בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
מיר האבן נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקען פאר וויפיל איר טוט פאר אונזער מוסד אין שטעטל מיט אזא געטריישאפט שלא על מנת לקבל פרס, נישט צו ווערן באצאלט; איר טוט עס מיטן גאנצן הארץ, ספעציעל מיט דעם וואס איר האט איבערגענומען די שווערע לאסט פון צושטעלן בעביסיטינג פאר אלע טיטשערס און איינגעשטעלטע פונעם מוסד בית פיגא; וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר נעמט א חלק אז דער מוסד זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין, מיר זאלן קענען האבן סיי אז די טיטשערס זאלן קענען זיצן מיט די קינדער, לערנען מיט זיי, און סיי אז די סעקריטעריס אין אפיס זאלן קענען מאכן זייער ארבעט מיט ישוב הדעת, וויסנדיג אז מען געבט זיך אפ מיט די פיצלעך קינדער.
איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט נעמען צום הארצן ווען מען האט טענות, איך שפיר אז איר נעמט זיך צו שטארק צום הארצן פון יעדע קאמפלעין וואס קומט אריין אויף די בעביסיטינג, נעמט דאס נישט פערזענליך, דאס איז דער סדר פון די וועלט; א מאמע זארגט פאר די קינדער, און אז מען זעט עפעס א קלייניקייט - האט מען טענות, אבער איר זאלט דאס נישט נעמען פערזענליך.
איר ווייסט אודאי די מעשה וואס מוהרא"ש האט געהאט אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך אריינגעווארפן אין טון פארן רבי'ן, פארשפרייטן דעם רבי'ן, דרוקן דעם רבינ'ס ספרים. מוהרא"ש האט זיך אנגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלער; א אינגערמאן איינער אליין, און מען האט אנגעהויבן מיט טענות אויף מוהרא"ש, אויך אין ברסלב; די אלטע לייט אין ברסלב האבן געהאט טענות, און מוהרא"ש איז געגאנגען אין גאס שפעט ביינאכט און געטראכט מחשבות פון חלישות הדעת: 'וואס גייט דא פאר? וואס וויל מען פון מיך? פארוואס האט מען נאר טענות אויף מיר?' פלוצלונג גייט אריבער א גוי און געבט א שריי אין ענגליש: "אז דו ווילסט נישט קיין טענות - טו נישט".
מוהרא"ש האט דאס גלייך גענומען פאר זיך פאר א רמז פון הימל, אז מען זעט זיין חלישות הדעת, און מען ענטפערט אים: "ווילסט נישט קיין טענות - טו נישט, און אז דו וועסט טון - וועט זיין טענות"; והבן למעשה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.