בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
יואל מנחם גרשון נרו יאיר
איך וויל דיר בעטן זאלסט בעטן דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון א בית החיים און ווי מען האט אויפגעגראבן א קבר און געפונען א פרוי גאנץ אן קיין איין ביס. אויך זאל מען זען א קינד שטיין, און ווי רבנים שטייען דארט. איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער, זיי דערציילן די מעשה וואס דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו האט דערציילט (דברי תורה מהדורה ד, סימן עו), א מעשה וואס ער האט געזען מיט זיינע אייגענע אויגן; א נפטרת פון איבער הונדערט יאר, ווי זי איז גאנץ אן קיין איין ביס, אן קיין ווערעם, בזכות איר צניעות.
אמאל האט פאסירט אינעם שטעטל הוקליווע אז די שטאטראט האט ארויסגעגעבן א גזירה אז מען גייט נעמען די אלטע בית החיים און מען גייט אויפגראבן אלע קברים, ווייל די שטאטראט האט געוואלט ניצן די פלאץ. זענען אהינגעפארן די רבנים פונעם בית דין צו אכטונג געבן אויף די כבוד פון די נפטרים, מען זאל אויפגראבן יעדע קבר און ארויסנעמען די ביינער און דאס טראגן אין א צווייטע בית החיים מיט גרויס כבוד.
דער הייליגער צדיק דער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו וואס איז דעמאלט געווען א קינד פון דרייצן יאר איז אויך אהינגעגאנגען, ער האט געוואלט זען ווי אזוי עס זעט אויס ווען מען גראבט אויף א קבר, און ער האט געזען צווישן די אלע קברים וואס מען האט אויפגעגראבן א קבר פון א פרוי וואס איז שוין געווען אוועק פון די וועלט איבער הונדערט יאר, און ווען מען האט אויפגעגראבן איר קבר האט מען געזען ווי די פרוי איז געבליבן גאנץ, אזוי ווי ביים באערדיגן, און אלע האבן זיך זייער געוואונדערט, וואס האט זי זוכה געווען מער ווי אנדערע מענטשן וואס זענען געליגן אינעם זעלבן בית החיים, און אפילו זיי זענען נישט לאנג פארדעם געשטארבן זענען זיי שוין געווען צעגאנגען אויף ברעקלעך?
האט מען געקוקט אויף די מציבה פון די פרוי און מען האט געזען דארט שטיין אז די פרוי האט זיך געפירט זייער איידל, זי איז געווען א צניעות'דיגע פרוי, זי איז געגאנגען מיט איידעלע קליידער, און אין דעם זכות איז זי געבליבן גאנץ און פריש.
טייערע קינדער, אז מען פירט זיך איידל - איז מען זוכה אז נאכן נפטר ווערן גייט די נשמה אין גן עדן, און אויך די מענטש בלייבט גאנץ. קיינמאל טאר מען זיך נישט אויפדעקן די קליידער, און אויב קינדער שפילן זיך נישט איידל, מען באהאלט זיך אין א טונקעלע שטוב און מען דעקט אויף די קליידער - זאלן ענק אנטלויפן פון די קינדער, און חס ושלום זיך אויפדעקן (דא קענען די עלטערן רעדן מער קלאר פאר די קינדער פון זיך היטן און זיין הייליג) ווייל דער אייבערשטער געפינט זיך איבעראל, אויך אין די טונקעלע שטוב, און אויך אין ליידיגע שטילע פלעצער, ער זעט אלעס וואס מען טוט, און דער וואס איז איידל באקומט אסאך שכר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.