בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#761 - יישר כח פאר'ן העלפן דעקן די חודש'ליכע הוצאת הבנין
קינדער, מוסדות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם יום טוב שבועות ווען מיר גייען מקבל זיין די תורה וויל איך דיר דאנקען פאר'ן מיר העלפן צושטעלן א פלאץ פאר די בחורים און קינדער זיי זאלן האבן וואו צו לערנען, דורך דעם וואס דו העלפסט צו קענען דעקן די חודש'ליכע הוצאת הבנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד) אז ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געבעטן פון די אידן: "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגטס מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה.


זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה; דאנק איך דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך דעקן די רענט אזוי געטריי אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר, ישיבה און מיידל סקול.


א גוט יום טוב.

#760 - דער כולל איז מיין גאנצע נחת
כולל, כשרות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת און פרייד וואס איך האב יעדעס מאל ווען איך קוק אריין אין כולל און איך זע ווי איר לערנט בהתמדה רבה.


 צומאל גיי איך ארויף אינמיטן טאג נאר צו כאפן א בליק און זיך אנפולן מיט נחת, נאכ'ן זיין פארנומען מיט אזויפיל זאכן וכו', - עס איז נישט גרינג צו עוסק זיין מיט מענטשן, מען קען פשוט אראפגיין פון זינען; די ישיבה – די בחורים, תלמוד תורה, בית פיגא, ועל כולם יונגעלייט, שלום בית וכו', וכו' – איז דער כולל מיין גאנצע נחת.


איך בעט דיר זייער זאלסט מקרב זיין מיינע זון החתן ... נרו יאיר ואחיו הבחור ... זיי זאלן לערנען פלייסיג גמרא והלכה; טוט מיט מיר דעם חסד וועל איך דיר שטענדיג מכיר טובה זיין.


בנוגע דעם הכשר וכו'; זיין ... האט איבער גענומען דעם געשעפט און עס האט מער נישט מיט ... נרו יאיר, ער נעמט א צווייטע הכשר, דארפן מיר מער נישט געבן דארט דעם הכשר.


איך האף אז דעם זוממער הבא עלינו לטובה וועסטו אויך לערנען מיט די יונגע בחורים הלכה; עס גייט מיר אין לעבן צו האבן תלמידים וואס לערנען הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#759 - זיי ממשיך מיט דיין עבודת ה'
תפילה והתבודדות, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי' וואו זי שרייבט אז איר לעבן איז אזוי זיס, ממש זי לעבט אין "גן עדן"; זי שרייבט ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב, פון דיינע מידות און פון דיין לערנען, אז כסדר מאכסטו סיומים...


געב איר איבער אז זי האט מיר ממש מחי' געווען; עס איז מיר געווען אזוי וויכטיג צו הערן עפעס גוטע נייעס נאכ'ן זיצן טאג און נאכט און הערן צרות און יסורים וואס מענטשן גייען אריבער.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיין עבודת ה'; באניי זיך אין התבודדות, מאך זיך א צייט צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך. דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט דיר און בעט אים אויף ווייטער.


געב איבער פאר אלע פרישע יונגעלייט אז מיר הייבן אן א שיעור ספעציעל פאר תלמידי ישיבה וואס זענען אין שנה ראשונה וכו', איך וועל דיר איבערגעבן ווען דאס וועט זיין און דו וועסט זיין ממונה דאס צו איבערגעבן פאר זיי אלע.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


...

#758 - יעדער האט ארויסגעכאפט א ששה סדרי משנה
לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האף אז דו ביסט מסודר און איך האף אז דו פירסט זיך ווייטער מיט די לימודים וואס דו האסט ארויסגעכאפט פון ישיבה.


ברוך ה' געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב נאך קיינעם נישט פארפירט; יעדע בחור וואס האט זיך דא דורכגעדרייט האט ארויסגעכאפט א ששה סדרי משנה, געענדיגט חמשה חומשי תורה; דו אליינס האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן משניות כמה פעמים, און כמה מסכתות הש"ס.


איך זע אז דו קומסט נישט לעצטנס אין ישיבה, די גאס זעט דיר אויס מער "גלאנציג און בליטשקעדיג"; הלואי זאלסטו צוריק קומען אין די הייליגע ישיבה וואו מען חזר'ט אמונה ויראת שמים, אדער כאטשיג ארויפקומען מפעם לפעם.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#757 - ווארף אוועק די עבירות
קדושה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


עס טוט מיר זייער וויי אז דו האסט שטילערהייט באהאלטענערהייט א וכו' אויף וואס דו קענסט קוקן מאוויס; דו ווערסט אריינגעשלעפט אין דעם גאנצע נעכט און דו פארברענסט זיך דיין ריינע הייליגע מח-מחשבה.


איך בעט דיר ליבער תלמיד, ווארף אוועק די עבירות. א שאד דו זאלסט זיך דארפן מוטשען דיין גאנצע לעבן; דו ביסט פול מיט חן, דו קענסט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך. א שאד אז דו האסט גענומען פאר דיר דעם נישט גוט'ן וועג.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס קומען ארויס פון מיין צעבראכענעם הארץ – לטובה, דו וועסט תשובה טון און אנהייבן פונדאסניי, וועסטו האבן א גוט לעבן בזה ובבא.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#756 - נאך אביסל וועסטו האבן גרויס שפע
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


טייערער ..., איך בעט דיר האלט זיך מיט אלע כוחות. איך שעפ פון דיר אזויפיל נחת, פון דיין דאווענען און לערנען, און בעיקר פון דיין שיינע חסידי'שע שטוב וואס דו בויסט מיט אלע דיינע כוחות.


יעצט ווען עס איז דיר ענג אין פרנסה בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך נישט פארלירן; אנטלויף נישט... נאך אביסל וועסטו האבן גרויס שפע... זיי ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים, נאך אביסל וועט דיר גרינגער ווערן.


יעצט ווען עס קוועטשט דיר וכו' גיי אין א ווינקל און געב א גוטע קרעכץ צום אייבערשטן, זאג: "טאטע! עס איז מיר אזוי שווער! אייבערשטער איך קען נישט מער", וכו', וכו'; מיט די פאר ווערטער וועסטו געבן א שאקל אלע הימלען...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#755 - נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין
קדושה, בית המדרש, נסיונות, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פארנעמען צו דאווענען מיט מנין, גיין דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא: לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו'? לוֹמַר לָךְ: מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", פונקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך אין טייך ווערט ער ריין, אזוי אויך ווען מען גייט אין שול דאווענען און לערנען – נעמט מען אראפ פון זיך אלע שלעכטס.


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען אין בלומינג גראוו, איז צוגעקומען דיין ברודער זיך באדאנקען פאר די דרשות און התחזקות; ער זאגט מיר אז דאס איז פאר אים ווי אטעמען. זעט מען ווי צוביסלעך גייט אריין דעם רבינ'ס דיבורים מער און מער אין די וועלט.


אז דו שטייסט אין געשעפט אינמיטן די ארבעט און דו שפירסט ווי דו ווערסט פארברענט, עס הייבט אן ברענען די תאוות – השם ישמרינו, זאלסטו דארט שרייען צום אייבערשטן פון צווישן די מענטשן, זאג ארויס: "אייבערשטער, ראטעווע מיר!" "איך ווער פארברענט!" דאס וועט דיר היטן פון נישט אראפפאלן אינגאנצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#754 - זיי מחזק דיין ברודער
שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מחזק זיין דיין ברודער ... ער זאל האבן מער שייכות מיט זיין ראש ישיבה.


לויט ווי איך פארשטיי און איך הער גייט אויף אים אריבער שוועריקייטן - אזוי ווי עס גייט אריבער אויף אלע פון אונז. אבער היות ער האט נישט קיין שייכות מער מיט זיינע חברים ובפרט מיט זיין ראש ישיבה ווערט ער איינגעגעסן וכו'. בעט איך דיר זייער דו זאלסט אים מחזק זיין ער זאל רופן זיין ראש ישיבה לכל הפחות איין מאל א וואך, און אז ער קען נישט צוקומען זאל ער פרובירן נאכאמאל צו רופן ביז ער וועט אנקומען.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; עס איז "דיין" ארבעט אריינצוברענגען א חיות אין דיין שטוב, ווארט נישט אז א צווייטער זאל עס טון. הייב אויף די מוט פון דיין ווייב און קינדער; טאנץ יעדן טאג מיט דיינע קינדער, ווייל דער עיקר און דער יסוד פון א אידישע שטוב איז אז עס זאל זיין פרייליך און גוט מוטיג וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#753 - יישר כח פאר די שיינע שבת
חברים, התחזקות, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן צושטעלן אזא שיינע שבת; איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אויף שבת.


די וועלט זאגט: "א גאסט אויף א ווייל זעט אויף א מייל"; איך מוז דיר זאגן אז דו אליינס ווייסט נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער – קיין עין הרע; איך האף אז דו שעצט און ביסט מכבד דיין ווייב, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו עשירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", זייטס מכבד ענקערע ווייבער וועט איר רייך ווערן.


איך בעט דיר זייער: "שטארק זיך", "דראפע זיך און דערהאלט זיך"; האב שייכות מיט די חברים פון בלומינג גראוו, זיי זענען טייערע אינגעלייט און איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט שבת; עס הערשט א ריינע לופט אין בית המדרש נאר צוליב דאס ליבשאפט איינער צום צווייטן.


האלט פאר דיינע אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט דיר געזאגט ווען דו האסט געוואלט וכו': "אז דו וועסט נישט אנטלויפן וועסטו האבן שיינע זאכן"; קוק ווי עס ווערט נאר שענער און שענער.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...

#752 - באשיינען דעם בית המדרש לכבוד חג השבועות
שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האף אז דו וועסט אנהאלטן מיט די זכות וואס דו האסט אלע יארן געהאט, די זכיה צו באצירן און באשיינען דעם בית המדרש לכבוד חג השבועות; איך ווארט צו הערן פון דיר צי דו וועסט דאס ווייטער טון אויך היי יאר.


אין זכות פון באשיינען און באצירן דעם רבינ'ס בית המדרש, זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.


געדענק, יעדע זאך וואס מיט טוען פאר'ן רבי'ן איז א נצחיות; א זאך וואס בלייבט פאר אייביג.


דיין ראש ישיבה.


...

#751 - מסיים געווען די ערשטע מאל תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער שטארק צו הערן פון דיר אז דו זאגסט תהילים און יעצט האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל תהילים, האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו.


געב א גריס פאר דיין טאטע.

#750 - מיט דיין שיינע אויפפירונג מאכסטו א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מצליח אין סקול. נעכטן האט מיר די מנהלת מרת ... תחי' דערציילט פון דיר הערליכע זאכן; אז דו ביסט אויסגעצייכנט אין מידות און אין יראת שמים, ווי אויך אז די מיידלעך האבן דיר זייער ליב.


מיט דיין שיינע אויפפירונג מאכסטו א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, פאר די רבי און פאר מוהרא"ש וואס די סקול איז אויף זייער נאמען.


איך טראכט פון א גוטע שידוך פאר דיר, איך וועל רעדן מיט דיינע עלטערן פון דעם. 


 

#749 - יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, איז א גרויסע זכות
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אהער שטעלן די פרויען פארטי אין קרית יואל פאר אונזערע מוסדות; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, בפרט די מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, איז א גרויסע זכות; א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געבטס איבער א יישר כח פאר אלע פרויען וואס האבן געהאלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.

#748 - פרויען פארטי אין קרית יואל
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אהער שטעלן די פרויען פארטי אין קרית יואל פאר אונזערע מוסדות; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, בפרט די מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, איז א גרויסע זכות; א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געב איבער א יישר כח פאר אלע פרויען וואס האבן געהאלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.

#747 - מפיץ זיין די גליונות
הפצה, פרנסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו קענסט פארדינען מער געלט און גרינגער ארבעטן איז דאך נישט קיין פראגע וואס צו טון, אודאי זאלסטו אננעמען די נייע ארבעט; נעם דיר דעם כלל אין לעבן: "קוק שטענדיג אויף וואס עס איז גוט פאר דיר".


בנוגע הפצה וכו'; דער עיקר זאלסטו זיך אריין לייגן מפיץ צו זיין די גליונות. ווען א מענטש טרעפט דעם 'גליון היכל הקודש' וועט דאס אים שוין טראגן צו הערן די שיעורים און אנקומען צו אלע ספרים; דעריבער זאלסטו אריין לייגן כוחות מיט דיינע חברים צו פארשפרייטן די גליונות אין ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#746 - פארשפרייטן ספרים פון אמונה
אמונה, הפצה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטע זאל העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב, און זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות.


שטארק זיך און גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע ארבעט צו מזכה זיין אידישע קינדער זיי צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן זיינע עבירות זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי הפצה. דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה, דף קכח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא", ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, "וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ", ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, "וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", דער מענטש איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. "כָּל מָארֵי דִּינִין לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די מפיצים אז פאר די פארלוירענע אידן וואס זענען ווייט פון שמירת המצות, זיי ווייסן נישט פון תורה ומצות - דארף מען געבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן זיך פון אמונה, אבער פאר פרומע אידן האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געהייסן בעיקר געבן ספרים און קונטרסים וואס רעדט זיך פון קדושה וטהרה וכו'; היינט איז ליידער דער דור שוין אזוי געפאלן אז פאר פרומע אידן דארף מען אויך געבן ספרים פון אמונה. עס דרייען זיך ארום בתוכינו יונגעלייט און בחורים, פרויען און מיידלעך אנגעפילט מיט קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן, דארף מען בעיקר פארשפרייטן די אמונה, דאס איז דער עיקר וואס מענטשן דארפן היינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#745 - ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס
סגולות, פרנסה, ספרי ברסלב, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן ביידע בריוו.


בנוגע זוכן א נייע ארבעט וכו'; איך האלט אז דו זאלסט בלייבן ביי די פלאץ וואו דו ארבעסט יעצט. אפילו זיי ציען זיך אוועק וכו' און עס וועט דיר נעמען מער צייט צו פארן און קומען וכו' דארפסט אויך קוקן אויף די אנדערע זייט, ווי צופרידן דו ביסט וכו'. א ברסלב'ער חסיד האט שטענדיג וואס צו טון און מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן בשעת'ן פארן, מען קען זיך מתבודד זיין אינטערוועגנס.


מזל טוב פאר דיין סיום אויף 'מסכת יבמות'; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר דיינע סיומים מאכסטו מיר פרייליך.


בנוגע זיך האלטן רואיג אין שטוב און אין ארבעט וכו' און נישט ווערן בכעס; פאלג דעם רבי'ן און פון היינט אן זאלסטו מקפיד זיין אויף 'פת שחרית'. יעדן אינדערפרי גלייך נאכ'ן דאווענען, פאר דו גייסט ארבעטן - זאלסטו זיך וואשן אויף פרישטאג. אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכ'ן דאווענען, דאס וועט דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיט'ן פארלערנען פאר תלמידים.


נאך א עצה האב איך פאר דיר, לערן יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סח) וואו דער רבי איז זייער שיין מסביר וואס עס פאסירט ווען מען רעגט זיך אויף. אז דורך כעס פארלירט מען די געלט, ווייל כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ; יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס וויל נישט דער מענטש זאל רייך ווערן – און ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען, און דער רבי איז ממשיך אז כעס איז אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף; לערן יעדן טאג די תורה, זאלסט זיך גוט מתבודד זיין אויף די תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, וויסן זאלסטו אז אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אינעם רבינ'ס תורות - אין ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו לערנען די תורה פון כעס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) און זיך גוט אויסוויינען דערביי צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.


א גריס פון דיינע זיסע קינדער.

#744 - מנהגים ביי שבת ליכט
שבת קודש, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מנהג ביי אונז איז צו צינדן צוויי אויל ליכט כנגד זכור און שמור, נאך פיר ליכט קעגן דעם שם הוי"ה און ביי יעדע קינד וואס ווערט געבוירן לייגט מען צי נאך א ליכט.


ווען מען וויילט שבת אין דער פרעמד צינדט מען צוויי ליכט.


דער הייליגער רבי נתן האט געבעטן זיינע טעכטער און שנירן, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די ליכט און איך מאך ליכטיג די שטוב, זאלסטו אנצינדן דעם רבינ'ס ליכט אויף די גאנצע וועלט אז עס זאל ווערן פאר יעדן ליכטיג, און יעדער איינער זאל שפירן דעם אייבערשטן".


א גוט שבת.

#743 - די ווייב מיינט ער פארשטייט דאס לערנען
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט גלייך געענטפערט; ווען דו זאלסט וויסן ווי פארנומען איך בין... איך קום נישט אן מיט מיין ארבעט, איך קום נישט אן צו עסן וכו' וכו', - וואלסטו מיר זיכער דן געווען לכף זכות.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט, אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס תלמוד בבלי און דו גייסט שוין נאכאמאל ענדיגן ש"ס, און אזוי אויך משניות עטליכע מאל - וואויל איז דיר און וואויל איז זיין חלק.


בנוגע אז דאס איז באהאלטן פון דיין ווייב וכו', זי מיינט אז דו פארשטייסט וואס דו לערנסט און זי ווייסט נישט אז דו זאגסט וכו' און דו שפירסט ווי דו טראגסט א סוד וכו'; וויסן זאלסטו אז פאר א פרוי איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה צי מען לערנט אן פארשטיין אדער מען לערנט מיט פארשטיין, א פרוי האט ליב צו זען ווי איר מאן לערנט און פירט זיך מיט גוטע מידות.


נאך אביסל וועסטו דאך ממילא זוכה זיין צו פארשטיין; אז מען זאגט נאכאמאל און נאכאמאל איז מען זוכה ביים סוף צו פארשטיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין עיין שם.


א גוט שבת.

#742 - זיך וואשן צו מלוה מלכה
קינדער, סגולות, רפואה, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט וכו', דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


מוצאי שבת זאלסטו זיך וואשן מלוה מלכה מיט דיין ווייב; מוהרא"ש זאגט נאך א סגולה פון צדיקים פאר א גרינגע לידה, מען זאל האבן גרינגערהייט די קינדער, אז מאן און ווייב זאל עסן מלוה מלכה, דאס איז בדוק ומנוסה.


זאג דיין ווייב אז זי קען עסן די עסן וואס זי וויל אזוי שטארק עסן.


א גוט שבת.

#741 - מיט תפילה קען מען טוישן די בריאה
תפילה והתבודדות, רפואה, צדיקים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב געהערט די שלעכטע נייעס פון דיין טאכטער זאל זיין געזונט אז זי איז נעבעך אין שפיטאל און זי ליגט בלי הכרה השם ירחם, וויל איך דיר מחזק זיין אז דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה און גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער ווארט אויף תפילות און מעשים טובים.


מיט תפילה קען מען טוישן די בריאה; אפילו די דאקטורים זאגן אז עס איז דערנאך קען מען דאס נאך טוישן מיט תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.


דעריבער בעט איך דיר זייער מיין טייערער חבר, פארליר זיך נישט! דער אייבערשטער איז זייער גרויס און ער קען העלפן דעם מענטש אפילו עס זעט נישט אויס ווי עס איז נאך דא אן האפענונג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויף אויסנווייניג, צום ביישפיל: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו'", און נאכדעם זאלסטו בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס איך האב יעצט מזכיר געווען זאלסטו מיר שיקן א רפואה שלימה פאר מיין טאכטער; העלף מיר טאטע, איך האב נישט צו וועמען זיך צו ווענדן נאר צו דיר", דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זען גרויסע נסים.

#740 - די ריכטיגע שלום בית ברענגט אלס גוטס
שלום בית, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די פרויען צוזאמקום די וואך. איך האב גערעדט מיט מסירות נפש, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געהייסן. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש צי קען איך אריבער ברענגען א קעמערע אז מוהרא"ש זאל געבן א שיעור און מען וועט דאס אויפשפילן פאר די פרויען, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "אדרבה, קום אריבער אינמיטן די וואך און איך וועל זיי געבן א שיעור וכו'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "אבער איך וועל רעדן אפענע דיבורים", מוהרא"ש האט מיר דאס איבערגעזאגט עטליכע מאל: "איך וועל רעדן אפענע דיבורים"; ווייל אין אלע פעלער ווי יונגעלייט און ווייבלעך גט'ן זיך זענען שולדיג די חתן טיטשערס און כלה טיטשערס, צוליב דעם וואס זיי לערנען מיט חתנים און כלה'ס פאלשע לימודים, חומרות און פרישות, וואס דאס ברענגט אלע גט'ן רחמנא לצלן, און אז מענטשן פאלן אוועק פון אידישקייט.


למעשה איז מוהרא"ש אריין אין שפיטאל יענע וואך און איז א קורצע צייט שפעטער נסתלק געווארן. דאס איז געווען די לעצטע שמועס וואס מוהרא"ש האט גערעדט מיט מיר איידער ער איז אריין אין שפיטאל. טו איך יעצט וואס מוהרא"ש האט געהייסן, און מען שפילט אויף א שיעור פאר די פרויען וואו מען הערט די דיבורים פון מוהרא"ש.


רבי נתן האט אמאל געזאגט: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש", ווען אדל דעם רבינ'ס טאכטער האט דאס געהערט איז זי געווארן ברוגז אויף רבי נתן, היתכן ער רעדט אזוי: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש"; האט איר רבי נתן געזאגט: "יא, מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש, אבער נאר בזכות פונעם רבי'ן", און מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיין טיש איז שענער פון רבי נתנ'ס טיש און פון רבינ'ס טיש, אבער אלעס בזכות פון רבי'ן", וד"ל.


מאכטס א גוטע קיגל לכבוד דעם שבת מברכים חזק חזק; אייער מאן נרו יאיר האט מסיים געווען גאנץ ספר ויקרא - שנים מקרא ואחד תרגום, זאלט איר אים מאכן א קוגל לכבוד די סיום.


א גוט שבת.

#739 - שיק מיר די פרישע חלקים פון "אשר בנחל"
אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר, גלייך ווען עס קומט ארויס א פרישע חלק "אשר בנחל" זאלסטו מיר דאס גלייך שיקן קיין אמעריקע; איך וועל דיר באצאלן בלי נדר פאר יעדע חלק וואס דו שיקסט מיר.


שיק מיר די חשבון אויב איך קום דיר נאך געלט און שיק מיר שוין נאך חלקים, ווייל די בריוו פון אשר בנחל איז מיין גאנצע חיות און לעבן, די בריוו פון אשר בנחל וועקט מיר אויף פון שלאף יעדן טאג פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#738 - מאך זיך א שיעור אין "תיקוני זוהר"
כולל, תיקוני זוהר, הפצה, לימוד התורה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע מסיבת "טיי אווענט" פאר'ן כולל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אין שטוב אנטייל נעמען ביי די מסיבה. דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה וברכה אין אלע דיינע וועגן.


מאך זיך א שיעור אין "תיקוני זוהר"; מען זאגט נאך בשם צדיקים א ווארט, אז "תיקוני זוהר" איז א באד פאר די נשמה.


דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל עבירה ער זאל זאגן יעדן טאג 5 דפים תיקוני זוהר, וועט ער זוכה זיין צו תשובה טון.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו ביסט מפיץ דעם גליון היכל הקודש אין מאנסי; נעם צוזאם אלע תלמידים פון ישיבה וואס וואוינען אין מאנסי און זיי זאלן דאס ארומטיילן אין מאנסי, א טייל זאלן גיין יעדן ערב שבת ארומטיילן די גליונות וואס זענען מחי' אזויפיל בחורים און יונגעלייט וואס זענען אויסגעדורשט פאר אביסל חיזוק.


דיין ראש ישיבה.


...

#737 - מאך דיין סיום הש"ס אינדערהיים מיט דיין ווייב און קינדער
הפצה, לימוד התורה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער אויף די גוטע נייעס אז דו גייסט יעצט ענדיגן ש"ס; דאס מיינט רייך, דאס איז וואס בלייבט פונעם מענטש.


בנוגע וואו צו מאכן דעם סיום הש"ס; מאך עס פאר דיר פריוואט אין שטוב צוזאמען מיט דיין ווייב תחי' און דיינע קינדער, עס פעלט נישט אויס דאס צו מאכן אין ישיבה. פאר די בחורים מאך איך א סיום אין ישיבה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט.): "אָמַר אַבַּיֵי, תֵּיתֵי לִי דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְּשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", אביי וואס איז געווען א ראש ישיבה האט געזאגט: "ווען איך זע א בחור אין ישיבה וואס ענדיגט א מסכתא מאך איך א יום טוב אין ישיבה פאר אלע בחורים"; אריינצוגעבן א געשמאק אין אלע בחורים.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די נס אז דו האסט חתונה געהאט, דו האסט א ווייב און קינדער, זאלסטו מאכן פאר דיר א שיינע סיום.


איך ווארט צו הערן צי דו שטארקסט זיך אין "הפצה"; יעדע וואך ליל שישי נאכ'ן שיעור זאלסטו אהיימנעמען "גליונות" און דאס אויסלייגן אין שול'ן ערב שבת. אויך קענסטו דאס לייגן א גאנצע וואך, ווייל מענטשן זענען אזוי דורשטריג פאר אביסל חיזוק, עס איז נישט משנה צי עס איז א גליון פון די וואכעדיגע פרשה אדער פון א פריערדיגע פרשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.