בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - עס פאסירט גארנישט ווען יענער לאכט
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, משפחה, יענער, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט נעמען צום הארצן ווען מען קוקט אויף אייך און מען לאכט פון אייך; אמת, עס איז נישט אזוי איינגענעם ווען א שוועסטער שמייכלט זיך אונטער, מען ווערט אומזיכער מיט זיך, מען שפירט זיך חוזק, אבער דאס איז נישט נוגע צום לעבן.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז אייער מאן לאכט נישט פון אייך, אייער מאן איז אזוי געטריי צו אייך - דאס איז אייער לעבן, איר און אייער מאן זאלן נישט לאכן איינער פון צווייטן. א שוועסטער איז טאקע נאנט, א שוועסטער איז זייער וויכטיג, אבער מען קען נישט קוקן אויף שוועסטערס און שוואגערס, מען קען נישט לעבן פאר זיי, לויט זייער פארשטאנד.


איך פארשטיי אייער ווייטאג, איך בין דאס אלץ אריבער; מען האט געלאכט, געשמייכלט און געבלינקט מיט די אויגן אונטער מיין רוקן וכו' וכו'; ווען איך האב דאס דערציילט פאר מוהרא"ש פלעגט ער מיר אלץ פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב?" אן א שיעור מאל פלעגט מיר דאס מוהרא"ש פרעגן, ביז מיין מח האט זיך א דריי געטון אויף די ריכטיגע שינעס און עס האט מיר אויפגעהערט צו באדערן.


דא האט איר א קליינע תפלה וואס צו בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן און פאר מיין קינד; דו ביסט אזוי גוט צו מיר.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר, איך בין זייער צעקלאפט נאך פון אלס קינד, עס שטערט מיר אין מיין לעבן; איך טראכט אלס וואס מענטשן זאגן, וואס מענטשן טראכטן - אויב מען לאכט פון מיר. העלף מיר באשעפער איך זאל זיין אזוי שטארק ביי מיר, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט; איך זאל זיך פרייען מיט מיין לעבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן".


די תפלה זאלט איר זאגן און לייגט צו אייגענע תפילות; בפרט ווען איר צינדט אן די הייליגע שבת לעכט זאלט איר בעטן אויף דעם, וועט איר זען גרויסע נסים.

#7 - נעם זיך חבר'טעס וואס רעדן פאזעטיוו
חברים, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האף צום אייבערשטן אז דו שפירסט זיך בעסער, איך האב זייער אסאך געבעטן פאר דיר ... - זאל זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.


ביי פתיחת הארון הקודש האב איך זייער אסאך געבעטן פאר דיר און דיין משפחה; איר זענט זייער באליבט ביי מיר, דיין מאן איז מיר זייער טייער, איך בעט כסדר פאר אייך.


אמונה היילט אויס; נעם אריין אמונה אין דיר, חזר זיך: "דער אייבערשטער איז אלעס און אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישטא גארנישט, נאר דער אייבערשטער"; דאס איז די גרעסטע היילונג.


נעם זיך חבר'טעס וואס רעדן פאזעטיוו, דו ביסט נישט ביי די כוחות צו היילן אנדערע וואס קרעכצן וכו', רעד מיט פרייליכע און זיכערע.

#6 - דערצייל אלעס פאר'ן אייבערשטן, וועסטו ווערן שטארק ביי זיך
פחדים, תפילה והתבודדות, שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמועס מיט'ן אייבערשטן; דערצייל אים נאכאמאל און נאכאמאל אלעס וואס דו ביסט אריבער, שעם זיך נישט אים צו דערציילן אלע דיינע מחשבות, אלע דיינע שרעק און אלע דיינע געפילן, דורכדעם וועסטו ווערן זייער שטארק ביי זיך, דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


זארג נישט אז דו נעמסט מעדעצין דו זאלסט זיין א רואיגע מיידל, עס וועט דיר גארנישט שאטן פאר דיין שידוך; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין דיין שדכן. נאך דיין חתונה וועט זיך אלעס טוישן, דו וועסט מער נישט דארפן די מעדעצין.


די מנהלת תחי' רעדט פון דיר זייער שיין; זי האט דיר זייער ליב און זי זאגט מיר אלץ שיינע זאכן פון דיר. אזוי אויך דיינע לערערינס און קאונסלערס דערציילן מיר אז דו פירסט זיך זייער איידל און דו רעדסט זייער שיין צו יעדע מיידל.


בית פיגא שטאלצירט מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מען טראכט אויף דיר
גמרא, זעלבס זיכערקייט, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר נאכדעם וואס איך האב שוין נישט געהערט פון דיר א לאנגע צייט; איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט יעדן טאג גמרא, דו האסט באקומען א שטארקע חיזוק דעם פארגאנגענעם שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס און זייט דעם שבת לערנסטו יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ווען מען לערנט גמרא פארברענט מען אלע קליפות; חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" - אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" - וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז א לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף די דערנער וואס פארדעקן נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע דערנער פארברענט.


בנוגע דיינע שכנים וכו'; דער פראבלעם איז נישט די שכנים, דער פראבלעם איז אז דו ביסט נישט זיכער מיט זיך; עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מען טראכט אויף דיר, דו גיי דיין וועג און לאז יעדן איינעם טראכטן אויף דיר וואס זיי ווילן. דער אייבערשטער האט דיר געגעבן דיינע נאטורן, דו ביסט אן איידעלער מענטש, א שטילער מענטש; עס איז זייער א גוטע נאטור צו זיין איידל און שטיל, דיר איז שווער אנצוהייבן גריסן אנדערע. דארפסטו נישט ווערן צורידערט און פיבערן טאג און נאכט וואס מען טראכט אויף דיר אז דו גריסט נישט וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - הייב אויף דיין ווייב, שטארק איר איבערצוקומען אירע פראבלעמען
שלום בית, רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


דאס וויכטיגסטע זאך זאלסטו אכטונג געבן נישט צו פארשעמען דיין ווייב תחי'.


צווייטנס, זאלסט איר אויפבויען און מחזק זיין. זאג איר אז דאס איז א זאך וואס פאסירט ביי אנדערע אויך; איך האב שוין געהאט זייער אסאך פעלער וואס גרויסע ישיבה גדולה בחורים פלעגן זיך מוטשען מיט דעם, מען האט זיי געדארפט אויפוועקן ביינאכט נעמען אין בית הכסא אז זיי זאלן נישט פארשעמט ווערן וכו' צווישן די בחורים.


דריטנס, נעם איר צו א דאקטער; אסאך מאל קען מען דאס פאררעכטן מיט א קלייניקייט.


פערטנס, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם מיט סבלנות, ביז איר וועט געהאלפן ווערן.


ועל כולם, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; דו האסט אזויפיל געבעטן, געוויינט, געווארט, געזארגט און געטון סגולות פאר דיין שידוך, יעצט אז דו האסט חתונה געהאט זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר דעם, און דו זאלסט אויפבויען דיין ווייב; זאלסט איר הייבן העכער און העכער. אין אירע אויגן זאלסטו אוועק מאכן דעם פראבלעם; אפילו עס איז נישט בא'טעמ'ט וכו', זאלסטו איר זאגן אז עס איז א זאך וואס מען קען גרינג ארויסגיין דערפון, ווייל מען קען טאקע גרינג ארויסגיין פון דעם. דער פראבלעם איז אז די אלע וואס ליידן אויף דעם פארלירן זייער זעלבסטזיכערקייט ווייל מען פארשעמט זיי, אזוי אויך טוען זיי זיך זעלבסט פארשעמען און קלאפן, דאס איז שוין א שווערערע זאך ווי דער פראבלעם אליינס. פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין, אבער פון צעבראכנקייט - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה; עס קען נעמען לאנגע יארן ביז מען בויט זיך צוריק אויף.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלט אויפהייבן דיין ווייב, פרוביר זיך אריין צו לייגן אין איר מצב; ווי אזוי וואלסטו געשפירט ווען עס גייט איבער אויף דיר אזא פראבלעם, דו וואלסט דאך נישט געקענט אויפהייבן דיין קאפ צו קוקן דיין ווייב אין די אויגן פאר בושה, יעצט אז די מעשה איז פארקערט, זי האט דעם פראבלעם - זאלסטו איר מחזק זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן ווען דער מאן מאכט איר פאר א כלי, דאס הייסט ער בויט איר אויף.


אז דו וועסט פאלגן וואס עס שטייט אין דעם בריוו וועסטו זען אז זי וועט ארויסגיין פון איר פראבלעם.

#3 - לייג אריין אין די קינדער אמוּנה
חינוך הילדים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט אין סקול, יעדער איז זייער צופרידן פון דיין איבערגעגעבנקייט פאר די קינדער.


דער עיקר זאלסטו אויפבויען די קינדער; לייג אריין אין זיי א זעלבסט זיכערקייט, זיי זאלן האבן אמונה אין זיך אליין. ווייל רוב פראבלעמען קומען פון נישט האבן אמונה אין זיך אליין, פון נישט זיין זעלבסט שטענדיג.


ווי אזוי בויט מען אויף די זעלבסט זיכערקייט אין קינדער? דורך אמונה אינעם אייבערשטן; ווי מער מען לייגט אריין אמונה אין קינדער, מען רעדט פונעם אייבערשטן – פאלן אוועק אלע פחדים און דמיונות, עס פאלט אוועק דאס ווארט: "איך"; "איך קען יא?" "איך קען נישט", "איך בין יא?" "איך בין נישט".


אלע פראבלעמען הויבן זיך אן ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, אבער איינמאל מען נעמט אריין אין זיך די אמונה, פאלן אוועק אלע ספיקות, דאגות, מחשבות רעות און דמיונות וכו', וכו'.


בעט איך דיר און איך בעט אלע טיטשערס פון "בית פיגא", מען זאל רעדן צו די קינדער אסאך דיבורי אמונה און אסאך מעשיות פון תפלה; מען זאל אריינלייגן אין זיי אז אלעס וואס מען וויל און אלעס וואס מען דארף זאל מען בעטן פונעם אייבערשטן.


קינדער וואס פאלגן נישט און קינדער וואס הערן נישט גלייך ווען מען רעדט צו זיי – זענען נישט קיין מחוצפים אדער שלעכטע קינדער וכו', די קינדער זענען געווענליך שארפע און קלוגע קינדער, זיי דארף מען מקרב זיין און טרעפן די ריכטיגע צוגאנג ווי אזוי מען קען זיי מאכן זיי זאלן הערן פון פאלגן.


בעט פאר מיר מיט די קינדער יעדן טאג אז איך זאל מצליח זיין; מיין נאמען איז יואל בן ריצא רעכל.

#2 - אז מ'איז מקנא א צווייטן עסט מען זיך אויף לעבעדיגערהייט
קנאה, יענער, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך.


דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט דריי עקן, ער פלעגט דאס נעמען און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז; וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז; וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריין געקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף די וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן. אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


קוק נישט אויף א צווייטן, דער אייבערשטער האט פון יעדן איינעם אן אנדערע נחת רוח, אז דו קומסט אן צו זאגן נאר אביסל תהילים, דו לערנסט שוין אזוי לאנג אין סקול און דו האסט נאר געענדיגט איין מאל ספר תהילים זאלסטו זיך מחי' זיין מיט די איין מאל תהילים; זאלסט זאגן וואס דער הייליגער תם האט געזאגט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך".


זאג אביסל תהילים; יעדעס ווארט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.

#1 - יעדע ווארט וואס מען בעט גייט ארויף אין הימל
תפילה והתבודדות, שטעטל, זעלבס זיכערקייט, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז אייער לעבן האט זיך געטוישט אינגאנצן לטוב, ווי שטארק איר האט הנאה צו זיין אין שטעטל און ווי אייערע קינדער זענען אזוי שיין מצליח אין די מוסדות. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען מגדל זיין די קינדער גרינגערהייט צוזאמען מיט אייער מאן נרו יאיר, איר זאלט זען פון זיי אידיש חסידי'ש נחת, און איר זאלט האבן א שנה טובה ומבורכת.


געוואוינט אייך צו אז וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן, יעדע ווארט וואס מען רעדט צו אים, יעדע ווארט וואס מען בעט אים גייט ארויף אין הימל און עס ווערט נישט פארפאלן. ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט דער מענטש אויפגעבויט ער זאל האבן זעלבסטזיכערקייט (סעל"ף קאנפידענ"ס); א שאד פאר די מענטשן וואס לויפן ארום צו טערעפיסטן וכו', קלעסעס וכו' – פאר בטחון עצמי ווען מען קען זוכה זיין צו דעם בחנם, מען דארף ביים אנהייב זיין א גרויסער עקשן, ווייל עס גייט נישט אין איין מינוט, אבער ווען מען ברעכט דאס דורך איז דער לעבן אן אנדערע לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.