בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1197 - דרך ארץ'דיג צו די טיטשערס
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע תלמידות פון בית פיגא ליבערטי, שתחיו.


אייערע טיטשערס האבן מיר געזאגט אז איר ווארט איך זאל קומען צו אייך אין סקול; זאלט איר זיין דרך ארץ'דיג צו די טיטשערס.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, "הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ; אז איר וועט זיין דרך ארץ'דיג, איר וועט זיך אויפפירן שיין וועל איך קומען צו אייך.

#1196 - דארפסט נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס ביסט נישט געקומען צו א שמחה
משפחה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל דיין פראגע? אודאי קומט צו גיין וכו' פאר א משפחה שמחה; חס ושלום אפשטופן וכו'. דו דארפסט קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס איר זענט נישט געקומען אנטייל נעמען אין די שמחה, דאס איז פריוואט צווישן דיר און דיין ווייב; זיכער זאל דיין ווייב גיין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שכינה זאל רוען צווישן אייך.

#1195 - געב קארטלעך נאר פאר מיידלעך און פרויען
כיבוד אב ואם, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, שידוכים, אמונה, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע פראגעס.


צום ערשט בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות, חזר'ט דיך די אמונה ווייל אמונה מאכט שטארק; ווי מער מען האט אמונה אלץ מער שטערקער איז מען.


דער הייליגער רבי איז דאס מסביר מיט א שיינע משל (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה) אזוי ווי ווען מען פלאנצט איין א ווייצל אין ערד, אויב מען פלאנצט עס אין א גוטע ערד דעמאלט וואקסט עס זייער שיין, עס ווערט נישט געשטערט פון קיין שום ווינט, דינערן און בליצן, "מֵחֲמַת שֶׁיֵּשׁ כֹּחַ הַצּוֹמֵחַ וְכֹחַ הַגּוֹדֵל, עַל כֵּן אֵינוֹ מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", ווייל עס האט א כח וואס מאכט איר וואקסן, קיין שום זאך קען דאס נישט אפשטעלן, אבער אז מען לייגט דאס ווייצל אין ערד וואס איז נישט גוט צו וואקסן, ווערט דאס קערענדל פארפוילט. "וֶאֱמוּנָה הִיא בְּחִינַת כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ", אזוי איז מיט אמונה, אמונה איז א זאך וואס געבט כח פאר'ן מענטש אנצוגיין אין לעבן, עס מאכט דעם מענטש זאל וועלן וואקסן. אזוי ווי עס שטייט (אסתר ב, ז): "וַיְהִי אוֹמֵן אֶת הֲדַסָּה", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש תהלים כב, כג): מרדכי האט אויפגעצויגן אסתר המלכה; דער פסוק באציט זיך מיט דאס ווארט 'אמונה' פאר די ווארט 'אויפברענגען'.


נאך זאגן חז"ל (שבת לא.): "אֱמוּנָה זֶה סֵדֶר זְרָעִים", זאגט דער רבי, ווען א מענטש האט אמונה האט ער א כח פון וואקסן און ווערן גרעסער, "אֲזַי אֵין מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", קיין שום זאך קען אים נישט שטערן, "וְאֵינוֹ יָרֵא מִשּׁוּם אָדָם", ער האט נישט קיין שרעק פון קיין שום מענטש, "וְשׁוּם דָּבָר", און פון קיין שום זאך. "וּמִתְפַּלֵּל בַּחִיּוּת", אז מען האט אמונה דאווענט מען מיט א געשמאק, "כָּרָאוּי", אזוי ווי מען דארף דאווענען. "וְנוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", מיט אמונה פארט מען צום צדיק, "כִּי אֵינוֹ מִתְיָרֵא וּמִתְפַּחֵד מִשּׁוּם עִנְיָן שֶׁבָּעוֹלָם", ווייל מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און קיין שום מענטש אויף די וועלט, "אֲבָל כְּשֶׁיֵּשׁ חִסָּרוֹן בָּאֱמוּנָה אֲזַי אֵין לוֹ כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ וַאֲזַי הוּא נִרְקָב מַמָּשׁ, כְּמוֹ הַחִטָּה הַנַּ"ל", אבער ווען מען האט נישט קיין אמונה דעמאלט האט מען נישט קיין כוח אנצוגיין, מען וואקסט נישט, מען ווערט פארפוילט ממש אזוי ווי א קערענדל וואס פוילט אין נישט גוטע ערד.


זאלסטו זיך חזר'ן אמונה, זינג זיך דעם ניגון: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, - דער אייבערשטער איז איבעראל און אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם"; דורכדעם וועסטו זיין שטארק און מצליח זיין אין לעבן.


בנוגע הפצה וכו', זיי ממשיך צו געבן קארטלעך פאר אלעמען; פארשטייט זיך נאר פאר מיידלעך און פרויען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", אברהם אבינו האט מגייר געווען מענער און שרה אמינו האט מגייר געווען פרויען.


בנוגע בלייבן שבת אין שטוב וכו'; בלייב אין שטוב העלפן דיין מאמע, אין דעם זכות וועלן דיינע קינדער דיך מכבד זיין. טראכט אריין אביסל טיפער, ווילסטו דען נישט אז אין יארן ארום ווען דו וועסט האבן גרויסע קינדער אז זיי זאלן בלייבן מיט דיר אין שטוב דיר העלפן? איז דאך זיכער אז דו זאלסט זיין אין שטוב העלפן דיין מאמע, אפילו עס איז דיר שווער.


בנוגע רעדן מיט מרת ... תחי'; עס איז זייער גוט זאלסט זיך מחזק זיין מיט איר, א גוטע חבר איז פון די זאכן וואס חז"ל זאגן אז מען דארף דאס האבן אין לעבן צו קענען זיין א איד. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם?" וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן, "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט ער זאל זיך נעמען א גוטער חבר; ווייל אז מען האט א גוטער חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן, דו דארפסט נישט מורא האבן אז זי וועט דערציילן פאר אנדערע דיינע מיטמאכענישן, זי איז א וואוילע פרוי.


בנוגע גיין צו די פאליציי וכו'; איך האב דיר שוין פון לאנג געשריבן וואס צו טון, פון דעסטוועגן וועל איך נאכאמאל ענטפערן אז אנדערע זאלן אויך וויסן ווי אזוי זיך צי פירן אין אזא פאל השם ישמרינו. אויב מען ווערט באצוואונגען פון א מניוול רחמנא לצלן דארף מען גיין צו די פאליציי דאס דערציילן און יענעם איינשפארן אין תפיסה אן קיין רחמנות; אפילו אלע שרייען אז מען טאר נישט דארף מען דאס טון. אין אייער פאל, ווי איר שרייבט אז דאס איז נאר א חשש בעלמא וכו', יענער האט אייך בחסדי השם נישט געטשעפעט, ער האט זיך טאקע אויפגעפירט נישט שיין וכו' אבער בחמלת השם האט ער נישט אויסגעפירט זיינע שלעכטע מחשבות, זאלט איר אפלאזן די מעשה.


זאג פאר די פרוי וואס לויפט דיך נאך וכו' אז זי זאל זיך אפטשעפען פון דיר; זי האט מיר אויך געשריבן א גאנצע מגילה, סך הכל וויל זי אייך נוצן פאר איר אייגענע אינטערעסע, זי וויל אים איינשפארן וכו'; דאס האט נישט מיט אייך.


בנוגע וואס נאך דו קענסט טון צו צואיילן דיין שידוך; העלף דיין מאמע, האב רחמנות אויף איר; העלף איר מיט שמחה, העלף איר מיט חיות, וועסטו צוריק באקומען שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי חז"ל זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא; כִּבּוּד אָב וָאֵם", אויף כיבוד אב ואם באצאלט דער אייבערשטער שכר נישט נאר אויף יענע וועלט, נאר אויך אויף דער וועלט.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים; יעדע קאפיטל תהילים וואס דו זאגסט געבט צו פאר דיין שידוך.


נאכאמאל בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אמונה וועט דיר אלעס גיין גרינגער.

#1194 - שרייבן חידושי תורה
חברים, הפצה, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד דער טייערער מפיץ ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע שיינע חידושי תורה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; גיי יעדן טאג פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, מיט דעם וועסטו פאררעכטן אלע דיינע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה".


שרייב ווייטער דיינע חדושי תורה; דאס איז א גרויסע תיקון אויף אלע שלעכטע מחשבות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה): "וואס מער מען איז מחדש חדושי תורה אלץ מער איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען".


חבר זיך מיט תלמידי היכל הקודש וואס לעבן מיט תמימות; רעד נישט מיט קיין לצים מטוב ועד רע – וועסטו קענען בלייבן ביים צדיק און ווייטער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים.

#1193 - צדקה פאר'ן צדיק
צדקה, צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה; דו העלפסט מיר חודש'ליך צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות.


אין דעם זכות וועסטו געהאלפן ווערן; דו וועסט זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "דאס וואס ירמיהו הנביא האט געשאלטן די מענטשן פון שטאט ענתות אז זיי זאלן געבן זייער צדקה פאר מענטשן וואס זענען נישט קיין ארימעלייט וכו', ווייל ווען מען געבט צדקה פאר'ן צדיק דעמאלט ווערט מען גלייך געבענטשט, אבער אז מען געבט צדקה נישט פאר'ן צדיק איז דאס גארנישט".


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן שטענדיג בלייבן ביים צדיק.

#1192 - געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער
צדקה, מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב דיר געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער נאך פאר'ן זמן הפרעון.


עס ווערט אויסגעשמועסט אין די פוסקים אויב מען מעג זאגן "יישר כח" ווען מען באצאלט א חוב אדער מען טאר נישט צוליב דעם איסור ריבית.


דאס איז אבער זיכער אז אין זכות וואס דו האסט געהאלפן די מוסד פון רבי'ן וועסטו געבענטשט ווערן, ווייל ווען מען טוט צדקה מיט'ן צדיק אמת ווערט מען געבענטשט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "אִם נוֹתְנִין צְדָקָה לְזֶה הַצַּדִּיק", אז מען געבט צדקה פאר'ן אמת'ן צדיק, "הוּא מִתְבָּרֵךְ מִיָּד", ווערט מען גלייך געבענטשט, "אֲבָל אִם נוֹתֵן צְדָקָה לְמִי שֶׁאֵינוֹ בְּחִינַת עָפָר כְּלָל, אֵינוֹ עוֹשֶׂה פֵּרוֹת", אבער אז מען געבט צדקה פאר א פלאץ וואס איז נישט וכו', האט מען גארנישט דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן געבן אונזערע צדקות פאר'ן הייליגן רבי'ן, פאר זיינע ספרים און מוסדות וואס טוען פארשפרייטן זיינע עצות.

#1191 - דו ביסט נישט אליין אויף דער וועלט
התחזקות, אשר בנחל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען צווישן די וואס העלפן צאלן רענט חודש'ליך פאר'ן בנין הישיבה, בית המדרש, כולל, תלמוד תורה, חתונה זאל, הדפסה, אפיסעס, בית התבשיל, וכו', וכו'; מיט'ן העלפן דעקן די רענט פאר'ן בנין הישיבה העלפסטו יעדע פרט ופרט אין ישיבה.


זיי נישט צעבראכן, זאג נישט אז דו ביסט איינער אליין אויף די וועלט, דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן.


איך בין אויך איינער אליין, איך האב נאר דעם אייבערשטן דורך די לימודים וואס איך לערן פון הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש.


זיי זיך קובע א שיעור קבוע אין ספר "אשר בנחל"; ווער עס לערנט אשר בנחל פאלט נישט, די הייליגע בריוו פון מוהרא"ש לאזט נישט פאלן, עס בלאזט אריין חיות, עס געבט לעבן.


ווען דו לערנסט די בריוו זאלסטו דאס לערנען בקול, נישט סתם ליינען מיט די אויגן; זאג ארויס די ווערטער הויך אויפ'ן קול שטייטערהייט, וועט דאס דיר מחזק זיין.


נאך אביסל ווערסטו אויך א חתן.

#1190 - מזל טוב פאר דיין שידוך!
שידוכים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל צוזאמען מיט דיין כלה תחי'; עס זאל ארויסקומען פון אייך בנים צדיקים, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.


פון יעצט זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה; יעדן טאג זאלסטו גיין הפצה, אזוי וועסטו העלפן דיין טאטע דעקן די הוצאות החתונה, אויך וועסטו האבן פאר דיר נאך די חתונה ברויט און פרנסה.


א שאד צו גיין ארבעטן צוואנציג שעה א טאג ווען מען קען מאכן די זעלבע געלט און נאך מער – דורך הפצה.

#1189 - "שבת לעכט" צינדט מען לכבוד שבת, נישט פאר נשמות
חיזוק פאר פרויען, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וארא, מברכים החודש, כ"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיש נישט צוזאם די יוצרות; "שבת לעכט" צינדט מען לכבוד שבת, נישט פאר נשמות - נישט פאר די רבי'ס נשמה און נישט פאר אנדערע.


ביי אונז פירט מען זיך צו צינדן צוויי לעכט פון אויל אנקעגן זכור און שמור און נאך פיר לעכט פון חלב אנקעגן די פיר אותיות פונעם אייבערשטנ'ס נאמען; דאס ברענגט אריין א ברכה אין שטוב, און ווען דער אייבערשטער העלפט עס ווערט געבוירן א קינד לייגט מען צו א לעכט פאר יעדע קינד.


וועגן צינדן א לעכט אין שטוב פאר'ן רבי'ן און פאר אנדערע צדיקים; מוהרא"ש איז געווען דערקעגן צינדן אין שטוב לעכט פאר נשמות, דעריבער איז נישט כדאי צו צינדן לעכט אין שטוב פאר נשמות.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות ותפילה; וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך - אויף אידיש, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1188 - ווי אזוי קען איך מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, עבודת השם, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז יעדע זאך וואס איר דארפט בעט איר דעם אייבערשטן; איר האט אזויפיל מעשיות פון תפילה, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אייך און אויף אייער משפחה ווענדט איר זיך נאר צום אייבערשטן.


זייטס מחזק אנדערע מיידלעך; טראכטס אלע סארט וועגן ווי אזוי איר קענט מחזק זיין אנדערע זיי זאלן לעבן מיט אמונה.


דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט, די סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אזוי ליב געהאט זיין טאכטער אדל (דעם רבינ'ס באבע) און איר שטענדיג אויסגערימט איז געווען ווייל זי איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א בענקעניש צום אייבערשטן און געטראכט: 'וואס קען איך טון צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן? וואס קען איך טון צו הייליגן זיין נאמען?'


עס איז דא צו באקומען אין ירושלים יעדע וואך די קונטרסים "עצתו אמונה"; איר דארפט זיך פארבינדן מיט די מפיצים וועט איר דאס קענען זען וועכנטליך, דאס וועט אייך מחזק זיין און אייך אויסקלארן אלע אייערע ספיקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#1187 - געב אכטונג אויף די ריינקייט אין תלמוד תורה
מוסדות, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


געב אכטונג אויף די ריינקייט אין תלמוד תורה; א פלאץ וואו מען לערנט תורה דארף זיין ריין.


ווען איך בין געווען א מלמד פלעג איך אליינס רייניגן די כתה, ווייל ריינקייט ברענגט צו אלע מדריגות. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "זְרִיזוּת מְבִיאָה לִידֵי נְקִיּוּת, נְקִיוּת מְבִיאָה לִידֵי פְרִישׁוּת, פְּרִישׁוּת מְבִיאָה לִידֵי טַהֲרָה, טַהֲרָה מְבִיאָה לִידֵי קְדוּשָׁה", און אזוי ווייטער ביז די גרעסטע מדריגה.


א טיש וואו מען לערנט אדער מען עסט קערט מען נישט אויס מיט א בעזעם; דו דארפסט אליינס פארשטיין אז א בעזעם איז געמאכט נאר צו רייניגן די ערד, אויך זאלסטו אכטונג געבן אז די קינדער זאלן נישט שפילן מיט'ן בעזעם, דאס אויפהייבן וכו'; א בעזעם איז געמאכט צו קערן די ערד, נישט טישן און בענקלעך.


שטארק זיך; זיי ממשיך צו העלפן די חדר און סקול. אלע בחורים און מיידלעך וואס האבן געהאלפן די חדר און סקול האבן שיין חתונה געהאט. די וואך אליינס האבן מיר דריי חתנים אין ישיבה, אלע דריי העלפן און האבן געהאלפן זייער געטריי אלע זייערע יארן, קוק ווי דער רבי באצאלט זיי אזוי שיין.


נאך אביסל וועסטו האבן דיין שידוך.

#1186 - וויפיל איז די שיעור השתדלות פאר פרנסה?
תפילה והתבודדות, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער שטארק צו הערן פון דיר אז דו נעמסט חיזוק פון די בריוו און פון די שיעורים; אז מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז נאר דער רבי קען שטארקן דעם מענטש מיט די שיינע עצות.


בנוגע דיין פראגע: "וויפיל איז די שיעור השתדלות פאר פרנסה?" דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אז עס זאל דיר נישט שטערן פון דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, אויך זאלסטו איבערלאזן צייט ארויסצוכאפן אביסל חומש יעדן טאג, אפאר פרקים משניות און לכל הפחות א בלאט גמרא. ארבעטן פון צאת החמה ביז צאת הנשמה, אן קיין דאווענען, אן קיין לערנען, אן קיין מקוה און אן קיין התבודדות - איז נישט קיין השתדלות פאר פרנסה, עס איז קיין פרנסה נישט.


דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן זאלסט האבן הצלחה אין דיין נייע ביזנעס. נעם אריין דעם רבי'ן פאר א שיתוף וועסטו גאר שיין מצליח זיין; געב דיין מעשר, דיינע צדקות פאר דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, העלף פארשפרייטן דעם רבינ'ס ליכטיגע עצות פאר נאך אידן - וועסטו שטארק מצליח זיין.

#1185 - אויב ווילסטו חתונה האבן, זאלסטו וויינען צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אז דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן, דו ווילסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך - זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן.


עס שטייט אין זוהר הקדוש (תיקוני זוהר חד סר, כו:): "וַתִּפְתַּח, כַּד יִשְׂרָאֵל פָּתְחִין בִּתְיוּבְתָּא בְּבִכְיָה", ווען אידישע קינדער וויינען זיך אויס צום אייבערשטן, "מִיָּד וַתַּחְמֹל עָלָיו", האט דער אייבערשטער רחמנות און ער העלפט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (ירמיה לא ח): "'בִּבְכִי יָבֹאוּ', בִּזְכוּת בִּכְיָה", בזכות די טרערן, "יִתְכַּנְשׁוּן מִן גָּלוּתָא", גייט מען ארויס פון אלע צרות.


טייערער ליבער ..., זאג פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב דיר ליב, איך האב נישט קיין קשיות און תרעומות, איך בעט דיר העלף מיר שוין טרעפן מיין שידוך; איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין פרייליך".


זיי מיר מוחל אז איך ענטפער נישט דיינע צענדליגער בריוו, איך בין זייער פארנומען.

#1184 - נעם נישט קיין חלק אין די בחירות
תפילה והתבודדות, הפצה, פרנסה, לימוד התורה, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס די צייט מיט לימוד התורה; יעצט ווען דו האסט נישט קיין ארבעט זיצטו אין שטוב און דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זוכה זיין צו האבן פרנסה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן צז): "מִי שֶׁאֵין לוֹ פַּרְנָסָה יַעֲסֹק בַּתּוֹרָה, וְאַחַר כָּךְ יִתְפַּלֵּל עַל פַּרְנָסָה, בְּוַדַּאי יִתְקַבֵּל תְּפִלָּתוֹ", ווער עס וויל פרנסה זאל לערנען תורה און נאכדעם זאל ער בעטן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער זיכער צוהערן זיין געבעט.


אז דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו זיכער האבן פרנסה בשפע; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש. בפרט אין ארץ ישראל, וואס דארט האסטו מיליאנען אידישע קינדער וואס מען האט זיי ליידער אוועק געריסן פון די אמונה און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים.


בנוגע אויב דו זאלסט זיך משתתף זיין אין די בחירות. מען פארדרייט דיר א קאפ, דער גדול הייסט שטימען פאר דעם און די גדולים הייסן שטימען פאר דעם, דו ווילסט וויסן וואס צו טון; שטיי ווייט פון די גאנצע זאך און נעם נישט קיין חלק אין די בחירות, מיר שטימען נאר פאר'ן אייבערשטן, מיר נעמען נישט קיין חלק מיט די ערב רב וואס זענען מורד במלכות שמים.


שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות, בפרט די עצה פון התבודדות; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל דו ווילסט שוין זיין גוט פאלסטו נאכאמאל צוריק אראפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1183 - העלף דיין ווייב זי זאל קענען גיין צום שיעור
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין שבת אין שטעטל, עס איז א שיין פלאץ, א הערליך ווינקל; מען שפירט די אחדות צווישן אנשי שלומינו, מען שפירט דאס ליבשאפט, דאס ווארעמקייט - פון איינער צום צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קיינמאל נישט אוועק גיין פון רבי'ן, מיר זאלן בלייבן ביים רבי'ן; מען דארף אסאך רחמי שמים אז מען זאל בלייבן אין די ליכטיגע חבורה און נישט אנקומען צו לצים, צו טונקלקייט. אזוי ווי די הייליגע אמוראים האבן געבעטן (ברכות יז.): "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ", הייליגער באשעפער העלף מיר, "שֶׁתַּעֲמִידֵנוּ בְּקֶרֶן אוֹרָה", איך זאל טרעפן א ליכטיגער ווינקל, "וְאַל תַּעֲמִידֵנוּ בְּקֶרֶן חֲשֵׁכָה", איך זאל נישט אנקומען צו א טונקעלע פלאץ, א פלאץ פון לצים, א פלאץ פון נישט ערליכע מענטשן, "וְאַל יִדְוֶה לִבֵּנוּ", דאס הארץ זאל מיר נישט וויי טון, "וְאַל יַחְשְׁכוּ עֵינֵינוּ", און מיינע אויגן זאלן נישט פארטונקלט ווערן.


היינט נאכט וועט פארקומען די פרויען שיעור אין שטעטל; בעט איך דיר זייער זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן גוטע ווערטער, חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט, חיזוק צו קענען אנגיין מיט אויפציען די קינדער און חיזוק זי זאל וויסן ווי אזוי צו זיין א גוטע ווייב פאר דיר.


אז דו וועסט בלייבן אין שטוב, דו וועסט איר מחזק זיין צו קומען וועסטו אליינס מרויח זיין דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1182 - מיט תפלה וועסטו ארויסגיין פון די נישט געזונטע ליבשאפט
תפילה והתבודדות, צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז פון יעדע צרה און יעדע פלאנטער איז דא א וועג ארויסצוגיין, דער פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט די וועג ארויס פון די צרה, מען זעט נישט די טיר ארויס; אויף דעם קומט דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי זכותו יגן עלינו און אנטפלעקט אונז די טיר אז מיר זאלן קענען ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


דער הייליגער רבי זאגט אז די טיר ארויס צו גיין פון א צרה איז תפילה, בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. מיר רעדן אידיש, דארפן מיר רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אים בעטן ער זאל אונז העלפן מיט אלעס וואס מיר דארפן. נישט קיין חילוק וואו מען איז, פון איבעראל קען מען רעדן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם אין יעדן מצב.


דעריבער אז איר האט די צרה, עס איז אריין אין אייך א נישט געזונטע ליבשאפט צו א חבר'טע, א נישט געזונטע חברותא, א קראנקע שייכות רחמנא לצלן; די חבר'טע נעמט איבער אייער מח-מחשבה, איר קענט נישט טראכטן פון עפעס אנדערש נאר פון די כלה, איר קענט גארנישט טון אן טראכטן פון איר, אייער מחשבה טראכט נאר איין זאך, פון די חבר'טע, דאס איז גורם אז איר קענט נישט אויפציען אייערע קינדער, איר קענט נישט זיין מיט אייער מאן וכו', איר קענט גארנישט טון נאר טראכטן פון איר השם ירחם; זאלט איר נעמען די עצה פונעם רבי'ן, איר זאלט אנהויבן בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל יעדן טאג, ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט פטור ווערן פון די צרה.


איך שטעל זיך פאר אז איר ווייסט נישט צופיל איבער די זאך פון התבודדות ותפילה, איר ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן. וועל איך אייך שרייבן א קליינע תפילה אייך צו העלפן און ווייזן ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, נאכדעם ווען איר וועט שוין זיין צוגעוואוינט מיט די תפילה וועט איר שוין אליינס קענען בעטן דעם אייבערשטן און זיך בעסער ארויסברענגען מיט אייערע געפילן, איר וועט קענען דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואס איר שפירט און וואס איר טראכט ביז איר וועט פטור ווערן פון דעם:


"הייליגער באשעפער, יישר כח פאר מיין שיינע לעבן וואס איך האב, האסט מיר געגעבן ליכטיגע קינדער; געזונטע, זיסע און צוקער'דיגע קינדערלעך, איך דאנק דיר אייבערשטער פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, עס איז מיר אריין א שלעכטע רוח, איך האב באקומען א שטארקע געפיל צו מיין חבר'טע ..., איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון איר. אנשטאט איך זאל אנגיין מיט מיין אידישע לעבן, זיין א געטרייע מאמע פאר מיינע קינדער און א וואוילע ווייב פאר מיין טייערער מאן נרו יאיר, קען איך גארנישט טון, נאר זיין פארנומען מיט ....


אייבערשטער ראטעווע מיך, קוק מיין צעבראכענע הארץ, איך אליינס וויל נישט די סארט לעבן, איך וויל נישט באקומען שטארקייט און ליבשאפט פון איר, איך וויל באקומען מיין שטארקייט און ליבשאפט פון מיין טייערע וואוילער מאן, אבער וואס זאל איך טון? איך שפיר אז איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א געזונטע מאמע, א געזונטע פרוי, איך ווייס נישט וואס צו טון. זי האט זיך אריין געזעצט אין מיין מח און דארט האט זיך אלעס געענדיגט; פון איר נעם איך מיין שטארקייט און ליבשאפט, איך ווייס אז עס איז אן עקלדיגע זאך און עס איז נישט געזונט, אבער איך קען זיך נישט העלפן.


אייבערשטער הער צו מיין געבעט און מיין געוויין; העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן בפרט דער הייליגער רבי - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו און רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו, אמן".


זאגטס די תפילה נישט איינמאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי איר קענט נישט ווייטער טראכטן, אייערע געפילן וואס איר האט צו איר נעמען איבער אייער מח, זאלט איר נאכאמאל זאגן: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער וואס טו איך דא ווייטער?" לייגטס אריין אייערע אייגענע תפילות, וועט איר ווערן צוריק געזונט און שטארק.


נאכדעם זאלט איר זאגן קאפיטל כט פון תהילים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש.


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אייך העלפן; איר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צוריק ווערן א געזונטע מאמע צו אייערע קינדער און א געטרייע ווייב צו אייער מאן, איר וועט לעבן מיט אים מיט ליבשאפט, און די כלה – אייער חבר'טע וועט קענען חתונה האבן מיט איר צוקונפטיגער חתן, איר וועט לעבן מיט אייער מאן און זי וועט לעבן מיט איר מאן אזוי ווי די תורה זאגט אונז.

#1181 - בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים
הפצה, הכנסת אורחים, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מחזק אנשי שלומינו אין ירושלים; דו האסט מיסד געווען א מנין ביי דיר אין שטוב, דו געבסט אוועק דיין שטוב מען זאל דארט קענען דאווענען און זיך מחזק זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:) אויפ'ן פסוק (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ", דער אייבערשטער האט געבענטשט דעם עובד אדום ווייל ער האט אריין גענומען דעם ארון צו זיך אין שטוב, "וַהֲלֹא דְּבָרִים קַל וָחֹמֶר, וּמָה אָרוֹן שֶׁלֹּא אָכַל וְשָׁתָה אֶלָּא כִּבֵּד וְרִבֵּץ לְפָנָיו כָּךְ, הַמְאָרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ וּמַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ וּמְהַנֵּהוּ מִנְּכָסָיו עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", זאגן חז"ל, מה דאך ווען ער האט אריין גענומען דעם ארון - וואס איז נישט א מענטש און עס איז נישט דא ביי דעם קיין עסן און טרינקען, האט ער זוכה געווען אז דער אייבערשטער האט אים געבענטשט מיט קינדער וכו', איז דאך זיכער ווען מען נעמט אריין א תלמיד חכם און מען געבט אים עסן און טרינקען, אז מען ווערט געבענטשט פונעם אייבערשטן; און אז מען נעמט אריין אידישע קינדער און מען געבט זיי עסן פאר זייער נפש ונשמה, מען איז זיי מחזק מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, מען טרינקט אן ביימער - איז דאך זיכער אז מען ווערט געבענטשט פונעם אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט. דער עיקר זאלסטו מחזק זיין די אינגעלייט און בחורים זיי זאלן עוסק זיין ווי מער אין הפצה צווישן דעם היימישן עולם; עס גייט אריבער היינטיגע צייטן אויף בחורים און מיידלעך ביטערע שווערע נסיונות, אזוי אויך אויף אינגעלייט און נאר די ספרים און קונטרסים איז זיי מחזק און דערהאלט זיי.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון שהיא רחמים גדולים, דיין קינד זאל זיין געזונט און שטארק און האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1180 - פון א ברעקעלע מיט א ברעקעלע ווערט א גרויסע שניי
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן וואס דיין מלמד האט ענק געזאגט, וואס מען לערענט ארויס פון שניי. עס פאלט א ברעקעלע שניי און נאך א ברעקעלע שניי און נאך, ביז עס ווערט א פוס שניי אדער מער. דאס זעלבע איז ווען מען טוט מצוות, מען טוט א מצוה'לע און נאך א מצוה'לע און נאך, ביז מען ווערט א גרויסער צדיק.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אזא גוטע מלמד און אז דו לערנסט אין די ברסלב'ע חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1179 - דיין ווייב דארף האבן א מאן
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן פאריגע וואך אז עס איז נישט אזוי איי איי איי ביי ענק וכו', וכו'.


איך בעט דיר מיין טייער קינד, מיין טייערער ..., דער אייבערשטער האט דיר געברענגט פון הימל א מתנה אזא טייערע ווייב תחי', פארוואס זאלסטו איר נישט מחזק זיין? זי איז צעבראכן אויף פיצ-פיצלעך, זי דארף א מאן, זי אליינס קען נישט ריין מאכן די שטוב; זי דארף א מאן, זי דארף א שמייכל פון איר מאן, זי פאלט פון אירע כחות.


האב רחמנות, כאפ זיך באצייטנס; וואס וועסטו טון ווען זי וועט אנקומען צו א טעראפיסט ה' ירחם און די טעראפיסט וועט רעדן צו איר וואס די גוי'שע וועלט הייסט רעדן, "טראכטן פון זיך..." "זיך נישט לאזן פון די מאן..." דו וועסט אהיימקומען און זי וועט זינגען די שרעקעדיגע ניגון פון "סעלף דיפענ"ס"; זי וועט דיר איבערלאזן, ה' ישמרינו.


קום אהיים באצייטנס און העלף איר מיט די קינדער, טראכט פון איר פרייליך מאכן. אז דו ביסט א הייסער מענטשן און דו דארפסט נישט קיין הייצונג (סטים), פארוואס זאל זי פארפרוירן ווערן?! ווי איז דיין רחמנות? ווי איז דיין אידיש הארץ?!


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, וועט דיר גוט זיין.


איך האב דיר ליב און איך וויל נאר זען דיין הצלחה.

#1178 - קוק מיט רעספעקט און שעצונג אויף מפיצים
הפצה, מחלוקת, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס עס שטערט דיר אז איינער לייגט ארויס אויף זיין אקאונט וכו' חיזוק אויף צו לערנען און דאווענען...


איך כאפ נישט פון וועם דו ווערסט פארשעמט; ווער מאכט חוזק? די אלע וואס מאכן חוזק וכו' מאכן אין די זעלבע צייט חוזק פון דיר ווען דו הערסט נישט; די אלע וואס מאכן ליצנות פון דעם רבינ'ס ווערטער זענען נישט צופרידן מיט זייער לעבן, וואלטן זיי געהאט א טעם אין לעבן וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון אנדערע, בפרט פון הפצה.


איך בעט דיר זייער, מאך נישט אוועק קיין מפיצים, קוק מיט רעספעקט און שעצונג אויף זיי. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד, אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון אן ערליכער איד"; אז דו ביסט נאכנישט גרייט צו פארשפרייטן פאר אנדערע מאך נישט חוזק פון די אינגעלייט וואס גייען יא הפצה.


זיי נישט ברוגז אז איך ענטפער דיר אזוי; איך קען עס פשוט נישט אויסהאלטן ווי אייגענע תלמידים זאלן אזוי רעדן וכו', וכו'. האב נאר שייכות מיט אנשי שלומינו וואס מאכן נישט ליצנות.


מיין גאנצע הצלחה ווי אזוי איך האב זיך דערהאלטן ביז אהער איז ווייל איך האב נישט געהאט קיין שייכות מיט לצים, איך האב נאר גערעדט מיט חברים וואס האבן תמימות. אזוי ווי דעם רבינ'ס תלמיד רבי שמעון האט געזאגט פאר'ן רבי'ן: "אני איש תם וחפץ בתמימות", איך בין א תם און איך האב ליב תמימות (פעלת הצדיק, סימן סז).


פארשטיי וואס איך מיין...

#1177 - ברענגען אין חדר נאר ערליכע הכשרים
חינוך הילדים, מוסדות, כשרות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט תורה און אמונה מיט אידישע נשמות. טאנץ פאר שמחה אז דאס איז דיין חלק, דו ווערסט נישט פארשווארצט אויף די וועלט מיט זאכן וואס בלייבט נישט; יעדע רגע וואס דו זיצט מיט די קינדער איז א זכות פאר דיר לנצח נצחים.


בנוגע א"ו י"ו ד"י (OU-D) וכו'; רעד צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן ווען זיי בעטן א עסן אדער א טרינקען פון א חבר אז זיי זאלן דאס בודק זיין אויב עס איז כשר, אויב עס האט אן ערליכן הכשר; ווייל אז מען טרינקט אדער מען עסט חלב עכו"ם ווערט די בלוט פאר'סמ'ט און פארטאמט רחמנא לצלן.


איך האב געשריבן פאר'ן מנהל ער זאל נאכאמאל אהיים שיקן צעטלעך פאר אלע עלטערן אז זיי זאלן נישט שיקן עס און טרינקען מיט די א"ו י"ו הכשר און זיכער נישט א"ו י"ו ד"י.


אז א קינד זאגט אז ביי זיי אין שטוב נוצט מען דעם הכשר זאלסטו נישט אוועק מאכן זיינע עלטערן, נאר זאגן קלאר אין זיכער: "דא אין חדר קען מען דאס נישט ברענגען, דא אין חדר פירט מען זיך אזוי ווי עס שטייט אין אשר בנחל, אז מען זאל נישט עסן א"ו י"ו".

#1176 - האבן קינדער גרינגערהייט
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר מחי' געווען מיט די בריוו; טאג און נאכט הער איך נאר יעדנ'ס קרעכצן און יעדנ'ס פראבלעמען, רוב מענטשן קומען נישט דערציילן זייער גוטע לעבן, מען קומט נאר קרעכצן. מען שרייבט בריוו אין וואס דער מאן האט טענות אויף די ווייב און די ווייב האט טענות אויפ'ן מאן, און פון אייך האב איך באקומען אזא שיינע הארציגע בריוו וואו איר שרייבט אז איר זענט צופרידן און איר זענט גליקליך אן א שיעור אז אייער מאן לערנט און העלפט אייך, הלואי זאל איך באקומען פון אלעמען אזעלכע בריוו, הלואי זאל זיין ליכטיג ביי אלעמען.


בנוגע וואס דער דאקטער זאגט וכו'; איר דארפט גארנישט טון, דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט זיין מיט א גוטע מזל אין א גוטע שעה. אז איר ווילט גיין יעדע פאר טעג קוקן אויב אלעס איז בסדר קענט איר גיין, ווידער אז איר זענט רואיג און איר ווילט נישט גיין דארפט איר נישט גיין; דאס ווענדט זיך אין אייך.


הערטס נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן וועט דער אייבערשטער מאכן מיט אייך גרויסע ניסים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז קאפיטל ק' - "מזמור לתודה" איז מסוגל צו געבוירן גרינג דאס קינד; ווייל אז מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - דאס עפנט אויף אלע טויערן און מען איז זוכה צו א גרינגע לידה, זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען און לויבן, לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, דאס וועט אייך העלפן צו האבן גרינג אין א גוטע מזל.


יעדן טאג זאלט איר זאגן דעם קאפיטל און נאכדעם זאלט איר בעטן די תפילה:


"מִזְמוֹר לְתוֹדָה הָרִיעוּ לַיהוָה כָּל הָאָרֶץ, עִבְדוּ אֶת יְהוָה בְּשִׂמְחָה בֹּאוּ לְפָנָיו בִּרְנָנָה, דְּעוּ כִּי יְהוָה הוּא אֱלֹהִים הוּא עָשָׂנוּ וְלוֹ אֲנַחְנוּ עַמּוֹ וְצֹאן מַרְעִיתוֹ, בֹּאוּ שְׁעָרָיו בְּתוֹדָה חֲצֵרֹתָיו בִּתְהִלָּה הוֹדוּ לוֹ בָּרְכוּ שְׁמוֹ, כִּי טוֹב יְהוָֹה לְעוֹלָם חַסְדּוֹ וְעַד דֹּר וָדֹר אֱמוּנָתוֹ.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געבוירן גרינג און האבן גרינג, אלעס זאל זיין גוט, איך זאל זיך נישט מוטשען. בזכות אברהם אבינו, בזכות יצחק אבינו, בזכות יעקב אבינו, בזכות משה רבינו, בזכות אהרן הכהן, בזכות יוסף הצדיק, בזכות דוד המלך, בזכות שלמה המלך, בזכות רבי שמעון בר יוחאי, בזכות רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות רבי נחמן בן פיגא מברסלב, בזכות רבי נתן מברסלב, בזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב, יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1175 - מחזק זיין דעם מאן
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקטס אייך און זייטס פרייליך; איר האט באקומען א טייערער מאן, ער איז זייער אן ערליכער און א וואוילער, זייטס אים מחזק ער זאל ווייטער לערנען און דאווענען.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר די פרויען מער ווי פאר די מענער, ווייל אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל.


די בילדער פון אייך מיט אייער מאן דאס איז פאר אייך פריוואט נישט ארויס צו לייגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1174 - בעטס איבער אייער מאן אפילו ער איז נישט גערעכט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייך זייער גוט, און איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט; אבער מען דארף נוצן די קאפ און שכל מער ווי די געפילן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, דער פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות. אנשטאט זיך טענה'ן מיט'ן מאן, אנשטאט זיך קריגן מיט אים, קען מען ארבעטן מיט חכמה; אז מען געבט דעם מאן ליבשאפט, מען רעדט שיין צו אים, וועט ער פון זיך אליינס זיין גוט און וואויל.


בעטס איבער אייער מאן אפילו ער איז נישט גערעכט, דורכדעם וועט איר האבן א געשמאקע שלום בית. געדענקטס, מענער האבן אין זיך א גאוה, זיי ווילן זיין בעל הבית; אויב מען געבט פאר'ן מאן אביסל רעספעקט מען ווייזט זיי אז מען שעצט זיי, מען הערט אויס וואס זיי רעדן אפילו עס אינטערעסירט גאר ווייניג, דעמאלט איז מען זוכה אויפצושטעלן א שיינע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1173 - עלטערן זאלן הרג'נען אן אייגן קינד בלויז צוליב לערנען ברסלב'ע ספרים?!
קדושה, בחור, צרות, משפחה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט מיט געגאנגען מיט אים אין געריכט, להציל עשוק מיד עושקו; זאג דעם בחור אז ער זאל נישט גיין שלאפן ביי די גוים, ער קען חס ושלום פארלירן זיין נשמה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כב.; שלחן ערוך יורה דעה סימן קנג) אז מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיט א נישט איד, ווייל זיי זענען חשוד אויף טון עבירות רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן. ענדערש זאל ער גיין שלאפן ביי זיין זיידע און אויב זיין זיידע וויל אים אויך נישט ארייננעמען צוליב די גרויסע עבירה אז ער איז א ברסלב'ער; זאל ער שלאפן אין א בית המדרש, ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


ווער קען גלייבן אזא זאך?! ווער קען זיך פארשטעלן אז היינט ווען קינדער פאלן אוועק פון דרך התורה, בחורים ווארפן אוועק זייער תפילין, מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט - זאלן עלטערן זיין אזוי בלינד און הרג'נען זייער אייגן קינד צוליב די עבירה פון לערנען ברסלב'ע ספרים?! עלטערן זאלן לייגן זייער קינד צווישן היימלאזע טונקעלע גוים!


דאס איז דער גלות; אויף דעם דארפן מיר וויינען צום אייבערשטן ער זאל אונז שוין אויסלייזן פון דעם גלות, פון די שנאת חינם אז מען האט זיך פיינט איינער דעם צווייטן, מען קען זיך נישט דערליידן.


א גוט שבת.