בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5795 - א גאנצע ש"ס איז ביליגער צו קויפן ווי א טעלעפאן
גמרא, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך ענדיגט מען מסכת בבא קמא, מיר וועלן מאכן א סיום אין ישיבה דעם ליל שישי. איך וויל זייער דו זאלסט זיך אויפוועקן פון דיין טיפע שלאף און אנהויבן לעבן, אנהויבן לערנען גמרא, יעדן טאג לערנען דעם בלאט גמרא.


ליבער ברודער, אן לערנען איז מען א טויטער, אן לערנען גמרא איז מען אין א חלום, אין א דמיון, אין עולם התוהו, א שאד פאר יעדן טאג וואס מען לערנט נישט; כאפ זיך מיט, טאנץ אריין אין באן, און לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


היינט איז דא הערליכע גמרות, אפילו דער וואס קען נישט ליינען אן נקודות איז דא היינט די גמרא פון 'עוז והדר' הערליך שיין, עס איז דא צו באקומען ביי אונז אין שטעטל אין די ספרים געשעפט, קענסט קויפן א גאנצע ש"ס (עס קאסט נישט טייער, א גאנצע ש"ס איז ביליגער צו קויפן ווי א טעלעפאן), אדער קענסטו קויפן יעדע איינצלנע מסכתא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5794 - האסט א געפיל אין יעדע זאך דא ביים רבי'ן
צדקה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זכות פון געבן צדקה פארן הייליגן רבינ'ס ספרים, בית המדרש, ישיבה, תלמוד תורה, כולל – איז זייער גרויס, איך זע דו האסט א געפיל אין יעדע זאך דא ביים רבי'ן; געווענליך איינער האט א געפיל פאר הדפסה, א צווייטער פאר די רענט, א דריטער פאר די מוסד, פארן בית התבשיל, כולל וכו'; ביי דיר איז אלעס וויכטיג, דו האסט שכל, דו ביסט קלוג, דו לייגסט זיך אוועק פאר יענע וועלט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט יעדן טאג גיין פאר דריי מינוט התבודדות, נעם א זייגער און גיי אין א ווינקל, הויב אן מיט דאנקען; זאג פאר איין מינוט שכוח פארן אייבערשטן, רעכן אויס גוטס וואס דו האסט. צוויי, בעט איבער אויף זאכן וואס דו דארפסט תשובה טון. דריי, בעט פאר דיר, דיין ווייב און קינדער, אלע זאלן מצליח זיין, אלע זאלן זיין ערליך און פרייליך.


ברודער, מיט התבודדות איז דאס לעבן א שטיק גן עדן.

#5793 - ענדערש מאכן די האטליין ווי לערנען דיינע שיעורים
הפצה, שיעורים כסדרן, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


וואס איז בכלל די פראגע? אוודאי און אוודאי זאלסטו ענדערש מאכן די האטליין ווי לערנען דיינע שיעורים; ווייל וויפיל פרקים משניות און דפים גמרא קענסטו לערנען אין איין שעה? מען קען נישט לערנען מער וויפיל מען קען אנקומען אין א שעה, אבער אז דו וועסט ארויפלייגן די שיעורים אויפן האטליין "קול ברסלב", וועלן אסאך מענטשן באקומען חיזוק און אנהויבן לערנען, וועסטו האבן אין איין שעה הונדערטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא אין איין שעה.


דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות ה', א): "העוסק בצורכי ציבור", ווער עס העלפט אנדערע, "כעוסק בדברי תורה", איז דאס גערעכנט ווי לערנען תורה; ווייל אז מען איז מחזק אנדערע מיט די עצות פון רבי'ן, מען בלאזט אריין א חיות אין אידישע קינדער, מען ברענגט אריין סדר דרך הלימוד אין די וועלט – לערנען אלע.


זע ארויפצולייגן יעדע וואך אויפן טעלעפאן די שיעורים פאר מלמדים און טיטשערס, אויך די וועכנטליכע פרויען שיעור, ווייל הונדערטער און טויזנטער ווארטן ספעציעל אויף די שיעורים, און אז די מלמדים, טיטשערס און מאמעס – וועלן לעבן מיט די הקדמות פון רבי'ן, וועלן אלע קינדער פון די קומענדיגע דור לעבן מיט אמונה, מיט קדושה וכו', און משיח קומט.

#5792 - גיי אין שול דאווענען מיט א סידור
ישועות, בית המדרש, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז די זאכן וואס מיר האבן גערעדט ווערט דיר בעסער, איך ווארט צו הערן גוטע נייעס.


נעם זיך פאר די איין זאך מיט אלע כוחות, צו דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב – אין שול, מיט מנין, און אויב דו ביסט פארשלאפן, אדער פארשפעטיגט, און עס איז נישטא נאך א מנין – זאלסטו נישט בלייבן אין שטוב, נאר גיין אין שול דאווענען מיט א סידור.


איך זאג דיר צו, דו וועסט זען גרויסע ניסים, דו וועסט זען ישועות.


שרייב מיר צוריק.

#5791 - דער קאנקורענט נעמט נישט אוועק דיין געלט
אמונה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


"ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות, און געלט געבט דער אייבערשטער אומזיסט", אזוי האט דער רבי געזאגט; געלט האט מען נישט מער אויב מען האט נישט קיין קאנקורענט, ממילא דארף דיר נישט שטערן אז האברך ... טוט אויך וואס דו טוסט, ווייל ער קען דיר נישט צונעמען קיין איין פרוטה.


טייערע ברודער, עס העלפט נישט נאכלויפן דעם דאלער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יג:): "כל הדוחק את השעה" זאגט רש"י: "מתיגע להעשיר", מען לויפט נאך די געלט, "שעה דוחקתו", ווערט מען צעדרוקט, "וכל הנדחה מפני שעה", און דער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער געבט פרנסה, און מען ארבעט פאר די עבירות, "שעה עומדת לו", וועט ער זייער מצליח זיין.

#5790 - וואס נאך קענען מיר טון אז די ישועה זאל קומען?
תודה והודאה, ישועות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


ענק האבן שוין געטון אזויפיל סגולות צו געהאלפן ווערן, ענק האבן שוין געמאכט אזויפיל גוטע קבלות און ענק פרעגן 'וואס נאך קענען מיר טון אז די ישועה זאל קומען?'


איין סגולה בלייבט ענק איבער, וואס דאס וועט ענק ברענגען די ישועה, די סגולה פון "תודה והודאה", דאנקען און לויבן.


ביידע אינאיינעם זאלן ענק יעדן טאג אוועקגעבן אביסל צייט, אפאר מינוט, און אויסלויבן דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט ענק. רעכנט אויס די חסדים און לויבט אים אויף דעם, זאגט: "שכוח אייבערשטער איך בין געזונט, מיין ווייב איז געזונט", און זי זאגט: "שכוח אייבערשטער איך בין געזונט, מיין מאן איז געזונט", און אזוי ווייטער; דאס עפנט אויף די טויערן פאר ניסים גלוים.

#5789 - אוועקגעגאנגען פון מצה בעקעריי וואו מען רעדט ניבול פה רחמנא ליצלן
פרנסה, מצה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט אוועק געגאנגען פון די ארבעט צוליב דעם וואס מען רעדט ניבול פה רחמנא לצלן, געוואלד און געשריגן, מען באקט די הייליגע מצה און מען רעדט ניבול פה ביים וועלגערן, רעדלען די הייליגע מצה. א וואונדער אז קיינער זאגט נישט גארנישט, מען פארקויפט די מצות אלס "מצה שמורה". דער הייליגער רבי זאגט: "מצה שמורה איז שמירת הברית, שמירת המח", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) חמץ איז: "קּוֹל פָּגוּם, חָכְמָה פְּגוּמָה", רעדן און טראכטן שמוציג, און מצה איז: "קוֹל טוֹב, חָכְמָה טוֹבָה".


האב נישט קיין דאגות, זארג נישט, וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה און א ריינע פרנסה.


יעצט אז דו פארציילסט מיר וואס גייט פאר ביי די מצה בעקעריי, ווי מען רעדט ביי די הייליגע מצות ניבול פה, וויל איך אזוי שטארק האבן די ברסלב'ע מצה בעקעריי, וואו מען רעדט נאר פון אמונה, און מעשיות פון תפילה, און מען איז זיך מתבודד.

#5788 - זיך אויסשמועסן, אויסקרעכצן, מתוודה זיין, צום אייבערשטן
כיבוד אב ואם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז אזוי שיין צו הערן די הערליכע גריסן אויף דיר, אז מען זעט דיך יעדן טאג אין בית המדרש, ביסט קובע עתים לתורה, דו לערנסט גמרא והלכה, און מיט וועם? מיט דיין טאטע נרו יאיר; וואס קען זיין שענער פון דעם, פון לערנען מיט א טאטע.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זיך מאכן א קביעות יעדן אינדערפרי זיך מתבודד זיין פאר פינף מינוט, ביז צען מינוט; זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, זיך אויסקרעכצן, זיך מתוודה זיין, תשובה טון, און בעטן פאר אביסל נאנטקייט צום אייבערשטן.


טייערער ליבער ברודער, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן טון די עצות; וועלן מיר זוכה זיין צו קומען צו די גרויסע מדריגות צו וואס דער רבי וויל אונז צוברענגען.


שרייב מיר דיינע סיומים פון גמרא ומשניות.

#5787 - א סגולה בדוק ומנוסה צו האבן אן אייגענע הויז
סגולות, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


דו זוכסט שוין א שטיק צייט צו קויפן א הויז; וויל איך דיר דערמאנען די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא. מוהרא"ש זאגט, די דריי לימודים איז די ראשי תיבות בי"ת; אז מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים – בויט מען זיך א בי"ת נצחי, און אויך איז דא א סגולה צו האבן אן אייגענע הויז דא בזה העולם.


ווער נישט דערשראקן פון די ווארט ירושלמי, פון די ווארט תוספתא; פאר מיר איז דאס אויך געווען פרעמדע ווערטער איידער איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן. בזכות מוהרא"ש זענען אלע ספרים געווארן אויס פרעמד, אויס פארשטופט; דורך לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), פון לערנען בלי הבנה, דורך גורס זיין כל התורה כולה.


פרוביר עס, די סגולה איז בדוק ומנוסה.

#5786 - דארפסט א ישועה, געב צדקה צו דרוקן ספר "אשר בנחל"
ישועות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו דארפסט דאך א ישועה, דו ווארסט שוין א שטיק צייט צו געהאלפן ווערן, זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספר "אשר בנחל"; מוהרא"ש האט מבטיח געווען, ווער עס וועט דארפן א ישועה – זאל דרוקן זיינע ספרים, בפרט ספר הקדוש "אשר בנחל" – וועט ער גלייך זען א ישועה.

#5785 - שווייג אפ, ענטפער נישט
תשובה, בזיונות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס טוט אזוי וויי וואס דו גייסט אריבער, ווי דיין משפחה האט זיך גענומען אויף דיר, מען מאכט חוזק פון אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש; עס איז דיר אזוי שווער, און אויך פאר דיין ווייב.


איך בעט דיר זייער, שווייג אפ, ענטפער נישט, ווער רעדט נאך פאר דיינע טייערע עלטערן זאלסטו חס ושלום ענטפערן, אדער טענה'ן, בלייב שטיל, מאך די תשובה פון "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ", מען זאל אויסהערן די פארשעמונג, "יִדּם וְיִשְׁתֹּק", און בלייבן שטיל, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), מען איז זוכה צו (תהלים לז, ז; גטין ז.): "וְהוּא יַפִּיל לְךָ חֲלָלִים", צו "וְלִבִּי חָלַל בְּקִרְבִּי" (תהלים קט, כב); צו תשובה, צו זביחת היצר הרע.


ברודער טייערער, ענטפער נישט, וועסטו זוכה זיין צו זיין פונעם אייבערשטנ'ס ליב האבער, (שופטים ה, לא; שבת פח:): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ".


עס וועט אריבער גיין.

#5784 - ווען מען דארף א גרויסע נס אין די געשעפטן
ישועות, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דארפסט יעצט א גרויסע נס אין דיינע געשעפטן, ווען אלע טענענטס נעמען צאם קעגן דיר, די בעסטע זאך איז, נעם אריין דעם באשעפער אין די געשעפט; זאלסט געבן צדקה, אויך זאלסטו אלעס אפלאזן ווען עס קומט די צייט צו דאווענען שחרית מנחה מעריב, גיי אין שול, פארמאך דעם טעלעפאן און רעד צום גרויסן באשעפער, בעט אים ער זאל דיר העלפן.


אויך אין שטוב זאלסטו נישט האבן דיין טעלעפאן, דיינע קינדער וואקסן אויף און מען קען זיי חס ושלום פארלירן מיט א בלינק מיט די אויג.

#5783 - די גרויסקייט פון גיין נאך געלט
צדקה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון גיין נאך געלט, צאמנעמען פאר צדקה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט.): "גדול המעשה יותר מן העושה", גיין צאמנעמען פאר צדקה איז גרעסער פון געבן פון די אייגענע; ווייל עס קומט אן מיט שוועריקייטן, און כמה פעמים האט מען מתן שכרה בצדה – בזיונות.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, גיי נאך געלט, נעם צאם צדקה פארן רבינ'ס זאך, מען קומט אפ די גרעסטע גזירות, מען נעמט אראפ אלע דינים. מוהרא"ש ברענגט בשם צדיקים, אויב חס וחלילה מען האט געטון עבירות וואס די עונש איז ד' מיתות בית דין, דורך תשובה און גיין נאך געלט איז מען אלעס מתקן.


אלע מצוות וואס מען טוט איז מען זיך מתקן, אבער די מצוה פון צאמנעמען צדקה – שפירט מען ווי עס פאלט אראפ פון זיך שטיקער בלאטע וכו'.

#5782 - מיט תפילה און עקשנות, ברעכט מען דורך די וואלקענעס
חסידות ברסלב, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, גיי אין א שטילע פלאץ, אדער אין דיין קאר, אפיס, אדער שפאציר אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן.


אין אנהויב וועט דאס זיין נישט גרינג, מען שפירט נישט, מען זעט נישט, און פון די פילע עבירות וואס מען האט געטון און פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – ווערט א וואלקן וואס פארדעקט די אויגן פון זען און שפירן, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, מד): "סַכּוֹתָה בֶעָנָן לָךְ", אבער מיט אסאך תפילה, מיט עקשנות – ברעכט מען אלעס דורך און מען הויבט אן זען און שפירן.


מען קען זיך דרייען אין ברסלב, און אלע מיינען אז פלוני אלמוני איז א שטארקער ברסלב'ער, ער איז עכט ברסלב, און דער האט גארנישט מיט ברסלב, ווייל אן טון די עצות פון רבי'ן, אן לערנען די ספרים – איז אלעס דמיון.

#5781 - רעדן מיט אן איידעלע שפראך
התחזקות, ניבול פה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


גיי אן מיט דיינע שיעורים כסדרן, פארפעל נישט צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא והלכה, און ספרי רבינו; די לימודים זענען מזכך ומטהר די נפש ונשמה.


זע צו האבן אן איידעלע שפראך. איך ווייס דו רעדסט נישט ניבול פה חס ושלום, אבער אויסער ניבול פה דארף מען בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א שפראך ווי עס פאסט פאר א בן מלך, נישט א שפראך וואס דער בן השפחה רעדט.


גיי שרייען צום אייבערשטן יעדן טאג זאלסט באקומען אן איידלקייט, ווארף אוועק די גראבע פראסטע ווערטער, ווי למשל 'שטארב', 'פגר', 'כאפ אריין א מיתה משונה', וכו'; עס פארעקלט, עס מאכט ברעכן. שריי: "הייליגער באשעפער, געב מיר אן איידעלע שפראך, הייליגער באשעפער, געב מיר איידלקייט".


דורך התבודדות ווערט מען ניי געבוירן, מען באקומט א נייעם נפש.

#5780 - גענוג זיך געפייניגט, הויבט אן האלטן פון זיך
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מען טאר נישט טראכטן אויף זיך שלעכט, מען טאר זיך נישט צעקלאפן.


די איין זאך דארפט איר פאררעכטן, זיך אויפהערן אראפקלאפן, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען; ווען מען קוקט אויף זיך אז מען איז נאריש און שלעכט – קען מען נישט זיין א מאמע פאר די קינדער און א ווייב, אבער אז מען האלט פון זיך, מען האלט אז מען איז גוט – נאר דעמאלט קען מען זיין פרייליך און טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך ברחמים, גענוג געליטן, גענוג זיך געפייניגט אין מח, פון יעצט זאלט איר קוקן גוט אויף זיך, און זיך זאגן: 'איך בין גוט, איך בין א צדיקת, דער אייבערשטער האט מיך ליב'.


איר זאגט איר זענט מקנא מיין מאמע תחי', די שיינע שטוב וואס זי האט געבויעט מיט אזויפיל שכל און חכמה; וויסן זאלט איר, איינע פון איר סודות איז אז זי האלט פון זיך, נאר אזוי האט זי געגעבן די געפיל פאר אירע קינדער, זיי אויפגעבויעט און אלעס ארום, נאר ווייל זי האלט פון זיך. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכה), דוד המלך, פון איין זייט געפינען מיר זיין צעבראכן הארץ, גאנץ ספר תהלים איז א שטיק לב נשבר, אבער אויך האט דוד המלך געהאלטן פון זיך, און זיך בארומט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פו, ב): "שָׁמְרָה נַפְשִׁי כִּי חָסִיד אָנִי", היט מיך אייבערשטער ווייל איך בין א חסיד; מען מוז האלטן פון זיך, טרעפן אין זיך גוטע זאכן, נאר אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן.


פארטרייבט די עצבות ומרה שחורה, נאר איין מאל א טאג, בשעת התבודדות – מעג מען זיך אויסקרעכצן און אויסוויינען, אבער א גאנצן טאג דארף מען נאר זיין פרייליך און אנגיין מיט די שטוב ארבעט.

#5779 - דיין ווייב ווארט פאר דיין גוט ווארט
קאמפלימענטס, שלום בית, פרנסה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט געדענקען צו געבן ליבשאפט אין שטוב, דיין ווייב ווארט פאר דיין גוט ווארט, זי לעבט אויף ווען דו קוקסט אויף איר און דו געבסט איר די געפיל מיט די גוט ווארט וכו'.


איך בין זיכער, אז דו וועסט געדענקען פון איר, דו וועסט איר געבן ליבשאפט – וועט דיר ווערן גרינגער מיט פרנסה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הַמָּמוֹן שֶׁל הָאָדָם בָּא לוֹ עַל יְדֵי בַּת זוּגוֹ", די פרנסה קומט בזכות די ווייב; אז דו וועסט געדענקען איר צו געבן ליבשאפט – וועסטו זען ווי עס וועט דיר גרינגער ווערן.


מיין טייערער ליבער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט א קליינע שפאציר אויפן פעלד ארום דיין שטוב, מיט תפילות; הויב אן מיט דאנקען און לויבן, אויך זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום אין שטוב, נחת פון די קינדער, און בעיקר אויף שמחה.

#5778 - טון א חסד מיט די מלמדים
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע קרית ברסלב איינוואוינער, ה' עליהם יחיו


מען האט אנגעהויבן געבן פאר די איינגעשטעלטע; מלמדים און טיטשערס - קיופאנס וואס רופט זיך 'מן', אלע געשעפטן און ביזנעסער נעמען דאס, און די מוסד נעמט דאס אויך; למשל אויב איינער דארף צאלן שכר לימוד הונדערט דאלער, אדער פינף הונדערט דאלער - קען ער נוצן די קיופאנס.


בעט איך דיר זייער, אז דו גייסט איינקויפן אין גראסערי ביי משה יחיאל, אדער פיש ביי יצחק אהרן - קענסטו מאכן א גרויסע חסד, אויפטוישן און נעמען פונעם מלמד די 'מן'; אזוי איז זה נהנה וזה לא חסר. אזוי אויך, אז דו גייסט קויפן ספרים ביי לייבי, שיך ביי יואלי אדער טשאלענט און קוגל ביי העניך - קענסטו אויפטוישן און מאכן א טובה, א חסד.


פאר אלע פראגעס קען מען זיך ווענדן צו רפאל אונזער איבערגעגעבענער אדמיניסטראטאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5777 - גרעסערע קינדער דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי זיי צו זאגן
חינוך הילדים, בחור, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער אויף צו קריטיקירן דיין זון; ער איז א ליכטיגער טייערער בחור, הער אויף אים צו נאכקוקן.


געב אים גוטע ווערטער, געב אים א שמייכל, קוק אויף אים נאר אויף די גוטע זאכן.


אויב דו וועסט אים נישט אויפהערן קריטיקירן, איז ענדערש שיק אים אוועק פון שטוב, שיק אים שלאפן ביי א זיידע אדער פעטער, ווי איידער זיין נפש זאל צעקלאפט ווערן.


איך בעט דיר, אנא, האב רחמנות אויף דיינע קינדער; ווען די קינדער זענען שוין גרויס דארף מען זייער אכטונג געבן די וועג ווי מען זאגט, די וועג ווי מען איז מחנך.


איך האף דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5776 - שפירט נישט שולדיג ווען יענער איז אומפאראנטווארטליך
מקוה, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס, נישטא קיין ווערטער צו ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון וואס איר טוט, אז איר געבט זיך אוועק פאר טהרת ישראל, איר געבט אוועק אלעס אז אידישע קינדער זאלן האבן טהרה, אלעס מיט אזא ווארעמקייט און מיט אזא איידלקייט. איך באקום גריסן פון משפחות וואס זיי שרייבן מיר יעדעס מאל זיי נוצן די מקוה טהרה, ווי איבערגענומען זיי זענען פון די איידלקייט און איבערגעגעבנקייט מיט די גוטע געפיל.


בנוגע אוועקשיקן מענטשן וואס באשטעלן נישט פון פאראויס; איך בעט אייך זייער, קלאפט אייך נישט אראפ, שפירט נישט שלעכט און שפירט נישט שולדיג פאר קיינעם, אז מען מאכט נישט קיין אפוינטמענט פון פריער - קען מען ביי אונז נישט קומען, זאלן זיך די פארפאלק שפירן שלעכט אז ביי זיי איז די מצוה נישט חשוב; מילא איינער פארגעסט - איז איין זאך, אבער סיי דער מאן און סיי די ווייב, ווי קען זיין אזא זאך מען וואוינט אין א פלאץ און מען ווייסט אז מען דארף פאראויס באשטעלן, און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג.


איך זאג אייך נאכאמאל, קלאפט אייך נישט, עס האט נישט מיט אייך, לעת עתה קענען מיר נישט עפענען די מקוה טהרה נאר אז מען באשטעלט דריי טעג פון פאראויס, און שפעטסטנס א טאג פאראויס.


עס איז כדאי איר זאלט איבערגעבן פאר אלע משפחות, זיי געבן צו פארשטיין, היות עס איז נישטא יעדע נאכט משפחות וואס דארפן דאס נוצן, איז נאר שייך צו באשטעלן פון פאראויס, און אז מען פארגעסט - איז דאס א סימן אז די מצוות זענען נישט חשוב.


די משפחה וואס איז געפארן קיין קרית יואל און געזאגט פאר די איינגעשטעלטע דארט אז זיי קומען פון ליבערטי און מען לאזט נישט אריין, מיר ווילן נישט עפענען פאר זיי וכו' וכו', און מען האט אייך גערופן פון דארט היתכן מען איז זיך נישט מוסר נפש פאר טהרה; דאס האט גארנישט מיט אייך, דאס האט גארנישט מיט אונז, דאס איז דעם פארפאלק'ס אייגענע פראבלעם און אייגענע אומפאראנטווארטליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5775 - אפשר דאך קען איך מאכן שלום צווישן ענק
שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר זי ליידט, זי האלט נישט אויס. איך וויל נישט אויסהערן איין צד, אפשר ווילסטו קומען רעדן צו מיר מיט דיין ווייב? לויט ווי זי שרייבט זעט אויס ווי זי גייט כאפן א נערווען בראך, זי זאגט זי קען מער נישט.


ביטע מיר לאזן וויסן אויב איך קען עפעס העלפן, איך בין נישטא צו מאכן קיין גיטין, איך וויל נאר מאכן שלום; אפשר דאך קען איך מאכן שלום צווישן ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5774 - געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר די ווארעמקייט וואס איר געבט פאר די תלמידות, איך האב יעצט באקומען א בריוו פון א תלמידה וואס קומט פון א צעבראכענע שטוב, זי וואוינט ביי איר טאטע, איר טאטע האט נאכאמאל חתונה געהאט, זי שרייבט אז פון ווען זי גייט אהיים פון סקול - בענקט זי שוין צוריק צו קומען צו סקול, זי בענקט צו אייך, די גוטע געפיל וואס איר געבט איר; זי שרייבט, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז איר זאלט אהיימגיין אן איר מאכן גוט שפירן.


יישר כח פארן געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה, און בפרט פאר די מיידלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטיבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5773 - וואוינט ביי די מאמע, אבער אויך רופן דעם טאטן
כיבוד אב ואם, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די מצוה פון כיבוד אב קומט אייך אן שווער, איר האט נישט קיין שייכות מיט אייער טאטע, איר וואוינט ביי אייער מאמע - זאלט איר אבער געדענקען צו רופן אייער טאטע און רעדן מיט אים, און אז איר האט נישט וואס צו רעדן מיט אייער טאטע - זאלט איר זיך זוכן פון אונטער דער ערד וואס צו רעדן; דערציילט אים אייערע מעשיות פון תפילה, דערציילט אים מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אים אויסהיילן.


האט נישט מורא, האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "'אין עוד מלבדו', אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5772 - חובות איז א סכנה וואס צעשמעטערט דאס לעבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, בזיונות, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, דו האסט נישט קיין געלט איינצוקויפן אויף שבת, בארגן טאר מען נישט, דו פרעגסט וואס צו זאגן פאר דיין ווייב.


טייערער ברודער, דו ביסט שוין דערטרונקען מיט אזויפיל חובות, פארוואס זאלסטו נישט טון וואס די תורה זאגט (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין געלט - מעג מען בעטן צדקה; פארוואס בארגן און זיך נאך מער באגראבן? חובות איז א סכנה וואס צעשמעטערט דאס לעבן אין יעדע פרט, דעריבער האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט נישט צו בארגן געלט.


רוף דיינע חברים, שיק א טעקסט מעסעדזש ווער עס וויל העלפן לכבוד שבת; עס וועט טאקע זיין שווער, עס וועט זיין בזיונות, אבער אזוי וועסטו נישט מער דערטרונקען ווערן.


מוהרא"ש זאגט, ווער עס איז פושט יד - איז נישט פושט רגל; זאלסטו גיין נאך געלט, קענסט גיין נאך געלט אויף צוויי וועגן, אדער זאגן קלאר אז דו גייסט פאר דיר, אדער זאגן: "איך גיי פאר משפחות נצרכים", אבער חס ושלום נישט בארגן.


ברודער, גיי א שפאציר און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, נאר ער וועט דיר העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט דיך נישט אוועק ווארפן, וויין צו אים, זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט, איך האב נישט קיין געלט פאר מיין ווייב און קינדער, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב שוין אזויפיל חבות, וואס וועט דא זיין? מאך מיר א נס, מאך מיר א טובה, געב מיר שפע.


הייליגער באשעפער איך ווייס אז דאס קומט מיר צוליב מיינע זינד, איך האב געזינדיגט אין פגם הברית, איך האב פוגם געווען בטיפי המח, און דער זוהר זאגט (פנחס רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה ווערט פארארעמט; זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה.


אנא ה', נעם אן מיינע בושות, איך בין אזוי פארשעמט פון יעדן איינעם, איך בין שולדיג פאר אלעמען, און מיין ווייב און קינדער ווארטן ביים טיר איך זאל אהיימברענגען פרנסה, איך קום אהיים מיט ליידיגע הענט, איך בין אזוי צעבראכן, דאס זאל זיין א כפרה פאר מיר"; אזוי זאלסטו זיך אויסוויינען ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5771 - איך האף בקרוב צו קומען קיין ארץ ישראל
שידוכים, שדכנים, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענק זיך זייער צו אלע חברים אין ארץ ישראל, און באזונדער צו דיר. א גאנצע מעשה מיט מיינע שריפטן, איך האב דאס געדארפט שיקן קיין אומאן נישט צו פארלירן גרויס געלט וואס האט צוטון מיט אונזער בנין אין אומאן, איך האף צום אייבערשטן נאך צו קענען אנקומען דעם ווינטער קיין ארץ ישראל, זוכה זיין צו אלע קדושות און צו אלע מעלות וכו' וכו'.


בנוגע די שידוך; אפשר קענסטו בעטן איינער פון די שדכנים ביי אונז אין די קהילה, מרת ... תחי', מען זאל אנטראגן די שידוך פאר ...


איך ליין אלע דיינע בריוו, איך בין זיך זייער מחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.