בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - לכבוד שובבי"ם זאלט איר זיך באנייען אין זאגן תהילים יעדן טאג
שלום בית, התחזקות, תהלים, תשובה, בית המדרש, הדרכות, מעביר סדרה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ירושלים שיחיו


איך בענק זיך זייער שוין צו קענען קומען קיין ארץ ישראל; איך וויל זייער שטארק זען מיט די אויגן די שיינע גרוסן וואס איך הער טאג טעגליך פון די פרישע מקורבים, פון דאס ליבשאפט צווישן אייך, דאס געטריישאפט צווישן אייך.


מען האט מסדר געווען איך זאל קענען זען אין אמעריקע ווי אזוי עס פירט זיך ביי אייך אין בית המדרש; איך האב זייער הנאה צו זען בחורים און אינגעלייט לערנען און דאווענען מיט דרך ארץ, ווי עס פאסט פאר תלמידי היכל הקודש.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש מורא'דיגע חיזוק; די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" לאמיר נעמען דעם חומש און זען ווי אזוי די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים, וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ, וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", און ביי די ווערטער שרייט מען "חזק חזק!" זאגט מוהרא"ש, אז א מענטש שפירט ביי זיך ער איז טויט, ער איז באגראבן אין טומאה, ער ליגט אין מצרים, אין ערות הארץ, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ז) די מצריים זענען די ערגסטע אין שמוץ; אזוי שטארק איז ער אראפגעפאלן, שרייט מען אים: "חזק חזק!" שטארק זיך, דו קענסט נאך ארויסגיין פון מצרים, דו קענסט נאך זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע קדושה.


טייערע חברים, מיר גייען יעצט אריין אין די ימי השובבי"ם; דער אר"י הקדוש שרייבט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז אין די טעג פון שובבי"ם קען מען פאררעכטן אלעס וואס מען האט פוגם געווען; דערפאר דארפן מיר אין די טעג תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען אין אונזער לעבן.


לכבוד שובבי"ם זאלט איר זיך באנייען אין זאגן תהילים יעדן טאג; רבי נתן פלעגט זאגן א גאנץ יאר יעדן טאג דעם יום תהילים און אין די טעג פון שובבי"ם האט ער געזאגט יעדן טאג צוויי מאל דעם יום תהילים, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


שטארקט אייך, דראפעט אייך; יעדער איינער האט זיינע נסיונות, מען פרובירט אויס יעדן איינעם, מען וויל זען ווי אזוי וועט ער זיך דערהאלטן; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות, ער ווייסט אז אלעס איז פאר אים צום גוטן. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער - זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר", ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.


אז עס איז ביטער דארפן מיר לויפן צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר זאלט אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; מען מוז שיין רעדן אין שטוב, מען מוז רעדן מיט ווייכקייט, מיט איידלקייט; מען קען נישט שאפן אדער שטעכן חס ושלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט זייער שנעל; מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית, אז מען זאל זיין א וותרן אין שטוב, זיין א סבלן און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


איך וויל זייער שטארק קומען צו אייך און אייך מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן אין שטוב; ליידער פארפירט מען חתנים וכלות מיט פאלשע לימודים, פאלשע הדרכות פון חומרות ופרישות וואס איז קעגן די הייליגע תורה.


א פרייליכן שבת.

#5 - חומש און משניות איז די בעסטע אינשורענס
שבת קודש, משניות, מעביר סדרה, אינשורענס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען די פרוי צינדט די שבת ליכט ווערט ביי איר שבת, זי טאר מער נישט טון קיין שום מלאכה; דער מאן קען נאך טון מלאכות ביז'ן זמן הדלקת הנרות און בדיעבד - ביז די שקיעה.


בנוגע די ... ארגענעזעישן; לאז זיך אפ פון אלע נארישקייטן, עס פעלט בכלל נישט אויס די אלע זאכן. זיי מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך, דאס איז די בעסטע אינשורענס, דאס איז די גרעסטע סגולה פאר אריכות ימים.


לערן יעדן טאג אביסל שנים מקרא ואחד תרגום; דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


די בעסטע אינשורענס איז משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון משניות. בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית דער האט שוין נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דער מח ווערט אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן רחמנא לצלן, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, בפרט פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


זיי מתפלל פאר מיר, ווייל מען שלאגט מיר, מען האקט מיר און מען רעדט אויף מיר לשון הרע, איך דארף רחמי שמים איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מסיים זיין חומש רש"י, אין צוגאב צו א פרישע פירוש יעדעס יאר‎‎
סקול, שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' איז גרייט צו העלפן אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי מען נייעט - זאל זי זיך פארבינדן מיט מרת ... תחי', זי איז געשטעלט פאר די סקול. איך וועל אויך רעדן מיט איר זי זאל אויסארבעטן מיט דיין ווייב תחי' ווען צו קומען, אז די קינדער זאלן קענען די פאך, זיי זאלן קענען נייען.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו האסט שוין מסיים געווען ספר אור החיים הקדוש, רמב"ן און כלי יקר; יעדעס יאר ביסטו מעביר סדרה שנים מקרא ואחד תרגום מיט איינע פון די פירושים און לכבוד דעם נייעם יאר האסטו גענומען איינע פון די הייליגע חסידישע ספרים, פון די תלמידי המגיד זכותו יגן עלינו; אז מען גיין אויף דעם סדר, יעדעס יאר נעמט מען נאך א ספר - קען מען צוביסלעך אריבערגיין כל התורה כולה.


זיי זיך קובע צו לערנען אינדערפרי אין בית המדרש, זיי מחזק דעם בית המדרש עס זאל זיין א מקום פון תורה; איך וויל דער שטעטל זאל זיין א מקום פון תורה ותפלה.

#3 - א רפואה פאר א נייע מחלה, איז צו לערנען יעדן טאג חומש
רפואה, מעביר סדרה, קאראנע וויירוס, חב"ד

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי אייך אין בעסטן ארדענונג, איר זענט געזונט און אזוי אויך אייער ווייב תחי' מיט די גאנצע משפחה. געלויבט דעם אייבערשטן ביי אונז איז יעדער געזונט און שטארק, אלעס איז מיט גרויסע חסדים, אלע זענען פרייליך און גוט מוטיג; מיר האבן געהאט א שיינעם יום טוב, מיר זענען אלע ארויס פון מצרים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "בְּכָל דּוֹר וָדוֹר חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְּאִלוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם".


יעצט ווען די גאנצע וועלט איז אין איזאלירונג, מען איז איינגעשפארט צוליב די מחלה פון קאראנע, אלע לענדער זענען פארשלאסן און אלע זוכן עצות וואס מען קען טון צו געפונען א רפואה פאר די מחלה ה' ישמרינו, דארף מען פארשפרייטן פאר אלעמען וואס דער ליובאוויטשער רבי נשמתו עדן האט געזאגט (י"א ניסן, תשמ"ב) אז די רפואה פאר א נייע מחלה וואס מען ווייסט נאך נישט א רפואה דערצו איז צו נוצן די סגולה פון לערנען יעדן טאג חומש; זונטאג זאל מען לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


איך שיק אייך א חלק פונעם מאמר ווי מען הערט ווי דער ליובאוויטשער רבי זאגט נאך בשם דער פריערדיגער רבי - דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו אז עס איז א סגולה צו געהיילט ווערן פון אלע מחלות, צו לעבן מיט די פרשה, לערנען יעדן טאג חומש.


איך בענק זיך נאך אייך.

#2 - איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט א שיעור אין משניות
משניות, לימוד התורה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך שרייב דיר א בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס; איך פאר יעצט קיין ארץ ישראל צו מקומות הקדושים וואו איך וועל מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט א שיעור אין משניות; אלץ בחור פלעגסטו לערנען זייער פלייסיג משניות. וויל איך הערן פון דיר אז דו לערנסט נאך אלץ יעדן טאג משניות; דאס וועט בלייבן מיט דיר און דאס וועסטו מיטנעמען מיט דיר אויף יענע וועלט.


אויך בעט איך דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט'ן תרגום, אזוי וועסטו ביז סוף וואך האבן געענדיגט די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", אז דאס איז א סגולה צו האבן אריכות ימים.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...

#1 - דיין שווער מיינט נישט קיין שלעכטס
כיבוד אב ואם, פסח, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היי יאר אז פרשת אחרי גייט צוויי וואכן קען מען שוין די וואך מעביר סדרה זיין פרשת אחרי; מען קען איינטיילן די פרשה דאס צו לערנען במשך ביידע וואכן כדי מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י.


אז דו גייסט אהיים גיין שלאפן חול המועד ביי דיר אין שטוב, זאלסטו צודעקן די חמצ'דיגע קאונטערס מיט א טישטוך אדער מיט זילבער פאפיר וכדומה - נישט צו זען די חמצ'דיגע קאונטערס, אויך די טיש זאלסטו צודעקן מיט א טישטוך.


עס דארף דיר נישט שטערן ווען דיין שווער פרעגט דיר וואו דו דאוונסט וכו' און דו דארפסט זיך נישט שעמען צו ענטפערן: "אין ברסלב"; ער מיינט דיר נישט צו טשעפען, ער פרעגט פשוט ווייל אים האט מען אויך געפרעגט ווען ער איז געווען א יונגערמאן וואו ער האט געדאוונט וכו', ער מיינט נישט גארנישט.


אויב עס שטערט דיר יא די פראגע און עס איז דיר נישט געשמאק ווען דו עסט ביי דיין שווער די סעודות און ער פרעגט ביי יעדע סעודה פון דיין ווייב: "וואו דאוונט דיין מאן?" זאלסטו טון ווי אזוי עס איז גרינגער פאר דיר און דיין ווייב, מאך נישט פון טפל עיקר. דער עיקר זאלסטו אריין כאפן יעדן טאג אביסל לערנען און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך. זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.