בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - מיר זאלן בלייבן אונזער גאנץ לעבן ביים רבי'ן אין זאק
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן אונזער גאנץ לעבן ביים רבי'ן אין זאק, אזוי ווי רבי נתן האט געבעטן: "רבי, בינד מיר צו אין דיין זאק"; מיר זאלן ווייטער טון פאר'ן רבי'ן, דאס וועט אונז מתקן זיין.


שמחת פורים.

#3 - א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אין חדר
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אין חדר, סיי מיט'ן זיין א געטרייער מלמד און יעצט האסטו איבערגענומען די טראנספארטעישן - ברענגען און טראגן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן טון פאר'ן רבי'ן.

#2 - אויפשטעלן תלמידים וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פאר'ן זיך אזוי אוועקגעבן פאר אונזערע קינדער, בפרט פאר מיין זון ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנצע לעבן זיין געטריי פאר'ן רבי'ן; אויפשטעלן תלמידים וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


שמחת פורים.

#1 - דער אייבערשטער זאל געבן הצלחה מיט אלע תלמידות
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען העלפן בויען די בליענדיגע מוסדות, מצליח זיין מיט אלע תלמידות; אלע תלמידות בית פיגא ליבערטי זאלן אויפוואקסן גרויסע צדקניות, איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.


שטארקט אייך אינאיינעם ווייטער צו טון נאר פאר אנדערע.


שמחת פורים.