בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#33 - זאל מען ארייננעמען פרעמדע קינדער פאר געלט?
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, סגולות, פרנסה, געלט, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע מצוה אריין צו נעמען א קינד, אויפציען א קינד - וואס האט נישט קיין משפחה, אבער דאס זאלן טון משפחות וואס האבן נישט קיין קינדער, דו האסט א געבענטשע משפחה מיט קינדער - זאלסטו אויפציען דיינע אייגענע קינדער און זיין פאר זיי געטריי.


בנוגע געלט וכו'; וויסן זאלסטו, דורך אויפציען אייגענע קינדער באקומט מען זייער אסאך געלט, מען באקומט מער געלט ווי ווען מען נעמט אריין א פרעמדע קינד; מען באקומט שכר פונעם אייבערשטן, און אז מען רעדט שיין אין שטוב צו די ווייב, מען איז מכבד די ווייב - האט מען גרויס שפע.


איך מאך נישט אוועק די מצוה, עס איז זייער א גרויסע מצוה, אבער דאס זאלן טון די וואס ווארטן אז דער אייבערשטער זאל זיי געבן קינדער; דאס איז א גרויסע זכות נפקד צו ווערן מיט קינדער.


ברענג דיין זון אינדערפרי אין שול, ברענג אים צום מקוה, שטעל אויס דיין סדר היום אלעס פאר די טובה פון דיינע קינדער; חינוך פון דיינע קינדער זאל זיין ביי דיר דאס הייליגסטע, אפילו מען דארף אויסדרייען די גאנצע טאג.


א בלאט גמרא זאל זיין ביי דיר הייליג אזוי ווי לייגן תפילין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - כאטשיג איין פרק משניות און איין בלאט גמרא בגירסא יעדן טאג
שמחה, התחזקות, משניות, הצלחה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב איז מעגליך דו זאלסט צוריק אנהויבן לערנען יעדן טאג כאטשיג איין פרק משניות און איין בלאט גמרא בגירסא, זאגן די ווערטער.


איך זאג דיר צו מיין ליבער פריינד, אלעס וועט זיך איבערדרייען צום גוטן. וועסט שפירן גוט מיט זיך, וועסט ווערן פרייליך; תורה מאכט פרייליך, תורה געבט א ריכטיגע סיפוק הנפש.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט זאגן יעדן טאג משניות וגמרא – וועסטו מצליח זיין אין יעדן פרט פון לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#31 - בזכות דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן זענען מיר היינט פרומע ערליכע אידן
שלום בית, צדיקים, תשובה, כעס, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסער טאג, די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש זאגט, בזכות דעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זענען מיר אלע היינט פרומע ערליכע אידן. דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען נאכן קריג און אריינגעבלאזן א פרישע גייסט אין די צעבראכענע איבערלעבער. דער רבי זכותו יגן עלינו האט אויסגעפירט די נבואה פון יחזקאל הנביא, פון די עצמות יבשות, ממש די נבואה פון יחזקאל (יחזקאל לז, ד-ה): "שִׁמְעוּ דְּבַר ה', כֹּה אָמַר ה' אֱלֹקִים לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה, הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם רוּחַ וִחְיִיתֶם"; ער האט אריינגעבלאזן א פרישע גייסט, אריינגעבלאזן אמונה אין די איבערלעבער, זיי זאלן נאכאמאל חתונה האבן און נאכאמאל ברענגען קינדער און אויפשטעלן א דור פארן אייבערשטן.


מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון די צדיקים; ווי זיי זענען געווען שטארק מיט די אמונה, נישט מהרהר געווען אויפן אייבערשטן, נישט געהאט קיין טענות, נישט געהאט קיין קשיות אויף אים, זיי זענען געבליבן געטריי ווי לייבן פאר די תורה.


זיי נישט בכעס אין שטוב, זיי נישט בייז אויף דיין ווייב; אז דו וועסט זיין בכעס, דו וועסט מקפיד זיין - וועסטו פארלירן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא", אז מען רעגט זיך האט מען נאר דאס גערעגאכטס.


דער בית יוסף ברענגט א מעשה (אורח חיים, סימן רצט) עס איז געווען א איד וואס איז געווען קרעציג, זיין גאנצע גוף איז אים געווען אויסגעשלאגן מיט קרעץ, איינמאל מוצאי שבת איז זיין ווייב געגאנגען שעפן פרישע וואסער פאר אים, ער זאל זיך קענען באדן. זי האט זיך פארשמועסט מיט חברט'עס, זי איז נישט גלייך אהיים געקומען. דער מאן איז אריין אין א כעס און ווען זי איז אהיים געקומען האט ער גענומען די גאנצע פאס וואסער און דאס צעבראכן, די וואסער האט זיך אויסגעגאסן און ער איז געווארן אביסל אנגעשפריצט; וואו עס האט געשפריצט אויף אים - איז די קרעץ אראפ, און ער האט דערלייגט די רפואה, ווייל אין די וואסער פון מוצאי שבת איז געווען אין דעם פון די באר פון מרים, וואלט ער זיך געבאדן מיט דעם - וואלט ער געהאט א גאנצע רפואה און פון כעס האט ער אלעס דערלייגט; דאס איז וואס די חכמים זאגן: "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותו".


בעט איבער דיין ווייב און הער אויף זיך רעגן אויף יעדע זאך; דיין ווייב איז דיר נישט שולדיג אויף גארנישט. אז זאכן גייען דיר שלא כסדר - האט דאס נישט מיט איר, דאס האט מיט דיר אליין; דו דארפסט תשובה טון, אנהויבן לערנען און דאווענען - וועלן דיר זאכן גיין כסדר.


מארגן ענדיגן מיר מסכת גיטין און מיר הויבן אן מסכת קידושין; א שאד א טאג וואס גייט אריבער אן לערנען די הייליגע גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#30 - גיי ארום מיט א שמייכל, מענטשן קענען נישט ליידן א ביטערער מענטש
שמחה, תודה והודאה, אומאן, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז נישט קיין עצה ארום צו גיין דערביטערט וכו', גיי ארום מיט א שמייכל, שמייכל צו יעדן איינעם. מענטשן האבן ליב א פרייליכער מענטש, מענטשן קענען נישט ליידן א ביטערער מענטש; דער וואס קרעכצט שטענדיג, וויינט און דערציילט זיינע צרות פאר יעדן איינעם, אלע וועלן פון אים אנטלויפן, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן יענעמ'ס צרות.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים לִשְׁמוֹעַ", גוטע זאכן ווילן אלע הערן; זאלסטו נאר דערציילן פאר יעדן איינעם די חסדים פונעם אייבערשטן, און ביי התבודדות זאלסטו זיך אויסוויינען און אויסקרעכצן.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט גארנישט געהאט, אבער טאקע גארנישט, און ער פלעגט יעדן איינעם זאגן: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר", "דער אייבערשטער געבט מיר נאר גוטס".


היינט ענדיגט מען מסכת גיטין און מארגן הויבט מען אן מסכת קידושין; זיי קלוג, כאפ זיך ארויף אויפן וואגן. לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, אפילו בגירסא, אפילו בלי הבנה כלל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", ביים סוף וועט מען שוין פארשטיין.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מיר קיין אומאן פון היינט מאנטאג שופטים - פיר וואכן, א גאנצע פליגער תלמידי היכל הקודש. יעצט הייסט עס מיר וועלן זיך אפשטעלן אין פוילן אין ליזענסק ביים הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, און פון דארט וועלן מיר פארן צום רבי'ן. קויף דו אויך א טיקעט און קום צום רבי'ן; זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן - קוקט מען נישט אויף געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#29 - קויף נישט אייגענע מאשינען צו דריקן די גליונות
הדפסה, גליון, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


קויף נישט אייגענע מאשינען צו פרינטן די גליונות, אפילו עס מאכט זיך וואכן וואס די גליונות ווערן פארטיג שפעטער און די בית הדפוס וויל שוין נישט דרוקן - ווילסטו קענען אליין דרוקן.


ענדערש זאל נישט זיין קיין גליונות און עצתו אמונה פאר די וואך, ווי איידער טשעפען דעם בית הדפוס.


פון וואו זאל איך קענען באצאלן די איינגעשטעלטע פון בית הדפוס אז אלע וועלן דרוקן פאר זיך...? און אז מען וועט מער נישט נעמען ביים בית הדפוס ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' – וועל איך דארפן פארמאכן, חס ושלום.


ענדערש זאלסטו רעדן צו די מתנדבים וואס ארבעטן לשם שמים אן קיין געלט, זיי זאלן זיך צואיילן מיט די גליונות, אז עס זאל זיין גרייט זונטאג אז מען זאל דאס קענען דרוקן אינעם בית הדפוס קרית ברסלב ליבערטי.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט – זאלסטו זאגן די ווערטער.


 

#28 - מיר וועלן איבערלאזן אין אומאן אלע פעקלעך צרות און יסורים
שטעטל, אומאן, ראש השנה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מיר פארן שוין נאך אביסל קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, דארט וועלן מיר זיך אויספאקן אלעס וואס איז אריבער די יאר און פון די פארגאנגענע יארן, מיר וועלן איבערלאזן אלע פעקלעך צרות און יסורים, און אהיימברענגען ישועות און רפואות.


איך געב יעדן אינדערפרי א שיעור גמרא, איך האב געמיינט אז דורכאויס די זומער וואכן וואס איך בין מיט ענק אין שטעטל – וועסטו קומען, למעשה פאר איך שוין אהיים נאך אפאר וואכן און איך זע דיך נישט; דו וואלסט זיך מחי' געווען אנצוהייבן די טאג מיט א בלאט גמרא און חיזוק פון רבי'ן.

#27 - לאזט אייך נישט נארן
סדר דרך הלימוד, דף גמרא, פארנארן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה", מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", ער פאפט אויס אלעמען, יעדן דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט.


"כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, נאך אביסל ענדיגן מיר האלב ש"ס. איך קלער צו מאכן אונזער שבת התוועדות - פאר די אלע וואס העלפן ביי די קאמפיין - שבת פרשת וירא. עס קומט אויס פרייטאג, דער סיום אויף מסכת קידושין, ווען מען ענדיגט האלב ש"ס.


עס איז אזוי אינטערעסאנט, נישט לאנג צוריק זענען מיר אלע געזיצן ביים סיום הש"ס און מיר האבן אלע מקבל געווען מיר גייען יעדן טאג לערנען די הייליגע גמרא, און שוין ענדיגן מיר האלב ש"ס.


לערן יעדן טאג די הייליגע גמרא, און אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאג די ווערטער. דער רבי זאגט מען דארף נשט פארשטיין וואס מען לערנט דער עיקר דארף מען זאגן די ווערטער פון די תורה (שיחות הר"ן, סימן עו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#26 - דאס גרויסקייט פון א איד מעסט מען לויט ווי אזוי ער דערהאלט זיך
אמונה, התחזקות, קשיות, דף גמרא

 בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויפיל איך וועל דיר שרייבן - זע איך אז מען דארף נאך און נאך שרייבן, ווייל לפי וואס עס גייט אריבער אויף אונז, די נסיונות זענען אן א שיעור און מען פאלט כסדר אין חלישות הדעת - דארף מען האבן כסדר נאך און נאך חיזוק.


מוהרא"ש האט דאס גע'חזר'ט מיט אונז הונדערטער און טויזנטער מאל, אז דאס גרויסקייט פון א איד מעסט מען לויט ווי אזוי ער דערהאלט זיך און האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן.


לערן א בלאט גמרא. מיר האבן יעצט אין די גמרא (גיטין נא) די סברה אז א מענטש קען נישט זיין קיין כופר הכל, אבער מודה במקצת - דאס געפינט מען יא ביי מענטשן; ער גלייבט אודאי אינעם אייבערשטן, אבער ער נעמט פאר זיך אויך עפעס קרעדיט, זאגט די תורה אן עצה, ער זאל שווערן, דאס טוט מען מיט א ספר תורה און תפילין; גיי צו די תורה, לערן תורה און טו אן תפילין - וועסטו שוין זיין א מודה הכל, אז דער אייבערשטער טוט אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - דיין בחור וועט זיך פירן פונקט אזוי ווי דו פירסט זיך יעצט
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, דף גמרא, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווילסט וויסן ווי אזוי דיין בחור וועט זיך פירן, וואס פאר א טעלעפאן ער וועט האבן אין טאש? קוק אין שפיגל, אזוי ווי דיר; ווי אזוי דו פירסט זיך - אזא טעלעפאן, מיט אזעלכע ווערטלעך, אלעס אלעס, פונקט אזוי, מיט פראצענט - וועלן זיי זיין, דעריבער האב שכל, טו זיך אליין א טובה און לאז אפ די שטותים.


זאלסט נישט קומען מיט טענות: 'מיין זון קוקט מאוויס', 'מיין זון קוקט סטעטוס', 'מיין זון איז פאר'כישופ'ט צום טעלעפאן וכו' וכו'' ווייל אזוי גייט עס, "כְּאִמָּה בִּתָּהּ" (תנחומא וישלח, ז), אזוי ווי די מאמע - אזוי איז די טאכטער, און אזוי ווי דער טאטע - אזוי איז דער זון.


היינט ראש חודש תמוז, ווען מיר קומען שוין נענטער צום סוף יאר, מיר גרייטן זיך שוין צום רבינ'ס ראש השנה - מאך די ריכטיגע החלטה, לאז אפ די געטשקע, גיי ארויס פון דיין גלות.


נעכטן שרייבט מיר א ווייבל ווי ביטער עס איז איר, זי איז פארקנעכטעט צום טעלעפאן, זי האט נישט קיין געדולד פאר גארנישט; נישטא קיין וועש, נישטא קיין קינדער, נישטא גארנישט, נאר מאוויס; זי וויינט זי וויל ארויסגיין פון איר תפיסה, זי קען נעבעך נישט, סיי זי, סיי איר מאן, ביידע זענען ארעסטירט ביי די נישט גוטע.


א אינגערמאן פון אנשי שלומינו פון בארא פארק זאגט מיר: "איך בין ארויס פון מיין תפיסה, איך האב אוועק געווארפן דעם געטשקע; עס איז מיר געווען ביטער שווער, צוויי וואכן האב איך געמיינט איך ווער משוגע פון זיין יעדע רגע צוגעקלעבט צום וואטס-עפפ, אבער יעצט בין איך אן אויסגעלייזטער מענטש, איך האב אסאך צייט; איך האב צייט צו לערנען, איך קען טראכטן, איך הער מיין ווייב רעדן צו מיר, איך הער מיינע קינדער'ס ווערטלעך, און אזוי ווייטער".


נעם א גמרא און לערן דעם בלאט, זאג די ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#24 - ארבעט נישט צו האבן געלט צו קענען גיין אויף וואקאציע
כולל, חינוך הילדים, תהלים, שטעטל, סיום, משניות, פרנסה, היכל הקודש, וואקאציע, דרך הלימוד, קאנטרי, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט האט מיך א אינגערמאן אין שטעטל איינגעלאדנט ביי זיך אין שטוב צו א סיום אויף הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; איך בין געזיצן ביי די סיום און אזוי הנאה געהאט, איך האב באקומען פרישע כוחות. איך האב געזאגט ביי די סיום, מענטשן פרעגן כסדר 'וואו איז די שטעטל?' מען זוכט עפעס צו זען; וואס איז שייך צו ווייזן? וואס איז שייך צו זען? ביימער איז דא אין יעדע פלאץ; דא איז די שטעטל! דער שטעטל איז זען אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה און זענען דבוק צום אייבערשטן, דבוק צו די הייליגע תורה.


ביי דער סיום האבן זיך באטייליגט די זיידעס, אויך הרב רבי דניאל שליט"א. מיר האבן געהאט שיינע שיחת חברים, פון די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן אין די חדר פון היכל הקודש, מיר האבן דעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר קענען לערנען וואו מיר זענען; אין שטאט, אין קאנטרי, נישט משנה וואו מען געפינט זיך, און די רחמנות אויף די וואס האבן נישט דעם וועג צו לערנען; יעדע מינוט האט מען אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען, און די אינגעלייט און בחורים אין די קאנטריס זוכן אזא בוים צו לערנען, נאך אפאר מינוט שלעפט מען דעם טיש אויף א צווייטע פלאץ, ביז מען איז מחליט 'אפשר גיין אין אן אנדערע קאנטרי?' מען גייט און מען קומט, און מען קומט און מען גייט, און אזוי גייט אריבער דאס לעבן אן אפילו ענדיגן איין מאל ששה סדרי משנה, איין מאל ש"ס, און אפילו איין מסכתא.


נאך א שיינע זאך האב איך געהאט נעכטן, א ווייבל פון שטעטל שרייבט א בריוו אז זי האט נעכטן מסיים געווען די הונדערט'סטע מאל ספר תהילים; דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, דאס איז די שטעטל; זען ווי מען לעבט מיט תכלית, מען לעבט באקוועם, יעדער האט זיין הויז, זיין געזינדל, און דאס פלעכט מען אינאיינעם מיטן באשעפער; דער מאן מיטן משניות און דאס ווייבל מיטן תהילים, דער מאן מיטן טלית ותפילין און דאס ווייבל מיט אויפציען א שטוב מיט אמונה, מיט שמחה.


איך האף שוין אנצוהויבן שיעורי התחזקות יעדע נאכט; ביז דערווייל איז דער פלאץ נאכנישט געווען גרייט, איך האף צום אייבערשטן, אדער היינט אדער מארגן - וועט שוין זיין די טעגליכע שיעורים יעדע נאכט אום אכט דרייסיג.


ארבעט נישט איבער דיינע כוחות אז דו זאלסט קענען האבן געלט צו גיין אויף וואקאציע, זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט; צעטייל די וואקאציע אויף אביסל יעדן טאג, נאך פינף אזייגער אדער זעקס אזייגער - גיי אהיים אויף וואקאציע, דארפסט נישט צעטיילן די קינדער, זוכן טובות פון אנדערע; האלט די קינדער מיט דיר, רעד מיט זיי, הער זיי אויס; זייערע מעשה'לעך, חכמה'לעך, און נעם וואקאציע; נעם דיין משניות, זיץ אונטערן בוים און זאג נאך א פרק און נאך א פרק, און ווען דו ווילסט זיך אפרוען - רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאנק און לויב, און ווען דו ווילסט זיך שוין אפרוען פון התבודדות - גיי צוריק צום משניות און גמרא.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין בית המדרש אשר בנחל, מען האט געגאסן די מקוה. דער דיין מיט די כולל אינגעלייט וועלכע האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען דארט געווען און געזען אז אלעס זאל זיין כשר וישר, די אינגעלייט האבן דאס געגאסן, איך האלט שוין נישט חשבון די וויפלטע מקוה מען האלט שוין.


אינדערפרי איז דא דער שיעור אונטן אין וואלד ביי די בחורים, מען לערנט אינאיינעם א בלאט גמרא; עס איז אזוי מחי'דיג, אזוי געשמאק; לערן דו אויך דעם בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - זייער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים
חברים, צדיקים, תמימות, התנגדות, דף גמרא, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך האבן מיר די פרשה פון קרח; עס כאפט א פחד, א שרעק - ווען מען איז מעביר סדרה, מען לערנט חומש רש"י; וואס גייט פאר? אויף וועם רעדט מען? אויף וועם קריגט מען? און ווער זענען די וואס קריגן? גרויסע מענטשן! גרויסע רבנים! וואס טוט זיך דא?!


מיר דארפן אבער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים. איך בעט דיר זייער, ווער נישט נאכגעשלעפט מיט קרח, קריג נישט אויף צדיקים, רעד נישט אויף קיין צדיקים, און זיכער נישט אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט און אריינברענגען קדושה וטהרה אין אידישע קינדער.


לצים זענען דא איבעראל, לצים איז נישט קיין נייע זאך; דו זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די אינגעלייט וואס האבן אין זיך תמימות, און דיין ווייב זאל אויפזוכן צווישן די פרויען די פרויען וואס לעבן מיט תמימות; ביי זיי איז א ווארט פון רבי'ן - א ווארט, זיי גייען מיט תמימות נאך די וועג פון צדיקים, און מיט זיי זאל זי זיך באפריינדן.


כאפ אריין א בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו בלי הבנה; דאס וועט דיר בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד
הפצה, שטעטל, יראת שמים, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר; פון דיין יראת שמים, פון דיין דרך ארץ און התמדת התורה. איך הער צוריק זייער שיינע גרוסן פון אינגעלייט אין שטעטל; סיי פון די מלמדים און סיי פון בית המדרש - אז דו פירסט זיך ווי א דערוואקסענער, מיט גוטע מידות.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט זיין שטארק מיטן בלאט גמרא יעדן טאג. גיי צום שיעור, און עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די יונגערע קינדער וואס קומען צום שיעור; אדרבה, זאלסט פארגינען די קינדער אין שטעטל אז זיי קומען אויך צום שיעור און אז זיי גייען אויך הפצה.


יעצט זומער וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין שטעטל, זיין דארט ביז די הייליגע טעג, איך האף צום אייבערשטן אז מיר וועלן קענען אינאיינעם זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות. איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, איך האב צוגעזאגט פאר דיינע עלטערן נאך יארן צוריק, אז זיי וועלן מיר העלפן מיט די סקול בית פיגא און איך וועל דיך מחזק זיין צו זיין אן ערליכער איד.


גיי התבודדות יעדן טאג צווישן די גראז און ביימער, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיין פרייליך און צופרידן און אים דינען אן אויפהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מאך נישט משוגע דיין ווייב צו גיין אנגעטון פראסט
צניעות, סקול, שלום בית, מנין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין אנגעטון איידל; שלעפ איר נישט אראפ, מאך איר נישט משוגע צו גיין אנגעטון פראסט.


עס איז גוט פאר איר און פאר דיר אז זי ארבעט אין אונזער סקול, אין בית פיגא; אבער מיר קענען נישט זיין פארנומען מיט אירע קליידער, מיר דארפן אז אלע אונזערע ארבעטערס זאלן וויסן ווי אזוי צו קומען אנגעטון שיין איידל.


זיי איר מחזק זי זאל גיין אנגעטון ווי אלס מיידל, איידל און שיין, שלעפ איר נישט אראפ; חס וחלילה אז די ווייב ווארפט אוועק פון זיך די שיינע מידה פון צניעות, דאן צעפאלט די גאנצע שטוב.


זיי שטארק מיט דאווענען אין שול די דריי תפילות און אויך מיט די בלאט גמרא; דאווען די דריי תפילות אין שול און לערן א בלאט גמרא אין שטוב, דאס וועט דיך העלפן אין אלעס, ברוחניות ובגשמיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - א בלאט גמרא וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק
שמירת עינים, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין; דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו זיך היטן דיינע אויגן אין גאס, וועסטו האבן א גוט לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.


 

#19 - כאפ זיך אן אין די הייליגע תורה
לימוד התורה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


כאפ זיך אן אין די הייליגע תורה, לערן יעדן טאג די הייליגע גמרא, לכל הפחות א בלאט גמרא בכל יום, און זיי שטארק מיט אמונה. זארג נישט, דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


פון דיין ראש ישיבה


 

#18 - די הייליגע גמרא וועט דיר עפענען די טירן פון גן עדן
גמרא, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קוק נישט אויב דו פארשטייסט יא אדער נישט, דו לערן כסדרן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו).


די הייליגע גמרא וועט דיר עפענען די טירן פון גן עדן, וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר.


פון דיין ראש ישיבה


 

#17 - זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען
בית המדרש, לימוד התורה, דאווענען, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד דעם הייליגן יום טוב שבועות זאלסטו זיך מקבל זיין צוויי זאכן:


איינס, גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות.


צוויי, לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ליבער ברודער, זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האב דיך זייער ליב.


 

#16 - וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן
שלום בית, קעמפ, סיום, טעלעפאן, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן סיום מסכת כלאים ירושלמי, און מזל טוב פארן מארגנדיגע סיום מסכת סוטה, און די גרעסטע מזל טוב פארן אנהייבן מסכת גיטין; יעצט בזמן וואס מען גרייט זיך אויף קבלת התורה - הויבסטו אן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


שבועות וועל איך זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין קרית ברסלב, איך וועל דאווענען אלע תפילות אינעם בית המדרש אויף האשקי גאס.


אויך אם ירצה ה' זומער הבא עלינו לטובה וועל איך זיין מיט די בחורים אין שטעטל; די יאר הויבט זיך אן די קעמפס מיט א וואך פריער, מען הויבט אן פרשת חקת בלק. איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו געבן שיעורים במשך די זומער וואכן אין 'היכל ראזענבערג'.


איך האב געמאכט א נייע זאך אין ישיבה, איך וויל דו זאלסט וויסן, מען קען נישט קומען אין ישיבה נאר מיט א ריינעם טעלעפאן. איך בעט זיך שוין ביי די בחורים א לאנגע צייט, יעצט האב איך געדארפט טון למעשה, איך האב געדארפט אוועק שיקן סיי בחורים און סיי אינגעלייט וואס דרייען זיך דא אין ישיבה; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך שרייב דיר דאס פאראויס, זאלסט וויסן אז איך מיין דיך אויך; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך האב נעכטן געשמועסט ביי די שיעור מיט די בחורים, זיי זאלן וויסן, וואס דיין ווייב וועט נאר פרובירן צו טון זי זאל זיין אינטערעסאנט פאר דיר, ווי אזוי זי וועט זיך אנטון, ווי שיין זי וועט זיך מאכן - וועט זי נישט קענען קאמפיטן מיטן טעלעפאן. אז דו וועסט האבן א טעלעפאן וועט דאס זיין מער אינטערעסאנט, און זי וועט ווארטן זאלסט געבן א בליק אויף איר און איר געבן אויפמערקזאמקייט, די שטוב וועט צעפאלן.


וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן, ער איז צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#15 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#14 - לערן יעדן טאג דעם דף גמרא, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג די דף גמרא היומי - וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#13 - כל זמן איינער הערט אויס דיין שיעור, זאלסטו ווייטער פארלערנען
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרשות, אומאן, בית המדרש, לימוד התורה, תכלית, דף גמרא, שיעור

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אויפהערן פארלערנען וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען תורה מיט אנדערע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:) אויפן פסוק (משלי לא, כו): "וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז דאס תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ, זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט אנדערע, בפרט ווען מען לערנט פאר אנשי שלומינו, ובפרטי פרטיות אז מען לערנט פאר דעם דף גמרא - דאס איז זייער א חשוב'ע זאך; איז א שאד דו זאלסט דאס אפלאזן.


דאס אז דו האסט קוים מענטשן וואס קומען צום שיעור; וואס איז אן אונטערשייד וויפיל מענטשן עס קומען? כל זמן דו האסט אפילו איינער וואס קומט און הערט זיך צו צום שיעור - איז שוין אלעס כדאי. איך לערן פאר יעדן טאג דעם דף גמרא, דאס איז שוין דער צווייטער מחזור אין ש"ס וואס איך לערן פאר. מיר איז נישט קיין נפקא מינה וויפיל אידן זיצן ביים שיעור, דאס איז ביי מיר פון מיינע חשוב'סטע זאכן. אויך בין איך מחזק מיינע זון זיי זאלן אלע פארלערנען יעדן טאג דעם דף גמרא. אזוי האבן געטון אלע גדולי ישראל, איך מיין דו זאלסט דאס נישט אויפגעבן.


איך האב געהאט כמה וכמה תלמידים וואס איך האב זיי געבעטן פארצולערנען יעדן טאג דעם דף, למעשה - זע איך - איז דא אויף דעם א גרויסער נסיון. אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "דער יצר הרע וועט אלעס לאזן טון, נאר נישט לערנען גמרא, ובפרט דעם בלאט גמרא פונעם טאג".


בפרט ווען איך באקום צוריק אזעלכע גוטע גרוסן פון די אינגעלייט, זיי זענען זיך מחי' מיטן שיעור. זאלסטו זיך מתבודד זיין אויב איז ריכטיג דאס אפצולאזן.


ובנוגע אז דו קוקסט זיך פאר, דו לייגסט אריין אזויפיל כח און עס נעמט דיר אוועק אסאך צייט פון לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; זאג איך דיר, עס איז כדאי וכדאי, ווייל לערנען מיט אנדערע - איז גאר חשוב ביים אייבערשטן, און זיכער ווען מען וויל אוועק שטעלן א בית המדרש על שם רבינו, מחזק זיין אינגעלייט און בחורים, און ווען איינער וועט דארפן גאר וויכטיג חיזוק - וועט ער האבן וואו צו גיין הערן אפאר גוטע ווערטער.


בנוגע תכלת; טו אן אויף דיין טלית קטן, דאס וועט נישט שטערן וכו'; מענטשן זעען נישט דעם טלית קטן.


בנוגע דיין טאטע שליט"א וכו'; אוודאי וועט אים דער רבי מתקן זיין, ווייל ווער עס נעמט א חלק אין פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - ווארט אים אפ א גרויסער שכר און האט א חלק אין די גאולה.


 

#12 - שיך לכבוד פסח אין שטעטל פאר אכציג פראצענט דיסקאונט
חברים, צדקה, שטעטל, פסח, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זיי מודיע אז מען וועט קענען קויפן ביי דיר שיך לכבוד פסח פאר אנשי שלומינו פון שטעטל פאר אכציג פראצענט דיסקאונט. א שיך וואס קאסט צום ביישפיל הונדערט פינף און צוואנציג וועט מען קענען קויפן ביי דיר פאר פינף און צוואנציג דאלער, איך וועל דיר געבן די איבריגע הונדערט פאר יעדע פאר שיך.


די יאר וועט זיין די ערשטע יאר, איך האף צום אייבערשטן דאס צו קענען טון אלע יארן; לאמיר אנהויבן מיט מענער שיך פאר בחורים און אינגעלייט.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי שטארק צו לערנען בקביעות מיט א חברותא דעם בלאט גמרא; דער טאג און דער וואך און דאס לעבן איז גאר אנדערש ווען מען לערנט א בלאט גמרא.

#11 - לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, וועסטו מיר מאכן נחת
ראש ישיבה, נחת, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר מיין ליבער זון, לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג - וועסטו מיר מאכן נחת; פאר מיר און פאר מאמי תחי'.

#10 - אמונה היילט אויס פון די אלע שווערע פיין וואס פייניגט דעם נפש
פחדים, שמחה, אמונה, סדר דרך הלימוד, סיפורי צדיקים, חומש רש"י, מעביר סדרה, דף גמרא, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עצה פאר פחדים, ענקזייעטי וכו' - איז אמונה, נאר אמונה היילט אויס פון די אלע שווערע פיין וואס פיינייגט דעם נפש.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה. דא רעדט דער רבי פון אלע סארט גייסטישע פראבלעמען, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק אין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


לערן אביסל חומש. טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך; זונטאג זאלסטו לערנען חומש, תרגום מיט רש"י - ביז שני, מאנטאג זאלסטו לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, א בלאט גמרא איז לעבן. ווען מען לערנט גמרא שפירט מען טעם גן עדן; אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, אפילו נאר זאגן די ווערטער - איז טעם גן עדן.


מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל געלערנט גמרא, און אינמיטן לערנען האט ער איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - איז דאס די גרעסטע גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וואו איז דער גן עדן?
פחדים, שמחה, אמונה, שבת קודש, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, חומש רש"י, מעביר סדרה, דף גמרא, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די עצה פאר פחדים, ענקזייעטי וכו' - איז אמונה, נאר אמונה היילט אויס פון די אלע שווערע פיין וואס פיינייגט דעם נפש.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה. דא רעדט דער רבי פון אלע סארט גייסטישע פראבלעמען, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק אין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


לערן אביסל חומש. טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך; זונטאג זאלסטו לערנען חומש, תרגום מיט רש"י - ביז שני, מאנטאג זאלסטו לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, א בלאט גמרא איז לעבן. ווען מען לערנט גמרא שפירט מען טעם גן עדן; אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, אפילו נאר זאגן די ווערטער - איז טעם גן עדן.


מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל געלערנט גמרא, און אינמיטן לערנען האט ער איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - איז דאס די גרעסטע גן עדן.


מארגן וועט אם ירצה ה' זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור. קום זיך מחזק זיין מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק, וועסטו האבן אן אנדערע שבת, דו וועסט זיין פרייליך שבת נאכן הערן די שיינע חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.