בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#886 - רעדן דיבורי אמונה מיט די קליינע קינדערלעך
חינוך הילדים, אמונה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה אינעם בורא כל עולמים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי, הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה"; ווי מער מען רעדט דיבורי אמונה אלץ מער בויט זיך אויף די אמונה אינעם מענטש.


זאלט איר רעדן אסאך דיבורי אמונה מיט אייערע קליינע קינדערלעך; יעדע זאך וואס זיי דארפן, ווילן, בעטן און מוטשען, זאגט זיי: "לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", "דער אייבערשטער וועט העלפן"; אזוי וועט אריינגיין אין זייערע ריינע הערצעלעך די ריינע אמונה און עס וועט ווערן ביי אייך אויך אויפגעבויט די אמונה, איר וועט נישט ווערן דערשראקן און צעטומלט פון די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין אייך.


יעצט ווען איר זענט שוין אין שטעטל – קרית ברסלב, דארט צווישן די ביימער און גראז איז זייער גוט זיך צו געפונען. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה (שיחות הר"ן, סימן קסג): "ווי גוט און ווי פרום איז צו זיין צווישן זיי"; זאלט איר זאגן תהלים און זיך מתבודד זיין, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים – אויף אייערע ליכטיגע קינדער, אויף אייער טייערער מאן נרו יאיר, - וועט דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#885 - זיך אפגעבן מיט די קינדער אין אומאן
קינדער, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן אין אומאן היי יאר אזוי ווי די פריערדיגע יארן מיט'ן דאווענען; זאלסט צוזאמנעמען אלע קינדער און בחורים וואס קענען זינגען זיי זאלן שטיין נעבן מיר ביים דאווענען העלפן זינגען דאס דאווענען און די ניגונים.


אויך זאלסטו צוזאמנעמען די מלמדים; סיי די מלמדים פון וויליאמסבורג און אויך פון שטעטל, ווייל איך וויל מאכן חדר אין אומאן פאר אלע קינדער. מיר פארן אם ירצה ה' ארויס מיטוואך פרשת נצבים און מיר קומען אן דאנערשטאג נאכמיטאג, וויל איך מאכן חדר פרייטאג און אויך זונטאג – ערב ראש השנה. די קינדער זאלן דאווענען צוזאמען, מען זאל לערנען מיט זיי אביסל הלכה און דערציילן סיפורי צדיקים, נאכדעם זאלן די מלמדים גיין מיט זיי צום ציון זאגן די עשרה מזמורים תהלים און זיך מתבודד זיין וכו', וכו'.


שמועס זיך אפ מיט די מלמדים – סיי פון שטאט און סיי פון שטעטל, אנצוגרייטן א פראגראם; טיקעטס און פרסים וכו', אז די קינדער זאלן 'וועלן' זיין אין שול און נישט ארויסלויפן וכו', ווייל ביי מיר איז דאס דער עיקר: "די קינדער"; די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע הייליגע ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#884 - מאך זיכער ס'זאל זיין א קונטרס "עצתו אמונה" יעדע וואך
זיכוי הרבים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט הער איך אז שוין צוויי וואכן וואס עס איז נישט ארויסגעקומען דער וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה"; עס איז ממש א שאד אז דאס זאל זיך אפשטעלן נאכדעם וואס אזויפיל מענטשן האבן חיזוק פון דעם, בפרט בחורים – זיי ווארטן זייער אויף דעם, דאס איז זייער גאנצע חיזוק.


איך בעט דיר זייער טייערער ... גיי אן מיט די מצוה וואס מען האט דיר מזכה געווען פון הימל; זע עס זאל ארויסקומען יעדע וואך די שיינע בריוון, ווייל די תלמידים ווארטן אויף דעם, בפרט די אלע תלמידים וואס נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל – זיי ווארטן זייער און קוקן ארויס יעדן שבת פאר דעם. די פרויען וואס זענען געווען צוגעוואוינט צו ליינען וכו' און בזכות מוהרא"ש וואס האט נישט געהאלטן פון ארייננעמען אין שטוב קיין שום צייטונג, מאגאזינען וכו', נעמען זיי דאס מער נישט אריין אין שטוב, - זיי ווארטן און קוקן ארויס אז דאס זאל ארויסקומען וועכנטליך.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, וואס דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן; דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה, קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דער אייבערשטער'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#883 - זיי נישט צעבראכן אז דו האסט פארלוירן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנק דעם אייבערשטן וואס ער האט דיר אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס; זיי נישט צעבראכן אז דו האסט פארלוירן וכו', דער אייבערשטער האט דיר אפגעהיטן פון א נישט געזונט קינד לא עלינו.


קודם זעסטו אז איר קענט האבן קינדער, און איר וועט אם ירצה ה' זוכה זיין צו זרע של קיימא. איך בעט פאר ענק יעדן טאג און איך ווארט שוין צו הערן בקרוב גוטע נייעס.


נעם דיר דעם ספר תהלים פאר א חבר'טע; זאג יעדן טאג תהלים אויף א סדר און ווען דו ענדיגסט זאלסטו נאכאמאל אנהייבן. אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן – זאגן תהלים כסדרן, אביסל אדער אסאך, וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


אזוי אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון אלעס; נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין טייערער מאן נרו יאיר; דו ווייסט אליינס נישט ווי גליקליך דו ביסט, דו האסט זוכה געווען צו א מאן וואס נישט יעדער איז זוכה צו דעם.


נאכאמאל, זיי נישט צעבראכן; פארקערט, דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די נס וואס ער האט דיר אפגעהיטן.


א כתיבה וחתימה טובה; א גוט געבענטשט יאר.

#882 - וויינען צום אייבערשטן פאר די קינדער
קינדער, תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט פאר אייער זון הבחור ... נרו יאיר; איך וועל אים זייער מקרב זיין, פון יעצט וועל איך אים נאך מער מקרב זיין און אכטונג געבן אויף אים, איך וועל אים מחזק זיין ער זאל לערנען פלייסיג.


איך האב שוין גערעדט מיט אים וועגן אריינגיין אין די כתה להלכה; לערנען מיט די בחורים וואס באפלייסן זיך אין הלכה.


איר זאלט ווייטער גיסן טרערן, וויינען צום אייבערשטן פאר אייערע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; גארנישט קען אויפטון פאר די קינדער אזוי שטארק ווי תפילות פון די עלטערן.


דער אייבערשטער וועט אייך זיכער צוריק צאלן מיט נחת פון אייערע קינדער בזכות די מסירות נפש פון אייך און אייער מאן, וואס איר האט זיך אזוי אוועקגעגעבן די אלע יארן אויפצושטעלן די מוסדות, ובזכות דאס וואס אייער מאן פארשפרייט די עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


בנוגע אייער בחור, צי ער זאל דריוון וכו'; איך וועל רעדן מיט אים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#881 - מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן
חיזוק פאר פרויען, שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


נעכטן נאכט האב איך אפגעשטאטעט א פלוצלינג'דיגע באזוך אין שטעטל; איך האב זיך אונטערגעהערט ווי אייער מאן נרו יאיר לערנט פאר דעם שיעור אין גמרא בטוב טעם ודעת, אזוי שיין און אזוי לייכט צו פארשטיין און קענען מיט האלטן.


בכלל איז דער לופט אינעם שול זייער א געשמאקע לופט; מען שפירט דארט השראת השכינה, אחדות און ליבשאפט, מען שפירט דארט דעם רבינ'ס תמימות, ממש וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן קפז)".


דערפאר שרייב איך אייך דאס אז איר זאלט זען פון אייער זייט - אין ווייבער שול זאל אויך הערשן אזא געשמאקע לופט, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן און מען זאל זוכן ווי מען קען טון חסד צווישן זיך, - וועט איר זוכה זיין צו אזעלכע גרויסע זאכן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן.


איך האף אז איר וועט זיך ווייטער צוזאמנעמען איינמאל א וואך – יעדן דינסטאג וכדומה – זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#880 - עפענען א ישיבה על שם רביז"ל
אמונה, לימוד התורה, אמונת חכמים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ידידי היקר והנעלה הר"ר ... שליט"א.


לנכון קבלתי מכתבך.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז כבוד מעלתו וויל נאכאמאל עפענען א ישיבה על שם רביז"ל, ועיקר המטרה הוא להכניס בתוך בחורי חמד דעת רביז"ל ועצותיו הקדושים איך שיכולים לזכות להרגיש את נועם זיו חיות אלקותו יתברך, ואת הדרך הלימוד שלו כמבואר בשיחות הר"ן, סימן ע"ו.


על כן באתי לאחל את ברכתי אז כבוד מעלתו זאל זוכה זיין להצליח עם כל התלמידים, והעיקר זאלסטו זיך מחזק זיין נישט מורא צו האבן פון קיינעם, נישט קוקן אויף קיינעם נאר גיין מיט די תורה פון אחד הי' אברהם (ליקוטי מוהר"ן, השמטה).


העיקר תכניס בהם אמונה פשוטה ואמונת חכמים, כמו שאמר רבינו לרבי נתן זכרונו לברכה: "כשתכתוב בענין "אמונה" או "צדיק" תרחיב את העט"; כי אי אפשר להנצל ולצאת מהחושך כי אם על ידי התקרבות אל הצדיק האמת אשר מגלה אמונתו ואמתתו יתברך.


ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, אמן.


בברכת כתיבה וחתימה טובה.

#879 - שיקן די מענער לערנען
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין פרייליך; אלע ווייטאגן גייען אוועק ווען מען איז פרייליך.


זיי מחזק דיין מאן נרו יאיר ער זאל גיין צום שיעור יעדע אויפדערנאכט; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג. פרויען זענען פטור פון לימוד התורה, אבער אינעם זכות וואס זיי שיקן די מענער לערנען און זיי טוען זיי אפווארטן – דורכדעם זענען די פרויען זוכה צו באקומען עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא: נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואס פאר א גוטע מעשים באקומען די פרויען שכר, זיי האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה? האט אים רבי חייא געענטפערט: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", פארן שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, און פאר'ן אפווארטן די מענער ביים אהיים קומען פון כולל וואו זיי לערנען תורה.


איך האב גרויס נחת פון ענק; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות און איר זאלט זיין א לעבעדיגע ביישפיל פאר אלע משפחות אין שטעטל ווי אזוי תלמידי היכל הקודש דארפן זיך פירן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#878 - פון שלעכטס צו גוט, און פון גוט צו בעסער
חסידות ברסלב, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר, תלמוד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו, איך האב זייער הנאה צו זען ווי שיין דו פירסט זיך מיט יראת שמים און התמדת התורה.


דו שרייבסט אינעם בריוו אז דיין לעבן האט זיך געטוישט לטובה מקצה אל הקצה זייט דו ביסט אריינגעקומען אין ישיבה; זאלסטו וויסן אז מה-דאך פון שלעכטס אויף גוטס האט דער רבי דיר געטוישט איז דאך זיכער אז פון גוט צו נאך בעסער וועט דער רבי דיר זיכער טוישן כסדר. אז דו וועסט בלייבן ווייטער באהאפטן צום הייליגן רבי'ן, דו וועסטו לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועסטו אלץ ווערן בעסער און בעסער עד אין סוף.


יישר כח פאר'ן העלפן אנגרייטן די עסן פאר די בחורים יעדן טאג במשך דעם זוממער; איך האף די וועסט ממשיך זיין ווייטער אין שטאט ביתר שאת וביתר עוז.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#877 - א סנוד אדער שניעל איז נישט א חסרון אין צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אפילו איך האב שוין גערעדט מיט אייך און קלאר געזאגט מיין מיינונג, וועל איך אייך שרייבן אז אנדערע זאלן דאס אויך וויסן.


בנוגע וואס איר זאגט אז א סנוד אדער שניעל איז א חסרון אין צניעות, לדעתי איז דאס נישט א חסרון אין צניעות, עס איז גארנישט ווייניגער ווי דעם טורבאן וואס די פרויען טראגן.


דאס וואס איר זאגט אז אז מען קען מיינען אויף די פרויען וואס טראגן דאס אז מען שערט נישט די האר – דאס איז נישט ריכטיג, א פרוי וואס שערט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן סנוד און א פרוי וואס שערט נישט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן טורבאן.


ליידער ליידער זענען פארהאן הונדערטער היימישע פרויען מיט טורבאנ'ס וואס שערן זיך נישט די האר; אנשטאט צו רעדן פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון די הארבקייט פון אייגענע האר מאכט מען תקנות נישט צו גיין מיט א בענדענע, סנוד און שניעל וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון אונזער סקול "בית פיגא" גייען אפגעשוירן; נישט סתם אפגעשוירן – בכפי', געצווינגענערהייט, נאר זיי פרייען זיך מיט דעם, זיי פרייען זיך צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. אלע זענען צניעות'דיג, זיי האבן ליב "צניעות" און גרויסן זיך מיט דעם; ווייל מען לייגט זיי דאס אריין פון די יוגנט מיט ליבשאפט, זיי קוקן אויף דעם ווי א שיינע זאך, נישט ווי א קנס, ווי א יאנטשי זאך וכו'.


דא אין קעמפ איז א ריינע פלאץ, אלע פרויען גייען בצניעות; מען רעדט פון דעם און מען שטייט אויף דעם אז אונזערע קינדער זאל אויפוואקסן מיט צניעות.


עס איז כדאי איר זאלט צו הערן דעם שיעור אויף "קול ברסלב" – פרויען אפטיילונג, פון ערב ראש חודש אלול, וועט איר אביסל הערן וואס מען פארלאנגט ביי אונז אין די קהילה און וואס א "בית פיגא" תלמידה איז, עד כדי כך אז היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואו זי פרעגט אויב זי קען זיין א חלק פון אונזער קהלה ווייל זי איז אויפגעוואקסן נישט מיט דעם חינוך אז מען דארף זיך שערן נאך די חתונה. זי איז געקומען די וואך אין קעמפ און זי רעדט זיך אפ אז פרויען האבן איר פארגעהאלטן וועגן איר האר און וועגן איר צניעות... זעט איר דאך וואס דער פלאץ איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#876 - קינדער פאלגן נישט אלעמאל מיט איין מאל הייסן
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארק מיט אלע כוחות צו האבן סבלנות צו אייערע קינדער.


אלע פרויען, אלע אידישע מאמעס גייען אריבער שווערע צייטן מיט חינוך הבנים והבנות; קינדער פאלגן נישט אלעמאל מיט איין מאל הייסן, עס זענען דא קינדער וואס זענען מער פארשפילט און הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי, עס זענען דא קינדער וואס זענען מער ווילד און מער טאנצעדיג און שפרינגענדיג, צו זיי דארף מען האבן מער סבלנות. בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כחות צו האבן געדולד צו זיי.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר זיך מאכן אפאר מינוט צייט זיך אוועקזעצן מיט א תהלים, זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און נאכדעם זאגט די תפלה:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און קינדער – אויף יעדן באזונדער, רבונו של עולם געב מיר כח און שכל איך זאל האבן די ריכטיגע צוגאנג צו מיינע קינדער. איך שפיר זיך ווי א פארלוירענע, מיינע קינדער פאלגן מיך נישט און דאס מאכט איך זאל זיך פארלירן, איך זאל שרייען און צומאל שלאגן וכו', העלף מיר בעשעפער, איך וויל נישט שרייען און שלאגן, איך וויל זיי מחנך זיין אויף די ריכטיגע וועג, איך וויל זיין א גוטע מאמע, איך וויל זען ערליכע דורות; העלף מיר אייבערשטער, זיי מיט מיר אייבערשטער. העלף מיר בזכות די צדיקים און צדקניות, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


איך בעט אייך איר זאלט נישט געבן פאר די קינדער קיין שום עלעקטעראנישע שפילצייג; נישט קיין טעלעפאנס, געים-בוי'ס וכדומה, וועט איר זען פון זיי אסאך אידיש נחת.


פון דער ראש ישיבה.

#875 - א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט
חינוך הילדים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די דרשות, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע דיין שאלה מיט דיין טאכטער וכו', וכו'; געב אכטונג נישט צו צערטלען (ספוילן) דיין טאכטער, ווי מער מען צערטלט זיי וואקסן זיי אויף נישט דרך ארצ'דיג און מיט נאך פיל פראבלעמען.


עלטערן דארפן זיין זייער שטארק מיט דעם אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט; אז מען זאגט "יא" איז "יא" און אז מען זאגט "ניין" איז "ניין"; אפילו די קינדער פון זייער זייט וועלן פרובירן צו פארפירן וכו' אז מען זאל זיי נאכגעבן, דאך דארפן די עלטערן זיין שטארק נישט נאכצוגעבן, דעמאלט וואקסן די קינדער אויף מיט דרך ארץ.


געב אכטונג און כאפ זיך באצייטנס; פאל נישט אריין אין דעם טעות העולם וואס זאגן אז "יונגע קינדער" דארף מען נישט מחנך זיין, פונקט פארקערט, חינוך איז דיקא ביי גאר יונגע קינדער פון דריי יאר, פיר יאר און פינף יאר; דעמאלט שטעלט מען אוועק דעם גרונד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען דרך ארץ מיט קינדער ווען זיי זענען נאך יונג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#874 - נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן
קינדער, שאלות, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב געהאט מיט מוהרא"ש ביי דעם ענין און איר וועט שוין וויסן ארויסצונעמען פון דעם ווי אזוי זיך צו פירן.


איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך האב א בחור פון ישיבה וואס שלאפט ביי מיר; דאס איז געווען אין די תקופה ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, דעמאלט פלעג איך נעמען בחורים וואס האבן נישט געהאט קיין היים זאלן שלאפן ביי מיר, האט מיר מוהרא"ש געוויזן מיט א שארפע פינגער און געזאגט: "נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן"; נאך יענע נאכט האב איך מסדר געווען פאר זיי א דארמעטארי.


ממילא ביי אייער פאל וואס איר האט מיידלעך איז דאך זיכער נישט אויסגעהאלטן אריינצונעמען בחורים צו שלאפן; איז אויב איר קענט מסדר זיין פאר זיי א פלאץ אין בעיסמענט וועט עס זיין בעסער און באקוועמער סיי פאר די בחורים און סיי פאר אייך און אייערע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; אז מען האט מיידלעך דארף מען זען עס זאל זיין בצניעות ובשמירה.


פאלגט דעם רבי'ן, גייט אביסל שפאצירן צווישן די גראז; ביי ענק אין שטעטל איז דאך א מחי', מען קען דארט מקיים זיין דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", א מענטש גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; מען קען דארט שפאצירן מיט'ן אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#873 - די גרעסטע כיבוד אב ואם איז ווען מ'פירט זיך ערליך
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר, תלמוד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט'ן לערנען די הייליגע תורה; איך האב זיך זייער געפרייט צו זען דעם חשבון וויפיל דו האסט זוכה געווען צו לערנען דעם יאר, אזויפיל פרקים משניות און דפים גמרא, וכו', וכו'.


איך שיק דיר צוריק דעם בריוו וואס דו האסט מיר געשריבן, איך וויל דו זאלסט דאס ווייזן פאר דיין טאטע און מאמע; זאלן זיי זען נחת פון דיר. ווייז זיי דעם בריוו, דעם חשבון וואס דו האסט אפגעשריבן, וויפיל תורה דו האסט געלערנט דעם יאר – וועסטו זיי מחי' זיין.


דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם, אז עלטערן זעען ווי זייער קינד לערנט און פירט זיך מיט גוטע מידות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - "שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְךָ", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן ליב האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אויב פירט ער זיך אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה. ווידער פארקערט, ווען מען זעט א מענטש וואס לערנט נישט, זאגט מען: "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלא לָּמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוק ווי שיין דער מענטש וואס לערנט תורה פירט זיך אויף, אויף אים איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער זאגט: "איך בארים זיך מיט דיר". אבער דער וואס פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אוֹי לּוֹ לִפְלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, אוֹי לּוֹ לְאָבִיו וּלְרַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וויי פאר אים און וויי פאר זיינע עלטערן און רבי'ס וואס האבן אים געלערנט וכו'; עיין שם.


בנוגע עסן פאר'ן דאווענען וכו', דו ווילסט וויסן וואס צו טון מחמת דיין רגילות צו עסן פאר'ן דאווענען; די בעסטע זאך איז דו זאלסט דאווענען גלייך ווען דו שטייסט אויף. גיי אין מקוה, זוך א מנין און שטעל זיך דאווענען, ווייל מען טאר נישט עסן פאר'ן דאווענען, דאס איז א בפירוש'ע הלכה (שלחן ערוך אורח חיים, סימן פט, סעיף ג).


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#872 - פריש דיך אויף
אומאן, התחדשות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איכה - וואו ביסטו?! איך האב נאכנישט פארגעסן פון דיר! איך בענק צו הערן פון דיר! איך ווארט דו זאלסט מיר שרייבן אפילו אפאר שורות – וועסטו מיר מחי' זיין.


איך בעט דיר זייער קום קיין אומאן; דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דארט וועסטו אויס'פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע.


כאפ זיך אן בלימוד התורה; לערן יעדן טאג כאטשיג א דף גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד איז די אותיות פון די קליפה וואס מאכט זינדיגן א מענטש בפגם הברית, און מיט גמרא איז מען מבטל די קליפה.


א שאד אז דו קומסט נישט ארויס אונז באזוכן אין קעמפ - כאטשיג איינמאל במשך דעם זומער; קום קוקן די ישיבה וואו דו האסט פארברענגט אלע דיינע יארן. די ישיבה גייט אן; דער ראש ישיבה געבן יעדן טאג דרשות - פונקט ווי פאר צען יאר צוריק, מיט די זעלבע פרישקייט, ממש א גן עדן!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#871 - דאס גרויסקייט פון א מלמד
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט דיין גאנצע כח אנצוגיין ווייטער מיט דיין מלמדות; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב און די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה וואס תינוקות של בית רבן לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט ע"ב; שיר השירים רבה א, ד): אויפ'ן פסוק (תהלים ח, ג): "מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", אז די גאנצע וועלט – עולם ומלואה – שטייט אויף זייער לערנען; און דאס קען נאר צושטאנד קומען דורך מלמדים וואס זיצן מיט מסירות נפש און לערנען מיט די ריינע קינדער.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן ווייטער דעם קומענדיגן יאר – שנת ה'תש"פ; זאלסט מיר פרעגן אויף יעדע טריט אין שריט וואס אנבאלאנגט די קינדער, מיר איז די קינדער די וויכטיגסטע זאך.


לעת עתה וועט האברך היקר לי ... נרו יאיר זיין אחראי אויף אלע פרטים אין תלמוד תורה אין שטעטל, זאלסטו אים שטיין צו הילף בכל פרט ופרט.


אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען זייער שיינע זאכן וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר און מיט דיין משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#870 - מיטהאלטן די גמרא שיעור יעדן טאג
שלום בית, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך זייער מיט אמונה; געב א קוק וואס פאר א ניסים דער אייבערשטער טוט מיט דיר. דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן, דו האסט א טייערע ווייב תחי', נאך אביסל ביסטו שוין א טאטע'לע, זאלסטו ווייטער דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וועסטו זען ניסים ונפלאות.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט מיט האלטן דעם גמרא שיעור יעדן טאג; האברך היקר לי ... נרו יאיר לערנט פאר יעדן טאג דעם דף גמרא, ער לערנט דאס פאר בטוב טעם ודעת; שיין, קלאר און שנעל. בעט איך דיר זאלסט פרובירן מיט צו האלטן דעם שיעור יעדע פארנאכטס.


איך וועל שרייבן פאר דיין ווייב אז זי זאל מסכים זיין אוועק צו געבן פון איר צייט יעדע פארנאכטס אז דו זאלסט קענען גיין צום שיעור.


אז דו וועסט מיט האלטן דעם שיעור וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת רוח.


טראכט כאילו דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם דף, דעמאלט וואלסטו דאך זיכער געקומען און געזיצן מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#869 - יישר כח פאר'ן צושטעלן די לימודים פאר "בית פיגא".
סקול, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אונזער מנהלת מרת ... תחי' האט מיר איבערגעגעבן אז איר ארבעט זייער שווער און איר לייגט אריין גרויסע כחות אהערצושטעלן די לימודים פאר'ן קומענדיגן יאר פאר "בית פיגא".


דערפאר שרייב איך אייך א דאנק פון מיין הארץ און איך וועל אם ירצה ה' געדענקען מתפלל צו זיין פאר אייך און פאר אייער משפחה יעדן טאג, ווייל ווער עס העלפט מיר בכלל, ובפרט מיט די מוסד – דעם וועל איך צוריק העלפן און אינזין האבן ביי מיינע תפילות. ווייל די מוסד איז דער שווארץ אפפעל פון מיינע אויגן; עס גייט מיר בנפשי אויפצושטעלן דורות ערליכע אידן און ערליכע אידענעס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייערע גוטע מעשים און אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט אייער טייערער מאן נרו יאיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#868 - ענדיגן די לעקטער אין בית המדרש
מוסדות, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א מחי' צו זען ווי דו גייסט אן מיט דיינע שיעורים; דו לערנסט פלייסיג אפילו דו ביסט טרוד על המחי' ועל הכלכלה, דו דארפסט ארבעטן בזעת אפיך זאלסט קענען אויסהאלטן דיין משפחה – דאך לערנסטו פלייסיג און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין די הונדערט זעקס און צוואנציגסטע מאל ששה סדרי משנה; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן גרויס שפע.


איך בעט דיר אויב דו האסט אביסל איבעריגע צייט, צי דו קענסט פאררעכטן די לעקטער אין בית המדרש אין מיידל קעמפ. מיר גייען דאס נוצן ביז דערווייל פאר די קליינע קינדער פון שטעטל וכו', און עס הענגען ווייערס, עס איז א מסוכן דארט צו האבן קינדער.


דו געדענקסט אודאי די גרויסע נס וואס דו האסט געהאט ווען דו האסט געמאכט די לעקטער אין ישיבה אין וויליאמסבורג אין עס זאל פאר די חתונה זאל, דעמאלט ביסטו געהאלפן געווארן מיט א קינד; מען האט געזען באשיינפערליך וואס דער רבי זאגט: "ביי וועם איך נעם געב איך"; בעט איך דיר אויב דו קענסט ענדיגן די לעקטער אין בית המדרש אין מיידל קעמפ עס זאל נישט זיין קיין סכנה פאר קינדער, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן נאך קינדער און שעפן נחת פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#867 - אריינלייגן א געשמאק אין די קינדער ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זייער גוט טוסטו אז דו לייגסט אריין א געשמאק אין די קינדער ביים דאווענען; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", און ר' נתן שרייבט (שם) אז דער רבי האט דאס געזאגט: "בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא".


עס פעלט נישט אויס אז ביים דאווענען זאלסטו צוזאמנעמען די קינדער דאווענען נעבן דיר, לאז די קינדער זיצן נעבן זייערע עלטערן; זאלן די עלטערן זיין פאראנטווארטליך אויף זייער דאווענען. דו זאלסט ארומגיין צוויי דריי מאל ביי יעדע תפלה ארום דעם בית המדרש און געבן טיקעטס פאר אלע קינדער וואס זיצן שיין נעבן די עלטערן און דאווענען אויפ'ן קול.


ביי שלש סעודות, דעמאלט זאלסטו זיצן מיט אלע קינדער פון גרויס ביז קליין און זינגען מיט זיי אלע זמירות, וואס דאס איז א יסוד – ביים רבי'ן – אין אידישקייט. מוצאי שבת קודש זאלסטו מאכן א גורל אויף פרסים און ספרים וכו', וכו'.


טראכט שטענדיג וואס דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה, אזוי זאלסטו נאכמאכן אין שטעטל; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#866 - אנפילן די קינדער מיט יראת שמים און אהבת ה' יתברך
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך זייער און גיי ווייטער אן בעבודתך הקדושה, אזוי אויך מיט די עבודת הקודש פון מלמדות; לייג אריין דיין גאנצע קאפ, מח און הארץ אין די קינדער, זיי אנצופולן מיט יראת שמים און אהבת ה' יתברך.


לעת עתה, ביז איך וועל טרעפן דעם פאסיגן מענטש אויפצונעמען פאר א מנהל וויל איך אז דו זאלסט זיין אחראי אויף אלע קינדער פון תלמוד תורה; דו זאלסט פירן דעם חדר אזוי ווי דו האסט געלערנט ביי מיר אלע יארן אין ישיבה, איך וויל דיר שטיין צו הילף מיט וואס דו דארפסט.


מאך זיך א קביעות יעדן אינדערפרי צו גיין אביסל שפאצירן צווישן די וועלדער און פעלדער פון שטעטל; רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים אז דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדע איינציגסטע קינד, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", מען דארף בעטן אויף גוטע ערליכע תלמידים; וועסטו זען וואס פאר א שיינע פירות דו וועסט ארויסגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#865 - אז איר ווילט זיין גוט, זענט איר א חלק פון די קהלה
חיזוק פאר פרויען, קעמפ, שערן די האר, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע אייערע כוחות, און ווערט נישט צעבראכן פון קיינעם. ביי מיר זענט איר זייער חשוב; איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען אין קעמפ מיט אייער מאן נרו יאיר, איר זענט א חלק אין אונזער קהלה. דער אינגערמאן וואס איז געשטעלט צו פארדינגען באנגעלאוס פרעגט מיר יעדע משפחה צי מען קען זיי פארדינגען א באנגעלאו, איך האב אים געזאגט אז פאר משפחת ... מיט זיין ווייב זאל ער זיכער מאכן צו פארדינגען א באנגעלאו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז איינער האט אייך געזאגט אז איר זענט נישט קיין חלק פון די קהלה "ווייל איר שערט זיך נישט אפ די האר"; איך ווייס נישט ווער עס האט אייך דאס געזאגט און איך וויל נישט וויסן ווער דאס איז, איך זאג אייך אז איר זענט א חלק פון די קהלה ווייל איר ווילט זיין גוט און איר זענט גוט.


בנוגע אפשערן די האר וכו'; דאס איז געווען מוהרא"ש'ס רצון, אז מען זאל זיך אפשערן און ווער עס קען נישט און איז נישט מסוגל אויף דעם וכו' וכו' זאל זייער אכטונג געבן אז די האר זאל זיין אינגאנצן צוגעדעקט. אבער מען מיינט נישט צו זאגן אז ווער עס שערט נישט די האר איז נישט א חלק פון קהלת היכל הקודש; פארקערט, מיר פרייען זיך מיט אייער משפחה און מיר קוקן אויף אייך שיין, די וואס מאכן מחלוקת און זענען מחרחרי ריב - זיי זענען נישט א חלק פון אונזער קהלה אפילו זיי דרייען זיך אונטער די פיס און שטעלן זיך אהער ווי ווער ווייסט וואס וד"ל.


וואויל איז אייך אז איר טוט זיך אן בצניעות; קוקטס נישט אויף קיינעם, דער עיקר זאלט איר ווייטער לעבן מיט אייער טייערער מאן באהבה ובשלום. איך האב זייער ליב אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש און איר זענט אויך זייער גוט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#864 - אויב וועט איר זיך האלטן צוזאמען וועט איר מיר ממשיך זיין צו אייך
שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד תלמידיי היקרים הגרים ב"קרית ברסלב" ליבערטי נ.י, ה' עליהם ישרה שכינתו תמיד.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק האלטן זיך באחדות, איר העלפט זיך איינער דעם צווייטן און איר האט זיך ליב איינער מיט'ן צווייטן; אז איר וועט זיך ווייטער אזוי פירן וועט איר האבן גרויס הצלחה.


איר ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איך האב ערהאלטן א בילד פונעם שיעור גמרא, עס האט אריין געבלאזן אין מיר פרישע כוחות ווייטער אנצוגיין. דאס איז מיין שטרעבן; אריין ברענגען אין ענק איר זאלט לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה.


איך האף צו זיין ביי אייך בקרוב אויף א שבת זיך מחזק זיין אינאיינעם.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#863 - לייגט אריין יראת שמים אין אייערע קינדער
קינדער, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב דאס אלעס וואס איר שרייבט איז אמת; ער איז א מניוול, א קראנקער מענטש ה' ירחם. אייער קינד דערציילט אז ער איז אים מטמא רחמנא לצלן - זאלט איר נישט שיקן מער די קינדער צו אים, און זיכער נישט אויף ראש השנה.


איר דארפט אויסארבעטן אז די קינדער זאלן זען זייער טאטע און רעדן מיט אים נאר ווען נאך איינער געפונט זיך דארט.


לייגט אריין יראת שמים אין אייערע קינדער, זיי זאלן זיך דערווייטערן פון הונט; נישט צורירן צי הונט, ווייל דאס ברענגט א שטארקע טומאה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן צב): "מִי שֶׁמְּגַדֵּל כֶּלֶב מְעוֹרֵר דִּין", ווער עס ציט אויף ביי זיך א הונט ברענגט אויף זיך דינים.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות.

#862 - עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן דיר
חינוך הילדים, שלום בית, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א שווערע שאלה צו ענטפערן, בפרט ווען מען קען נישט די זאך פון דער נאנט.


אז אייער טענה איז אז איר ווילט געבן א ריינע חינוך פאר די קינדער, און אייער מאנ'ס גאנצע פראבלעם איז מה יאמרו הבריות, וואס וועלן מענטשן זאגן אז ער האט ארויסגענומען וכו', - איז כדאי אז אייער מאן זאל נאכגעבן כדי צו געבן א ריינע ערליכע חינוך פאר די קינדער.


איך שיק אייך א בריוו פאר אייער מאן נרו יאיר.


...


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי'.


עס גייט אין לעבן פאר דיין ווייב צו מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש, בעט איך דיר זאלסט איר מחזק זיין און טון איר ווילן.


עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן דיר, און וואס מענטשן פרעגן דיר אויס פון דיין פריוואטע לעבן. דו דארפסט פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס דו האסט ארויס גענומען דיינע קינדער פונעם מוסד וכו'; מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער וויל, מיר דארפן געבן פאר אונזערע קינדער א ריינע חינוך וכו'.


לדעתי זאלסטו נאכגעבן פאר דיין ווייב און שיקן די קינדער אין א ערליכע מוסד וואו די מלמדים לערנען אויפ'ן וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן געלערנט, על טהרת הקודש.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן די זיסע וועג פון לעבן מיט די בחינה פון "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם (ליקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני)"; דער רבי געבט צו פארשטיין דאס וואס שטייט (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליינס, "וְכֵן כָּל הָרוֹצֶה לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת ה'", און דאס איז די וועג פאר יעדער איינער וואס וויל דינען דעם אייבערשטן, "אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִכְנֹס כִּי אִם עַל יְדֵי בְּחִינַת שֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין בָּעוֹלָם כִּי אִם הוּא לְבַדּוֹ יְחִידִי בָּעוֹלָם", ער זאל טראכטן ביי זיך: 'איך בין איינער אליין', 'איך האב קיינעם נישט; איך האב נאר דעם אייבערשטן', "וְא יִסְתַּכֵּל עַל שׁוּם אָדָם הַמוֹנְעוֹ", און ער זאל נישט קוקן אויף קיינער וואס שטערט אים און האלט אים אפ פון דינען דעם אייבערשטן.


נעם אריין אין דיר וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "א מענטש האט נישט קיין חברים, אויב יא איז דאס נאר די ווייב"; ווייל אלע חברים זענען נאר חברים ווי לאנג זיי קענען האבן א טובת הנאה פון דיר, אבער ווען דו וועסט זיין אין א צרה וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.