בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#53 - דארפסט ברענגען פרנסה, אבער כאפ אויך ארויס עפעס תכלית
תפילה והתבודדות, פרנסה, לימוד התורה, תכלית, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


שטארק זיך צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות דעם בלאט גמרא. גמרא איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל, מ'יכאל, ר'פאל און א'וריאל; ווען מען לערנט גמרא ציט מען צו זיך די פיר מלאכים, מען האט א שמירה עליונה (ספר החיים לאחי מהר"ל, ספר זכיות, פרק ב). אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, דאס וועט דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


איך געדענק דיינע יארן אין ישיבה ווי דו ביסט געזיצן מיט די גמרא און געלערנט מיט התמדה, יעצט ווען דו דארפסט ברענגען פרנסה זאלסטו אויך ארויסכאפן עפעס תכלית, תורה ומעשים טובים.


וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, רעד צו אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, בעט אים וואס דו דארפסט - וועסטו ווערן צוגעקלעבט צו אים. תפילה איז דביקות בה', תפילה באהעפט דעם מענטש צום אייבערשטן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד).

#52 - ס'זאל נישט אריבערגיין א טאג אן א בלאט גמרא
כולל, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די כולל חודש'ליך; די פאר אינגעלייט וואס מיר האבן אין כולל לערנען בהתמדה רבה, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן תורה. איך שפיר פאר א זכי' צו האבן די כולל, העלפן אינגעלייט לערנען תורה.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אפילו בלי הבנה כלל; זיי שטארק אינעם בלאט גמרא, זע עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען דעם בלאט גמרא.


דער הייליגער צדיק רבי שלמה מ'זעוויל זכותו יגן עלינו האט זיך אויסגעדרוקט: "א מענטש וואס לערנט נישט גמרא, יענעם טאג האט ער א פנים ווי א הונט, ה' ישמרינו", אמאל האט ער געשריגן צום גבאי ער זאל שנעל קומען ווייל א הונט איז אין שטוב, דער גבאי קומט צו לויפן און זעט א מענטש, אבער דער צדיק ווייזט אויף יענעם, ער זעט אויס ווי א הונט; וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן.


 

#51 - איבערגיין מסכת ראש השנה הונדערט און איין מאל
סיום, מוהרא"ש, גמרא

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט מסיים געווען הונדערט און איין מאל מסכת תענית זאלסטו נעמען מסכת ראש השנה און דאס איבערגיין הונדערט און איין מאל.


לערן דאס לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט פאר די בחורים אין ישיבה, זיי זאלן דאס טון, אזוי וועט מען אים ארויפטראגן העכער און העכער.


פון דיין ראש ישיבה.

#50 - זאלסט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא והלכה
כולל, לימוד התורה, גמרא, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... שליט"א


איך האב זייער הנאה צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט אין כולל, איך שיק דיר דא כולל געלט.


איך האב הנאה ווי צוביסלעך קומסטו אריין מיט טעם, מער און מער, אין לערנען הלכה. איך געדענק מיינע ערשטע יארן אין כולל, עס איז מיר נישט געווען גרינג, עס נעמט אביסל צייט ווילאנג מען באקומט א טעם אין הלכה.


איך וויל דיר שטארקן זאלסט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא והלכה. לערן יעדן טאג דעם דף גמרא און פרוביר עס צו לערנען מיט תלמידים, ובנוסף לזה לייג זיך אריין אין הלכה; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב אסאך נחת פון דיין עבודת ה'; איך און מאמי דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזעלכע טייערע קינדער, מתנות פונעם אייבערשטן. מיר דאנקען פאר דיר און דיין ווייב, דיין ווייב איז זייער אן איידעלע, מיר שעפן נאר נחת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#49 - אז דו האסט אויסגעלאזט מסכתות, גיי קודם ווייטער וואו מען האלט
לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גמרא נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע טונקלקייטן, פון אלע שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): "'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם', אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? זאגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז די הייליגע חכמים ווייזן אונז א וועג ארויסצוגיין פון די טונקלקייט; א מענטש זאגט 'עס איז מיר פינסטער', 'עס איז מיר טונקל', 'איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש', 'עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקוים געווארן דעם פסוק "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם"', זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען - וועט דיר ליכטיג ווערן, און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אז מען לערנט די בלאט גמרא וואס אלע לערנען, איז מער זיכערער אז מען וועט עפענען די גמרא יעדן טאג, עס ווערט א חלק פונעם טאג. נאך א שטיק צייט ווערט דאס א חלק פונעם מענטשליכן לעבן, עס ווערט אזוי ווי הנחת תפילין.


אז דו האסט אויסגעלאזט אפאר מסכתות זאלסטו קודם גיין ווייטער וואו מען האלט, היינט איז דער דף מסכת יומא דף סד, און זיי משלים די בלעטער וואס דו האסט פארפעלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - אינוועסטיר אין בלעטער גמרא
שטעטל, גמרא, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, א בלאט גמרא רייניגט דעם מענטש פון אלע טומאות. מוהרא"ש זאגט, נישטא נאך א זאך וואס דער סמ"ך מ"ם האט אזוי מורא דערפון ווי פון א בלאט גמרא, דאס פארברענט אלע קליפות.


דו זוכסט דאך אוועק צו לייגן, צו אינוועסטירן וכו' וכו'; נעם די אינוועסטמענט, לייג דיר אוועק בלעטער גמרא; דאס וועסטו מיטנעמען מיט דיר אויף אייביג, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.


בנוגע די דירה אין שטעטל; יעצט איז דער בראוקער צוריק געקומען אז דער וואס האט געוואלט צאלן מער געלט האט זיך ארויסגעצויגן. איך האב געזאגט פאר אונזער בראוקער, דער בראוקער מטעם הקהילה - זאל זיי זאגן אז מיר נעמען דאס פאר פופצן טויזנט ווייניגער, דארט האלט עס יעצט.


איך מוז שטיין פעלזן פעסט קעגן די וואס זוכן אויפצוהייבן די פרייזן; אז אלע וועלן פאלגן - וועלן מיר דאס מאכן, אלע וועלן פארקויפן פאר ביליג. אז מען וועט גיין אונטער מיין רוקן, מען וועט הייבן די פרייזן - וועל איך נישט נעמען די קינדער אין מוסד; ביים סוף וועלן מיר געווינען.

#47 - די הצלחה פון א שטאט איז די וואס לערנען תורה בהתמדה
כולל, שטעטל, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר די כולל אינגעלייט אז איך בין זייער איבערגענומען פון ענקער התמדה. ווען איך קוק אינעם סקרין זע איך ווי איר לערנט פלייסיג, איך האלט מיט דא אין ישיבה ווי פלייסיג איר לערנט.


דאס איז ביי מיר דער יסוד פונעם שטעטל; נישט די הייזער, נישט דאס איז די הצלחה פון שטעטל, די הצלחה פון א שטאט איז די וואס לערנען תורה בהתמדה, די בויען די שטעטל.


איך האף דו פאלגסט מיר מיט'ן לערנען דעם דף מיט א חברותא, קוק זיך פאר אינדערפרי דעם בלאט גמרא און שפעטער זאלסטו דאס פארלערנען פאר א צווייטן; דאס וועט דיר עפענען דעם קאפ, דו וועסט קענען די גמרא קלאר, ווייל תורה וואס מען לערנט מיט אנדערע – בלייבט איינגעקריצט.


 

#46 - מסדר זיין די נסיעות קיין אומאן אויף ראש השנה
חברים, אומאן, ראש השנה, גמרא, ארץ ישראל

 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


יישר כח פאר'ן מיר מסדר זיין די נסיעה קיין ארץ ישראל, אלעס איז על צד היותר טוב; איך האף צום אייבערשטן אז אלעס וועט זיין גוט ביי די גרעניץ אן קיין שטערונגען.


בנוגע אומאן ראש השנה; זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דו וועסט האבן א פליגער (טשארטער) מוצאי שבת. עס זענען דא אסאך אינגעלייט וואס קענען נישט פארן בעפאר שבת, זיי וועלן זיך מחי' זיין אז עס איז דא א וועג פאר זיי נאך שבת, איך מיט מיינע קינדער וועלן פארן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נאך פאר שבת. גלייך נאך יום טוב שבועות זאלסטו מיר מאכן טיקעטס; איך וועל דיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף באצאלן.


געב א גרוס פאר אלע אנשי שלומינו אין מאנסי; איך האב זייער הנאה פון די חבורה ביי דיר אין שטוב, וואו מען לערנט דעם בלאט גמרא יעדן אווענט.

#45 - זיי ממשיך מיט'ן מפיץ זיין די גמרא שיעור
התחזקות, הפצה, דרשות, ספרי ברסלב, גמרא, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין הפצה, זיי ממשיך מיט הפצה אין דיין תחום.


דו פלעגסט פארשפרייטן די גמרא שיעור, דאס איז א שטארקע הפצה; אין א געוויסע זין איז דאס א שטערקערע הפצה, ווייל זייער אסאך מענטשן, ווען מען קומט צו זיי מיט שיעורי התחזקות, אזוי אויך מיט ספרים און קונטרסים - וועלן זיי זאגן: "מיר דארפן נישט קיין חיזוק", "מיר דארפן נישט די זאכן"; אבער אין אמת'ן אריין דארפן זיי דען נישט קיין חיזוק? איז דא איינער אויף די וועלט וואס דארף נישט קיין חיזוק?! אלא מאי - עס פאסט נישט וכו', אבער אז דו קומסט צו אזא איינעם מיט א גמרא שיעור - דאס יא.


דערפאר וויל איך דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן, וואו דו קענסט נאר, די שיעור אין גמרא בבלי, ירושלמי, אין רמב"ם, נ"ך וכו'; אין די גמרא איז אריינגעפלאכטן חיזוק פון רבי'ן, אז ווער עס הערט דאס, וויל שוין איינמאל נאך און נאך חיזוק, אזוי האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "הָעוֹלָם לֹא טָעֲמוּ אוֹתִי כְּלוּם עֲדַיִן", די וועלט האט מיר נאכנישט טועם געווען, "אִלּוּ הָיוּ שׁוֹמְעִין רַק תּוֹרָה אַחַת שֶׁאֲנִי אוֹמֵר עִם הַנִּגּוּן וְהָרִקּוּד שֶׁלָּהּ, הָיוּ כֻּלָּם בְּטֵלִים בְּבִטּוּל גָּמוּר. הַיְנוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ אֲפִלּוּ חַיּוֹת וַעֲשָׂבִים וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ בָּעוֹלָם, הַכֹּל הָיוּ מִתְבַּטְּלִין בִּכְלוֹת הַנֶּפֶשׁ מִגֹּדֶל עֹצֶם הַתַּעֲנוּג הַמֻּפְלָא וְהַמֻּפְלָג מְאֹד מְאֹד", ווען מען וועט נאר אביסל פארזוכן וועט מען אויסגיין צום אייבערשטן מיט אזא שטארקע ביטול בתכלית השלמות.

#44 - עס טוט זיך א פרישקייט אין אלע הינזיכטן
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, מוסדות, התחדשות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים שיחיו


איך ווארט א גאנצע וואך איינער פון אייך זאל בכלל בעטן פאר א בריוו, למעשה היינט איז שוין ערב שבת און קיינער פון אייך האט נישט געבעטן פאר א בריוו, וועל איך אייך שרייבן אומגעבעטן, ווייל איך טראכט א גאנצע וואך פון אייך, איך בענק זיך נאך אייך.


איך האף צום אייבערשטן אז איר זענט זיך נאך ווייטער מחזק; קען זיין איר בעט נישט פאר א בריוו, איר מיינט אז איך בין פארנומען, איר מיינט אז איך בין דערשראקן, עס גייען ארום פאלשע קלאנגען אז עפעס טוט זיך וכו' וכו'.


איך וועל אייך דערציילן וואס טוט זיך; עס טוט זיך אזוי, מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט א שטארקע פרישקייט, עס איז שוין די דרייצנסטע יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו זיצן מיט בני הנעורים, אריינלייגן אין זיי די שכל פון רבי'ן מיט מוהרא"ש'ס וועג, עס זענען צוגעקומען פרישע תלמידים, די בחורים לערנען מיט א שטארקע התמדה ח"י פרקים משניות, אויך לערנט מען אסאך גמרא.


נאך א זאך טוט זיך יעצט; די חדר, סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און אין קרית ברסלב - גייט אן מיט א שטארקייט, די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין די וועלט, זייער לעבן איז אמונה, אזוי קענען זיי דאס אריינלייגן אין די קינדער.


אויך טוט זיך יעצט, די סקול בית פיגא גייט ווייטער אן, מען גרייט אן די תלמידות וואס דאס לעבן איז; זיי זאלן מכבד זיין די עלטערן, זיי זאלן דאנקען יעדע זאך דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, עס בויט זיך א שטעטל לשם ולתפארת; מיר האלטן שוין נאנט צו זעכציג משפחות וואס לעבן א באשיידענע לעבן, אלע לעבן מיט'ן אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, מיר ענדיגן יעצט נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן; עס זענען דא אזויפיל פרישע מקורבים וואס ווילן זיין אינאיינעם ראש השנה מיט תלמידי היכל הקודש, ענדיגט מען יעצט אויפבויען נאך א שטאק.


נאך טוט זיך, עס ווערן געדרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות אין אלע שטעט; תלמידי היכל הקודש גיין אן מיט הפצה, מען פארשפרייט דאס אין אלע שול'ן. אסאך שול'ן ווארפן דאס אוועק, א טייל לייגן די גליונות אין בית הכסא מיט זלזול, א טייל צערייסן דאס, אבער מיר קענען נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן טון וואס מיר דארפן טון, וואס דער רבי האט אונז געהייסן, מיר פארשפרייטן ווייטער די הייליגע זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, און אז מען ווארפט דאס אוועק וועלן פון די מיסט מקורב ווערן פרישע מקורבים; מיר אליינס האבן דא גרויסע מפיצים וואס זענען מקורב געווארן פון קונטרסים אין שמות, פון גליונות אין בית הכסא.


מער פון דעם טוט זיך נישט, עס טוט זיך אפשר ביי מענטשן וואס האבן נישט דעם סדר דרך הלימוד און לעבן נישט מיט זכרון פון עלמא דאתי; ביי זיי טוט זיך עפעס אין מח, מען רעדט וכו' וכו', אבער ביי תלמידי היכל הקודש טוט זיך נאר פון תכלית.


מיר ענדיגן די וואך מאנטאג, ראש חודש אייר - מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא, איך בעט אייך טייערע חברים, זייט נישט קיין בטלנים, כאפט איך מיט מיט'ן באן, עס פארט א רכבת יעדן טאג פון מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; א שאד מען זאל נישט זיין אויף די רכבת, אויף די באן. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען מצליח זיין ארויסכאפן אביסל גוטס יעדן טאג, אפילו די פארנומענע טעג; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דאף זאגן די ווערטער; בעט איך אייך טייערע ברידער, עפנט די הייליגע גמרא יעדן טאג און לערנט גמרא, משניות און דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


ועל כולם גייט אביסל התבודדות, גייט אביסל צו מאמע רחל מזמן לזמן, כאפט אייך אריבער צו שמואל הנביא, שמעון הצדיק; ביי די פלעצער איז דאך אזוי גוט זיך מתבודד זיין; בעטס אויך פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות.


א פרייליכן שבת.

#43 - איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא
לימוד התורה, גמרא, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט יום טוב פסח אין שטעטל. איך האב דיר אביסל באטראכט, איך האב געזען אין דיר יראת שמים; דו דאווענסט אזוי ווי מען דארף דאווענען, דו שמועסט נישט, דו האלסט דיינע זונען נעבן דיר, אויך האב איך געזען ווי דו ביסט קובע עתים לתורה.


שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת ה'. איך וויל דיר נאכאמאל בעטן און מחזק זיין זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא; אדער אינדערפרי ביים שיעור פון הר"ר ..., אדער נאך מנחה מעריב ביים שיעור פון הר"ר ..., אדער זאלסטו נעמען א חברותא און לערנען דעם בלאט גמרא. איך וויל אזוי שטארק דער שטעטל זאל זיין א מקום פון תורה און תפלה.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין יום טוב שבועות אין שטעטל.


 

#42 - ווי אזוי צו גיין מיט די קמיע פון מוהרא"ש
גמרא, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע ווי אזוי צו גיין מיט די קמיע פון מוהרא"ש; גיי נישט מיט א קייטל. בחורים און אינגעלייט גייען נישט מיט קיין קייטל ארום די האלז, לייג עס אויפ'ן שליסל האלטער אדער האלט דאס אין טאש.


א קייטל איז געמאכט פאר פרויען; פרויען און מיידלעך קענען טראגן די קמיע אויפ'ן קייטל.


זיי שטארק צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.

#41 - אז מען האט גוטע חברים, קען מען צוקומען צו שיינע זאכן
חברים, סיום, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


מזל טוב אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל מסכת תענית אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס לערנען הונדערט און איין מאל, ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס מאה פעמים ואחד.


נעם נישט קיין לחץ פון דעם, מען קען זוכה זיין צו דעם אן קיין פרעשור; אויב מען וויל קען מען דאס באווייזן.


איך האף דו וועסט שוין אט אט טרעפן דיין שידוך און דו וועסט ממשיך זיין ווייטער צו לערנען נאך דיין חתונה ביתר שאת.


זע צו האבן חברים וואס רעדן פון רבי'ן; אז מען האט גוטע חברים, חברים וואס רעדן פון רבי'ן, פון עבודת ה' - קען מען צוקומען צו שיינע זאכן. און חס ושלום פארקערט, אויב מען האט חברים לצים - קען מען אלעס פארלירן.

#40 - לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל
מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ה' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


מזל טוב אז דו האסט מסיים געווען מאה פעמים ואחד מסכת תענית.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט זיין פרק הונדערט מאל, "לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", צו דעם וואס לערנט זיין פרק הונדערט און איין מאל.


יעצט אז דו האסט שוין א גאנצע מסכתא אין דיין האנט - זאלסטו נעמען א צווייטע מסכתא און דאס חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס אויך מסיים זיין מאה פעמים ואחד.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן א בריוו פאר אלע תלמידי הישיבה געציילטע שעה פאר זיין הסתלקות, מען זאל לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל לטובת נשמתו; ווער עס וועט דאס טון וועט ער א טובה טון אויבן אין הימל.


שטארק זיך; איך וואונטש דיר זאלסט טרעפן בקרוב ובניקל דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע אידישע דורות.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#39 - די בלעטער גמרא וועלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן בזה ובבא
לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זוכה געווען היינט צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל מסכת תענית.


די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:) אויפ'ן פסוק (מלאכי ג, יח): וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע, בֵּין עֹבֵד אֱלֹהִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ, "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", מען וועט זען דער אונטערשייד פון דער וואס האט זוכה געווען צו לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל.


יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס לערנען איין מאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס אויך ענדיגן מאה פעמים ואחד.


די בלעטער גמרא וועלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן בזה ובבא, עס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס; עס וועט דיר ברענגען נענטער און נענטער צום אייבערשטן, עס וועט דיר אפוואשן פון אלע דיינע פגמים און דיר מתקן זיין מיט א גאנצע תיקון.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, זארג נישט פאר דיין שידוך, ביי מיר איז קלאר אז דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב; איך זע ווי דו שטארקסט זיך מיט אלע כוחות איינער אליין, דו ביסט כסדר מנצח דעם יצר הרע, דו ברעכסט דורך אלע פינסטערנישן. דו ביסט א גרויסער חידוש, רוב בחורים וואס האבן די שווערע נסיונות, די שטוב איז צעפאלן - האבן נישט די כוחות, זיי אליינס פאלן אינמיטן זייער מלחמה, און דו ביסט אנדערש, דו האסט יא כח, דו שלאגסט זיך איינער אליינס; איך בין זיכער אז דו וועסט מצליח זיין.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#38 - זיי שטארק אין לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג
צדקה, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן חודש'ליך די ישיבה; מיט דעם וואס דו העלפסט די ישיבה האסטו א חלק אין די תורה ותפלה וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.


זיי שטארק אין לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, דאס וועט פארברענען אלע שלעכטס.

#37 - נעם נישט קיין פרעשור אז דו דארפסט לערנען אסאך
דרך ארץ, משניות, לימוד התורה, גמרא, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיינע מלמדים אז דו ביסט א וואויל קינד, דו פירסט זיך מיט דרך ארץ. ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען דרך ארץ; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואס פַאר אַ דֶּרֶךְ אֶרֶץ אִיךְ לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶךְ אֶרֶץ"; אז דו וועסט זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ וועסטו מיר מאכן אסאך נחת.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט ענדערש לערנען - משניות אדער גמרא; איך וויל דיר פרעגן, ווען דו קומסט צו א שמחה וואו עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון אסאך סארטן עסן, צום ביישפיל אייער שפייז, טונא פיש און א סאלאט - פון וואס וואלסטו גענומען? איך מיין דו וואלסט גענומען פון אלעס אביסל, אזוי זאלסטו טון ווען עס קומט צו לערנען. די תורה איז אזוי ווי א טיש מיט עסן, "כְּשֻׁלְחָן הֶעָרוּךְ וּמוּכָן לֶאֱכֹל (רש"י שמות כא, א)"; זאלסטו נעמען אביסל משניות, אביסל גמרא און אויך אביסל תהילים.


נעם נישט קיין פרעשור אז דו דארפסט לערנען אסאך, לערן אביסל פון אלעס. רבי נתן פלעגט זאגן "פון ווען איך האב געהערט פון רבי'ן 'מְעַט גַם כֵּן טוֹב, אביסל איז אויך גוט'; פון דעמאלט האט איך זייער מצליח געווען".


ווייז דעם בריוו פאר אלע דיינע חברים, זיי זאלן האבן חיזוק פון דעם; זיי זאלן אלע אנהייבן לערנען גמרא און משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - פארגעס נישט פון תכלית, אויך אין שווערע מצבים
אומאן, תכלית, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב באקומען א בילד וואו דו לערנסט פאר דעם בלאט גמרא אינעם עירפארט אין מאלדאווא; דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט, צו זען ווי איר דערהאלט זיך, איר פארלירט זיך נישט, אפילו איר זענט שוין עטליכע טעג אינטערוועגנס דאך פארגעסט איר נישט פון תכלית.


לעת עתה איז נישטא קיין וועג מען זאל ענק ארויסלאזן, אבער ישועת ה' כהרף עין; קען זיין אין די קומענדיגע רגע וועט מען אייך ארויסלאזן, נאכדעם דארף מען ווייטער ניסים וואס איך קען נישט שרייבן.


איך האב געזאגט פאר דיין ווייב זאל שיקן דיין זון אפילו אין אזעלכע אומשטענדן.

#35 - לערנען יעדן טאג דעם דף הקהילה
גמרא, שיעורים כסדרן, עירוב, דף הקהלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג דעם דף הקהילה, דעם בלאט גמרא; דאס זאל זיין אויסער דיינע שיעורים וואס דו לערנסט פאר דיר אליינס על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


הלואי זאלסטו קומען מיט האלטן טאג טעגליך דעם שיעור - אדער פארנאכטס אדער אינדערפרי, נאר דאס איז תכלית, נאר דאס איז אמת'דיגע ריווח.


יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב וועכנטליך ביי די זייט פון דיין הויז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מען טראכט אויף דיר
גמרא, זעלבס זיכערקייט, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר נאכדעם וואס איך האב שוין נישט געהערט פון דיר א לאנגע צייט; איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט יעדן טאג גמרא, דו האסט באקומען א שטארקע חיזוק דעם פארגאנגענעם שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס און זייט דעם שבת לערנסטו יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ווען מען לערנט גמרא פארברענט מען אלע קליפות; חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" - אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" - וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז א לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף די דערנער וואס פארדעקן נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע דערנער פארברענט.


בנוגע דיינע שכנים וכו'; דער פראבלעם איז נישט די שכנים, דער פראבלעם איז אז דו ביסט נישט זיכער מיט זיך; עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מען טראכט אויף דיר, דו גיי דיין וועג און לאז יעדן איינעם טראכטן אויף דיר וואס זיי ווילן. דער אייבערשטער האט דיר געגעבן דיינע נאטורן, דו ביסט אן איידעלער מענטש, א שטילער מענטש; עס איז זייער א גוטע נאטור צו זיין איידל און שטיל, דיר איז שווער אנצוהייבן גריסן אנדערע. דארפסטו נישט ווערן צורידערט און פיבערן טאג און נאכט וואס מען טראכט אויף דיר אז דו גריסט נישט וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות
חברים, קדושה, גמרא, הלכה, חומרות, תמימות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


אן א שיעור גריסן איז צו מיר אנגעקומען פון אייער חבורה אין ירושלים פונעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות; מענטשן דערציילן מיר אז מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט שבועות אין אייער חבריא, מען האט מרחוק פארשטאנען דאס וואס דער הייליגער של"ה ברענגט (ספר של"ה, מסכת שבועות), די מעשה נורא פון די חבורה ביים הייליגן בית יוסף זכותו יגן עלינו וואס זיי האבן אלץ זוכה געווען בשעת זיי האבן געזאגט דעם תיקון, שבועות ביינאכט.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע חברים, געבט אכטונג פון פאלשע לימודים; זעט צו לעבן מיט די וועג פון די תורה, בפרט ווען עס רעדט זיך ביי דברים שבינו לבינה - דארט דארף מען זיך זייער היטן פונעם פרומער יצר הרע וואס שטעלט א פנים ווי אן עובד השם און אזוי ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון דעם צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), אז ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו' פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום חומרות ופרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו'.


עס איז מיר שווער צו שרייבן אין דעם נושא, אויך איז שווער צו פארשטיין פונקטליך וואס יא און וואס נישט וכו', וכו' - אפילו ווער עס הערט די שיעורים. גלייך ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין מיט ענק אין ארץ ישראל, איך וועל אייך מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות, דער וועט זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען יעדן טאג כאטשיג דעם דף גמרא, דאס וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות; ווי אזוי קענען מיר זיך קריגן מיט'ן יצר הרע? נאר אז מען לערנט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא, פארברענט דאס דעם יצר הרע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אפילו מ'פארשטייט נישט די גמרא, דאך זאלט איר זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט העלפן מען זאל זיך קענען קריגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע שטעלט אונז אונטער און וויל אונז אראפ ווארפן.


א פרייליכן שבת.

#32 - דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך
שידוכים, שטעטל, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, דו האסט געמיינט אז דו וועסט שוין לאנג זיין חתונה געהאט; דערווייל גייט אריבער נאך א טאג, נאך א וואך און נאך א יאר און דו ביסט נאך נישט חתונה געהאט, דאך בעט איך דיר טייערער ליבער ..., שטארק זיך און ווער נישט מיואש, חס ושלום אויפצוגעבן; דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך נאך פון פאר דו ביסט געבוירן, און אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך דערהאלטן – וועסטו דאס באקומען און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן מאכן די עירוב אין שטעטל; דאס וועט זיין א זכות פאר דיר אויף אייביג. גוטע זאכן בלייבן אויף אייביג; אפילו עס ווערט פארגעסן ביי מענטשן, אבער אויבן אין הימל געדענקט מען שטענדיג יעדע גוטע זאך און זיכער א גוטע זאך וואס מען מאכט פאר א רבים, מזכה זיין אידישע קינדער מיט שמירת שבת, צו האבן אן עירוב כדי נישט נכשל צו ווערן מיט טראגן; דאס וועט דיר בלייבן פאר אייביג.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא זאלסטו ווייטער לערנען דורך זאגן די ווערטער.

#31 - משיח וועט קומען בזכות חסד
שלום בית, חסד, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זיך זייער געפריידט צו זען אז דו לערנסט דעם דף גמרא; דו האלסט מיט דעם סדר צו לערנען טעגליך דעם דף.


אויך האב איך הנאה געהאט אז דו האסט זיך דערמאנט בשעת'ן לערנען (שבת נג:) די מעשה מיט דעם איד וואס האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ", ער האט נישט געטראכט אז זי איז געלעמט; האסט זיך דערמאנט די שיעורים וואס מיר רעדן כסדר פון די מעשה, איבער דאס גרויסקייט פון דעם מענטש וואס האט נאר געזען די מעלות פון זיין ווייב.


זיי ממשיך מיט דיין חסד; מוהרא"ש זאגט אז משיח וועט קומען בזכות חסד, בזכות די העראאישע אינגעלייט פון "חברה הצלה" וואס זענען זיך מוסר נפש פשוטו כמשמעו צו ראטעווען אידישע קינדער.


זיי ממשיך צו ראטעווען אידן; געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל", דער וואס ראטעוועט איין איד, "מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא", איז אזוי ווי ער האט געראטעוועט די גאנצע וועלט.


איך האב דיר ליב.

#30 - לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג איז גאר א גרויסע זאך
מקוה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעדעס מאל ווען דו קומסט אינדערפרי צום שיעור אין ישיבה האב איך זייער הנאה, ווייל עס גייט מיר אין לעבן אריינצוברענגען אין די תלמידי הישיבה צו זיין שטארק מיט'ן לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא.


איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג איז עפעס גאר א גרויסע זאך; עס איז אינגאנצן מתקן דעם מענטש.


חוץ מזה זאלסטו האבן א באזונדערע שיעור אין ש"ס – גיין כסדרן דפים גמרא.


זיי שטארק אין טבילת עזרא; זאלסט נישט מקיל זיין אין דעם, אפילו יעצט בזמן הקאראנע זאלסטו זיך אנשטרענגען אויף דעם.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#29 - וואס צו לערנען ווען די כוללים זענען פארשפארט
כולל, שלום בית, משניות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן אין דיין נאמען, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט דיינע לימודים, בפרט יעצט ווען די כולל איז פארמאכט, וואס דו זאלסט לערנען.


דאס בעסטע איז אין אנהויב צו לערנען אסאך משניות און אסאך גמרא; די צוויי לימודים האבן א מורא'דיגע סגולה. משניות איז משנה דעם מענטש, מען באקומט א שכל הישר, דער מח ווערט מיושב, מען ווייסט ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן. און גמרא האט א כח אז עס פארברענט אלע קליפות וואס מען האט באשאפן במשך אלע יארן דורך די עבירות, בפרט וואס איז באשאפן געווארן פון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


דעריבער זאלסטו זיך פלייסן אין די צוויי לימודים; זע צו זאגן לכל הפחות יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיר אינגאנצן משנה זיין מן הקצה אל הקצה, עס וועט דיר אינגאנצן טוישן, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו ער איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו לערנען אסאך גמרא; איין שיעור זאלסטו האבן אינעם דף היומי, נאכדעם א באזונדערע שיעור אין ש"ס כסדרן, און נאך א שיעור, זאלסט נעמען איין מסכתא און דאס איבער חזר'ן מאה פעמים ואחד, הונדערט און איין מאל; דאס וועט פארברענען אלע שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; מען זעט טאקע אז דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון בלעטער גמרא, ער וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


נאכדעם קענסטו האבן שיעורים אין נ"ך, אין תוספתא, אין מדרשים און אין זוהר וכו', וכו', אן קיין פרעשור; ווען מען האט איבריגע צייט כאפט מען אריין נאך א לימוד און נאך אפאר שורות וכו'.


זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל נישט מורא האבן פון וכו'; בזכות וואס זי פארשפרייט די אמונה פאר אנדערע פרויען, זי איז מחזק פרויען אין מיידלעך וועט זי האבן א גרינגע לידה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.