בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#47 - לאז נישט דיין זון דרייוון אן לייסענס
דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס איז מיט דיר, דו געבסט דיין קאר צו דרייוון אין שטעטל פאר דיין בחור וואס האט נישט קיין לייסענס? דאס איז דאך קעגן די געזעץ און עס איז דאך סכנת נפשות, און דו זאגסט נאך א ליגנט אז איך האב דיר געזאגט אז דו מעגסט דאס טון; דאס איז נישט אמת, עס איז א גרויסע סכנה און א חילול השם.


געב אכטונג אויף די לעבן פון דיין קינד און אויף אונזערע קינדער.

#46 - הלואי זאלן די אינגעלייט אין שטעטל העלפן די מוסד מיט מסירות נפש
סקול, מוסדות, שטעטל, פרנסה, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו פירן א באס; די מוסד ווערט גרעסער, איך דארף האבן נאך דרייווערס, און אזוי ווי מיר מוטשען זיך זייער צו קענען צאלן די איינגעשטעלטע - איז נישט קיין עסק פאר די מוסד צו אויפנעמען נאך און נאך איינגעשטעלטע, וויל איך אז די מלמדים זאלן קענען אויך פירן קינדער אינדערפרי און אהיים טראגן ביינאכט.


הלואי זאלן די אינגעלייט אין שטעטל זיין ווארעם צו העלפן די מוסד מיט מסירות נפש, אזוי ווי ווען מיר האבן געעפנט די מוסד מיט יארן צוריק, ביידע מנהלים, סיי ר' אברהם משה דער מנהל פון ישיבה, און סיי ר' מרדכי דער מנהל פון תלמוד תורה - ביידע האבן געארבעט פאר די חדר יארן לאנג אן קיין געהאלט. אויך האברך הלל נרו יאיר, ער האט געטראגן און געברענגט די קינדער פאר א לאנגע צייט, צו העלפן בויען די מוסד. אזוי קען איך דיר אויסרעכענען צענדליגער נעמען פון אינגעלייט וואס היינט זענען זיי שיינע בעלי בתים, זיי פירן שיינע געשעפטן - נאר פארן העלפן אויפשטעלן די ברסלב'ער אימפעריע אין אמעריקע.


ווייז דעם בריוו פאר דיין שוואגער ..., אויך פאר ..., אפשר ווילן זיי מאכן איין אדער צוויי טריפס יעדן טאג מיטן שאטל צו ברענגען די טיטשערס אין סקול בית פיגא? אפשר קענסטו אויפהענגען דעם בריוו אין שול און אונטערשטרייכן די ווערטער: הלואי זאלן אינגעלייט זיין ווארעם, קומען אין אפיס פרעגן 'וואס קען איך העלפן? וואס קען איך טון פאר די חדר? פאר די סקול? פאר די ישיבה קטנה?'


איך פאל פון די כוחות, איך קען נישט אלעס אליינס מאכן און טון. דער אדמיניסטראטאר וויינט צו מיר, ער קען נישט צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, עס קומט אויס יעדע צוויי וואכן אכציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע.


וואלטן אלע אינגעלייט געוואלט בויען א חדר פאר זייערע קינדער, א סקול, א ישיבה, פאר די אייגענע קינדער - וואלטן מיר זיך געקענט העלפן.


איך האף דו וועסט טון וואס איך זאג דיר און שוין אנהויבן מאכן לייסענס צו קענען פירן א באס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - מען טאר נישט פארן שנעל, און נישט האלטן דעם טעלעפאן ביים דרייוון
ריינקייט, שטעטל, שלום, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל נאכאמאל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן זייער אכטונג געבן נישט צו פארן שנעלער ווי מען מעג, און אויך נישט האלטן דעם טעלעפאן ווען מען דרייווט. איך וויל בעטן בכלליות, און בפרטיות אין שטעטל, מען זאל האלטן די געזעץ, מען זאל נישט פארן שנעל און נישט האלטן דעם טעלעפאן ביים דרייוון, און אויב מען זעט איינעם פארן שנעל זאל מען יענעם פארהאלטן, ווייל אויב מען פאלגט נישט די געזעץ קען מען הרג'ענען מענטשן השם ישמרינו, די וועגן אין שטעטל זענען געדרייט און שמאל, מען דארף פארן זייער פארזיכטיג.


אויך בעט איך אלע איינוואוינער פון שטעטל צו האלטן זויבער ארום די שטוב און אכטונג געבן די מיסט זאל זיין גוט פארפאקט, עס זאל זיין זויבער און ריין.


בעט איבער יעדן איינעם פון אנשי שלומינו, ווייל נאר דורך שלום מאכט מען רוען די שכינה הקדושה, און אויב מען קריגט זיך, מען האט זיך פיינט - פארטרייבט מען די שכינה הקדושה פון די פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#44 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#43 - געב אכטונג פון אלקאהאל
סכנה, דרייוון, לימוד התורה, משקה המשכר, דאווענען, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט די מנהג וואס דו האסט זיך צוגעוואוינט, צו מאכן א לחיים נאכן דאווענען אויף ברוינפן.


אויך קען דאס זיין א סכנה. אז דו וועסט טרינקען איין גלעזעלע און נאך א גלעזעלע און גיין ארבעטן; דרייוון א קאר - קענסטו חס ושלום אראפקלאפן אדער הרג'ענען, און מען וועט דיך לייגן אין תפיסה.


ריר נישט אן קיין אלקאהאל, ברוינפן; מאך א לחיים נאכן דאווענען אויף א פרק משניות, א בלאט גמרא, א קאפיטל תהילים.


יעצט קומט פסח, דארפן מיר בעטן מיר זאלן זוכה זיין צום פסח, צו די קדושה פון פסח און צו אמונה.


 

#42 - ווער עס זאגט תהילים וועט נישט זיין דורשטיג אין הימל
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים; איר זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים און אויך זאגט איר תיקון הכללי. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה) תהילים איז א גוטע טרונק פאר די נשמה, און ווער עס זאגט תהילים וועט נישט זיין דורשטיג אין הימל נאכן אוועקגיין פון די וועלט (שיחות הר"ן, סימן כג).


בנוגע וכו'; יעצט ביי די זעכצן יאר איז נישט כדאי צו מאכן לייסענס צו דרייוון, איר האט צייט שפעטער, נאך אייער חתונה זאלט איר פרעגן, איך וועל אייך דעמאלט ענטפערן.


שטארקט זיך מיט כיבוד אב ואם, איר האט טייערע עלטערן, זיי זענען זייער וואוילע מענטשן. איר זאלט זיי העלפן און זיי נאר ברענגען נחת.


 

#41 - עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו דרייוון
כיבוד אב ואם, הפצה, צדקה, דרייוון, מעשר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט מאכן לייסענס צו דרייוון א קאר, עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו דרייוון. דער הייליגער רבי זאגט עס איז גוט צו דרייוון (עיין חיי מוהר"ן, די ערשטע שיחה אין די צווייטע חלק).


געב אכטונג זיך נישט צו רייצן מיט דיינע עלטערן. זיי מכבד דיינע עלטערן, רעד נישט פון די זאך פון האבן לייסענס, ווייל עס לוינט נישט די גאנצע לעבן אויב מען מאכט צער פאר די עלטערן. אז זיי קוקן דאס אן ווי מען פארט אפ פון אידישן וועג - זאלסטו זיך נישט רייצן און זאגן מען מעג יא; מען טאר נישט טענה'ען מיט עלטערן.


קענסט נעמען געלט פון הפצה פאר אלע דיינע געברויכן; יעדן ענדע טאג זאלסטו זיך מאכן א חשבון וויפיל געלט דו האסט געמאכט, נעם אראפ מעשר אזוי ווי מען נעמט אראפ פון א געהאלט; די מעשר געב פאר צדקה און די איבריגע געלט איז דיינס.


זיי ממשיך מיט הפצה, וועסטו אלעס מתקן זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#40 - נישט אוועקגיין פון די מנהגים פון די עלטערן
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, דרייוון, מסורה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו, מיט די פראגע אויב איר זאלט זיך מאכן לייסענס צו פירן א קאר; איר פרעגט וואס איז ריכטיג.


עס איז מיר נישט גרינג צו ענטפערן די פראגע, ווייל פון איין זייט זעען מיר בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש זאגט פאר די פרויען אין יבנאל זאלן דיקא יא אליינס פירן א קאר אלס צניעות, עס זאל נישט צוקומען צו קיין מכשולות פון פארן מיט פרעמדע מענער, איסור יחוד רחמנא לצלן.


פון די אנדערע זייט זאגט איר דאך אז ביי אייערע עלטערן און ביי אייער מאן'ס עלטערן איז דאס נישט אנגענומען, מען קוקט אויף דעם ווי א ירידה אין צניעות.


ווידעראום מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקגיין פון די מנהגים פון די עלטערן; סיי ווי אזוי די עלטערן גייען אנגעטון און סיי מיט אלע מנהגים.


אויב איז דאס נוגע נאר צוליב וואס איר וואוינט אין שטעטל, איר שפירט זיך איינגעשפארט; וואלט איר געוואוינט אין שטאט - וואלט איר בכלל נישט געטראכט פון פירן א קאר, אי משום הא - איז ענדערש צוריק צו גיין אין שטאט וואוינען.


מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. התבודדות קלארט אויס דעם מענטש, מען ווערט קלאר ווי אזוי צו לעבן און וואס צו טון אין לעבן.

#39 - קויפן נאך א באס פאר די שאטל אז די פרויען זאלן קענען גיין און קומען
חיזוק פאר פרויען, שטעטל, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


אפשר קען מען מאכן עס זאל זיין בעסער צוגעשטעלט די טראנספארטעישן אין שטעטל? די פרויען רעדן זיך אזוי אפ אז זיי האבן נישט קיין וועג צו פארן און קומען, זיי זענען איינגעשפארט אין שטוב, נאכדעם קומען זיי צו מיר פאר א היתר צו דרייוון; איז מיר שוין ענדערש זיי זאלן צוריקגיין וואוינען אין שטאט ווי צו וואוינען אין שטעטל און דרייוון.


איך פארשטיי אז די הנהלה קוקט אלץ ווי מען קען שפארן געלט פאר די מוסד און אזוי דארף טאקע זיין, אבער ווען עס קומט צו וויכטיגע זאכן - קען מען נישט קוקן אויף געלט, מען דארף טון וואס איז ריכטיג.


איך וויל מען זאל קויפן נאך א באס און אויפנעמען נאך א דרייווער אז די פרויען זאלן קענען גיין און קומען, זיי זאלן נישט זיין איינגעשפארט אין שטוב.


איך דאנק דיר זייער פארן מיר העלפן בויען די שטעטל, איך וועל דיר נישט שולדיג בלייבן.


שטעל ארויס א מודעה אז מען זוכט נאך א דרייווער פאר די שאטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - טו די צוויי זאכן יעדעס מאל איידער דו פארסט מיט דיין קאר
תפילה והתבודדות, צדקה, סכנה, דרייוון, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ביסט אריינגעפארן מיט דיין קאר אין א צווייטע קאר - איז נישט די עצה אויפצוהערן דרייוון; קענסט ווייטער דרייוון און דו זאלסט ווייטער דרייוון, און אז דו ווילסט זיין זיכער אז דאס וועט נישט נאכאמאל פאסירן - זאלסטו טון צוויי זאכן יעדע מאל איידער דו פארסט.


ערשטנס, יעדע מאל איידער דו פארסט מיט דיין קאר - זאלסטו זאגן תפילת הדרך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כט:) אליהו הנביא האט געזאגט פאר רב יהודה: "כְּשֶׁאַתָּה יוֹצֵא לַדֶּרֶךְ" ווען דו גייסט אין וועג, "הִמָּלֵךְ בְּקוֹנֶךָ" זאלסטו קודם נעמען רשות פונעם אייבערשטן, זאלסט זאגן תפילת הדרך, "וָצֵא" און נאכדעם זאלסטו גיין; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן תפילת הדרך יעדע מאל מען זעצט זיך אריין אין קאר, אפילו מען פארט נישט ארויס פון שטאט, און אפילו צוואנציג מאל א טאג - זאל מען יעדע מאל זאגן תפילת הדרך, נאר נישט אויספירן די ברכה מיט'ן שם, מען זאל זאגן די ברכה "בָּרוּךְ אַתָּה שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה" - אן די שם; זאלסטו אזוי טון.


צווייטנס, זאלסט געבן צדקה. דער רבי זאגט (ספר המידות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", ווען דו גייסט אין וועג זאלסטו געבן צדקה; אנשי שלומינו האלטן אין קאר א פושקע, און יעדע איינציגסטע מאל איידער מען פארט - לייגט מען א פרוטה אין פושקע און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל צוריקקומען בשלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - רעד צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט לאזן וואקסן א טשופ
בחור, יבנאל, סכנה, מוהרא"ש, דרייוון, בארד און פאות, אמונת חכמים, טשופ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט געהערט די ביטערע נייעס, איינער איז נעבעך אומגעקומען פון פארן מיט א מאטאר-סייקל. דו ווייסט וויפיל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געווארנט אנשי שלומינו אין יבנאל נישט צו פארן מיט א מאטאר ביציקל, ווייל דאס איז סכנת נפשות; אזויפיל מענטשן ווערן גע'הרג'עט פון דעם, כמעט יעדן טאג איז דא הריגות פון דעם.


אז דו לערנסט מיט בחורים אין יבנאל און זיי פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש - דארפסטו רעדן צו זיי דיבורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. זאג זיי, אויב מען פאלגט א צדיק - איז גוט, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער; אלע וואס גייען אין די וועג פון צדיק האבן א גוט לעבן, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער.


אזוי אויך זאלסטו רעדן צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט לאזן וואקסן א טשופ ווי די אומות העולם. זאג זיי וואס איז שיין; שיין איז אפגעשוירן ווי א איד. אזוי ווי מיר זעען, דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער (שיר השירים א, טו): "הִנָּךְ יָפָה רַעְיָתִי" כנסת ישראל, ביסט אזוי שיין; "הִנָּךְ יָפָה" ביסט שיין, "עֵינַיִךְ יוֹנִים" אזוי ווי די אויגן פון א טויב; זאגן די הייליגע חכמים (שיר השירים רבה א, טו): "מַה יּוֹנָה זֹאת מְצֻיֶּנֶת", אזוי ווי א טויב איז אויסגעצייכנט, מען דערקענט א טויב צווישן אנדערע פייגל, "כָּךְ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִין בְּתִגְלַחַת", אזוי אויך זענען אידישע קינדער אויסגעצייכנט מיט די וועג ווי מען שערט זיך אפ די האר, מען לאזט נישט איבער קיין טשופ אזוי ווי די אומות העולם און מען שניידט נישט די פיאות מיט די בארד; לייג אריין אין זיי וואס מיינט שיין, די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן גיין - דאס איז שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - דרייוון די קינדער ווי עס דארף צו זיין
צניעות, מוסדות, אידיש געלט, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען צוויי קאמפלעינס, איינס אויף דיר, אז דו פארסט צו שנעל; די קינדער און די טיטשערס זאגן עס איז סכנת נפשות, זיי קומען אן אינגאנצן אויפגעשאקלט.


די צווייטע איז אויף איינער פון די דרייווערס, אז ער פירט זיך אויף אביסל צו העפליך שקורין היימיש - מיט די מיידלעך. וויל איך דיר בעטן, סיי דו געב אכטונג צו פארן פארזיכטיג, און אויך זאלסטו רעדן מיט אלע דרייווערס זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מיט יראת שמים.


אויך זאלסטו רעדן מיט די בחורים וואס דרייווען, זיי זאלן אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס געלט; אז מען איז מפסיד די ישיבה'ס געלט - טשעפעט מען דעם רבינ'ס געלט.


דער רבי האט אמאל פארטריבן זיין תלמיד רבי שמעון זכרונו לברכה ווייל ער האט מזלזל געווען אין זיין געלט.

#35 - רוף די קינדער מיט שיינע נעמען, "צדיק'ל", "זיסקייט", "ליכטיגקייט"
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער אדמיניסטראטאר האברך ... נרו יאיר האט מיר זייער געבעטן איך זאל צושרייבן צו יעדן איינגעשטעלטער, אויפ'ן פעיראל סטאב - אפאר ווערטער.


אין אנהויב ווען מיר האבן געעפנט די מוסד האבן מיר געהאט געציילטע איינגעשטעלטע, פלעג איך צושרייבן צו יעדן איינעמ'ס געהאלט - אפאר ווערטער; היינט איז די מוסד זיך צואוואקסן, שרייב איך שוין נישט. היינט האט ער מיר זייער געבעטן, וועל איך יעצט נעמען דעם פעדער אין די האנט און צושרייבן פאר פופציג איינגעשטעלטע.


איך טראכט צו מיר, ווי קען איך זאגן אז עס איז מיר שווער, ווען די געטרייע איינגעשטעלטע האבן יא כח אריינצוקומען טאג איין טאג אויס, זיי טוען די ארבעט אזוי געטריי. דו ארבעטסט אזוי געטריי, דו דרייווסט די באס, טראגסט און ברענגסט די קינדער מיט א שמחה, מיט א געטריישאפט, און גלייך פון באס לויפסטו אריין צו די קינדער, דו לערנסט מיט זיי, דו דאווענסט מיט זיי, דו טאנצט מיט זיי, דו לייגסט אריין קדושה ויראת שמים אין זיי, און נאכדעם ווען דו האסט אפאר מינוט - גייסטו בודק זיין דעם עירוב; אשריך ואשרי חלקיך אז דיין מי און פלאג גייט אין גוטע זאכן.


מענטשן פלאגן זיך און מוטשען זיך מיט פלאג און מי וואס בלייבט נישט; זיין א מלמד איז דאך אזוי הייליג, זיין א מלמד איז זייער חשוב.


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין קלאס, די קינדער זאלן ליב האבן צו קומען. לויב אויס די קינדער, רוף זיי מיט שיינע נעמען, צום ביישפיל: "צדיק'ל", "זיסקייט", "ליכטיגקייט"; און אפילו אויב חס ושלום מען פארלירט זיך און מען שרייט אויף א קינד - דארף ארויסקומען א דיימאנט; צום ביישפיל: "זאלסט מיר זיין געזונט", "אוי ביסטו א חכם"; נישט חס ושלום: "דו שוטה", "דו טיפש"; השם ישמרינו.

#34 - א גרויסע מודעה, וואך נאך וואך, מ'זאל נישט פארן שנעל אין שטעטל
שטעטל, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די שטעטל בלעטל וואס דו געבסט ארויס ווערט שענער און שענער. דאס איז געווען מיין חלום; עס וועט קומען א צייט וואס אנשי שלומינו וועלן האבן וואס צו ליינען, אן אויסגאבע אנגעפילט מיט אמונה, תפלה, עצות פון הייליגן רבי'ן.


ביטע לייג אריין וואך נאך וואך א בקשה פאר אנשי שלומינו, מען זאל אכטונג געבן צו פארן שטייט, מיט אחריות - אין די גאסן פון שטעטל.


די שטאטישע באאמטע האבן געלייגט סיינס אז מען קען פארן ביז פערציג מייל א שעה; דאס איז לויט זייער קאפ, אז עס וואוינען דא אלטע מענטשן אנע קינדער, למעשה איז נישט אזוי, מען טאר נישט פארן אזוי שנעל, די גאסן זענען פול מיט קינדער, עס איז ממש סכנת נפשות.


איך האב שוין געבעטן און געשריבן, אבער איך רעד צו טויבע אויערן, מען הערט נישט.


בעט איך דיר, לייג א גרויסע מודעה מיט גרויסע אותיות, וואך נאך וואך, ביז עס וועט אריינגיין אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז דאס איז זייער מסוכן, מען קען הרג'ענען חס ושלום; עס איז שוין אפאר מאל געווען קליינע קינדער אויפ'ן ראוד השם ישמרינו.

#33 - מען דארף זייער אכטונג געבן צו פארן לויט די געזעץ
חסידות ברסלב, שטעטל, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ערשטנס קומט דיר א גרויסן דאנק פאר'ן העלפן בויען די שטעטל, יעדע פינטל וואס מען טוט פאר'ן שטעטל איז זייער חשוב.


געב אכטונג ווי אזוי דו פארסט; טראגן און ברענגען פרויען מיט קינדער איז א גרויסע אחריות, מען דארף זייער אכטונג געבן צו פארן לויט די געזעץ, נישט צו שנעל. דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו פארסט מיט ווערטער אויפ'ן באס "ברסלב", אלע קוקן ווי אזוי דו פירסט זיך, אלעס גייט אויף מיין נאמען, זאלסטו זיין מער פארזיכטיג.


יעדעס מאל דו דרייווסט דעם שאטעל איז דאס הפצה. מענטשן זעען די באס, דעם ברסלב'ער קרוין - דערמאנט מען זיך פונעם אייבערשטן, אלע ווייסן אז ברסלב רעדן צום אייבערשטן. ברסלב מיינט תשובה, ברסלב איז שמחה; זאלסטו אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס נאמען.


זע צו וואטשן דעם באס עס זאל זיין ריין סיי פון אינעווייניג און סיי פון אינדרויסן.

#32 - צוזאמנעמען און דרוקן אלע בריוו איבער חינוך הילדים
חינוך הילדים, מלמדים, ריינקייט, שטעטל, דרייוון, בריוו, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


עס וואלט געווען א גוטע זאך זאלסט זיך ווענדן צום מכון עצתו אמונה זיי בעטן ארויסצוגעבן אלע בריוו וואס איז געשריבן פאר מלמדים און טיטשערס, אזוי וועסטו דאס קענען חזר'ן; דו מיט די אנדערע מלמדים. איר וועט זיך קענען האלטן פריש, איר וועט זען וואס איז די מטרה פונעם חדר, וואס איז דער ציל פון אונזערע מוסדות.


על כל פנים, ווילאנג דאס איז נישטא, קענסטו אליינס צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן און פון דיינע ברידער, אויך דיינע שוועסטערס די טיטשערס; ענקער משפחה פון אנהויב ביזן סוף זענען אלע כהנים גדולים, אלע ארבעטן אין בית המקדש, אין חינוך הבנים והבנות. אפשר וועסטו דאס צאמנעמען, דרוקן און דאס חזר'ן, זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פאר מחנכים, און נאכאמאל זען וואס מיר ווילן דא פון אונזערע קינדער.


שטארק זיך, ברענג אריין א שמחה אין תלמוד תורה. די קינדער אין שטעטל חדר זענען קלוגע לעבעדיגע קינדער, מען דארף האבן אייזערנע געדולד, הלל'ס געדולד צו קענען זיין מלמד.


 איך האב צו דיר איין קריטיק, דו פארסט זייער שנעל אין די גאסן פון שטעטל. מילא פארן שנעל אויפ'ן הויפט שאסיי (היי וועי) - איז איין זאך, און אויך א סכנה, אבער אין שטעטל איז דאך סכנת נפשות; דו קענסט דאך הרג'ענען א קינד.


עס זענען דא אסאך וואס פארן שנעל, ווי חיות, אבער מיינע מלמדים דארפן זיין א ביישפיל פאר אונזער שטעטל. מיינע מלמדים זענען ביי מיר דאס טייערסטע זאך, איך בין מקפיד אז די מלמדים, די מחנכים, די טיטשערס, אלע וואס ארבעטן פאר מיר - זאלן זיין א ביישפיל. גיין שיין אנגעטון, צאמגענומען, ריין און זויבער. אין שטעטל איז דא בלאטע, אלע גייען פארשמירט די שיך, אבער די מלמדים דארפן האבן אין קאר פאפיר זיך שטענדיג זויבערן און זיך האלטן ריין, די קאר זאל זיין ריין. דאס אויפפירונג דארף זיין זייער קלאסיש; אפילו אזא זאך ווי דרייוון שנעלער ווי מען מעג, כל שכן פארן מיט רציחה ווען קינדער גייען, ווייבלעך שפאצירן - איז דאך סכנת נפשות.


ביים סדר נאכט ווען דו וועסט זאגן: "עבדים היינו לפרעה במצרים", זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן וואס איז געווען מיט אונז פאר'ן מקורב ווערן צום רבי'ן, "ועכשיו קרבנו המקום..." זאלסט טאנצן, פאטשן און זינגען.


 

#31 - דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, מדות טובות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב נישט די ווערטער דיר צו דאנקען וואס דו העלפסט מיר אין חדר מיט די קינדער. זייער גוט האסטו געטון היינט, האסט געגעבן צוויי פעטש פאר דעם קינד וואס האט נעכטן געשלאגן, גע'הרג'עט און שיער דערווארגן א צווייטע קינד. עס איז נישט גענוג צו געבן פעטש, דו דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן; א אידיש קינד שלאגט נישט, מען טאר נישט אויפהייבן א האנט אויף א צווייטן איד. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו", אז איינער הייבט אויף זיין האנט צו שלאגן זיין חבר, "אף על פי שלא הכהו", אפילו ער האט אים נישט געשלאגן, "נקרא רשע".


פון איין זייט זאלסטו זען עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר, די קינדער זאלן זיין פרייליך, פון די אנדערע זייט זאלסטו זען עס זאל זיין דרך ארץ, און יראה פאר די מלמדים; א ווארט פון א מלמד זאל זיין א ווארט.


גיי אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, דאנק אים פאר אלע חסדים און בעט אים פאר דיר, פאר דיינע קינדער און פאר דיינע תלמידים.


איין קריטיק אויף דיר, דו פארסט אביסל ווילד אין שטעטל; עס איז סכנת נפשות. אויף דיר איז דאס א קשיא, דו ביסט דאך א מחנך, א באזעסענער מענטש, דו טארסט נישט פארן שנעל.

#30 - עטליכע הדרכות פאר די שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי
שטעטל, שלום, בזיונות, סכנה, בין אדם לחבירו, דרייוון, יום טוב, חול המועד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מעגן קומען חול המועד ענדיגן מיט די וואסער טעסט, עס איז א דבר האבד; שוין אפאר יאר וואס מיר מוטשען זיך צו קענען אויפווייזן פאר די שטאט אז עס איז דא גענוג וואסער אין שטעטל, זיי זאלן לאזן בויען נאך הייזער; יעדעס מאל שלעפט זיך דאס מיט א צווייטע מעשה, יעצט אז זיי ווילן קומען חול המועד - מעגן זיי קומען.


צווייטנס עס איז צורך רבים, אזויפיל משפחות ווארטן פאר דירות צו קומען וואוינען אין שטעטל; אז דו וועסט צושטעלן היינט הונדערט דירות - וועסטו היינט האבן הונדערט פרישע משפחות וואס ווילן קומען וואוינען אין ברסלב, מחנך זיין די קינדער מיט די ברסלב'ער חינוך.


בנוגע גיין צו די טאון בעטן זיי זאלן פאררעכטן די גאסן אין שטעטל, אנפילן די לעכער; יעצט איז נישט כדאי דאס צו טון, יעצט קומט ארויס א טובה פון די גרויסע לעכער, אזוי פארט מען נישט אזוי ווילד; עס זענען דא וואס פארן אזוי שנעל - ממש סכנת נפשות, נאר די לעכער האלט זיי אפ.


א אינגערמאן פרעגט אויב ער קען גיין קלאגן די שטאט נאכדעם וואס זיין קאר האט זיך צעבראכן, די רעדל איז אים אריינגעפאלן אין א לאך; זאג אים אז ער וועט פארן ווילד - וועט מען אים קלאגן, בפרט יעצט ווערט זומער, די קינדער הויבן אן שפילן - איז ממש סכנת נפשות; ענדערש זאלסטו בעטן די שאטאט צו מאכן בערגלעך אפצושטעלן דאס שנעל פארן אז אונזערע קינדער און ווייבער זאלן זיין אפגעהיטן.


אויב דו ווילסט מיר ווייטער העלפן מיט'ן בויען די קהילה נעם איך זיך אויס מיט דיר א תנאי כפול ומכופל, דאס קען נאר זיין אז דו וועסט נישט ווערן באליידיגט פון קיינעם, ווער נישט באליידיגט פון אנדערע; קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, מענטשן טראכטן נישט וואס זיי זאגן און ווי אזוי זיי זאגן דאס, אויב מען ווערט באליידיגט פון יעדע ווארט וואס א צווייטער זאגט - קען מען נישט ארבעטן מיט מיר.


ווען איינער שרייט אויף מיר זאג איך אים גלייך צוריק: "איך האב דיר זייער ליב"; ווען איינער רעדט אויף מיר געב איך יענעם גוטע ווערטער, ווייל נאר דאס פעלט יענעם; וואלט יענער באקומען גוטע ווערטער - וואלט ער נישט גערעדט אויף אנדערע.


זאלסט האבן א פרייליכן פסח.

#29 - אכטונג געבן עס זאל זיין דרך ארץ אויפ'ן באס
סקול, מוסדות, דרך ארץ, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך וויל דיר זייער בעטן, נעכטן איז געווען א שרעקליכע מעשה, בשעת דו האסט אהיים געטראגן די טיטשערס מיט די לערערינס איז א פרוי אראפגעפאלן מיט איר פיצל קינד.


אז עס זענען דא מיידלעך וואס האבן נישט קיין שכל און נישט קיין דרך ארץ, אנשטאט קוקן אויב עס איז דא גענוג פלאץ פאר אלע ערוואקסענע - כאפן זיי א פלאץ פאר זיך, בכלל איז די באס נישט צוגעשטעלט פאר זיי, מען האט דאס צוגעשטעלט פאר די טיטשערס און סעקרעטעריס; זאלסטו אכטונג געבן אז עס זאל זיין דרך ארץ אויפ'ן באס, זאלסט זאגן אז די באס פארט נישט ארויס נאר ווען די מאמעס מיט די פיצלעך קינדער האבן וואו צו זיצן; האב נישט מורא זיך אנרופן צו זיי און זיי הייסן זיך אויפשטעלן און געבן זייער פלאץ פאר מאמעס מיט קינדער.


נעכטן ביים שיעור פאר די גאנצע סטעף האבן מיר גערעדט פון דעם אז יעדער איינער וואס ארבעט אין מוסד איז א מחנך, אפילו מען איז נאר א מענידזשער אדער א באס דרייווער - דארף מען אויפבויען די קינדער, זיי מחנך זיין מיט גוטע מידות.


איך וועל באזונדער שרייבן פאר די טיטשערס זיי זאלן רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין דרך ארץ'דיג.

#28 - שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א גוט מארגן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין כתה, אויך אין די גאנצע תלמוד תורה, און אויך א שטארקע דיסציפלין.


מלמדות איז א חכמה, די חכמה איז עס זאל זיין סיי דרך ארץ און סיי פרייליך; די מלמדים וואס ווארפן א שטארקע פחד און שרעק - די זענען נישט קיין גוטע מלמדים, און די וואס לאזן אלעס אויף הפקר - די זענען בכלל נישט קיין מלמדים; די חכמה איז ביידע אינאיינעם, סיי פרייליך און סיי דרך ארץ, אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; אלע בחורים האבן ליב די ישיבה, עס איז א לופטיגע מצב, און פון די אנדערע זייט איז דא א שטארקע יראה און דרך ארץ.


ווען דו דרייווסט זאלסטו האלטן דיינע אויגן אפן, קוקן וואס טוט זיך אויפ'ן באס, די קינדער זאלן זיין ערליך; ווען דו זעסט קינדער בייגן זיך אראפ ביי א ווינקל, עס זעט אויס פארדעכטיגט - זאלסטו דאס איבערגעבן פאר די מלמדים.


אויך זאלסטו געבן א ריזיגע שמייכל פאר יעדן קינד, שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א "גוט מארגן!" דאס איז זייער געזונט און וויכטיג פאר קינדער, ווייל אסאך קינדער כאפן אזעלכע קולות און יללות פאר זיי קומען אין חדר און אין סקול. ביי א טייל משפחות שטייט מען אויף נאך די לעצטע מינוט און מען טרייבט ארויס די קינדער פון שטוב אזוי ווי מען טרייבט בהמות און חיות ה' ישמרינו; דארף מען געדענקען צו געבן א שמייכל מיט א גוט מארגן פאר יעדן באזונדער.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך פריי זיך צו האבן אזא גוטער סאלדאט ווי דיר אין מיין ארמיי.

#27 - איך דאנק דיר פאר'ן דרייוון די שאטל אין שטעטל
ניגונים, שטעטל, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר'ן דרייוון די שאטל.


עס קען זיין דו שפירסט זיך אומעטיג ביים דרייוון, עס איז דא גאנצע שעות וואס דו פארסט ארום און ארום די שטעטל ליידיג, דו שפירסט זיך ווי דו טוסט גארנישט; זאלסטו וויסן אז דו טוסט יא, ביי מיר טוסטו אסאך; איך וויל זייער שטארק עס זאל זיין א שאטל פאר די משפחות צו קענען קומען און גיין, דו העלפסט מיר בויען דעם שטעטל.


זיי זיך מתבודד, צינד אן ניגוני אמונה; אויפ'ן שאטל קענסטו אנצינדן נאר ערליכע ניגונים.


 

#26 - עס בלייבט נאר וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער
מוסדות, דרייוון, חסד, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד מיט'ן טראגן און ברענגען די קינדער צו חדר און צו סקול.


עס גייט אריבער די לעבן, וואס בלייבט? וואס נעמט מען מיט? דאס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן, פאר אידישע קינדער; דאס וועט בלייבן מיט אונז.

#25 - העלפן מוסדות התורה איז א זאך וואס בלייבט לנצח נצחים
מוסדות, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט די טראנספארטעישן אין שטאט.


דיין זכות איז זייער גרויס; העלפן מוסדות התורה איז א זאך וואס בלייבט לנצח נצחים, כל שכן, אויפבויען מסודות על שם רבינו וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט אמונה פשוטה, התבודדות, תפילה ויראת שמים; דאס וועט בלייבן פאר דיר און פאר דיינע דורות.


רוף צוזאם אלע בחורים וואס דרייוון היינט נאכט ביי מיר אין שטוב, איך וויל זיי מחזק זיין און הערן וואס מען קען בעסער מאכן.


 


 

#24 - זע אכטונג צו געבן אויף די ווען, אויפ'ן רבינ'ס געלט
מוסדות, אידיש געלט, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן דרייוון די קינדער פון בארא פארק צו חדר אין צו סקול.


זע אכטונג צו געבן אויף די ווען, אויפ'ן רבינ'ס געלט, און אז דו זעסט זאכן וואס מען דארף פאררעכטן – זאלסטו מיר זאגן, איך דארף וויסן אלעס וואס איך קען בעסער מאכן.


דער רבי בלייבט נישט שולדיג, דער רבי באצאלט אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.


 


 

#23 - א שאד דו קומסט נישט אין ישיבה הערן די שיעורים
מוסדות, דרשות, דרייוון, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן טראגן און ברענגען די קינדער צו חדר און אהיים.


א שאד דו קומסט גארנישט אין ישיבה הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה, עס וועט דיר אזוי צוניץ קומען די שיעורים, דו וועסט זיך אזוי בענקען. קוק די אינגעלייט ווי זיי כאפן זיך ארויף אין ישיבה הערן א שיעור ווען זיי האבן איבריג צייט; בארעכן זיך, קום צו די שיעורים, האלט זיך יונג.