בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - אין אשר בנחל איז דא אלע עצות און אלע תשובות פאר יעדע זאך
שאלות, ספיקות, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זיי נישט ברוגז אז איך ענטפער נישט דעם טעלעפאן און איך ענטפער נישט וכו'; איך בין אביסל אפגעשוואכט, איך האף צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן, מיר געבן כח ווייטער אנצוגיין און מיר געבן מח ווייטער צו ענטפערן אויף אלע שאלות וואס איז נוגע צו די מוסדות וכו'.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; יעדע שאלה וואס דו האסט, יעדע ספק וכו' – זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, הן אין דיין שטוב און סיי מיט אנדערע.


ווען דו ווייסט נישט וואס צו טון זאלסטו עפענען א ספר אשר בנחל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצה, סימן א): "אַל תִּשְׁאַל עֵצָה", פרעג נישט אן עצה, "אֶלָּא מִמִּי שֶׁיּוֹדֵעַ סִתְרֵי תּוֹרָה", נאר פון איינעם וואס קען סודות התורה; אין אשר בנחל איז דא אלע עצות און אלע תשובות פאר יעדע זאך.


זיי פרייליך אז מיר האבן אזא רבי; טאנץ מיט דיינע קינדער: "אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים גורלינו, אז מיר ווייסן פון רבי'ן".

#11 - זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים
הפצה, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'.


בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען.


ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך – די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים.


אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים.

#10 - תפלה איז שטערקער פון די טבע
תפילה והתבודדות, סגולות, רפואה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק


מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור.


איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה.

#9 - אין ספר הקדוש "אשר בנחל" וועסטו אלעס טרעפן
אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף אז דו האסט הנאה פון די סעט "אשר בנחל" וואס איך האב דיר געגעבן; דארט וועסטו טרעפן תשובות אויף אלע דיינע ספיקות און פראגעס. עס איז ממש ווי דו שרייבסט אז 'אשר בנחל' באטרעפט (קהלת י, יט): "יַעֲנֶה אֶת הַכֹּל"; אלעס שטייט דארט, דורך דעם ספר ווערט מען קלאר און מען טרעפט תשובות אויף אלע ספיקות.


מוהרא"ש האט געזאגט אז ער פלעגט זען ווי יונגעלייט זוכן פאר'ן דאווענען אין חסידי'שע ספרים שטיקלעך וואס וועט זיי דערווארעמען דאס הארץ צו דאווענען בכוונה, ער האט געזען ווי מען מישט אהער און מען מישט אהין, מען נעמט איין ספר און נאכדעם נאך א ספר, ביז מען גייט דאווענען אינגאנצן צעבראכן. האט מוהרא"ש געזאגט: 'איך וועל ארויס געבן ספרים וואס מען וועט נישט דארפן מישן אהין און אהער, נאר וואו אימער מען וועט עפענען וועט מען גלייך טרעפן א שטיקל וואס מען וועט ווערן דורכדעם צוגעקלעבט צום אייבערשטן', אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו אז 'אשר בנחל' באטרעפט (תהלים קיח, ח): "טוֹב 'לַחֲסוֹת בַּיהוה מִבְּטֹחַ' בָּאָדָם"; דאס איז בקיצור די זיבציג טויזנט בריוו פון 'אשר בנחל' און פון די אכט הונדערט בריוו אין אידיש: 'טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בָּאָדָם', מען זאל זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן און נישט אויף א מענטש, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף א מענטש ווערט מען נאכדעם זייער אנטוישט ווען מען זעט אז יענער קען נישט העלפן.


מוהרא"ש שרייבט פאר איינעם אין 'אשר בנחל': "אויבן אין הימל לאכט מען פון דיר אז דו ביסט צעבראכן ווען דו קענסט ווען לערנען אשר בנחל וואס דאס וועט דיר ארויסנעמען פון דיין צעבראכענקייט"; ווייל ווער עס לערנט דעם ספר 'אשר בנחל' הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער זעט אין יעדע זאך דעם אייבערשטן און עס איז מער נישט דא ביי אים קיין שלעכטס, נאר אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז גוט, ממש אזוי ווי דו שרייבסט אז 'אשר בנחל' באטרעפט (קהלת ח, ה): "לֹא יֵדַע דָּבָר רָע"; ווי מער מען לערנט דאס, אלץ מער ווערט מען קלאר אין די אמונה.


נישט קיין חילוק וואו א מענטש איז, אין וועלכע מצב ער געפונט זיך - קען ער זיך טרעפן אין דעם ספר 'אשר בנחל'. עס איז ממש ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עח) אז דער דיבור פונעם מענטש ווערט אנגערופן 'אם הבנים', ווי א מאמע וואס גייט אלעמאל נאך איר קינד און אפילו ווען דאס קינד פארשמירט זיך וועט די מאמע דאס קיינמאל נישט אפלאזן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ירמיהו לא, יט): "כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּוֹ, זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד"; דו שרייבסט אז די ווערטער "זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד" באטרעפט פונקט ווי 'אשר בנחל', דאס איז ממש אזוי, ווייל דער ספר 'אשר בנחל' וועקט אויף דעם מענטש ער זאל רעדן צום אייבערשטן און טראכטן פונעם אייבערשטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, זייט איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם ספר הקדוש אשר בנחל (חלק כז) האט זיך מיין לעבן געטוישט; מיינע אלע דיבורים און חיזוקים נעם איך פון די הייליגע בריוון, און איך האב צוגעזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך וועל דאס דרוקן נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין אויפהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו משיח צדקינו וואס וועט צוזאמנעמען אלע אידן, "כל ישראל", איז בגיגמטריא 'אשר בנחל' און אונז אויסלייזן פון גלות.

#8 - שיק מיר די פרישע חלקים פון "אשר בנחל"
אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר, גלייך ווען עס קומט ארויס א פרישע חלק "אשר בנחל" זאלסטו מיר דאס גלייך שיקן קיין אמעריקע; איך וועל דיר באצאלן בלי נדר פאר יעדע חלק וואס דו שיקסט מיר.


שיק מיר די חשבון אויב איך קום דיר נאך געלט און שיק מיר שוין נאך חלקים, ווייל די בריוו פון אשר בנחל איז מיין גאנצע חיות און לעבן, די בריוו פון אשר בנחל וועקט מיר אויף פון שלאף יעדן טאג פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - עוסק זיין אין "הפצה" איז העכער פון אלצדינג
הפצה, בריוו, אשר בנחל, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר צו פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


עוסק זיין אין "הפצה" איז העכער פון אלצדינג. היינטיגע צייטן איז גרינגער אין א געוויסע זין דער ענין פון הפצה, ווייל מען דארף זיך נישט ארומשלעפן אין די היץ און אין די קעלט, מען קען זיצן אין שטוב מיט א ווארעמע טרונק – ווינטער, און זומער מיט א קאלטע טרונק און פארשפרייטן חיזוק פאר די גאנצע וועלט - מיט דעם וואס דו טוסט מיט די "האט ליין" פון קול ברסלב, וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן – בעיקר בחורים, מיידלעך, יונגעלייט און יונגע ווייבלעך רופן אריין טאג טעגליך, און דאס געבט זיי לעבן, עצות, חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן.


אזוי אויך מיט די וועבסייט – וואס די ביסט דארט מפרסם די שאלות ותשובות בריוון און די חיזוק יומי דרשות, וכו', וכו', פאר טויזנטער מענטשן, און אויף אלע אנדערע וועגן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער עוסק צו זיין אין די הייליגע ארבעט; מען טאר נישט אונטערברעכן פון שוועריקייטן, די שוועריקייטן וואס דער ס"מ ברעגנט אלץ מיט א פרישקייט כדי דער מענטש זאל אונטערברעכן און אויפגעבן.


גלייב מיר, אויף מיר גייט אויך איבער שווערע ביטערע נסיונות וכו', וכו', - וואס טו איך? איך דערמאן זיך פון מוהרא"ש, איך דערמאן זיך פון דעם עצה – התבודדות, איך וויין זיך אויס צום אייבערשטן. דאס איז וואס געבט מיר כח אנצוגיין אין מיין לעבן.


זאלסטו דאס אויך טון, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר – וועסטו האבן כח אין לעבן, און קיין שום זאך וועט דיר נישט קענען צעברעכן.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר האבן אזא גרויסע רבי מיט אזעלכע גרויסע תלמידים וואס געבן אונז פשוט לעבן.


אויב דו קענסט ענדיגן מגיה זיין "אשר בנחל חלק ב'" און ענדיגן די מפתחות; ווייל איך וויל דאס דרוקן. נדרי לה' אשלם, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דאס דרוקן און דרוקן און פארשפרייטן פאר אלעמען, ווייל איך בין מקורב געווארן דורך דעם ספר "אשר בנחל חלק כ"ז". איך האב געלערנט דעם ספר נאכאמאל און נאכאמאל, דאס האט מיר געטוישט מיין לעבן. דערפאר וועל איך דאס פארשפרייטן אז נאך מענטשן זאלן זוכה זיין צו א זיס לעבן.


חבריך וידידיך.


...

#6 - ליינען מעשיות פון צדיקים
חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג ליינען שבת פון מלחמות; עס ווענדט זיך וואס פאר א מעשיות. מעשיות פון היסטאריע פון די אידישע פאלק וואס ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידן, וואס איז געפלאכטן מיט עובדות פון צדיקים - דאס מעג מען ליינען שבת, אויך נאר אויב מען ווערט נישט בצער פון דעם, ווייל שבת טאר מען נישט זיין בצער.


זע צו ליינען מעשיות פון צדיקים און צדקניות; דאס וועט אריין גיין אין דיין הארץ און וועט אויפפלאמען דיין הארץ אז דו זאלסט אויך וועלן זיין א צדקת.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויפגעפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, דורכדעם וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק. דאס זאלסטו ליינען ווען דו האסט איבעריגע צייט.


אויך זאלסטו ליינען די בריוו פון ספר אשר בנחל אין אידיש וועסטו ווערן א גרויסע צדקת; מוהרא"ש זאגט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס"; מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט שוין מסיים געווען תהילים די ניינטע מאל; עס איז נישט דא קיין שענערע זאך פאר א יונג מיידל ווי זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג. אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן; זאלסט שטענדיג זאגן תהילים וועסטו זען גרויסע ישועות.


שרייב מיר יעדעס מאל ווען דו ענדיגסט תהלים וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - ספר "אשר בנחל", א שטיק געטליכקייט
מוהרא"ש, סיום הש"ס, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער ספר "אשר בנחל" אין אידיש איז שוין ווידער אריין צום דרוק; יעצט אז מען דרוקט דאס מיט מפתחות וועט דאס זיין גאר שיין.


דעם ספר וועל איך בלי נדר דרוקן און דרוקן מיין גאנץ לעבן. ווייל "אשר בנחל" איז א ספר וואס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


איך האב געגעבן פאר האברך ... נרו יאיר אכט טויזנט דאללער, זיי אים מודיע ווי אזוי ער זאל שיקן די געלט קיין ארץ ישראל; אויך לאז מיר וויסן וויפיל געלט עס קאסט דאס ברענגען די ספרים קיין אמעריקע.


אויך בעט איך דיר זאלסט מאכן א שיינע דעקל פאר דעם ספר "עצתו אמונה" אין ענגליש; מרת ... תחי' און מרת ... תחי' שרייבן דאס איבער אויף ענגליש הערליך שיין. דאס פעלט זיך אויס אין ענגליש פאר די אלע וואס קענען נישט ליינען אידיש, אזוי ווי די מפיצים ר' ..., ר' ... און ר' ... בעטן מיר כסדר אז מען זאל מאכן נאך ספרים און קונטרסים אין ענגליש.


שטעל אויס מיטן גרעפיקער די גרויסקייט פון א קונטרס און אויך די פאנט, נאכדעם וועל איך דאס איבער געבן פאר א אינגערמאן ער זאל דאס אויסשטעלן יעדע וואך.


עס זייער שיין די גרעפיקס פאר די שבת סיום הש"ס; עס פעלט נישט אויס צו לייגן מיין נאמען, נאר שרייב: "שבת סיום הש"ס מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", שרייב נישט מיין נאמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - דרוק אשר בנחל וועסטו געהאלפן ווערן, חיזוק פאר מלומדות
מלמדים, רפואה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר דיר און דיין ווייב ענק מחזק זיין אויף וואס איר גייט יעצט אריבער; איר זענט פארלוירן און מיואש פון דעם וואס מען האט געפונען ביי איר א חשש פון א געוויקס, דאס האט אייך אריין געווארפן אין א פחד בפרט יעצט ווען איינער פון די משפחה איז אוועק פון אזא מחלה.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; מיר זענען אין זיינע הענט, ער איז דער רופא נאמן און ער וועט אויסהיילן דיין ווייב מיט א גאנצע רפואה.


בנוגע אז זי דארף אויפהערן נעמען וכו' וואס ברענגט אז יעצט ווערט פארדרייט אירע צייטן וכו' און איר האלט עס נישט אויס; עס איז כדאי צו נעמען א זכות אין דרוקן דעם ספר 'אשר בנחל', וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען אין זיין צוואה בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


בנוגע אז זייט דו ביסט געווארן א מלמד קומסט נישט אן צו לערנען דיינע שיעורים אזוי ווי אמאל; איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך", ווייל ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? נאר: "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹא לִשְׁמָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", אזוי אויך: "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, און עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דאס אז דו האסט נישט קיין מנוחה און דו ווילסט ענדיגן ש"ס הונדערט און איין מאל - זייער גוט און זייער חשוב, מיט דיין רצון וועסטו עס נאך קענען ענדיגן בעזר ה', אבער די תורה וואס דו לערנסט מיט די קליינע קינדער דאס איז לויטער און ריין, ביים אייבערשטן אויבן אין הימל איז דאס די חשוב'סטע זאך.


זיי דיר מסדר צו לערנען ח"י פרקים משניות און דעם דף גמרא בבלי אזוי אויך דעם יום תהילים און דיין גאנצע חיות זאל זיין פון דיין מלמדות.


איך בין זייער פארנומען היינט, מיר האבן זיך אריבער געצויגן אין א נייעם פלאץ מיט די סקול, איך האב קוים צייט וכו'; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


שרייב מיר לכל הפחות איין מאל א וואך א בריוו, איך וויל זען ווי ענקער מצב ווערט בעסער און בעסער.

#3 - וועגן דעם בנין אין אומאן און דרוקן אשר בנחל
אומאן, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די געלט וואס איך שיק קיין אומאן זאל נאר גיין צו ענדיגן דעם בנין אז עס זאל נישט אריין רעגענען און צו ענדיגן די וואסער קוועלער וכו'; איך וויל נישט אריין לייגן קיין איין דאללער אין דיזיינען דעם בנין פאר שיינקייט. איך זונק אין חובות פון הונדערטער טויזנטער דאללער, זאלסטו נישט טון מיט די געלט קיין שום איבעריגע זאך - נאר צו ענדיגן דעם דאך אז עס זאל נישט אריין רעגענען.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קענען ארויס קריכן פון די שווערע חובות וואס איך האב גענומען אויף מיר.


א שאד אז דאס דרוקן 'אשר בנחל' שלעפט זיך אזוי לאנג; איך זאג דיר נאכאמאל: "איינמאל דער ספר וועט אריין גיין אין דרוק וועלן מיר אלע זען גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אונז". מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים, בפרט 'אשר בנחל', וועט זען גרויסע ניסים און גרויסע ישועות. איך האב גענומען געלט פון אנשי שלומינו פאר דעם פראיעקט און עס שלעפט זיך און שלעפט זיך; א שאד...


אין זכות וואס דו וועסט העלפן דרוקן דעם ספר 'אשר בנחל' וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חובות.

#2 - זיי מתפלל מיט די קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט פון מחנך זיין תינוקות של בית רבן און דו ביסט מחזק די מלמדים זיי זאלן לערנען מיט די קינדער מיט סבלנות און ליבשאפט. די מלמדים שרייבן מיר אז זיי זענען זיך מחי' מיט די דרשות וואס דו געבסט זיי איינמאל א וואך.


האסט אודאי געהערט אז ר' ... נרו יאיר גייט זיצן אין תפיסה - השם ירחם; זע אז אלע קינדער אינעם מוסד זאלן מתפלל זיין פאר אים. ער האט זיך אוועק געגעבן פאר מוסדות התורה צו העלפן מען זאל קענען אנגיין און אונז האט ער זייער שטארק געהאלפן אין אונזערע ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה, חדר און מיידל סקול, דארפן מיר מתפלל זיין פאר אים ער זאל נישט אנקומען אין תפיסה.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס אלע מלמדים זאלן בעטן פאר אים מיט די קינדער: "רבונו של עולם! העלף ארויס אז ר' ... זאל נישט זיצן אין תפיסה. העלף אז דו רעגירונג זאל אים אפלאזן, בזכות וואס ער האט געהאלפן ישיבות און תלמוד תורה'ס, און בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".


זיי ווייטער ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט. זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטלעך און אז זיי זאלן אריין לייגן אין די קינדער שמחה, עס זאל הערשן אין יעדע קלאס א געשמאקע לופט, מען זאל שפירן א שמחה אין די לופט, דורכדעם ווערט דער מח ברייט, דאן קען מען לערנען און דאווענען.


איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט ענדיגן מגיה זיין דעם ספר הקדוש "אשר בנחל"; איך וויל עס יעצט איבער דרוקן מקיים צו זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט מיר זאלן משתדל זיין ווייטער צו דרוקן זיינע ספרים. אויסער דעם האב איך צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביי די לויה אז איך וועל דאס דרוקן און פארשפרייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זיי מנדב פאר אשר בנחל, וועט זי האבן א רפואה שלימה
רפואה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיין טאכטער זאל האבן א רפואה שלימה.


זיי מנדב געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל", וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר. מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט געבן געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל" וועט זען גרויסע ניסים.


אז דיין טאכטער דארף גרויסע ניסים וכו' זאלסטו יעצט מנדב זיין געלט, מיר גייען יעצט דרוקן נאכאמאל טויזנט סעטס "אשר בנחל". בזכות דעם וועט דער אייבערשטער העלפן אז דיין טאכטער וועט האבן א רפואה שלימה.