בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2724 - איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים
הפצה, חסידות ברסלב, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו מאכן די סארט זאכן פאר הפצה; וואס פעלט אויס זיך צו רייצן וכו'? אונזער וועג פון הפצה איז מיד ליד באופן צנוע; איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים, גליונות, סידיס וכדומה, שטילערהייט לייגן נאך און נאך אייער; ביז דערווייל וועלן אלע מיינען אז דאס זענען זייערע חסידים, אזוי ווי רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) דער רבי האט אונז דערציילט, עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל זי זאל קענען זיצן אויף אלע אייער אויף איינמאל און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון די שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן פירט אויס: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים; די אלע וואס קומען צו לויפן פון אנדערע חסידות'ן צום רבי'ן, די אלע זענען דעם רבינ'ס מענטשן, די באלאנגען צום רבי'ן, דער רבי האט זיי שטילערהייט צוריק געברענגט צום אייבערשטן; זיי געשטארקט, זיי פרייליך געמאכט, דער רבי האט זיי ארויסגענומען פון וואו זיי זענען געלעגן, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט.


אינדרויסן מיינט מען אז זיי באלאנגען צו אנדערע פייגלעך, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, און ווען דער רבי געבט איין פייף, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, - קומען אלע קיין אומאן; אלע לאזן איבער זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2723 - אנשטאט וואטסעפפ, נעמט א תהילים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, סמארטפאון, טעלעפאן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווענדט זיך וואס פאר א סארט שטוב איר ווילט אויפשטעלן; איר ווילט ערליכע דורות אדער חס ושלום דורות וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי אידן אן קיין יראת שמים.


ווי איידער פרעגן אויב איר מעגט האבן א סמארטפאון פרעגט אויב איר דארפט בכלל א טעלעפאן, אפילו א פשוט'ע טעלעפאן מיט טעקסט קען שוין אויך טוישן די אידישע מאמע פון זיין א מאמע פאר די קינדער.


קוקט אן אייערע געשוויסטער ווי זיי פירן זיך השם ישמרינו; אויב איר ווילט ערליכע דורות - זאלט איר נישט ארייננעמען אין די הענט די סארט כלים.


אנשטאט וואטס עפפ נעמט א תהילים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות; עס איז אזוי שרעקעדיג וואס גייט פאר אין די וועלט, ווי פון די שענסטע משפחות פאלן שטיקער. בעטס פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליך, בעטס אז ביי אייער שבת טיש זאל מען נישט רעדן ניבול פה, אייערע קינדער זאלן גיין בצניעות.


איר האט טייערע עלטערן און קוקט די צער וואס זיי האבן פון די קינדער ווי זיי פירן זיך השם ירחם; זעט מען ווי שטארק מען דארף בעטן אויף גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2722 - קום נישט אויף אמעריקע פאר פרנסה
משניות, פרנסה, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב דארט, קום נישט אויף אמעריקע פאר פרנסה, עס איז דא ביי ענק גענוג פרנסה; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א גוטע פרנסה, א גרינגע און איידעלע.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט, פארשפרייטן איבעראל די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


כאפ אריין יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך, אויך לערן אסאך משניות; משנ"ה באטרעפט פרנס"ה, דאס וועט דיר ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2721 - שטארק זיך ווייטער מיט דיין פרישקייט
וואקסינען, התחדשות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק, האסט געהאט די יאר גאר אנדערע ימים טובים; דיינע קינדער זאגן דיר: "טאטי, זייט דו ביסט צוריק געקומען פון אומאן הערסטו נישט אויף זאגן א גאנצן צייט 'יישר כח אייבערשטער'", די גאנצע שטוב האט אויפגעלעבט; דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען ווייטער זיין שטארק מיט די וועג.


בנוגע נעמען די וואקסין קעגן קורונה; עס איז נישט קיין שום פראבלעם נישט צו נעמען און עס איז נישט קיין שום פראבלעם יא צו נעמען, דארפסט נישט מורא האבן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2720 - אז דער מאן ווערט ערליך, איז עס די קרעדיט פון די ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אמת איז, דער קרעדיט אז אייער מאן האט זיך אזוי שיין צוריק געכאפט וכו' וכו' - קומט אייך, אויף אייך איז געזאגט געווארן (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב; איר האט געהאט סבלנות, איר האט געווארט און געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיך איבערדרייען לטובה, עס זאל אריינגיין אין אייער מאן א ריינע גייסט, ער זאל זיך צוריק כאפן צו זיין א ערליכער איד, איר האט געווארט מיט סבלנות די לאנגע צייט ווען ער האט געהאט זיינע ירידות; יעצט איז ער אזוי גוט, אזוי וואויל און ערליך - איז דאס אלעס אייער קרעדיט.


הלואי זאלן אנדערע פרויען זיך אפלערנען פון אייך און נישט אוועקלויפן און צעברעכן זייער משפחה ווען עס גייט אריבער א שווערע צייט אויף זיי, דער מאן האט זיינע נסיונות וכו' וכו'.


זייט שטארק און שטארקט ווייטער אייער גאנצע משפחה, וועט איר זען ווי דער לעבן וועט ווערן שענער און שענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2719 - אין זכות וואס איר טוט פאר אידישע קינדער, וועט איר זען אסאך אידיש נחת
הפצה, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך וואונטשן בעת שמחתכם איר זאלט זוכה זיין צו פירן אייער קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און איר זאלט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע אייערע קינדער, אין זכות וואס איר ביידע אינאיינעם טוען פאר אידישע קינדער, ווי איר זענט זיך מוסר נפש טאג און נאכט ארויסצוגעבן די גליונות און קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות, וואס טויזנטער מענטשן זענען זיך פשוט מחי' דערמיט, עס איז פאר זיי ווי לעבן; די בריוו, די חיזוק - טראגט זיי ווייטער פאר נאך א טאג, זיי זאלן קענען פשוט אנגיין אין לעבן.


אויך וואונטש איך אייך א מזל טוב פאר אייער זון'ס בר מצוה; קיין עין הרע א ליכטיג קינד. איך האב אים געזען אין אומאן, ער איז מלא חן. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אינאיינעם זען אסאך נחת פון אלע קינדער, די קינדער זאלן האבן די ברען וואס איר האט צו העלפן אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן; אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה, וואס דאס וועט ברענגען די גאולה, במהרה בימינו אמן.

#2718 - א גוטע וויטאמין וואס ארבעט וואונדערליך
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, וויטאמינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


אז איר ווילט צוריק קומען צו אייערע כוחות איז דא א גוטע וויטאמין וואס ארבעט וואונדערליך, עס ארבעט אויפ'ן פלאץ, גלייך ווען מען נעמט עס איין שפירט מען ווי מען באקומט מער און מער כח.


די וויטאמין קען מען באקומען וואו אימער, עס ליגט אין אלע געשעפטן, אין אלע הייזער, עס קאסט נישט קיין געלט; מען דארף דאס נישט אייננעמען, דאס דארף מען ארויסנעמען, ארויסזאגן פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"יישר כח אייבערשטער פאר מיין לעבן, יישר כח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, יישר כח אייבערשטער פאר די ביסל כח וואס איך האב. יישר כח אייבערשטער אז איך בין א איד, יישר כח אייבערשטער אז איך גלייב אין דיר, יישר כח אייבערשטער פאר אלעס".


יעדע דאנק צום אייבערשטן - געבט נאך כח און נאך כח.


יעצט זענט איר שוואך, עס איז נארמאל; איר מעגט וויינען, עס איז נארמאל; צוביסליך וועט איר צוריק קומען צו אייערע כוחות פון אמאל, און אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר ווערן שטערקער פון אמאל.


א חתימה טובה.

#2717 - זיי זיך מקבל ארויפצולייגן א צוים אויף די פענסטער
שטעטל, אומאן, סכנה, קבלה טובה, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מי שגמלך כל טוב הוא יגמול עמנו כל טוב! אזא נס, דיין זון נרו יאיר איז ארויסגעפאלן פון פענסטער צוויי שטאק און עס האט גארנישט פאסירט; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די נס און אויף אלע ניסים וואס ער טוט מיט דיר און דיין משפחה.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין אויפ'ן גרויסן נס; זיי מקבל שוין מקיים זיין די מצוה פון (דברים כב, ח): "וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ", לייג ארויף א צוים אויף די פענסטער, "וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ", עס זאל נישט זיין קיין בלוט, "כִּי יִפֹּל הַנֹּפֵל מִמֶּנּוּ".


עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אויף צווייטע טעג יום טוב קיין וויליאמסבורג; דיינע בחורים שיק אריין, פאר זיי איז גוט זיי זאלן האבן הקפות מיט די בחורים מיט'ן ראש ישיבה, אבער משפחות פעלט נישט אויס די שלעפ אריין און שלעפ ארויס.


איין מאל א יאר דארפן מיר פארן קיין אומאן, זיך שלעפן אונזערע ביינער, אונזערע קישקעס - צום רבי'ן, מער פון דעם פעלט נישט אויס.


מאכט נישט קיין נייע זאכן.


חתימה טובה.

#2716 - זיך פארנעמען מער אכטונג צו געבן אויפ'ן מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קבלה טובה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס איר זאלט זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר; איך מיין איר זאלט מער אכטונג געבן אויף אייער מאן. אייער מאן זעט אויס אין שול ווי א היימלאזער מאן, אלע זיינע קליידער זענען אים צעריסן; זיין בעקיטשע, זיין טיש בעקיטשע - איז אים צעריסן, עס פעלט אים קנעפלעך וכו' וכו'; ער ווייסט ניטאמאל אז עס איז אים צעריסן, ער זעט נישט די ריסן אונטער זיין ארעם, איך זיץ פון אונטער אים, איך זע ווי ער זעט אויס; איך וואונדער זיך אויב איר זעט דאס נישט, אדער עס גייט אייך נישט אן.


אלע זוכן קבלות, מען ווייסט אבער נישט וואס צו טון; מען זוכט מצוות אינדרויסן פון שטוב, מען נעמט זיך צוזאמען מאכן פערציג חלות פערציג פרויען פערציג טעג; אז איר פרעגט מיר - זאלט איר זיך נישט משוגע מאכן מיט די אלע נייע זאכן, נעמט אייך פאר צו טון וואס עס ליגט אויף אייך, געבט אכטונג אויף אייער מאן ער זאל גיין אנגעטון אזוי ווי מען דארף; נייט אים צו זיינע קליידער, דאס איז די בעסטע קבלה פאר די נייע יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2715 - פארענדיגן ביידע מקואות אין שטעטל
מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן אזוי געטריי; דאס וועלן מיר מיט נעמען, דאס וועט בלייבן פון אונז.


איך האב געזען די בילדער פון די מקוה טהרה פון שטעטל וואס דו ענדיגסט יעצט בויען, "מקוה מלכה"; עס איז הערליך שיין.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די צווייטע מקוה טהרה אין שטעטל; איך וויל שוין יעצט אנהייבן און שוין ענדיגן.


... נרו יאיר האט געשאפט א נדבן פאר די מקוה; איך האב געמיינט אז די מקוה וועט מיר קאסטן סאך הכל פופציג טויזנט דאלער, האט ער געשאפט א נדבן פאר פופציג טויזנט, יעצט זאגסטו מיר אז עס וועט קאסטן הונדערט און צען טויזנט דאלער - וועל איך אליינס שאפן די איבריגע געלט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מזרז זיין ביי די ארבעט, איך וויל עס האבן געענדיגט וואס שנעלער.


א פרייליכן יום טוב.

#2714 - די גרויסע שמחה וואס דער רבי האט געהאט פונעם אתרוג
קינדער, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לייג אריין אין די קונטרס עצתו אמונה פאר קינדער יום טוב סוכות די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן יום טוב סוכות שנת תק"ע, ווען עס איז נישט געווען קיין אתרוגים, און ווען מען האט געברענגט אן אתרוג פאר'ן רבי'ן האט דער רבי געהייסן ברענגען מוזיק, דער רבי האט נישט געשפירט פאר דריי טעג די ווייטאג פון זיין מחלה (שיחות הר"ן, סימן קכה).


מאך א בילד ווי דער רבי האלט א שיינע גרויסע אתרוג און ביי די זייט שטייען דריי מענטשן מיט פייפערס, און די אנדערע זייט טאנצן צוויי מענטשן, ווי זיי כאפן זיך אן ביי די אקסלען.


אז דער בילד איז גוט און אינטערעסאנט - געדענקען די קינדער די מעשה פאר לאנגע יארן.


דא האסטו די מעשה געשריבן פאר קינדער:


מִיר דַארְפְן זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן אַז מִיר זֶענֶען זוֹכֶה צוּ מְקַיֵים זַיין דִי מִצְוָה פוּן ד' מִינִים, מִיר הָאבְּן אַן אֶתְרוֹג, אַ לוּלָב, הֲדַסִּים אוּן עֲרָבוֹת; מִיר דַארְפְן טַאנְצְן פַאר שִׂמְחָה אַז מִיר קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דֶעם וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


קִינְדֶער, וֶוער וִויל הֶערְן וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעטוּן וֶוען עֶר הָאט בַּאקוּמֶען אַן אֶתְרוֹג דִי יָאר וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אֶתְרוֹגִים? קִינְדֶער אִיר זֶענְט גְרֵייט?


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ זֵייעֶר נִישְׁט גוּט גֶעשְׁפִּירְט, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁנַת תק"ע, אַ יָאר פַאר דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס הִסְתַּלְקוּת, דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר נִישְׁט גֶעזוּנְט, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהַאט אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע קְרֶענְק אוֹיף דִי לוּנְגֶען הַשֵׁם יִשְׁמְרֵינוּ.


יֶענֶע יָאר אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אֶתְרוֹגִים, אִין דִי גַאנְצֶע גֶעגְנְט אִיז נִישְׁטָא קַיין אֶתְרוֹגִים, דֶער גַאנְצֶער עוֹלָם אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר בַּאזָארְגְט וָואס וֶועט זַיין, עֶס וֶוערְט נֶענְטֶער אוּן נֶענְטֶער צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב סוּכּוֹת אוּן עֶס אִיז נָאכְאַלְץ נִישְׁטָא קַיין אֵיין אֶתְרוֹג אִין דִי גַאנְצֶע גֶעגְנְט; וואוּ מֶען גֵייט הֶערְט מֶען מֶענְטְשְׁן פְרֶעגְן אֵיינֶער דֶעם צְוֵוייטְן: "וָואס וֶועט זַיין? נִישְׁטָא קַיין אֶתְרוֹגִים! אוֹי וֵויי, מִיר וֶועלְן נִישְׁט קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דִי מִצְוָה פוּן ד' מִינִים, וָואס וֶועט זַיין?!" אַלֶע הָאבְּן גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן עֶס זָאל גֶעשֶׁען אַ נֵס עֶס זָאל זַיין אֶתְרוֹגִים, אוּן אַז מֶען בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן הֶעלְפְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער; עֶס אִיז גֶעשֶׁען אַ נֵס, עֶס אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אֶתְרוֹגִים; מֶענְטְשְׁן הָאבְּן זִיךְ אַזוֹי שְׁטַארְק גֶעפְרֵיידְט, מֶען הָאט בַּאצָאלְט אַסַאךְ גֶעלְט צוּ קֶענֶען קוֹיפְן אַן אֶתְרוֹג.


אוֹיךְ פַארְ'ן רֶבִּי'ן הָאט מֶען גֶעבְּרֶענְגְט גָאר אַ שֵׁיינֶעם אֶתְרוֹג; דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוָוארְן אַזוֹי פְרֵיילִיךְ, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט מֶען זָאל בְּרֶענְגֶען מוּזִיק, מֶען הָאט גֶעטַאנְצְט אוּן גֶעשְׁפְּרִינְגֶען פַאר שִׂמְחָה אוֹיף דִי נֵס אַז מֶען הָאט דִי ד' מִינִים. פַאר גַאנְצֶע דְרֵיי טֶעג הָאט דֶער רֶבִּי זִיךְ גוּט גֶעשְׁפִּירְט, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעשְׁפִּירְט דִי יְסוּרִים פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע קְרֶענְק; דִי שִׂמְחָה אַז עֶס אִיז דָא אַן אֶתְרוֹג - הָאט אִים גֶעמַאכְט פַארְגֶעסְן אַלֶע יְסוּרִים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2713 - ענדערש נישט קומען איין יאר, צו קענען קומען אסאך יארן קיין אומאן
הפצה, הדפסה, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין ליבער שוואגער ...


זיי נישט בעצבות ומרה שחורה אז דו ביסט געבליבן אין שטוב, ביסט נישט געקומען קיין אומאן; דו דארפסט דאך האבן יעצט וכו', אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חַלֵּל עָלָיו שַׁבָּת אֶחָד כְּדֵי שֶׁיִּשְׁמֹר שַׁבָּתוֹת הַרְבֵּה"; ענדערש צעשטער איין יאר כדי דו זאלסט קענען קומען אלע יארן דיין גאנץ לעבן.


זיי פרייליך, דער רבי זאגט אז ראש השנה דארף מען זיין פרייליך (שיחות הר"ן, סימן כא).


אויב דו האסט אין וויליאמסבורג ערגעץ א מנין פון צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן זאלסטו אהינגיין דאווענען מיט זיי און זיי פרייליך אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן, דו ביסט עוסק אין הדפסה; דורך דיין ארבעט קען מען מקרב זיין טויזנטער אידן צום אייבערשטן.


א גוט יום טוב.


איך האב דיר אינזין ביים רבי'ן.

#2712 - וואו צען מענטשן קומען אינאיינעם דאווענען, איז דארט דער קיבוץ
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן אצל ציון רבינו


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, זיי נישט בצער ובעצבות אז דו ביסט געבליבן אין אמעריקא, דו קענסט נישט קומען.


וויסן זאלסטו, אונס רחמנא פטרי', ביסט דאך אן אונס; זע צו דאווענען מיט א מנין אנשי שלומינו, וואו צען מענטשן קומען אינאיינעם דאווענען - איז דארט דער קיבוץ. אוודאי דארף מען קומען קיין אומאן, אבער אז דו קענסט נישט ארויסגיין פון לאנד - ביסטו פטור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס לימודים פאר די וועלט; עס זאל זיין ת'הא ש'נת פ'ירסום ב'רסלב.


כתיבה וחתימה טובה.

#2711 - זע צו דאווענען מיט אנשי שלומינו, וועסטו זיין ביים קיבוץ
הפצה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט איז נישט קיין צייט פון שרייבן בריוו, יעצט איז ערב יום טוב, ערב ראש השנה; דאך שרייב איך דיר אפאר ווערטער פאר חיזוק.


איך הער אז דו קענסט נישט ארויספארן פון ארץ ישראל, האסט זיך פארפלאנטערט מיט די רעגירונג; בעט איך דיר זייער, זיי פרייליך, זיי נישט בעצבות, אונס רחמנא פטריה; דו זע צו דאווענען מיט אנשי שלומינו - וועסטו זיין ביים קיבוץ.


ווער נאך איז אזוי נאנט צום רבי'ן ווי מפיצים, דו ביסט ביים רבי'ן; זיי ממשיך מיט דיין ווייב תחי' צו פארשפרייטן די עצות פאר די גאנצע לאנד לארכה ולרחבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2710 - יעצט דארפסטו פאלגן דעם רבי'ן צו זיין פרייליך
שמחה, התחזקות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין מאמע תחי' האט מיר גערופן דערציילן, זי האט געהערט אז דו האסט נישט געקענט טרעפן פאר א פאר שעה דיין פאספארט, דו האסט פארפאסט די פליגער און דו ביסט זייער צעבראכן, גארנישט קען דיר נישט פרייליך מאכן.


איך פארשטיי דיר, איך וואלט אויך נישט אויסגעהאלטן נאכן ווארטן א גאנץ יאר יאר צו קומען צום רבי'ן, זען פאר די אויגן ווי די פליגער פארט אוועק...


וויל איך דיר מחזק זיין. געדענק, אונס רחמנא פוטרי', דו ביסט אן אונס; יעצט דארפסטו פאלגן דעם רבי'ן - זיין פרייליך; ווער ווייסט אויב דאס איז פאר דיר אפצוקומען און געהאלפן ווערן.


זוך א מנין ברסלב'ער חסידים אין דיין שטאט, וועט דאס ווערן גערעכנט ווי דו ביסט אין אומאן.


איך בעט פאר דיר און דו בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.

#2709 - זע צו דאווענען מיט'ן עולם ווי עס דארף צו זיין
בחור, שידוכים, ראש השנה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז קומענדיגע יאר ראש השנה וועסטו האבן שכל צו נעמען א פלאץ נעבן דעם בעל תפילה, דאווענען אינאיינעם מיט אלע בחורים. ראש השנה איז א צייט וואס מען איז דן דעם מענטש זיין גאנצע יאר, עס איז נישט קיין צייט זיך צו דרייען אינדרויסן און שמועסן מיט די עקלדיגע גוים - די שומרים ביים טיר.


איך שרייב דיר דעם בריוו אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים; איך בין גוט אויסגעמוטשעט, קוים וואס איך שלאף די גאנצע וואך אין אומאן; איך דאווען פאר'ן עמוד שחרית און מוסף, איך בלאז די תקיעות און געב דרשות, איך נעם אויף מענטשן די גאנצע צייט, איך בין גוט אויסגעמוטשעט; דאך שרייב איך דיר יעצט ווייל עס באדערט מיר, איך האב דיר נישט געזען ביים דאווענען, האסט זיך געדריידט אינדרויסן א גאנץ דאווענען.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל דיין טובה; דו ביסט א יונגער בחור, אויב דו וועסט אכטונג געבן צו האבן גוטע חברים, דו וועסט דאווענען און לערנען - וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען, נאכדעם וועסטו קענען טון א גוטע שידוך, דו וועסט האבן א גוט לעבן.


זע צו לערנען אסאך משניות, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.


דיין ראש ישיבה.

#2708 - איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו דערהאלסט זיך אזוי שיין
ראש השנה, בארד און פאות, קליידער

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אין עירפארט, איך האב אפאר שעה ביז דער פליגער פארט ארויס. איך גיי איבער מיינע זכרונות פון ראש השנה, וועם איך האב אלץ געזען, וועם איך האב געטראפן. איך טראכט פון דיר; איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו דערהאלסט זיך אזוי שיין; דו האסט א צלם אלקים, א שיינע בארד מיט פיאות, דו גייסט אנגעטון חסידיש, דו ביסט פריש; איך בין זייער נתפעל פון דיר.


איך האב אסאך געבעטן ביים ציון פאר דיר, דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מיר בקרוב מבשר זיין גוטע בשורות.


דיין ראש ישיבה.

#2707 - שלום בית האט מיט'ן מאן
שמחה, שלום בית, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער, געווענליך ווען איך קום צוריק פון א נסיעה שלאף איך פון אויסגעמוטשעטקייט, יעצט בין איך גוט אויסגעמוטשעט, אבער איך קען נישט שלאפן, איך בין אזוי צוקאכט פון פרייד פון ראש השנה, איך בין נישט ביי זיך, איך טאנץ פאר שמחה: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה!"


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט ביידע טעג ראש השנה. מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית האט מיט אונז, שלום בית האט מיט'ן מאן. עס איז נישט גרינג צו זיין א ברסלב'ער חסיד, א תלמיד היכל הקודש; מוהרא"ש פארלאנגט פון אונז מען זאל לעבן בשלום, מוהרא"ש זאגט, דער מאן האט די מעגליכקייט צו אויפבויען די ווייב און לעבן בשלום מיט איר, זאל זיין וואס פאר א פרוי עס זאל זיין; א שווערע, א שלעכטע, א הארטע, א איך ווייס נישט וואס; דאך דארף דער מאן טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום.


נעם אריין די ווערטער, לעב מיט די ווערטער א גאנץ יאר; געדענק אז שלום בית איז עבודת השם, עס איז א הויכע עבודה, יעדע מאל מען געבט נאך אין שטוב, מען איז א ותרן און א סבלן איז מען זיך מזכך און מען קומט צו גרויסע דרגות.


אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה.


 

#2706 - ווער עס איז נישט ראוי צו זאגן מוסר, טאר נישט זאגן מוסר
התחזקות, ראש השנה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם אריין די ווערטער וואס מיר האבן גערעדט ראש השנה מיטל נאכט ביים רבי'ן, דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) ווער עס איז נישט ראוי צו זאגן מוסר - טאר נישט זאגן מוסר, ווייל עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, נאר דער וואס קען זאגן מוסר אזוי ווי משה רבינו - דער מעג זאגן מוסר.


ווען משה רבינו האט געזען די עבירה וואס די אידן האבן געמאכט, דעם חטא העגל - האט ער געזאגט (גיטין לו:): "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאכאלץ ליב, אידן טוט תשובה, קומט צוריק צום אייבערשטן; מיר האבן גערעדט אז דאס גייט ארויף אויפ'ן מענטש אליינס, מען טאר זיך נישט קלאפן, מען טאר זיך נישט מבאיש ריח זיין, מען דארף זיך אליינס זאגן: 'דער אייבערשטער האט מיר נאכאלץ ליב; אפילו איך האב געטון דאס און דאס וכו' וכו', האט מיר דער אייבערשטער נאכאלץ ליב'; נאר אזוי קען מען תשובה טון, נאר אז מען האלט פון זיך, אויב מען האט זיך פיינט, מען קלאפט זיך אראפ, מען קען זיך נישט ליידן, דעמאלט פאלט מען אראפ אין יאוש און מען לאזט אפ מצוות און מעשים טובים.


הלוואי זאלסטו לעבן מיט די ווערטער א גאנץ יאר, וועסטו זוכה זיין צו קומען צו גרויסע מדריגות. רבי נתן האט געזאגט: "אן התעוררות וואס קומט פון התחזקות האלט אן לאנג".


כתיבה וחתימה טובה.

#2705 - דארפסט שעצן דיין ווייב אז זי האט דיר געשטופט צו פארן קיין אומאן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, דו האסט א טייערע ווייב, זי איז א קלוגע פרוי; אז זי האט דיר געשטופט צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה יעצט ווען זי ווארט א שמחה - ווייזט דאס איר אמונת חכמים. אנדערע פרויען לייגן זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן פארן אין אזא צייט וכו', דו דארפסט איר זייער מכבד זיין און זייער לויבן, קויף איר א שיינע מתנה לכבוד וואס זי האט דיר געשטופט צו פארן.


ווייז איר דעם בריוו, זאל זי זען וואס איך שרייב דיר; עס קומט איר די גאנצע כבוד איז זי האט דיר אוועק געשיקט אין אזא צייט.


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, אז מען פארט אהיים פון רבי'ן געזעגנט מען זיך נישט, מען בלייבט ביים רבי'ן א גאנץ יאר, מיר זענען נישט קיין חסידים וואס קומען איינמאל א יאר צום רבי'ן און א גאנץ יאר איז מען פאר זיך, מיר לעבן מיט'ן רבי'ן טאג און נאכט, א גאנץ יאר.


כתיבה וחתימה טובה.


 

#2704 - ראש השנה אין אומאן איז געווען אזוי שיין און דערהויבן
אומאן, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג אהיים פון אומאן, יעצט כאפ איך זיך אז איך האב דיר נישט געזען א גאנץ יום טוב, דיין טאטע האב איך געזען, דיינע ברודער זענען געווען, אבער דיר האב איך נישט געזען; א שאד דו ביסט נישט געווען, עס איז געווען אזוי שיין, אזוי דערהויבן.


שחרית און מוסף האב איך געדאווענט; מוהרא"ש האט מיר געשטעלט צו זיין בעל תפילה אויף שחרית, און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף"; איך וואלט זיך נישט אליינס מכבד געווען.


אויך די תקיעות; ווען נישט מוהרא"ש זאל מיר געבן דעם שופר אין האנט וואלט איך מורא געהאט דאס אליינס צו נעמען, יעצט ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט בלאזן שופר - בלאז איך. די יאר האב איך איבערגעגעבן די תקיעות דמעומד פאר'ן דיין שליט"א.


די דרשות ראש השנה האט א באזונדערע חן, עס שפירט זיך ממש ווי מוהרא"ש רעדט, עס איז אזוי ווי ביי מוהרא"ש. איך געדענק אלע יארן אין אומאן ביי מוהרא"ש, עס פלעגט זיך שפירן ווי תחיית המתים. אין אומאן איז דאך יעדער אזוי אויסגעמוטשעט, אלע האבן בלבולים, אבער ווען מוהרא"ש פלעגט געבן די שיעור מיטל נאכט, פלעגט מען ווערן אזוי פריש, אזוי אויפגעלעבט, ער האט אריינגעבלאזן א חיות אין די עצמות היבשות. אזוי אויך איז היינט מיט די שיעורים אין אומאן, עס איז עפעס א גרויסער כח; עס מאכט פרייליך, עס פרישט אויף.


 

#2703 - נעם צוזאמען צדקה פאר משפחות פון אנשי שלומינו אויף יום טוב
צדקה, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


גיי נאך געלט, נעם צוזאמען צדקה פאר משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט אויף יום טוב.


איך בין אלע מיינע יארן פון אלס יונגער בחור, פון מיין בר מצוה - אלץ געגאנגען נאך געלט, ביז איך האב געעפנט די ישיבה, דעמאלט האב איך מער נישט געקענט גיין צווישן מענטשן, איך האב געדארפט זיין באהאלטן צוליב די מחלוקות, אבער אזוי פלעג איך אלץ גיין נאך געלט; אזוי האט מיר זיידי זכרונו לברכה מחנך געווען, ער האט מיר געמוטשעט כסדר איך זאל גיין נאך געלט.


אז מען גייט נאך געלט איז מען זיך מתקן מיט די גרעסטע תיקונים, בפרט ווען מען ווערט מבוזה, מען כאפט א בזיון; דאס איז א גרויסע זאך פאר תיקון הנפש.


די צוויי טויזנט דאלער וואס דו האסט צאמגעשטעלט איז אויסגעגאנגען אין מינוטן, משפחות האבן זיך מחי' געווען. איך דארף נאך געלט, יעצט פאר יום טוב דארף איך העלפן אנשי שלומינו וואס האבן נישט ווי אזוי אריינצוברענגען דעם יום טוב.


בזכות מצוות צדקה זאלסטו זוכה זיין צו א זיס לעבן.


 

#2702 - נישטא וואס מורא צו האבן
רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע וואס איר פרעגט, אויב איינער איז פארקילט אויב מען איז צוזאמען קען מען איבערכאפן וכו'; זיין צוזאמען איז א רפואה פאר ביידע, סיי פאר'ן מאן און סיי פאר'ן ווייב, עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נישטא וואס מורא צו האבן.


א פרייליכן יום טוב.

#2701 - א שאד די לעבן זאל צעשטערט ווערן צוליב א שוועסטער וואס איז פארדרייט
חברים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך שרייב אייך דעם בריוו פון אומאן, איך שרייב אייך איבער א סענסעטיווער ענין, בנוגע אייער שוועסטער ....


פון איין זייט קען איך אייך נישט איינטיילן וואס צו טון, איך קען אייך נישט זאגן 'רעדט נישט מיט איר', פון די צווייטע זייט שפיר איך אז איך דארף אייך זאגן וואס איז גוט פאר אייך. עס איז נישט גוט איר זאלט רעדן מיט איר, זי איז נעבעך פארדרייט, אירע מיינונגען זענען זייער שעדליך, זי קען אייך חרוב מאכן אייער לעבן.


איך בעט אייך פון מיין הארץ, הערט אויס וואס איך זאג אייך, איך האב נישט קיין אינטערעסע נאר אז אייער לעבן זאל זיין גוט, איך האב זיך אזויפיל געפלאגט אייך חתונה צו מאכן, איך האב אייך געגעבן א טייערער תלמיד, א וואוילער, א בעל מידות; איך וויל נאר ענקער גוטס.


נעמט אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב אייך אינמיטן די נאכט ביים רבינ'ס ציון, א שאד אייער לעבן זאל צעשטערט ווערן צוליב די שוועסטער וואס איז אזוי פארדרייט מיט שעדליכע מיינונגען.


איך האף די ווערטער וואס גייען ארויס פון מיין הארץ וועט אריינגיין אין אייך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2700 - אז מ'גלייבט, באקומט מען די ישועה
ישועות, אמונה, אומאן, אמונת חכמים, ברכות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דעם בריוו שרייב איך אייך פון אומאן. מיין ווייב זאגט מיר אז איר זענט זייער צעבראכן, איר זאגט אז אייער מאן האט אייך שוין צוגעזאגט די לעצטע פאר יאר אז ער גייט אהיימברענגען ישועות פון אומאן, און נאכאלץ ווארט איר אויף די ישועה, איר טראכט אז איר וועט שוין נישט געהאלפן ווערן.


דעריבער שרייב איך אייך פון אומאן, וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, מען דארף גלייבן אז תפילה העלפט, גיין צו צדיקים העלפט, בפרט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה העלפט; דאס וואס מען ווארט אויף א ישועה איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש.


איך גלייב אז איר גייט האבן א ישועה, איך בין היינט געווען ביים ציון און אסאך געבעטן פאר אייך און פאר אייער מאן, אבער וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, אמונה איז די כלי מען זאל קענען מקבל זיין, אויב מען בעט א ברכה פון א צדיק, דער צדיק וואונטשט, אויב דער מענטש זאגט נישט "אמן", איז נישטא די פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, ווען מען זאגט "אמן", מען גלייבט - דעמאלט קומט די ישועה.


די אלע וואס קומען צום צדיק און זאגן "איך האב שוין באקומען אזויפיל מאל הבטחות און למעשה איז גארנישט געשען", זיי האבן טענות; דאס איז די אייגענע פראבלעם, זיי דארפן גלייבן.


איר וועט האבן א ישועה ווייל איך גלייב אז איר וועט שוין געהאלפן ווערן.


כתיבה וחתימה טובה.