בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - זייער גוט אז איר האט אויפגעהערט הערן די נייעס
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר האט אויפגעהערט הערן די נייעס, אפילו די חסידי'שע נייעס, ווי קול מבשר און דאס גלייכן, ווייל נייעס דערשרעקט, נייעס ברענגט זארג; ענדערש הערט אויס שיינע שיעורים פון אמונה, חיזוק און יראת שמים.


זייער שיין צו הערן אז א יונג קינד, א מיידל פון פופצן יאר - זאל זיך אזוי באפלייסן אין זאגן תהילים, אז איר גייט יעצט ענדיגן די זעכציגסטע מאל תהילים; זייט ממשיך מיט זאגן תהילים, תהילים וועט אייך נישט לאזן פאלן.


בנוגע וכו'; בלייבט אין שולע, עס איז נישט כדאי יעצט ארויסצוגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מיר פארן צום רבי'ן אונז מתקן צו זיין, כאטש ס'איז א שווערע נסיעה
וויכוחים, אומאן, ראש השנה, סכנה, נייעס, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס נישט א סכנה צו פארן קיין אומאן. יעדע יאר קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע מעשה; פאריאר האט ער יעדן דערשראקן אז אויב מען וועט נעמען די וואקסין וועט מען שטארבן און מען וועט נישט האבן מער קיין קינדער, שוין אריבער א יאר פון זיין אין אומאן ראש השנה - אלע האבן קינדער און אלע לעבן; די יאר קומט ער מיט א נייע מעשה, אז עס איז א סכנה וכו'; עס איז נישט קיין סכנה, עס איז נאר צו אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן.


טענה'עט נישט מיט קיינעם, רעדט נישט מיט קיינעם פון דעם, דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן האט א געפיל צום צדיק. די יאר האבן די מתנגדים נישט וואס צו זאגן, אלע יארן שפעט מען פון ברסלב'ער חסידים, מען זאגט: "מען טוט זיך וואס מען וויל און מען פארט זיך אויף אומאן"; די יאר זעט מען וואס הייסט מסירת נפש צו פאלגן א צדיק, די יאר איז די נסיעה א שווערערע, מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף זיך שלעפן מיט א באן אדער קאר פון א צווייטע מדינה, דאך פארן מיר צום רבי'ן דער רבי זאל אונז מתקן זיין.


איך ראט אייך איר זאלט מער נישט הערן קיין נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#12 - א פרישער בחור מאכט גרויסע בזיונות פאר אנשי שלומינו
הפצה, שטעטל, ישיבה, ראש ישיבה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר העלפן שרייבן נייעס פאר'ן שטעטל בלעטל, דא האסטו א נייעס.


די קעפל זאל זיין: "אנשי שלומינו ליידן גרויסע בזיונות".


ווי מיר ווייסן אלע איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אין היכל הקודש צו עוסק זיין אין הפצה. דער ערשטער מפיץ איז געווען דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה; ער פלעגט גיין אין שול'ן פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, עצות פאר אידישע קינדער ווי אזוי צו קענען דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.


רבי נתן פלעגט אויסשפרייטן א טיש מיט ספרים און ווארטן אין די זייט, אפשר וועט ער קענען מזכה זיין נאך א איד מיט די ליכטיגע עצות; נישט איין מאל האט ער געהאט גרויסע בזיונות, מען האט געשפיגן אויף אים, מען האט אים געשענדעט, מיט דעם אלעם האט ער ווייטער עוסק געווען אין די הייליגע ארבעט.


אזוי אויך, אונזער גרויסער רבי, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, האט כל ימיו עוסק געווען אין הפצה; די וועג פון הפצה וואס מוהרא"ש האט געמאכט - איז נישט געווען פארדעם, מוהרא"ש איז געגאנגען אין די הייזער און אויסגעלערנט זיינע תלמידים צו גיין אין גאס, אין רעסטוראנטן, חתונות, שמחות, איבעראל; און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו, מען גייט הפצה אפילו מען קען אויך פארשעמט ווערן.


יעצט איז אבער געווען א בזיון, וואס זייט די ישיבה שטייט האבן מיר נאכנישט געהאט אזא בזיון; די בזיון נעמט אריין אלע אנשי שלומינו, מען קען הערן רעדן און שמועסן פון דעם איינמאל און נאכאמאל, אונזערע בחורים און אינגעלייט ווייסן נישט וואו זיך צו פארשטעקן פאר בושה.


די מעשה גייט אזוי, עס איז אריינגעקומען א בחור אין ישיבה, מרדכי לייב נרו יאיר, ער האט זיך גענומען צו הפצה אזוי ווי א הונגעריגער מענטש וואס זעט עסן, אזוי ווי א דורשטעריגער וואס גייט אין מדבר און טרעפט וואסער; ער רוט נישט, צו אים קענסטו רעדן נאר פון איין זאך, פון הפצה! ער לערנט נאכנישט א יאר אין ישיבה און ער האט שוין מפיץ געווען צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות - בלי גוזמה.


דאס איז א שטארקע פאטש אין פנים פאר זקני אנשי שלומינו, די וואס לערנען שוין אפאר יאר דא אין ישיבה, און אויך פאר די חתונה געהאטע תלמידים וואס פרובירן אראפצולייגן צוויי דריי גליונות א וואך צו שטילן די שולד געפילן און זיך לאזן איינרעדן 'איך בין אויך א מפיץ'.


יא יא, דאס איז זייער גוט ביז דו טרעפסט מרדכי לייב, קלאפ זיך אין פלייצע און זאג זיך אין די אויער: "איך בין א מפיץ..." אבער אזא בזיון וואס מיר גייען יעצט אריבער... מיר קענען שוין נישט טראכטן 'איך בין פון די נאנטע תלמידים', פון די תלמידים וואס זענען עכט היכל הקודש, לאמיר הערן וואס? וויפיל? וואו? ווען? - פון הפצה, וואס האב איך געטון אז נאך בחורים זאלן נישט דערטראנקען ווערן?


די וואך איז געווען א טראגעדיע, א קינד האט זיך דערטראנקען, א גוי'איש קינד, מען רעדט פון דעם, מען שמועסט פון די נייעס; אסאך קינדער, בחורים און אינגעלייט ווערן דערטראנקען יעדע רגע פון נסיונות, תאוות - ה' ישמרינו.


מיר האבן שטריק, מיר האבן רעטונגס שיפלעך, רעטונגס וועסטלעך זיי צו ראטעווען; פארוואס נאר מרדכי לייב? לאמיר אלע זיך אנשליסן, גיין הפצה, אדער על כל פנים אים העלפן מיט א וועג צו גיין און קומען.


מיר ווארטן און האפן אז אלע אינאיינעם וועלן טון וואס מער פאר הפצה, מען וועט זיך מער נישט דארפן שעמען.


געענדיגט מיט בזיונות!


לייג א בילד ווי ער איז מפיץ.


איך וועל פרובירן דיר צו שיקן נאך שיינע נייעס.

#11 - פארשפרייטן אמונה, טראץ וואס מען וועט באשמוצט און פארשעמט
הפצה, זיכוי הרבים, בזיונות, ראש ישיבה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


יעדן טאג קומען קינדער קלינגען דעם בעלל ביי מיר אין שטוב, ווען מיין ווייב פרעגט: "ווער איז דארט?" שרייען זיי: "ברסלב פוי!" די לעצטע פאר חדשים איז געווארן מער דאס נאכשרייען, אויך מיינע קינדער שרייט מען נאך.


ביי מיר איז ממש וואס צדיקים האבן געזאגט, איין טאג וואס די נייעס גייט נישט ארויס קעגן זיי – טוען זיי תשובה. היינט האט מען מיר באשמוצט מיט א פרישע מעשה, אז דער בחור וואס פעלט שוין פאר אפאר חדשים אין ארץ ישראל – האט מיט מיר, איינער זאגט מיר אז דער אינגערמאן וואס האט מיך געוואלט שלאגן ל"ג בעומר אין מירון – ער שטייט אונטער דעם.


ברוך ה' איך ווייס ווער עס שטייט אונטער זיי אלע, אלעס איז למען הבחירה והנסיון; אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן ש) "פַּעַם אַחַת אָמַר לִי: כָּל מַה שֶּׁאַתָּה רוֹאֶה בָּעוֹלָם, כָּל מַה שֶּׁנִּמְצָא בָּעוֹלָם, הַכֹּל בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה וְהַנִּסָּיוֹן", אלעס וואס דו זעסט, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר – איז למען הבחירה והנסיון.


איך שרייב דיר דאס, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער גיין הפצה; האב רחמנות אויף אידישע קינדער, נעם זיי ארויס פון זייערע עוונות. דאס איז די גרעסטע רחמנות, צו זען ווי מענטשן פאלן אין עבירות; דער רבי האט א כח זיי ארויס צו נעמען פון וואו זיי זענען, און זיי ברענגען צום אייבערשטן.


 

#10 - מען דארף אריינלייגן אלוקות מיט חכמה אינעם צייטונג
הפצה, סיום, סדר דרך הלימוד, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער "שטעטל בלעטל" איז זייער שיין, עס איז א גרויסע הפצה; מענטשן וועלן ענדערש ליינען א צייטונג ווי נעמען א ספר, דארף מען מיט חכמה אריינלייגן אינעם צייטונג - אלוקות, און אויך די עצות פון רבי'ן, דרך הלימוד וכדומה.


דאס האסטו א קליינע נייעס פונעם דרך הלימוד:


וויליאמסבורג. דעם פארגאנגענעם וואך פרייטאג צו נאכטס ביי די באטע ביים ראש ישיבה אינדערהיים איז פארגעקומען א סיום פון מאה פעמים ואחד, הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה. ר' משה ארי' שניצלער האט זוכה געווען במשך פינף און צוואנציג יאר צו מסיים זיין הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה.


דער ראש ישיבה האט געזאגט, אינטערעסאנט, אינעם היינטיגן בלאט גמרא, מסכת חגיגה דף ט', זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עמוד ב): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים", עס איז נישט גלייך דאס גרויסקייט פון דער וואס לערנט א פרק הונדערט מאל, "לְשׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", צו דער וואס לערנט א פרק הונדערט און איין מאל; אינטערעסאנט אז דער סיום איז פונקט דעם היינטיגן טאג.


משה ארי' האט דערציילט: "עס איז געווען דעם ערשטן זומער ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, זומער שנת תשס"ט, - בין איך געווען אין קעמפ, איך האב געהאט דארט א באנגעלאו. איך האב געלערנט מיינע שיעורים טור מיט לבוש, דער ראש ישיבה האט מיך געפרעגט 'האסט שוין היינט געלערנט ח"י פרקים משניות?' נאכן ענטפערן 'ניין' האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט 'לערן ח"י פרקים משניות, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע אנדערע שיעורים'; דאס האט מיר געגעבן דעם שטופ צו לערנען פלייסיג משניות".


עס איז געווען זייער פרייליך. איינע פון די באטייליגטע געבן איבער, ער האט אלץ געוויסט אז משה ארי' איז רייך, ער האט אבער נישט געוויסט אז ער איז אזוי רייך; ער האט הונדערט און איין ביליאנען! נאר דער וואס לערנט תורה איז רייך, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען: "ווען מען זעט איינעם מיט א משניות זאגט מען גלייך אויף אים 'ער באלאנגט ביי היכל הקודש'"; דאס זעט מען אלץ ביי משה ארי', וואו ער גייט, וואו ער שטייט - האלט ער מיט זיך א קליינע משניות, דאס איז א סימן פון א ריכטיגער תלמיד היכל הקודש.


אזעלכע נייעס זאלסטו מאכן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, יפוצו מעיינותיך חוצה.


 

#9 - א ברסלב'ער צייטונג האט אביסל נייעס, און דער עיקר תורה, תפילה ויראת שמים
שטעטל, גליון, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, רעדאקטאר שטעטל בלעטל, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אויב דו זאלסט מאכן א נייעס אינעם צייטונג פון דעם אז מנחם איז געווארן א מיטגליד אין די פלענינ"ג באור"ד; יא, דו קענסט מאכן א נייעס, זאלסט אבער געדענקען די ציל פון אונזער צייטונג, אונזער צייטונג "שטעטל בלעטל" - האבן מיר געעפנט פאר איין ציל. היות עס איז דא מענטשן וואס זיי זענען נישט דערביי פון נעמען שבת ביינאכט א חומש, אדער משניות, וכדומה, אזוי אויך שבת נאכמיטאג, אנשטאט נעמען א תהילים און זינגען צום אייבערשטן די זיסע פסוקים, אים דאנקען פאר די וואך וואס איז אריבער און בעטן פאר די נייע וואך וואס קומט, - וועלן זיי ענדערש זיצן מיט א צייטונג און קוקן נייעס וכדומה. דעריבער האבן מיר געמאכט די צייטונג אריינצוברענגען דעם רבינ'ס עצות און שכל אין די וועלט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "כִּי בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", מיט חכמה, מיט דריידלעך - זאלסטו זיך קריגן מיט'ן יצר הרע; האבן מיר געמאכט די צייטונג פארשטעלט מיט נייעס, פארשטעלט מיט בילדער, און אונטער די בילדער און נייעס איז באהאלטן כבוד אלוקים.


איך וועל דיר שרייבן א ביישפיל ווי אזוי מען פלעכט א נייעס מיט שכל און עצות פון רבי'ן, איך האף דו וועסט זיך אויסלערנען מיט דער צייט ווי אזוי צו מאכן דעם בלעטל:


פון ליבערטי קומט אריין די גוטע נייעס, א חשוב'ער אינגערמאן מיט'ן נאמען מנחם שטיינבערג הי"ו איז ערוועלט געווארן דורכ'ן טאון לעגיסלאטאר צו ווערן א חלק פון די פלענינ"ג באר"ד פון ליבערטי.


מען זעט די סיעתא דשמיא אויף טריט און שריט; קום צוויי יאר צוריק האבן זיך אנשי שלומינו ארויסגעצויגן קיין ליבערטי, מען האט מייסד געווען א שטעטל על שם רבינו. זומער שנת תשע"ט האבן זיך ארויסגעצויגן א מנין משפחות, מען האט געעפנט מוסדות ווי מיר זענען מחנך די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויפ'ן וועג פון רבי'ן.


אלע וואונדערן זיך, 'וואס איז די סוד פון די ברסלב'ער שטעטל? ווי אזוי בליט דאס אזוי שיין? יעדע וואך ציען זיך ארויס נאך משפחות, עס האלט שוין ביי קרוב צו הונדערט משפחות כן ירבו; וואס איז זייער סוד? וואס איז פשט אז אינגעלייט פון שטעטל זיצן שוין ביי מיטינגען פון די רעגירונגס באאמאטע?'


דער סוד איז תפילה! נישטא קיין ריר אין שטעטל וואס זאל נישט זיין אין דעם הויפענעס תפילה; נישטא קיין שטיינדל אין שטעטל וואס זאל נישט ליגן אונטער דעם תפילה.


מיר בעטן די חשוב'ע ליינער, נעמט נישט אן וואס מיר שרייבן, גייט אליינס אריבער אין שטעטל, כאפט א שמועס מיט די אינגעלייט וואס וואוינען דארט, וועט איר זיך אליינס איבערצייגן וואס איר ליינט, איר וועט שטיין מיט אן אפענעם מויל ווען איר וועט הערן די וואונדערליכע מעשיות פון תפילה פון פשוט'ע אינגעלייט; אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה - האבן די השגה וואס צדיקים האבן משיג געווען נאך שווערע עבודות, דאס איז דער כח פון הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אנשים פשוטים מאוד און ברענגט אונז צו די הויכע זאכן.


זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט דעם אינגערמאן מנחם שטיינבערג. מנחם איז א תלמיד פון ישיבה, ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די דרייצן יאר צו קומען לערנען אין ישיבה, זיינע עלטערן - אזוי ווי אלע עלטערן וואס הערן לשון הרע אויף אונזער ישיבה - האבן נישט געוואלט ער זאל קומען לערנען דא, מען האט אים געפייניגט מיט שרעקליכע פיין, ווען זיי האבן איינגעזען אז עס העלפט נישט די אלע פיין, דער בחור מנחם איז שטארק ווי א לייב, ער וויל גיין לערנען נאר אין ברסלב - האבן זיי אים אריינגעלייגט אין תפיסה ער זאל נישט קענען קומען אין ישיבה, ביז די שטאט האט זיך אריינגעמישט, מיט די הילף פון עסקנים און מיט די הילף פון מרת ... תחי' האט מען אים אריינגעלייגט אין ישיבה.


מנחם האט יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין די ניין און ניינציגסטע מאל ששה סדרי משנה. דאס איז אן אינטערעסאנטע זאך; געווענליך די אלע שושקעס, די אלע וויכטיג מאכערס וואס שטופן זיך אריין ביי די הויכע פענסטער - זענען אינגעלייט וואס לערנען נישט און דאווענען קוים, זיי זוכן סיפוק פאר זייער הונגעריגע נשמה, די בארד און פיאות ווערט קערצער און ווייניגער וכו'; אין ברסלב איז עס אנדערש, דיקא די פלייסיגע אינגעלייט וואס פארפעלן נישט זייערע שיעורים כסדרן, זיי לערנען בהתמדה רבה, - דיקא די אינגעלייט וואס האבן שיינע פיאות מיט פילע בערד - די זענען די וויכטיג מאכערס, די קנאקערס וכו'.


עד כאן הנייעס.


קענסט עס צופיצן, קענסט ארום דרייען; איך שיק דיר א ביישפיל ווי אזוי א נייעס אין די ברסלב'ער צייטונג דארף זיין, פינטלעך פון די נייעס און דער עיקר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - לאז אים הערן נייעס האטליינס
שלום בית, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס איז נישט אזוי געפערליך אז אייער מאן וויל הערן "קול מבשר"; צוליב דעם דארפט איר נישט ווערן אויסער זיך. אסאך מאל ווילן זיך מענטשן אויסלופטערן דעם מח, צינדט מען אן א האטליין אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן; רוב מאל הערט מען אפילו נישט צו צום ראדיו, עס איז פשוט אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש, באמת א וואוילער; איר דארפט נישט מאכן קיין עסק פון דעם, ער וועט עס אויסוואקסן. לאזט אים הערן די ליין, ער זאל הערן אז עס איז נישטא וואס צו הערן. דאס נעמט צייט ביז מען כאפט עס, איך האף איר וועט נישט מאכן קיין עסק פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין השראת השכינה צווישן אייך; נאר שלום און ליבשאפט.

#7 - אנשטאט הערן האטליינס, זאלסטו ענדערש פארברענגען מיט דיין ווייב
כולל, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב פריער גערעדט מיט ר' ... נרו יאיר, ער האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט צוזאמען מיט די אנדערע כולל אינגעלייט.


עס האט מיר זייער דערפריידט, ממש זה חלקי מכל עמלי, דאס איז מיר ווערד פון מיין פלאג און מי, צו הערן ווי פלייסיג די תלמידי הכולל לערנען.


איך וועל אם ירצה ה' זיין קומענדיגע וואך שבת אין שטעטל, וועל איך באצאלן אלע כולל אינגעלייט פאר אלע וואכן פון חודש חשון.


שטארק זיך און שטארק אלעמען, בפרט דיין ווייב תחי'; ווען דו קומסט אהיים, דו עסט נאכטמאל, די צייט וואס דו ביסט אין שטוב - זאלסטו מיט איר פארברענגען. הער נישט קיין הא"ט ליינ"ס, נישטא וואס צו הערן, זיי מאלן וואסער; די זעלבע נייעס גייט איבער און איבער און איבער, יעדע מאל מיט אנדערע נעמען; רעד צו דיין ווייב און הער איר אויס.

#6 - א מלמד זאל נישט הערן די נייעס, ער דארף האבן ריינע געדאנקען
חינוך הילדים, מלמדים, מחשבות, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי זיך מקבל נישט צו האבן מיט די נייעס און נישט הערן קיין נייעס; די אלע וואס הערן נייעס זענען זייער דערשראקן פון וואס עס גייט זיין וכו', די וואס הערן נישט קיין נייעס זענען רואיג, פרייליך און צופרידן.


איך האף דו וועסט אויפהערן הערן נייעס; פון אנשי שלומינו תלמידי הישיבה קען איך נאר בעטן אבער פון דיר קען איך עס פארלאנגען, ווייל דו ביסט א מלמד אין אונזער הייליגע חדר, וויל איך דו זאלסט האבן ריינע געדאנקען, דו זאלסט איבערגעבן פאר די ריינע נשמות ריינקייט, זויבערקייט און הייליגקייט.


דיין נייעס זאל זיין די חומש, די בלאט גמרא; די נייעס זאלסטו איבערגעבן פאר די קינדער; חס ושלום רעדן צו די קינדער פון פאליטיק, חס ושלום זיך איינרעדן אז דער פרעזידענט וועט זיין א ישועה און פארקערט; א ישועה זעט מען ווען מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דער אייבערשטער - ער פירט אלעס און מאכט אלעס.

#5 - אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן
בריוו, עצתו אמונה, מאגאזינען, ספרי ברסלב, גליון, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין געווען יום הקדוש אין שטעטל אין קרית ברסלב. עס איז געווען א הערליכע יום טוב, אסאך תלמידים זענען ארויסגעקומען, מען האט זיך אריינגעשטופט ביי די משפחות. די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל האבן אריינגענומען די געסט בסבר פנים יפות.


מוצאי יום הקדוש בין איך געווען טרוד מיט א שידוך, א בחור - א תלמיד פון ישיבה, מיט א מיידל - א תלמידה פון בית פיגא; איך בין הערשט אנגעקומען אהיים מיט מיין משפחה פארטאגס, נאך פיר אזייגער. היינט אגאנצן טאג בין איך געווען פארנומען מיט שרייבן בריוון.


איך בעט דיר אויב עס איז נאך שייך זאלסט צאמנעמען אלע בריוון און דאס אפדרוקן נאך בעפאר יום טוב סוכות, אויב מעגליך עס זאל זיין גרייט ביים שיעור ליל שישי; איך וויל די אינגעלייט זאלן דאס אהיים טראגן אז די ווייבער זאלן דאס ליינען. אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען וואס פאר'תמ'ען דעם קאפ זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן און עצות פון רבי'ן; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך, דו זאלסט צושטעלן ליינען ערליכע זאכן פאר אנשי שלומינו.


צוביסלעך הער איך צוריק פון די משפחות אין די קהילה אז זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין אין שטוב; אנשטאט די צייטונג ליינט מען עצתו אמונה מיט די גליונות און שיחות, און בעיקר נעמט מען דעם ספר תהלים וכו'.

#4 - מאך פרייליך דיין ווייב, זיי נישט פארנומען מיט דיין טעלעפאן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיט דעם וואס מיר האבן שוין גערעדט, שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן.


דיין ווייב איז געווען ביי מיר ערב יום הכיפורים, זי האט זייער געוויינט אז זי וויל אן ערליכע ריינע שטוב; עס טוט איר זייער וויי אז דו קוקסט מאווי"ס, נייעס. זי זאגט אז זי האט דיר זייער ליב, עס שטערט איר אז דו ביסט מפקיר דיינע אויגן.


דעריבער בעט איך דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ דו זאלסט אוועקווארפן דיין טעלעפאון וכדומה, דו זאלסט נישט קוקן די אלע זאכן; גלייב מיר, עס איז נישטא וואס צו קוקן, אלעס איז דמיונות, אלעס איז אן אויג פארבלענדעניש; דו וועסט זיין אסאך מער פרייליך אז דו וועסט נישט קוקן קיין שום זאך, נישט קיין ספארט"ס, נישט קיין מאווי"ס, נייעס.


דו האסט דאך א טייערע ווייב, זי וויל לעבן מיט דיר, זי וויל זיין מיט דיר; אנדערע וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא געטרייע ווייב וואס דו האסט.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר; איך זאג דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל זען אביסל נחת ביי מיינע תלמידים.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וויפיל דו לערנסט און וואס דו לערנסט.

#3 - קיינער קען נישט געבן לעבן אדער צונעמען לעבן, נאר דער אייבערשטער
אמונה, משיח, נייעס, קאראנע וויירוס, ספירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זייטס מיר מוחל אז איך האב אייך נישט געענטפערט אויף אייער בריוו פאר לאנגע חדשים; זייטס מיר דן לכף זכות, איך בין אזוי פארנומען אז איך קום ניטאמאל אן צו עסן און צו שלאפן וכו', וכו'.


איך בעט אייך זייער, שטארקטס אייך מיט אמונה פשוטה, חזר'ט זיך די אמונה; ווען אייער קאפ הייבט זיך אן דרייען מיט שלעכטע מחשבות זאלט איר אנהייבן זינגען: "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ, אַלֶעס אִיז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז אִיבֶּערָאל, אִי לִיג אִין זַיינֶע הֶענְט".


קיינער איז נישט געשטארבן פון קאראנע, עס איז ליגנט וואס די נייעס זאגט; זיי דרילן דעם קאפ, יעדן טאג זאגן זיי פרישע נומערן וויפיל מענטשן זענען געשטארבן פון קאראנע, עס איז שקר וכזב; קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון קאראנע, קאראנע קען נישט הרג'נען קיין מענטשן, קאראנע איז א קליינטשיגע באג, עס קען גארנישט טון; די אלע מענטשן וואס זענען יעצט אוועק פון דער וועלט, איז ווייל יעצט איז געקומען די צייט וואס זיי האבן געדארפט צוריק גיין צום אייבערשטן. יעדע מענטש פאר ער ווערט געבוירן באקומט ער פון הימל א געוויסע מאס יארן וויפיל ער גייט לעבן און ווען עס קומט די צייט מען זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן נעמט דער אייבערשטער צוריק די נשמה, נישט קיין חילוק צי עס איז יא דא קאראנע אדער נישט, יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג. מיר אידן גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער געבט לעבן ווילאנג ער וויל און קיינער אנדערש קען נישט געבן לעבן אדער צונעמען לעבן.


בעט איך אייך זייער איר זאלט נישט אויסהערן די נייעס - אפילו די אידישע; כל זמן די נייעס רעדט נישט פונעם אייבערשטן טאר מען דאס נישט הערן. ווען משיח וועט קומען וועט זיין שיינע האט-ליינס, שיינע נייעס. משיח וועט רעדן אויף די נייעס, ער וועט אנהייבן דעם טאג מיט די וואונדערליכע נייעס, ער וועט רעדן צו די גאנצע וועלט, אלע פעלקער וועלן אים הערן - אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, נאר אים דארף מען דינען און פון עפעס אנדערש איז נישט אינטערעסאנט צו רעדן.


טאנצט מיט אייער מאן און קינדער; אפילו יעצט אין די טעג פון ספירה ווען מיר טרויערן אויף די גרויסע אבילות פון די תלמידי רבי עקיבא און אויף אלע צרות, טאר מען נישט זיין בעצבות און אין מרה שחורה, און ווען מען שפירט ווי די עצבות איז זיך מתגבר מעג מען טאנצן און הערן לעבעדיגע ניגונים פון אמונה.

#2 - דער אייבערשטער באהאלט זיך אונטער די קאראנע וויירוס
שמחה, הפצה, רפואה, נייעס, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש, פרשת ויקהל-פקודי - החודש, כ"ד אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, מיינע טייערע חברים פון ירושלים, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער, יעצט ווען אלע לעבן אין פחדים פון די מחלה וואס גייט ארום אין אלע לענדער, די מחלה פון קורונה, זאלט איר זיך שטארקן אין אמונה; גלייבן אז דער אייבערשטער איז באהאלטן אין דעם און עס וועט ארויס קומען פון דעם נאר גוטס; ווי מער א מענטש נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך אלץ רואיגער איז מען, מען ווערט נישט פארלוירן און דערשראקן.


אז איר וועט זיין פרייליך און רואיג וועט איר קענען בארואיגן אייער ווייב און קינדער; אנשטאט זיצן אין שטוב און זיך אפרעדן זאלט איר טאנצן מיט די גאנצע משפחה: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט", מיט דעם וועט איר אוועק נעמען אלע דינים און אלע שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י): "כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם דִּינִים עַל יִשְׂרָאֵל, עַל יְדֵי רִיקוּדִים וְהַמְחָאַת כַּף אֶל כַּף נַעֲשֶֹה הַמְתָּקַת הַדִּינִים", דורך פאטשן און טאנצן נעמט מען אראפ אלע דינים פון אידן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום צייטונגען אפילו פון די פרומע, און אויך זאלט איר נישט רופן הערן די נייעס - דעמאלט וועט איר לעבן א רואיגע לעבן. דער גאנצער צייטונג איז געבויט צו לייגן א שרעק אויף מענטשן, דאס איז זייער גאנצע זאך; אויב עס איז נישט דא קיין שום שרעק איז אויס נייעס, זייער גאנצע זאך איז נאר אריין לייגן אין מענטשן פחדים, דעריבער בעט איך אייך איר זאלט נישט הערן און נישט ליינען קיין שום נייעס. אז איר ווילט הערן נייעס זאלט איר עפענען א חומש, דארט וועט איר זען די נייעס פון די וואך, לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא - דאס איז אונזער נייעס. ועל כולם, לערנט דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זען די נייעס אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די גאנצע וועלט, ער איז מחי' ומהוה אלעס, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, גארנישט געשעהט פון זיך, אלעס איז בהשגחה.


נאך איין זאך בעט איך אייך, יעצט ווען אלע זענען צעשאקלט איז א גוטע צייט צו גיין הפצה, יעצט קען מען רעדן צו מענטשן פון אמונה, אפילו די סארט מענטשן וואס ווילן נישט הערן פון רבי'ן, יעצט ווען מען איז צעשאקלט, מען איז דערשראקן פונעם גיבור וואס קומט נענטער און נענטער (עיין סיפורי מעשיות מעשה יב) דעמאלט הערט מען אויס דעם בעל תפילה; זאלט איר אלע גיין הפצה.


מיר האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיט'ן נאמען: "קורונה ווירוס"; הלואי זאלט איר דאס פארשפרייטן אין גאנץ ארץ ישראל, מענטשן וואס נעמען נישט קיין קונטרסים א גאנץ יאר וועלן דאס יא נעמען, וועלן מיר דורכדעם קענען ברענגען די גאולה.


א פרייליכע גרינגע ערב פסח.

#1 - זאגטס אביסל תהלים יעדן טאג
התחזקות, תהלים, משיח, נייעס, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט זאגן אביסל תהילים יעדן טאג; די וועלט דארף אייער תהילים, דאס וועט ברענגען משיח צדקינו. מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא געוויסע חסידים וואס פירן זיך צו לייגן פאר'ן גיין שלאפן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: "משיח איז נאך אלץ נישט דא?" דאן הויבן זיי אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין, זייער צוגאנג איז אז ווילאנג משיח איז נאכנישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל ווען מען שלאפט זינדיגט מען נישט. האט רבי נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א 'תהילים' אונטערן קישן און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא זאל מען אפיר נעמען דעם תהילים, זאגן אפאר קאפיטלעך און שרייען צום אייבערשטן".


פארלירט זיך נישט, ווערטס נישט דערשראקן פון גארנישט; דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אייך, מיר ליגן אין די הענט פונעם אייבערשטן. אנטלויפטס פון הערן נייעס; וואס דארפט איר הערן א צווייטנס צרות? עס וועט אייך זיין אסאך גרינגער אן הערן נייעס, פרובירטס עס אויס, איר וועט זיין רואיג און צופרידן. רעדטס מיט אייער מאן און קינדער דיבורי התחזקות, וועט איר זיין געזונט און שטארק.