בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#18 - געסט וואס קומען, איז א מתנה פון אייבערשטן
חברים, חינוך הילדים, שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס דארף אייך נישט שטערן אז אנדערע משפחות קומען זיצן ביי אייך אין גארטן, איר דארפט זיך פרייען אז מען קומט צו אייך אין חצר, כל זמן מען רעדט שיינע זאכן, מען רעדט פון רבי'ן, מען רעדט פון סתם זאכן – דארף אייך דאס נישט אנגיין, עס וועט נאר צוגעבן פאר אייערע קינדער.


קינדער דארפן שכנים און חברים מיט וועם צו שפילן, טאנצן און שפרינגען, און אין שטעטל קומט צו נאך זאכן, שפילן מיט זאמד, גרובן גריבער וכו' וכו'.


דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת וירא, קד.) ווען עס קומען אין שטוב געסט, איז דאס א סימן פונעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער האט ליב דעם מענטש. מוהרא"ש זאגט, ווען עס קומט צו גיין א גאסט, דארף מען אנהייבן טאנצן: 'דער אייבערשטער האט מיר ליב; איך זע דאך אז עס איז מיר געקומען א גאסט', אזוי זאלט איר טראכטן ווען עס קומען צו גיין אנשי שלומינו, מען ווייזט אייך פון הימל ווי חשוב איר זענט.


געדענקט, אונזער זאך איז וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט (נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא מִילְתָא", אנ"ן איז ראשי תיבות א'נשי נ'חל נ'ובע, מיר זענען מצליח נאר ווייל עס איז דא ליבשאפט.

#17 - דו קענסט אדווערטייזן, און נאכאלץ זיך היטן די אויגן
שלום בית, שטעטל, הכנסת אורחים, פרנסה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך אדווערטייזן אויף אינסטעגרעם און אויך אין די מעגעזין, אבער דו דארפסט נישט קוקן דארט, לייג ארויף וואס דו האסט צו פארקויפן און בלייב נישט דארט קוקן וכו'. דאס איז נישט קיין סתירה צו שמירת עיניים, אז מען וויל האבן שמירת עיניים - האט מען שמירת עיניים, און אז נישט - איז סיי ווי ביטער, אן די זאכן.


מוהרא"ש זאגט, עס שטייט (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׂין און אויך מיט א שׁין; אויב מען צעברעכט זיך די אויגן, מען קוקט נישט אויף אויסגעלאסענע פרצות, "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", דאמאלט: "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועסטו האבן פרנסה.


זייער גוט אז דו געבסט צוביסליך געלט פאר די הנהלה, אזוי וועסטו קענען בקרוב קויפן א דירה אין שטעטל.


בנוגע יום טוב שבועות וכו'; עס איז כדאי זיך אנצושטרענגען אריינצונעמען געסט פאר יום טוב, אפילו עס איז שווער. סתם אזוי פעלט נישט אויס, אבער אז די בחורים ווילן קומען צו זייער ראש ישיבה, מעג מען ארייננעמען.


זיי מכבד דיין ווייב, וועסטו האבן גרויס עשירות. אויך זיי מכבד די שול, קום צום דאווענען מיט א הוט און רעקל; שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "עֵת לְכָל חֵפֶץ", אין שול איז דא איין וועג ווי אזוי מען קומט, אינדרויסן איז עפעס אנדערש.


 

#16 - ארייננעמען געסט אויף יום טוב שבועות
שטעטל, הכנסת אורחים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ג' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל זיין דעם קומענדיגן יום טוב שבועות אין שטעטל אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, וויל איך אייך בעטן אויב עס איז שייך אריין צו נעמען געסט.


עס זענען דא אסאך משפחות וואס ווילן זיין אינאיינעם יום טוב שבועות, אויך איז דא בחורים וואס ווילן זיין אינאיינעם; ווער עס האט פלאץ אריין צו נעמען געסט צו שלאפן, און ווער עס קען ארייננעמען געסט פאר סעודות זאל זיך מעלדן צו ..., אזוי וועלן אלע קענען זיין אינאיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - נעם נישט אריין קיין קאפלס ביי דיר אין שטוב
צניעות, הכנסת אורחים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעם נישט אריין קיין קאפלס ביי דיר אין שטוב, עס איז נישט גוט פאר דיר; וואס דארפסטו צרות? וואס דארפסטו קאפ וויי? זיץ מיט דיין ווייב און קינדער און שוין.


אז יענער זוכט א וואקאציע זאל ער גיין מיט זיין ווייב וואו ער קען זיין פריוואט; לאז דיין שטוב זיין ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מ'וועט קענען נוצן דיין דירה פאר'ן שבת התוועדות?
חיזוק פאר מיידלעך, שבת קודש, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן מאכן אזא הכנסת אורחים דעם זומער פאר די ישיבה; מיט דיין גאנצע הארץ האסטו אריינגענומען די בחורים צו שלאפן אומזיסט, אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הכנסת אורחים, חלק א', סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", הכנסת אורחים איז מסוגל פאר קינדער; נאך זאגט דער רבי (שם, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי הַכְנָסַת אוֹרְחִים אֵימָתוֹ מֻטֶּלֶת עַל הַבְּרִיּוֹת", אויך איז דאס א סגולה: "לְהַחֲזִיר לְאִשָּׁה וִסְתָּהּ (שם, סימן ב)".


איך וויל דיר בעטן א טובה, מיר מאכן א שבת התוועדות פאר די תלמידות פון בית פיגא, סיי די מיידלעך פון סקול און סיי די מיידלעך פון קעמפ; די עלצטע קלאס. מיר מאכן דאס אין שטעטל, איך זוך א פלאץ פאר זיי צו שלאפן, אויב איז מעגליך צו נוצן דיין דירה פאר זיי צו שלאפן. עסן וועלן זיי מיט זייער מנהלת תחי'. זיי מיר מודיע, ווייל עס איז מיר זייער וויכטיג מחזק צו זיין די מיידלעך, זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן.

#13 - מיר האבן אלעס געטון צו זיין אין אומאן – איז עס אזוי ווי מיר זענען אין אומאן
שטעטל, הכנסת אורחים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד אלע טייערע פרויען אנשי שלומינו תלמידות היכל הקודש שתחיו, קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק.


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן קיין ניו יארק, איך בין געווען ביים ציון און געבעטן פאר אלע תלמידים און תלמידות און פאר אלע אידן מען זאל האבן א גוט געבענטשט יאר.


איך וועל זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דעם ראש השנה הבא עלינו לטובה אין קרית ברסלב ליבערטי; איך וויל אייך בעטן איר זאלט עפענען ענקערע הערצער אריין צו נעמען די אלע משפחות וואס ווילן זיין ראש השנה אין שטעטל צוזאמען ביים רבינ'ס קיבוץ.


זייטס נישט צעבראכן אז מיר זענען נישט אנגעקומען אין אומאן, ווייל מיר וועלן זיין אינאיינעם און דאווענען אינאיינעם – וועט דער רבי זיין מיט אונז; דער רבי וועט אראפקומען פון היכל קן ציפור זיין מיט אונזער קיבוץ.


מיר זענען אריבער די וואך אזא מסירות נפש, נאך מער ווי ביי די קאמוניסטישע צייטן; מיר האבן אלעס געטון צו זיין אין אומאן – איז עס אזוי ווי מיר זענען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#12 - זייער אכטונג געבן אויף צניעות און קדושה
צניעות, קדושה, הכרת הטוב, הכנסת אורחים, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מאכן די מצוה פון הכנסת אורחים און העלפן די ישיבה מיט דעם וואס דו האסט זיך מתנדב געווען צו געבן דיין אונטערשטע שטאק פאר די בחורים, זיי זאלן האבן וואו צו זיין דעם זומער ווען מיר האבן נישט געפונען קיין קעמפ; דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן פאר די גרויסע חסד.


איך בין נישט דיין בעל הבית און איך קען דיר נישט הייסן וואס צו טון, אבער א גוטע עצה קען איך דיר געבן.


אז דו האסט אריין גענומען בחורים ביי דיר אין בעיסמענט פאר'ן זומער זאלסטו נישט אריין נעמען קיין מיידלעך ביי דיר אין שטוב; עס איז נישט קיין צניעות אז עס זאלן זיך דרייען בחורים און מיידלעך אין איין חצר.


אויב דו וועסט האלטן מיידלעך ביי דיר אין שטוב וועל איך אהיים שיקן אלע בחורים; עס איז מיר נישט ווערד די גאנצע ישיבה אויב איז נישטא קיין קדושה. דער יסוד ביי אידישע קינדער איז קדושה - זיין הייליג; אויב עס איז נישטא קיין קדושה איז זייער ביטער.


איך האף דו וועסט אכטונג געבן, דו וועסט נישט לאזן דיין שטוב אויף הפקר.

#11 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן, לעבט מען אין גן עדן
קינדער, תודה והודאה, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


צום אלעם ערשט א גרויסן יישר כח פאר די בעטן און קאוטש וואס דו האסט מיר געשאנקען א מתנה; דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן בכפלי כפליים.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; שטארקט אייך צוזאמען מיט די נסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט ענק. מאך זיך א קביעות צו טאנצן יעדן טאג אין שטוב מיט דיין משפחה ניגונים פון הודאה, ווי צום ביישפיל: "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", אדער: "יוֹדוּ לַה' חַסְדּוֹ", אדער: "הַכֹּל יוֹדוּךָ"; ניגונים וואס שרייען אויס אז דער אייבערשטער איז גוט, אז דער אייבערשטער איז געלויבט.


ווי מער א מענטש לעבט מיט תודה והודאה, לעבט ער שוין יעצט אויף די וועלט אין "גן עדן", אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וִימֵי הוֹדָאָה זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן שפירט דעם עולם הבא, "כִּי כָּל מַה שֶׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען אנערקענט אז אלעס איז דער אייבערשטער, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", אלץ נענטער איז מען צו אים.


איך וויל אז דיין מצוה אין שטעטל זאל זיין הכנסת אורחים; יעדן שבת זאלסטו קוקן אין שול אויב עס איז דא געסט און זיי מסדר זיין ביי אנשי שלומינו זיי זאלן האבן וואו צו עסן, בפרט די בחורים וואס קומען מזמן לזמן זאלן האבן וואו צו עסן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו נאך קינדער.

#10 - בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים
הפצה, הכנסת אורחים, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מחזק אנשי שלומינו אין ירושלים; דו האסט מיסד געווען א מנין ביי דיר אין שטוב, דו געבסט אוועק דיין שטוב מען זאל דארט קענען דאווענען און זיך מחזק זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:) אויפ'ן פסוק (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ", דער אייבערשטער האט געבענטשט דעם עובד אדום ווייל ער האט אריין גענומען דעם ארון צו זיך אין שטוב, "וַהֲלֹא דְּבָרִים קַל וָחֹמֶר, וּמָה אָרוֹן שֶׁלֹּא אָכַל וְשָׁתָה אֶלָּא כִּבֵּד וְרִבֵּץ לְפָנָיו כָּךְ, הַמְאָרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ וּמַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ וּמְהַנֵּהוּ מִנְּכָסָיו עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", זאגן חז"ל, מה דאך ווען ער האט אריין גענומען דעם ארון - וואס איז נישט א מענטש און עס איז נישט דא ביי דעם קיין עסן און טרינקען, האט ער זוכה געווען אז דער אייבערשטער האט אים געבענטשט מיט קינדער וכו', איז דאך זיכער ווען מען נעמט אריין א תלמיד חכם און מען געבט אים עסן און טרינקען, אז מען ווערט געבענטשט פונעם אייבערשטן; און אז מען נעמט אריין אידישע קינדער און מען געבט זיי עסן פאר זייער נפש ונשמה, מען איז זיי מחזק מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, מען טרינקט אן ביימער - איז דאך זיכער אז מען ווערט געבענטשט פונעם אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט. דער עיקר זאלסטו מחזק זיין די אינגעלייט און בחורים זיי זאלן עוסק זיין ווי מער אין הפצה צווישן דעם היימישן עולם; עס גייט אריבער היינטיגע צייטן אויף בחורים און מיידלעך ביטערע שווערע נסיונות, אזוי אויך אויף אינגעלייט און נאר די ספרים און קונטרסים איז זיי מחזק און דערהאלט זיי.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון שהיא רחמים גדולים, דיין קינד זאל זיין געזונט און שטארק און האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - אכטונג געבן וועמען מ'נעמט אריין אין שטוב
צניעות, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


קודם כל א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך; ברוך השם זיי זענען זייער וואויל, זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און האלטן מיט די לימודים.


אייער טאכטער תחי' זאגט אז די בחורים וואס קומען צו אייך פאר געסט צו די סעודות רעדן צו איר און קוקן אויף איר השם ישמרינו.


איך וויל זיך נישט אריין מישן אין אייער הנהגת הבית, איר ווייסט זיכער ווי אזוי זיך צי פירן; אבער איך וויל אייך אויפמערקזאם מאכן אז ווען מען נעמט אריין בחורים (חסר, זיי זענען נאך ווייט פון האבן יראת שמים, זיי האבן נאך א לאנגע וועג צו קומען צו יראת שמים און צו קומען צו ווערן אנגערופן בגדר אנושי) און מען האט מיידלעך דארף מען אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס קומען קיין עבירה הבאה מן המצוה.


איך מאך אויך הכנסת אורחים, ביי מיר איז דא ביי יעדע סעודה בחורים, אבער עס גייט מיט א שטארקע שמירה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, ה): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", א מיידל דארף מער שמירה ווי א אינגל; עס איז נישט דא קיין מגע משא און קיין קוקן, מען זיצט אפגעזונדערט. אז מען האט גרויסע טעכטער איז נישט כדאי צו האלטן פריי די שטוב, ווייל וואס וועט איר קענען טון אויב זי וועט זיך פארליבן אין דעם משוגענעם חס ושלום.


זייטס נישט ברוגז אז איך שרייב אייך; איך זוך נישט זיך צו מישן ביי יענעם, אבער איך וויל ראטעווען אייער טאכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#8 - דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט אין לעבן
צניעות, תודה והודאה, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער תלמידים ... נרו יאיר וזוגתך תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אלעס איז אין ארדענונג ביי אייך.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, די וואך האבן מיר אין די סדרה די פרשה פון ביכורים, די מצוה פון "הכרת הטוב", צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים זאגן אויף יעדע פרט אין לעבן: "יישר כח!" "יישר כח אייבערשטער! איך בין נישט קיין כפוי טובה".


וְ'אָמַרְתָּ לִ'פְנֵי י' אֱ'לֹהֶיךָ (דברים כו, יג); איך זאג פאר'ן אייבערשטן מיין גאנצע עבר פון וואו איך קום, וואס בין איך דען פאר מיר אליינס אן דעם צדיק? אלעס וואס איך האב איז נאר חסדים פונעם אייבערשטן, אז ער האט אונז געגעבן די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז און פאר אונזערע דורות.


בנוגע אייער ניכטע וכו'; עס איז דא א וועג פון זיך אנטון "נישט צניעות'דיג", נאכדעם איז דא אן ערגערע וועג, וואס דאס איז "פריצות'דיג"; אויב גייט זי אנגעטון "פריצות'דיג", דאן קען זי נישט איינשטיין ביי ענק, אבער אז זי גייט "נישט אזוי צניעות'דיג" דעמאלט איז כדאי איר צו מקרב זיין, דורכדעם וועט זי צוביסלעך שטייטעלעך צוריק קומען צו די וועג פונעם אייבערשטן.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#7 - לאדענען אנדערע משפחות אויף ראש השנה
חיזוק פאר פרויען, הפצה, הכנסת אורחים, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט איינגעליידנט מרת ... צו אייך אויף ראש השנה; הלוואי זאלן נאך אנדערע זיך לערנען פון אייך צו טון חסד איינער מיט'ן צווייטן, בפרט ראש השנה ווען אלע אנשי שלומינו פארן אוועק קיין אומאן און נישט אלע פרויען האבן וואו צו גיין עסן די סעודות, דערפאר וואלט געווען א גרויסע זאך ווען מען ליידנט איין די פרויען וואס האבן נישט וואו צו זיין.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו מגדל זיין אייערע קינדער גרינגערהייט, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", הכנסת אורחים איז מסוגל פאר קינדער; אזוי ווי מיר זעען ביי די פרוי שונמית וואס האט זייער חשוב געהאלטן די מצוה פון הכנסת אורחים (מלכים ב ד, ט-י), דערפאר האט איר אלישע הנביא צוגעזאגט א קינד (שם, שם, טז), און זי האט זוכה געווען צו א קינד – חבקוק הנביא (זוהר הקדוש, פרשת בשלח, דף מד:).


איך האט מיר געשריבן זוממער אז איר זענט מתרגם דעם קונטרס "געדולד צו קינדער" אויף ענגליש, איך ווארט צו הערן אויב עס איז שוין פארטיג, כדי מען זאל דאס קענען דרוקן און פארשפרייטן פאר אלע וואס פארשטייען נאר ענגליש.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן
קינדער, שאלות, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב געהאט מיט מוהרא"ש ביי דעם ענין און איר וועט שוין וויסן ארויסצונעמען פון דעם ווי אזוי זיך צו פירן.


איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך האב א בחור פון ישיבה וואס שלאפט ביי מיר; דאס איז געווען אין די תקופה ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, דעמאלט פלעג איך נעמען בחורים וואס האבן נישט געהאט קיין היים זאלן שלאפן ביי מיר, האט מיר מוהרא"ש געוויזן מיט א שארפע פינגער און געזאגט: "נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן"; נאך יענע נאכט האב איך מסדר געווען פאר זיי א דארמעטארי.


ממילא ביי אייער פאל וואס איר האט מיידלעך איז דאך זיכער נישט אויסגעהאלטן אריינצונעמען בחורים צו שלאפן; איז אויב איר קענט מסדר זיין פאר זיי א פלאץ אין בעיסמענט וועט עס זיין בעסער און באקוועמער סיי פאר די בחורים און סיי פאר אייך און אייערע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; אז מען האט מיידלעך דארף מען זען עס זאל זיין בצניעות ובשמירה.


פאלגט דעם רבי'ן, גייט אביסל שפאצירן צווישן די גראז; ביי ענק אין שטעטל איז דאך א מחי', מען קען דארט מקיים זיין דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", א מענטש גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; מען קען דארט שפאצירן מיט'ן אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - שבת זאלסטו זיצן און פארברענגען נאר מיט דיין פאמיליע
בחור, שטעטל, שבת קודש, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער און איך ווארן דיר, פאר דיין טובה וועגן זאלסטו בשום אין אופן זאלסטו בשום אין אופן נישט ארייננעמען בחורים צו דיר אין שטוב. אז דו ווילסט רופן געסט – בחורים – פאר א סעודה איז איין זאך, און ביי דעם דארף מען אויך וויסן ווי איין און ווי אויס; עס זאל האבן א פנים פון א סעודה, מען זאל רעדן פון רבי'ן וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך וויל דו זאלסט רופן אזעלכע געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי דברי תורה"; אבער דו זאלסט נישט ארייננעמען בחורים אין שטוב.


געב איבער פאר אלע אינגעלייט וואס האבן זיך ארויס געצויגן אין שטעטל אז זיי זאלן בשום אין פנים ואופן נישט ארייננעמען בחורים אין שטוב; איך האף בקרוב צו פארטיגן מיין הויז אין שטעטל, וועל איך האבן א באזונדערע פלאץ נעבן דעם בית המדרש פאר בחורים צו שלאפן וכו'.


א גאנצע וואך ביסטו פאריאגט על המחי' ועל הכלכלה, שבת איז די איינציגסטע טאג וואס דו קענסט זיצן מיט דיין ווייב תחי' און מיט דיינע קינדער, זאלסטו א גאנץ שבת נאר עוסק זיין מיט דיין משפחה, וועסטו האבן נחת פון זיי.


בדרך כלל זאג איך נישט פאר קיינעם וואס צו טון - סיידן מען פרעגט מיר, איך האב דיר ליב און איך וויל נישט דו זאלסט האבן פראבלעמען וכו', דערפאר זאג איך דיר וואס צו טון אפילו אן פרעגן.

#4 - דאס גרויסקייט פון די מצוה פון הכנסת אורחים
הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער: "דראפע זיך און דערהאלט זיך"; זוך אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר. עס איז דא ביי יעדן איינעם אסאך גוטס, טיף אינעם פראבלעם ליגט באהאלטן אסאך גוטס.


מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א איד, צו זען אויב ער וועט טרעפן און אנערקענען דאס גוטס און דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים.


איך בין מקנא דיין זכות פון "הכנסת אורחים", ווי דו זארגסט פאר אלע בחורים אז זיי זאלן האבן וואו צו עסן די סעודות שבת.


מען האט אמאל געבעטן רבי נתן ער זאל עפעס נאכזאגן פונעם "ספר הנשרף", האט ער געזאגט אז איינע פון די זאכן וואס ער געדענקט פון דארט איז דאס גרויסקייט פון די מצוה פון הכנסת אורחים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אינעם זכות פון הכנסת אורחים זאלסטו זוכה זיין צו מגדל זיין דיינע קינדער און זען נחת פון זיי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָׁה לְבָנִים", אמן.


...

#3 - ארייננעמען בחורים צו די שבת סעודות
בחור, הפצה, הכנסת אורחים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו שטעלסט צו פאר אלע בחורים זיי זאלן האבן וואו צו עסן די סעודות שבת.


הכנסת אורחים איז זייער א גרויסע מצוה, אין דעם זכות וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער.


געב איבער פאר אלע אינגעלייט וואס נעמען אריין געסט אז זייער זכות איז זייער גרויס אויבן אין הימל, דאס איז חוץ פון די מצוה פון געבן צו עסן פאר בחורים וואס האבן נישט קיין שטובער און האבן נישט וואו צו עסן. עס זענען דא בחורים וואס עסן א גאנצע וואך א סענדוויטש וכו' און האבן נישט קיין פיינע ווארעמע מאלצייט פאר נאכטמאל, ווי פלייש וכו'.


אבער חוץ פון די געוואלדיגע מצוה פון געבן צו עסן פאר די גופים האבן זיין א זכות אין זייער רוחניות. ווייל זייער אסאך בחורים האבן קיינמאל נישט געזען א שיינע שבת טיש, זיי קומען פון צעבראכענע שטובער וואו זיי האבן נאר געזען ווי מען קריגט זיך לא עלינו, דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן באקומען א פאלשע בליק אויף "אידישקייט", כאילו "אידישקייט" איז א שלעכטע זאך.


זייער אסאך פונעם יוגנט לאזן אפ אידישקייט נאר ווייל זיי האבן אין קאפ דעם פאלשער אימעדזש אז אידישקייט איז א נישט פרייליכע לעבן פון אזויפיל מיט מאכן קריגערייען ביי זיי אין שטוב.


דערפאר ווען זיי עסן א שבת סעודה ביי אנשי שלומינו און זיי זעען ווי שיין עס קוקט אויס א אידישער שטוב; דער טאטע זיצט אויבן אן ווי א קעניג, און די מאמע זיצט ווי א קעניגן מיט די ליכטיגע קינדער ביי די זייט. מען רעדט שיין און ליבליך איינער צום צווייטן, דאס מאכט אז זיי זאלן אפלאזן זייערע שלעכטע מחשבות וכו' און בלייבן ערליכע אידן מיט בארד און פיאות.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה"; ווייל די הכנסת אורחים איז גורם אז נאך א איד זאל זיך אומקערן צו מקבל זיין פני השכינה.


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר מעשיות פון הפצה; פארצייל מיר אלע מעשיות, בפרט ווען מען שרייט אויף דיר און מען פארשעמט דיר וכו'. איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט נישט צעפאלן ווערן ווען מען פארשיקט דיר פון א שטוב, אויף מיר שרייט מען אויך, אזוי אויך פארשעמט מען מיר, נאר איך קוק נישט אויף דעם, איך קוק נאר צי איך קען מזכה זיין נאך א בחור און נאך א מיידל ליב צו האבן דעם אייבערשטן.


גיי הפצה און לאך זיך גוט אויס...


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#2 - הכנסת אורחים איז זייער גרויס, אבער נישט אויף די ווייב'ס חשבון
שלום בית, הכנסת אורחים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


הכנסת אורחים איז זייער א גרויסע מצוה; די הייליגע חכמים זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מִקַּבָּלַת פְּנֵי שְׁכִינָה", עס איז גרעסער ווי קבלת פני השכינה; איז וואויל איז דיר אז דו נעמסט יעדע שבת בחורים זאלן עסן ביי דיר די סעודות, בפרט די בחורים וואס האבן נישט קיין שטוב, זיי שטייען און ווארטן יעדע וואך נאכן דאווענען צו טרעפן א פלאץ וואו צו עסן. אלע ווילן עסן ביי מיר אבער איך קען נישט נעמען מער ווי צוויי דריי געסט ביי א סעודה, איז זייער גוט אז אלע מתפללים נעמען אהיים אפאר געסט.


געב אכטונג אז עס זאל נישט גיין אויף דיין ווייב'ס חשבון; דו קענסט נישט הייסן דיין ווייב זי זאל גיין עסן אליינס אין קאך און דו מיט די געסט זאלן עסן אין שבת שטוב, מען קען דאס נישט טון. אויב גייט דאס אזוי אז ווען עס קומען געסט דארף דיין ווייב ארויסגיין אין קאך – זאלסטו ענדערש נישט נעמען געסט.


אויך דארפסטו זען עס זאל זיין מיט א צייט; מאך דיר א צייט בערך ווי לאנג דו מאכסט די סעודה, נאכדעם בענטש, געזעגן דיר מיט אלע טייערע געסט און בלייב שמועסן מיט דיין ווייב.


מען דארף האבן שכל ווי אזוי צו טון מצוות ומעשים טובים.


איך האב מורא'דיג הנאה יעדעס מאל דו קומסט צום גמרא שיעור, "דאס איז דאך די חיות פונעם טאג" – (לשון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו).


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#1 - נישט אלץ דארף מען טון הכנסת אורחים
צניעות, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל ווען דו זאגסט מיר דיינע סיומים, זה חלקי מכל עמלי אז איך קען אריין ברענגען לימוד התורה אין נאך א איד.


פון היינט אן זאלסטו אכטונג געבן אז דיין שטוב זאל זיין פרייוועט; נעם נישט אריין ביי דיר אין שטוב קיין בחורים. דו האסט שוין גרויסע טעכטער דארפסטו זיין פארזיכטיג וכו'; אמת, הכנסת אורחים איז גרעסער פון קבלת פני השכינה (שבת קכז.), אבער דאס קען נישט גיין אויפן חשבון פון צניעות.


יעצט לאז אנדערע חבירים נעמען בחורים אויף שבת; דו האסט א קליינע דירה מיט גרויסע טעכטער ביים טיש, איז נישט כדאי זיך אריין צו לייגן אין פראבלעמען.


אז דו ווילסט האבן א חלק אין די מצוה פון הכנסת אורחים, רעד צו די אינגעלייט וואס האבן גרעסערע דירות אדער צו די וואס האבן נישט קיין עלטערע טעכטער ביים טיש; זאג זיי ווי חשוב עס איז צו נעמען בחורים פון ישיבה וואס האבן נישט וואו צו עסן שבת צו די סעודות שבת, לאז זיי מקיים זיין די מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.