בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5336 - קליפס און ווידיאס איז נישט גוט פאר קינדער, און אויך נישט פאר עלטערן
חינוך הילדים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע, אויב איר זאלט ווייזן פאר אייער בעבי קליפס און ווידיאוס פון אים אליינס; דער ענטפער איז ניין, עס איז נישט גוט צו ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס.


איר פרעגט נאר בנוגע דעם קינד, אויב מען זאל ווייזן קליפס וכו'; די פראגע דארף מען פרעגן אויך פאר די עלטערן, ווייל אויך פאר די טאטע מאמע איז נישט גוט צו ווייזן קליפס און ווידיאוס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5335 - ווען מען גייט אויס פון שרעק און עס טרעט צו צום געזונט
פחדים, אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאן.


אייער מאן דערציילט וואס איר גייט אריבער אין די טעג זייט עס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה, ווי איר גייט אויס פון שרעק, און עס טרעט ממש צו צום געזונט; ער פרובירט רעדן מיט אייך דבורי אמונה, און נאכאלץ זענט איר אין א שווערע מצב.


איך בעט אייך זייער, נעמט אריין אמונה, און זייט אייך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, נאר אזוי וועט איר זיך בארואיגן און קענען לעבן, נאר אמונה איז די עצה.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא י.): "גוף קשה, פחד שוברו", א שטארקע מענטש ווערט צעבראכן פון שרעק; עס קען זיין דער שטערקסטער מענטש, ווי נאר ער הויבט אן האבן שרעק - ווערט ער דער שוואכסטער, און נאר מיט חזר'ן אמונה, זינגען ווערטער פון אמונה - נאר דאס מאכט שטארק.


אייערע ליפן זאלן א גאנצע צייט שעפשען די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך", אזוי אויך די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון, נאר אז דער אייבערשטער הייסט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5334 - נישט געזונט פאר קינדער ווען די עלטערן זענען נישט מחשיב די מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ירושלים


די לערערין ... שרייבט אז די קינדער פון משפחת ... זענען זייער צעמישט; אין שטוב הערן זיי איין זאך, און אין שולע הערן זיי אנדערש. זי שרייבט אז די מאמע לאכט אפ פון אונזער שולע, אויב אזוי איז נישט געזונט פאר די קינדער זאלן זיין ביי אונז.


קוק אריין אין דעם און זע וואס דו האסט צו טון, ווייל עס איז נישט גוט און נישט געזונט פאר קינדער זאלן לערנען אין א פלאץ וואו די עלטערן זענען נישט מחשיב. איך האב דאס געזען אלע יארן ביי אונזערע מוסדות אין אמעריקע, די קינדער וואס האבן געהערט אין שטוב ליצנות אויף די לימודים וואס מען לערנט אין חדר און אין סקול - האבן גארנישט געקענט מקבל זיין, און א טייל האבן ליידער אוועק געגליטשט השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5333 - זאג מיט די קינדער יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
לצנות, אני מאמין, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיר, און אויך די קינדער; די קינדער זאגן מיר אז די יאר האבן זיי א גוטער מלמד, זיי פרייען זיך צו גיין אין חדר.


בראק אריין אין די הערצער פון די קינדער אמונה מיט יראת שמים, דאס וועסטו קענען טון נאר אז דו אליין וועסט האבן אמונה און יראת שמים; הער נישט קיין לצים, ווארף אוועק די טעיפס פון די לצים, הער זיך צו נאר צו שיעורים פון ערליכע אידן, לאז די קינדער בלייבן תמימות'דיג און פשוט.


זאג מיט די קינדער יעדן טאג די דרייצן אני מאמין. בעט פון די גבאים שבתי אדער אשר בער, זיי האבן פאריאר שיין געדרוקט די "אני מאמין" מיט א הערליכער פירוש פון ספר עצתו אמונה. בעט אים אויב מען קען געבן פאר די גאנצע כיתה, און זינג דאס מיט א ניגון, אזוי וועט דאס אריינגיין אין זייערע הערצער, און אז אנדערע מלמדים וועלן דאס אויך טון - וועלן די קינדער לעבן מיט דעם אלע יארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5332 - לערנען מער הלכות מיט די בית פיגא תלמידות
מוסדות, הלכה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב געהערט אייער הודעה.


בנוגע זוכן נאך לימודים וואס צו לערנען וכו'; א שאד מען לערנט נישט מער הלכות מיט די בית פיגא תלמידות, אנשטאט זוכן פון אונטער דער ערד מיט זייטיגע לימודים, מען זוכט וואס צו טון מיט די קינדער, ענדערש דארף מען לערנען מיט זיי הלכות.


מיידלעך דארפן קענען גוט הלכות שבת, הלכות יחוד, הלכות ברכות, און הלכות כשרות פון א כשר'ע קאך; ווייל נאך אביסל גייען זיי אויפשטעלן אידישע שטיבער, דארפן זיי גוט קענען הלכות, און אודאי העיקר זאל מען לערנען מיט זיי הלכות שבת; ווייל דער הייליגער רבי ר' יונתן אייבשיץ זכותו יגן עלינו זאגט (ספר יערות דבש חלק ב, ב) אז ווער עס האט נישט אדורך געלערנט הלכות שבת כאטשיג צוויי דריי מאל - איז כמעט נישט מעגליך ער זאל זיין א שומר שבת; מען ווייסט אפילו נישט וואס מען האט צו טון און וואס די הלכות זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5331 - עס טוט מיר וויי אז מען פירט זיך נישט מיט דרך ארץ
דרך ארץ, ישיבה קטנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב, שיחיו


יעצט האב איך גערעדט מיטן מנהל, איך האלט אינמיטן אויסארבעטן צו מאכן מיט ענק א שבת התוועדות, איך מיט ענק, אבער דער מנהל זאגט מיר אז עס זענען דא בחורים וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ; עס טוט מיר זייער וויי.


וויל איך ענק זאגן, אויב איז נישטא קיין דרך ארץ - וועל איך נישט קומען צו ענק, און נישט מאכן קיין שבת, אויך וועל איך נישט געבן די טעגליכע שיעורים דורכן לייוו האק-אפ.


איז נישטא קיין דרך ארץ - איז גארנישט דא.





 


 





 

#5330 - א גבאי טראגט אן אחריות, מער ווי א מתפלל
דרך ארץ, שטעטל, מדות טובות, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו נעמסט צוזאם די גבאים ווי אזוי מען קען שאפן געלט פאר די בית המדרש - זאל מען זיך קודם צוזאמזעצן און רעדן וואס פארלאנגט זיך צו זיין א גבאי, וואס איז די פליכט פון א גבאי.


וויסן זאלסטו, א גבאי טראגט אן אחריות, מער ווי א מתפלל; סיי מיט די וועג ווי מען גייט אנגעטון און סיי מיט די באנעמונג. אזוי אויך דער וואס רופט אויס די עליות און דער וואס רופט אויס אלע זאכן - דארף זיין איינער וואס איז אנגעטון מיט דרך ארץ.


איך האב ליב יעדן איינוואוינער אין שטעטל, איך האב גארנישט קעגן קיינעם, איך זאג נישט זאלסט זאגן פאר די וואס קומען אין שול נישט אנגעטון מיט דרך ארץ; אדרבה, זיי יעדן דן לכף זכות, אבער פארשטיי אז דער בעל תפילה מוז זיין איינער וואס גייט אנגעטון מיט דרך ארץ, און דער בעל קורא מוז זיין איינער מיט א הוט און רעקל, אזוי אויך די גבאים דארפן קומען אין שול מיט דרך ארץ.


אזוי אויך הער איך אז עס איז דא וואס ווערן בא'עולה'ט דורך די גבאים, מען רעדט נישט מיט דרך ארץ, מען שרייט, מען גרויסט זיך; וויל איך דיר זאגן, דאס איז נישט מיינע גבאים, א גבאי מוז זיך באננעמען צו די מתפללים שיין און איידל. עס שטייט פון צדיקים 'גבאי' איז ראשי תיבות "א'נא ב'כח ג'דולת י'מינך", 'אנא' איך בעט דיר, 'בכח' פיר דעם בית המדרש שטארק, אבער 'גדולת ימינך' די כח זאל זיין צו גרויסן די רעכטע האנט, זיך באננעמן מיט חסד.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און זיי מחזק אלע גבאים אין שטעטל, אלע זאלן קומען אין שול אנגעטון מיט דרך ארץ און זיצן אין שול מיט דרך ארץ. איך וויל דו זאלסט אכטונג געבן מען זאל נישט וועיפן אין שול (לעקטעריק ציגארעטל), נישטא קיין אלקאהאל אין שול; די שול איז געמאכט פאר צוויי זאכן, לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5329 - א גרויסן דאנק פארן דרוקן די ספר עצתו אמונה חלק ח'
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן אצל ציון רבינו ז"ל


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען אזוי מחי' און אזוי מחזק און ווייזט א וועג ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן.


א גרויסן דאנק פארן דרוקן די ספר עצתו אמונה חלק ח'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו דרוקן און פארפלייצן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט אויף די גאנצע וועלט.


כתיבה וחתימה טובה.

#5328 - ווען מ'איז גענצליך אויסגעשעפט, וואס איז די עצה?
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, בטחון

 


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכין החודש, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה זעען מיר וואס מען האט צו טון ווען מען וויל עפעס באקומען. אליעזר עבד אברהם איז געגאנגען זוכן א שידוך פאר יצחק; וואס האט ער געטון? וואס פאר א סגולה? צו וועם האט ער זיך געוואנדן? שטייט (בראשית כד, יא): "וַיַּבְרֵךְ הַגְּמַלִּים מִחוּץ לָעִיר אֶל בְּאֵר הַמָּיִם", ער האט זיך אוועק געשטעלט אינדרויסן פון שטאט, "לְעֵת עֶרֶב", עס איז געווען טינקל, און געבעטן דעם אייבערשטן. דאס קומט אונז לערנען וואס מיר זאלן טון בעת צרה, ווען מיר דארפן א ישועה; נישט גיין צו קיינעם, נישט זיך איינרעדן 'ביי אים ליגט מיין ישועה', 'ביי יענעם ליגט מיין הילף', איין עצה איז דא, בעטן דעם אייבערשטן.


אויפן ווארט "וַיֹּאמַ֓ר" (שם, יב), איז דא א שלשלשת; צו ווייזן אז מען דארף בעטן איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, דאס איז די עצה ווען מען שפירט זיך אויסגעשעפט, מען שפירט ווי מען גייט אויס פון אויסגעשעפטקייט, "לְעֵת צֵאת הַשֹּׁאֲבֹת", זאל מען בעטן דעם אייבערשטן.


די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים.


מאך א שיינע שבת, מאך פרייליך אין שטוב.


א גוט שבת.


 

#5327 - רעדן דאס גרויסקייט פון צדיקים, ברענגט חן און הצלחה
צדיקים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד מיט יעדן איינעם פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, דערצייל יעדן איינעם וואס מען איז זוכה צו באקומען ביים הייליגן רבי'ן, דאס וועט ברענגען אויף דיר א חן און דו וועסט מצליח זיין אין אלעס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען. "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר", ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


די וואך שבת וועל איך זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5326 - צעבראכן און צעריסן אויף פיצ-פיצליך, און ער גייט אן אין עבודת השם
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, עבודת השם, ישיבה, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברודער שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודות השם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "כְּשֶׁאֲנִי רוֹאֶה אֵיזֶה עֲבוֹדַת ה' בְּעָנִי שֶׁבַּעֲנִיִּים", ווען איך זע ביי אן ארעמאן ווי ער דינט דעם אייבערשטן, "שֶׁהוֹלֵךְ בְּכוֹבַע קָרוּעַ וּמַלְבּוּשִׁים קְרוּעִים וּמִנְעָלִים קְרוּעִים", מיט זיין צעריסענע הוט, זיינע צעריסענע קליידער און צעריסענע שיך, "הוּא יָקָר אֶצְלִי עַד מְאֹד", איז דאס ביי מיר זייער טייער; ווייל ווען א מענטש איז צעבראכן און צעריסן אויף פיצ-פיצליך, און ער גייט אן אין עבודת השם - דאס איז וואס דער רבי וויל פון אונז, און דאס איז דעם רבינ'ס גרעסטע הנאה.


די ישיבה גייט אן מיט א פרישקייט. ווער עס קומט אריין אין ישיבה קען נישט קומען צו זיך ווי פריש די ישיבה איז; אלע לערנען, אלע דאווענען, עס זעט אויס ווי די ערשטע יאר ישיבה ווען מיר האלטן שוין ביי זיבעצן יאר.


נעכטן בין איך געווען אין מאנסי, רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5325 - זאלסט זיך פארלייגן אויף איין זאך, אויף שמחה
שמחה, התחזקות, אמונת חכמים, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט זיך פארלייגן אויף איין זאך, אויף שמחה; מאך זיך אפילו נאריש, אבי זיין פרייליך.


רבי נתן האט געזאגט פאר איינעם: "אויב דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו נישט זען די פנים פון גיהנום"; דאס איז נישט נאר נאכן שטארבן, דאס איז אויך ווען מען לעבט; ווער עס איז פרייליך - דער לעבט אין גן עדן.


אז דו ביסט אראפגעפאלן - הייב זיך אויף, און אז דו ביסט אויך נעכטן אראפגעפאלן און זיך שוין נעכטן אויפגעהויבן, און יעצט ביסטו נאכאמאל אראפגעפאלן, און דו טראכסט 'וואס? וואס גייט זיין מיט מיר? איך וועל פאלן און פאלן?' בעט איך דיר, ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות און טו צו דער זאך, הייב זיך אויף, פאלג צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5324 - גיין שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט ארויסגעשטעלט
שטעטל, בחירות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן א פערזענליכע טובה, זאלסט יעצט גיין שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט ארויסגעשטעלט מען זאל פאר זיי שטימען, מיר דארפן אנקומען צו די ערוועלטע באאמטע, סיי צו קענען האבן א חדר, א סקול, און שולן, און אויך צו קענען בויען דירות, און נאך אסאך זאכן וואס איז פאר די טובה פון די שטעטל.


דעריבער בעט איך דיר, זאלסט יעצט אריבער גיין שטימען, אויך זאלסטו נעמען דיין ווייב זי זאל אויך גיין שטימען.


די אינגעלייט וואס זענען געשטעלט אויף די זאך האבן מיר באוויזן פאריגע מאל די נעמען וואס האבן נישט געשטימט, און עס האט מיר זייער געשטערט צו זען די נעמען פון די משפחות.


שוין גענוג אפגעשטופט, גיי יעצט שטימען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5323 - וויכטיגע אסיפה פאר די מאמעס וואס שיקן אין בית פיגא
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט פארקומען א וויכטיגע אסיפה אין שטעטל פאר די מאמעס פון אלע מיידלעך וואס שיקן אין בית פיגא, איך וויל און איך פארלאנג מטעם המוסד אז אלע מאמעס זאלן קומען, און דיר בעט איך, זע אויסצוארבעטן אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די אסיפה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5322 - איך בין פרייליך צו הערן גוטע גריסן פון אייך
כולל, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס איר זענט ביי מיר באליבט ווי קינדער, ... און ..., שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר ענקער חתונה, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז איר לעבט מיט ליבשאפט און שלום, און איר זענט עוסק נאר אין גוטע זאכן.


איך הער גוטע גריסן אויף דיר; דיין ראש הכולל האט מיר געשריבן אז דו לערנסט פלייסיג.


איך בין נעכטן געווען ביי די דינער פאר די נייע בנין אין אומאן "קלויז מוהרא"ש" וואס דיין זיידע רבי יצחק שליט"א בויעט, ער האט מיר געזאגט ער קוועלט פון נחת פון ענק.


... תחי', זייט שטארק מיט אייער הייליגע ארבעט, אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה און יראת שמים; נישטא קיין גרעסערע און הייליגערע זאך אויף די וועלט ווי זיין א לערערין פאר מיידלעך, זיי אויסלערנען דאס שיינקייט פון אידישקייט, דאס שיינקייט פון צניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5321 - טו וואס איז גוט פאר דיר
תפילה והתבודדות, התחזקות, סדר דרך הלימוד, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם דעם כלל אין לעבן: "טו וואס איז גוט פאר דיר"; אז דו האסט געפונען א פלאץ וואס דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, נענטער צו די תורה - זאלסטו נישט קיינעם אויסהערן, נאר ווייטער ממשיך זיין דינען דעם אייבערשטן.


לערן דיינע שיעורים אין מקרא, משנה און גמרא. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים, און ועל כולם גיי זיך מתבודד זיין, רעדר צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זיין א צדיק.


מאך זיך נישט צוטון וואס מענטשן פרעגן דיר אלע סארט פראגעס וכו'; מענטשן זענען דיך מקנא, דו זיי ממשיך, נעם דעם כלל: "טו וואס איז גוט פאר דיר".


געב א גרוס דיינע טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5320 - נעמען אן העלפערקע ווען דער מאן איז נישט אין שטוב
הלכה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חס ושלום האבן א גוי'טע אין שטוב ווען אייער מאן איז דארט און איר זענט נישט אין שטוב; עס איז אסור באיסור יחוד, און לויט רוב פוסקים איז דאס אסור מדאורייתא.


אז איר ווילט נעמען א גוי'טע אין שטוב זאל דאס זיין לכתחילה אין די צייט וואס אייער מאן איז בכלל נישט אין שטוב, און אז מען קען דאס נישט אויסארבעטן - זאל דאס זיין נאר ווען איר זענט אין שטוב, אבער אז איר גייט צו די ארבעט און אייער מאן זיצט אין שטוב - זאלט איר נישט נעמען קיין גוי'טע.


מען טאר זיך נישט שפילן מיט איסור יחוד ווייל מען קען אראפפאלן אין שאול תחתית ומתחתיו רחמנא לצלן, מען קען אלעס פארלירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5319 - וואס פאר א ספרים איז גוט פאר א פרוי צו לערנען?
אמונה, חיזוק פאר פרויען, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס פאר א ספרים איז גוט פאר א פרוי צו לערנען; די בעסטע ספרים זענען די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די ספרים זענען פאר אלעמען, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, בפרט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס איז אראפגעברענגט די עצות פון רבי'ן פאר אונזערע מוחות, אויף אונזער שפראך; דאס געבט אריין א שטארקע אמונה, און מען טרעפט עצות פאר יעדע פרט אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5318 - באהאנדלען די ליים קרענק
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב איז דא באהאלטן אין איר קערפער ליים - דארף מען דאס באהאנדלען, ווייל ליים קען מאכן שאדן - וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן. איך וועל דאווענען פאר איר געזונט און פאר ענקער הצלחה.


העיקר דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, דאס ברענגט ישועות.





 


 





 

#5317 - זיך לערנען צו זיין א דאקטער פאר פרויען בעת שמחתם
שמחות, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך גיין לערנען זיין א דאקטער פאר פרויען בעת שמחתם; עס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די קהילה אז מיר וועלן האבן א היימישע פרוי א דאקטער וואס וועט מחזק זיין די פרויען און זיי פרייליך מאכן, ווייל די מצב ביי די דאקטוירים ווערט נאר ערגער, מען דערשרעקט יעדע צווייטע פרוי וואס ווארט א שמחה אז עפעס שלעכטס קומט; עס גייט נישט אריבער א טאג וואס אינגעלייט זאלן נישט קומען דערציילן זייער זארג אויף וואס מען שרעקט זיי אן.


אז איר ווייסט פון נאך פרויען וואס זענען אינטערעסירט זיך צו לערנען זיין א דאקטער פאר שמחות - זאלט איר מיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5316 - ווילסט לערנען ביי מיר? בלייב אין ישיבת היכל הקודש אין דיין שטאט
ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אז דו ווילסט קומען קיין אמעריקע לערנען ביי מיר; איך זאג דיר, אין ישיבת היכל הקודש אין ירושלים, ביים מגיד שיעור האברך משה שמואל נרו יאיר - איז אזוי ווי דו לערנסט ביי מיר.


אויך האבן מיר געעפנט א ישיבה אין קרית ברסלב, איך זאג אלע בחורים, ווילסט לערנען ביי מיר? - בלייב אין קרית ברסלב אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5315 - קינדער קומען אהיים פון חדר פרייליך און רואיג
דרך ארץ, חדר, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל באזוכן אונזער ישיבה, איך האב נישט געהאט קיין צייט צו קומען אין תלמוד תורה; יעצט מוז איך זיך פארלייגן אויף די הצלחה פון די ישיבה.


געלויבט דעם אייבערשטן די גרוסן פון חדר זענען זייער גוט, די עלטערן זענען צופרידן, די קינדער קומען אהיים אינגאנצן אנדערש ווי פאראיאר, מען זעט אין שטוב וואס טוט זיך אין חדר; מען זעט אויפן קינד אז עס איז דא א שטרענגע סדר אין חדר מיט א שטארקע דרך ארץ, די קינדער קומען אהיים פרייליך און רואיג.


בנוגע קינדער וואס קומען אין חדר אן מאנטלעך, דו ווילסט וויסן אויב דאס האט מיט דיר; אודאי האט דאס מיט דיר, יעדע זאך וואס האט מיט די געזונט און זיכערהייט פון די קינדער - ליגט אויף די מוסד, און אז עס ווערט קאלט, קינדער קומען אן מאנטלעך - האט דאס מיט די מוסד, מען דארף רעדן מיט די עלטערן.


איך האב אסאך ארבעט, עס זעט נישט אויס איך וועל קענען קומען איין מאל א וואך רעדן פאר די מלמדים, איך וועל אנגרייטן שיעורים און דיר עס שיקן און דו זאלסט איינמאל א וואך צוזאמנעמען די מלמדים און זיי געבן צו הערן די שיעור, איך האף אז דאס וועט זיי מחזק זיין און זיין כאילו איך בין פערזענליך געקומען רעדן מיט זיי.


אויך בעט איך דיר דו זאלסט שיקן די שיעור פאר בית פיגא און דארט זאל מען אויך צוזאמנעמען די לערערינס איין מאל א וואך און זיי געבן הערן די שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5314 - ווי קען איך גיין אין א פלאץ אן א מקוה?
מקוה, קדושה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


לאז מיר וויסן וויפיל געלט דארף מען צו ענדיגן די מקוה אין בית המדרש אין די ווילידזש.


עס שטערט מיר אז מען מאכט א געגנט אן א מקוה; לא לזאת היתה כוונתי, ארויסשלעפן אינגעלייט זאלן האבן הייזער אן טהרה; ווער דארף א הויז? ווער דארף וואוינען אויף אפאר עיקער? אן יראת שמים אן טהרה - איז גארנישט דא.


איך בעט דיר זייער, 'המתחיל במצוה אומרים לו גמור', האסט אנגעהויבן מיט די נייע געגנט, עס איז שוין דא כמעט צוויי מנינים משפחות, א שול איז דא, מיט א גוטע לופט, די אחדות איז דארט זייער שטארק, גוטע גבאים, אבער מיר שטערט אז אינגעלייט גייען נישט שבת אינדערפרי אין מקוה, עס מוז זיין טהרה.


דער גבאי ישראל חיים נרו יאיר לאדנט מיך, ער וויל איך זאל קומען אהין אויף שבת מחזק זיין די געגנט, אבער ווי קען איך גיין אין א פלאץ אן א מקוה?!


לאז מיר וויסן וויפיל געלט מען דארף, איך וועל פרובירן שאפן געלט צו ענדיגן די מקוה.


און אויף ווייטער זאלסטו וויסן, נישטא אזא זאך ווי מאכן א געגנט פון אינגעלייט אן קיין מקוה. מקוה איז וויכטיגער ווי האבן אן אייגענע מצה בעקעריי, מצות קען מען קויפן ביי אנדערע קהילות; שבת מוז זיין א מקוה, אינגעלייט זאלן זיין ריין און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5313 - עפענען א ספר און פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן
שאלות, ספיקות, לבוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות דעת, סימן יד): "כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵידַע אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּאֵיזֶה דָּבָר, יִפְתַּח סֵפֶר וְיָבִין אֵיךְ לְהִתְנַהֵג", ווען א מענטש וויל וויסן ווי זיך צו פירן, זאל ער עפענען א ספר און ער וועט דארט פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


חס וחלילה דאס נוצן אויף זאכן וואס זענען קעגן די הלכה, קעגן די תורה, חס וחלילה דאס נוצן אויף אפלאזן צניעות; אויב מען האט א פראגע זיך צו טוישן די לבוש, אנטון א נישט איידעלע לבוש - איז נישטא די זאך פון עפענען א ספר; דעמאלט עפענט מען די חומש און מען זעט וואס דער אייבערשטער זאגט (דברים כג, טו): "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן זיין הייליג און ריין, און אויב מען גייט אנגעטון נישט איידל - דעמאלט גייט דער אייבערשטער אוועק פון דארט רחמנא לצלן, און אז דער אייבערשטער גייט כביכול אוועק - איז זייער ביטער; מען רעדט נאר אז מען ווייסט נישט ווי זיך צו פירן, קען מען קוקן אין א ספר.


אז איר האט א פראגע און איר ווייסט נישט ווי זיך צו פירן, קענט איר עפענען ספר "אשר בנחל", "עצתו אמונה", און אזוי אויך ספר "איש אמונות"; און פון דארט ארויסנעמען א תשובה ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5312 - קענסט אלעס טון, אבער פרייליך און צופרידן ווערט מען פון תורה און מצוות
שמחה, שלום בית, סדר דרך הלימוד, הדרכות, חמרות ופרישות, סיפוק, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט גערעכט, מעגן מעג מען וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:), א פרוי איז געקומען צו רבי, זי דערציילט אז איר מאן מאכט וואס ער וויל וכו', האט רבי געזאגט: "איך קען דיר נישט העלפן, די תורה לאזט אים וכו'"; אבער פרייליך און זאט ווערט מען נאר פון די הייליגע תורה און פון טון מצוות, עס העלפט נישט.


אז דו ווילסט זיין א צופרידענער, א פרייליכער - איז דאס נאר אז דו וועסט לערנען שיעורים אין משניות, גמרא, און אזוי ווייטער אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און אז דו וועסט זיך מתבודד זיין, דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן דיין יוגנט, וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער, דו וועסט בעטן און בעטן, ביז דו וועסט רייניגן דיין מח מחשבה.


לויף נישט נאך דיין ווייב; ווי מער מען לויפט נאך די ווייב - פארלירט מען דאס חשיבות אין אירע אויגן, די סדר אין שטוב דרייט זיך אויס, ביז זי הויבט אן שאפן אויפן מאן וואס דאס איז נישט גוט; לויף נאך די תורה, לויף נאך טון מצוות, און אודאי זאלסטו העלפן אין שטוב מיט די קינדער, און חס ושלום נישט וויי טון די ווייב, אבער נישט נאכלויפן.


עס איז שווער ארויס צו שרייבן מפני הצניעות, איך האף דו פארשטייסט און דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.