בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - נישט חוזק מאכן, שפעטן און לאכן, פון מענטשן
תפילות אויף אידיש, רעדן, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיר, דו דאווענסט ערנסט און דו לערנסט פלייסיג.


איין זאך דארפסטו פאררעכטן, בעט דעם אייבערשטן זאלסט ארויסגיין פון די קטנות הדעת, פון די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מענטשן, א וועג פון שפעטן, א וועג פון לאכן. בעצם לאכן איז זייער גוט און זייער וויכטיג, אבער ווען עס איז אויף יענעמ'ס חשבון איז דאס עקלדיג און גרויליג.


איך זאג דיר דעם אמת, איך וויל דיר זייער אסאך מאל געבן א גוטע געפיל, א שמייכל, א גוט ווארט; און ווען איך קום נאנט צו דיר און איך הער ווי דו רעדסט, אלעס איז איין שטיק חוזק, איין שטיק שפעטן, נאכמאכן מענטשן אדער שפעטן - ווער איך אזוי פארעקלט אז איך קען נישט שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, ווייל ברוך ה' איך קען נישט זיין אחד בפה ואחד בלב, אויב אין הארץ בין איך נישט צופרידן קען איך זיך נישט מאכן.


א שאד פאר דיר, א שאד די צעדרייטע וועג וואס דו גייסט. בעט דעם אייבערשטן די ווערטער:


"רבונו של עולם, איך וויל אנהייבן רעדן צו אלעמען אויף א גוטע וועג, בדרך הישר והרצוי לפניך, נישט א וועג פון חוזק, שפעטן און לאכן; העלף מיר אייבערשטער".


אזוי זאלסט בעטן טאג נאך טאג.


 

#6 - טענות דארף מען זיך דורכרעדן, נישט בארעדן אונטער'ן רוקן
שטעטל, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואס קומען מיר זאגן ווי שיין די פלאץ איז און אונטער מיין רוקן רעדן זיי וכו' - זענען נישט גערעכט; ווייל אז דו האסט טענות - פארוואס קומסטו נישט זאגן? פארוואס זאלסטו מיר זאגן מיט א פאלשע שמייכל אז די פלאץ איז שיין און גיין אונטער מיין רוקן בארעדן?!


איך בין שוין הייזעריג פון דאס איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, וואס זאל איך טון.


איך בעט דיר נאכאמאל, אויב דו קענסט רעדן מיט די וואס האבן טענות און הערן וואס באדערט זיי, וואס שטערט זיי; אפשר קענסטו רעדן צו אנשי שלומינו, אפשר קענסטו זיי אלע צאמנעמען און זיי דערציילן וואס ליגט אונטער אונזער שמייכל? וויפיל מי און פלאג מען גייט אריבער דא ביים בויען דעם שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - נישט אלעס דארף מען רעדן
רעדן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג דיין ווייב זי זאל נישט רעדן וואס מען דארף נישט רעדן. איך הער צוריק אז זי זאגט פאר פרויען זאכן וועגן משפחת ... וכו'; מען דארף אליינס וויסן, אפילו מען כאפט אויף געוויסע זאכן, נישט אלעס דארף מען רעדן, בפרט ווען מען קען שאדן מאכן א צווייטן, ווען עס האנדלט זיך פון סכנות נפשות ממש.


די פרשה האט מיר געקאסט א שטיק געזונט און די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם וועט דער אייבערשטער זיי באשטראפן, לא יאבה ה' סלוח לו.


זיי זיך מחזק, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איך וויל נישט זי זאל ווערן באליידיגט פון די בריוו, זי זאל נישט יעצט מיינען איך בין ברוגז; איך וויל נאר זי זאל טראכטן פאר זי רעדט סודות מיט די פרוי און מיט יענע פרוי פון די פרשה און יענעמ'ס פרשה וואס מען דארף נישט רעדן און מען דארף נישט וויסן, בפרט ווען עס קען זיין דיני נפשות ממש וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - די בעסטע עצה איז זיך אויסצושמועסן אפן איינער מיט'ן צווייטן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שבת קודש, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין וואס איר האט מיר דערציילט; די ריכטיגע וועג איז איר זאלט איר לאזן וויסן אז איר ווערט געטשעפעט פון די וועג ווי אזוי זי רעדט מיט אייך, ווייל עס קען זיין אז זי ווייסט ניטאמאל אז זי טשעפעט אייך, זי ווייסט נישט אז זי שטערט אייך; נישט נאר זי ווייסט נישט, נאר אין איר וויסטן חלום פאלט איר נישט איין אז איר ווערט געטשעפעט און געקלאפט. זי איז נישט קיין שלעכטע פרוי, זי איז א וואוילע פרוי; קען זיין די וועג ווי אזוי זי רעדט איז נישט גוט.


איך ווייס אז עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו זאגן, אפשר וועט אייך זיין גרינגער איר צו שרייבן א שיינע בריוו. שרייבט איר ווי אזוי איר שפירט ווען זי רעדט אזוי צו אייך, ווייל עס איז א שאד צו לעבן מיט פיינטשאפט; א שאד ווען מיר זענען דא ביים רבי'ן, מיר זענען ווי איין גרויסע משפחה – זאל מען זיין צוקריגט, ווען מען קען דאס אויסגראדן.


איך האב דאס געהאט מיט יארן צוריק, מיין נאנטער חבר מיט וועם איך האב אינאיינעם געעפנט די מוסד – מיט אים האט דאס פאסירט. עס איז געווען א זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט צו מיר, איך האב געשפירט אז אט אט גיי איך זיך צוקריגן מיט אים, עס איז אריין אין מיר א פיינטשאפט. וואס האב איך געטון? איך האב גענומען דעם רבינ'ס עצה, איך האב מיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן 'וואס טו איך רבונו של עולם? מיין נאנטער חבר, מיין נאנטער פריינט מיט וועם איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה, די חדר און אזוי ווייטער – מאכט מיר נערוועז, ביז איך קען מער נישט', אזוי האב איך געבעטן און געבעטן ביז עס איז מיר אריין א מחשבה 'אפשר ווייסט ער נישט, אפשר כאפט ער נישט?' איך האב גערעדט מיט אים און אלעס איז מסודר געווארן, מיר זענען געווארן נאך נענטער.


אזוי איז ביי אסאך משפחות, מאן און ווייב האבן חתונה, איינער קומט פון א משפחה וואס מען רעדט מער שארף, מער שטעכעדיג, און ביים צווייטן רעדט מען ווייך, פוטער'דיג; קען פאסירן דאס אז מען זאל ווערן פארווייטאגט און געטשעפעט אן דעם וואס דער אנדערער זאל דאס וויסן.


איך ראט אייך איר זאלט איר שרייבן א שיינע בריוו, זאגט איר 'איך וויל זיין נאנט מיט דיר אזוי ווי אין אנהייב', שרייבט איר אייער געפיל, ווי אזוי איר שפירט בשעת זי רעדט וכו' וכו'; - וועט זיך אלעס אויסגראדן.


דאס איז נאך א נסיון, נאך א פראוואקאציע פונעם סמ"ך מ"ם צו מאכן חלישות הדעת צוויישן אנשי שלומינו; עס וועט אים אבער גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז.


איך שרייב אייך דעם בריוו אינמיטן די הכנות צו שבת, עס איז א פארנומענע טאג; דאך האב איך אראפגענומען צייט צו שרייבן כדי עס זאל אייך זיין גוט, איר זאלט זיך נישט פייניגן פון דעם, און אייך געבן אן עצה ארויסצוגיין פון דעם.


ערב שבת איז א צייט פון תשובה, ביי די הייליגע צדיקים פלעגט ערב שבת זיין א מורא'דיגע התעוררות לתשובה. מען דערציילט אז ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט זיין יעדע ערב שבת אזא התעוררות לתשובה, אלע פרויען וואס האבן געארבעט דארט אין שטוב, די משרתות – פלעגן זיך איבערבעטן יעדן ערב שבת פון די גרויסע קדושה, עס האט זיך געשפירט אזוי ווי יום הקדוש.


א פרייליכן שבת.


 

#3 - נישט יעדע זאך וואס מען טראכט, דארף מען רעדן דערפון
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, רעדן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט רעדן צו די מיידלעך פון בית פיגא פון זאכן וואס איז נאכנישט נוגע פאר זיי, רעדט נישט צו זיי פון האבן קינדער וכו' וכו'.


בכלל דארף מען וויסן, נישט יעדע זאך וואס מען טראכט דארף מען רעדן דערפון, אפילו צווישן די ווייבלעך, ובפרט מיט מיידלעך.


נוצט אייער דיבור אויף גוטע זאכן. מוהרא"ש זאגט, פרויען האבן באקומען א מתנה, זיי רעדן אסאך; די הייליגע חכמים זאגן (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם", צען קב (מאס) רעדן איז אראפגעקומען אויף די וועלט, "תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", איינס האט די וועלט גענומען און ניין איז געגאנגען פאר די פרויען; זאגט מוהרא"ש, אויב פרויען האבן די מתנה פון רעדן אסאך, קענען זיי דאס נוצן אויף גוטע זאכן, אויף מחזק זיין אנדערע און אויף רעדן צום אייבערשטן.


בפרט יעצט אין די חדשים וואס איר ווארט - דארפט איר אויסנוצן אייערע דיבורים אויף גוטע זאכן, אויף בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט האבן גרינג, אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


 

#2 - עס איז נישט געזונט זיך אויפצועסן שטילערהייט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


זייט אפן מיט אייער מאן; רעדט צו אים, זאגט אים וואס שטערט אייך. עס איז נישט געזונט זיך אויפצועסן שטילערהייט; עס איז נישט געזונט סיי פאר'ן געזונט און סיי פאר'ן שלום בית.


אז אייער מאן קומט אהיים שפעט און ער רעדט נישט מיט אייך קיין צוויי ווערטער, ער זיצט מיט זיין טעלעפאן טאג און נאכט - דארפט איר אים דאס זאגן. זייט אפן מיט אים, זאגט אים שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך וויל רעדן מיט דיר, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל האבן מיט דיר; עס שטערט מיר אז דו לויפסט צו דיין טעלעפאן טאג און נאכט".


אייער מאן איז נישט קיין שלעכטער, ער כאפט זיך נישט וואס ער טוט; די טעלעפאן ציט אזוי שטארק אז מען ווערט אומווילנדיג צוגעקלעבט צו דעם, מען כאפט נישט וויפיל צייט עס גייט אוועק דורך דעם.


איך בעט אייך, רעדט צו אים, זייט אפן מיט אים; זאגט אים שיינערהייט ווי שטארק איר ווארט א גאנצן טאג ער זאל אהיים קומען, וועט ער זיכער זיין מיט אייך, ווייל ער איז א גוטער מענטש, ער מיינט נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דאנקט אויף יעדעס קינד באזונדער וועט איר זען גרויסע וואונדער
תודה והודאה, רפואה, רעדן

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


פארלירט אייך נישט, זארגט נישט; א שאד צו זארגן, דער אייבערשטער טוט אלעס, ער מאכט אלצדינג.


דערציילט נישט פאר קיינעם, עס פעלט נישט אויס צו רעדן; בכלל דארף מען מחנך זיין די שטוב, אלע קינדער - נישט צו רעדן איבריגע רייד, נישט שמועסן מיט חברים פריוואטע שטוב זאכן.


אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדעס קינד באזונדער וועט איר זען גרויסע וואונדער, עס וועט פלוצלונג קומען א רפואה שלימה, אלע וועלן זיין געזונט און שטארק.