בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הער נישט אויס ווען מען רעדט צו דיר אויף דיין רבי וואס האט דיך מקרב געווען צום אייבערשטן און זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, געב זיך אכטונג, ווייל אז מען הערט ליצנות ווערט די הארץ פארלאשן, מען קען שוין מער נישט הערן התחזקות, מען קען מער נישט הערן דיבורי אמונה, מען ווערט אפגעקילט, מען קען מער נישט אננעמען די זיסע עצות וואס ברענגען דעם מענטש צום אייבערשטן, און וויסן זאלסטו אז דאס וואס דו הערסט רעדן וכו' - דאס דארף בהכרח זיין, אזוי מוז זיין און אזוי וועט זיין, און דאס גייען אלע אריבער, אפילו גרויסע מענטשן דארפן דאס אויך אריבערגיין; הערן לשון הרע וכו'. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה, רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.
אין אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו', עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים, ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים, און פון דעמאלט פלעגט ער רעדן צו זיינע קינדער קעגן חסידים, ער האט געשפעט און אוועק געמאכט אלעס פון חסידים, און דאס האט פאר רבי נתן זייער געשטערט, און ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, שנת תקס"ג, און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) - איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "ותאמין", דו דארפסט גלייבן, אז די אלע מחלוקת וואס איז דא צווישן די צדיקים - דאס איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".
אזוי מוז זיין, אז מען רעדט אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, אבער דאס מוז נישט זיין - אז מען מוז אויסהערן, מען קען זיך ארויסדרייען, מען האט א בחירה, מען קען מיט חכמה אוועק גיין פון די שמועסן, און אזוי האב איך געטון אלע יארן ווען מען איז געקומען רעדן צו מיר; איך האב זיך מיט חכמה אוועק געדרייט פון די מענטשן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.