בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#39 - נישט אויסלאזן שטיקלעך פון דאווענען
קבלה טובה, דאווענען, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד דיין פערצנסטע געבורטס טאג; זיי זיך מקבל לכבוד דיין געבורטס טאג צו דאווענען מיט א סידור און נישט אויסלאזן קיין שטיקלעך פון דאווענען. דאס דאווענען איז איין שטיק, מען קען נישט שניידן שטיקלעך און אויסלאזן; יעדע מזמור, יעדע זאך - איז אוועקגעשטעלט מיט רוח הקודש, מיט א פינקטליכע סדר ווי עס דארף צו זיין.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט א סידור, ווארט ביי ווארט - וועסטו פטור ווערן פונעם יצר הרע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): "הַבָּא לְהָרְגָךְ הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", לייגט דער זוהר הקדוש צו איין ווארט, (הקדמת תקוני זהר, ח): "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ, בִּצְלוֹתָא"; הרג'ע אים מיטן דאווענען; ווייל דורכדעם וואס מען מען דאווענט שחרית מנחה מעריב - הרג'עט מען דעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#38 - אייגנארטיגע לויב ווערטער, פרישע תפילות, שפאלט הימלען
חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע מצורע, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


לכבוד אייער געבורטס טאג, איר זענט געווארן היינט זיבעצן יאר – זאלט איר זיך פארנעמען צו זיין זייער שטארק אין אפגיסן "נעגל וואסער"; נישט אראפטרעטן פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער, און אויך נישט גיין שלאפן אן אנגרייטן נעגל וואסער.


עס שטייט אין הייליגן זוהר, אז מען גיסט אפ נעגל וואסער ביים בעט ווערט מען הייליג, און אלע רוחות רעות און קליפות אנטלויפן פונעם מענטש.


אויך זאלט איר זיך שטארקן און זאגן תהילים, זינגט זיך די פסוקים פון תהילים און פלעכטס אריין אייגענע לויב ווערטער, און אייגענע געבעט, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער טייער צו הערן אייגנארטיגע לויב ווערטער, פריש געמאכטע תפילות, עס שפאלט אלע הימלען.


זארגט נישט, אייער שידוך וועט שוין קומען.

#37 - זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
חיזוק פאר מיידלעך, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געענדיגט תהילים פינף און דרייסיג מאל; דאס איז א גרויסע זאך, צו הערן א קינד זאל האבן שכל צו זאגן תהילים, און ענדיגן אזויפיל מאל - נאך פאר די בת מצוה, פאר די צוועלף יאר.


לכבוד אייער בת מצוה זאלט איר זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, דאס וועט אויפבויען אייער אמונה; דאס זאל זיין די קבלה פאר די יאר, און די קבלה זאלט איר אנהאלטן אייער גאנצע לעבן.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע אין שטוב מיט די קליינע קינדער, העלפן טאטע מאמע איז זייער זייער א הייליגע זאך. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:), דער וואס איז מכבד טאטע מאמע - דער איז מיך מכבד, און דער וואס איז מכבד טאטע מאמע - דארט וויל איך וואוינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - אנגרייטן נעגל וואסער פאר די עלטערן
חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער זיידע האט מיר געברענגט א בריוו פון אייך, איר ווילט וויסן וואס זיך פארצונעמען לכבוד אייער געבורטס טאג, איר ווערט ניין יאר אלט.


לכבוד אייער געבורטס טאג זאלט איר זיך פארנעמען זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער יעדע נאכט איידער איר גייט שלאפן, אויך זאלט איר אנגרייטן פאר אייערע עלטערן נעגל וואסער.


זעט זיך צו פירן מיט דרך ארץ פאר אייערע טיטשערס און פאר יעדן וואס איז עלטער פון אייך, גרוסט שיין יעדן איינעם און זייט מכבד יעדן איינעם, ווייל ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ דאס וויכטיגסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - ביי אונז מאכט מען נישט קיין עסק פון בת מצוה
מנהגים, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביי אונז אין אמעריקע ביי די פרומע שטיבער מאכט מען גארנישט פאר די טעכטער ווען זיי ווערן בת מצוה, מען מאכט בכלל נישט קיין עסק דערפון; די ערשטע מאל וואס איך האב געהערט פון מאכן פאר די טעכטער א בת מצוה סעודה איז פון משפחות אין ארץ ישראל, ביי אונז מאכט מען גארנישט.


אז אייער טאכטער חלומ'ט שוין אפאר יאר פון איר חגיגת בת מצוה איז שווער צו זאגן גארנישט צו מאכן ווען זי ווארט שוין יארן און קוקט ארויס אויף דעם וכו'.


דער עיקר זאלן ענק זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער.

#34 - נישט אראפטרעטן פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער
נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו גיין שלאפן אן אנגרייטן נעבן דיין בעט נעגל וואסער, און אינדערפרי זאלסטו נישט אראפטרעטן פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער; אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן, דו האסט זייער טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - אויסהערן דעם בעל תפילה מיט א סידור
דאווענען, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין, ווען דו דאווענסט מיט מנין אין שול - זאלסטו נישט רעדן ביי חזרת הש"ץ און אויסהערן די בעל תפילה מיט א סידור. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין צעטיל קטן (סעיף יא): "בחזרת הש"ץ השמונה עשרה", ווען דער בעל תפילה גייט איבער די שמונה עשרה, "יעיין בסידור", זאל מען אריינקוקן אין סידור, "לענות אמן בכל כחו על כל ברכה וברכה", און ענטפערן אמן מיט די גאנצע כח אויף יעדע ברכה.


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן, האסט זייער וואוילע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - זיך אונטערנעמען א גוטע זאך לכבוד די געבורטס טאג
חינוך הילדים, דאווענען, יום הולדת

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן פון דיין זון א בריוועלע, ער פרעגט וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד זיין געבורטס טאג.


זייער גוט אז דו לערנסט אויס דיינע קינדער זאלן זיך מקבל זיין ביי זייער געבורטס טאג א גוטע קבלה און זיין מיט דעם שטארק א גאנץ יאר. ביי אונז מאכט מען נישט קיין פארטיס; נישט אין חדר, נישט אין סקול און אויך נישט אין שטוב, נישט פאר קינדער און נישט פאר עלטערע; מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר טוען נאר וואס מיר האבן מקבל געווען פון צדיקים.


עס איז זייער גוט אויסצולערנען די קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער - זאלן זיך אונטערנעמען א גוטע זאך לכבוד זייער געבורטס טאג און זיין שטארק מיט דעם פאר די גאנצע יאר, און דעם קומענדיגן יאר זאלן זיי זיך אונטערנעמען נאך א גוטע זאך.


איך האב אים געשריבן ער זאל זיך אונטערנעמען אויסצוהערן חזרת הש"ץ, און דו אלס טאטע זאלסטו אים אויסלויבן און אויסרימען און געבן גוטע ווערטער, און דערציילן אין שטוב כסדר ווי שיין ער דאווענט, אזוי וועט עס ווערן ביי אים א טבע שני, ער וועט ווערן צוגעוואוינט צו דעם און ער וועט זיך אזוי פירן זיין גאנץ לעבן.


הויב אן דיין טאג מיט א שפאציר, מיט התבודדות, הויב אן דאנקען און לויבן. אזוי וועט זיך דיין הארץ דיר עפענען און דו וועסט זיך קענען אויסגיסן דיין הארץ, ארויסגעבן אלע דרוק, אלע אנגעצויגנקייט וכו' וכו', עס וועט דיר ווערן זיס און געשמאק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#31 - דער עיקר פונעם מוסד איז די ווארעמקייט און ליבשאפט
כיבוד אב ואם, מוסדות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט אויסער זיך ווען דיינע עלטערן רעדן צו דיר וועגן דיינע קינדער, אז אונזערע מוסדות איז נישט גוט, מאך נישט קיין עסק דערפון; עלטערן מעגן זאגן, עלטערן הערט מען אויס מיט דרך ארץ, און מען גייט התבודדות, מען שמועסט אויס מיטן אייבערשטן אלע צדדים און מען טוט וואס איז ריכטיג.


בנוגע וכו'; מיר מאכן נישט אין בית פיגא קיין עסק פון יום הולדת, עס מאכט נישט גוט צווישן די קינדער, עס הויבט אן ווערן קאנקורענט.


בנוגע די צעטלעך אויף די פרשה וכו'; נישט דאס איז דער עיקר, דער עיקר איז די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס די לערערינס לייגן אריין אין יעדן קינד, און דאס נישט מאכן קיין דרוק צווישן די קינדער, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן, אז די קינדער זאלן גיין פרייליך, אהיים קומען פרייליך און עס זאל זיין שם שמים שגור על פיהם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - צוויי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער יום הולדת זאלט איר זיך מקבל זיין יעדן טאג פאר צוויי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן, דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן ברענגט אלע ישועות און אלע רפואות, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - איז די בעסטע סגולה פאר אלעס, פאר בני, חיי ומזוני.


מענטשן זעען אפענע ניסים; מענטשן דערציילן ווען זיי זענען געווען אין א קלעם, אין ווייטאג, זיי האבן פרובירט אלע עצות, אלע סגולות - ביז זיי האבן גענומען די עצה פון רבי'ן, פון דאנקען דעם אייבערשטן, און דאס האט זיי געעפנט אלע טירן פון ישועות.


צוויי מינוט זאלט איר אוועק געבן יעדן טאג אויסצורעכענען מיט די מויל חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און מיט אייער משפחה, דאס זאל זיין אייער קבלה פאר די יאר און פאר אלע יארן, אויף די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - די שענסטע מתנה איז אן ערליכע פרוי מיט יראת שמים
שלום בית, טעלעפאן, דאווענען, תמימות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאלג דיין ווייב און בלייב מיט דיין פשוט'ע טעלעפאן. זי איז גערעכט, אזוי הויבט מען אן און עס ענדיגט זיך ביטער; קודם נאר א עפפ פאר די וועג, נאכדעם נאר די באנק, נאכדעם נאר א גרופ פאר משפחה - ביז מען ווערט אן עבד לעבדים, מען ווערט פארקנעכטעט פארן טעלעפאן, השם ישמרינו.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט באקומען א ווייב אן ערליכע און אן איידעלע, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דעם; די שענסטע מתנה וואס מען קען זוכה זיין איז אן ערליכע פרוי וואס איז שטארק מיט יראת שמים און וויל זיך נישט בייגן פאר די גוי'אישע גאס; לויב איר און שעץ איר - וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר עפעס שרייבן לכבוד דיין יום הולדת, לכבוד וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען נאך א יאר לעבן, וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין; זיי זיך מקבל אויסצוהערן חזרת הש"ץ ווארט ביי ווארט מיט א סידור פון אינעווייניג, לערן נישט דיינע שיעורים כסדרן ביי חזרת הש"ץ, קוק נישט קיין ספרים און גליונות און זיכער נישט רעדן מיט קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - לכבוד די געבורטסטאג, ליינען קריאת שמע שעל המטה
קריאת שמע, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט ממשיך מיט אייערע גוטע קבלות פון זאגן יעדן טאג תהילים און ענדיגן יעדע וואך 'ספר תהילים', און אויך צו זאגן יעדן טאג די דרייצן 'אני מאמין.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו ליינען קריאת שמע שעל המטה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע שעל המיטה, "מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", גייען אוועק אלע מזיקים פון אים. נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן שלאפן גיין, "כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", איז אזוי ווי ער האלט א שארפע שווערד וואס האט צוויי שארפן, און מען דארף גארנישט מורא האבן.


דער הייליגער מוהרנ"ת זאגט, וואס איז די צוויי שארפן? דאס איז תודה והודאה און תפילה; ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען ביידע, סיי דאנקען און לויבן און סיי בעטן אויף ווייטער.

#27 - געב פאר אידן א וועג ווי אזוי צו לעבן
בחור, הפצה, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין מער עוסק זיין אין הפצה; נעם צאם די בחורים וואס האבן א געפיל צום רבי'ן און טיילט אייך איין צו גיין יעדע ערב שבת אין אלע שולן ביי ענק אין שטאט אויסלייגן אין שולן די גליונות. מענטשן זענען אזוי צעבראכן, מען האט נישט קיין וועג אין לעבן, מען גייט אזויפיל אריבער און מען האט נישט קיין וועג וואו אוועק צו לויפן, לויפט מען צו דראגס, צו אלקאהאל, מען לויפט אין שוויץ השם ישמרינו; דאס זאל זיין דיין קבלה פאר דיין געבורטס טאג.


פאר קומענדיגע יאר, ווען דו וועסט זיך יערן און דו וועסט זוכן וואס פאר א גוטע קבלה זיך פארצונעמען, זאלסטו זיך פארנעמען צו גיין נאך מער הפצה, לייגן אין די שולן גליונות, און געבן פאר בחורים און אברכים די שיינע זיסע קונטרסים וואס ווייזט א וועג ווי אזוי צו לעבן א זיסע לעבן מיטן אייבערשטן.


הפצה איז דיין זאך אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - אפגיסן נעגל וואסער ביים בעט און עס ארויסטראגן
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לכבוד דיין יום הולדת זאלסטו זיך פארנעמען אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט און ארויסטראגן די טמא'נע וואסער, אזוי וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף אידיש. יעדן טאג אינדערפרי זאלסטו אריינגיין אין דיין שלאף צימער, פארמאך די טיר און רעד פאר דריי מינוט צום אייבערשטן. ערשט זאלסטו אים דאנקען פאר אלעס, פאר דיינע גוטע עלטערן, און אז דו ביסט א איד, און דו ביסט געזונט, און אזוי ווייטער, און נאכדעם זאלסטו אים שטארק בעטן אז דו זאלסט זיין א צדיק, לערנען און דאווענען און נישט טון קיין שלעכטס. דער הייליגער רבי האט דערציילט אז דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן איז ער געווארן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - דורך רעדן און הערן שטותים והבלים, ווערט א שטורעם ווינט
דאווענען, היטן די צייט, רענט, יום הולדת, ליצנות

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוועלע.


לכבוד דיין יום הולדת זאלסטו זיך פארנעמען צו אויסהערן חזרת הש"ץ אין סידור און נישט טון אנדערע זאכן.


בנוגע וכו'; גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב, גיי שלאפן צייטליך, און אויב דו ביסט נישט מיד – זאלסטו לערנען אין שטוב.


בנוגע וכו'; הער נישט אויס די לצים, עס וועט דיר נאר צעשטורעמען דיין מח. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לח), "רוח סערה עושה דברו", דורך רעדן און הערן שטותים והבלים – ווערט א שטורעם ווינט, מען פארלירט די ישוב הדעת.


 


זע צו צאלן רענט אין צייט, און אז דו האסט נישט – זאלסטו גיין אויף די הייזער צאמנעמען צדקה, און באצאלן יעדן ערשטן למספרם.


 

#24 - נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין זיך צו אפגיסן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער.


עס איז באוואוסט פון צדיקים, א מאמע וואס איז געווארנט נישט אראפצוגיין פון בעט אן נעגל וואסער - וועט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, און חס ושלום אויב מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער איז די שטוב פול מיט די נישט גוטע, מיט שדים ורוחות רעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - העלפן נאך מער די עלטערן, לכבוד די בת מצוה
חיזוק פאר מיידלעך, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה ב', י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך וויל אייך וואונטשן לכבוד אייער יום הולדת, איר ווערט היינט א 'בת מצוה', דער אייבערשטער זאל אייך געבן שיינע לאנגע געזונטע יארן, איר זאלט ברענגען אסאך אידיש נחת פאר אייערע עלטערן.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג צו העלפן נאך מער אייערע עלטערן און זיי מאכן נאר נחת.


א גוט יום טוב.

#22 - קאכן עפעס א גוטע עסן לכבוד שבת, אפילו א קלייניקייט
שבת קודש, קבלה טובה, יום הולדת, מאכלי שבת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו קאכן עפעס א גוטע עסן לכבוד שבת, אפילו א קלייניקייט.


קאכן פאר שבת איז זייער הייליג און זייער חשוב, עס איז מתקן דעם מענטש און ברענגט אלע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#21 - לכבוד די געבורטסטאג, מער מכבד זיין טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, קבלה טובה, דאווענען, יום הולדת, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר זענט צופרידן אין בית פיגא, איר האט הנאה פון די לערערין, איז זענט קונה פיל שיינע זאכן.


אויף די פראגע אויב מען מעג טייטשטן די ווערטער ביי שמונה עשרה ביים דאווענען, אדער מען מעג נישט ווייל דאס איז א הפסק; דער ענטפער איז יא, איר מעגט זאגן די ווערטער און נאכדעם די טייטש, איר קענט זאגן: "סלח לנו אבינו כי חטאנו, זיי מיר מוחל אייבערשטער איך האב געזינדיגט", אדער, "רפאנו השם ונרפא, הייל מיך אויס אייבערשטער"; עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן אזוי דאווענען, עס איז נישט קיין הפסק.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג מער מכבד זיין טאטע מאמע, קיינמאל נישט טענה'נען מיט טאטע מאמע, און זיכער נישט זיך מתחצף זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#20 - ביי ליכט צינדען איז א צייט וואס די הימל עפנט זיך
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, ליכט צינדן, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין אנצוצינדן די שבת ליכט אפאר מינוט פארן זמן הדלקת הנירות, און בעטס ביי די ליכט פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


בעטס ביי די שבת ליכט פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ביי די ליכט אז דעם הייליגן רבינ'ס עצות זאל אריינגיין אין די וועלט; ביי די ליכט איז א צייט וואס די הימל עפנט זיך, און דערפאר האט רבי נתן זכרונו לברכה געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריינשיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב, איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#19 - זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
קבלה טובה, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - גייט נישט שלאפן אן נעגל וואסער
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס איר זאלט מקבל זיין לכבוד אייער געבורטסטאג, איר ווערט א בת מצוה.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו אנגרייטן נעגל וואסער איידער איר גייט שלאפן, און נישט אראפגיין פון בעט אינדערפרי איידער זיך אפגיסן נעגל וואסער.


נעגל וואסער איז אזא הייליגע זאך אז די קליפות און שדים האבן זייער מורא פון דעם, דעריבער מאכן זיי עס זאל אויסקוקן שווער, זיי מאכן מען זאל נישט האבן געדולד, מען זאל זיך ארויסדרייען דערפון, אזוי גייט מען שלאפן אן נעגל וואסער און מען גייט אראפ פון בעט אן זיך אפגיסן, און דאס ברענגט אסאך שלעכטס.


גייט נישט שלאפן אן נעגל וואסער, אזוי וועט איר זיך קענען אפוואשן אינדערפרי און זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - אויסהערן הויכע שמונה עשרה ווי דער שליח ציבור דאווענט
תפילה והתבודדות, קבלה טובה, דאווענען, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לכבוד דיין יום הולדת זאלסטו זיך מקבל זיין צו אויסהערן הויכע שמונה עשרה ווי דער שליח ציבור דאווענט, אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטיל קטן, סעיף יא): "וּבַּחֲזָרַת הַשַׁ"ץ הַשְׁמוֹנָה עֶשְׂרֵה יְעַיֵּין בְּסִידוּר לַעֲנוֹת אָמֵן בְּכָל כֹּחוֹ עַל כָּל בְּרָכָה וּבְּרָכָה", און נישט עוסק זיין אין אנדערע זאכן.


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן, מאכן התבודדות צווישן די ביימער; דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צום אים.

#16 - זאגן יעדן טאג "נשמת", און דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


לכבוד אייער געבורטסטאג וואס געפאלט דעם שבת, ג' אייר, זאלט איר זוכה זיין צו געזונטע לאנגע יארן מיט אלעס גוטס.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "נשמת"; לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אייך, דאס וועט אייך געבן צו שפירן טעם גן עדן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", די תענוג פון עולם הבא איז צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן איז מען נענטער צו אים, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז בלויז דער אייבערשטער אליין - "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - נישט אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען אפצוגיסן נעגל וואסער אינדערפרי ביים בעט, און נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער.


נעגל וואסער ברענגט קדושה אין שטוב. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן זיינע פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליין האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער.


איר האט חתונה געהאט און נאך אביסל זענט איר א מאמע, דארפט איר זייער מקפיד זיין אויף די זאך, נישט גיין שלאפן אן זיך אנגרייטן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.