בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - העלפן דעם רבי'ן, אבער אן שטעכן א צווייטן
חסידות ברסלב, משמש דעם רבי'ן, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז דא אסאך תלמידים פון ישיבה וואס זענען געטריי און העלפן מיר מיט אן איבערגעגעבנקייט, אבער תלמידים וואס העלפן מיר אן שטעכן אנדערע, אן זיך גרויסן און שאפן אויף אנדערע - דאס קען איך ציילן אויף די פינגער.


שלימות איז ווען מען וויל גארנישט, מען איז געטריי - אן שטעכן אנדערע, אן זיך גרויסן. אסאך מאל דארף איך זיך זייער איינהאלטן ווען איך זע איינעם העלפן און עס שפריצט פייער פון זיינע אויגן, ער גרויסט זיך וכו'.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט דיין גאנץ לעבן זיין איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן, העלפן די מוסד, העלפן אין הפצה און אין די זעלבע צייט בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט גארנישט וועלן; נישט זוכן יענעם אוועק צו מאכן, יענעם שטעכן.


 

#10 - יישר כח פאר'ן אוועקגעבן די דירה פאר א בית המדרש
הכרת הטוב, ריינקייט, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אוועקגעבן ענקער דירה עס זאל זיין א בית המדרש.


מיר אלע זענען אייך זייער דאנקבאר אז מיר האבן אזא געשמאקע פלאץ וואו צו דאווענען שבת; עס איז שווער צו גיין א לאנגע וועג, עס איז זייער א גרויסע הילף פאר אונז אלע.


איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר, דער גבאי פונעם בית המדרש - ער זאל האלטן ריין דאס פלאץ; איך האף דו ביסט צופרידן פונעם ריינקייט, אויב דו האסט טענות - זאלסטו רעדן מיט אים, ער וועט זיכער מאכן אז אלעס זאל זיין גוט.


אינעם זכות פון ארייננעמען ביי דיר אין שטוב דעם רבי'ן (דארט וואו אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי), זאלסטו געבענטשט ווערן מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


 

#9 - מיט'ן רייניגן דעם בית המדרש, וועט איר זיך אפרייניגן פון אלעם שלעכטס
בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון די גבאים אז איר האט געהאלפן ריין מאכן דעם בית המדרש לכבוד יום טוב.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן רייניגן א בית המדרש, בפרט דעם רבינ'ס שול.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין מיט דעם זיך אפצורייניגן פון אלעם שלעכטס און זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח מיט גרויס שמחה.

#8 - דערהאלט זיך נאך אביסל, אפילו עס איז שווער
שידוכים, התחזקות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך באקום כסדר די בילדער פון שטעטל ווי דו העלפסט בויען דעם פלאץ; אזוי שיין מאכסטו און אזוי געטריי.


כאפ אריין ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו העלפן דעם רבי'ן; נאך אביסל באקומסטו דיין שידוך, דעמאלט דארף מען שוין א באזונדערע חשיבות צו האבן די זכי' צו קענען העלפן.


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך נאך אביסל; האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז יעצט, דארפסטו זיך דערהאלטן נאכאמאל, אפילו עס איז שווער.


איך האב דיר זייער ליב.

#7 - ווי נאר מען הייבט אן טון, הייבט זיך אן ספיקות מיט חלישות הדעת
ספיקות, משמש דעם רבי'ן, הדרכות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן וואס האט פאסירט.


איך בעט דיר זייער זאלסט מחזק זיין דיין ווייב; זיי איר מסביר אז אזוי גייט עס מיט אלע וואס העלפן און טוען. אז מען טוט נישט, מען העלפט נישט - האט מען נישט קיין ספיקות, מען האט נישט קיין בלבולים, ווי נאר מען הייבט אן טון - הייבט זיך אן ספיקות מיט חלישות הדעת וכו' וכו'.


בעט איר זי זאל ווייטער העלפן דעם רבי'ן; איך וועל ענק זייער מחזיק טובה זיין אויף וואס דו מיט דיין ווייב העלפן מיר, ענק וועלן נישט דערלייגן, ענק וועלן שיין באצאלט ווערן.


כדי עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשולות פון היינט און ווייטער זאלט איר מודיע זיין אין שטעטל אז אויב איינער וויל נוצן פרייטאג צו נאכטס וכו', - דארף מען קומען צו דיין ווייב נאכמיטאג זי זאל קענען זען אויב אלעס איז גוט וכו', און אז עס איז דא שאלות וועט זי האבן צייט זיך צו פארבינדן מיט'ן דיין פרעגן, כדי עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשולות.


איך שרייב דיר אן קיין חנופה, ענק זענען ביי מיר זייער חשוב; נישט אז אנדערע תלמידים זענען נישט חשוב, אבער די תלמידים ותלמידות וואס געבן אוועק זייער לעבן פאר'ן רבי'ן, זיי העלפן מיר בויען די מוסדות, זיי העלפן אריינברענגען דעם רבי'ן אין די וועלט - זענען ביי מיר גאר חשוב, עס האט אן אנדערע באדייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום
הפצה, מחלוקת, שלום, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אלע טענות פון דיר אויף אים און פון אים אויף דיר; איך שטיי אין דער זייט, איך זאג גארנישט, איך וויל זען ווי אזוי דער רבי וועט אויספירן.


איך בין דאס אריבער נישט איין מאל, נישט צוויי מאל נאר צענדליגע מאל און איך גיי דאס נאכאלץ אריבער; איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש זאגט. דעם רבינ'ס זאך איז אזוי ווי דער ארון, ביים ארון איז געווען א בחינה פון (סוטה לה.): "ארון נושא את נושאיו", עס זענען געווען גבאים געשטעלט פון משה רבינו וואס האבן געטראגן דעם ארון, אבער באמת האט דער ארון זיי געטראגן, עס האט נאר אויסגעזען לפנים ווי זיי טראגן דאס; דאס זעלבע איז ביים רבי'ן, דער רבי פארעט זיך מיט זיינע זאכן, עס זעט אויס ווי דער מאכט, דער טוט, דער איז א גוטע גבאי, דער שטערט, אבער למעשה פירט דער רבי אלעס, ביים סוף בלייבט דער רבי בעל הבית. עס איז כדאי דו זאלסט רעדן מיט האברך ... נרו יאיר, ער וועט דיר דערציילן וואס עס האט זיך געטון אין היכל הקודש אלע יארן, ער וועט דיר מחזק זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער, וויפיל מחלוקות און יסורים איך האב געהאט פון ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן ביז'ן היינטיגן טאג. די שווערסטע זאך איז מיר געווען די מחלוקות אינעווייניג אין היכל הקודש פון נאנטע חברים, איך האב געוויסט אז דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אוועק שלעפן פון דעם פלאץ דעריבער פרובירט ער אלע וועגן.


דו טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום, דו זיי שטארק מיט הפצה; דו זעסט דאך מיט דיינע אויגן וואס הפצה טוט. דו שרייבסט מיר יעדן טאג פרישע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, מיט די שיעורים און מיט די ניגונים, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט בלייבן צוגעקניפט צום רבי'ן בזה ובבא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך דארף געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - שטארק זיך מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, משמש דעם רבי'ן, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש וויליאמסבורג


היות מארגן ערב שבת פרשת ויגש געפאלט אויס עשרה בטבת דארף מען דאווענען מנחה און קבלת שבת פריער ווי געווענליך כדי מען זאל קענען קידוש מאכן און אויספאסטן ביים זמן.


זיי מודיע אז מיר וועלן דאווענען מנחה ביים זמן הדלקת הנרות, כדי מען זאל נישט פאסטן לענגער.


שטארק זיך מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן; יעדע זאך וואס מיר קענען טון צו העלפן דעם רבי'ן איז זייער חשוב אין הימל. אויבן אין הימל איז מען מקנא ווער עס האט א שייכות מיט'ן רבי'ן, ווער עס איז משמש דעם רבי'ן; אויבן איז אינגאנצן אנדערש פון דא, דארט ווייסט מען פון רבי'ן.


הלוואי וואלסטו געגאנגען יעדן טאג אביסל התבודדות - וואלסטו געשפירט אויף די וועלט דעם גן עדן; אז מען האט א קאר איז נאך גרינגער, מען קען צופארן צו א ליידיגע געסל און זיך דארט מתבודד זיין.

#4 - שטארק זיך מיט אלע כחות ווייטער ממשיך זיין צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע כחות ווייטער ממשיך זיין צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן. דו האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, יעצט דארף מען גיין ווייטער.


דו האסט א גאר גרויסער חלק אין אלעס; אנגעפאנגען מיט די ישיבה, דו ביסט מיר געשטאנען אלע יארן צו מיין רעכטע האנט מיר צו העלפן, אויך מיט די תלמוד תורה און מיידל סקול וכו', יעצט בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן אויפבויען א קרי' אויפ'ן רבינ'ס נאמען.


ביז דערווייל נעם איך נישט אויף א מנהל פאר'ן תלמוד תורה; בעט איך דיר דו זאלסט האבן דיין אפיס ביים תלמוד תורה כדי דו זאלסט זיך קענען אומקוקן אויף די מלמדים צי זיי זענען צייטליך וכו' און טוען זייער ארבעט בנאמנות; זאלסט מיר יעדן טאג שרייבן אפאר ווערטער מיט אלע פרטים.


דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כחות; זע עס זאל זיין ביי ענק אין שול אן אויר הזך והנח, א לויטערע לופט, א לופט פון אהבה, אחוה, שלום וריעות.


פון דיין חבר וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#3 - ארויסהעלפן די מוסדות
מוסדות, חסידות ברסלב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער אויב איר קענט אנטייל נעמען אין די יערליכע פארטי וואס מיר מאכן פאר די מוסד. דעם זונטאג וועט אם ירצה ה' פארקומען די יערליכע פארטי אין ישיבה, בעט איך אייך איר זאלט רופן אייערע באקאנטע און משפחה צו אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין אין די מצוה פון אויסהאלטן די מוסד וואס געבט אונז חיות און לעבן - פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.


טוט מיר א טובה, הייבט אויף דעם טעלעפאן און רופט אייערע באקאנטע זיי זאלן קומען לכבוד אייך, לכבוד אייער מאן און לכבוד אייערע קינדער.


אין דעם זכות זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און מיר זאלן זוכה זיין צו אויפשטעלן א דור פון ערליכע אידן, אידן וואס לעבן מיטן אייבערשטן און פירן זיך מיט די תורה.


א גוט שבת.

#2 - יעדע זאך וואס דו טוסט אין ישיבה, וועט דיר בלייבן פאר אן אייביגע זכות
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וויסן זאלסטו אז יעדע זאך וואס דו טוסט אין ישיבה, אנגעהויבן מיט'ן רייניגן, מסדר זיין, פאררעכטן וכו', וכו' – וועט דיר בלייבן פאר אן אייביגע זכות.


חכמינו זכרונם לברכה  זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ", ווען מען איז משמש א צדיק איז דאס אסאך מער ווי ווען מען לערנט תורה פונעם צדיק; ווייל מיט דעם וואס מען איז משמש דעם צדיק ווערט מען א כלי לקבל די יראת שמים און די שכל פונעם צדיק.


דאס וואס דו טוסט האב איך געטון לאנגע יארן, סיי אלץ בחור ביי מיין זיידע; איך האב לאנגע יארן געוואשן דעם בית המדרש און מסדר געווען די ספרים, אזוי אויך פארראכטן און אלעס געטון פאר'ן בית המדרש. אויך ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן און איך האב אנגעהויבן דאווענען אין בית המדרש "היכל הקודש" אין וויליאמסבורג פלעג איך מיט ... נרו יאיר יעדע וואך וואשן לכבוד שבת דעם בית המדרש און די בית הכסא'ס, וכו' וכו'; קיינער האט מיר נישט געבעטן דאס צו טון און קיינער האט נישט געוויסט אז מיר פלעגן דאס טון פאר לאנגע יארן. מיר האבן געשפירט ווי מיר טוען די עבודה אין בית המקדש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משנה תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", עס האט קיינמאל נישט פאסירט אז מען זאל דארפן בעטן די כהנים זאלן רייניגן דעם מזבח.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער צו העלפן שיין מאכן די ישיבה, חדר און מיידל סקול, העלף מיר אויפשטעלן מוסדות וואו מיר זענען מחנך אונזערע קינדער מיט די ריינע אמונה. אין דעם זכות וועסטו בקרוב זוכה זיין צו א גוטע שידוך.


זיי מיר מודיע יעדע סיום וואס דו מאכסט; מיין גאנצע חיות איז צו הערן פון נאך א תלמיד אז ער לערנט און איז מסיים מסכתא נאך מסכתא.


פון דיין ראש ישיבה.


...

#1 - דרך ארץ אויפ'ן באס
מוסדות, דרך ארץ, משמש דעם רבי'ן, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גריס פון דיין טאטע'ן שליט"א; איך האב נעכטן גערעדט מיט אים, איך האב אים געזאגט וואס איך זאג דיר כסדר אז איך זארג זיך גארנישט וועגן א שידוך פאר דיר ווייל איך בין זיכער אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


די באס טיטשער האט מיר געזאגט אז אמאל זענען דא קינדער אויפן באס וואס זענען חוצפה'דיג צו איר; נעכטן האט א קליין קינד פון דריי יאר איר דערלאנגט א באקס אין פנים. בעט איך דיר זייער דו זאלסט זען עס זאל זיין "דרך ארץ" אויפן באס.


אלעס ווענדט זיך אין "דיר"; אויב דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט הערשן קיין "חוצפה" אויפן באס, וועט איר זיין גרינגער די ארבעט. די ארבעט פון די באס טיטשער איז צו ברענגען די קינדער צום טיר וכו', אבער עס איז נישט איר אויפגאבע זיך צו קריגן מיט די קינדער, בפרט מיט די אינגלעך וד"ל.


איך דאנק דיר נאכאמאל פארן מיר העלפן מיט אזא געטריישאפט.


איך בין זיך מחי' צו הערן יעדן ערב ראש חודש פון דיר אז דו האסט נאכאמאל געענדיגט ששה סדרי משנה; יעצטו ערב ראש חודש טובת האסטו מיר דערציילט אז דו האסט מסיים געווען די פיר און אכציגסטע מאל ששה סדרי משנה – וואו אין די וועלט הערט מען אזאנס, אז א בחור זאל האבן מסיים געווען ששה סדרי משנה פיר און אכציג מאל?!


אחי, חזק ואמץ!