בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1122 - מאכט פרייליך אייער מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט בשלום ובאהבה; שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; אפילו דער מאן דארף זיין דער וואס הייבט אן געבן ליבשאפט פאר די פרוי וכו', אבער ווען א פרוי נוצט איר שכל וועט זי נישט ווארטן אויפ'ן מאן וכו', זי וועט אנהייבן געבן ליבשאפט פאר אים, וועט דער מאן איר צוריק געבן גוטע וועטער און איר געבן ליבשאפט.


ווען איר ווייסט און איר שפירט אז אייער מאן וויל אייך מאכן א סורפרייז, זאלט איר זיך מאכן ווי איר ווייסט נישט, זאגטס אים נישט: "איך ווייס וואס דו גייסט מיר קויפן", "איך ווייס וואו דו גייסט גיין מיט מיר וכו' וכו'", מאכט זיך ווי איר ווייסט נישט כדי ער זאל הנאה האבן פון מאכן פאר אייך שיינע איבעראשונגען, אזוי ווי איר וואלט געוואלט מען זאל זיך פירן מיט אייך ווען איר ווילט יענעם פרייליך מאכן מיט אן איבעראשונג.


בנוגע ליינען קריאת שמע וכו'; מען מעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1121 - רעד צו דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ
כיבוד אב ואם, בחור, צדקה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חוצפה זיך נישט צו דיין מאמע; וואס זי זאגט דיר זאלסטו טון מיט שמחה וועט זי דיר נישט זיין קיין מניעה פאר ברסלב. רעד צו דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ, וואס זי זאגט דיר זאלסטו טון מיט זריזות און פרייליכקייט. דו דארפסט נישט דערציילן אז דו הערסט די שיעורים וכו', הער ווייטער די חיזוקים און זיי זיך מחזק מיט דעם פאר דיר אליינס.


עס איז זייער א גוטע זאך צו גיין נאך געלט, בפרט אז דיין ישיבה פארלאנגט דאס פון יעדן בחור, דארפסטו האבן הכרת הטוב פאר די ישיבה וואו דו לערנסט און גיין נאך געלט. ביי אונז אין ישיבה דארף יעדער בחור גיין נאך געלט; נישט נאר חנוכה נאר אויך א גאנץ יאר, און אלע תלמידי הישיבה גייען יעדע נאכט נאך געלט, זיי פארשפרייטן די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש און בעטן צדקה. זאלסטו אויך גיין נאך געלט פאר דיין ישיבה.


מוהרא"ש ברענגט פונעם סאטמארער רבי'ן זכותו יגן עלינו אז גיין נאך געלט איז א תיקון פאר כריתות ומיתות בית דין; ווען א מענטש גייט נאך געלט נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1120 - אויף עבירות באקומט מען ביטערע עונשים
קדושה, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויי וויי צו ליינען וואס דו שרייבסט אינעם בריוו, געוואלד געוואלד אז דאס גייען אריבער בחורים, וויי פאר די וואס גייען צו פלעצער וואו מען מאכט א מאסאדזש וכו'; מען ווייסט נישט וואס פאר א עונש מען באקומט צוליב גיין טון עבירות.


די תורה זאגט אז אויב מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית באקומט מען א ביטערער עונש (בראשית מו, יב): "וַיָּמָת עֵר וְאוֹנָן בְּאֶרֶץ כְּנַעַן", דער אייבערשטער האט גע'הרג'עט עֵר וְאוֹנָן ווייל זיי האבן געזינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; אויב טוט מען נישט תשובה איז זייער ביטער ביים סוף. מען האט א שלעכטע סוף, א ביטערע סוף, מען ווערט אלט און שוואך, מען ווערט א גערעגטער מענטש און א שלעכטער מענטש, דאס איז דער סוף פון עבירות, רחמנא לצלן.


דו האסט צוויי ברירות, אדער אנטלויפן פון די חברים אין דיין ישיבה וואס דערציילן בייטאג וואס זיי האבן געטון ביינאכט, זיי דערציילן זייערע עבירות, אדער מאך א טיקעט און קום צוריק קיין אמעריקע; בלייב נישט קיין איין טאג מיט די חברים אין ארץ ישראל וואס פארן קיין וכו'. אז דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה גיי נעם זיך אן ארבעט ווי איידער פארברענט ווערן מיט עבירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


ברודער, אחי היקר, הער אויס וואס דער אייבערשטער זאגט (משלי א, טו): "בְּנִי, אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם", מיין קינד גיי נישט אויף זייער וועג, "מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם", גיי נישט אויף זייערע וועגן, (שם ה, ג-ה): "כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה", די אלע וואס רעדן אן צי טון עבירות רעדן זייער זיסע רייד, "וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ", די ווערטער זענען געשמאקער ווי גוטע אויל, אבער "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה", אבער איר סוף איז ביטער ווי ביטערע גראז, "חַדָּה כְּחֶרֶב פִּיּוֹת", עס ברענגט דער טויט, אזוי ווי א שארפער מעסער מיט צוויי שארפן, "רַגְלֶיהָ יֹרְדוֹת מָוֶת", אירע פיס פירן אראפ צום טויט, "שְׁאוֹל צְעָדֶיהָ יִתְמֹכוּ", צום גיהנום דערנענטערן זיי אירע טריט.


איך האף אז דו וועסט אננעמען די רייד וועסטו האבן א גוטע לעבן.

#1119 - זאלסט נישט שלאגן קיין קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך ווייטער ממשיך צו זיין מיט דיין הייליגע ארבעט – מלומדות; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, וואס פאר א זכותים ער האט אויבן אין הימל.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט נוצן דיינע הענט, זאלסט נישט שלאגן קיין קינדער. אויב עס מאכט זיך א פאל וואס דו האלסט אז מען דארף געבן א פאטש זאלסטו מכבד זיין דעם מנהל מיט די גרויסע מצוה, דו זאלסט נישט אליינס פסק'ענען אזעלכע שאלות. רוב מאל ווען מען שלאגט איז דאס פון "פארלוירנקייט", אדער צוליב "פערזענליכע געפילן", מען נעמט פערזענליך ווען דער קינד שמייכלט זיך אונטער וכו'.


איך האב הנאה געהאט אז דו האסט מיר אנגערופן דערציילן וואס עס האט פאסירט אין חדר און דו האסט געפרעגט אויב דו האסט גוט געטון מיט'ן געבן א פאטש; קומענדיגע מאל קענסטו מיר רופן פרעגן פאר'ן געבן די פאטש אדער זאלסטו פרעגן דעם מנהל, און אויב דער מנהל וועט פסק'נען אז עס קומט זיך א פאטש פאר'ן קינד צוליב חוצפה וכדומה, זאלסטו גלייך מכבד זיין דעם מנהל מיט די מצוה.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב. דו ווייסט נישט די נס וואס דו האסט; איך זאג דיר דאס מיט א ריינעם אמת, איך זאג דיר אז דו ווייסט נישט אפצושאצן דאס טייערקייט פון איר.


בלייבט נאר איבער איין זאך, דו זאלסט נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים און ניסים וואס ער טוט מיט דיר שטענדיג.


א גוט שבת.

#1118 - מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל
הפצה, שטעטל, חסד, עצתו אמונה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר זאלט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פונעם אייבערשטן פאר'ן אהערשטעלן הילף פאר קימפעטארנס צו קאכן עסן, מיט'ן צוזאמנעמען אלע פרויען פון שטעטל, יעדער זאל העלפן איינער דעם צווייטן.


געבטס איבער פאר אלע פרויען אנשי שלומינו, אז מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל, און מיט אחדות און ליבשאפט וועלן מיר מצליח זיין. מוסדות בויט זיך נישט מיט געלט און מאכט, קהילות בויען זיך נישט פון נגידים און עשירים, נאר דורך אחדות און ליבשאפט.


שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט'ן איבערטייטשן די שאלות ותשובות פון ספר עצתו אמונה – אויף די ענגלישע שפראך; די מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ענגלישע בריוו, עס מאכט ליכטיג אזויפיל אידישע שטובער, כשמו כן הוא: "די ליכט פון אמונה". אויך ליינט מען דאס פאר אויף די האטליין, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, הונדערטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; דאס אלעס גייט פאר אייך א זכות, און פאר אייערע דורות.


א גוט שבת.

#1117 - יעדער אינגערמאן זאל קובע זיין צייטן צו לערנען
לימוד התורה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב גרויס הנאה פון דיר, בעיקר אז דו ביסט קובע עתים לתורה; דו שטייסט אויף פארטאגס לערנען אין כולל בוקר להלכה. אויך ביסטו קובע עתים לתורה ביינאכט, דו לערנסט דעם בלאט גמרא יעדע נאכט ביים שיעור פון האברך היקר לי מאוד ... נרו יאיר.


איך האב געהאט די זכיה צו משמש זיין אונזער גרויסע זיידע, קארלסבורגער רב שליט"א, פאריגע וואך; איך האב געזאגט: "זיידי האט אן אייניקל וואס וואוינט אין ברסלב'ע שטעטל און לערנט פלייסיג פארטאגס און ביינאכט", זיידי האט זייער הנאה געהאט, ער האט מיר געזאגט: "האסט מיר געמאכט א נחת רוח".


הלוואי זאלן אלע אינגעלייט קומען אינדערפרי לערנען פאר'ן דאווענען; דער טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט אן מיט תורה, דאס איז דער יסוד פון אונזער שטעטל, יעדער אינגערמאן זאל קובע זיין צייטן צו לערנען. מיט תורה, עבודה און גמילות חסדים בויט זיך די וועלט.


דו ארבעסט דאך דורכן טאג צווישן די גראז און ביימער, זאלסטו שעפשען תפילות א גאנצע צייט פאר דיר און פאר אלע אידן, מיר זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


א גוט שבת.

#1116 - וויין צום אייבערשטן ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע
תפילה והתבודדות, חנוכה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן – התבודדות און תפלה. גיי אין א ווינקל וואו קיינער הערט דיר נישט און וויין צו אים ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע, וועסטו זען גרויסע נסים.


א אינגערמאן האט זיך מיר אויסגערעדט און מיר געזאגט אז ער שפירט זיך אין שטוב ווי ער איז סיי דער טאטע און סיי די מאמע, סיי די מאן און סיי די ווייב; ער דארף אלעס טון וכו', זיין ווייב טוט גארנישט. האב איך אים מחזק געווען און געזאגט "אז דו ביסט סיי דער טאטע און סיי די מאמע, זיי שוין אויך די בעיבי, זיי די קינד וואס וויינט; גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן: רבונו של עולם, איך בין דער טאטע, די מאמע און יעצט בין איך א קליין קינד, איך וויין צו דיר, העלף מיר, האב אויף מיר רחמנות".


יעצט קומט שוין חנוכה; די שענסטע חנוכה מתנה וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער איז אז עס זאל זיין ליבשאפט צווישן דיר און דיין ווייב; קינדער דארפן נישט מער, קינדער דארפן א טאטע מאמע וואס ליבן זיך.


א גוט שבת.

#1115 - פרעג דיין מאמע זי זאל דיר זאגן וואס איז ריכטיג
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי ווייטער צו דיין באבע און פיר זיך מיט דרך ארץ אזוי ווי דו לערנסט אין "בית פיגא"; ווען דיין באבע רעדט זאלסטו נישט איבער האקן נאר אויסהערן מיט כבוד, און פארשטייט זיך ווען דו ענטפערסט איר זאל עס זיין מיט גרויס דרך ארץ. אז דיינע קאזינס רעדן מיט שאנד און שפאט זאלסטו זיי נישט נאכמאכן, דו גיי דיר דיין וועג ווי אזוי דו לערנסט אין "בית פיגא".


בנוגע די קלייד וואס איז קורץ און דו ווילסט וויסן אויב מען קען גיין מיט דעם ביי א חתונה נאר צווישן פרויען; עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען זעט עס נישט פון דער נאנט; פרעג דיין מאמע, זי זאל דיר זאגן אויב דאס איז צניעות'דיג, זי איז אן ערליכע פרוי, זי וועט דיר לערנען פונקטליך ווי אזוי צו גיין אנגעטון איידל.


ווען מען וואשט געשיר און מען באדט קינדער קען מען ארויף ציען די ערמל עס זאל נישט נאס ווערן.


דו קענסט אלעס דערציילן פאר דיין מאמע, דו דארפסט זיך נישט באהאלטן פון איר; זי איז זייער א קלוגע ערליכע פרוי, זי וועט דיר נאר העלפן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1114 - אנטלויף פון פאלשע לימודים פון חומרות ופרישות
שלום בית, עבודת השם, חומרות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ליבער ברודער, אנטלויף פון די אלע פאלשע לימודים וואס מען לערנט מיט חתנים און כלות השם ישמרינו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן שטענדיג אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


עס איז שווער צו שרייבן בדברים שבינו לבינה, און זיכער איז נישט שייך צו ענטפערן אויף אלע פרטים וואס דו פרעגסט אינעם בריוו, מפני הצניעות, עס וואלט גרינגער געווען דאס צו רעדן פנים בפנים. איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן וואס דער גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הליקוטים") פלעגט זאגן - ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בדברים של בינו לבינה וכו': "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", געבט אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו'; און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף א געוויסע ספר וואס איז מדריך אברכים בעניני קדושה, אז דער בעל מחבר איז אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק, אבער זיין ספר טאר מען נישט האלטן אין שטוב; דער ספר האט שוין גורם געווען אז אידישע קינדער זאלן אראפפאלן אין ביטערע עבירות. דער מחבר האט צוזאמגענומען הנהגות און פרישות פון צדיקים וואס זענען געווען מלאכים, הנהגות פון צדיקים וואס זענען געווען מובדל ומפרש פון די וועלט, און געבט דאס איבער פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט פון זיין אפילו פשוט'ע אידן...


דעריבער בעט איך דיר, געב אכטונג פון די וואס שטעלן זיך אוועק ווי פרומע, זיי געבן הנהגות פאר חתנים און אברכים פון פרישות און חומרות וכו', "פרישות איז מעשה בעל דבר"; דער יצר הרע זוכט אריין צו כאפן דעם מענטש אין א פאסטקע און אים מכשיל זיין מיט עבירות.


דאס וואס דו פרעגסט אז מיר געפונען (ליקוטי הלכות פריה ורביה והלכות אישות ג, ז) אז רבי נתן שרייבט: "לְקַדֵּשׁ עַצְמוֹ כָּרָאוּי כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים", וואס מיינט: "כָּרָאוּי"? וואס איז פשט וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, סימן קא) אויפ'ן פסוק (דברים יד, כא): "כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה - קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָךְ"; אדרבה, דאס מיינט מען צו זאגן אז מען זאל זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועט מען זיין הייליג און נישט צוקומען צו קיין ביטערע עבירות, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית", אז מען לעבט מיט די ווייב האט מען נאכדעם א ריינע מח מחשבה, מען איז הייליג און ריין.


איך ווייס אז איך וועל ליידן צוליב דעם בריוו וכו', אזוי ווי מוהרא"ש האט געליטן אלע יארן פון די "צְבוּעִין שֶׁדּוֹמִין לִפְרוּשִׁין שֶׁמַּעֲשֵׂיהֶן כְּמַעֲשֵׂה זִמְרִי וּמְבַקְּשִׁין שָׂכָר כְּפִנְחָס (סוטה כב:)", פאפערס וואס פארקויפן זיך ווי זיי זענען ערליכע וכו'; מוהרא"ש האט געליטן אלע יארן, אבער אז איך וועל דיר קענען ראטעווען פון שלעכטס, דו וועסט זיין אפגעהיטן פון עבירות - איז אלעס כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1113 - באליידיג זיך נישט פון לצים וואס שפעטן פון הפצה
הפצה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך און זיי ממשיך מפיץ צו זיין די ספרים און קונטרסים אין גאנץ ארץ ישראל; מיט דעם וועסטו מתקן זיין אלעס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


באליידיג זיך נישט פון לצים וואס שפעטן פון הפצה, ובפרט פון אנשי שלומינו וואס מאכן חוזק פון הפצה; זיי זענען אליינס א שטיק חוזק. דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין הפצה, און רבי נתן זכרונו לברכה דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז אסאך מאל אנשרייען, פארשעמען און אונז אנרופן 'איר זענט טריקענע ביימער, ווייל איר זענט נישט מקרב נאך אידישע קינדער צום אייבערשטן'"; דאס איז דעם רבינ'ס זאך, אלעס אנדערש איז נארישקייטן; ברסלב'ער חסידות אן הפצה - איז ליצנות, אלע תלמידים פון רבי'ן האבן עוסק געווען יעדן טאג אין הפצה.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט געציילטע טעג פאר ער איז נסתלק געווארן: "אייער עובדא זאל זיין יפצו מעינותיך חוצה"; דאס איז דעם רבי'נס זאך. האלט זיך נישט אפ פון ירושלים'ע לצים וואס זינגען דעם ניגון: "דאס איז יא דעם רבינ'ס זאך", "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך", נאר דו זיי ממשיך מיט א שטארקייט צו פארשפרייטן די הייליגע ספרים, קונטרסים, סידי'ס וכדומה - אן קיין שום אפשטעל.


בנוגע דיין פראגע ווי אזוי דו זאלסט פראווען דיין סיום הש"ס; מאך א סיום ביי דיר און שטוב, רוף דיין טאטע מאמע מיט דיין שווער און שוויגער, זאלן זיי האבן נחת פון דיר; זאלן זיי זען אז אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויף חסידי ברסלב תלמידי היכל הקודש איז בטלים ומבטולים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1112 - דו העלפסט מיר אזוי געטריי
שידוכים, מוסדות, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך באקום כסדר א באריכט פונעם מוסד, סיי פון חדר און סיי פון סקול – ווי געטריי דו העלפסט ארויס מיט יעדן פרט וואס מען דארף.


יעדע חסד וואס א מענטש טוט מיט א צווייטן איז זייער חשוב, אבער ווען מען טוט חסד מיט א מוסד, מען בויט מוסדות וואס פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, דאס איז נאך מער חשוב ביים אייבערשטן.


שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו שוין טרעפן דיין שידוך; "ווען?" ווייס איך נישט, "מיט וועם?" ווייס איך אויך נישט, אבער דאס ווייס איך זיכער, אז דו וועסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב בזכות וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי; דו ווארסט נישט אויף קיין כבוד וכו', דו העלפסט מיר אפילו איך ווייס נישט דערפון; וואס דער מנהל בעט דיר, וואס די מנהלת בעט – ווערט געטון גלייך, דורכדעם וועסטו זיכער זוכה זיין צו אלעס גוטס.


זע צו זאגן משניות; פרוביר צו זאגן ח"י פרקים יעדן טאג, אויב דו קומסט נישט אן צו זאגן אכצן פרקים זאג וויפיל דו קענסט.

#1111 - די ריכטיגע וועג פון קנס'ענען קינדער
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די קינדער.


ווען א מיידל פאלגט נישט זאלסטו עס נישט נעמען פערזענליך און נישט ווערן פארלוירן; קינדער וואס זענען לעבעדיג זענען גאר גוטע סחורה, קינדער וואס הערן נישט גלייך ווען מען רעדט צו זיי זענען געווענליך שארפע קעפ, זיי זענען נישט שלעכט, מען דארף זען מיט חכמה ווי אזוי מען קען זיי מאכן זיי זאלן הערן וואס מען רעדט צו זיי און זיי מאכן פאלגן.


בנוגע קנס'ענען מיט'ן אריינשטעלן אין א נידעריגע כתה; דאס איז נישט קיין ריכטיגע וועג פון קנס'ענען, דאס קען זייער שטארק וויי טון און זייער שטארק פארשעמען; עס זענען דא גענוג וועגן ווי אזוי מען קען קנס'ענען א קינד, אים מחנך זיין צו זיין דרך ארץ'דיג.


אויך איז נישט גוט צו קנס'ענען קינדער מיט'ן הייסן זאגן תהלים, כדי עס זאל נישט אריינגיין א שנאה צו תהלים.


געדענק וואס מוהרא"ש זאגט אויפ'ן מאמר חז"ל (סנהדרין צט:): "כָּל הַמְלַמֵד אֶת בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה", דער וואס לערנט תורה מיט קינדער, "מַעֲלֵה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ עֲשָׂאוֹ", איז אזוי ווי ער האט זיי געבוירן; אז דאס איז נישט קיין קאמפלימענט נאר אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד: "טראכט אז די קינדער זענען דיינע קינדער".


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#1110 - לייג אריין אין די קינדער אמוּנה
חינוך הילדים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט אין סקול, יעדער איז זייער צופרידן פון דיין איבערגעגעבנקייט פאר די קינדער.


דער עיקר זאלסטו אויפבויען די קינדער; לייג אריין אין זיי א זעלבסט זיכערקייט, זיי זאלן האבן אמונה אין זיך אליין. ווייל רוב פראבלעמען קומען פון נישט האבן אמונה אין זיך אליין, פון נישט זיין זעלבסט שטענדיג.


ווי אזוי בויט מען אויף די זעלבסט זיכערקייט אין קינדער? דורך אמונה אינעם אייבערשטן; ווי מער מען לייגט אריין אמונה אין קינדער, מען רעדט פונעם אייבערשטן – פאלן אוועק אלע פחדים און דמיונות, עס פאלט אוועק דאס ווארט: "איך"; "איך קען יא?" "איך קען נישט", "איך בין יא?" "איך בין נישט".


אלע פראבלעמען הויבן זיך אן ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, אבער איינמאל מען נעמט אריין אין זיך די אמונה, פאלן אוועק אלע ספיקות, דאגות, מחשבות רעות און דמיונות וכו', וכו'.


בעט איך דיר און איך בעט אלע טיטשערס פון "בית פיגא", מען זאל רעדן צו די קינדער אסאך דיבורי אמונה און אסאך מעשיות פון תפלה; מען זאל אריינלייגן אין זיי אז אלעס וואס מען וויל און אלעס וואס מען דארף זאל מען בעטן פונעם אייבערשטן.


קינדער וואס פאלגן נישט און קינדער וואס הערן נישט גלייך ווען מען רעדט צו זיי – זענען נישט קיין מחוצפים אדער שלעכטע קינדער וכו', די קינדער זענען געווענליך שארפע און קלוגע קינדער, זיי דארף מען מקרב זיין און טרעפן די ריכטיגע צוגאנג ווי אזוי מען קען זיי מאכן זיי זאלן הערן פון פאלגן.


בעט פאר מיר מיט די קינדער יעדן טאג אז איך זאל מצליח זיין; מיין נאמען איז יואל בן ריצא רעכל.

#1109 - נישט פארלאנגען פון די קינדער צו זיין קלעצער און זיך נישט רירן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך בין בקשר מיט די מלמדים און טיטשערס פון אייערע קינדער, זיי זענען קיין עין הרע ליכטיגע קינדער, לעבעדיגע קינדער, פול מיט חיות.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט פארלאנגען פון אייערע קינדער זיי זאלן זיין קלעצער און זיך נישט רירן, עס איז זייער געזונט אז קינדער געבן זיך אויס אין זייערע יונגע יארן, מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אז קינדער וואס געבן זיך אויס אין די יונגע יארן, זיי טאנצן, שפרינגען, לויפן און שרייען וכו', וכו', - וואקסן אויף קלוג און געזונט, ווידעראום קינדער וואס מען לאזט זיי נישט טאנצן, שפרינגען, לויפן און שרייען וכו', וכו', וואקסן אויף שטייט און איינגעגעסן השם ישמרינו.


מיר האבן טייערע מלמדים און טיטשערס וואס געבן זיך גוט אן עצה מיט די קינדער און מיר שמועסן זיך דורך כמעט יעדן טאג בנוגע די קינדער, מיר זענען זייער צופרידן פון אייערע קינדער און אויב מיר פארשטייען אז מיר דארפן הילף פון די עלטערן בעטן מיר.


בנוגע קויפן א גוטע חנוכה מתנה פאר די קינדער; די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר די קינדער איז אז מען זאל זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן און שיין רעדן איינער מיט'ן צווייטן, קינדער דארפן נישט מער פון דעם.


ענקער ראש ישיבה.

#1108 - רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים
סקול, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי'.


איך האב נישט קיין ווערטער וואס צו זאגן, ווייל וויפיל מען וועט זאגן איז ווייניג געזאגט, אבער דאך דארף מען זאגן.


מיר דאנקען אייך פון טיפן הארצן אויף וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר בויט זיי אויף בגוף ובנפש זיי זאלן אויסוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות, זיי זאלן ליב האבן די תורה, ליב האבן אידישקייט און ליב האבן דאס עכטע לעבן.


די קליינע קינדער אין סקול זענען מער רייף און דערוואקסן ווי חתונה געהאט'ע ווייבלעך; זיי ווייסן וואס דער לעבן איז, זיי וואקסן אויף געזונט.


א גרויסן יישר כח בשם אלע עלטערן איז איר רעדט צו די קינדער ווי נאנט מען מעג זיין מיט חבר'טעס, איר רעדט צו די קינדער אפענע דיבורים פון זיך אכטונג געבן נישט צו טון זאכן וואס וועט חרוב מאכן דאס געזונטע לעבן ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט.


מנהלת תחי', האטס נישט מורא צו רעדן צו אונזערע קינדער זיך אכטונג צו געבן פון מניוולים; ליידער ליידער איז דער דור אזוי געפאלן אז אייגענע ברידער טשעפען די שוועסטערס רחמנא לצלן, עס איז נישט דא קיין ברירות, מען דארף רעדן צו אונזערע טעכטער, זיי אנגרייטן זיך צו היטן פון מניוולים.


איך וויל זייער שטארק איר זאלט רעדן פאר די פרויען שבת התוועדות – סיום הש"ס, מיר וועלן באשטימען א צייט ווען די מענער זענען אין שול ביים דאווענען, דעמאלט זאלט איר רעדן פאר די פרויען, זיי מחזק זיין אז זיי זאלן מחשיב זיין לימוד התורה, זיי זאלן האלטן חשוב און טייער ווען דער מאן לערנט, זיי זאלן מחזק זיין די מאן צו גיין לערנען וכו'.


דאס וואס איר טוט מיט די חתונה געהאט'ע תלמידות – איז עולה על הכל, ווייל עס נעמט אביסל צייט ווילאנג א פארפאלק איז זיך מסדר און הייבן אן לעבן, דארף מען זיי מחזק זיין.


נאכאמאל, יישר כח בשם אלע עלטערן און די גאנצע קהילה.

#1107 - נישט קוקן אויף צוריק נאר אנהויבן פונדאסניי
שלאפן, התחדשות, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון הרב החסיד ר' ... זכרונו לברכה, אז ער פלעגט בעטן זיינע חברים עובדי ה' זיי זאלן אים קומען אויפוועקן ביי חצות הלילה ווען זיי פלעגן גיין אפרעכטן חצות און נאכדעם זיך מתבודד זיין א גאנצע נאכט ביז ותיקין. מען פלעגט אים אויפוועקן יעדע נאכט, ער פלעגט אויפשטיין און זיי זאגן: "איך בין אויף, איך קום שוין", און ער פלעגט זיך צוריק לייגן שלאפן ביז'ן טאג אריין, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט, ווען ער איז געקומען אין שול פלעגט ער זאגן מיט א שמייכל: "איך וועל 'פון יעצט' זיין אן ערליכער איד", "פון יעצט וועל איך דינען דעם אייבערשטן".


דאס איז דער לימוד פון רבי'ן, נישט קוקן אויף צוריק נאר אנהויבן פונדאסניי.


איך בעט דיר זייער, אז דו שטייסט אויף שפעט זאלסטו זיך נישט צוריק לייגן שלאפן, טראכט נישט: 'עס איז דאך שוין סיי וויי שפעט!' טראכט פון דעם אויבנדערמאנטן סיפור וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן און זאג צו זיך: 'פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד, פון יעצט הויב איך אן דינען דעם אייבערשטן'.


דער יצר הרע איז זייער כיטרע, ער קומט צו יעדן מענטש מיט אן אנדערע וועג אים צו צעברעכן. רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע מיטלען ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן יצר הרע, קומט ער מיט א פרישע מיטל, מיט א פרישע וועג מיר צו צעברעכן"; אבער ווי גרויס, קלוג און כיטרע ער איז אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים און זייערע עצות, זאלסטו זיך כסדר באנייען, אלץ אנהויבן פון פריש, קוקן נאר אויף פאראויס, דורכדעם וועסטו ניצול ווערן פון דעם יצר הרע דעם שלעכטן.


זינג און טאנץ "אשרינו מה טוב חלקינו" אז מיר האבן אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים.


א גוט שבת.

#1106 - דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


וויפיל איך זאל דיר שרייבן איבער דאס גרויסקייט פון א מלמד – האב איך נאך גארנישט אנגעהויבן צו שרייבן.


דא זעט א מלמד אויס ווי א פשוט'ע זאך, א פשוט'ער מענטש; מענטשן האבן נישט קיין עקסטערע דרך ארץ פאר זיי, אבער אויבן אין הימל זענען זיי זייער חשוב.


דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייערע ריינע הערצער, זיי זאלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דערצייל זיי דעם סיפור וואס דער הייליגער דגל מחנה אפרים ברענגט (דגל מחנה אפרים פרשת וישלח, דבור המתחיל עוד יש לומר) אויפ'ן פסוק (בראשית לב, יא): "כִּי בְמַקְלִי עָבַרְתִּי אֶת הַיַּרְדֵּן", אז יעקב אבינו איז אריבער דעם ירדן מיט אמונה פשוטה, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב איז אריבער דעם גרויסן טייך דעניעסטער מיט זיין גארטל – בלויז מיט אמונה פשוטה, טייטשט ער "כִּי בְמַקְלִי", מַקְלִ"י באטרעפט וויפיל יעק"ב וואס זיין מדה איז אמת, אז דורך אמת, דורך אמונה קען מען אריבער גיין אלע שוועריקייטן, אלע וואסערן.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו דערציילסט פאר אנדערע אלע שמועסן וואס מיר שמועסן; אסאך מאל ווען מען רעדט איינער מיט'ן צווייטן התחזקות קען ארויסקומען אזעלכע טייערע דיבורים, א שאד אז מען טראגט דאס נישט ווייטער פאר אנדערע, אז אלע זאלן זיך מחזק זיין.


אויב עס קומט דיר אויס א שאלה צי מען זאל געבן א פאטש פאר א קינד, זאלסטו דאס דורך רעדן מיט ... און אויב מען פסק'נט אז דער קינד דארף באקומען א פאטש דאן זאלסטו מכבד זיין ... ער זאל האבן די זכות וכו'.

#1105 - דאס וויכטיגקייט פוּן לערנען הלכוֹת מיט די מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול, אייער לימוד איז זייער א חשוב'ע לימוד. איר לערנט הלכה מיט די מיידלעך, דאס איז זייער וויכטיג, ווייל פון אלע לימודים וואס מען לערנט מיט די מיידלעך איז הלכה דאס וויכטיגסטע, דאס נעמט מען מיט נאך די חתונה.


די קליינע מיידלעך גייען גרויס ווערן, זיי וועלן חתונה האבן און זיין מאמע'ס, וועלן זיי דארפן וויסן ווי אזוי מען פירט א אידישע קאך; הלכות בשר בחלב, הלכות תולעים, הלכות שבת און הלכות ברכות. דעריבער איז זייער חשוב אייער פאסטן; בעט איך אייך זייער איר זאלט ווייטער לערנען מיט די קינדער הלכות, זיי זאלן קענען פירן א אידישע שטוב.


 אויך איז וויכטיג צו לערנען הלכות יחוד מיט די מיידלעך, זיי זאלן זיין קלאר פאר זייער לעבן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.


א גרוס פון אייער טייערער מאן נרו יאיר, ער איז זייער א געטרייער מלמד; איך פערזענליך האב זייער הנאה פון אים, און אלע עלטערן האבן הנאה פון זיין ארבעט.


אין דעם זכות וואס איר לערנט מיט די מיידלעך און ער לערנט מיט די אינגלעך, וועט איר אינאיינעם זען נחת ביי אייערע קינדער.


פון ענקער ראש ישיבה.

#1104 - זען דאס גוטס אויף יעדן איינעם
חברים, מדות טובות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ווען א מענטש זעט חסרונות ביי אנדערע איז דאס זיינע אייגענע חסרונות. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "דארט וואו איך זע א חסרון איז דאס מיין חסרון"; אז מיר וועלן קוקן גוט אויף אנדערע, בפרט אויף אונזערע חברים וועלן מיר יעדן איינעם איבער דרייען צו ווערן א שטיק גוטס.


עס האט מיר נישט געשמעקט דיין ענטפער, ווען איך האב דיר געפרעגט נעכטן וואס מען שמועסט ביי אייך אין שול האסטו מיר געענפערט: "נישט דא מיט וועם צו שמועסן, יעדער ליגט אין געלט; די גאנצע שמועס דריידט זיך ארום געלט"; איך בין דיר דן לכף זכות אז אפשר גייט אריבער אויף דיר דחקות ועניות, דו הערסט נישט אויף טראכטן פון געלט וכו'.


פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנשי שלומינו מיט ביטול? יעדער פון אנשי שלומינו איז דאך א טייערער דימאנט; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סוף סימן ו): "כָּל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל הוּא בְּחִינַת כֶּתֶר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", יעדער איד איז א דימאנט אויפ'ן קרוין פונעם אייבערשטן; בפרט די מקורבים פון רבי'ן, וואס יעדער האט אין זיך אזויפיל גוט'ס.


שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן; נעם אריין אין דיר די אמונה, זינג צו דיר אגאנצן טאג: "דער אייבערשטער איז אין מיר, מיט מיר און נעבן מיר". בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט קוקן גוט אויף דיר אליינס, אויף דיין ווייב, אויף דיינע קינדער און אויף משפחה און אזוי ווייטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) אז ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויסגעקומען פונעם הייל האט ער פארברענט מענטשן, נאכדעם איז ער צוגעקומען צו אזא גרויסע מדריגה אז ער האט געזען נאר גוטס ביי אלעמען.


איך האב דיר ליב, איך זע אין דיר נאר גוטס.

#1103 - זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים
הפצה, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'.


בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען.


ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך – די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים.


אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים.

#1102 - איך ליידן דיר פערזענליך צום שבת סיום הש"ס
חברים, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך ליידן דיר פערזענליך צום שבת סיום הש"ס – שבת התוועדות תלמידי הישיבה, תלמידי היכל הקודש, שבת פרשת ויגש אין די קראו"ן פלאז"א האטעל.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט אנטייל נעמען, זיך מחזק זיין אז מיר ווייסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, פון דעם דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), א וועג צו לערנען תורה פאר יעדן איינציגסטן איד, אפילו מען האט א שוואכע פארשטאנד, אפילו מען איז טרוד מיט פארשידענע טרדות וכו', וכו', קען מען נאך אלץ לערנען תורה יעדן טאג, און ביז א קורצע צייט קומט מען אן זייער אסאך. מען קען זוכה זיין ביז א פאר יאר צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה ובריתות, בבלי און ירושלמי, ספרא, ספרי און מכילתא, אלע מדרשים, רמב"ם, טור שלחן ערוך, און אזוי ווייטער.


איך ווארט אויף דיר, איך בענק נאך דיר און איך קוק ארויס אויף דיר; איך האף און איך ווארט ווען דו וועסט קומען אין ישיבה לערנען און דאווענען פאר'ן גיין צו די ארבעט, אדער נאך א טאג ארבעט, אדער לכל הפחות צום ליל שישי שיעור לאברכים.


קיינער וועט נישט האבן פון דעם אז דו דרייסט זיך צווישן תלמידי היכל הקודש, נאר דו אליינס און דיינע קינדער; דו וועסט מרוויח זיין פון זיין א חלק פון רבינ'ס לייט.


איך האב דיר ליב.

#1101 - תפלה איז שטערקער פון די טבע
תפילה והתבודדות, סגולות, רפואה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק


מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור.


איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה.

#1100 - נעם אריין דעם אייבערשטן פאר א שותף אין דיין ביזנעס
תפילה והתבודדות, אמונה, צדקה, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן מיט דיין נייע ביזנעס, דו זאלסט מצליח זיין און האבן גרויס שפע.


נעם אריין דעם אייבערשטן פאר א שותף אין דיין ביזנעס וועסטו האבן הצלחה; ווי אזוי נעמט מען אריין דעם אייבערשטן פאר א שותף? יעדע זאך וואס דו ווילסט טון בנוגע די ביזנעס זאלסטו זיך דורך שמועסן מיט אים, אזוי ווי צוויי שותפים ווען זיי ווילן עפעס טון אינעם ביזנעס רעדט מען זיך דורך אויף יעדע פרט ופרט, און נאר אזוי קויפט מען סחורה און מען פארקויפט סחורה וכו', וכו'; אזוי און נאך מער זאלסטו זיך דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף יעדע פרט ופרט אויף פראסט אידיש, אזוי ווי מען רעדט מיט א חבר.


נאך א וויכטיגע זאך, ווי אזוי מען האט הצלחה אינעם געשעפט – אז מען געבט צדקה, מען מעשר'ט די רווחים און מען געבט אראפ פאר'ן שותף זיין חלק. אזוי ווי צוויי שותפים דארפן זיך טיילן מיט די רווחים, אזוי דארף מען אראפגעבן די חלק מעשר פאר צדקה, דאס איז די חלק פאר'ן אייבערשטן.


אז דו וועסט זיין שטארק אין די צוויי זאכן, דו וועסט יעדע זאך דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; דו וועסט אים פרעגן פאר דו מאכסט א געשעפט: "רבונו של עולם, זאל איך מאכן דעם געשעפט?" "איז דאס גוט פאר מיר?" "וועל איך מצליח זיין?" און אזוי ווייטער; און דו וועסט געבן צדקה – וועסטו האבן גרויס הצלחה.


שרייב מיר ווען דו מאכסט א סיום משניות אדער א סיום מסכתא, וועסטו מיר מחי' זיין.

#1099 - איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל
חנוכה, הכרת הטוב, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס קומט נישט אויס מיר זאלן רעדן אזויפיל, אבער זאלסט וויסן אז איך טראכט פון דיר יעדן טאג, ווייל איך בין דיר זייער מכיר טוב פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי.


איך האב זיך אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל אויף איין טאג; איך וויל כסדר פארן צום ציון פון מוהרא"ש און יעצט איז מיר אויסגעקומען צו פארן אויף ...'ס חתונה, ער האט מיר באצאלט א טיקעט צו קומען. דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל.


מארגן נאכט וועל איך זיין ביי מוהרא"ש'ס ציון, איך וועל דיר מזכיר זיין מיט דיין ווייב און דיין גאנצע משפחה לטובה.


מיר גייען שוין אט אט אריין אין דעם ליכטיגן יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", די טעג פון חנוכה איז ימי הלל והודאה, טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים וואס ער טוט מיט אונז.


איך האב דיר ליב.

#1098 - זע צו לערנען אביסל אין שטוב
מקוה, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך הער זייער גוטע גרוסן פון די אברכי הכולל אז דו לערנסט זייער פלייסיג מיט א גרויסע התמדה; יעדעס מאל איך הער גוטע גרוסן אויף דיר געבט דאס מיר כח און אויך מאמי תחי' באקומט דערפון כח, ווייל דאס איז אונזער גאנצע שטרעבן אז אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליכע אידן, לערנען די הייליגע תורה.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין ארץ ישראל, איך פאר קיין יבנאל צו מוהרא"ש; איך דארף אפגעבן א דאנק און א לויב אז מיר האבן זוכה געווען דיר צו פירן אונטער די חופה, דו האסט באקומען א טייערע ערליכע ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די שכינה זאל רוען ביי דיר אין שטוב. זע צו לערנען אביסל אין שטוב; אפילו דו לערנסט א גאנצן טאג אין כולל דאך זאלסטו אביסל לערנען אין שטוב, ווייל א פרוי האט ליב צו זען פון דער נאנט ווי איר מאן לערנט, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף איז זייער וויכטיג זיי זאלן זען ווי דער טאטע לערנט אין שטוב.


זיי נזהר אין מקוה; זאלסט נישט פארפאסן קיין מקוה אויף קיין שום פאל, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע זאכן.