בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - א וואוילער מאן, ער דארף נאר חיזוק
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב געשריבן פאר אייער מאן א בריוו און ער האט עס זייער שיין אנגענומען, ער האט מיר באדאנקט דערויף. איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט צוריק לעבן ווי אמאל, באהבה ושלום. אייער מאן אז א טייערער אינגערמאן, עס איז א שאד אז ... נעמט אים אוועק זיין קאפ און הארץ פון אייך.


אויף דער וועלט דארף יעדער איינער חיזוק; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "יִצְרוֹ שֶׁל אָדָם מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּכָל יוֹם", יעדן טאג קומט דער יצר הרע צום מענטש און וויל אים אוועק נעמען פונעם אייבערשטן, "וְאִלְמָלֵא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹזְרוֹ, אֵין יָכוֹל לוֹ", ווען נישט דער אייבערשטער זאל העלפן וואלטן מיר זיך נישט געקענט מתגבר זיין.


איך וועל אים מחזק זיין ער זאל זיך אפלאזן פון מענטשן וואס נוצן אים אויס און שטערן זיין פריוואטע לעבן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט צוריק פאראייניגט ווערן מיט אייער מאן; איך זאג אייך נאכאמאל, ער פאר זיך איז א גאלדענער מענטש, ער דארף זיך נאר אפלאזן פון מענטשן וואס שלעפן אים ארויס פון שטוב.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג איר זאלט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב צוזאמען מיט אייער טייערער מאן; מיט תפילה קומט מען אן צו פועל'ן זאכן וואס זעען אויס אז מען קען נישט פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#14 - דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיר דיר אלעמאל
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיר אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס ספרים.


וויסן זאלסטו אז דער הייליגער רבי האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן ווען ער איז געווען א קליינער אינגל, דער רבי האט אמאל פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן; ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי, פלעגן זיי אריין גיין אין הויז פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב; דער רבי איז געווען א קליין אינגל דעמאלט און ער פלעגט זיך אונטער הערן די שמועסן פון די קדושי עליון, איינמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב און זי איז גלייך דערויף נפטר געווארן, ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע צוגערופן און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק, איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם! דו ביסט נישט אליין; דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז נפטר געווארן דער בעל שם טוב'ס טאטע.


דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר און איז געווען איינער אליינס אין א גרויסע וועלט – אן א טאטע און אן א מאמע, ער האט אבער שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "ישראליק, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם! דו ביסט נישט אליין; דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז ער אויף געוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין אינגל; גלייך ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א  צדיק, ער האט אנגעפאנגען טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן וועל איך אויך ווערן א צדיק"; דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב וואו ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א צדיק", "איך וויל זיין אן ערליכער איד וכו'"; ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


טייערער ... נרו יאיר, דאס זאלסטו שטענדיג געדענקען: "דו ביסט נישט אליינס! דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר"; רעד צו אים און בעט אים אלעס וואס דו דארפסט.


זע צו זאגן יעדן טאג תהילים, וועסטו זוכה זיין צו א גוט לעבן.

#13 - א מאן איז מחזק מענער, און א פרוי איז מחזק פרויען
צניעות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי מיך זייער צו הערן פון דיר און איך פריי מיך צו הערן אז דו לערנסט תורה יעדן טאג און דו האסט זוכה געווען מסיים צו זיין נאכאמאל ששה סדרי משנה. וויסן זאלסטו אז "משנה" באטרעפט וויפיל "פרנסה"; אז מען לערנט משניות איז מען זוכה צו האבן פרנסה בשפע.


דו האסט מיר פארציילט אז דו פראוועסט די שבת סעודות אין א היים פאר מיידלעך וואס זענען נעבעך אריין געפאלן מיט דראגס און מען ברענגט זיי צוריק וכו'; וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט אכטונג געבן נישט צו ווערן אריין געדריידט אין די מצוה פון מחזק זיין מיידלעך ווייל דאס קען זיך ענדיגן זייער ביטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", אברהם אבינו האט מגייר געווען מענער און שרה אמינו האט מגייר געווען פרויען; וויסן זאלסטו אז די הייליגע חכמים זאגן (כתובות יג:): "אֵין אַפּוֹטְרוֹפוּס לָעֲרָיוֹת", קיינער קען נישט זיין געשטעלט צו ארבעטן מיט פרויען אפילו דער גרעסטער צדיק, ווייל עס איז נישט דא קיין אפוטרופס אויף דעם; אזוי ווערט גע'פסק'ט אין שולחן ערוך (אבן העזר סימן כב, סעיף טו) און עס איז נישט דא קיינער וואס קריגט אויף דעם.


דערפאר בעט איך דיר זייער: געב דיר אכטונג, לאז דיין ווייב רעדן מיט זיי; זאג איר זי זאל שמועסן מיט זיי פון אמונה, ווייל אמונה ווערטער איז געמאכט פאר אלעמען - נישט קיין חילוק אין וואספארא מצב דער מענטש געפונט זיך, מה שאין כן מוסר קען מען נישט זאגן פאר יעדן. דעריבער אז דיין ווייב ארבעט מיט מיידלעך וואס זענען נעבעך אראפ געפאלן אין נעמען דראגס און מען ברענגט זיי יעצט צוריק, דארפן אלע ווערטער וואס מען רעדט צו זיי זיין נאר פאזעטיוו און נאר פון אמונה.


דו זאלסט זיצן שבת אין שול און לערנען דיינע שיעורים כסדרן, חומש, משניות און תהילים; דו זאלסט זיי נישט מחזק זיין, ווייל עס וועט זיך אויסלאזן נישט גוט.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער אויף א גוטע וועג; איך וויל נישט דא גארנישט - נאר דיר ראטעווען דו זאלסט נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#12 - איבער ווילדע קינדער; מלמד וואס טויג נישט; זיך דערהאלטן אין שוועריקייטן
חינוך הילדים, מלמדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קודם כל בעט איך אייך איר זאלט זיך נישט צוריק האלטן פון שרייבן; איך בין טאקע פארנומען אבער ביי מיר איז זייער חשוב די וואס טוען פאר אנדערע אידן, איך וועל פראבירן צו מאכן צייט פאר אייך אין יעדן מצב.


איך וועל אייך ענטפערן לויטן סדר.


א.    געלויבט דעם אייבערשטן אז איר האט געזונטע קינדער; קליינע קינדער שפרינגען און טאנצן - דאס איז זייער געזונטע טבע. ווי מער קינדער געבן זיך אויס אין זייערע יונגע יארן העלפט דאס זיי שפעטער זיי זאלן זיין קלוג און געזונט. נישט אלע קינדער זענען טאקע אייניג; איינער איז מער רואיג, דער צווייטער איז מער ווילד, דער דריטער זוכט ווי מען קען מאכן שפיצלעך וכו' וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין שיחות הר"ן, סימן עז) אז מען קען זען אין שטוב צווישן די קינדער אן אפשפיגלונג פון אלע פעלקער; איין קינד איז גלייך צום טערק - ער זוכט זיך צו קריגן מיט יעדן איינעם; דער צווייטער איז גלייך צום רוס - ער מאכט שפיצלעך און שרייט: "איך טו גארנישט"; דער דריטער איז ווי דער אמעריקאנער - ער באלעבאטעוועט אויף אלעמען; דער פערדער איז ממש ווי שווייץ – ער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און אזוי ווייטער; נאכדעם קומען די עלטערן וואס זיי זענען ווי די יו-ען, זיי מאכן שלום און האלטן אלע קינדער ביי איין טיש.


א אידישע מאמע וואס האט אוועק געגעבן איר לעבן אויפצוציען קינדער גייט גלייך אריין אין גן עדן; די אלע נעכט וואס זי האט אוועק געגעבן פאר אירע קינדער, די אלע יארן וואס זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר זיי - דאס איז שוין פאר איר כפרת עוונות און זי קומט ארויף ריין און הייליג צום כסא הכבוד.


זה הקטן גדול יהי'; ער וועט מיט אייבערשטנס הילף אויסוואקסן לשם ולתפארת. טראכטס נאר ביי אייך אין קאפ אז איר האדעוועט אויף א צדיק וואס וועט ליכטיג מאכן פאר כלל ישראל, וואלט איר דאך זיכער מסכים געווען אז ער זאל שפרינגען און טאנצן וויפיל ער וויל - אזוי אויך זאלט איר טראכטן אז אייער קינד וועט אם ירצה ה' זיין א גרויסער ערליכער איד א גרויסער תלמיד חכם, וועט עס זיין גרינגער פאר אייך.


ב.    אז דער מלמד איז א קראנקער מענטש וואס טוט מעשי תועבה, און די מוסד טענה'ט אז ער טוט דאס נישט מיט קינדער וכו', זאלט איר ארויס נעמען אייער קינד פון יענעם מוסד און שיקן צו א צווייטע מוסד; וויי פאר אונז אז דאס זענען די פירערס פון א מוסד, וואס האלטן א קראנקער מענטש פאר א מלמד! ווי מעג מען שיקן קינדער, ריינע נשמה'לעך, דעם אייבערשטענס קינדער - צו א מלמד וואס איז א שמוציגער מענטש?! דאס איז נישט קיין ברסלב'ע תלמוד תורה! זיי פאררופן זיך אויף ברסלב, אבער דאס האט נישט מיט ברסלב, ווייל דער זעלבער רבי וואס איז דן לכף זכות אלעמען און האט אונז געהייסן דן זיין לכף זכות אפילו א רשע גמור (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב), אבער דער זעלבער רבי זאגט אונז (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א מענטש וואס טוט די עקעלדיגע עבירה.


ג.      דאס וואס איר גייט אריבער מיט אייער מאן נרו יאיר וכו', עס נעמט פון אייך אסאך כוחות און איר שפירט ווי די כוחות לאזן זיך שוין אויס; איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע אייערע כוחות. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא?" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


מיט דעם מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א מענטש - ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אויף אים א שווערע צייט און ער ווענדט זיך צום אייבערשטן. מען האט אמאל געהערט ווי ר' מיכעלע זכרונו לברכה - אן אייניקל פון רבי נתן - זאגט תהילים, ווען ער איז אנגעקומען צו קאפיטל ל"ה: 'לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי', האט מען געהערט ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, קריג זיך פאר מיר; נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי - יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב און דו וועסט מיר העלפן, איך בין אזוי צעבראכן"; דאס איז די גרעסטע זאך צו וואס א מענטש קען צוקומען - צו רעדן צום אייבערשטן בעת צרה און אים בעטן ער זאל געבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלט איר אז פון הימל פרובירט מען אויס יעדן איינציגן מענטש מיט שווערע נסיונות, און מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט זיין צרה; וואויל איז פאר דעם מענטש וואס קען אנגיין און נישט אויפגעבן אפילו ער שפירט ווי ער ווערט צעקראכט פון וואס עס גייט אויף אים אריבער אין לעבן.


עס האט זיך געלוינט צו מקורב ווערן צום רבי'ן נאר פאר דעם אליין - אז מיר זאלן וויסן פון די עצה פון התבודדות. ווייל ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס עס באדערט אים פארציילט ער פארן אייבערשטן און וואס ער דארף בעט ער נאר פונעם אייבערשטן - אזא מענטש האט אן אנדערע סארט לעבן.


אסאך מאל טראכט איך: 'ווי אזוי לעבן מענטשן? ווי אזוי געבן זיך מענטשן אן עצה אינעם טאג טעגליכן לעבן אן די עצה פון התבודדות? מען קען דאך משוגע ווערן פון די שוועריקייטן וואס גייען דורך יעדן טאג אויף מענטשן?!'


אויף אות ד. וועל איך אייך ענטפערן אם ירצה ה' מארגן אדער אין א אנדערע געלעגנהייט.


איך דארף לויפן צו די בחורים.


נאכאמאל, איך בין טאקע זייער פארנומען אבער דאס מיינט נישט אז איר זאלט נישט שרייבן.


איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייער מאן; על כל פנים דער חלק פון שיקן א ריינע קינד צו א מלמד וואס איז פארדארבן.


א גוטע נאכט.

#11 - א אידישע מאמע דארף זיך זייער דערהאלטן
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, לאזט אייך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע; דער יצר הרע פארגינט אייך פשוט נישט. איר האט א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט לעכטיגע קינדער, ער וויל דאס אייך אוועק נעמען, ער וויל אייך אומגליקליך מאכן.


עס איז א נארמאלע זאך אז א אידישע מאמע זאל ווערן איבער געשטרענגט; דערפאר זאלט איר זיך נישט אראפקלאפן ווען איר זעט אז איר האט נישט קיין כח וכו'. יעדע אידישע פרוי וואס האט קליינע קינדערלעך ווערט איבער געשטרענגט און שפירט יעדן טאג ווי זי פאלט פון די כוחות, דער פראבלעם איז, אז מען מיינט אז מען האט א פראבלעם, מען זעט נישט וואס טוט זיך אפ אין אנדערע הייזער.


דאס אליינס אז מען טראכט א גאנצן טאג: 'איך האב א פראבלעם', דאס מאכט נאך די מערסטע אנגעצויגן - מען איז אנגעצויגן אויף דעם אז מען איז אנגעצויגן, ביז דער מענטש ווערט טאקע א פראבלעם.


אויב איר פארלירט זיך אז איר האט געשריגן אויף אייער מאן און קינדער, זאלט איר נישט ווערן דעפרעסט פון דעם און זיך קלאפן: "איך בין נישט געזונט"; "איך בין נישט נארמאל", נאר איר זאלט אנהייבן פון דאסניי; פארגעסט וואס איז געווען און זיך נישט אראפ קלאפן.


מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפן פארגאנגענהייט, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי.


וויסן זאלט איר אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיר, איך ווער זייער שנעל גערעגט אויף מיין מאן. איך שריי אויף אים, איך שריי אויף מיינע קינדער, און נאכדעם ווער איך גערעגט אויף מיר אליינס, איך קען זיך נישט ליידן. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס; איך בין נישט רואיג, און איך בין נישט פרייליך.


הייליגער באשעפער, איך וויל נישט מיין מאן זאל אוועקלויפן פון מיר און מיר איבערלאזן מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל זיך נישט אויפרעגן. הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין כח, איך שפיר ווי איך פאל פון מיינע כוחות. יעדן טאג מאך איך אפ צו זיין א וואוילע ווייב און א וואוילע מאמע, אבער איך ווער שנעל אויפגערעגט".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; האטס נישט מורא צו וויינען צום אייבערשטן. יעדע טרער וואס מען פארגיסט צום אייבערשטן ווערט אוועק געלייגט אויבן אין הימל, דער אייבערשטער נעמט דאס אן און שיקט ישועות פארן מענטש.


איך וועל ענק העלפן; איך האב זיך אזוי פיל אוועק געגעבן פאר ענק, וועל איך נישט לאזן אז דער יצר הרע זאל צעברעכן אייער שטוב.

#10 - יישר כח פאר'ן העלפן פאר די פלעי, מיט תפלה קען מען זיך דערהאלטן
תפילה והתבודדות, מלמדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אהער שטעלן די פלעי אזוי שיין; געב איבער אויך א דאנק פאר דיין ווייב תחי' וואס זי האט אזוי געטריי געהאלפן אז אלעס זאל קלאפן.


עס איז געווען א קידוש השם צו זען ווי יונגע מיידלעך רעדן אזוי אפען פון אמונה; די גאנצע פארשטעלונג איז געווען געשטעלט אויף איין זאך: "אמונה, אמונה, און נאכאמאל אמונה".


מיינע משפחה מיטגלידער שתחיו זענען געווען ביי די פלעי, זיי זאגן אלע: "אזאנס האבן זיי נאך נישט געזען אין זייער לעבן". איך האב א שוועסטער וואס איז געקומען צו פארן פון לעיקוואד - א וועג פון צוויי שעה מיט צו האלטן די פלעי; אלע זאגן זיי אז זייער גאנצע לעבן איז דער רבי, זייער גאנצע התחזקות איז נאר דעם רבינ'ס דיבורים.


דעריבער וויל איך דיר שטארקן דו זאלסט מיר ווייטער העלפן; סיי מיט מלמדות, סיי מיט דעם וואס דו נעמסט צוזאם די קינדער ביי שלש סעודות צו זינגען מיט זיי צוזאמען און סיי מיט יעדע זאך וואס מען דארף נאר עפעס הילף שטייסטו מיר צו מיין האנט; בעט איך דיר דו זאלסט מיר ווייטער שטיין צו הילף.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט אפשוואכן; נאר מיט תפילה קען מען זיך דערהאלטן, אזוי ווי מוהרא"ש טייטשט דעם מאמר חז"ל (ברכות כו:): "אֵין עֲמִידָה אֶלָּא תְּפִילָה"; זאגט מוהרא"ש, מען קען נישט בלייבן שטיין נאר מיט תפילה, דאס הייסט: "אֵין עֲמִידָה" - מען קען זיך נישט דערהאלטן, "אֶלָּא תְּפִילָה" - נאר מיט תפילה; אז מען איז מתפלל, מען מאכט התבודדות און מען געדענקט וואס דער רבי טוט מיט אונז, מען געדענקט ווי אזוי מען האט אויסגעזען אן דעם רבי'ן, דעמאלט קען מען זיך דערהאלטן.


איך האף אז דיין ווייב וועט ממשיך זיין קומענדיגע יאר צו זיין א לערערין פאר אונזערע קינדער; איך ווייס אז עס איז שווער, אוי ווי איך ווייס... איך טו דאס שוין כמעט פופצן יאר, איך זיץ מיט קינדער און בחורים, איך ווייס גאנץ גוט ווי שווער עס איז, אבער אז מען טראכט אריין זעט מען אז די גאנצע וועלט מוטשעט זיך, עס איז נישט דא בזה העולם א מענטש וואס זאל זיך נישט מוטשען, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן איז קורץ און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; דער איינציגסטער זאך וואס מען קען טון, אז מען נעמט דעם פלאג און מען טוט דערמיט גוטע זאכן, אז מען שטעלט אויף תלמידים און תלמידות, מען איז מחזק אידישע קינדער, וועט כאטש איבער בלייבן פון דעם פלאג גוטע זאכן; א צווייטער לייגט אריין זיין פלאג אין ביזנעס וכו', פון דעם וועט גארנישט איבערבלייבן.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#9 - נאך די שוועריקייטן קומט גוטע צייטן
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט האט ער מיר געשריבן אז ער איז שוין אנגעקומען קיין אמעריקע; קומענדיגע וואך וועלן זיין צוויי תלמידים אם ירצה ה' אין יבניאל, וועסטו זיי איבער געבן די אשר בנחל.


א גרויסן יישר כח, חזק ואמץ! הכל מה שעובר שם וכו', זה בשביל הבחירה והנסיון; זכור תזכור מה שרבינו אומר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כְּשֶׁבָּא לָאָדָם גַּדְלוּת, סִימָן שֶׁיָּבוֹא לוֹ צָרָה חַס וְשָׁלוֹם, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (משלי טז, יח): "לִפְנֵי שֶׁבֶר גָּאוֹן", וְכֵן כְּשֶׁהוּא שָׁפָל, סִימָן שֶׁיָּבוֹא לְכָבוֹד גָּדוֹל, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (שם טו, לג): "וְלִפְנֵי כָבוֹד עֲנָוָה"; וכמו כן מה שחזר מוהרא"ש כל הזמן, כתוב בתורה (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב",  ואחר כך "וַיְהִי בֹקֶר"; ומאי טעמא עיזי מסגן ברישא והדר אימרי? אמר ליה: כברייתו של עולם - דברישא חשוכא, והדר נהורא (שבת עז.).


והחלום שסיפר אדל לר' נתן שראה רבינו רוצה להכנס לבית המדרש וכו'.


שטארק דיך ברודער!

#8 - א מנוול קומט אן אין תפיסה, מ'דארף זיך ווייטער שטארקן אין לעבן
תפילה והתבודדות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


דאס איז דער סוף פון א מנוול, א מנוול קומט אן אין תפיסה; בפרט אז א מענטש זאל נעמען די אייגענע קינדער און טון מיט זיי עבירות רחמנא לצלן, קומט פאר דעם תפיסה.


איך פארשטיי אז עס איז אייך זייער שווער, איר גייט אריבער פון דעם שרעקליכע צער און בזיונות וכו', אבער איר דארפט יעצט טראכטן פון אייער אייגענע לעבן; דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב.


זעט צו זאגן תהילים יעדן טאג און בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש אלעס וואס איר דארפט. בשעת איר זענט באשעפטיגט מיט די שטוב ארבעט, ווען איר וואשט די געשיר, איר זענט מסדר די וועש וכו', זאלט איר רעדן צום אייבערשטן, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב תפילות פון פרויען.


מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שול'ן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו, אמן.


 

#7 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די חיזוק יומי אויף לשון הקודש
התחזקות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? איך בענק מיר נאך דיר. וואס מאכט דיין ניי געבוירענע קינד? וואס מאכט דיין זון ...? שיק אים א גריס; זאג אים אז איך צייל שוין די טעג ביז ראש השנה אים צו טרעפן אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון. איך האף אז ער לערנט נאך פלייסיג און ער מאכט נאך סיומים.


... טייערער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", ווער עס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן, "שֶׁאֵינָהּ נִקְרֵאת הַמִּצְוָה אֶלָּא עַל שֵׁם הַגּוֹמְרָהּ, שֶׁנֶּאֱמַר וְאֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף אֲשֶׁר הֶעֱלוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם קָבְרוּ בִּשְׁכֶם, וַהֲלֹא מֹשֶׁה לְבַדּוֹ נִתְעַסֵּק בָּהֶם לְהַעֲלוֹתָם, אֶלָּא לְפִי שֶׁלֹא הִסְפִּיק לְגּוֹמְרָה וְגָמְרוּהָ יִשְׂרָאֵל - נִקְרֵאת עַל שְׁמָם", וויבאלד משה רבינו האט דאס נישט צוגעענדיגט הייסט עס כאילו די אידן האבן דאס געטון.


... נרו יאיר, דו האסט א מעגליכקייט צו מחי' זיין טויזענטער אידן יעדן טאג; דו קענסט פארעכטן דער וועלט, דו קענסט מזכה זיין הונדערטער אידן צו לערנען און דאווענען, דו קענסט האבן א חלק אז טויזענטער פארפעלקער זאלן האבן שלום בית און ראטעווען אידן פון עבירות.


... היקר, קוק נישט אויף דיר, טראכט נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיר?' שטעל דיר פאר אז דו שטייסט ביים ים און דו זעסט ווי א מענטש דערטרינקט זיך, וואס וואלסטו געטון? וואלסט זיכער אריין געשפרינגען אין ים אים צו העלפן, אפילו דער יצר הרע וואלט דיר געזאגט: 'ווער ביסטו דען אריין צו שפרינגען אין וואסער?' 'דו דארפסט אליינס א גרויסע ישועה', וכו וכו'. דאס איז דער וועג פונעם יצר הרע - מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח צו מחי' זיין און מחזק זיין אידישע קינדער.


..., יעדן טאג ווארט איך אויף די חיזוק יומי המתורגם; איך בין מיר מחי' מיט די חיזוק און איך האב הנאה צו זען ווי דו ביסט דאס מתרגם.


..., פריש זיך אויף, יעמוד יעמוד! די וועלט ווארט אויף דיר.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר געבן אביסעלע חיזוק.


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים, אמן.

#6 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די שיעורים אויף לשון הקודש
התחזקות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען אז דו האסט היינט ווייטער מתרגם געווען א שיעור פון שלום בית.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז; ווען א מענטש איז זוכה צו מחזק זיין א צווייטן איד, פרייליך מאכן א צווייטן איד - איז דער מענטש א בן עולם הבא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעהן ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחי' זיין א צווייטן, כל שכן ווען א מענטש האט די מעגליכקייט צו מחי' זיין צענדליגער טויזענטער מענטשן אויף איין מאל. דו זיצט זיך ביי דיר אין טראק און דו ביסט מתרגם א שיעור וואס ווערט געזען דורך צענדליגער טויזענטער מענטשן בלי גוזמא - איז דאך זיכער דיין זכות זייער גרויס.


דעריבער נעמט זיך דער ס"מ אויף אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער און וויל זיי צעברעכן, ווייל אזוי וועלן די מענטשן מער נישט אנגיין אין זייער הייליגע ארבעט; אבער עס וועט אים גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכ"ח): "נצחתי ואנצח - איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן!"


שטארק זיך ליבער ברודער! דו וועסט נאך ארויס גיין פון דיין דחקות און פון דיינע חובות; זיי ווייטער ממשיך צו מתרגם זיין די שיעורים אויף לשון הקודש, מיט דעם וועסטו זיך איינקויפן דער וועלט און יענע וועלט.


פאר פסח איז ארויף געקומען צו מיר א איד פון מעקסיקא, א טייערער איד, א מלמד; ער זאגט מיר אז ער האט באקומען פאר א יאר צוריק א חיזוק יומי מתורגם וואס האט אים געטוישט זיין לעבן. יעצט איז ער דאס מתרגם אויף ספאניש און ער שיקט דאס ארום פאר הונדערטער אידן וואס קענען נישט קיין אידיש און נישט קיין לשון הקודש; דאס איז אין דיין זכות.


געב א גריס פאר דיין טייערער זון ...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - שטארק זיך ווייטער זיך אפצוגעבן מיט די בריוו
התחזקות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער עוסק זיין אין דיין הייליגע ארבעט וואס דו האסט זיך אונטערגענומען, ארויס צו געבן אלע בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר אידישע קינדער.


באמת האב איך גארנישט מחדש געווען אין די בריוו; אלעס וואס איך שרייב איז וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס ער האט מיט אונז געלערנט די שכל און חכמה פונעם הייליגן רבי'ן.


בחורים און אינגעלייט, פרויען און מיידלעך שרייבן מיר אז זיי זענען זיך זייער מחי' און מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה". לעצטנס נעמען די מפיצים די קונטריסם פון "עצתו אמונה" און זיי גייען מיט דעם אין כוללים און אין ישיבות ווי די אינגעלייט און בחורים זאגן אלע בפה מלא אז דאס איז זיי מחי' און מחזק זיי זאלן זיך שטארקן אין עבודת השם.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער מגיה זיין די בריוו; הלואי זאל איך שוין זוכה זיין צו זען דעם ערשטן חלק פון עצתו אמונה שיין געדרוקט מיט שיינע אותיות וכו'. וואויל איז דעם וואס וועט צו העלפן דרוקן די בריוו וואס זענען מחזק אידישע קינדער.


איין זאך בעט איך דיר, דו זאלסט דאס זייער גוט מגיה זיין אז עס זאל נישט זיין קיין איין גרייז, עס זאל זיין זיין מנופה בי"ג נפה; איינמאל דאס וועט זיין שיין געדרוקט אין א פארעם פון א ספר וועט דאס מאכן א גרויסע מהפיכה צווישן בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן זען וואס דער רבי וויל פון אונז און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - טרייסט אויף די פטירה פון א טאטע ל"ע
התחזקות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך מחזק זיין מיט אלע כוחות; דאס וועט זיין דער גרעסטער נחת רוח וואס איר וועט גורם זיין פאר אייערע עלטערן אויבן אין גן עדן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס לערנען תורה איז כְּאִילוּ לֹא מֵת, אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "וַהֲדַד שָׁמַע בְּמִצְרַיִם כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א טייערער מאן שליט"א און לעכטיגע קינדערלעך קיין עין הרע. טאנצט פאר שמחה אז איר זענט זוכה צו ציען ווייטער א גאלדענע קייט פאר אייערע עלטערן וואס געפונען זיך אויבן אין גן עדן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין בספר ארך אפים, פרק צער גידול בנים): ווען עלטערן קומען ארויף אויבן אין הימל און זיי האבן איבער געלאזט דא אויף דער וועלט ברסלב'ער קינדער, זענען אלע נשמות אויבן אין הימל מקנא די נשמה וואס האט א קינד וואס איז דבוק צום אייבערשטן. כל שכן אז אייער מאן איז עוסק אין הפצה, ער גייט ארום פארשפרייט די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט, דעמאלט זענען אלע נשמות אויבן אין הימל מקנא אייערע עלטערן און זיי גייען ארויף אלס מעלה מעלה צום אייבערשטן.


איך ווייס אז אייער צער איז זייער גרויס; איר האט פארלוירן אייער מאמע שוין יארן צוריק ווען איר זענט נאך געווען א קינד, און יעצט האט איר פארלוירן אייער טאטע, ער איז פלוצלינג נפטר געווארן לא עלינו. איר זענט געבליבן אן איין איינציג קינד אן משפחה, אבער אייער טאטע אין הימל האט איר נישט פארלוירן, און געלויבט דעם אייבערשטן אז איר האט אליינס א הערליכע משפחה, בא'חנ'טע קינדער און אן ערליכער מאן. דאס דארף אייך פרייליך מאכן און דאס דארף אייך ברענגען שמחה אין אייער לעבן.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסן און אונז אויסלייזן פון אונזער גלות במהרה בימינו, אמן.

#3 - ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט פון שדכנות, אפילו ס'איז זייער שווער
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אייער ארבעט און איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין שידוכים.


עס איז נישט דא נאך אזא גרויסע מצווה ווי צו מאכן שידוכים; קיינער ווייסט נישט ווי צעבראכן בחורים זענען, קיינער חלומ'ט נישט וואס גייט אריבער אויף מיידלעך, ווי שטארק זיי ווילן שוין אנהייבן זייער לעבן און זיין פרייליך.


עס איז נישט דא נאך איינער וואס איז אזוי צעבראכן ווי א בחור; דער ס"מ לויפט כסדר פאר'מסר'ן אידישע קינדער פארן אייבערשטן, ער איז מקטרג אויף בחורים אז מען כאפט זיי ביי נישט גוטע מעשים, אבער באמת וויל דער בחור זיין גוט און וואויל, ער וויל נישט אראפ פאלן אין נישט גוטע מעשים, נאר ער איז ביי זיך אזוי צעבראכן און דאס ברענגט אים צו זינדיגן רחמנא לצלן.


א שדכן דארף האבן זייער אסאך התחזקות אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט; זייער אסאך מאל מיינט מען אז מען גייט ענדיגן א שידוך און פלוצלונג ווערט עס אויס, דאך טאר מען נישט ווערן צעבראכן. מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, טז): "לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה"; דער אייבערשטער פירט דער וועלט און ער איז דער מזווג זיווגים, מיר דארפן טון וויפיל מיר קענען. דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע מצוה פון מאכן שידוכים און אין דעם זכות וועט אייך דער אייבערשטער באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב א חלק אין אסאך שידוכים וואס איך האב זוכה געווען צו זיין דארט דער שדכן, איך ווייס גאר גוט וואס מיינט מאכן א שידוך, וויפיל צייט און עגמת נפש וכו' דאס קאסט אפ, נאך יעדע שידוך טראכט מען "דאס איז דאס לעצטע שידוך ווי איך בין שדכן", מען וויל אויפהייבן די הענט און אלעס אפלאזן, אבער מען טאר נישט נאכלאזן נאר מען דארף ענדערש אויפהייבן די הענט צום הייליגן באשעפער און אים בעטן פאר אידישע קינדער.


שטארק אייך און זייט ממשיך מיט אייער ארבעט צו העלפן אידישע קינדער.

#2 - דערהאלט זיך
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ברודער, דראפע דיר און דערהאלט זיך. ר' יצחק דער זון פון ר' נתן שרייבט אין א בריוו פאר זיין טאטע, דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה אז מ'מוטשעט אים זייער, דאס הייסט ער האט געפערליכע נסיונות, שרייבט אים ר' נתן צוריק אין א בריוו (עלים לתרופה, מכתב יד): "דאס וואס דו שרייבסט מיר אז מע מוטשעט דיך וכו'. וויסן זאלסטו מֶע מוּטְשֶׁעט אִיטְלִיכֶען, מִיךְ הָאט מֶען שׁוֹין זֵעהֶר פִיעל גִּימוּטשֶׁעט"; מיר מיטשעט מען אויך אסאך, יעדן איינעם מיטשעט מען און יעדער האט גרויסע נסיונות, נאר מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות.


איך בעט דיר ברודער שטארק זיך; געדענק וואס איך זאג דיר אלץ אז דו ביסט א מלומד בניסים. קוק צוריק וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר ביז יעצט; האב נישט מורא, דער אייבערשטער וועט דיר ווייטער העלפן.

#1 - מ'דארף דיר מער זען, מ'דארף זיך מחזק זיין
התחזקות

בעזהשי"ת - יום א' פרשת וישב, שנת תשע"ה לפ"ק


לכבוד ... נ"י


וואו ביסטו? שוין לאנג וואס איך זע דיך נישט, און דו קומסט נישט מער אין ישיבה.


אפאר וואכן צוריק האסטו אנגעפאנגען קומען דאווענען שחרית און אריין געפאלן צו א שיעור, און איך האב מיך זייער געפרייט.


איך ווארט אז דו זאלסט קומען און זיך מחזק זיין, איך בעט דיר דערהאלט דיך און הייב אן מיט א פרישקייט צו דאווענען אלע דריי תּפלות מיט מנין, מוהרא"ש זאגט אז "מנין" ברענגט פרנסה מיט עשירות; אויך זע צו לערנען משניות, ווייל משניות וואשט אפ דעם מענטש פון אלע שמוץ. ווען א מענטש זינדיגט ווערט די נשמה שמוציג, און נאר תּורה מאכט צוריק לויטער די נשמה.


אויך זע מחזק צו זיין אנדערע בחורים וואס זענען נישט אין קיין ישיבה, און זיי מיינען אז דער באשעפער איז ביטער, שבת איז פרעשור, און תּפלין איז זויער, און זיי מיינען אז ניבול פה איז געשמאק; נעבעך נעבעך וויפיל אידישע נשמות וואלגערן זיך אויף די גאס און זיי זינקען אין בלאטע, און קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי.


... טייערער, אז דו טרעפסט א בחור וואס האט נישט קיינעם, רעד צו אים, און הער אים אויס, דאס איז די גרעסטע מצוה.


פון דיין ראש ישיבה וואס ווארט דו זאלסט קומען.