בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - מען דארף ארויסטרייבן די שלעכטע מחשבות
התחזקות, מחשבות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


די אלע מחשבות רעות וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין, צום ביישפיל: 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'דער אייבערשטער דארף מיך נישט', 'קיינער דארף מיך נישט' וכדומה – דאס איז 'מחשבת פיגול'; די מחשבות זענען טרייף פסול, מען דארף דאס אויסרוימען, דאס איז נישט אמת.


בייג צו די אויערן, הער דעם קול פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש! קיין יאוש איז גארנישט פארהאן!" דער אייבערשטער דארף מיך יא, דער אייבערשטער האט מיך ליב, איך קען יא, איך בין יא!


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו – וועסטו מיך מחי' זיין.


אויך זאלסטו מיר שרייבן וויפיל דו לערנסט יעדן טאג.


 

#3 - אפילו דו זעסט נישט קיין שום האפענונג, איז אויך פאר דיר דא האפענונג
תפילות אויף אידיש, צרות, התחזקות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, איך האלט נישט אויס דיין צער און יסורים; איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך מענטשן וואס זענען אריבער די שרעקליכע יסורים וואס דו ביסט אריבער השם ישמרינו.


דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, דער רבי זאגט (עיין עלים לתרופה, מכתב יא): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁיִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס וועט זיך אלעס איבערדרייען צום גוטן; יש תקוה, עס איז פאר דיר אויך דא האפענונג. אפילו דו זעסט נישט קיין שום האפענונג, עס איז ביי דיר "טוב מותי מחיי", ענדערש שטארבן ווי לעבן, דו שפירסט טעם מיתה יעדע רגע, דאך זאלסטו גלייבן אין הייליגן רבי'ן.


זאג די ווערטער פון הייליגן רבי נתן (תפלה אחר תיקון הכללי):


"'אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה כִּי אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל', איך גלייב מיט א שטארקע אמונה אז עס איז נישטא קיין יאוש, 'וַעֲדַיִן יֵשׁ לִי תִּקְוָה', איך האב נאכאלץ אן האפענונג, 'וַעֲדַיִן לֹא אָבְדָה תּוֹחַלְתִּי מֵה'', איך בין נישט דערנאך, איך האף צום אייבערשטן אז ער וועט מיר העלפן, 'כִּי חַסְדֵּי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו'".


בעט דעם אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, דערבארעמדיגער באשעפער, גוטער באשעפער, זיסער באשעפער - דערבארעם זיך אויף מיר, האב רחמנות אויף מיר; איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי צעריסן, איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש, איך לעב נישט. פון אינדרויסן זעט אויס ווי איך בין א נארמאלער מענטש, איך גיי, איך קום, איך טו, איך מאך, אבער פון אינווייניג בין איך אזוי צעבראכן כחרס הנשבר.


הייליגער באשעפער, נאר דו קענסט מיר העלפן. דו קענסט אלעס טון, דו געבסט א מח פאר'ן מענטש; געב מיר א מח, געב מיר אביסל כח, איך זאל קענען לעבן. קיינער ווייסט נישט וואס איך לייד, קיינער ווייסט נישט וואס איך מאך מיט. דו אייבערשטער, דו ווייסט וואס אויף מיר גייט אריבער, העלף מיר, מאך מיך פרייליך, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל טראכטן פון דיר, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויסער דו.


העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


 

#2 - שובבי"ם ת"ת, אכט וואכן וואס מיר קענען אלעס פאררעכטן
התחזקות, תהלים, חסידות ברסלב, תשובה, בית המדרש, היכל הקודש, נסיונות, פירושים, יאוש, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים און בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ זייער איבערגענומען מיט גרויס התרגשות פון מיין נסיעה, פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם שבת קודש; איך האף איר האט אויך הנאה געהאט פונעם שבת.


איך בעט אייך זייער אז דער בית המדרש זאל זיין א פלאץ וואס מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים; נישט קיין תורות, פלפולים - נאר ווערטער פון חיזוק. מענטשן זענען זייער צעבראכן היינטיגע טעג, נישטא א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל, זיין פרשה - וואס ער גייט אריבער. מענטשן מוטשען זיך זייער מיט עניות און דחקות, נאכדעם זענען דא וואס מוטשען זיך מיט די ווייב און קינדער, און ועל כולם מוטשענען מיר זיך אלע מיט צרות היצר; מענטשן זוכן אביסל חיזוק אזוי ווי מען זוכט לופט צו אטעמען, מען זוכט א שמייכל, א גוט ווארט - אזוי ווי א דורשטריגער מענטש זוכט א טראפ וואסער, דעריבער דארף מען זען צו רעדן אין בית המדרש דבורי חיזוק.


די וואך האבן מיר זייער גוטע חיזוק, מוהרא"ש פלעגט דאס חזר'ן ביי די שיעורים פרשת ויחי. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", יוסף איז געשטארבן און מען האט אים באערדיגט אין מצרים, עס זעט אויס ווי לאחר הייאוש, מען קען שוין גארנישט טון, מען קען שוין גארנישט מאכן, אלעס איז טויט, שוין באגראבן; דארף מען וויסן אז מען מוז זיך מחזק זיין, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק, ונתחזק!" שטארקט זיך, שטארקט זיך, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן! ווייל עס איז נישטא קיין ייאוש, דער הייליגער רבי האט געשריגן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען היינט נאכט אריין אין די ליכטיגע שובבי"ם טעג, די יאר האבן מיר שובבי"ם ת"ת - אכט וואכן וואס מיר קענען פאררעכטן אלע אונזערע נישט גוטע מעשים. איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, איר ווייסט דאך אלע אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים, און אין די טעג פון שובבי"ם פלעגט ער זאגן דעם יום תהלים צוויי מאל א טאג; לאמיר זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע דרגא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון - זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון - ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך בין זייער אפגעשוואכט, אויך מיינע קינדער זענען אין שטוב מיט היץ, געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיט גרויס חסדים; איך וועל אייך שרייבן מער קומענדיגע וואך.


א פרייליכן שבת.

#1 - דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ווער נישט צעפאלן פון וואס דו גייסט אריבער, דער אייבערשטער וועט העלפן דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך.


ביז דערווייל זאלסטו זיך שטארקן אין התבודדות; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און קרעכץ זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר.


טראכט נישט די שלעכטע מחשבות אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט, דער אייבערשטער איז ברוגז; קלאפ ארויס פון קאפ די סארט מחשבות, עס איז שקר וכזב, עס איז ליצנות וואס דער סמ"ך מ"ם מאכט. דאס איז זיין גאנצע טאקטיק, איינצורעדן דעם מענטש ער זאל מיינען אז ער איז שוין פארפאלן, ווען באמת קען מען שטענדיג אנהייבן נאכאמאל, די טירן זענען אפן פאר יעדן איינעם.


שטארק זיך; הער צו צום קול פון רבי'ן וואס שרייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש!"