בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#22 - זע צו דרייוון לויט די געזעץ
קינדער, צדקה, מוסדות, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דרייוון לויט די געזעץ, נישטא קיין חכמות ביים דרייוון, בפרט ווען מען פירט קינדער – מוז מען זיין זייער פארזיכטיג.


געב צדקה פאר דו הייבסט אן פארן; בעט א תפלה, זאג תפילת הדרך; צופרי זאג דאס מיט די ברכה און נאכדעם זאג די תפילה אן די חתימה, אזוי זאגט מוהרא"ש.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן.


 


 


 

#21 - דו וועסט האבן נאר ריווח פאר'ן העלפן דעם רבי'ן
מוסדות, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א יישר כח פאר'ן מיר העלפן ברענגען די קינדער אין חדר און אין סקול, דו וועסט האבן נאר ריווח פאר'ן העלפן דעם רבי'ן, דו וועסט האבן א גוטע שידוך, א שיינע שטוב.


איך האף דו וועסט אנהאלטן דיינע גוטע מעשים, דיין גוטע וועג; ווייטער דאווענען די דריי תפילות און לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר כסדר.


 


 


 

#20 - דרייוון די באסעס געלאסן און נאר לויט'ן געזעץ
מוסדות, שטעטל, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך באקום כמעט יעדן טאג נישט גוטע גרוסן אויף די באס דרייווערס; סיי עלטערן רופן אריין זאגן אז מען דרייווט זייער ווילד און סיי די גוים די שכנים זאגן אז די וואס דרייוון די באסעס דעם זומער דרייוון זייער ווילד. איך ווייס נישט פארוואס איך דארף אזויפיל מאל בעטן מען זאל דרייוון לויט די געזעץ, עס איז דאך סכנות נפשות! איך שפיר ווי איך רעד צו א וואנט.


אפשר זאלסטו צוריק געבן די גאנצע אפערעישן פון דרייוון פאר די מלמדים פון שטעטל? זיי דרייוון רואיג, זיי פאלגן מיר, זיי דרייוון לויט די געזעץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - געלט קומט פונעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, קדושה, פרנסה, דרייוון, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן דאווענען פאר מיר; איך וויל דיר בעטן זאלסט ווייטער מתפלל זיין פאר מיר, איך זאל קענען ממשיך זיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן מיט די ישיבה און אזוי ווייטער.


בנוגע נעמען לייסענס; איך פארשטיי נישט וואס דיין שאלה איז, וואס זאל זיין דער פראבלעם? נעם ארויס לייסענס צו דרייוון, אזוי וועסטו קענען גיין און קומען, נישט זיין אנגעהאנגען אין אנדערע; דו וועסט קענען גיין התבודדדות.


אויף דיין פראגע 'ווי אזוי קען מען זיין אפגעהיטן אין די טעג וואס מען דארף האלטן הלכות וכו'?' אז מען לעבט ווי די תורה זאגט, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות - קען מען זיין אפגעהיטן אין אלע טעג און אין אלע צייטן. אז מען מאכט זיך אן אייגענע תורה - דעמאלט פאלט מען אראפ, אבער אז מען גייט אין די וועג פון די תורה, מען לעבט ווי די תורה זאגט - דעמאלט קען מען זיין אפגעהיטן אין אלע צייטן.


בנוגע גיין צו א מכון וואס זיי זאגן וואס איז גוט פאר'ן מענטש, מיט וואס מען זאל זיך באשעפטיגן; ביי מיר איז דאס א געלעכטער, דאס איז זיכער אז דער מכון מאכט געלט, זיי האבן פרנסה. די אלע וואס גייען און רעדן ווי אזוי צו מאכן פרנסה און ווי אזוי מען האט פרנסה - די האבן פרנסה, די זענען גוט פאר זיך. פרנסה געבט דער אייבערשטער; בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א מלאכה קלה ונקיה, זאג נאך א קאפיטל תהילים; וועסטו אנקומען צו טרעפן דיין פרנסה.


געלט קומט פונעם אייבערשטן; מען קען האבן א גוטע פרנסה און מען האט גארנישט אין מויל צו נעמען, ווידעראום קען מען האבן א שוואכע פרנסה און עס גיסט זיך גרויס שפע. אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי מאיר זאגט (קידושין פב:): "לְעוֹלָם יְלַמֵּד אָדָם אֶת בְּנוֹ אֻמָּנוּת נְקִיָּה וְקַלָּה, וִיבַקֵּשׁ רַחֲמִים לְמִי שֶׁהָעשֶׁר וְהַנְּכָסִים שֶׁלּוֹ", נאכן זיך לערנען א גרינגע ריינע פרנסה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן הצלחה, "שֶׁאֵין עֲנִיּוּת מִן הָאֻמָּנוּת", מען ווערט נישט ארעם פון ארבעט, "וְאֵין עֲשִׁירוּת מִן הָאֻמָּנוּת", און מען ווערט נישט רייך פון ארבעט, "אֶלָּא לְמִי שֶׁהָעשֶׁר שֶׁלּוֹ", עשירות קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (חגי ב, ח): "לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב נְאֻם ה' צְבָאוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - טראגן קינדער איז א גרויסע אחריות
מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הער איך אז די טרענספארטעישן איז נישט מיט אחריות; איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, עס זעט אויס ווי דו מיינסט אז דרייוון קינדער איז א שפיל.


געב א קוק, איך שיק דיר א שטיקל פון די קעמרע ווי צוויי ווענס פארן מיט אפענע טירן; איך בין דערציטערט, איך ווייס נישט וואס צו זאגן. זעט אויס זיי ווייסן נישט וואס מיינט דרייוון; לדעתי טארן זיי נישט מער דרייוון אונזערע קינדער.


איך בעט דיר זייער, אדער קענסטו אויפנעמען גוטע דרייווערס מיט אחריות, אדער פארמאך די טרענספארטעישן; אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז עפעס שלעכטס וועט פאסירן.

#17 - א אידישע הויז דארף זיין ריין און זויבער
ריינקייט, שטעטל, סכנה, דרייוון, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו יום טוב פסח אין קרית ברסלב, עס איז מיר געווען א תענוג און א פארגענוגן צו זען די אינגעלייט דאווענען אזוי ווארעם, די טאטעס זיצן מיט די קינדער ביים דאווענען, מען לאזט נישט די קינדער אויף הפקר; די פרויען אזוי איידל אנגעטון; ממש א שיינקייט פון א שטאט. אפגערעדט די תמימות פון די קינדער ווי אזוי זיי רעדן צום אייבערשטן; יעדע זאך וואס זיי דארפן ווייסן זיי צו וועם זיך צו ווענדן.


איך וויל אבער זיין מיט אייך זייער אפן, איין זאך וואס האט מיר געשטערט דעם יום טוב; עס זענען דא משפחות וואס עס איז א שרעק צו זען ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, עס עקלט אריבערצוגיין זייער הויז, ווי שמוציג און נאכגעלאזט עס איז אינדרויסן, איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס טוט זיך אינעווייניג ווען אינדרויסן איז אזוי שמוציג. עס באדערט מיר זייער שטארק, ווייל מיר בויען א שטאט על שם רבינו און ביים רבי'ן איז דאך געווען נקיות אזוי וויכטיג, ווי פאסט עס מען זאל אזוי בויען דעם שטעטל...


מען רעדט נישט דא פון רוב שטעטל, רוב שטעטל איז זויבער, אבער די פאר משפחות וואס זענען נאכגעלאזט מאכט אזא שלעכטע גערוך פאר אונז אלע, אז עס פארגייט די אפעטיט פון זיין דארט.


איך בעט און איך ווארן, אלע משפחות וואס זענען אין אונזער קהילה דארפן אכטונג געבן עס זאל זיין שיין זויבער אינדרויסן פון שטוב; מען זאל קענען טייטלען מיט די פינגער 'דא וואוינט א ברסלב'ער איד, דא וואוינט א תלמיד היכל הקודש, זויבער ריין'.


אויך בעט איך אייך אלע איר זאלט נישט אפשטעלן די קאר אויפ'ן גאס ביים בית המדרש; מיר האבן באצאלט פופצן טויזנט דאללער צו מאכן דעם פארקינג לאט נעבן דעם בית המדרש, מען קען נישט לאזן די קאר אויבן אויפ'ן גאס, די שכינים ווערן ברוגז, מען מאכט זיך אליינס שאדן. דער אויבערהאר פון ליבערטי רופט מיר מיט טענות וכו', אלעס פאלט אויף מיר, איך האב גענוג אויף מיר, עס פעלט מיר נישט אויס נאך פראבלעמען.


נאך א זאך וואס איך וויל איבערגיין מיט ענק, איך האב איך שוין געבעטן און געשריבן פאריאר זומער מען זאל פארן שטייט, מען זאל נישט פארן שנעל; בפרט זומער ווען די קינדער הייבן אן שפילן אין גאס איז דאס א גרויסע סכנה און סיי מען רעגט אויף די שכינים. איך שרייב נאכאמאל, איך בעט אייך איר זאלט זיך אליינס נישט שלעכטס טון, איר זאלט אכטונג געבן אויף אייערע קינדער, אויף אייער לעבן.


א פרייליכן שבת.

#16 - איידער דו הייבסט אן פארן, געב א פרוטה פאר צדקה
צדקה, דרייוון, סיפורי צדיקים, שולד געפילן, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן; קלאפ ארויס פון דיר די שולד געפילן, דו ביסט נישט שולדיג אין די מעשה, דאס איז פון הימל, דאס האט נישט מיט דיר.


איך וועל גיין אינאיינעם מיט דיר מנחם אבל זיין די משפחה, איך וועל נישט לאזן דו זאלסט אונטערגיין; דאס האט גארנישט מיט דיר, דאס איז פון הימל אנגעשריבן.


זיי זיך מקבל, יעדעס מאל דו גייסט אריין אין קאר אדער באס, איידער דו הייבסט אן פארן - צו לייגן א פרוטה לצדקה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפ'ן וועג זאל מען געבן צדקה.


אויך זאלסטו זאגן תפלת הדרך; עס זענען דא וואס זענען מקיל ביי דעם, זיי זאגן דאס נאר ווען מען פארט א ווייטע נסיעה, מוהרא"ש האט אבער זייער מקפיד געווען מען זאל אלץ זאגן תפלת הדרך איינמאל א טאג מיט א ברכה, און יעדעס מאל מען פארט אין יענעם טאג, אפילו אין שטאט - זאל מען זאגן דעם יהי רצון און ענדיגן: "ברוך אתה שומע תפלה", אן די שם ומלכות.


צינד אן מעשיות פון צדיקים וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#15 - א תקנה אז מען דארף האבן שלום בית
שלום בית, דרייוון, חסד, מסורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דיין ווייב תחי' האט מיר געשריבן ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב; דו ביסט זייער געטריי.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פירסט זיך ווי אן ערליכער איד. אין שטעטל האבן מיר געמאכט א תקנה אז מען דארף האבן שלום בית, מען קען נישט וואוינען אין שטעטל אויב מען קריגט זיך.


די תקנה איז געבויט אויף די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אין שטעטל פירט דער רבי טיש, אלע זיצן מיר ביים רבינ'ס טיש, דארפן מיר זיצן מיט גרויס דרך ארץ, מיט שלום בית.


דיין ווייב פרעגט אויב זי זאל דרייוון; זאג איר זי זאל זיך פירן אזוי ווי איר מאמע, זי זאל נישט אפטרעטן קיין ריר. אזוי וועלן ענקערע קינדער נישט אפטרעטן פון ענקער וועג, זיי וועלן אייך ברענגען נאר נחת.


זע צו טון חסד מיט אנדערע, דורך חסד העלפט מען בויען די שטעטל, עולם חסד יבנה.

#14 - אונזערע תלמידות זאלן נישט דרייוון בשום פנים ואופן
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


אייער טאכטער ... תחי' שרייבט מיר אויב זי זאל יעצט מאכן לייסענס צו פירן א קאר; זי שרייבט אז איר ווילט זי זאל מאכן יעצט לייסענס.


מיר איז א גרויסע וואונדער אז איר זענט מסכים דערצו, א יונג מיידל פון זעכצן יאר זאל זיך לערנען דרייוון; איך בין נישט מסכים בשום פנים ואופן אז אונזערע תלמידות זאלן דרייוון.


אז איר האלט אנדערש זאלט איר זוכן פאר אייער טאכטער א צווייטע סקול, ביי אונז אין בית פיגא איז דאס נישט ערלויבט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - דרייוון איז נישט קיין שפיל, בפרט דרייוון קינדער
קינדער, מוסדות, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט די ישיבה, מיט די חדר און מיט אלעס, איך פאר יעצט קיין אומאן, איך וועל בעטן פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך.


געב איבער פאר אלע דרייווערס זיי זאלן אכטונג געבן ביים טראגן און ברענגען די קינדער; דרייוון איז נישט קיין שפיל, בפרט דרייוון קינדער.


איינער האט מיר אנגערופן זאגן, ער האט געזען ווי איינער פון אונזערע ווענס לייגט אראפ א קינד און ווען דער קינד איז נאך געשטאנען אויפ'ן גאס איז די ווען אוועקגעפארן; עס איז געווען פאריגע וואך דאנערשטאג ווען עס איז געגאנגען א שניי, ניסי ניסים אז דער איד האט זיך אפגעשטעלט העלפן דעם קינד אהיימגיין. מען טאר נישט אנהייבן פארן איידער מען זעט די קינדער אויפ'ן סיידוואק.


איך וויל רעדן צו אלע בחורים וואס דרייוון; זיי מסדר אלע זאלן קומען צו מיר אין שטוב קומענדיגע וואך.


 

#12 - בעטן דעם אייבערשטן די קינדער זאלן גיין און קומען בשלום
קינדער, תפילות אויף אידיש, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דאס האט געקענט פאסירן, מען האט פארגעסן אייער טאכטער; געלויבט דעם אייבערשטן אז זי איז אנגעקומען בשלום אהיים, איך וועל רעדן אין סקול מען זאל זיין מער פארזיכטיג.


אינדערפרי ווען מען שיקט די קינדער אין חדר און אין סקול דארף מען בעטן דעם אייבערשטן ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער, העלף די קינדער זאלן אהיים קומען געזונט. הייליגער באשעפער, העלף מיינע קינדער זאלן לערנען און זיך פירן מיט יראת שמים, הייליגער באשעפער היט מיינע קינדער און אלע אידישע קינדער זיי זאלן האבן נאר גוטע חברים, גוטע חבר'טעס"; מען ווייסט נישט וואס קען פאסירן גייענדיג אין חדר און אין סקול און אזוי אויך קומענדיג פון חדר און פון סקול, און וואס די קינדער טוען אין חדר און אין סקול.


מוהרא"ש שרייבט (סדור עת רצון) ווען מענטשן וואלטן געוואוסט ווי חשוב און וויכטיג די קליינע תפילה איז וואלט מען דאס געזאגט מיט גרויס כוונה, ווייל אלע פראבלעמען וואלט מען ווען געקענט איינשפארן ווען מען בעט אינדערפרי דעם קליינעם יהי רצון: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקַי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי", איך בעט דיר אייבערשטער, "שֶׁתַּצִּילֵנִי הַיּוֹם וּבְכָל יוֹם", אז דו זאלסט מיך אפהיטן, "מֵעַזֵּי פָנִים", פון עזות פנימ'ער, "וּמֵעַזּוּת פָּנִים", און איך זאל נישט זיין קיין עזות פנים צו אנדערע. "מֵאָדָם רָע", פון א שלעכטן מענטש, "מִיֵּצֶר רָע", פון דעם יצר הרע, "וּמֵחָבֵר רָע", פון א שלעכטן חבר, "וּמִשָּׁכֵן רָע", פון א שלעכטן שכן, "וּמִפֶּגַע רָע", און פון א שלעכטע באגעגעניש, "מֵעַיִן הָרָע", פון מענטשן וואס קוקן שלעכט, "מִלָּשׁוֹן הָרָע", פון מענטשן וואס רעדן שלעכט, "מִמַּלְשִׁינוּת", קיינער זאל מיר נישט מסר'ן, "מֵעֵדוּת שֶׁקֶר", מען זאל נישט מאכן אויף מיר קיין פאלשע עדות. "מִשִּׂנְאַת הַבְּרִיּוֹת", פון פיינט האבן מענטשן, "מֵעֲלִילָה", פון פאלשע באשולדיגונגען, "מִמִּיתָה מְשֻׁנָּה", פון אומנאטירליכן טויט, "מֵחֳלָיִם רָעִים", פון שלעכטע קראנקהייטן, "מִמִּקְרִים רָעִים", פון שלעכטע פאסירונגען, "וּמִשָּׂטָן הַמַּשְׁחִית", פון דעם שלעכטן שטן, "מִדִּין קָשֶׁה", פון א שווערן דין, "וּמִבַּעַל דִּין קָשֶׁה", פון א שווערן בעל דין, "בֵּין שֶׁהוּא בֶן בְּרִית", סיי אויב ער איז א איד, "וּבֵין שֶׁאֵינוֹ בֶן בְּרִית", און סיי ווען ער איז נישט קיין איד, "וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵּיהִנֹּם", און פונעם עונש פון גיהנם.


נאך איין קלייניקייט, ווען עס פאסירט אמאל אז די באס פארשפעטיגט דעמאלט קומט ארויס דאס געטריישאפט פון אונזערע דרייווערס, דאס מסירת נפש פון הבחור ... ווי ער טראגט און ברענגט די קינדער מיט אזא מסירות נפש, אן קיין שום באצאלונג; ער דארף גארנישט און וויל גארנישט, ער וויל נאר העלפן דעם רבי'ן. און ווען מען פארגעסט א מיידל אין סקול דעמאלט קומט ארויס די איבערגעגעבנקייט פון אונזערע טיטשערס וואס זיי לייגן אריין זייער לייב און לעבן פאר אונזער סקול; דארף מען געדענקען זיך שטענדיג באדאנקען פאר אלע וואס העלפן די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - אז די ארבעט וויל זיך נישט צושטעלן, גייט אוועק פון דארט
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז געווען א שטאט וואס זיי האבן געהאט א בריק, ויהי היום דער בריק האט זיך צעבראכן; ווער עס איז אריבער דעם בריק איז אריין געפאלן אין וואסער און זיך צעבראכן די הענט און פיס, האבן זיי מחליט געווען אז זיי גייען בויען א שפיטאל נעבן דעם בריק, אזוי וועלן אלע וואס צעברעכן זיך די ביינער זיך קענען היילן. איז געקומען א חכם און געזאגט: "ענדערש פארעכט די בריק וועט איר נישט דארפן קיין שפיטאל".


אז איר קענט זיך נישט אויסקומען מיט די ארבעט וכו' דארפט איר נישט זוכן עצות ווי אזוי די ארבעט זאל קלאפן, איר האט נישט חתונה געהאט מיט אייער ארבעט; אז עס איז אייך נישט גרינג דארט - זוכט א צווייטע ארבעט, אז זיי ווילן אייך נישט צושטעלן א וועג - דארפט איר זיך נישט גיין לערנען דרייוון, אייער מאמע דרייווט נישט - זאלט איר אויך נישט דרייוון, ענדערש זוכט א צווייטע ארבעט.


ווערט נישט פארלוירן פון קיין שום זאך אויף די וועלט, זייט שטארק ביי זיך, פארלאנגט פון זיי א וועג וכו', און אז זיי ווילן נישט זאלט איר טון וואס איז גוט פאר אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - נישט פארן מער ווי צוואנציג מייל א שעה אין שטעטל
שטעטל, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט אינדערפרי זענען געקומען גוי'שע שכנים מיר פארהאלטן אויף דיר אז דו דרייווסט ווי א חי', דו פארסט זייער ווילד. זיי האבן געוואלט רופן די פאליציי אבער מיין ווייב האט זיי געזאגט אז זי וועט זען עס זאל מער נישט פאסירן.


איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אן אויבער חכם, איך ווייס נישט פארוואס עס איז אזוי שווער צו פאלגן ווען איך בעט מען זאל אכטונג געבן דא אין שטעטל נישט צו פארן שנעל, נישט צו פארן מער ווי צוואנציג מייל א שעה. עס איז א גרויסע סכנה און אויך מאכסטו מיר א שלעכטע נאמען ביי די שכנים.


איך האף דו וועסט מיר פאלגן, וועט דיר גוט זיין.

#9 - פארן זייער פארזיכטיג אין שטעטל
שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן זיין אזוי געטריי, דו העלפסט א גאנץ יאר די מוסד מיט'ן ברענגען און אהיים טראגן די קינדער און יעצט זומער האסטו אראפ גענומען פון מיר דעם עול פון טראגן די קינדער - אינגלעך, מיידלעך און בחורים; אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך.


איך בעט דיר זייער זאלסט פארן זייער פארזיכטיג דא אין שטעטל; עס איז א גרויסע סכנה צו פארן שנעל, ווייל קינדער שפילן זיך אויפ'ן גאס און מען קען חס ושלום אראפ קלאפן א קינד השם ישמרינו. איך וויל מען זאל פארן נישט מער ווי צוואנציג מייל א שעה, איך האף אז דו וועסט טון מיין ווילן.


געב איבער פאר אלע בחורים וואס קומען דא מיט קארס אז זיי זאלן פארן שטייט און פארזיכטיג, עס איז נישט קיין קינדער שפיל.


איך האף אז דו וועסט ענדיגן ש"ס במשך דעם זומער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - הנהגות פאר געזונטע קינדער
קינדער, מקוה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, דרייוון, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף די גוטע נייעס אז איר ווארט למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בנקל ובנחת.


ברסלב'ע פרויען זענען מקפיד נישט צו עסן אין די טעג רעטעך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס עסט רעטעך ווען זי ווארט וועט האבן א שווערע געבורט; אויך זענען ברסלב'ע פרויען מקפיד נישט צו עסן קיין רויע קנאבל און צוויבל ווען מען ווארט און ווען מען זייגט, ווייל דער רבי זאגט (שם אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים", פרויען וואס טראגן און זייגן זאלן נישט עסן נישט קיין קנאבל און נישט קיין צוויבל; אזוי ווי מיר געפונען (רש"י במדבר יא, ה) אז אין מדבר ווען דער אייבערשטער האט געגעבן צו עסן די הייליגע מן פון הימל, האט מען געקענט שפירן דערין אלע טעמים, וואס פאר א טעם מען האט געוואלט שפירן אינעם מן האט מען געקענט שפירן, אויסער די זאכן וואס שאדט פאר פרויען וואס טראגן און זייגן, צווישן זיי צוויבל און קנאבל.


אויך פירן זיך ברסלב'ע חסידים אין די טעג וואס מען ווארט א שמחה צו זאגן שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסעווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט. נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מיר זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


בנוגע מאכן לייסענס וכו'; אודאי זאלסטו מאכן לייסענס, אזוי וועסטו נישט זיין א נצרך לבריות.


זיי ווייטער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיכער זאלסטו מקפיד זיין צו גיין אין מקוה פאר דו שרייבסט ספרי תורה, תפילין ומזוזות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - דרייוון מיט אחריות
מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע חשובע בחורים נרם יאיר, וואס דרייוון פאר די מוסד.


צום ערשט וויל איך ענק דאנקען פאר'ן העלפן דעם מוסד; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות פון העלפן דעם מוסד, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט אלע ברכות.


איך וויל איר זאלט וויסן דאס אחריות פון דרייוון בכלל און דרייוון קינדער בפרט; מען מוז האלטן די געזעצן, אז מען האלט נישט די געזעצן ביים דרייוון איז דאס סכנת נפשות, און אז עס פאסירט א שלעכטע זאך און איינער ווערט געשעדיגט איז יענעמס בלוט אויפ'ן חשבון פונעם דרייווער.


ווער רעדט נאך אז מען טראגט קינדער, דארף מען פארן זייער פארזיכטיג און פאלגן אלעס וואס דער געזעץ פארלאנגט; אז דער געזעץ פארלאנגט אז אלע קינדער דארפן זיך צובינדן דארף מען דאס פאלגן, מען טאר נישט טראגן קינדער אן זיי צובינדן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אז עס פאסירט עפעס שלעכטס, מען שטעלט זיך פלוצלינג אפ, אויב די קינדער זענען נישט צוגעבינדן קענען זיי חס ושלום ווערן געשעדיגט.


דעריבער בעט איך אייך און איך ווארן אייך; איך בעט אייך מיט שיינעם, איר העלפט מיר זייער געטריי, איר טראגט און איר ברענגט די קינדער פון חדר און צום חדר, דארפט איר פארן פארזיכטיג און האלטן אלע געזעצן. אז איר געפונט זיך אין א פלאץ וואו מען קען זיך נישט אוועקדרייען, דארפט איר פארן ווייטער און פאלגן דעם געזעץ, מען טאר זיך נישט איינדרייען אין א פלאץ וואו דער געזעץ ערלויבט נישט זיך צו דרייען, בפרט ווען מען טראגט קינדער איז דער דרייווער אחריות אויף די קינדער.


אויך אסר איך צו רייכערן אין די ישיבה באס און אין די ישיבה ווענס; נישט קיין חילוק ווען מען טראגט קינדער אדער ווען מען פארט אן קינדער, קיינער קען נישט רייכערן אינעם ישיבה באס און אינעם ישיבה ווען.


פאר איר פארט ארויס דארפט איר מאכן זיכער אז אלע קינדער זיצן און זענען צוגעבינדן, נאר אזוי קען מען אנהויבן פארן, אויב א קינד פאלגט נישט זאלט איר דאס איבערגעבן אין אפיס. אויב א קינד בינדט זיך אויף אינמיטן וועג זאלט איר זיך אוועק שטעלן אין די זייט פארמאכן דעם מאטאר און ווארטן ווי לאנג די קינדער וועלן פאלגן, זאל עס נעמען ווי לאנג עס וועט נעמען, שפעטער וועט איר דאס איבערגעבן פאר'ן מנהל.


פון היינט און ווייטער איז געענדיגט די זאך פון גיין צום לויער האברך היקר לי ... נרו יאיר, וואס העלפט מיר און ער נעמט אראפ אלע טיקעטס פון ישיבה; איך וועל רעדן צו אים און אים זאגן אז פון היינט אן זאל ער נישט אראפנעמען קיין טיקעט אויב דאס איז געכאפט געווארן דורך פארן ווילד און נישט געזעצליך.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, איר וועט זיך נישט שפילן מיט לעבנ'ס פון קינדער, איר וועט פארן מיט פארזיכטיגקייט; וועט דער אייבערשטער אייך היטן.

#6 - וואס איך זאג פאר איינעם איז נישט שייך פאר יעדן איינעם
חיזוק פאר פרויען, דרייוון, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, ט"ו מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר וועגן דיין ווייב, צי זי זאל דרייוון א קאר וכו'; אז דו פרעגסט מיר מן הסתם ווילסטו הערן וואס איך וועל דיר זאגן און דאס אננעמען: "קלאפ דיר דאס ארויס פון קאפ, דער זאך איז בכלל נישט שייך פאר דיר".


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט קוקן אויף א צווייטן. וואס איך זאג פאר איינעם איז נישט שייך פאר יעדן איינעם; אויך מאכט דאס נישט מער און נישט ווייניגער, עס מיינט נישט צו זאגן אז די וואס דרייוון יא זענען עפעס ווייניגער חס ושלום. עס זענען דא משפחות וואס איך האב זיי געזאגט צו דרייוון וכו', אבער דיר זאג איך: "קלאפ דיר עס ארויס פון קאפ".


זיי מכבד דיין ווייב, העלף איר מיט די שטוב ארבעט, און וואו זי דארף גיין און קומען זאלסטו איר דרייוון.


נאכאמאל, איך שרייב דיר וואס צו טון נאר ווייל דו פרעגסט מיר.

#5 - די אלע בחורים וואס האבן געהאלפן די מוסדות, האבן זייער מצליח געווען
שידוכים, מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען תורה און טון גוטע מעשים, דאס וועט דיר באגלייטן דיין גאנצע לעבן.


צווישן די בחורים אין ישיבה ביסטו אן אויסנאם; דיין צוגעלאזנקייט צו אנדערע בחורים איז עפעס אויסנאם, דו באנעמסט זיך צו אנדערע בחורים מיט א גוטע באנעמונג, נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו דרייוון א באס, אזוי וועסטו מיר קענען העלפן טראגן און ברענגען די די קינדער פון תלמוד תורה און בית פיגא. איך האף אז דו וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך, אבער ביז דו האסט חתונה, ווילאנג דו ביסט אין ישיבה – זאלסטו מיר העלפן.


געב א קוק ווי די אלע בחורים וואס האבן געהאלפן די ישיבה, די חדר, די מיידל סקול; בפרט די וואס האבן געהאלפן מיט טרענספארטעישן – האבן אזוי שיין חתונה געהאט און האבן היינט צוטאגס כל טוב, אייגענע הייזער און ביזנעסער.


לאז מיר וויסן אויב דו נעמסט אן מיין בקשה.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#4 - לערן דיך דרייוון א באס
מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די ישיבה; סיי מיט'ן טראגן און ברענגען די קינדער יעדן טאג פון מיידל קעמפ צו בחורים קעמפ און סיי מיט'ן ברענגען די קינדער פון שטעטל און זיי אהיים נעמען.


יעצט וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך לערנען דרייוון א באס כדי דו זאלסט קענען דרייוון אין שטאט נאך די זוממער די קינדער; אינגלעך און מיידלעך צום תלמוד תורה און בית פיגא.


דו ווערסט אין ווייניגער ווי א חודש אכצן יאר; פון די אכצן יאר קען מען שוין על פי די געזעץ פירן א באס מיט קינדער, זאלסטו שוין יעצט לערנען און חזר'ן אלע געזעצן אז גלייך ווען דו ווערסט אכצן יאר זאלסטו קענען ארויסנעמען לייסענס.


דאס וועט דיר ברענגען א גוטע שידוך; געב א קוק צוריק ווי אלע וואס האבן געהאלפן די ישיבה האבן שיין מצליח געווען.


קוק נישט אויף קיינעם, אפילו עס זענען דא וואס שפעטן און זאגן: "עס פאסט נישט פאר א בחור צו דרייוון א באס", אנדערע זאגן: "עס וועט שאטן פאר א שידוך" – קוק נישט אויף דעם אלעם, פארקערט, דאס וועט נאר צואיילן און בעסער מאכן דיין שידוך.


איך וואלט דיר נישט געהייסן זאלסט גיין דרייוון טראקס און באסעס צו מאכן געלט; דאס איז נישט כדאי כל זמן דו קענסט זיצן אין ישיבה און לערנען, אבער דרייוון פאר די ישיבה איז נישט אן ארבעט, דאס איז בויען מוסדות התורה, בויען א בית המקדש – א מקום פאר השראת השכינה.


איך זאג דיר צו, אז דו וועסט ווייטער העלפן די ישיבה, סיי מיט רייניגן די ישיבה און סיי מיט'ן דרייוון די קינדער – וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


אויב דו פארשטייסט נישט אליינס דעם בוך זאלסטו בעטן דיין חבר הבחור ... נרו יאיר, ער מאכט אויך יעצט ס"י ד"י ע"ל און ער וועט דיר העלפן.


מיר דארפן יעצט אפאר פרישע דרייווערס ווייל די אלטע דרייווערס האבן חתונה בקרוב.


פון דיין ראש ישיבה.

#3 - הדרכות פאר די דרייווערס פונעם מוסד
מוסדות, דרייוון, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן מיט די טרענספארטעישן פאר די מוסד.


היות עס זענען דא פרישע דרייווערס, נייע תלמידים, וואס טראגן און ברענגען די קינדער ביי אונז אין תלמוד תורה. וויל איך דו זאלסט מאכן א צוזאמקום פאר זיי און זיי פארליינען דעם בריוו וואס איך שיק דיר דא; איך וויל נישט עס זאל זיין פראבלעמען.


אויך זאלסטו רופן די וואס דרייוון די 'דשערזי סיטי ווען'; אפילו עס איז נישט אונטער די אחריות פונעם מוסד, עס איז א פריוואטע זאך וכו', פארט איז עס אונזערע קינדער און איך וויל איבער געבן פאר די דרייווערס וויכטיגע אנווייזונגען.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט ארויס קומען קיין שום מכשול פון אונטער אונזער הענט.


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר


איך בין דיר זייער מכיר טוב אויף דעם וואס דו דרייווסט די קינדער צום חדר און צום סקול, און דו טראגסט זיי אהיים יעדן טאג פון חדר און פון סקול; מיט דעם העלפסטו מיר אויפשטעלן די הייליגע מוסדות "היכל הקודש ברסלב".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו נעמסט א חלק און די תורה ותפילה פון די תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, אויך איז עס א מורא'דיגע זכיה צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן און מפרסם צו זיין פאר די גאנצע וועלט זיינע עצות וכו'.


איך שרייב דיר דא אפאר נקודות אויף וואס דו זאלסט זייער אכטונג געבן ווען דו ברענגסט די קינדער און ווען די טראגסט זיי אהיים:


א - בשעת דו טראגסט די קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך צום חדר/סקול אדער אהיים פון חדר/סקול, זאלסטו בשום אין פנים ואופן נישט אנצינדן קיין סידי'ס פון ליצנות. ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן חסידי'שע אידן וואס פארשפרייטן פאר קינדער טעיפס פון ליצנות, דאס איז זייער שעדליך צו הערן; בפרט קינדער וואס זענען הייליג און ריין טארן דאס נישט הערן. דעריבער וויל איך נישט עס זאל ווערן אנגעצינדן נישט אין חדר, נישט אין סקול און נישט אויפן וועג צום חדר און סקול קיין שום טעיפ וואס פארציילט מעשיות פון ימים טובים געפלאכטן מיט ליצנות, אפילו ווען דו וואס געבן דאס ארויס גייען אין שטריימל און בעקיטשע און זעען אויס ווי חסידי'שע אידן - ווייל דאס איז א סם פאר ווער עס הערט דאס.


אויך זאלסטו אכטונג געבן נישט אנצוצינדן ניגונים פון נישט ערליכע זינגערס; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, וואודעראום אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם; געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט זענען דא אסאך טעיפס פון ערליכע אידן ווי זיי זינגען חסידי'שע ווארימע ניגונים, דאס מעגסטו אנצינדן פאר די קינדער.


אויך איז דא היינט אסאך מעשה טעיפס פון ערליכע מגידים ווי זיי דערציילן די פרשה אדער מעשיות פון נ"ך, און פון חז"ל - דאס זאלסטו אנצינדן פאר די קינדער; קינדער זענען זייער ריין און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


ב - ווען דו טראגסט די קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך צום חדר/סקול, אדער אהיים פון חדר, זאלסטו בשום אין פנים ואופן נישט אריין נעמען מענטשן פאר א היטש; מען רעדט נישט יעצט ווען דו פארסט ליידיג וכו', דעמאלט איז זייער א גרויסע מצוה צו טון א חסד מיט נאך א איד, דעמאלט קענסטו געבן א היטש וכו', אבער בשעת דו טראגסט די הייליגע קינדער - תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, דעמאלט קענסטו קיינעם נישט אריין נעמען, יהי' מי שיהי', אפילו בחורים פון ישיבה - קיינער קען נישט זיצן מיט די קינדער, נישט אינעם באס און נישט אינעם ווען.


ליידער דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס זוכן קינדער וכו'; דערפאר דארפן מיר זייער אכטונג געבן און ענדערש זיין מער פארזיכטיג און זיכער, ווי איידער מען זאל חס ושלום צוריק הערן שלעכטע מעשיות.


ג – ווען דו גרייסט זיך צו פארן זאלסטו געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל גארנישט פאסירן קיין שלעכטס; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפן וועג זאל מען געבן צדקה, נאך זאגט דער רבי דארט (סימן ג): "בְּשָׁעָה שֶׁבַּעֲלֵי עֲגָלָה מַטְרִיחִין אֶת עַצְמָן בַּעֲגָלָה וּבְסוּסִים, תִּתְפַּלֵּל תְּפִילַּת הַדֶּרֶךְ", בשעת דער בעל עגלה (דער דרייווער) גרייט אן די וואגן און די פערד זאל מען זאגן תפילת הדרך; מען דארף אייביג בעטן דעם אייבערשטן פאר מען פארט ארויס אונטערוועגנס, בפרט איינער וואס טראגט קינדער - דארף אסאך מער מתפלל זיין און אכטונג געבן אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


ד - פאר דו גייסט ארויס פונעם באס זאלסטו איבערקוקן דעם באס צי קיינער איז נישט געבליבן אויפן באס; דאס מוז מען טון יעדעס מאל מען גייט אראפ פונעם באס. אויב א דרייווער דריידט זיך ארויס פון דעם געזעץ און ער קוקט נישט איבער דעם באס קען ער חס ושלום צוקומען צו רציחה ממש ה' ירחם. מען טאר נישט זיין פויל, נאר מען דארף דאס טון מיטן פולסטן אחריות, אפילו מען איז זיכער אז די באס איז ליידיג; וויפיל מעשיות הערט מען נעבעך ווי קינדער זענען געשטארבן אין א באס ווען מען האט זיי פארגעסן דארט.


ה - איך בעט דיר זייער אז דו זאלסט אכטונג געבן אויפן באס כאילו עס איז דיין אייגענע קאר, און נאך מער ווי דיין אייגענע קאר; יעדעס מאל דו צינדסט אן דעס באס דארפסטו דאס לאזן אפאר מינוט זיך אנווארעמען, ווייל אויב מען ווארעמט נישט אן דעם באס פאר מען פארט ארויס - בפרט ווינטער ווען עס איז זייער קאלט, איז מען גורם אז דער באס זאל ווערן צעבראכן און דער מוסד וועט דארף קויפן א נייעם באס. איך וועל טאקע קיינמאל נישט וויסן וועלכער דרייווער האט מיר שאדן געמאכט, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען אלעס און עס לוינט זיך נישט צו בא'גנב'נען א מוסד בכלל, און בפרט אונזער מוסד, וואס אז דו מאכסט שאדן מאכסטו שאדן פאר'ן הייליג'ן רבי'ן.


ו - ווען דו טראגסט קינדער צום חדר אדער אהיים פון חדר און סקול זאלסטו דרייוון זייער פארזיכטיג, דו זאלסט זיך קיינמאל נישט רייצן אויפן וועג מיט א צווייטע קאר, בפרט מיט א גוי. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס וואס עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן קנג, סעיף ב): "לֹא יִתְיַחֵד יִשְׂרָאֵל עִם עוֹבְדֵי כּוֹכָבִים, מִפְּנֵי שֶׁהֵם חֲשׁוּדִים עַל שְׁפִיכוּת דָּמִים", מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיט א גוי ווייל ער איז חשוד אויף רציחה - דאס גייט ארויף ווען מען איז אונטערוועגנס, אז מען זאל זיך נישט רייצן מיט א גוי. פאר צוויי יאר צוריק זומער איז נעבעך געווען א שרעקליכע מעשה, א איד האט זיך צעאמפערט מיט א גוי וועגן א נישטיגע פארקינג און דער גוי האט ארויס גענומען א מעסער און דערשטאכן דעם איד אין הארצן פון וואס דער איד איז אוועק אויפן פלאץ ה' ירחם; דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד, דו זאלסט קיינמאל נישט רעיסן מיט א צווייטן - נישט מיט א איד, און זיכער נישט מיט א גוי. בפרט ווען דו טראגסט קינדער, דעמאלט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג.


ז - אויב עס מאכט זיך אז א קינד פאלגט נישט בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט דאס איבער געבן פאר'ן מנהל ר' ... נרו יאיר. און אויב עס איז א מיידל זאלסטו רעדן צו די מנהלת מרת ... תחי'. דו זאלסט חס ושלום נישט שלאגן וכו'; א קלוגער דרייווער האלט ביי זיך אייביג אפאר צוקערלעך (קענדיס) און אזוי איז ער משחד די קינדער. אויב די קינדער שפרינגען ארום און דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו רעדן מיטן מנהל און מיט די מנהלת.


ח - איך בעט דיר זייער אז דו זאלסט זיין צייטליך אין חדר; אלעס ווענדט זיך אין די דרייווערס, אויב א דרייווער פארשלאפט אדער ער איז פארשלעפט איז עס ביטול תורה דרבים, ווייל דער מלמד קען נישט אנהייבן לערנען און דאווענען ביז ווילאנג אלע קינדער זענען אין קלאס, און דער גאנצער מוסד ווערט צעפארן אויב מען איז נישט צייטליך. דערפאר זאלסטו זיך אנשטרענגן צו זיין צייטליך און דו זאלסט נישט ווארטן ביי קיין איין הויז - אפילו נישט קיין סעקונדע, די עלטערן דארפן זיין אחריות'דיג צו ווארטן אין צייט און זיי דארפן פארשטיין אז אסאך מאל פארשלעפט זיך עס צוליב טרעפיק וכו', אבער מען קען נישט אויפהאלטן די גאנצע תלמוד תורה צוליב איין קינד. אסאך מאל קען מען טראכטן: 'אויב איך פאר אוועק, האב איך נישט קיין רחמנות וכו'', עס איז אבער נישט אזוי, דו האב רחמנות אויף אלע אנדערע קינדער און אויפן מוסד - אז אלעס זאל גיין מיט א פונקטליכער זמן, אזוי וועט מען מצליח זיין מיט אלע קינדער.


ט - ווען דו דרייווסט אונזער באס - נישט קיין חילוק מיט קינדער אדער אן קינדער, זאלסטו וויסן אז טויזנט אויגן קוקן אויף דער ברסלב'ער באס, יעדער זוכט צו זען עפעס ... אויף ברסלב; דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן צו מאכן א קידוש השם און הייליגן דעם רבינ'ס נאמען. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויף אים; ווייל ער טראגט דעם נאמען פונעם צדיק, און נאכדעם איז ער גורם אז מענטשן וועלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק. דערפאר זאלסטו קיינמאל נישט ארויס ווארפן קיין שמוץ פארענדיג מיטן באס; בכלל איז עס נישט קיין שיינע זאך צו זען ווי מענטשן פירן זיך אויף, זיי ווארפט ארויס זאכן פון די קאר וכו', א איד דארף שטענדיג לעבן מיטן ערשטן סעיף אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף א): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד (תהלים טז, ח) הוּא כְּלָל גָּדוֹל בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲלוֹת הַצַּדִּיקִים הַהוֹלְכִים לִפְנֵי הָאֱלֹהִים, כִּי אֵין יְשִׁיבַת הָאָדָם וּתְנוּעָתוֹ וַעֲסָקָיו וְהוּא לְבַדּוֹ בְּבֵיתוֹ, כְּמוֹ יְשִׁיבָתוֹ וּתְנוּעָתוֹ וַעֲסָקָיו כַּאֲשֶׁר הוּא לִפְנֵי מֶלֶךְ גָּדוֹל, וְכֵן אֵין דִּבּוּרוֹ וְהַרְחָבַת פִּיו בִּהְיוֹתוֹ עִם אַנְשֵׁי בֵיתוֹ וּקְרוֹבָיו, כְּמוֹ בִּהְיוֹתוֹ בְּמוֹשַׁב הַמֶּלֶךְ, כִּי אָז מַשְׁגִּיחַ בְּוַדַּאי עַל כָּל תְּנוּעוֹתָיו וְדִבּוּרָיו, שֶׁיִּהְיוּ מְתֻקָּנִים כָּרָאוּי. כָּל שֶׁכֵּן כַּאֲשֶׁר יָשִׂים הָאָדָם אֶל לִבּוֹ, כִּי הַמֶּלֶךְ הַגָּדוֹל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אֲשֶׁר מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, עוֹמֵד עָלָיו וְרוֹאֶה בְּמַעֲשָׂיו, כְּמוֹ שֶׁנֶּאֱמַר: "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ נְאֻם יְיָ; הֲלֹא אֵת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא (ירמיהו כג, כד), בְּוַדַּאי מִיָּד תַּגִּיעַ אֵלָיו הַיִּרְאָה וְהַהַכְנָעָה מִפַּחַד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְיֵבוֹשׁ מִמֶּנּוּ"; א מענטש דארף שטענדיג לעבן מיט יראת שמים און מען דארף טראכטן אז 'דער אייבערשטער איז דא און ער זעט אלעס וואס איך טו', דעמאלט וועט מען זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און מיט הכנעה.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט טרעפן דיין ריכטיגע שידוך בקרוב; זיי נישט צעבראכן, קוק צוריק ווי די אלע בחורים פון ישיבה וואס האבן געהאלפן אויפשטעלן די תלמוד תורה און מיידל שולע האבן שיין חתונה געהאט און האבן א שיינע לעבן - קיין עין הרע, אין זכות וואס זיי האבן געהאלפן אויפבויען דעם מוסד.

#2 - זיי פארנומען מיט דיר, נישט צו פאררעכטן די וועלט
מדות טובות, דרייוון, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


מי שגמלך כל טוב היא יגמלך כל טוב סלה.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די נס וואס ער האט דיר געמאכט אז דו ביסט געראטעוועט געווארן פון דעם עקסידענט און זיי אויף זיך מקבל נישט צו טון קיין סכנה'דיגע זאכן; נאך אביסל וועסטו אם ירצה ה' טרעפן דיין זיווג.


איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן און נישט מאכן קיין לייסענס צו דרייוון א מאטאר-סייקל; מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. דאס איז א גרויסע סכנה און עס לוינט נישט צו איינשטעלן דאס לעבן פאר די קליינע תאוה'לע.


בנוגע דיין מומע וכו'; דו שטיי אין דער זייט און מיש זיך נישט אריין. איך בעט דיר ברחמים זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד. אפילו יענער איז נישט גערעכט, ער וויל נישט געבן קיין גט און ער האט אריין גענארט דיין מומע וכו' וכו', זאלסטו נישט טון קיין ווילדע זאכן. ווער רעדט נאך אין דעם פאל ווען דאס האט בכלל נישט מיט דיר - זאלסטו זיכער גארנישט טון. אז דו ווילסט העלפן דיין מומע תחי' זאלסטו בעטן פאר איר און פאר אלע אידישע קינדער אז קיינער זאל נישט וויסן פון קיין צער און עגמת נפש.


דו האסט דאך שוין טועם געווען פון די אונגארישע וויין נאכדעם וואס דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דארפסטו נעמען די שכל פון רבי'ן נישט צו זיין פארנומען צו פאררעכטן די וועלט נאר אריין כאפן תורה מצוות ומעשים טובים. נוץ אויס דיינע בחור'ישע יארן מיט לימוד התורה; זע צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא ביז דו וועסט זוכה זיין צו קומען צו ישוב הדעת, צו וויסן אז מיר זענען נישט דא פאר צו לאנג, מיר זענען נאר דא אזוי ווי געסט - וואס באלד קערן מיר זיך שוין צוריק אהיים צום אייבערשטן, איז דאך א שאד צו זיין פארנומען מיט נארישקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - נעם דיך פאר צו היטן די געזעצן ביים דרייוון
סגולות, דרייוון, רענט, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


שטארק דיר אין אמונה און חזר זיך איין ווערטער פון אמונה; מוהרא"ש האט פארפאסט א ניגון אויף ווערטער פון אמונה: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם"; אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס.


יעצט ווען דו האסט אראפגעקלאפט א טאטע מיט א קינד און עס ווארט דיר א משפט פארן אוועקפארן וכו' זאלסטו זיך פארנעמען צו היטן אלע געזעצן; ווער עס האלט נישט איין די געזעצן ביים דרייוון קען זיין ממש א רוצח, ער קענען הרג'ענען מענטשן רחמנא לצלן.


אויב דו וועסט מקבל זיין אויף דיר צו היטן אלע געזעצן ביים דרייוון וועסטו ארויסגיין זכאי ביים משפט, אבער אז דו וועסט ווייטער פארן ווילד, נישט קוקן און ווארטן ביי א סטאפ-סיין, רעדן אויפן טעלעפאן און טעקסט'ן בשעת'ן דרייוון דעמאלט וועט זיין ביטער.


יעדע מאל דו זעצסט זיך אריין אין דיין קאר זאלסטו זאגן תפלת הדרך; איין מאל א טאג מיטן שם ומלכות און די אנדערע צייטן זאלסטו אויסלאזן: "בָּרוּךְ אַתָּה, שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה".


...