נאר זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך האב נאר גענומען די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און דאס אראפגעשריבן אויף א שפראך וואס די היינטיגע דור פארשטייט, אבער אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז פון מוהרא"ש; עצות און הדרכה פון הייליגן רבי'ן.


שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, ווייטער אנגרייטן און מגיה זיין די בריוו פון עצתו אמונה און דאס דרוקן און נאכאמאל דרוקן. וואויל איז פאר אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים וואס איז מחזק אידישע קינדער, דער וועט זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל, אז מען וועט זען גרויסע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#907 - ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מיידלעך
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', טיטשער בית פיגא קרית ברסלב, ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז די מיידלעך זענען וואויל און דרך ארץ'דיג. א טיטשער דארף וויסן און געדענקען אז ווען קינדער פירן זיך נישט אויף דרך ארץ'דיג זענען זיי נישט שלעכט, "קינדער זענען קינדער", און מען דארף זיי מחנך זיין.


ווען א טיטשער האט ליב די תלמידות, זי קוקט אויף זיי מיט א גוט אויג, דעמאלט שפירן דאס די קינדער און זיי פאלגן צוביסלעך מער און מער. מה שאין כן ווען די טיטשער קוקט אויף די קינדער מיט א שלעכטע אויג, זי טראכט אויף געוויסע קינדער: 'זיי זענען שלעכטע מיידלעך', קען אזא טיטשער נישט מצליח זיין מיט זיי נאר ערגער מאכן. דאס איז די ערשטע זאך וואס א לערערין דארף וויסן: 'איך מוז ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד', דעמאלט איז מען מצליח.


בנוגע דיין פראגע אויב מיידלעך רעדן אינמיטן שיעור, וואס דו זאלסט טון; דו זאלסט אפשטעלן דעם שיעור און זאגן קלאר: "מען קען נישט רעדן אינמיטן קלאס", און אויב עס העלפט נישט זאלסטו עס נאכאמאל זאגן און נאכאמאל זאגן (אסאך מאל דארף מען טון מער פון זאגן, מען דארף קנס'ענען, למשל אוועק נעמען א טיקעט, א סטאר אדער פוינטס וכדומה).


בנוגע די מיידלעך וואס מאכן אוועק ווען מען באלוינט זיי מיט א קלייניקייט וכו'; דארפסט נישט ווערן פארלוירן פון דעם, דאס איז א נארמאלע ערשיינונג ביי קינדער. סיי אין שטוב ווען די עלטערן זאגן צו א באלוינונג וכו', איז אייביג דא א קינד וואס מאכט עס אוועק, און אזוי אויך אין קלאס איז אלץ דא קינדער וואס מאכן אוועק וכו'; דעמאלט דארף די טיטשער ארבעטן מיט חכמה אויף א וועג וואס אלע וועלן דאס נעמען, דעמאלט איז א גוטע געלעגנהייט מסביר צו זיין פאר די קינדער אז ווען איינער געבט א מתנה, אפילו א קלייניקייט זאל מען זיך באדאנקען דערויף און זיין פארזיכטיג נישט אוועק צו מאכן, אז יענער זאל זיך נישט באליידיגן.


מיידלעך דארפן רופן די טיטשער מיט דרך ארץ, זיי קענען נישט רעדן צום טיטשער ווי מען רעדט צו א חבר'טע; זיין קענען נישט זאגן: "דו האסט געזאגט", נאר זיי דארפן זאגן מיט דרך ארץ: "די טיטשער האט געזאגט". די טיטשער דארף זיי דאס אויסלערנען איינמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן וויסן ווי אזוי רעדן מיט דרך ארץ.


בנוגע די מיידל וואס נעמט די פינגער אין מויל וכו'; זאלסט איר חס ושלום נישט פארשעמען ברבים, לאז דאס איבער פאר אירע עלטערן.


בנוגע גיין צו די פרויען צוזאמקום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו געפינסט זיך נישט דיין פלאץ דארט דארפסטו נישט גיין.


וואויל איז דיר אז דו זאגסט ווייטער תהלים; דו זאגסט יעדן טאג תהלים און דו האלסט שוין ביי די פיר און זעכציגסטע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידות און זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


רעד צו די מנהלת פון די וויליאמסבורג'ע סקול און נעם פון איר חיזוק און הדרכה; זיי ווייסט גוט ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער על פי דרך רבינו זכרונו לברכה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#906 - די מיידלעך זאלן האלטן ריין די סקול
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב, שתחיו.


מיר האבן שוין די ישיבה איבער צען יאר און די תלמידים די בחורים האלטן ריין די ישיבה; מיר האבן נישט קיין גוים וואס רייניגן דעם בנין הישיבה, נאר יעדע נאכט נאך ישיבה זענען דא בחורים וואס מאכן זיכער אז דער בנין איז ציכטיג ריין, די בחורים מאכן ריין סיי די ישיבה און סיי דער חדר.


עס פלעגט זיין דער סדר אז בחורים פלעגן גיין אין סקול נאכדעם ווען אלע תלמידות זענען אהיים און פלעגן ריין מאכן די סקול, אבער פון היינט און ווייטער ווילן מיר מאכן אז די מיידלעך זאלן האלטן ריין די סקול, עס זאל זיין א סדר צווישן די תלמידות וועלכע וועלן זען אז די סקול זאל זיין ריין. איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען ריינקייט א שטארקער יסוד, בעט איך אייך איר זאלט רייניגן דעם סקול יעדן טאג, עס זאל אינטערעסירן יעדע תלמידה אז דאס פלאץ זאל זיין ריין.


איר קענט די מעשה פון אדל - דעם רבינ'ס טאכטער, אמאל איז זי געגאנגען נאך געלט מיט נאך אפאר פרויען, אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער און אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער. האט אדל זיי געזאגט: "מיין גרויסער טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".


אז איר וועט האלטן דעם פלאץ ריין וועט איר זוכה זיין צו אלע מדריגות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:) אז נקיות ברענגט צו פרישות און צו חסידות ביז תחיית המתים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#905 - מיט סבלנות וועט איר זוכה זיין צו זען פון אים אסאך נחת
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך בעט אייך זייער שרעקט אייך נישט; דער אייבערשטער איז מיט ענק, ער היט ענק און בענטשט ענק.


בנוגע אייער זון נרו יאיר; איר זאלט אים נישט באצוואונגען וכו', מיט סבלנות וועט איר זוכה זיין צו זען פון אים אסאך נחת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז ער מעג רעדן און זיך פירן מיט חוצפה; אויף חוצפה דארף מען באשטראפן. א קינד טאר נישט שלאגן אדער שטויסן וכו' עלטערן, אויב ער שלאגט אדער שטויסט זאלט איר אים מחנך זיין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען קינדער דרך ארץ ווען זיי זענען נאך קליין.


מרת ... תחי', ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר זיך אוועק זעצן און וויינען צום אייבערשטן פאר אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, ובעיקר פאר אייערע קינדער, אז זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. ווען מען צינדט די שבת ליכט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן ישועות.


נאכאמאל, איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט שרעקן פון גארנישט, דער אייבערשטער איז מיט אייך און ער היט אייך.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#904 - קומען שבת אין שול מיט'ן שטריימל
שטעטל, שבת קודש, לבוש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, אין קרית ברסלב; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען שבת אין שול מיט'ן שטריימל. פאריגע וואך ווען איך בין געווען ביי אייך אויף שבת האב איך געזען אז דו קומסט שבת אינדערפרי אנעם שטריימל, וויל איך דיר בעטן אויב עס איז דיר נישט שווער אז דו זאלסט מקפיד זיין צו קומען אין שול – ביי אלע תפילות – מיט'ן שטריימל, בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער וואס כאפן אויף דירעקט און אומדירעקט יעדע ריר פון עלטערן, וועלן זיי שוין בכלל נישט גיין שבת מיט'ן שטריימל.


און אזוי מיט יעדע פרט ווי דו פירסט זיך, זאלסטו נישט אראפגיין א דרגה פון דיין התנהגות ביז אהער; איך האב נישט געמאכט דעם שטעטל אויף אראפ צו ווארפן פון זיך דאס חסידי'שקייט, נאר אויף צו ווערן מער חסידי'ש און אויפשטעלן ערליכע דורות.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע חברים אין שטעטל.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#903 - איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן אויסטיילן עסן פאר אנשי שלומינו
חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, חסד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט; איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן אויסטיילן עסן פאר אנשי שלומינו. דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט אלעס גוטס בזכות די מצוה וואס דו טוסט.


איך האף אז דאס איז מיט'ן פולסטן הסכמה פון דיין ווייב תחי', ווייל חסד הייבט זיך אן אין שטוב. בעט איך דיר דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די שטוב ווירטשאפט און זיך אפגעבן מיט די קינדער וויפיל דו קענסט, ובעיקר שבת זאלסטו זינגען און טאנצן א גאנץ שבת: "אה מחי' שבת, אה מחי' שבת, אה מחי' איך היט שבת!" – מיט'ן ניגון.


אויפ'ן וועג צום שול און פון שול אהיים – זאלסטו אריין לייגן אין דיינע קינדער אמונה, תפילה און התבודדות, וועסטו האבן שיינע ערליכע דורות.


יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט דעם מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#902 - מאך שיינע שבת'דיגע סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות. דיינע קינדער ווארטן א גאנצע וואך צו פארברענגען מיט דיר; שבת איז א צייט וואס קינדער זענען מקבל פון די עלטערן.


גרייט זיך אן שיינע מעשיות וואס צו דערציילן ביי די סעודות, אויך זאלסטו זינגען מיט זיי זמירות. חוץ די זמירות וואס מיר זינגען זאלסטו זינגען מיט זיי אידיש'ע לידער, קינדער האבן זייער ליב אידיש'ע ניגונים, בפרט ניגוני אמונה, ניגונים פון תשובה, דורכדעם וועסטו זען שיינע פירות פון זיי.


קום שבת אינדערפרי אין שול צום שיעור פאר'ן דאווענען זיך מחזק זיין מיט די חיזוק פון רבי'ן.


א גוט שבת פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#901 - וואס טוט מען מיט קינדער וואס האבן טעלעפאונס מיט אינטערנעט?
חינוך הילדים, סמארטפאון, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע: "וואס טוט מען מיט קינדער וואס האבן טעלעפאונס וואס זענען אפן צו אינטערנעט ה' ירחם"? עס איז שווער צו ענטפערן באופן כללי. ווען זיי זענען יונג דעמאלט קען מען דאס נאך אוועק נעמען אבער ווען זיי ווערן עלטער העלפט נישט דאס אוועק צו נעמען, ווייל דעמאלט קויפן זיי נאך איינס און עס מאכט נאר זיי זאלן זיך דערווייטערן פון די עלטערן.


ווען די קינדער זענען שוין עלטער דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען מוסר'ט זיי; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיט'ן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:) אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל, האט ער זיי געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ"; נאר אויף דעם וועג מעג מען זאגן מוסר, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר דער מעג זאגן מוסר.


אין אומאן איז נישט דא קיין צייט צו רעדן וכו', יעדע מינוט וואס מען האט איז כדאי נאכאמאל צו גיין צום רבינ'ס ציון בעטן פאר זיך און פאר אלע אידן; איך קען נישט זאגן אז איך וועל האבן צייט צו רעדן מיט דיינע קינדער.


זיצן קען מען קויפן ביי הבחור ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר.


דער עיקר דארפן מיר זיך פרייען אז מיר זענען זוכה צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#900 - עס איז זייער א גרויסע זאך צו דאווענען מיט אנשי שלומינו
זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זיך זייער געפרייט צו דיין בריוו.


היינט האט מיר ... נרו יאיר געשיקט א בילד פון דיין שיעור, ווי דו לערנסט פאר דעם דף גמרא, איך האב זיך אזוי מחי' געווען צו זען ווי דו לערנסט פאר פאר בחורים און אינגעלייט.


אויף דיין פראגע צי דו זאלסט מאכן א מנין שחרית; אוודאי זאלסטו מאכן א מנין, עס איז זייער א גרויסע זאך צו דאווענען מיט אנשי שלומינו; יעדע תפלה וואס מען דאוונט מיט אנשי שלומינו איז גאר אנדערש, ווייל וואו עס געפונען זיך אנשי שלומינו וואס האלטן זיך באחדות - איז דער רבי דארט.


אין אנהייב וועט זיין שווער מיט מנין, אבער עס איז אלץ כדאי וכו' אבי עס זאל ווערן א מנין קבוע. עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם בריוו (אשר בנחל אידיש, מכתב ו) וואו מוהרא"ש דערציילט פון רבי לוי יצחק זכרונו לברכה, ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען צו מאכן דעם ברלסב'ן שול אין ירושלים. אפילו עס איז אים אויסגעקומען צו דאווענען ביחידות, האט ער ממשיך געווען ביז עס איז געווארן דער מנין קבוע.


מוהרא"ש שרייבט דארט: "עֶס הָאט מִיר דֶערְצֵיילְט הָרַב הַחָסִיד רֶבִּי לֵוִי יִצְחָק בֶּענְדֶער זַ"ל, וֶוען עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל שְׁנַת תש"ט, אִיז גֶעוֶוען אַ קְלֵיין שְׁטִיבְּל פוּן בְּרֶסְלֶב'עֶר חֲסִידִים אִין מֵאָה שְׁעָרִים גֶעגְנְט, אַ גַאנְצֶע וָואךְ אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין מִנְיָן דָארְטְן, נָאר שַׁבָּת אִיז גֶעוֶוען אַ מִנְיָן מְצוּמְצָם. עֶר הָאט בַּאקוּמֶען אַ דִירָה אִין אַ גֶעגְנְט וָואס הָאט גֶעהֵייסְן לִיפְתָּא, דָאס אִיז בַּיים אַרַיינְגַאנְג צוּ יְרוּשָׁלַיִם. כְּדֵי עֶר זָאל קֶענֶען דַאוֶוענֶען מִיט בְּרֶסְלֶב'עֶר חֲסִידִים צוּזַאמֶען, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען צוּפִיס אַ וֶועג וָואס הָאט גֶענוּמֶען פוּן זַיין הוֹיז אִין לִיפְתָּא בִּיז מֵאָה שְׁעָרִים אַ שָׁעָה צַייט, אָבֶּער עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען מִיט עַקְשָׁנוּת. וִוינְטֶער אִין דִי קֶעלְט אוּן אִין דִי פְרֶעסְט, אִין דִי רֶעגְנְס, זוּמֶער אִין דִי הִיצְן, גָארְנִישְׁט הָאט אִים אָפְּגֶעהַאלְטְן. אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶערוּט בִּיז עֶר הָאט פַארְגְרֶעסֶערְט דֶעם מִנְיָן שַׁבָּת. וֶוער סְ'אִיז נָאר גֶעוֶוען אַ בְּרֶסְלֶב'עֶר חָסִיד הָאט עֶר נִישְׁט אָפְּגֶעלָאזְט בִּיז עֶר הָאט אִים אִיבֶּערְגֶערֶעדְט אַז עֶר זָאל קוּמֶען דַאוֶוענֶען אִין בְּרֶסְלֶב'עֶר בֵּית הַמִדְרָשׁ, "וָואס הֵייסְט אַ בְּרֶסְלֶב'עֶר חָסִיד זָאל נִישְׁט דַאוֶוענֶען צְוִוישְׁן בְּרֶסְלֶב'עֶר חֲסִידִים?!" - אִיז גֶעוֶוען זַיין טַעֲנָה. אוּן אַזוֹי הָאט עֶר נִישְׁט אָפְּגֶעלָאזְט בִּיז עֶר הָאט פַארְגְרֶעסֶערְט דֶעם מִנְיָן.


דֶערְנָאךְ הָאט עֶר אָנְגֶעהוֹיבְּן מַאכְן אַ מִנְיָן אִינְדֶערְוָואכְן, וָואס אִיז אִים אָנְגֶעקוּמֶען זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער, וַוייל עֶר הָאט גֶעדַארְפְט גֵיין צוּפִיס פַארְטָאגְס, וֶוען עֶס אִיז נָאכְנִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אוֹטוֹבָּאס. אוּן אַזוֹי הָאט עֶר זִיךְ גֶע'עַקְשְׁנְ'ט בִּיז סְ'אִיז גֶעוָוארְן אַ מִנְיָן אַ יֶעדְן טָאג, אֲפִילוּ סְ'אִיז אִים אוֹיסְגֶעקוּמֶען דַאוֶוענֶען בִּיְחִידוּת, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען דַאוֶוענֶען נָאר אִין דִי בְּרֶסְלֶב'עֶר שְׁטִיבְּל. (אִיךְ הָאבּ אִים גֶעפְרֶעגְט, "וָואס אִיז מִיט מִנְיָן?" הָאט עֶר מִיר גֶעעֶנְטְפֶערְט, "אִיךְ הָאבּ גֶעוואוּסְט דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן דֶעם עִנְיָן מַאכְן אַ מִנְיָן אוֹיפְ'ן רֶבִּינְ'ס נָאמֶען, אִינְדֶערְוָואכְן אוֹיךְ, קְדוּשָׁה אוּן בָּרְכוּ בִּין אִיךְ גֶעגַאנְגֶען הֶערְן אִין אַן אַנְדֶערְן שׁוּל, אָבֶּער גֶעדַאוֶוענְט הָאבּ אִיךְ בִּיְחִידוּת יֶעדְן טָאג אִין דֶעם שְׁטִיבְּל, בִּיז עֶס אִיז גֶעוָוארְן אַ מִנְיָן צוּפְרִי אוּן אוֹיפְדֶערְנַאכְט, שַׁחֲרִית, מִנְחָה, מַעֲרִיב")."


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים, דיר מדריך זיין ווי אזוי מען איז מצליח צו מאכן א מנין קבוע.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#899 - דן זיין לכף זכות דעם שכן
תודה והודאה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר גערופן וכו', זי האט געוויינט און זיך אפגערעדט אויף וכו'.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מחזק זי זאל נישט ווערן אויסער זיך פון וואס עס האט פאסירט, אז זי וועט קוקן מיט "רחמנות אויגן" אויף זיי וועט איר דאס נישט באדערן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) אז ווען מען איז מהפך כעס צו רחמנות איז מען זוכה אראפצונעמען פון זיך אלעס שלעכטס און דער אייבערשטער געבט פאר דעם אסאך גוטס; זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל נישט זיין בכעס אויף אייער שכן, זי זאל זיי דן זיין לכף זכות, קוקן אויף זיי מיט א גוטע אויג.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויסהערן דיין ווייב און איר מחזק זיין; פארגעס נישט די נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון און ער טוט ווייטער, דו ביסט געווען א "היימלאזער בחור", "אפגעריסן" און "אפגעשליסן", האסט גארנישט געהאט אויף די וועלט און יעצט האסטו א שיינע משפחה כן ירבו.


אזוי אויך זאלסטו זיך שטארקן צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות; זינג זמירות, דערצייל פאר דיינע קינדער שיינע מעשיות און זאלסט חס ושלום נישט שלאגן די קינדער שבת. שבת טאר מען נישט שרייען, שבת דארף מען זיין בשמחה – נאר טאנצן, נאר שפרינגען.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#898 - אריינברענגען שמחה צווישן אנשי שלומינו
שמחה, שטעטל, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער הארציגער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו און בילדער.


דו האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט די בילדער פון תלמוד תורה, מיידל סקול, מקוה און שיעורי תורה; זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי די אינגעלייט תלמידי הישיבה לערנען און דאווענען, און זען ווי מען איז מחנך די קינדער וכו', וכו'.


דער עיקר זאלסטו אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "לְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵיק", פרייליך מאכן א איד איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז א גרויסע זאך. דורך דעם וואס מען ברענגט אריין שמחה אין אידישע איז מען א בן עולם הבא, אזוי ווי דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה פון רב ברוקא (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך, מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


ברוך השם אין ישיבה איז אלעס אין ארדענונג, עס האט זיך אנגעהויבן א פרישע זמן מיט א פרישקייט. מיר זענען יעצט אריין אינעם צוועלעפטן יאר, עס זענען דא פרישע תלמידים וואס ווילן לערנען אויפ'ן דרך הלימוד און זיך פירן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


פון דיין חבר וואס האט דיר ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#897 - אוועקלייגן די בעטן פאר אלע תלמידים
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע געטרייע תלמידים ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אוועק געבן בלב ונפש, אזויפיל וואכן און אזויפיל צייט, און בעיקר פאר'ן אוועק געבן ענקער "ראש השנה" – אלעס נאר פאר א צווייטן; אז אלע תלמידים וחברים זאלן האבן א פרייליכע איינגענעמענעם יום טוב, ובזכות דעם וועט איר זען נחת ביי אייערע דורות.


אזוי ווי עס זעט מיר יעצט אויס וועל איך נישט ענדיגן די צוויי אויבערשטע שטאקן אויף ראש השנה שנת תשפ"א. דעריבער, קומענדיגע יאר זאלט איר אוועקלייגן די בעטן פאר אלע תלמידים מיט זייערע קינדער און נאכדעם – אויב עס בלייבט איבער בעטן – קענט איר פארדינגען פאר אנדערע.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#896 - בניני הקהלה אין שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אלע חשוב'ע איינוואוינער פון קרית ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


אזוי ווי מיר דארפן בויען א בית המדרש, תלמוד תורה און מיידל סקול פאר די קהילה, בעט איך אלע משפחות זאלן באצאלן פאר די מוסד דער סכום וואס די הנהלה איז מחייב אלע פרישע איינוואוינער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע קהילה מיט מוסדות פאר אונזערע קינדער, מיר זאלן זיך נישט שעמען מיט אונזער קהילה און מוסדות. מיר זאלן מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, פאר'ן רבי'ן און פאר מוהרא"ש.


א כתיבה וחתימה טובה.

#895 - אויפנעמען יעדן שיין אין אומאן
אומאן, מדות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז איר האט זיך געשפירט אין אומאן אין אונזער בית המדרש אינעם נייעם בנין - צווייט קלאסיג. איך האב געפרעגט די אינגעלייט און די בחורים וואס זענען ממונה אין בית המדרש צי עס איז אמת וואס איר שרייבט, אז מען נעמט נישט אויף שיין די געסט וואס קומען דאווענען; זיי האבן מיר געזאגט אז היי יאר וועלן זיי מער אכטונג געבן אויף דעם פרט און מקרב זיין יעדן איינעם.


געבט איבער פאר אנשי שלומינו פון יבנאל אז מיר וועלן זיך זייער פרייען צו דאווענען אינאיינעם אין אומאן, מיר מאכן נישט קיין חילוק פון אשכנז'ישע אידן אדער ספרד'ישע אידן, מיר ווארטן אויף אייך און מיר וועלן זיך פרייען צו זיין צוזאמען; מיר גייען אין די וועגן פון מוהרא"ש וואס האט געוויזן אז מען קען דאווענען אין איין שול אפילו מיר זענען פון אנדערע שבטים. מיר זענען ממשיך וואס מוהרא"ש האט געטון ביי זיין לעבן, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיגט חזר'ן, דאס וואס מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) אז רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינע רמז, א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#894 - מיט אמונה ווערט מען רואיג
פחדים, קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט אייך געגעבן אז איר האט געבוירן א קינד למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אלע אייערע קינדער.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי' איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה, איר זאלט חזר'ן אן א שיעור די ווערטער: "דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכער חשבון", חזר'ט אייך דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, און דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט צוריק קומען צו אייערע כוחות און זען מיט אייערע אויגן די חסדים וואס ליגט אונטער אלע פאסירונגען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#893 - גייט צוריק צו אייער מאן
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


גייט צוריק צו אייער מאן; רעדטס אייך נישט איין אז עס וועט אייך זיין בעסער מיט א צווייטן, ווייל מיט א צווייטן וועט אייך זיין אסאך שווערער. קודם וועט אייך זיין שווער ביז איר וועט זיך אויסוועלן א שידוך, נאכדעם וועט זיך אנהייבן די קריגערייען צווישן אייך און אייער צווייטער מאן איבער "מיינע קינדער" און "דיינע קינדער"; זיינע קינדער וועלן זיך אויפפירן צו אייך מיט גרויס חוצפה, זיי וועלן אייך לאכן אין פנים און עס וועט אייך זיין ביטער שווער.


זאג איך אייך, גייט צוריק צו אייער מאן, האטס רחמנות אויף אייערע קינדער; אייער מאן איז געווען ביי מיר און ער איז גרייט צו פאררעכטן, ער איז גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אבי די קינדער זאלן נישט חרוב ווערן. קינדער ווערן חרוב ונחרב ווען עלטערן קריגן זיך; דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען און מחזק זיין בחורים, במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן; דער מנורה; דער ארון; וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


איר זאגט אלעמען: "איך פאלג נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט", יעדער וואס רעדט מיט אייך זאגט איר: "ראש ישיבה", "ראש ישיבה"; "וואס דער ראש ישיבה זאגט", זאג איך אייך קלאר וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#892 - קיין אומאן ראש השנה דארף מען קומען צי מען האט געלט אדער נישט
אומאן, ראש השנה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיין אומאן ראש השנה דארף מען קומען צי מען האט געלט אדער נישט; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה.


"וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, 'אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם'", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


אין אומאן אליינס איז נישט קיין חילוק וואו מען איז, דער עיקר איז מען זאל זיין ביים רבי'ן אין אומאן. אז עס קומט דיר אויס צו טייער צו זיין מיט אונז זאלסטו גיין וואו עס קומט דיר אויס בעסער, אבער דער עיקר איז זיין אין אומאן.


אז דו פלאגסט זיך און דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות - זאלסטו גיין נאך געלט; מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז אויב מען וויל נישט פושט רגל זיין (באנקראטירן) זאל מען פושט יד זיין, מען זאל אויסשטרעקן די הענט און גיין נאך געלט אז מען זאל האבן וואס צו געבן פאר די ווייב; עס איז נישט דא אזא זאך ווי נישט אהיים ברענגען געלט. האסט חתונה געהאט און אונטערגעשריבן אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו' - דארפסטו דאס מקיים זיין, דו דארפסט ברענגען פון אונטער דער ערד געלט.


זיי עוסק אין הפצה וועסטו שטענדיג האבן שפע; דער הייליגער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען איינער פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פארן 'תיקון הכללי'. ער האט באקומען א ברכה פון רבי'ן אז ווען ער וועט אריין לייגן זיינע הענט אין טאש וועט ער אייביג טרעפן דארט געלט, וכך הוה, ווען ער האט געדארפט האבן געלט האט ער אריין געלייגט די הענט אין טאש און געטראפן געלט; מוהרא"ש שרייבט אין 'אשר בנחל': "איך געב א צווייטע ברכה, ווער עס וועט עוסק זיין אין הפצה, ער וועט גיין מיט קונטרסים וכדומה ביי די הייזער וכו', וועט אייביג האבן געלט אין טאש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#891 - איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה
תפילה והתבודדות, רפואה, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע צוויי בריוו.


דו ביסט מיר ממש מחי' יעדעס מאל וואס דו שרייבסט מיר, איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה. שרייב מיר נאך און הלואי זאלסטו מסדר זיין אלע דיינע חידושים פאר דיר און ווייטער מחדש זיין, וועט דאס זיין פאר דיר פאר א תיקון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה): "טוֹב מְאֹד כְּשֶׁזּוֹכִין לְחַדֵּשׁ אֵיזֶה דָּבָר בַּתּוֹרָה, כִּי הוּא תִּקּוּן גָּדוֹל לְהִרְהוּרִים", מחדש זיין און טראכטן אין תורה איז א תיקון אויף אלע שלעכטע מחשבות.


בנוגע צי דיין ווייב קען גיין צו א גוי'אישע וכו', עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין צו א נישט איד, דער עיקר זאל זי אכטונג געבן עס זאל זיין נאר א פרוי.


שטארק זיך אין התבודדות; גיי יעדן טאג שפאצירן אליינס מיט'ן אייבערשטן און שמועס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי דער יצר הרע מוטשעט און מוטשעט אן אויפהער און לאזט נישט אפ; אז דו וועסט גיין מיט דעם הנהגה, דו וועסט זיין אן עקשן צו גיין יעדן טאג אביסל התבודדות וועסטו ביים סוף מנצח זיין.


געב א גריס פאר אלע חברים; איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען צו אייך אויף דעם שבת.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן אז עס זאל מקוים ווערן ביי אונז דעם שיחה פון רבי'ן (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#890 - אוועקגעווארפן די אלקאהאל
משקה המשכר, חלומות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די געלט פאר א פדיון.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט אוועקגעווארפן די אלקאהאל; דו נעמסט מער נישט אריין קיין אלקאהאל אין דיר און דו טרינקסט מער נישט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שכרות, סימן ד): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב מִי שֶׁאֵינוֹ מִשְׁתַּכֵּר", דער אייבערשטער האט ליב דעם מענטש וואס שיכור'ט זיך נישט אן; קומט אויס אז דער אייבערשטער האט דיר ליב.


בנוגע וואס דו האסט גע'חלומ'ט וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חלום, סימן א): "לַחֲלוֹם רָע", פאר א שלעכטע חלום, "תֹּאמַר בַּבֹּקֶר", זאל מען זאגן אינדערפרי: "הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ", חלומות זענען נישט אמת; דערנאך דארף מען שוין נישט זארגן.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן צו זיין פרייליך, זארג נישט וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נה.): "חֶלְמָא בִּישָׁא", אז מען חלומ'ט זיך א שלעכטע חלום, "עֲצִיבוּתֵיהּ מִסְתַּיֵּיהּ", דאס וואס מען איז דערשראקן און צעבראכן דערפון, דאס אליינס איז מבטל דעם חלום; דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט אמונה צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס וועט זיין גוט און דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט תפילה והתבודדות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י:): "אֲפִילוּ בַּעַל הַחֲלוֹמוֹת אוֹמֵר לוֹ לְמָחָר הוּא מֵּת", אפילו מען חלומ'ט זיך אז מען גייט שטארבן, "אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים", זאל מען ווייטער בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#889 - ווי קען מען זיך אננעמען פאר איינעם וואס האט מטמא געווען א אידישע טאכטער?!
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט צו פארשטיין, ווי קען מען זיך אננעמען פאר אזא איינעם וואס האט מטמא געווען א אידישע טאכטער?! עס איז א פלא פארוואס אלע האבן אויפגעהערט צו רעדן מיט אייך ווייל איר האט דערציילט פאר די פאליציי וואס יענער האט געטון מיט אייך אין די יונגע יארן און מען האט אים געלייגט אין תפיסה.


איר פון אייער זייט זאלט מכבד זיין טאטע מאמע; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט אייך וכו' איז דאס נישט אייער פראבלעם, אבער איר פון אייער זייט זאלט ווייטער רעדן מיט זיי אויב זיי ווילן רעדן מיט אייך.


איר האט נישט גוט געטון מיט'ן זאגן פאר די קינדער אז מען רעדט מער נישט מיט זיידי און באבי, ווייל דאס איז א הירוס אין חינוך; איר געבט זיי א חינוך אז זיי זאלן דאס טון מיט אייך ווען זיי וועלן עלטער ווערן. זיי וועלן אויך אנזאגן זייערע קינדער אפצוהאקן מיט זיידי באבי - מיט אייך; זעטס ווי פריער צוריק צו דרייען מיט חכמה אז די קינדער זאלן נישט ווערן צומישט. מען טאר נישט זאגן פאר קינדער אז מען האקט אפ מיט עלטערן - זאל זיין וואס זאל זיין, אויב די עלטערן ווילן נישט רעדן מיט אייך איז דא גענוג וועגן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון אהין גיין אן דעם וואס די קינדער זאלן כאפן וואס עס גייט פאר.


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, בפרט מיט די עצה פון אנהייבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות וואס ווער עס טוט זיי קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, נאכדעם וואס עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל ארויס גיין פון אייך וואס איר זענט אריבער אין די יוגנט; געוואוינט אייך צו זיך אויס צו רעדן צום אייבערשטן; פארציילט אים אלעס וואס איר זענט אריבער. דאס וועט מאכן עס זאל ארויס גיין פון אייך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות אריין געקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם" און דאס הרג'ט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'נען; אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פאר'ן אייבערשטן, ער פארציילט פאר'ן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. דעריבער, אז איר וועט דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלע אייערע אלטע מעשים וועט דאס צושטייטליך ארויסגיין פון אייך ביז איר וועט עס אינגאנצן פארגעסן, וואס דאס איז א סימן אז דער אייבערשטער איז אייך מוחל אויף אלעמען, ווייל איר זענט נישט שולדיג, מען האט אייך דאך באצוואונגען וכו'.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#888 - דער בחור זאל בלייבן שלאפן אין דארמעטארי
בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גריס פון אייער ליכטיגער זון ... נרו יאיר, ער לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים; איך האב זיך זייער מחיה געווען מיט אים במשך די זוממער וואכן אין קעמפ.


יעצט ווען מיר הייבן צוריק אן ישיבה אין שטאט וואלט געווען א שטארקע תועלת ער זאל בלייבן שלאפן אין וויליאמסבורג אין דארמעטארי, אזוי וועט ער קענען מיט האלטן דעם סדר הישיבה פון אינדערפרי אכט אזייגער, ער וועט זיין ביי די גמרא שיעור. ווייל פאריאר פלעגט ער קומען זייער שפעט, ער פלעגט פארפאסן גאנצע טעג פון ישיבה.


די דארמעטארי איז אונטער די השגחה פון די ישיבה; עס זענען דא דארט נאר בחורים מיט יראת שמים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#887 - קריג דיך נישט מיט דיין ווייב
תפילה והתבודדות, שלום בית, שטעטל, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט האלטן טייער דיין ווייב תחי'; קריג זיך נישט מיט איר. זי שרייבט מיר אז דו קריגסט זיך מיט איר אסאך, איך בעט דיר טייערער חבר, הארציגער ברודער, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב, זאג איר צו אז דו וועסט איר שעצן און ליב האבן. פיר זיך אויף ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו זען א גרויסע נס, דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


ווער עס איז מכבד די ווייב האט ברייט פרנסה און גרויס עשירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע געלט קומט בזכות די ווייב.


אויך זאלסטו אנהייבן דאווענען שחרית, מנחה און מעריב וואס דאס האלט א איד ביים אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט.


זאגט דער רבי, אז 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.


איך בין נעכטן נאכט געווען אין שטעטל און געגעבן א שיעור התחזקות; איך האב דיר געוואלט טרעפן און רעדן צו דיר פנים אל פנים, איך האף אז ביי דעם קומענדיגן שיעור וועל איך דיך טרעפן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.