בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ארבעט פון א גבאי אין שול
בית המדרש, גבאי, ביקור חולים, אהבת ישראל, הדרכה פאר גבאים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך זייער מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א גבאי ביים הייליגן רבי'ן אין בית המדרש, עס איז א גרויסע זאך.


איך וויל דיך דערמאנען וואס איז דער עיקר וואס ליגט אויף א גבאי; דער עיקר איז צו זען אז פאר אלע אנשי שלומינו זאל זיין גוט, אלע זאלן באקומען א שמייכל, אלע זאלן באקומען א ווארעמקייט, א הארץ, א גבאי טאר נישט מאכן חילוקים צווישן די מתפללים. מילא ווען עס קומט צוצושיקן צום עמוד, דארט דארף מען צושיקן מענטשן וואס זענען פאסיג צוצוגיין; איינער מיט א גוטער קול, וואס דאווענט מיט א ווארעמקייט און הארציגקייט, און פארשטייט זיך אז ער קומט אנגעטון בדרך כבוד, מיט בגדים, אזוי אויך ווער עס זאל זיין דער בעל קורא, אזוי אויך ווער עס זאל פארלערנען אין בית המדרש; אבער אויף אויפנעמען די מתפללים - דארט דארף מען יעדן ענטפאנגען מיט א שמייכל און מיט כבוד, און עס איז נישט ריכטיג נאר צו ענטפאנגען די וואס זעען אויס בעסער.


אויך דארף א גבאי האבן ביי זיך די נעמען פון אלע מתפללים און דאס כסדר איבערקוקן, אמאל פאסירט אז א מתפלל פעלט שוין אפאר וואכן, ער גייט אריבער שווערע טעג; מען וואלט אים ווען געדארפט אנרופן אין זען צו מען קען אים העלפן, אבער מען לייגט נישט צו קאפ, מען ווייסט אפילו נישט אז דא פעלט א מתפלל. עס איז זייער א וויכטיגע זאך אז מען זאל האלטן חשבון ווען איינער פעלט; אפשר שפירט ער זיך נישט גוט, דארף מען זען אז אנשי שלומינו זאלן אים גיין באזוכן. אפשר גייט איינער אריבער עצבות און מרה שחורה, דארף מען אים משמח זיין, אמאל גייט איינער אריבער שווערע חובות, דארף מען כאפן א טענצל מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.