בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער הארציגער ליבער ... נרו יאיר.
עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז די כלה האט אפגעלאזט די שידוך.
איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר זאלסט זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות; איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט עומד זיין בנסיון און דו וועסט אננעמען די נסיון באהבה וועסטו באקומען א בעסערע כלה ווי פריער, נישט איין מאל בעסער נאר פי כמה.
איך ווייס אז עס איז דיר זייער ביטער; דו ביסט געווען אזוי פרייליך אז דו גייסט שוין חתונה האבן, נאכדעם וואס שוין אזויפיל יארן ווארטסטו שוין אנצוהייבן דיין לעבן, און יעצט האט זי דיר אפגעלאזט, אבער מיט דעם אלעם בעט איך דיר זייער טייערער ... נרו יאיר זאלסט זיך שטארקן, און דו וועסט טרעפן אסאך בעסער'ס פון דעם.
וויסן זאלסטו אז אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן מענטש מיט שווערע ביטערע נסיונות נאר צו זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן בעת צרה; צי ער וועט גיין צום אייבערשטן אדער ווערן חס ושלום צעפאלן, און אויב א מענטש דערהאלט זיך איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן.
דערפאר בעט איך דיר זייער מיין טייערער ... נרו יאיר, דיין צער איז מיין צער; איך און מיין ווייב תחי' נעמען דאס אן זייער שווער, מיר שלאפן נישט א גאנצע וואך פון דעם. מיר האפן צום אייבערשטן און בעטן פאר דיר פאר איין זאך: דו זאלסט זיך דערהאלטן, נישט אפלאזן דיינע גוטע מעשים, ווייטער דאווענען, לערנען און העלפן אין ישיבה, און ווארטן פאר דיין שידוך.
עס דיר נישט אויף מיט וואס עס איז געווען, ווייל דאס איז אויך געווען דיין שידוך. אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): אז יעדער איינער האט כמה וכמה שידוכים, און אפילו די שידוכים וואס מען טראגט נאר אן איז אויך א שידוך, און אמאל - זאגט דער רבי - דארף מען זיך טרעפן, עס ווערט א שידוך און נאכדעם ווערט עס אויס שידוך - דאס איז אויך א שידוך, און אזוי קען מען צוקומען צו די באשערטע זיווג.
נעם דאס אן ווי א מתנה פונעם אייבערשטן און שפיר זיך גוט אז דער אייבערשטער האט דיר אויסגעוועלט דיר אויסצופרובירן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לד, ב) אויפן פסוק (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן" - דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים, אָמַר רַבִּי יוֹנָתָן: "הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים, שֶׁאֵינוֹ מַקִּישׁ עֲלֵיהֶם אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת, וּמַה הוּא בּוֹדֵק? קַנְקַנִים יָפִים, שֶׁאֲפִלּוּ הוּא מַקִּישׁ עָלָיו כַּמָּה פְּעָמִים אֵינוֹ נִשְׁבָּר", דער טעפער וואס מאכט ערדענע כלים, ווען ער וויל אויספרובירן צי די כלים זענען גענוג שטארק קלאפט ער נישט אויף די שוואכע כלים, ווייל זיי קענען זיך גרינג צעברעכן, נאר ער קלאפט אויף די שטארקע כלים, אזוי איז ער עס בודק, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך פרובירט דער אייבערשטער נאר אויס די צדיקים ווייל ער ווייסט אז זיי וועלן אים נישט אפלאזן ווען עס גייט זיי שווער.
"אָמַר רַבִּי יוֹסֵי" רבי יוסי זאגט: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה", דער מענטש וואס פלאנצט פלאקס, "בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפֶה, כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת, וְכָל שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת, וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁפִּשְׁתָּנוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לְהָקִישׁ עָלֶיהָ עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", ווען ער האט גוטע פלאקס קלאפט ער אויף זיי און ער צעהאקט זיי. און ווי מער ער קלאפט אויף זיי ווערן זיי בעסער און בעסער, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך טוט דער אייבערשטער אויספרובירן די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן".
רבי אליעזר גלייכט דאס צו צו א בעל הבית וואס האט צוויי קוען, "אַחַת כֹּחָהּ יָפֶה וְאַחַת כֹּחָהּ רָע", איין קוה איז א שטארקע קוה און איינס איז א שוואכע קוה, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן הָעֹל?" אויף וועלכע קוה לייגט ער ארויף די שווערע עול? "לֹא עַל אוֹתָהּ שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה?" צי דען נישט אויף די שטארקע, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך טוט דער אייבערשטער אויספרובירן די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן".
איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו דערהאלטסט זיך, וועסטו זוכה זיין צו א שענערע און בעסערע זיווג.