בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך נישט אנדערש ווי דיין טאטע פירט זיך
בית המדרש, מסורה, מנהגים, ברסלב, פשטות יהדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט אנדערש ווי דיין טאטע פירט זיך, מאך נישט אנדערש דיינע מנהגים; נישט דאס איז ברסלב, און נישט דאס וויל דער רבי פון אונז; דער הייליגער רבי וויל נאר מיר זאלן זיך פרייען מיט פשטות יהדות, מיר זאלן זיך פרייען מיט אונזערע מצוות, און מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן יעדע זאך; און דאס דארפן אלע פרישע מקורבים וויסן, מען זאל נישט אראפווארפן די מנהגים און די מסורה פון וואו מען קומט און ווי אזוי מען פירט זיך; און אז ביי ענק איז מען מקפיד צו דאווענען מעריב נאר נאך רבינו תם, און מען פאסט אויס - אויך ביי א תענית דרבנן - נאר נאך זמן רבינו תם - זאלסטו דאס נישט פארשוועכן, זאלסט זיך ווייטער פירן אזוי ווי דיינע עלטערן. ווייל דער רבי קומט נישט גורע זיין, דער רבי קומט נאר מוסיף זיין, כשיטת בית הלל, מוסיף והולך; והעיקר זיך פרייען אז מען איז באשאפן געווארן א איד און זיך פרייען מיט די מצוות וואס מען טוט; דאס זאל זיין די חיות און די שמחה.


זע צו העלפן דיין טאטע מאכן די שול, מוצאי שבת ווען אלע צולויפן זיך - זאלסטו בלייבן העלפן מסדר זיין די טישן און בענקלעך און רייניגן, ווייל ווער עס רייניגט ביים רבי'ן - מאכט דער רבי אים ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.