בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי
איך האב ערהאלטן אייער הודעה.
עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס איר שרייבט וועגן מרת ..., איר שפירט געקלאפט נאכן רעדן מיט איר. לויט וויפיל איך ווייס זוכט זי נישט יענעם אראפצוקלאפן, זי זוכט נאר צו העלפן אנדערע. זי איז זייער קליין ביי זיך; וואלט זי געהאט אפילו א ספק אז מענטשן שפירן זיך צווייט-קלאסיג נאכן רעדן מיט איר - וואלט זי אלעס געטון דאס זאל נישט פאסירן.
די צווייטע חלק וואס איר שרייבט - דאס איז וואר; דאס איז זייער וויכטיג און הלוואי זאלן דאס אלע וויסן. אלע זאלן טראכטן און וויסן אז היכל הקודש איז נישט א מענטש, מען קען נישט קוקן אויף איינעם און טראכטן 'דער איז היכל הקודש' און וועלן זיין אזוי ווי יענעם. היכל הקודש איז שכל פון צדיק, עצות פון צדיק, חיזוק פון צדיק.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נט) דער צדיק בויט אן היכל הקודש מיט'ן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. עס שטייט אין פסוק (ישעיה ד, ג): "וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַיִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ", די אלע וואס דערהאלטן זיך ביים צדיק, אויף זיי זאגט דער פסוק קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ, "אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם", אפילו עס זענען טאקע דא זייער אסאך וואס פאלן אוועק, זיי דערהאלטן זיך נישט, "אַף עַל פִּי כֵן, מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם", מיט דעם, די אלע וואס האלטן זיך, "עַל יְדֵי זֶה, קָדוֹשׁ יֵאָמֵר לוֹ".
איך געדענק ביי מיר איז געווען די זעלבע מעשה. אנהויב ביי מיין התקרבות, איך האב נאכנישט געהאט די שכל פון קוקן אויף זיך, האב איך געמיינט אז דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש, איך האב געהאט אסאך חלישות הדעת. אבער נאכן הערן פיל דרשות, שיעורים און ליינען די בריוו פון מוהרא"ש וואס איז דאס היכל הקודש - האב איך זיך צוביסליך אנגעהויבן אויסגראדן מיין קאפ, נישט צו ווערן איבערגענומען פון אנדערע.
זייער גוט אז איר לאזט זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, איר שרייבט זייער אמת'דיג, איר שרייבט אז די מענטשן וואס האבן א כח אין היכל הקודש, די טוערס, די מאכערס - דארפן זיין זייער געווארענט זייער אכטונג צו געבן אויף אנדערע; איך געב זייער אכטונג אז די אלע וואס ארבעטן פאר די מוסד זאלן זיין צוגעלאזענע מענטשן, זיי זאלן נישט טרעטן אויף אנדערע, און איך בעט פון אלע אנשי שלומינו, סיי די מענער און סיי די ווייבער - זיי זאלן מיר זאגן אויב זיי ווערן בא'עולה'ט, אויך אויב מען ווערט פון מיר בא'עולה'ט זאל מען מיר זאגן. איך בעט יעדן טאג דעם באשעפער: "יהי רצון מלפניך ה' אלקינו, עס זאל נישט ארויסקומען פון מיר קיין שלעכטס, קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון פון מיר, קיינער זאל נישט האבן חלישות הדעת פון מיר", און מיט דעם זענען דא מענטשן וואס שרייבן מיר כסדר אז עס באדערט זיי זאכן.
צום ביישפיל, איר האט מיר געשריבן אזויפיל מאל אז אייער עונג שבת איז צו ליינען די קונטרסים פון עצתו אמונה, איש אמונות; איר פלעגט ליינען אלע סארט מאגעזינען, היינט צו טאגס קענט איר נישט קוקן אין די זאכן, איר ווארט א גאנצע וואך פאר די עצתו אמונה. אזויפיל מענטשן שרייבן מיר אז דאס איז זייער לעבן, מיט דעם שרייבט מיר א פרוי, א טייערע פרוי פון שטעטל, אז זי ווערט אזוי צעבראכן פון די בריוו. איר מאן זאגט איר: "ליין עס נישט", איך האב איר אויך געשריבן זי זאל עס נישט ליינען; פרעג איך אייך, זאל איך מער נישט שרייבן? איך זוך צו צעברעכן מענטשן? איך האב נישט וואס צו טון?!
דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, ער האט באשאפן א וועלט, אזויפיל מענטשן, יעדער טראכט אנדערש, יעדער רעדט אנדערש און אז מען ווייסט דאס איז נישט אזוי שווער צו לעבן מיט אנדערע.
דאס וואס איר שרייבט אז מענטשן שפירן זיך געטשעפעט פון די יונגע ווייבלעך, די "בית פיגא תלמידות", ווי זיי ברענגען א געפיל ביי אנדערע אנשי שלומינו אז זיי זענען נישט קיין תלמידות; זיי פאלגן דעם ראש ישיבה, נאר זיי, אנדערע נישט - וואס זאל איך זאגן, מיין ווייב תחי' זאגט מיר די זעלבע זאך, זי זאגט מיר: "פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס האב איך נישט באקומען די זיסע בית פיגא יארן?" מיר קוקן אויף אונזערע טעכטער, מיר שעפן אזויפיל נחת, מען זעט אויף זיי וויפיל כוחות מען לייגט אריין אין זיי, מען שטאפט זיי אן מיט אמת, מען פילט זיי אן מיט קדושה וטהרה, מען פארברענט נישט קיין צייט; עס באדערט פארוואס מיר האבן אפגעפיסטעוועט די יארן, די שענסטע יארן מיט נארישע לימודים, מיט חבר'טעס, די קאפ איז געווען אזוי ווייט פון אמת, אבער אז מיר קוקן אויף די קינדער - דאס איז דער נצחון, אז די קינדער פירן זיך ערליך און אזוי זויבער.
איך האב אביסל פארלענגערט דעם בריוו, איך האף איר וועט זיין שטארק נישט צו ווערן צעפאלן פון קיינעם, זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן.